B"H
🏡

Ikar

עמוד 1012

א.

אויפן פסוק "אם בחוקותי תלכו" זאגט דער ספרא

(און ס׳ווערט אויך גע־ בראכט אין רש״י)

: "יכול אלה המצות ת״ל כו׳ שתהיו עמלים בתורה",

אז "בחוקותי תלכו" מיינט ניט קיום המצוות,

ווייל דאס שטייט שפעטער בפירוש "ואת מצותי תשמרו וגו׳",

נאר וואס מיינט "בחוקותי תלכו",

איר זאלט הארעווען אין תורה.

דארף מען פארשטיין: אויב "בחוקותי תלכו" וואלט געמיינט מצוות,

וואלט מען דאן קענען מסביר זיין פארוואם ער דערמאנט נאר חוקים,

הגם אז אין מצוות זיינען פאראן אויך די סוגים פון עדות און משפטים,

ווייל אויר עדות און משפטים,

וואס האבן אויף זיך א טעם,

דארף מען מקיים זיין מיט קבלת עול,

פונקט ווי חוקים 1 .

היות אבער אז דא רעדט זיך וועגן תורה,

איז פארוואס זאגט דא דער פסוק דעם לשון "בחוקותי תלכו",

תורה איז דאך בעיקרה הבנה והשגה: מען דארף הארעווען ניט נאר אויף צו איינ׳חזר׳ן און וויסן די פרטי הדינים נאר אויף צו פארשטיין זייערע טעמים,

ווי זיי זיינען נתפרש געווארן אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל־פה.

און כאטש אז די מצוות,

וועלכע ווערן אנגערופן מיטן נאמען חוקים,

איז דאך ניט שייך צו פארשטיין זייערע טעמים,

ווארום אויף זיי שטייט דאך 2

"חוקה כו׳ אין לך רשות להרהר אחרי",

זיינען זיי דאך אבער א קליינער טייל פון תורה,

דער גרעסטער טייל פון תורה איז גע־ געבן געווארן אין השגה דוקא.

פונקט ווי תורה שבכתב בכללה - וואס עיקר ענינה איז די קריאה,

וואס דערפאר קען אויך אן עם־הארץ מאכן ברכת התורה כאטש ער פארשטייט ניט די ווערטער וואם ער זאגט - איז א סך ווייניקער אין כמות פון תורה שבעל פה - וועלכע מען מוז דוקא פארשטיין,

און בשעת מען פארשטייט ניט וואס מען לערנט קען מען אויף דעם קיין ברכת התורה ניט מאכן 3 .

(און נאך מער: דער אונטערשייד צווישן תורה שבכתב און תורה שבעל פה איז באין ערוך: תורה שבכתב איז א באשטימטע צאל פסוקים אותיות וכר,

און עם טאר ניט זיין א יתר.

די הגבלה פון תורה שבעל פה איז אבער - נאר אין דעם וואס איז שוין בגילוי בפועל,

אבער מצד דעם וואם אין איר איז פאראן און עם קומט ארוים בגילוי נאך און נאך,

- ״מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש״ 4

- איז תורה שבעל פה בלי גבול),

די זעלבע זאך איז אין תורה שבכתב גופא: דער חלק פון תורה וואם לא נתפרש טעמו,

דער חלק וואס רעדט וועגן חוקים,

איז א סך קלענער פון דעם חלק אין תורה וואס רעדט וועגן די מצוות וואס קומען אראפ אין השגה.

איז דאך ניט פארשטאנדיק דער לשון ״בחוקותי תלכו״ - ווען דער פסוק וויל אנזאגן ״שתהיו עמלים בתורה״,

דער־ מאנט ער חוקים וואם איז נאר א קליינער חלק פון תורה?

ב.

דער אלטער רבי אין לקוטי תורה איז מבאר אז ״בחוקותי״ איז פון לשון חקיקה

(אויסגעקריצט),

און דער פסוק איז דא מרמז אז דער הארעווען אין לימוד התורה דארף זיין אין אן אופן פון חקיקה.

דער אויפטו פון אותיות החקיקה באשטייט אין דעם,

וואם ניט בלויז זיינען די אותיות פאראיינציקט מיט דער זאך אויף וועלכער זיי זיינען אויסגעקריצט

- די מעלה איז פאראן אויך ביי אותיות הכתיבה.

כאטש די אותיות וועל־ כע מען שרייבט אויף קלף

(פארמעט)

זיינען א צוגעגעבענע זאך צום קלף,

ווערן זיי אבער דורכן שרייבן פאראײנ־ ציקט מיטן קלף -

נאר די מעלה פון "חקיקה" איז,

אז די אותיות זיינען גאר קיין מציאות ניט פאר זיך,

זייער גאנצע מציאות איז נאר די זאך אין וועלכער זיי זיינען אויסגע־ קריצט.

און דאס איז די הוראה פון ״בחוקותי״ בנוגע לימוד התורה: מען קומט דא ניט באווארענען אז דער איד וואס לערנט תורה דארף זיין מיוחד מיט דער תורה

(אזא לערנען - וואס דער וואס לערנט בלייבט א באזונדער זאך פון דער תורה,

אזוי ווי תורתו של דואג וואס זי איז געווען ״מן השפה ולחוץ״ 5

- איז ניט דא באווארנט מען עס).

דא קומט מען בא־ ווארענען,

אז דער לימוד דארף זיין אין אן אופן פון חקיקה; ס׳איז ווייניק אז זיין יחוד מיט דער תורה איז אין אן אופן ווי צוויי זאכן ווערן פאראיינציקט

(כתיבה),

נאר עס פאדערט זיך,

אז ער זאל גארניט זיין קיין מציאות,

זיין גאנצע מציאות זאל זיין - תורה

(חקיקה).

על דרך ווי משה רבינו

(דער מקבל ראשון פון תורה),

וואם איז געווען אין אזא ביטול און יחוד מיט אלקות ביז אז ער האט געזאגט 6

ונתתי

(איך וועל געבן)

עשב גו"/ ווייל "שכינה מדברת מתוך גרונו" 7 .

און אזוי אויך דער ביטול פון רשב״י,

וואס האט געזאגט "ראיתי בני עלי׳ כו׳ אם שנים הן כו׳" 8

"ואם חד הוא כו׳״ 9

- כאטש אז זאגן שבחים וועגן זיך אליין איז ניט מדרך הצדיקים - ווייל ער איז ניט געווען קיין מציאות פאר זיך און זיין גאנצע מציאות איז געווען אלקות

(ביטול פון חקיקה).

ג.

ווי שוין גערעדט כמה פעמים,

זיינען אלע פירושים אין תורה פארבונדן איינער מיטן צװײטן 10 .

איז פארשטאנדיק,

אז פירוש אדמו״ר הזקן: ״בחוקותי״ - פון לשון חקיקה,

איז מתאים מיט דעם פירוש הפשוט: "בחוקותי",

די מצוות וועלכע הייסן חוקים,

ד.

ה.

אז דער לימוד התורה דארף זיין אין אן אופן פון "חוקים",

מצד קבלת עול: אמת טאקע,

אז א איד דארף תורה פארשטיין מיטן שכל,

אבער דאם גופא טוט ער מיט קבלת עול

(ניט צוליב זיין אייגענעם געשמאק,

נאר ווייל דער אויבערשטער האט געהייסן לערנען אין אן אופן פון השגה),

וואם מצד דעם איז ביי אים דא דער "עמלים בתורה",

ער הארעוועט אין לערנען מערער וויפל עם פאדערט זיין טבע און התמדה

(אויב ער טוט עם נאר מצד זיין געשמאק אין תורה,

איז דער לערנען אפגעמאסטן לויט דער גרוים פון זיין געשמאק און דאן איז בא אים ניטא קיין עמל).

און דאם איז די שייכות פון ביידע פירושים: דורך דעם לימוד אין אן אופן פון חוקים,

"שתהיו עמלים בתורה",

קומט ער צו צו דעם אז זיין לימוד זאל זיין אין א אופן פון "חקיקה",

אז ער מיט דער תורה ווערט חד ממש.

ד.

מען דארף נאך אבער פארשטיין דעם לשון "בחוקותי תלכו".

הליכה איז שייך ביי אזעלכע ענינים,

אין וועלכע עם זיינען פאראן חילוקי מדריגות

(ווייל זיי זיינען פארבונדן מיט א ענין פון השתלשלות: העולם וכו',

כוחות האדם),

איז אין זיי גייט דער מענטש מדרגא לדרגא.

לדוגמא - אין מדות איז שייך צו זאגן אז ער גייט,

שטייגט מדרגא לדרגא - פון אהבה זוטא צו אהבה רבה; אזוי אויך אין שכל: שכל קטן,

שכל גדול.

אבער ווי איז שייך הליכה ביי חוקים,

קבלת עול?

אין לקוטי תורה טייטשט דער אלטער רבי,

אז דאס ווארט "תלכו" איז מרמז אויף דעם נתינת שכר: דער שכר פאר עבודה פון ״בחוקותי״ איז - "תלכו",

וואס הליכה אמיתית איז - בלי גבול.

פשטות הכתוב ווי מען לערנט אין חדר מיט קינדער איז,

אז דער סיפור שכר הויבט זיך אן פון "ונתתי גשמיכם בעתם וגו"/ און דער "תלכו" רעדט נאך וועגן עבודת האדם.

ה.

עם שטייט אין לקוטי תורה 11 ,

אז דער עיקר פון אמונה איז אין די מדריגות פון אלקות וואו שכל קען ניט משיג זיין.

אין די דרגות וואס שכל קען באגרייפן מוז זיין אויך השגה,

ערשט נאך זיין שלימות ההשגה,

ווי הויך זיין שכל קען נאר דערגרייכן,

אין די העכערע דרגות וואם שכל קען ניט משיג זיין,

דארט איז דער ארט פון זיין אמונה.

- דאס איז דאך דער אויפטו פון אמונת ישראל אויף דער אמונה פון אומות העולם להבדיל 12 .

ביי אומות העולם איז ניטא קיין אמת׳ע אמונה אין אלקות.

זייער גלויבן איז אין די דרגות וואם שכל איז מכריח.

דעריבער איז זייער אמונה נאר אין בחינת ממלא כל עלמין,

די בחינה פון אלקות וואם איז מושג אין שכל.

מה־שאין־כן ביי אידן,

איז די אמונה אין בחינת סובב כל עלמין,

וואס איז העכער פון השגת השכל -

פון דעם איז פארשטאנדיק,

אז וויבאלד אין שכל זיינען פאראן עליות מדרגא לדרגא,

ווי עם שטייט 13

"ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה",

איז וואס די השגה ווערט העכער,

איז אויך די אמונה - אין העכערע בחינות: די ענינים אויף וועלכע ער האט פריער געדארפט אמונה,

זיינען שוין ביי אים אראפגעקו־ מען אין השגה,

און זיין איצטיקע אמונה איז אין העכערע דרגות אין אלקות.

לויט דעם איז פארשטאנדיק,

אז ס׳איז שייך הליכה אויך אין חוקים.

וואס זיין השגה אין מצוות ווערט העכער,

אלץ העכער ווערן ביי אים די חוקים.

דאס וואם פריער איז ביי אים געווען חוקים,

הייסט שוין היינט ביי אים ניט קיין חוקים,

ווארום דאם איז שוין אראפגעקו־ מען אין השגת שכלו.

אזוי ווי מיר געפינען ביי משה רבינו,

אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט 14

: "לך אני מגלה טעם פרה"

(דיר בין איך מגלה דעם טעם פון פרה אדומה).

איז פון דאמאלס אן - בא משה רבינו,

פרה אדומה שוין מער ניט געווען קיין חוקה.

מ׳קען אבער ניט זאגן אז ביי משה רבינו האט געפעלט ח״ו דער ענין פון חוקים - נאר ביי אים איז געווען דער ענין פון חוקים אין א העכערע דרגא.

און דאס מיינט בחוקותי תלכו - שתהיו עמלים בתורה.

מען דארף האלטן אין איין הארעווען אין תורה.

דאס וואס ער האט נעכטן געהארעוועט ביז מיצוי הנפש איז שוין היינט ווייניק.

היינט דארף ביי אים ווערן א העכערע השגה,

און במילא - העכערע חוקים; "בחוקותי תלכו״ - ער איז א מהלך אין חוקים 15 .

דער שכר פאר דעם איז - "ונתתי גשמיכם בעתם וגו׳" ביז "ואולך אתכם קוממיות",

וואס דאס גייט אויף די גאולה העתידה,

וואס דאן וועט זיין די הליכה בלי גבול,

"ילכו מחיל אל חיל",

ביז מען וועט זוכה זיין צו דעם גילוי וואס איז העכער פון הליכה - "ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים" 16 .

(משיחת ש״פ בחוקותי תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.