B"H
🏡

Ikar

עמוד 987

א.

אין דעם פסוק - אנהייבס פון דער סדרה "אחרי מות שני בני אהרן בקרבתם לפני ה׳ וימותו",

איז ניט פארשטאנדיק: וואס גיט דא צו דער ווארט "וימותו",

נאכדעם ווי עם שטייט שוין פריער "אחרי מות שני בני אהרן"?

פון די זאכן פאר וועלכע די שני בני אהרן זיינען נענש געווארן רעכנט דער מדרש די פאלגנדע: נכנסו לפני ולפנים 1

זיי זיינען אריינגעגאנגען אין קדשי קדשים; ״מחוסרי בגדים״ - זיי האבן ניט געטראגן די אלע נויטיקע בגדי כהונה ביים טאן די עבודה 2

; לא היו להם בנים - זיי האבן קיין קינדער ניט געהאט 2

; לא הי׳ להם נשים - זיי האבן ניט חתונה געהאט 2 .

געוויס זיינען די אלע פרטים דערמאנט אין פסוק לכל הפחות מיט א רמז.

דארף מען פארשטיין,

וואו זיינען זיי מרומז אין פסוק?

אויך דארף מען פארשטיין,

ווי קומט עס,

אז נדב ואביהוא זאלן זיין שייך צו טאן א חטא?

רז״ל זאגן דאך 3 ,

אז משה רבינו האט געזאגט צו אהרן׳ען: אהרן מיין ברודער,

איך האב געוואוסט אז דער משכן וועט געהייליקט ווערן מיט די וואם זיינען באליבט און נאענט צום אויבערשטן,

איצט זע איך,

אז זיי

(נדב ואביהוא)

זיינען גרעסער פון מיר און פון דיר - איז ווי אזוי האט עם געקענט געמאלט זיין אז זיי זאלן טאן א חטא?

ב.

חסידות איז מבאר 4

(ועיין אויך אין אור החיים הקדוש),

אז דער חטא פון שני בני אהרן איז ניט געווען א חטא כפשוטו ח״ו; זייער חטא איז באשטאנען אין דעם,

וואס זיי האבן דערלאזט אז זייער גאר גרויסע דביקות צום אויבערשטן,

זאל זיי צו ברענגען צו דעם,

אז זיי זאלן אוים־ גיין בפועל אין א כלות הנפש.

דאס איז דער מיין פון "בקרבתם לפני ה׳

(ביז אז)

וימותו".

און דאס איז גערעכנט פאר א חטא,

ווייל כאטש א איד דארף וועלן און טאן אז זיין עבודה זאל זיין אין אן אופן ביז ער זאל צוקומען צו התפשטות הגשמיות 5

(זיך אויסצוטאן אינגאנצען פון גשמיות),

איז צוזאמען דערמיט פאדערט זיך פון אים,

אז בעת ער האלט ביי כלות הנפש,

"רצוא",

זאל ער ביי זיך ארויס־ רופן דעם "שוב",

צוריקקערן זיך צו טאן די עבודה א נשמה אין גוף,

און - אין עולם הזה,

כמאמר רז״ל 6

: ״על כרחך אתה חי",

און אויסצופירן די כוונה העליונה פון ״דירה בתחתונים״ 7

- ניט ארויסגיין פון וועלט,

נאר מאכן פון דער וועלט גופא א דירה צום אויבערשטן.

און וויבאלד אז ביי נדב ואביהוא איז געווען א ״רצוא״ אן א שפעטערדיקן "שוב",

ווערט עם גערעכנט פאר א חטא.

און דערפאר חזר׳ט איבער דער פסוק נאך אמאל - "וימותו",

דאם איז אן ערקלערונג פארוואם איז געקומען "מות שני בני אהרן"; אין דעם איז באשטאנען זייער חטא: אז ״בקרבתם לפני ה׳ -

(איז)

וימותו"; זייער קירוב צום אויבערשטן איז געווען אין אן אופן פון "וימותו",

רצוא אן א שוב *8 .

על־פי־זה װעט מען אויך פארשטײן װי אזוי אין פסוק װערן מרומז די פרטים פון דעם חטא בני אהרן װעלכע װערן אויסגערעכנט אין מדרש; די נקודה פון זײ אלע איז - ״רצוא״ אן ״שוב״ ״נכנסו לפני ולפנים״ - זײ האבן זיך געצויגן און זיינען געגאנגען אלץ העכער און העכער ביז צו לפני ולפנים,

ניט טראכטנדיק וועגן אומקערן זיך למטה.

״מחוסרי בגדים״ - "בגדים" איז מרמז אויף די לבושים פון מצוות" 8

(וועלכע זיינען דאך אנגעטאן אין דברים גשמיים)

- זיי האבן זיך ניט אפגע־ געבן מיט מקיים זיין מצוות ווי זיי זיינען אנגעטאן אין דברים גשמיים,

בכדי צו אויסאיידלען די וועלט,

זיי האבן נאר געוואלט ארויסגיין פון וועלט און נדבק ווערן אין תכלית הרוחניות.

"לא היו להם בנים" און "לא היו להם נשים״ - זיי האבן זיך ניט אפגעגעבן מיט מצות פרי׳ ורבי/ צו ממשיך זיין נשמות אין גופים; זייער עבודה איז געווען אין א פארקערטער תנועה - ארוים פון גוף 8 .

ג.

רש״י זאגט אז דער ציווי "ואל יבא בכל עת אל הקודש גו/ בזאת יבא אהרן אל הקודש״,

— וואם שטייט גלייך נאך ״אחרי מות שני בני אהרן גו״׳ -קומט צו שולל זיין און ווארענען אז עם זאל ניט זיין דער אופן העבודה פון שני בני אהרן.

דארף מען פארשטיין

(לויט דעם פריערדיקן ביאור),

וואו איז אין דעם ציווי מרומז די שלילת העבודה פון רצוא אן שוב?

צו פארשטיין עם דארף מען מקדים זיין: ווי איז בכלל שייך צו האלטן ביי "שוב",

זייענדיק אין אזא הויכער מדריגה פון "רצוא"?

די עבודה פון רצוא

(ווי יעדער עבודה)

דארף דאך זיין מיט אן אמת.

בשעת ער האלט ביי דער עבודה פון רצוא,

פאדערט זיך פון אים אז זיין אהבה צום אויבערשטן זאל זיין ביז "בכל מאדך״

(וואס ״מאד״ מײנט - זייער,

אן א גרענעץ),

ער זאל ארויסגיין פון אלע זיינע הגבלות.

ווארום כל־זמן ער האט אן אנהאלט און ער איז נאך פאר־ ברנדן מיט א הגבלה פון ״כלים״

(שכל וכױ״ב),

איז דאס ניט ״בכל מאדך״.

איז װען ער געפינט זיך אין א רצוא אן קײן שום הגבלות,

ווי קען ער זיך באװארע־ נען ער זאל ניט אויסגיין אין כלות הנפש,

נאר אדרבה,

ביי אים זאל ווערן א שוב?

איז ידוע אין דעם,

אז אט די באווא־ רעניש דארף זיין באלד ביים אנהויב רצוא.

אויב זיין קירוב צו אלקות אין דער תנועה פון רצוא קומט ניט ווייל ער זוכט זיין טוב,

צוליב דעם וואס ער ווייס אז קרבת אלקים לי טוב,

פאר עם איז גוט זיין נאענט צום אויבערשטן,

נאר דער רצוא קומט ביי אים בכדי צו דורכפירן דעם רצון העליון,

דעם ציווי הקדוש־ בררך־הוא "ואהבת גו׳ בכל מאדך",

איז וויבאלד ער זוכט אויספירן ניט זיין רצון נאר דעם רצון העליון,

און ער ווייסט אז די כוונה העליונה אין באשאפן די וועלט איז בכדי זי זאל האבן א קיום,

"לא תהו בראה לשבת יצרה״ 9

- במילא שטעלט זיך ביי אים דאן אויס דער רצוא מלכתחילה אין אזא אופן,

אז נאך דעם רצוא זאל ער האלטן ביי דער תנועה פון שוב.

לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין,

וואס די גמרא 10

דערציילט: "ארבעה נכנסו לפרדס כו׳ בן עזאי הציץ ומת כו׳ בן זומא הציץ כו׳ ר׳ עקיבא נכנס בשלום ויצא בשלום".

לכאורה,

דער אונטערשייד צווישן ר׳ עקיבא און די אנדערע איז דאך געווען נאר ביי דער יציאה פון פרדס,

וואם ר״ע ״יצא בשלום״,

אבער אין ארײנגיין אין פרדס איז דאך ניט שייך קיין אונטערשייד - איז וואס אונטערשטרייכט די גמרא אז ר״ע איז "נכנס בשלום"?

נאר דער פירוש איז: דער "הציץ ומת" פון בן עזאי איז געווען אן ענין פון רצוא גאר אן שוב 11 .

זיין אריינגיין אין ״פרדם״ 12

איז געװען א רצוא צו דעם אויבערשטן מיט כלות הנפש אן א שוב כלל

(ועל־דרך־זה אויך בן זומא) 13 .

און דאס וואם ביי אים איז ניט געווען דער שוב איז ווייל לכתחילה,

ביי דעם נכנס,

איז ניט געווען נכנם בשלום.

אבער ר״ע איז "יצא בשלום",

ווייל "נכנס בשלום",

14

זיין כניסה איז געווען בכדי צו דורכפירן דעם רצון העליון,

צו מאכן "שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה"

(מחבר זיין מעלה מיט מטה און פארבינדן װעלט מיט אל־ קות).

און װיבאלד אז "נכנס בשלום״ -דערפאר איז - ״יצא בשלום".

און דאס איז װאם מ׳באװארנט: ״ואל יבוא בכל עת אל הקודש גו׳,

בזאת יבוא גו' וכפר בעדו ובעד ביתו״,

װאס אין דעם איז מרומז די שלילה פון עבודה פון רצוא אן א שוב:

דורך דעם ניט,

דורך ״ואל״ 15 ,

ביטול עצמי - וועלן ניט דעם אייגענעם קירוב צום אויבערשטן,

נאר מער ניט ווי אויס־ פירן דעם רצון העליון - דורך דעם איז "יבוא אל הקודש".

דאם מיינט אויך "בזאת יבוא אהרן אל הקודש".

"זאת" איז לויט׳ן ביאור הזהר יראה און ביטול 16 ,

און "דא תרעא לאעלאה" 17 .

אויב ס׳איז דא די הקדמה פון "זאת",

יראה און ביטול,

איז אפילו ווען "יבוא אהרן אל הקודש"

(רצוא),

ער וועט אריינגיין "לפני ולפנים",

וועט עס אים ניט שטערן צום ״וכפר גו׳ ובעד ביתו - ביתו זו אשתו" 18 ,

צו דעם שוב אין עניני עולם

(ואדרבה,

אויב עס פעלט דער "ביתו זו אשתו",

קען גאר ניט זיין די כניסה לפני ולפנים 18 ,

ווייל דער תכלית פון דעם ״רצוא״ איז - עם זאל אראפקומען אין "שוב").

און אזוי איז אויך געווען ביים ארויסגיין פון לפני ולפנים - באלד ארויסגייענדיק פון קודש הקדשים האט דער זעלבער כהן־ גדול מתפלל געווען א תפלה אויף ״פרנסת״ פון ״עמך בית ישראל״ 19

-פרנסה בעניני העולם - בגשמיות.

ד.

אלע סיפורים פון תורה

(מלשון הוראה) 20

זיינען אן אנווייזונג ניט בלויז פאר יחידי סגולה,

נאר - פאר אלע אידן.

לכאורה איז די הוראה פון דעם סיפור וועגן נדב ואביהוא שייך נאר פאר יחידי סגולה,

פאר יענע וואס האלטן ביי דער מדריגה פון רצוא בכלות הנפש ממש,

וואס זיי דארף מען ווארענען אז זיי זאלן ניט בלייבן ביי דעם רצוא אן א שוב.

וואס איז די הוראה דערפון פאר רוב בני ישראל,

ביז אפילו פאר אידן וואס געפי־ נען זיך בקצה התחתון,

זיינען נידעריקער פון דעם רוב?

ביי יעדער אידן זיינען פאראן זמנים ווען ער איז אין א התעוררות.

בפרט איז עם אין די זמנים ווען מלמעלה איז אן עת רצון,

ווי שבת און יום־טוב,

און נאך מערער - אין די טעג פון בהמצאו ובהיותו קרוב - עשי״ת בכלל 21

און ראש־ השנה ויום כיפורים בפרט וביחוד אין יום כיפורים,

יום הקדוש 22 ,

וואס דעמאלט שטייט ער העכער פון זיינע וואכעדיקע זאכן,

אויסגעטאן פון די ענינים פון וועלט מיט וועלכע ער איז פארבונדן טאג־טעגלעך.

איז בשעת דער איד,

א נשמה בגוף און צו דער זעלבער צייט העכער פון וועלט,

ער שטייט אין א תנועה פון ״רצוא״,

דארף ער וויסן אז דער ״רצוא״ דארף זיין פארבונדן מיט א "שוב": די כניסה אל הקודש טאר ניט זיין אפגע־ טיילט פון דער יציאה מהקודש.

די תנועה פון דער גרעסטער התעוררות אין דעם יום הקדוש,

זאל ניט בלייבן אפגעטראגן און אויסגעטאן פון וועלט,

נאר עם דארף זיין דער פעסטער באש־ לוס צו אראפטראגן און פארבינדן די התעוררות מיט זיין טאג־טעגלעכן לעבן.

״נכנם בשלום״ - בעת דער כניסה אל הקודש דארף זיין די כוונה צו מאכן שלום און פארבינדן וועלט מיט אלקות,

און דאס ברענגט אז דערנאך,

"בצאתו מן הקודש",

זאל די יציאה זיין "בשלום",

אז ארויסגייענדיק צוריק אין וועלט מאכט ער שלום און פארבינדט אלקות מיט וועלט,

אז אלע עניני העולם ווערן ביי אים געטאן "לשם שמים״,

ביז ער קומט צו דעם מצב אז -"בכל דרכיך דעהו" 23 .

ה.

די הוראה פון דעם פארבינדן די כניסה אל הקודש מיט דער יציאה מה־ קודש,

איז ניט נאר בנוגע דער עבודה מיט די ענינים הגשמיים

(בצאתו מה־ קודש),

נאר אויך - די דברים הגשמיים גופא פון א אידן זיינען פארבונדן מיט דער כניסה לפני ולפנים.

ווייל אלע ענינים פון א אידן,

אויך די גשמיות׳די־ קע השפעות אין בני חיי ומזוני רויחי,

באקומט ער זיי ״דירעקט״ פון דעם אוי־ בערשטן.

ווי עם שטייט 24

: ״אם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו גו׳ ונתתי גשמיכם בעתם וגו׳״ - באקומען גשמיכם בעתם וגו׳ קען א איד נאר דורך מקיים זיין תורה און מצוות.

(דער חשבון פון "שלום יהי׳ לי כי בשרירות לבי אלך",

אז זיין השפעה גשמית וועט ער האבן ווען ער וועט נאכגיין די צעלאזנקייט פון הארצן -באקומען עס ניט פון קדושה - דער חשבון קען האלטן נאר לפי שעה,

ווייל סוף־כל־סוף מוז דער חיות פון א אידן האבן א דירעקטן פארבונד מיט ג־טלעכקייט) 25 .

און אויך דאס איז מרומז אין דעם פארבונד פון "כניסה לפני ולפנים" מיטן "בצאתו מן הקודש": דוקא נאך דעם און דורך דעם וואס דער כהן גדול איז געווען לפני ולפנים האט ער ארויסגייענדיק מתפלל געוועז און אויסגע־ בעטן פרנסה בגשמיות.

און וואס נאך מערער: דאן קומט די המשכת הפרנסה בריבוי,

אן הגבלות,

וויבאלד זי קומט פון "לפני ולפנים".

ו.

כאמור,

איז ביי דער כניסה פון כהן גדול יו״כ אין קודש הקדשים גע־ ווען נוגע דער "ביתו זו אשתו".

דער רמז בזה:

בכדי עם זאל זיין די כניסה אל הקודש ווי עם דארף צו זיין,

וואס דעמאלט ברענגט זי די "יציאה בשלום",

וואם דאם איז דער תכלית פון דער כניסה - איז עם אפהענגיק אין די אידישע פרויען.

אז אפילו ווען דער מאן געפינט זיך "לפני ולפנים",

אויך דעמאלט זיינען זיי "ביתו",

צוגע־ פאסט צו זיין דרגא 26 ,

און נאך דעם:

דער זכות און די פליכט פון נשי ובנות ישראל איז צו ווירקן אויף זייערע מענער און קינדער,

אז ביי זיי זאל זיין פארבונדן די כניסה אל הקודש מיט דער יציאה מן הקודש.

אידישע פרויען דארפן זיך ניט זארגן,

אז אויב דער מאן וועט דאוונען לענגער מיט א שעה אדער מער,

אויב ער וועט לערנען מער מיט א שעה אדער נאכמער,

וועט פעלן אין ענינים גשמיים; און דאס זעלבע האט קיין ארט ניט די דאגה,

אז אויב מען וועט מחנך זיין די קינדער צו לערנען תורה א גאנצן טאג,

וועט שפע־ טער פעלן אין זייער הסתדרות כו׳ - נאר אדרבה,

זיי דארפן מסביר זיין זייערע מענער און קינדער,

אז דוקא דורך מוסיף זיין אין תורה ומצוות,

אין דעם בחוקותי תלכו ואת מצותי תשמרו,

וועט צוקומען אין דעם ונתתי גשמיכם בעתם וגו׳.

(ממאמר ושיחות יא ניסן תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.