B"H
🏡

Ikar

עמוד 1002

א.

ס׳איז ידוע 1

דער טעם פון דער שמחה 2

אין ל״ג בעומר 3 ,

ווייל אין דעם טאג איז געווען די הסתלקות פון רשב״י און בשעת ההסתלקות ווערט נכלל און עולה למעלה די גאנצע עבודה און עמל וואס דער מענטש האט געהארעוועט אין תורה און מצוות זיין גאנצן לעבן 4 .

דערפאר איז דער רשב״י בשעת זיין הסתלקות,

ווען ער איז נתעלה געווארן בעילוי גדול ביותר,

האט ער דאן גע־ זאגט 5

: "בחד קטירא אתקטרנא בי׳ אחי־ דא בי׳ להטא״ - ער האט זיך פארבונדן אין א התקשרות נצחית מיטן אוי־ בערשטן חיי החיים,

און דערפאר ווען ער האט דאן געזאגט דעם פסוק 6

"כי שם צוה ה׳ וגו"׳,

"לא סיים בוצינא קדישא למימר חיים״ 7

- ער האט זיף פארבונדן ביחוד נצחי מיט בחינת "חיים".

און ווייל די עלי׳ פון יום ההסתלקות איז ״נזכרים ונעשים״ - זי ווערט אי־ בערגע׳חזר׳ט יעדן יאר אין זעלבן טאג,

דעריבער איז יעדער יאר דער טאג פון ל׳׳ג בעומר א יום שמחה.

ב.

עס שטייט אין ירושלמי 8 ,

אז ווען ר׳ עקיבא האט מסמיך געווען זיינע תלמידים ר׳ מאיר און ר׳ שמעון,

האט ער געזאגט: "ישב ר׳ מאיר תחלה

(ר׳ מאיר זאל זיצן דער ערשטער).

נתכרכמו פני ר׳ שמעון"

(איז פארטונקלט געווארן דאם פנים פון ר״ש).

האט אים ר׳ עקיבא געזאגט: "דייך שאני ובוראך מכירין כחך"

(ס׳איז דיר גענוג וואם איך און דיין באשעפער דערקענען דיין כח).

ד.

ה.

אז דער כח פון רשב״י איז געווען אזוי גרויס אז אפילו תלמידי ר׳ עקיבא האבן אים ניט דערקענט.

וועגן ר׳ מאיר׳ן זאגט די גמרא 9

: "שלא יכלו חביריו לעמוד על סוף דעתו",

אז די חכמים האבן זיך ניט געקענט דערגרונטעווען צו דער טיפקייט פון זיין דעת,

אבער פונדעסט־ וועגן,

האבן זיי פארשטאנען זיין גרויס־ קייט אויף אזוי פיל אז עס דארף זיין "ישב תחלה״.

מה־שאין־כן אין ר׳ שמעון׳ס כח האבן זיי

(און אפילו ר׳ מאיר)

קיין הכרה ניט געהאט.

נאר "אני ובוראך מכירין כחך": נאר ר׳ עקיבא

(וואם,

כמבואר בחסידות,

איז זיין עבודה געווען נאך גרע־ סער פון עבודת נדב ואביהוא,

"נכנם בשלום ויצא בשלום" 10 ),

אויף וועמען עם שטייט 11

(בנוגע דעם ענין פון עשרה הרוגי מלכות)

אז ער איז כנגד הקב״ה,

איז ״אני - ר״ע - ובוראך מכירין כחך".

לפי זה: וויבאלד אז אפילו בחיים חיותו בעלמא דין איז רשב״י געווען באין ערוך העכער פון בני דורו,

איז דאך פארשטאנדיק ווי גרויס ס׳איז געווען זיין עלי׳ אין דעם טאג פון זיין הסתלקות -איז דאך לכאורה די עלי׳ און שמחה פון ל״ג בעומר א סך העכער פון צו האבן א שייכות צו אנדערע.

עם װערט אבער דערציילט 12

װעגן איינעם פון די תלמידי האריז״ל,

אז ער פלעגט זאגן די תפלה ״נחם ה׳״ בברכת המזון 13

(און פון דעם לשון הסיפור סתם,

אז ער האט געזאגט "נחם" בברכת המזון,

איז משמע אז ער פלעגט זאגן "נחם" אויך אין שבת און יום־טוב)

ווען ער איז ל״ג בעומר געקומען קיין מירון זיך צו משתטח זיין על קבר הרשב״י און האט אויך דאן געזאגט "נחם",

האט רשב״י מקפיד געווען פאר זיין

(דעם תלמיד האריז״ל)

זאגן "נחם" "ביום שמחתו"

(פון רשב״י),

ביז אז די קפידא האט אים גע־ שאדט.

דער ביאור אין דעם איז: רשב״י איז געווען פון די נשמות ביי וועמען ס׳איז ניט געווען דער ענין החורבן 14 ,

ובמילא,

האט ניט קיין ארט צו פילן דעם חורבן ביום שמחתו

(וגילוי שלו).

זעט מען דערפון צוויי זאכן:

(א)

אז ס׳איז דא אן ענין אין ל״ג בעומר וואס קיין טאג האט עם ניט

(אפילו שבת און יום־טוב האבן עם ניט).

והראי׳,

אז דער תלמיד האריז״ל איז נענש געווארן נאר פאר זיין זאגן "נחם" אין ל״ג בעומר און ניט פאר דעם זאגן "נחם" אויך אנדערע ימי שמחה

(שבת ויום־טוב).

(ב)

אז די שמחה פון הילולא דרשב״י איז פאר אלע אידן,

אפילו דער וואס איז ניט העכער פון דעם ענין החורבן

(וואס דערפאר האט ער אלע טאג געזאגט "נחם"),

אויך ער האט ביום שמחת הילולא דרשב״י זיך ניט געדארפט מצטער זיין,

נאר געדארפט זיין בשמחה.

דאס הייסט,

אז ענינו של רשב״י איז צו פארבינדן צוויי קצוות: ממשיך זיין דעם גבוה גבוה ביותר,

אפילו די מדריגה פון "בחד קטירא אתקטרנא",

און ביז אראפברענגען דאס אין מטה מטה ביותר 15 .

ג.

די צוויי קצוות געפינט מען ביי רשב״י אויך בנוגע לימוד התורה און בפסקי דינים בנגלה דתורה.

עס שטייט: "לא ימוש ספר התורה הזה מפיך" 16 .

איז אין ברייתא פאראן א פלוגתא 17

: ר׳ ישמעאל האלט אז דאס מיינט מען ניט "ככתבן"

(ווערטערלעך),

אז מ׳זאל בפועל ממש קיין מאל ניט אויפהערן צו לערנען,

נאר "הנהג בהן מנהג דרך ארץ",

אז מ׳דארף זיר אויך עוסק זיין אין זייען,

אקערן וכדומה.

רשב״י האלט,

אז דאס מיינט כפשוטו,

אז מען דארף טאקע לערנען תורה א גאנצן טאג,

און ווען אידן טוען דעם אויבערשטנס רצון,

ווערט דאן זייער מלאכה געטאן "ע״י אחרים".

און די גמרא איז מסיים: "הרבה עשו כר׳ ישמעאל ועלתה בידן כרשב״י ולא עלתה בידן"

(א סך האבן געטאן ווי ר׳ ישמעאל און ס׳איז זיי געלונגען; א סך האבן געטאן ווי רשב״י און זיי איז עס ניט געלונגען).

זעט מען דערפון,

אז דער סדר לימוד התורה פון רשב״י איז העכער פון הגבלת העולם און די וועלט קען אזא סדר ניט אויפנעמען,

וואס דערפאר איז "ולא עלתה בידן".

און פונדעסטוועגן - כאטש רשב״י אליין האט זיך אלע מאל נוהג געווען אין דעם סדר פון העכער פון וועלט,

ס׳איז געווען "תורתו אומנתו" 18

;

- איז ווען רשב״י מיט זיין זון ר׳ אלעזר זיינען ארויס פון דער מערה אין וועלכער זיי זיינען געווען דרייצן יאר,

(וואם זייענדיק אין דער מערה צוועלף יאר,

ובפרט דעם דרייצנטן יאר,

איז ער גוואלדיק נתעלה געווארן בתורה),

איז ״כל היכא דהוה מחי ר׳ אלעזר״ - אומע־ טום וואו ר׳ אלעזר האט מעניש געווען פאר דער הנהגה פון אקערן און זייען כר,

ווייל ער האט ניט געקענט פארנע־ מען ווי "מניחין חיי עולם ועוסקין בחיי שעה״ - "הוי מסי ר׳ שמעון",

ניט נאר האט רשב״י ניט מעניש געווען,

נאר אדרבה,

ער האט גאר אויסגעהיילט דאס וואס "מחי ר׳ אלעזר״”.

דער טעם פון זיין מסי,

האט ער מבאר געווען צו ר״א׳ן: "די לעולם אני ואתה" 19

: אונזער עסק התורה

(אין אן אופן פון "תורתו אומנתו")

איז גענוג פאר די וועלט.

נאך מערער געפינט מען,

אז רשב״י זאגט 20

: "אפילו לא קרא אדם אלא קריאת שמע שחרית וערבית קיים לא ימוש"

(אפילו ווען א מענטש האט נאר געלייענט קריאת שמע - און ס׳איז דא א דיעה 21

אז דער עיקר פון קריאת שמע איז בלויז דער ערש־ טער פםוק - האט ער מקיים געװעז ״לא ימוש״).

ד.

ה.

אז בשעת אײנער קען בשום אופן ניט לערנען תורה א גאנצן טאג,

צי ווייל ער איז על פי תורה פארנומען,

אדער ווייל ער איז אן עם־ הארץ 22

איז ער ניט נאר פטור פון לימוד התורה כל היום ווייל ער איז אן אנוס און "אונם רחמנא פטרי"/ נאר ער איז דורך קריאת שמע טאקע מקיים די מצוה פון לימוד התורה און אין אן אופן פון "לא ימוש" 23 .

דאס איז דער כוח פון רשב״י צו ממשיך זיין פון דער העכסטער דרגא פון תורה - "לא ימוש" כפשוטו וואס דאס איז די נצחיות און אין־סוף פון לימוד התורה - אויך צו אזא וואס קען לערנען ניט מער ווי "פסוק אחד שחרית ופסוק אחד ערבית",

אז אויך צו אים,

אין די תורה וואם ער לערנט,

ווערט נמשך בחינת נצחיות התורה.

ד.

נאך מערער: ניט נאר האט רשב״י ממשיך געווען בחינת נצחיות התורה אין "עולם כמנהגו" על־פי תורה

(ווארום על־פי תורה איז דאך "ואספת דגנך",

און די לעולם אני ואתה),

נאר ער האט נאך מתקן געווען אין וועלט,

וואם תיקון איז דאך שייך נאר אין א זאך וואס איז שלא כדבעי,

און דארף האבן תיקון.

און ס׳איז ניט געווען אין אן אופן אז ווען ער האט דערזען א חסרון און האט אים ניט געקענט סובל זיין איז דעמאלט האט ער אים מתקן געווען,

נאר ער האט אליין געזוכט און זיף נאכגעפרעגט 19

: "איכא מילתא דבעי לתקוני",

צי ס׳איז עפעס דא א זאך אין עולם וואס דארף האבן א תיקון - וועט ער עס מתקן זיין.

און גערעדט האט זיך דאס וועגן אזא ארט וואו ס׳איז געווען א ספק טומאה

(היפך פון טהרה,

יסוד והתחלת העבודה) 24

און אין טומאה גופא - טומאת מת,

אבי אבות הטומאה 25 ,

טומאה חמורה ביותר - און אט־דעם ארט האט רשב״י מתקן געררען און געמאכט פאר א מקום דירה,

ניט נאר פאר ישראלים און לויים נאר אויך פאר כהנים.

ווען האט רשב״י זיך געקענט אראפ־ לאזן און דאס מתקן זיין - דוקא נאך דעם ווי ער איז נתעלה געווארן בעילוי אחר עילוי בלימוד התורה; זייענדיק דעם דרייצנטן יאר אין דער מערה 26

; דוקא דעמאלט מצד דעם גבוה ביותר,

האט ער געקענט ניט נאר זיך אראפ־ לאזן אין וועלט

(עולם כמנהגו),

נאר אויך מתקן זיין דארט א זאך וואס פאדערט תיקון 27 .

ה.

נאך מערער: רשב״י האט גע־ זאגט 28

: "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין",

אז ער קען מלמד זכות זיין און אראפנעמען די מדת הדין פון אלע אידן,

זיי זאלן ניט געשטראפט ווערן פאר זייערע זינד -וואס דאס איז נאך א גרעסערע ירידה.

לאחרי חטא עץ הדעת איז מיתה

(וטומאתה)

בטבע הבריאה.

עס איז ניט דורך דער בחירת האדם.

אבער עוונות

(וואס זיי ברענגען דעם "דין")

זיינען נידערי־ קער,

ווייל דאס ברענגט מען אריין דורך בחירה,

און פונדעסטוועגן איז רשב״י יורד אויך אהין

(ווארום בכדי צו מלמד זכות זיין אויף יענעם מוז מען זיך אין אים אריינטראכטן 29 ,

צו אים זיך "אראפלאזן" 30 ),

בכדי צו אראפנעמען פון אים דעם דין.

און די ירידה איז ניט על־דרך ווי די ירידה פון "לך רד" 31 ,

אז מען האט געמוזט יורד זיין; רשב״י האט אליין אויס־ געקליבן,

מיט זיין אייגענעם רצון,

צו "לפטור את כל העולם כולו מן הדין".

און דער כוח און דער רצון ביים רשב״י צו יורד זיין אזוי נידעריק,

איז ביי אים געווען דווקא מצד דעם וואם ער אליין איז געווען גאר הויך,

ער איז געווען פון די "בני עלי׳ והם מועטין" 32 .

ו.

סיפורי רז״ל וועגן דער הנהגה פון רשב״י

(ווי אלע סיפורים פון תורה)

זיינען א הוראה און א נתינת כוח פאר אלע דורות שלאחריו,

ובפרט פאר די דורות האחרונים וואס האבן זוכה געווען צום גילוי פון פנימיות התורה -תורתו של רשב״י:

עם דארף זיין "יפוצו משנותיך חוצה" - דער פארבונד פון ביידע קצוות: מען דארף נעמען ניט נאר פון נהר און ניט נאר פון די מי המעין,

נאר דער מעין אליין,

און אים מפיץ זיין און - ביז אין "חוצה",

ביז אין דעם "חוצה" וואם איז זיכער חוצה

(ד.

ה.

אז עס איז ניטא קיין חוצה הימנו בערך פון וועלכן ער איז פנים).

און דער "יפוצו מעינותיך חוצה" איז א הכנה קרובה צום "אתי מר",

ביאת משיח צדקנו,

וואט אויך ביי אים וועט דאך זיין די הנהגה פון יחוד ב׳ הקצוות: צוזאמען דערמיט וואט ער וועט לערנען תורה ואפילו לאבות און משה רבינו 33 ,

וועט ער זיך פארנעמען אויך מיט דלים,

ווי עט שטייט 34

: "ושפט בצדק דלים",

ביז ער וועט פועל׳ן אויך אויף דעם "צפעוני" און זיין הנהגה.

און דאם אלעס איז אפהענגיק אין אונזער איצטערדיקער עבודה: מען דארף צוגרייטן א דור,

וואס אויך קינ־ דער זאלן לערנען פנימיות התורה,

ווי רשב״י האט אנגעזאגט אז בדרא דמשי־ חא וועט זיין אזוי ווי אין זיין דור אז אויך ״רביא״

(םײ קינדער בשנים און סיי קינדער בדעת)

וועלן לערנען פנימיות התורה* 34 .

און דורך תורתו של רשב״י,

איז "כדאי הוא ר׳ שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק" 35 ,

ווי עס שטייט אין ספרים דער טייטש,

אז בשעת המיצר והדוחק

(פון גלות)

דארף מען זיך פארלאזן אויפן רשב״י וואס ער האט אויף זיך גענומען

(אם יצטרף אחי׳ השילוני עמו)

צו פטר׳ן די גאנצע וועלט מן הדין,

עד ימות המשיח 36 ,

"בהאי חיבורא דילך כו׳ יפקון בי׳ מן גלותא ברחמי" 37

(אז מיט דעם ספר הזהר,

פנימיות התורה,

וועלן די אידן ארויסגיין פון גלות מיט רחמים),

אז אין וועלט וועט נמשך ווערן ענינו של רשב״י,

וואם ער איז געווען העכער פון חורבן און גלות כנ״ל.

און דאם וועט נמשך ווערן בכל העולם כולו,

און אפילו דארטן וואו עס פאדערט זיך א תיקון,

ביז אין אן ארט וואו ס׳איז פאראן טומאה - וועט זיין "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ" 38 ,

און אויך דער ארט וועט ווערן א מקום דירה,

ניט נאר פאר ישראלים און לויים,

נאר אויך פאר כהנים,

אידן ווי זיי זיינען בדרגת ״ואתם - יעדערער פון אייך -תהיו לי ממלכת כהנים" 39

און "אלקיכם כהן הוא״ 40

- אז ארץ ישראל תתפשט בכל העולם כולו 41 ,

די גאנצע וועלט וועט זיין ארץ ישראל,

און וועט ווערן א דירה לו יתברך.

(משיחת ל"ג בעומר תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.