B"H
🏡

Ikar

עמוד 1007

א.

אין היינטיקער סדרה זאגט אן די תורה אז מען זאל ניט געבן

(ארן ניט נעמען) 1

קיין ריבית,

און מען איז מסיים "אני ה׳ אלקיכם אשר הוצאתי אתכם מארץ מצרים גו׳ להיות לכם לאלקים".

שטייט אויף דעם אין ספרא: "מכאן אמרו כל המקבל עליו עול ריבית מקבל עול שמים וכל הפורק ממנו עול ריבית פורק ממנו עול שמים ..

שכל המודה במצות ריבית מודה ביציאת מצרים וכל הכופר במצות ריבית כאילו כופר ביציאת מצרים"

(פון דאנען האט מען אפגעלערנט און געזאגט: יעדער וואס נעמט אויף זיך דעם יאך פון

(זיין אפגעהיט אין)

ריבית,

נעמט ער אויף זיך דעם עול שמים,

און יעדער וואם נעמט פון זיך אראפ דעם יאך פון ריבית,

נעמט פון זיך אראפ דעם עול שמים.

יעדער וואס איז מודה אין מצות ריבית,

איז ער מודה אין יציאת מצרים און יעדער וואם לייקנט אין מצות ריבית,

איז גלייך ווי ער לייקנט אין יציאת מצרים).

דארף מען פארשטיין די ספעציעלע שייכות פון מצות ריבית

(מער ווי פון אנדערע מצוות)

צו יציאת מצרים און צו קבלת עול שמים.

די שייכות פון ריבית צו יציאת מצרים איז מבאר רש״י

(לויט דער גמרא),

אז אזוי ווי ביי יציאת מצרים האט דער אויבערשטער אונטער־ שיידט צווישן א בכור און ניט קיין בכור,

אזוי װײסט אויך דער אויבערשטער און רעכנט זיך אפ פון דעם וואס אנטלייט א אידן געלט אויף ריבית און זאגט אז דאם געלט געהערט צו א ניט־אידן.

אבער דער ביאור ערקלערט די שייכות פון ריבית צו יציאת מצרים נאר אין דעם ספעציעלן פאל ווען איינער אנטלייט געלט בריבית זאגנדיק "של נכרי הם",

און אפילו אין דעם פאל גופא - ניט אויב ער זאגט עם ווייל אויב מ׳וועט וויסן אז של ישראל הם וועט דער לוה ניט וועלן לייעף,

אדער בית־דין וועט ניט דערלאזן,

נאר ווייל ער מיינט אז ח״ו דער אויבערשטער איז ניט מבחין,

אז דאס געלט איז זיינע אייגענע,

- איז עס א כפירה אין יציאת מצרים ווען דער אויבערשטער האט מבחין געווען כו׳.

ס׳איז דאך אבער ניט קיין ביאור אויף דער שייכות פון כללות מצות ריבית צו יציאת מצרים.

גם - די שייכות פון ריבית צו עול שמים פאדערט נאך א הסבר.

פאראן מפרשים וואס ערקלערן דאם מיט דעם,

וואס בשעת איינער אנטלייט געלט צו א צווייטן אידן אן ריבית,

ער טראכט ניט דערביי וועגן דעם ריווח פון דעם,

ווייזט ער דערמיט זיין בטחון אין דעם אויבערשטן און איז מקבל אויף זיך עול שמים,

דעם אנזאג - ארויסהעלפן א אידן אן שום פארדינסט,

מה־שאין־כן אזא וואס איז מלוה בריבית,

ווייזט דאם אז ער איז ניט בוטח בה׳,

און ער איז פון זיך פורק דעם עול שמים.

דער ביאור איז אבער ניט פאר־ שטאנדיק:

(א )

דאס איז ניט פארבונדן מיט עול שמים,

נאר מיט מדת הבטחון.

(ב )

דער העדר הבטחון איז ניט פארבונדן מיט דעם ענין פון ריבית,

נאר מיט גמילות חסדים.

פאר די פסוקים פון מצות ריבית זאגט די סדרה: "וכי ימוך אחיך גו׳ והחזקת בו" 2 ,

מען זאל אים אנטלייען אן קיין שום ריווח.

ווען איי־ נער וויל ניט אנטלייען זיין געלט אן ריווח,

מורא האבנדיק פאר זיין פרנסה וואם דערפאר וויל ער האנדלען

(און פארדינען)

מיט זיין גאנצע געלט,

מיט יעדער פרוטה,

ווייזט ער דערמיט ארויס אז אים פעלט בטחון,

ער איז אבער ניט עובר אויף איסור ריבית

(ווארום ער האט דאך ניט אנטליען).

ב.

קבלת עול שמים - וואס זיין אויסדרוק איז קיום המצוות - איז ענינו: מלמעלה איז מען זיך משתתף אין דער עבודה פון אידן.

ס׳איז ידוע 3

דער פירוש אין ברכת המצות "אשר קדשנו במצותיו"

(ער האט אונז געהייליקט מיט זיינע מצוות)

— מיט דעם אויבערשטנס מצוות,

אויך דער אויבערשטער איז מקיים די מצוות.

און אין דעם זיינען פאראן צוויי ענינים 4

(א)

דער קיום המצוות למעלה וואס פאר דעם קיום המצוות פון אידן,

וכמאמר רז״ל: "מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות";

(ב)

דער קיום המצוות שלמעלה וואם טוט זיך אויף דורכן קיום המצוות פון אידן.

כמאמר רז״ל 5

: "כל הקורא בתורה הקב״ה קורא ושונה כנגדו",

און ווי דאס איז אין תורה,

אזוי איז עם אויך אין מצוות.

מובן,

אז דאס וואס די מצוות פון אידן טוען־אויף דעם קיום המצוות למעלה,

איז עם ניט ווייל זיי האבן צווישן זיך אן ערך,

ווארום נברא האט דאך ניט קיין שום ערך צו בורא; נאר כך עלה ברצונו יתברך,

אז די מצוות וואס אידן טוען זאלן אויפטאן כביכול למעלה.

דארף מען פארשטיין: וואס איז טא־ קע דער טעם אויף דעם רצון,

אז די עבודה פון אידן למטה זאל כביכול ווירקן למעלה,

כאטש זיי זיינען באין ערוך.

דער ענין פון דעם קיום המצוות שלמעלה וואס פאר דער עבודה פון אידן למטה,

איז מובן,

ווייל מיט דעם וואס "הוא עושה" גיט ער א כוח "לישראל לעשות",

א כוח אויף קיום המצוות פון אידן.

אבער וואס איז דער ביאור אויף דעם,

אז דורך דעם וואס אידן טוען זאל דאס זעלבע ווערן אויפגעטאן אויך למעלה?

ג.

צו פארשטיין דאס,

דארף מען פריער מבאר זיין כללות ענין העבודה.

לכאורה,

צוליב וואס דארף מען דעם סדר אז אידן מוזן האבן ענין העבודה,

זאל זיי דער אויבערשטער געבן אלע השפעות מלמעלה,

בדרך אתערותא דלעילא.

ובפרט לפי הידוע,

אז די כוונה פון דער בריאה איז געווען "כדי להטיב לברואיו" 6 ,

ווייל דער אויבערשטער איז תכלית הטוב און ״טבע הטוב להטיב״ 7

-איז מצד להטיב וואלטן די ברואים גע־ דארפט באקומען אלע זייערע השפעות אויך אן עבודה?

שטייט דער ביאור אויף דעם: ווען איז די השפעה אמיתית הטוב,

ווען דער מקבל באקומט זי פארדינטערהייט,

ניט אומזיסט.

בשעת מען גיט עמעצן א מתנת חנם,

אויף וועלכער יענער האט ניט גע־ הארעוועט,

הייסט עם ״נהמא דכםופא״.

און וויבאלד אז "טבע הטוב להטיב" האט דער אויבערשטער געוואלט געבן אידן דעם אמת׳ן טוב,

דעריבער האט ער אײנ־ געשטעלט אז די השפעות זאלן זיי בא־ קומען דורך עבודה דוקא.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין פארוואס די עבודה פון אידן טוט אויף כביכול למעלה:

ווען מען באקומט באצאלט

(א השפעה)

פאר אן ארבעט

(ניט אומזיסט)

אבער די ארבעט איז אזא וואם גיט ניט דעם באצאלער

(משפיע)

קיין תועלת,

איז דער שכר וואס מען באקומט פאר דער עבודה נאך אלץ אין דעם גדר פון "נהמא דכסופא",

וויבאלד דער מקבל ווייסט,

אז די ארבעט,

פאר וועלכער מען גיט אים די השפעה,

טוט גארניט אויף,

און,

במילא,

קומט ניט קיין שכר פאר איר.

דעריבער האט מען מלמעלה אויס־ געשטעלט דעם סדר,

אז די עבודה פון אידן זאל אויפטאן למעלה

(די זעלבע מצוות וואס זיי טוען למטה),

בכדי אז דער שכר זאל כלל ניט זײן קײן ״נהמא דכסופא״; זײער עבודה טוט דאך אויף למעלה - פארדינען זײ באמת שכר פאר זײער עבודה 8 .

ד.

נאך א טעם:

אן ארבעט,

וואס זי אליין ברענגט ניט קיין נוצן - אפילו אויב מען באקומט פאר איר שכר - איז אין טאן די ארבעט -ניטא קיין חיות און געשמאק.

ובמילא,

איז זייער שווער צו דורכפירן די ארבעט און זי פארמאטערט זייער,

אן עבודת פרך 9 .

(ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דערציילט א משל אויף דעם: א פריץ האט אריינגע־ רופן א פויער און אים געהייסן ״ארבעטן״ מיט א מגל

(סערפ),

באוועגן אים הין און צוריק ביים פריץ אין צימער פונקט ווי ער טוט עם ביי דער ארבעט אויפן פעלד,

און ער האט אים צוגעזאגט צאלן פאר דער "ארבעט".

לכתחילה האט דער פויער מסכים געווען,

אבער נאכן טאן די ארבעט במשך א קורצע צייט,

האט ער חרטה געהאט,

טענה׳נדיק: "ראבאטו ניע ווי־ דאט" - די ארבעט זעט זיך ניט אן).

דעריבער האט מען מלמעלה אויסגע־ שטעלט אז די עבודה פון אידן זאל אויפטאן למעלה,

וואס די ידיעה גיט א חיות און א געשמאק אין דער עבודה.

אויך - די ידיעה גיט כח צו שטעלן זיך אנטקעגן דעם יצר הרע 10 ,

פילנדיק,

אז די עבודה איז נוגע ביז אץ עצמותו ומהותו כביכול.

ה.

היות אז אלע המשכות מלמעלה קומען דורך דער עבודה פון אידן,

איז כשם ווי דאם איז בנוגע צו דער המשכה פרטית פון יעדער מצוה באזונדער,

און א מצוה שלמעלה ווערט אויפגעטאן דורך די זעלבע מצוה וואס אידן טוען,

אזוי איז אויך בנוגע דעם כללות הענין גופא: אז די עבודה פון אידן זאל אויפטאן למעלה,

קומט עם דורך עבודה.

און די עבודה איז - מצות ריבית.

ריבית מיינט: באקומען ריווח פון געלט פאר אנטלייען זיי.

ד.

ה.

באקומען ריווח פאר דעם וואס אמאל איז געווען די געלט זיינע

(כאטש אז איצטער איז די געלט שוין ארוים פון זיין רשות צום רשות פון לווה),

און דורך אנטלייען די געלט אמאל,

האט ער

(דער מלוה)

געגעבן דאמאלס א מעגלעכקייט צום לווה,

צו האנדלען מיט זיי.

אויסהיטן זיך פון ריבית מיינט,

צו באקומען ריווח נאר פון דעם וואם בא־ לאנגט צו אים איצטער.

(וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון "היתר עיסקא",

אז א טייל פון די געלט בלייבט דעם מלוה׳ם,

ער גיט עם בלויז בפקדון צום לווה,

און דער ריווח באקומט ער נאר פון דעם טייל געלט וואם באלאנגט אויך איצטער צו אים ועל־דרך־זה - שכירת בהמה וכלים).

אזוי ווי א איד איז זיך נוהג מיט א צווייטן אידן,

אזוי פירט מען זיך מיט אים מלמעלה: אויב ער איז עובר אויף איסור ריבית,

ער נעמט איצט ריווח דערפאר וואם ער האט אים פריער געגעבן געלט,

איז אויך אזוי די הנהגה מלמעלה מיט אים; איצטער איז מען מלמעלה כביכול זיך ניט משתתף אויף זיין עבודה 11

; עם איז נאר פאראן דער געבן עם ״געלט״,

כה -דער קיום המצוות שלמעלה - איידער ער הייבט אן ״האנדלען״ - טאן זיין עבודה; דאס גיט אים כח צו טאן די עבודה.

בשעת אבער ער איז מקיים מצות ריבית,

פירט מען זיך מיט אים אויר מלמעלה,

אז ניט נאר וואס מ׳גיט אים פריער כח צו טאן די עבודה,

נאר מ׳איז זיף מלמעלה מיט אים משתתף איצטער,

אין דער עבודה אליין -"הקב״ה קורא ושונה כנגדו".

און דאס איז די שייכות פון מצות ריבית מיט קבלת עול שמים און מיט יציאת מצרים: מצות ריבית איז א ענין

(וסדר)

כללי 12 ,

דורך איר ווערט כביכול דער אויבערשטער א שותף מיט דעם אידן אין זיין עבודה - קבלת עול שמים

(קיום המצוות)

און וויבאלד אז ער איז פארבונדן מיטן אויבערשטן,

גייט ער ארויס פון אלע מצרים והגבלות -יציאת מצרים.

ו.

צדיקים דומים לבוראם 13 .

פונקט ווי די הנהגה פון דעם אויבערשטן איז,

אז ניט נאר וואם ער גיט פריער כח אויף דער עבודה פון תורה און מצוות,

נאר אויך שפעטער,

ווען אידן זיינען שוין מקיים מצוות בפועל,

איז אויך ער מקיים די מצוות וואס אידן טוען; די זעלבע הנהגה איז אויך כביכול ביי צדיקים ובי־ חוד בא נשיאי ישראל - וואס זיי זיינען דער ממוצע המחבר אידן מיטן אוי־ בערשטף 14

- אז ניט נאר וואם זיי גיבן א כח צו זייערע שלוחים צו טאן דערנאך זייער שליחות,

נאר אויך זיי אליין טוען די זעלבע עבודה וואם זיי האבן ארויפ־ געלייגט אויף זייערע שלוחים.

אט־די הנהגה האט מען געזען בגלוי ביותר ביי כ״ק מו״ח אדמו״ר: ניט נאר וואס ער האט געשיקט שלוחים און געגעבן זיי דעם כח צו אויפטאן אין החזקת היהדות בכלל והפצת המעינות בפרט,

נאר אויך ער האט שטענדיק

(ניט נאר די ערשטע יארן,

נאר אויך די שפעטערדיקע יארן,

ווען ער האט שוין אויפגעשטעלט תלמידים ותלמידי תלמידים,

װאס זײ האבן געקענט טאן די ארבעט)

זיך אליין אפגעגעבן מיט דער עבודה.

און דאס איז א הוראה פאר אלע זיינע מקושרים והולכים בעקבותיו: מען זאל זיך ניט באנוגענען דערמיט וואס זיי האבן אויפגעשטעלט תלמידים וועלכע זיינען זיך שוין עוסק אין הרבצת התורה והפצת המעינות,

מאכנדיק א חשבון: ווי־ באלד אז די ארבעט רואם זייערע תלמידים טוען,

קומט דאך דורך זייער השפעה,

במילא וועלן אויך זיי,

די משפיעים,

באקומען דעם תוספות אור וואס ווערט נמשך דורך עבודת התלמידים: זיי דארפן שוין איצטער ניט טאן מיט א זולת,

נאר זיי וועלן זיך עוסק זיין אין תורה פאר זיך אליין.

אזא הנהגה -

באקומען ריוח

(דעם תוספות אור)

פאר דער עבודה פון אמאל - איז

(בדקות)

אן ענין פון ריבית.

מען דארף שטענדיק טאן ניט נאר מיט זיך,

נאר אויך מיט יענעם; טאן די זעלבע ארבעט וואס עם פאדערט זיך פון זייערע תלמידים.

און דער שכר פאר דער הנהגה פון זיין נזהר אין ריבית איז,

אז אויך אין זייער אייגענער עבודה וועלן זיי האבן די השתתפרת פרן רבי׳ן דעם נשיא,

ארן דורך אים - וראם ער איז ערמד בין ה׳ וביניכם - די השתתפות פון אויבערשטן,

קבלת עול שמים,

וואס דאס וועט פועל׳ן ביי זיי אויך דעם ענין פון יציאת מצרים,

דאס וועט זיי ארויסנעמען פון אלע זייע־ רע מצרים און הגבלות.

(משיחת ש״פ בהו״ב תש״י)

Reader controls and commentary are loading.