א.
אין היינטיקער סדרה ווערן ארומ־גערעדט דיני טומאת נדה.
דעם טעם פארוואס דם נדה איז מטמא,
וועט מען פארשטיין לויט דעם וואס עס שטייט אין גמרא 1 ,
אז דאס איז פון די קללות וואס זיינען געקומען פארן חטא עץ הדעת.
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז מצד טבע הבריאה איז ניט געווען די מציאות פון דם נדה.
און וויבאלד אז דאס קומט מצד א חטא - און נאך אזא חטא וואם איז א שורש ומקור צו אלע חטאים 2
-דעריבער איז דער דם טמא.
טיפער וועט מען עס פארשטיין על־פי הידוע אז דער עונש פון אדם הראשון,
וואם מען האט אים ארויסגעטריבן פון גן־עדן,
איז דאס ניט געווען סתם אן עונש וואס מען האט אים באשטראפט צוליב דעם חטא עץ הדעת,
נאר דער עונש איז געווען,
ווי אלע עונשים וואס קומען מלמעלה 3 ,
אז די עבירה גופא וואם דער מענטש טוט דריקט זיך שפעטער אויס אין א ציור פון עונש,
ד.
ה.
אז דער עונש איז ניט קיין אפרעכענונג־שטראף פאר דעם חטא,
נאר איז א דירעקטע תוצאה פון דעם מענטשנס רע,
ווי עס שטייט 4
"תיסרך רעתך".
אזוי אויך בנוגע דעם גירוש פון גן עדן: גן עדן איז כולו טוב,
אן ארט וואם איז ניט סובל קיין מציאות פון רע,
ובמילא האט אדם הראשון,
נאכדעם ווי ער האט באקומען אין זיך א מציאות פון רע,
ניט געקענט זיין אין גן עדן.
אזוי איז עס אויך בנוגע דעם אויבע־ נדערמאנטן עונש פון חוה׳ן: דער עונש פון דם נדה איז א דירעקטע תוצאה פון דעם חטא עץ הדעת.
די מציאות פון רע,
רואם האט זיך אין איר געשאפן דורך דעם חטא,
ווערט
(טיילווייז)
דם נדה,
און דעריבער איז דער דם - טמא און ווערט ״ארויסגעטריבן״ פון א אידישן גוף.
א איד איז דאך - "גוי קדוש",
כולו טוב,
און ניט נאר מצד דעם נפש האלקית,
נאר אויך מצד זיין נפש הבהמית איז ער ניט שייך צו איסור
(בטבעו איז ער מתאוה נאר צו דברים המותרים) 5 ,
דעריבער איז ווי נאר עס ווערט א מציאות רע 6 ,
קען דער אידישער גוף דאם ניט סובל זיין און ער שטופט עס ארויס פון זיך 7 .
אבער דאס גופא וואס אין דעם אי־ דישן גוף קען זיין א מציאות פון רע וואס ער מוז פון זיך ארויסשטופן,
איז א בא־ ווייז אז ער איז שלא כראוי
(וואס דאס איז געווארן דורכן חטא)
- דעריבער ווערט עס א דם טמא.
ב.
אין דעם דין פון נדה אסורה לבעלה איז פאראן א חקירה צי דער איסור קומט מצד טומאת נדה,
אדער ס׳איז א באזונדער איסור,
וואס האט ניט צו טאן מיט טומאה.
און ס׳זיינען דא ראיות אז דאס איז אן איסור בפני עצמו און ניט צוליב דער טומאה 8 .
איש ואשה,
דא למטה,
מיט אלע פרטים,
אויך פרטי הדינים זיינען א דוגמא כביכול און זייער שורש איז
(ווי אלע גשמיות׳דיקע זאכן וואס יעדערע פון זיי נעמט זיך פון זייער שורש אין רוחניות)
דער ענין פון הקדוש־ברוך־הוא און כנסת ישראל 9 ,
וואס ווערן אנגערופן איש ואשה.
דורך חטאים ווערן אידן אפגעוויי־ טערט - נדה 10 .
אויף דעם זאגט מען:
כאטש עס זיינען פאראן ביי דעם ענינים פון טומאה,
איז אבער בנוגע דעם יחוד עם בעלה - וואס אין דעם באשטייט דאך דער עיקר רצון פון אידן באמת לאמתו לגמרי בכל לב ובכל נפש 11
און צוליב דעם זיינען זיי מקיים תורה ומצוות,
בכדי להתייחד עם בעלה הקדוש־ברוך־הוא,
צו ווערן פאראיינציקט מיט דעם אויבערשטן -
איז עס ניט קיין ענין פון טומאה ח״ו 12
,
בלויז אן ענין פון איסור.
ג.
די מעלה בזה: דער חילוק פון איסור און טומאה איז: איסור אין אזא רע וואם קען ווערן באגריפן דורך שכל,
ד.
ה.
אז דער מענטש קען פארשטיין,
פילן דעם רע פון איסור
(ווי לדוגמא מאכלות אסורות 13
וואס זיינען מטמטם
(פארשטאפן)
די קאפ און הארץ 14
; און אפילו ווען די תורה האט דעם מענטש מתיר געווען צו עסן דעם איסור - ווי דער דין 15
ביי אן "עוברה שהריחה״ וואם מעג עסן אויך באיסור -שאפט עס אויר א מזג רע ביים מענטשן וואם עסט דעם איסור 16 ).
מה־שאין־כן טומאה איז אזא סארט רע וואס אים איז ניט שייך צו אנטאפן מיט דעם מענטש־ לעכן שכל און געפיל,
ס׳איז מער ניט וואס "חוקה חקקתי גזירה גזרתי" 17 .
וואם דערפאר איז איסור - בכללות - נוגע אויך בזמן הזה און טומאה -בכללות - איז נוגע נאר בזמן הבית.
אזא רע וואם איז ניכר דארף מען זיך פון אים היטן אלע מאל,
אנדערש איז א ניט־קענטיקער רע,
וואס איז טמא נאר מצד "גזירה גזרתי",
איז ער א סתירה נאר צו דער הויכער מדריגת הקדושה וואם איז געווען בזמן הבית,
אבער לגבי דער באשרענקטער מדריגה פון קדושה בזמן הזה איז טומאה קיין סתירה ניט 18 .
און נאר כהנים 19 ,
צוליב זײער קדושה יתירה,
זיינען זיי אויך היינט מוזהר זיך צו היטן פון טומאה 20 ,
און אויך ניט פון אלע טומאות.
כאטש דעם רע פון איסור קען מען אנטאפן גיכער ווי דעם רע פון טומאה,
איז אבער,
מצד אחד,
דער רע פון טומאה הארבער ווי פון איסור 21 ,
ווארום דאס גופא וואס דער רע פון טומאה איז ניט ניכר וועט מען אויף דעם ניט אזוי שנעל תשובה טאן
(דארט וואו די תורה האט עם גע׳אסר׳ט)
; און נוסף אף דעם,
איז טומאה,
וויבאלד זי איז העכער פון שכל,
איז זי פוגם אין די כוחות מקיפים פון נפש וואס זיינען העכער פון טעם ודעת 22 .
איז בנוגע דעם זאגט מען,
אז דער רע וואס שאפט זיך בא אידן דורך חטאים,
און בכללות - דורכן חטא העגל וואס איז בדוגמא פון דעם חטא עץ הדעת,
איז עס
(בשייכות צום יחוד פון כנסת ישראל מיט הקדוש־ברוך־הוא)
נאר אן ענין פון איסור און ניט טומאה,
ס׳איז אן ענין וואס רירט אן נאר אין כוחות פנימיים ומוגבלים,
אבער אין די כחות מקיפים רירט עם ניט אן,
דארט איז "חבוקה ודבוקה בך".
ד.
די ראיות וואם מען ברענגט 8
אויף דעם אז נדה איז איסור און ניט טומאה זיינען:
(א)
דער דין ביי נדה איז,
אז ״ספיקא לקולא" 23 .
פרעגט תוספות 24
: דער דין ביי טומאה איז דאך,
אז אין א רשות היחיד זיינען אפילו עטלעכע ספיקות צוזאמען אויך טמא?
און פארענטפערט,
אז דאם וואם די גמרא זאגט "ספיקא לקולא" איז עס נאר בנוגע דעם דין פון לאוסרה על בעלה.
זעט מען דאך פון דעם אז דער איסור פון נדה לבעלה איז ניט מצד טומאה.
(ב)
די גמרא 25
דרש׳נט: ״וספרה לה -לעצמה",
און פון דעם לערנט מען אפ 26
אז "עד אחד נאמן באיסורין"
(ביי איסורים איז באגלויבט אויך איין עד).
איז דערפון א ראי׳ אז ס׳איז איסור און ניט טומאה,
ווייל אין למדין איסור מטומאה,
אפילו ווען ביי טומאה איז אן עד אחד באגלויבט 27 .
ה.
ענינים פון תורה זיינען מדוייק אין אלע זייערע פרטים; און זיי אלע,
ווי זיי זיינען אין נגלה,
זיינען זיי מתאים צו דעם ווי זיי זיינען בפנימיות.
איז דאך מובן,
אז ניט נאר די הלכה און די מסקנא פון "איסור ולא טומאה",
נאר אויך די צוויי אויבנדערמאנטע ראיות אויף דעם,
זיינען צוגעפאסט צו זייערע ענינים בפנימיות.
א איד איז דאך גוי אחד
(אפילו ווען זיי זיינען)
בארץ,
ער געפינט זיך אלע מאל "ברשות היחיד",
אין דעם רשות פון ה׳ אחד,
פון דעם אוי־ בערשטן,
"יחידו של עולם".
ווארום אפילו בשעת החטא איז די נשמה "באמנה אתו יתברך"* 27 .
וויבאלד אז דער איד געפינט זיך ברשות היחיד,
ער איז נאענט צום אויבערשטן,
און דער־ פאר רירט דארט מערער אן אפילו א קליינער חטא,
קען מען דאך מיינען אז אפילו א ספק רע איז שוין אויך אן ענין פון טומאה - זאגט מען אויף דעם,
אז באמת איז דער גאנצער ענין ה
(נדה ו)
ריחוק ביי א אידן ניט קיין ענין פון טומאה,
נאר אן ענין פון איסור: ס׳איז א חסרון וריחוק פון ה׳ אין זיינע כוחות פנימיים ומוגבלים,
אין זיין כח השכל וכו׳,
ווי חז״ל זאגן 28
: "אין אדם עובר עבירה אלא אם כן נכנס בו רוח שטות״ - ער פארשטייט ניט און פילט ניט אין זיין שכל גדולת הוי׳ וכר.
און כאטש אז אפילו דער רע פון איסור איז דעם אידן מונע לפי שעה פון זיין פאראיינציקט מיטן אויבערשטן,
איז עס אזוי נאר ביי אן איסור ודאי,
אבער א ספק איז ניט קיין מניעה 29
צום יחוד פון כנסת ישראל עם בעלה - אפילו לפי שעה.
די צווייטע ראי׳:
דער חילוק צווישן עד אחד הנ״ל או שני עדים איז: שני עדים איז זייער עדות־זאגן פארבונדן מיט א בית־דין,
אן בית־דין איז זייער עדות־זאגן ניט ווערט.
וואס דערפאר איז דער דין,
אז כל־זמן זיי האבן דאם ניט געזאגט פאר בית־דין,
קענען זיי חרטה האבן און זאגן אנדערש ווי זיי האבן געזאגט פריער 30 .
מה־שאין־ כן עד אחד איז ניט פארבונדן מיט בית־ דין; די נאמנות פון אן עד אחד איז פארבונדן מיט דער "כשרות" פון זיין נפש האלקית,
און ער איז באגלויבט,
ווייל אלע אידן זיינען בחזקת כשרות 31 .
בשעת עס האנדלט זיך וועגן דער כשרות פון א אשה לבעלה,
פון כנסת ישראל להקב״ה,
דארף מען ניט גיין צו קיין בית־דין,
ניט צו בית דין של מטה און ניט צו בית־דין של מעלה; עס איז גענוג אויף דעם די נאמנות פון נפש האלקית.
בשעת דער נפש האלקית גיט א קרעכץ מיט אן אמת אויף זיינע ניט־ גוטע מעשים,
דארף מען ניט אנקומען צו בית דין,
און דער אויבערשטער גיט דעם אידן "כמנהג גוברין יהודאין",
"שאר כסות ועונה" כר,
און דער עיקר,
אז ער ווערט מיוחד מיט דעם אויבערשטן -ראתם הדבקים בה׳ - ביז אז עם קומט ארויס בגלוי,
די דביקות פון דעם אוי־ בערשטן מיט אידן,
"ישראל וקודשא כריך הוא כולא חד" 32 .
(משיחת יט כסלו תשט״ו)