B"H
🏡

Ikar

עמוד 993

א.

אין פ׳ קדושים רעדט זיך װעגן דעם איסור פון ערלה

(ניט צו עסן די פירות פון א בוים װאס װאקסן אוים אין די ערשטע דרײ יאר).

זאגט די משנה 1

: ״נטיעה של ערלה כו׳ שנתערבו בנטיעות,

הרי זה לא ילקוט,

ואם לקט יעלה באחד ומאתים" דער דין ביי ערלה איז,

אז ווען עם מישן זיך אוים פירות ערלה און פירות היתר,

ווערן זיי בטל ווען אין די פירות היתר איז פאראן צוויי הונדערט מאל אזוי פיל ווי די ערלה־פירות.

(די מערסטע איסורים פון תורה ווערן בטל ברוב

(אדער בששים)

און ערלה - באחד ומאתים).

דער דין איז נאר בדיעבד,

אויב עם האט זיך שוין אויסגעמישט.

לכתחילה אבער טאר מען ניט אויסמישן פירות ערלה אין אנדערע פירות כדי זיי מבטל זיין,

- "אין מבטלין איסור לכתחילה" 2 .

זאגט די משנה: אז עס מישט זיך אויס א נטיעה

(פלאנץ)

וואס איז ערלה צווישן צוויי הונדערט היתר׳דיקע נטיעות,

און מען קען ניט דערקענען וועלכע נטיעה איז ערלה - טאר מען לכתחילה ניט מלקט זיין

(אראפקלייבן)

די פירות פון די נטיעות,

ווארום דאן ווערן דאך די פירות ערלה בטל

(קומענדיק פון א נטיעה וואם האט עולה געווען באחד ומאתים).

און דער דין איז אז לכתחילה טאר מען אן איסור ניט אויסמישן אין היתר בכדי צו מבטל זיין דעם איסור.

אבער בדיעבד,

ווערט עס בטל.

דעם טעם פארוואס די פירות ערלה ווערן בטל דוקא נאכן מלקט זיין,

אבער כל־זמן די פירות זיינען אויף די נטיעות ווערט ניט בטל די נטיעה פון ערלה אין די אנדערע נטיעות איז,

ווייל "מחובר לא בטל" 3 .

ב.

אלע ענינים פון נגלה דתורה,

זיי־ נען א הוראה אויך אין עבודה הרוחנית פון א אידן:

ס׳איז א כלל אין תורה,

אז מיעוט ווערט בטל אין רוב.

קען דאך א איד טראכטן: וויבאלד אז "אתם המעט מכל העמים",

אידן זיינען א מינדערהייט צווישן אלע פעלקער - ווי איז מעגלעך אז אידן זאלן האבן דעם כוח ניט צו ווערן אויסגעמישט און ניט ווערן בטל צו די אומות העולם,

צווישן וועלכע זיי געפינען זיך שוין אזויפיל הונדערטער יארן?

אויף דעם איז די הוראה: וויבאלד אז אידן אומעטום,

וואו נאר זיי געפינען זיך,

זיינען זיי מחובר מיט זייער מקור,

מיטן אויבערשטן,

קענען זיי ניט ווערן אויסגעמישט,

זיי זיינען אלע מאל אן ״עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב״ 4

-א פאלק פאר זיך.

פונקט כביכול ווי דער אויבערשטער איז "אני הוי׳ לא שניתי" 5 ,

אין אים איז קיין מאל קיין שום ענדערונג ניטא,

ער איז הי׳ הוה ויהי׳ בשוה 6 ,

אזוי זיינען אויך אידן - דורך ואתם הדבקים,

זייער חיבור מיטן אויבערשטן - אייביק גאנץ,

ווי דער פסוק פירט אויס: "ואתם בני יעקב לא כליתם",

אז אין זיי איז ניט שייך קיין כליון ח״ו.

נאך א פירוש 7 ,

אז דער פסוק "אני הוי׳ גו׳ ואתם בני יעקב וגו"׳ איז מיט א תמי׳: וויבאלד אז "אני הוי׳ לא שניתי",

איז פארוואס "ואתם בני יעקב לא כליתם",

פארוואם פועל׳ט ניט די ידיעה א כלות הנפש ביי אידן?

אזוי ווי אלע פירושים פון א פסוק זיינען פארבונדן צווישן זיך 8 ,

איז דא אויך מרומז,

אז אפילו דער איד וואס געפינט זיך אין א מצב אז די ידיעה פון אני הוי׳ לא שניתי פועל׳ט ניט אויף אים קיין כלות הנפש

(פירוש השני),

איז ער אויך דאן מחובר במקורו,

און במילא איז ניט שייך ביי אים קיין ביטול און כליון,

צווישן די אומות העולם,

ח״ו

(פירוש הראשון).

מען דארף אבער ארויסטראגן דעם חיבור בגלוי.

און אז "וראו כל עמי הארץ כי שם הוי׳ נקרא עליך" 9 ,

עם וועט זיך אנזען די ג־טלעכקייט וואס אין אידן,

איז ניט נאר וואס די ״עמי הארץ״ - וואס דאס איז כולל אלע עניני עולם - וועלן ניט מנגד זיין,

נאר אדרבה,

"ויראו ממך",

און זיי וועלן ארויסהעלפן די אידן בעבודתם לקונם.

ווארום דאס איז דאך תכלית כל הבריאה,

ווי די משנה זאגט 10

: "לא נבראו אלא לשמשני,

ואני נבראתי לשמש את קוני״ - אלץ איז באשאפן געווארן צו באדינען דעם אידן,

און דער איד איז באשאפן געווארן צו דינען דעם באשעפער.

ג.

די אויבנדערמאנטע הוראה,

אז מחובר ווערט ניט בטל,

שטייט אין דער משנה ביי ערלה,

וואס דער ענין פון ערלה איז א תיקון אויפן חטא עץ הדעת 11 .

עס שטייט אין קבלה וחסידות 12 ,

אז דער חטא עץ הדעת האט גורם געווען אז קליפה זאל ווערן א מנגד צו קדושה.

אויך פארן חטא איז געווען די מציאות פון קליפות,

אבער דעמאלט איז קליפה ניט געווען קיין מנגד צו קדושה,

אדרבה 13 ,

זי איז געווען ווי א קליפה

(א שאלעכץ)

וואס פארהיט און באשיצט די פרוכט.

נאר דורך דעם חטא איז זי געווארן א מנגד.

אז מען וועט דורכפירן די אויבנדער־ מאנטע הוראה פון דעם דין בערלה - מען וועט אפן ארויסברענגען דעם חיבור פון אידן מיטן אויבערשטן - דורך דעם ווערט נתתקן וואם דער חטא עץ הדעת האט גורם געווען - אידן וועלן ניט בלויז ניט פארלארן ווערן ח״ו צווישן די אומות העולם,

נאר אדרבה,

די אומות העולם וועלן דערהערן אז זייער גאנצע מציאות איז בכדי צו משמש זיין אידן - ווי ס׳איז געווען פארן חטא,

אז "קליפה" האט מגין געווען אויף דער ״פרי״ - וכמ״ש 14

"ועמדו זרים ורעו צאנכם",

בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת יב תמוז תשי"ד)

Reader controls and commentary are loading.