B"H
🏡

Ikar

שבועות א

א.

מ׳האט שוין גערעדט פיל מאל 1 ,

אז ספירת העומר איז א הכנה צו מתן תורה.

וואס דערפאר איז גלייך ווי עס ווערן פארענדיקט די ניין און פערציק טעג פון ספירת העומר קומט דער יום־ טוב שבועות - מתן תורה.

די שייכות פון ספירה מיט מתן תורה דריקט זיך אויס אויך אין דעם,

וואס ביידע,

ספירה און מתן תורה,

זיינען פאר־ בונדן מיט יעדן אידן אלס א פרט: אויף ספירת העומר זאגט די גמרא 2

שתהא ספירה לכל אחד ואחד

(אז יעדער איד באזונדער דארף צײלן ספירה.

װאס דער־ מיט איז ספירת העומר אנדערש פון ספירת שמיטין ויובלות: ספירת שמיטין ויובלות איז דוקא דורך בית־דין - ס׳איז איין ספירה פאר אלע אידן,

אבער ספירת העומר ציילט יעדער איד באזונדער,

פאר זיך)

; און אזוי איז אויך מתן תורה ניט בלויז פארן כלל ישראל,

נאר דער אויבער־ שטער זאגט צו יעדן אידן באזונדער 3

"אנכי ה׳ אלקיך"

(לשון יחיד),

יעדן אידן באזונדער גיט דער אויבערשטער די תורה,

ער זאגט יעדן באזונדער אן ער זאל לערנען און מקיים זיין אלע תרי״ג מצוותי 4

און גיט אים ביחוד כוח

(אלקיך 5 )

אויף דעם.

ב.

דערמיט איז מבאר דער אלטער רבי אין לקו״ת 6

דעם לשון הפסוק: "תספרו חמישים יום",

הגם אז מען ציילט דאך נאר ניין און פערציק טעג,

ווייל דורך דעם ציילן די ניין און פערציק טעג - וואס דורך דעם איז מען ממשיך די מ״ט שערי בינה - ווערט אויפן פופ־ ציקסטן טאג נמשך דער שער החמישים - דער ענין פון מתן תורה 7 .

די מ״ט שערי בינה ווערן נמשך דורך דער עבודה פון ספירת העומר - דורך יעדן מאל ציילן ווערט נמשך א שער

(דעריבער איז דער לשון פון ספירת העומר: יום אחד,

שני ימים,

שלשה ימים וכו׳ - א מספר וואס נעמט אין זיר אריין אויך די פריערדיקע טעג,

און ניט קיין מספר סידורי פון יעדן צוקומענדיקן טאג באזונדער: יום שני,

יום שלישי וכו׳ - ווייל יעדן טאג,

מיט יעדן מאל ציילן ספירה,

קומט צו די המשכה פון נאך א שער: דעם ערשטן טאג איז מען ממשיך איין שער,

דעם צווייטן טאג - האט מען צוויי שערים,

דעם דריטן טאג - דריי א.

א.

וו.),

דעם שער הנו״ן אבער קען מען דורך עבודה ניט ממשיך זיין,

ווייל ס׳איז אזא בחינה וואוהין עבודת הנבראים דערלאנגט ניט.

פונדעסט־ וועגן,

נאך דעם וואס מען איז ממשיך די מ״ט שערים דורכן ציילן ניין און פערציק טעג,

ווערט דורך דעם אויפן פופציקסטן טאג געגעבן מלמעלה דער שער הנו״ן,

בדרך אתערותא דלעילא.

און דאס מיינט "תספרו חמישים יום",

אויך דער שער הנו״ן - ווייל ער ווערט טאקע געגעבן אבער נאר נאך דער ספירה פון די "שבע שבתות תמימות" 8 .

ג.

כאטש אז דער שער הנו״ן,

וואם ווערט נמשך אין יום החמישים לעומר,

איז פארבונדן מיט מתן תורה,

פונדעסט־ וועגן זאגט דער אלטער רבי אין שו״ע 9

להלכה,

אז דאס וואס מיר זאגן אין שבועות "זמן מתן תורתינו",

איז עם ווייל לויט אונזער איצטיקן חשבון פון קביעות החדשים פאלט אויס שבועות אלע מאל בששה בסיון,

און דעם זעקסטן טאג פון סיון איז געווען מתן תורה 10 .

אבער ווען בית דין פלעגט מקדש זיין דעם חודש על־פי הראי׳ דורך עדים,

האט חג השבועות - דער יום החמישים לעומר - געקענט אויסקומען אויך דעם פינפטן טאג אין סיון

(ווען לויט קידוש על־פי הראי׳ זיינען די חדשים ניסן און אייר ביידע געווען מלאים)

אדער דעם זיבעטן טאג אין סיון

(ווען ניסן און אייר זיינען ביידע געווען חםרים) 11 .

דע־ מאלט,

איז כאטש אז ביום החמישים לעומר מאכט מען יום־טוב שבועות

(ווייל,

ווי ער זאגט אין דער סדרה,

איז יום טוב שבועות ניט אפהענגיק אין דעם טאג פון מתן תורה נאר אין דעם יום החמישים לעומר),

וויבאלד אבער ס׳איז ניט בששה בסיון,

זאגט מען ניט "זמן מתן תורתינו" 12 .

דערפון זעט מען,

אז אין מתן תורה זיינען דא צוויי ענינים: איין ענין אין מתן תורה איז פארבונדן מיטן יום החמישים לעומר,

וואם אין דעם טאג ווערט נמשך דער שער הנו״ן.

א צווייטער ענין אין מתן תורה איז פארבונדן מיטן טאג פון ששה בסיון 13

און דוקא צוליב דעם ענין זאגט מען "זמן מתן תורתינו".

דער חילוק בעבודה צווישן די צוויי ענינים איז: דער ענין אין מתן תורה וואס איז פארבונדן מיט יום החמישים לעומר קומט נאך דער הקדמה פון עבודת האדם,

זיין עבודה איז ניט גענוג צו ממשיך זיין די המשכה פון שער החמישים,

און זי קומט מלמעלה בדרך אתערותא דלעילא,

אבער דאך ווערט זי נמשך דוקא נאך דער שלימות פון עבודת האדם 14 ,

נאך דעם ווי ער פאר־ ענדיקט די עבודה פון מ״ט ימי הספירה ווערט ער א כלי צו אט דער המשכה פון מתן תורה.

אבער דער ענין אין מתן תורה וואם איז פארבונדן מיט יום הששה בסיון,

איז בכלל ניט אפהענגיק פון דעם אדם מיט זיין עבודה.

דאס איז אזא נתינה וואס האט צו טאן נאר מיט תורה,

און מצד תורה איז איר זמן ביום הששי - בששה בסיון 15 .

ד.

די צוויי ענינים אין מתן תורה - פון יום החמישים לעומר און פון יום הששי בסיון - קענען קו־ מען אין באזונדערע זמנים.

ניט נאר בזמן שהיו מקדשים החודש על־פי הראי',

וואס דאן האט שבועות

(דער יום החמישים לעומר)

געקענט אויספאלן בחמישי בסיון אדער בשביעי בסיון,

נאר אפילו איצט 16 ,

ווען ניסן איז אלעמאל מלא און אייר חסר,

קען ביי א יחיד גע־ מאלט זיין אז די צוויי ענינים זאלן נמשך ווערן אין צוויי פארשידענע זמנים:

ס׳איז ידוע אז צוליב דעם וואס די ערד איז א כדור’ 6,

(ווי א קוגל),

ארן די זון

(וואס לויט איר גאנג ווערן באש־ טימט די טעג)

קרייזט ארום דעם כדור הארץ,

מוז זיין א געוויסער קו

(ליניע)

אויף דער ערד

("קו התאריך"),

וואם דארטן טיילן זיך פאנאנדער די טעג,

און דער ארט פון איין זייט קו איז אפגערוקט אין צייט מיט א

(קארגן)

מעת־לעת פון דעם ארט אויפן צווייטן זייט פון דעם קו.

במילא ווען עמעצער גייט אריבער אט־דעם קו,

וועט ער איבערשפרינגען א ״טאג״

(נאך זונטיק וועט קומען דינסטיק והדומה),

אים וועט אויספעלן א מעת־לעת - אויב ער גייט פון מזרח צו מערב,

אדער אים וועט צוקומען א מעת־לעת

(א זונטיק נאך א זונטיק)

- אויב ער גייט פון מערב צו מזרח,

קעגן דעם גאנג פון דער זון.

ווען איינער פארט אריבער דעם פלאץ

(קו התאריך)

אין מיטן פון די ספירה־טעג,

איז וויבאלד אז די מצוה פון ספירת העומר ליגט אויף יעדן יחיד באזונדער,

דארף ער ציילן זיין ספירה,

לויט דעם חשבון פון זיינע טעג,

רואס איז דאך ניט אפהענגיק פון דער ספירה וואס ווערט געציילט דורך עמיצן אנ־ דערש,

אויף דעם זייט פון קו התאריך וואו ער איז געקומען.

לדוגמא: פסח שחל בשבת און איינער פארט פון מזרח צו מערב און מאנטיק נאך דעם ציילן דעם צווייטן טאג פון ספירה איז ער אריבערגעפארן דעם קו

(וואס דארט איז - דינסטיק),

איז בשעת עס קומט די נעקסטע נאכט דארף ער ציילן די ספירה וואס קומט נאך זיין צווייטער ספירה -ד.

ה.

די דריטע ספירה,

כאטש אז אלע,

וועלכע געפינען זיך אין דעם ארט וואו ער איז געקומען זינט דעם אנהויב פון די ימי הספירה,

ציילן שוין דעמאלט

(מיטוואך)

די פערטע ספירה; און אזוי אויך - אויב ער איז אריבערגעפארן דעם קו פון מערב צו מזרח,

דארף ער ציילן די דריטע ספירה,

כאטש אז אלע אין יענעם ארט האלטן ערשט ביי דער צווייטער ספירה.

ווייל,

ווי געזאגט פריער,

ספירת העומר איז ניט קיין מצוה אויף דעם כלל אידן,

נאר ס׳איז א מצוה אויף יעדן יחיד באזונדער,

צו ציילן זיינע טעג,

וויפל טעג עס זיינען ביי אים אדורך פון זיין אנהויב ספירת עומר 17 .

בנוגע שבת און אנדערע ימים־ טובים דארף דער יחיד זיי אפהיטן לויטן חשבון פון די תושבים וואס געפינען זיך אין יענעם ארט.

ס׳איז ניט קובע צי ביי אים,

אריבערגײענ־ דיק דעם קו,

איז דער זיבעטער טאג דער זעלבער ווי ביי די איינוואוינער פון ארט,

ווייל די קביעות פון שבת איז ניט איבערגעגעבן געווארן צו יעדן יחיד באזונדער 18

; דאס זעלבע איז בנוגע יום־טוב,

וואס הענגט אפ אן קביעות החודש וועלכע איז באשטימט דורך איין בית דין פאר אלע אידן און

(בזמן הזה)

דורך זייער חשבון.

(און אזוי איז עם אויך בנוגע ר״ה,

יו״כ).

אנדערש איז עס אבער ביי ספירת העומר,

וואט דארף זיין "לכל אחד ואחד",

איז וויבאלד אז די מצוה פון ספירה איז פאר יעדן יחיד באזונדער,

איז דאך מובן,

אז אריך אין דעם חשבון פון ספירה איז ער ניט אפ־ הענגיק פון דעם חשבון פון א צווייטן,

ווארום די מצוה איז - ער זאל ציילן די טעג וואס זיינען אדורך ביי אים 19 .

ה.

ווי געזאגט בכתוב,

איז דער יום־ טוב שבועות ניט פארבונדן מיט א גע־ וויסן טאג פון חודש,

נאר מיטן חשבון פון ספירת העומר - דער פופציקסטער טאג פון עומר איז שבועות,

און דער־ פאר האט טאקע אמאל,

בזמן שהיו מקדשים החודש על־פי הראי׳,

געקענט אויספאלן שבועות בה׳ בסיון,

בו׳ בסיון,

אדער בז׳ בסיון.

אט די שייכות פון שבועות צו ספירת העומר מיינט ניט אז דער עצם יום־טוב שבועות ווערט אויפגעטאן דורך דער ספירה - אז די ניין און פערציק טעג,

וועלכע מען ציילט בפועל,

אדער מען איז זיי מחוייב צו ציילן,

זיי טוען אויף אז דער טאג וואס נאך זיי זאל זיין יום־טוב - ווארום מיר זעען דאך,

אז אויך די וואם האבן ניט דעם

(חיוב פון)

צו ציילן

(ווי קטנים,

וואס זיינען געווארן בני מצוה בימי הספירה,

אדער גרים וואס האבן זיך מגייר געווען בימי הספירה),

איז ביי זיי מדאורייתא יום־טוב שבועות בעת עס קומט דער פופציקסטער טאג פון צווייטן טאג פסח.

(ועוד - ס׳איז פא־ ראן דיעות,

און אזוי איז די הלכה 20 ,

אז בזמן הזה איז די מצרה פון ספירת העומר בלויז דרבנן,

און יום־טוב שבועות איז דאך דאורייתא)

: מצד וואס ווערט ביי זיי געשאפן דער יום־טוב שבועות,

וויבאלד אז ביי זיי איז דאך ניט געווען דער ענין פון די מ״ט ימי הספירה?

- מען קען ניט זאגן,

אז די ספירה פון כלל ישראל שאפט אויך ביי זיי דעם יום טוב,

ווייל זיי גייען נאך נאכן כלל -ווארום מיר געפינען ניט אזא מציאות ווי "ספירה

(העומר)

פון כלל ישראל",

ווי געזאגט פריער,

די מציאות איז - יעדער איד ציילט ספירה פאר זיך אליין -

איז פארשטאנדיק,

אז דער יום־ טוב שבועות ווערט ניט געשאפן דורך ספירה.

ס׳איז נאר,

וואס דער זמן פון דעם יום־טוב האט די תורה קובע געווען אין יום החמישים לעומר,

ד.

ה.

אז די ימי הספירה ווייזן בלויז אן,

זיינען מברר דעם זמן פון שבועות: אז דער טאג וואס נאך זיי איז יום־טוב.

און דער ענין פון ימי הספירה,

(ווי אן אנ־ ווייזונג און בירור),

איז שייך צו יעדן איינעם: ווען ער שטייט אין א טאג וואס אויב ער וואלט געווען מחוייב בספירה וואלט ער פאר דעם טאג אנגעציילט ניין און פערציק טעג איז דאס א בירור אז דער טאג איז שבועות.

ובמילא,

ווען ביי איינעם ווערן פאר־ ענדיקט די מ״ט ימי הספירה פריער אדער שפעטער ווי ביי אנדערע,

זיינען די ימי הספירה וואס זיינען דורכגעגאנגען ביי אים מברר אז ער דארף פראווען דעם יום־טוב שבועות,

אין דעם טאג וואס קומט גלייך נאך זיינע ימי הספירה 21

(מ׳קען ניט זאגן,

אז כאטש לגבי ספירה האט ער זיך זיין אייגענעם חשבון זאל ער אבער לגבי שבועות נאכגיין נאכן כלל - ווייל די איינציקע קביעות און סימן ווען איז שבועות - איז אז דאס איז דער פופציקסטער טאג פון ימי הספירה,

אן ענין וואס האט גארניט צו טאן מיטן כלל,

נאר מיט יעדן יחיד באזונדער) 22 .

דאס אלץ איז בנוגע דעם יום־טוב שבועות,

וואם זיין זמן האט די תורה ניט באשטימט אין א געוויסן טאג פון חודש,

נאר ער איז אפהענגיק אין די ניין און פערציק טעג פון ספירת העומר.

מה־שאין־כן בנוגע זאגן "זמן מתן תור־ תינו",

וואס דאס איז פארבונדן מיט ששה בסיון,

- כנ״ל,

פון אלטן רבי׳ן -איז כאטש אז ער פראוועט טאקע דעם יום־טוב שבועות פריער מיט א טאג אדער שפעטער מיט א טאג,

וויבאלד אבער ס׳איז ניט ששה בסיון,

קען ער ניט זאגן "זמן מתן תורתינו".

און אפילו אויב ער איז דורכגעפארן דעם קו התאריך נאך ראש־חודש סיון

(ובמילא איז דער יום החמישים לעומר ביי אים דער זעקסטער טאג זינט פון זיין ראש החדש),

פונדעסטוועגן קען ער ניט זאגן "זמן מתן תורתינו",

ווייל בנוגע קביעות ימי החודש געפינען מיר ניט קיין חילוק פון קביעות יום הראש חודש,

וואם איז ניט געגעבן געווארן צום חשבון הפרטי פון יעדן איינעם,

כנ״ל.

ו.

פון דעם אלעם קומט ארויס דער דין:

בעת איינער איז אריבערגעפארן דעם קו התאריך אויפן וועג פון מערב צו מזרח,

איז דער פינפטער טאג אין סיון ביי אים דער פופציקסטער טאג פון ספירה - יום־טוב שבועות,

בנוגע אלע דינים

(א חוץ וואס "זמן מתן תורתינו" קען ער ניט זאגן).

און ששה בסיון איז ביי אים יום־טוב שני של גליות

(אויב ער איז א בן חוץ־לארץ).

און אזוי אויך ווען איינער איז אריבערגעפארן דעם קו התאריך אין דער פארקערטער ריכטרנג,

פון מזרח צו מערב,

איז שביעי בסיון ביי אים יום־טוב שבועות,

און שמיני בסיון איז ביי אים

(אויב ער איז א בן חוץ־לארץ)

- יום טוב שני של גליות.

ז.

דער ביאור דערפון אין עבודת האדם:

די עבודה פון ספירת העומר איז בירור המדות,

וואס דערפאר ציילט מען ספירה ניין און פערציק טעג,

"שבע שבתות תמימות",

צו מברר זיין די זיבן מדות,

וואס יעדער מדה איז כלול פון אלע זיבן,

און מאכן זיי תמימות.

בשעת א איד פארענדיקט זיין עבודה אין בירור המדות גיט מען אים מלמעלה דעם ענין פון תורה,

וואס קומט נאך די מ״ט ימי הספירה.

ס׳איז ניט קובע פאר אים וואס עס טוט זיך מיט אנדערע: האט ער פארענדיקט צו מברר זיין זיינע מדות,

גיט מען אים גלייך

(שער הנו״ן)

די תורה - כאטש אז אנדערע זיינען נאך דערצו ניט גרייט; האט ער נאך ניט מברר געווען זיינע מדות,

דארף ער נאך ווארטן ביז ער וועט פארענדיקן מברר זיין זיינע מדות - כאטש אז אנדערע באקומען די תורה.

דאס איז אבער נאר בנוגע דעם טייל פון מתן תורה וואס קומט נאך דער עבודת האדם.

אבער דער ענין אין מתן תורה וואס איז ניט פארבונדן מיט עבודת האדם,

וואס איז לגמרי העכער פון דעם,

וואס אין דעם איז ניט נוגע זיין עבודה אין בירור המדות - האט זיך זיין זמן פאר אלעמען גלייך - ששי בסיון 23 .

(משיחות חג השבועות תשי״ז ותשכ״א)

Reader controls and commentary are loading.