B"H
🏡

Ikar

עמוד 979

א.

דער זמן פון מצות מילה איז דעם אכטן טאג פון געבורט,

ווי ער זאגט אין דער סדרה "וביום השמיני ימול בשר ערלתו".

און אויב מען איז מל נאך דעם אכטן טאג,

איז כאטש די מצות מילה בכלל איז מען מקיים,

מען מאכט דאך א ברכה וכו׳ 1 ,

פעלט אבער,

לכאורה,

דער פרט פון דער מצוה,

די מעלה פון מילה בזמנה - צו מל זיין ביום השמיני דוקא.

און דאם מל זיין דעם אכטן טאג האט אין זיך א מעלה מיוחדת,

וואם מילה

(און אויך מכשירי מילה)

בזמנה,

איז דוחה את השבת,

ווי מען לערנט עם אפ 2

פון דעם פסוק "וביום השמיני ימול בשר ערלתו" - "וביום אפילו בשבת",

אבער ניט בזמנה טאר מען ניט מל זיין אום שבת.

לויט דעם דארח לכאורה אויסקומען 3 ,

אז אויב מען איז מל א קינד נאך אכט טעג,

- אפילו ווען מען האט אים פריער ניט געקענט מל זיין צוליב דעם וואם דאם קינד איז געווען קראנק,

- האט מען די מצוה פון מילה בזמנה ניט מקיים געווען,

און אויך די מצות מילה בכלל,

וואס מען איז מקיים דורכן מל זיין שפע־ טער,

העלפט עס נאר אז דאם קינד זאל זיין א מהול פון איצטער אן,

אבער עם העלפט ניט אויף די דורכגעגאנגענע טעג,

אין וועלכע דער קינד איז געווען אן ערל.

דאס קען מען שוין ניט מתקן זיין.

מען האט טאקע ניט עובר געווען אריח דער מצוה,

ווייל מען האט דאך ניט געטארט מל זיין צוליב פיקוח נפש וואם איז דוחה את כל התורה 4 ,

עס פעלט אבער דאך דער קיום המצוה.

דער רמב״ם זאגט 5

דעם טעם אויף דעם וואם מען טאר ניט מל זיין נאר א קינד וואם האט ניט קיין שום חולי: "שסכנת נפשות דוחה את הכל ואפשר למול לאחר זמן ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם"

(ווייל סכנת נפשות איז דוחה אלץ; און מ׳קען מל זיין שפעטער און מ׳קען ניט אומקערן איין נפש מישראל,

קיין מאל ניט).

פון אריכות לשון הרמב״ם: "ואפשר למול כו׳",

איז פארשטאנדיק אז ער מיינט דא צו געבן א צווייטן טעם: איין טעם,

ווייל פיקוח נפש איז "דוחה את הכל",

ד.

ה.

אז אויב אפילו ס׳איז ניטא קיין שום עצה צו מקיים זיין די מצוה שפעטער,

ווערט זי אלץ נדחה צוליב פיקוח נפשות; און נאך א טעם,

ווייל "ואפשר למול לאחר זמן",

אז די מצוה ווערט גארניט נדחה ווייל מ׳קען מל זיין שפעטער.

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז די מצות מילה וואס מען איז מקיים לאחר זמן,

העלפט אויך אויף די פריערדיקע טעג,

ביז אז עס ווערט אויך אויפגעטאן די מעלה פון מילה בזמנה

(ווארום אויב מען וועט זאגן אז מילה שלא בזמנה איז מתקן נאר אויף שפעטער,

וועט דאך ניט זיין גענוג דער טעם וואס "ואפשר למול לאחר זמן",

ווייל אפילו אז מען וועט אים מל זיין שפעטער,

וועט דאך נאך אלץ פעלן די מצות מילה אין די פריערדיקע טעג,

און עס וועט אינגאנצן פעלן די מצות מילה בזמנה).

דארף מען פארשטיין,

דרי קען א פעולה וואם מען טוט שפעטער ווירקן אויף דעם פריערדיקן זמן,

איידער מען האט די פעולה געטאן?

דאס וואס מען געפינט אין תורה געוויסע פעולות וואס ווירקן אויך אויף פריער,

איז עס נאר אין אזעלכע פאלן,

ווען די פעולות דארפן ניט אויפטאן קיין נייעם ענין,

זיי דארפן בלויז מברר זיין און פעסט־שטעלן פריערדיקע פעולות,

אדער א מצב

(צושטאנד)

" 5 ,

וואס זיי

(די פריערדיקע פעולות ומצב)

זיינען מלכתחילה אויסגע־ שטעלט אין אזא אופן אז זיי זיינען אפהענגיק און פארבונדן מיט געוויסע תנאים פון א שפעטערדיקן זמן.

איז ווי־ באלד אז די שפעטערדיקע פעולות דארפן בלויז פעטם־שטעלן און מברר זיין די פריערדיקע,

איז פארשטאנדיק אז זיי קענען האבן א ווירקונג אויך אויף פריער.

מה־שאין־כן א פעולה וראם דארף אויפטאן א נייע זאך,

קענען דאך די תוצאות פון אט דער פעולה ניט זיין גילטיק אויף א פריערדיקן זמן,

איידער די פעולה אליין האט זיך אויפגעטאן.

דער מסובב קען דאך ניט קומען פאר זיין סיבה - היינט ווי קען פעולת המילה האבן א ווירקונג אויך אויף דעם זמן העבר?

אויך דארף מען פארשטיין,

וואס צום סוף פון דעם צווייטן טעם,

"ואפשר למול לאחר זמן",

גיט צו דער רמב״ם די ווער־ טער "ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם״ - די עטלעכע ווערטער האבן דאך לכאורה מער שייכות צום ערשטן טעם פון פיקוח נפשות ווי צום צווייטן טעם,

ווארום וויבאלד אז דורך דעם מל זיין שפעטער ווערט אלץ נתתקן אפילו דער ענין פון מילה בזמנה,

דארף מען דאך שוין ניט אנקומען אזוי צו דעם וואס "ואי אפשר כו׳".

ב.

עם שטייט אין לקוטי תורה 6 ,

אז דורך מילה ווערט נמשך אזא אור וואם עבודה פון א אידן קען אים ניט ממשיך זיין,

ווייל עבודת הנבראים קען ניט דערלאנגען אזוי הויך,

נאר - דער אור ווערט נמשך מצד עצמו,

מלמעלה בדרך אתערותא דלעילא.

נאר כל־זמן ס׳איז פאראן אן ערלה וקליפה קען דער אור ניט נמשך ווערן,

און דורך דעם וואס מען נעמט אראפ די ערלה קומט דער אור פון זיך אליין.

אזוי ווי דאס איז בנוגע המשכת האור שלמעלה,

אזוי איז עס אויך בנוגע כניסת נפש הקדושה וואס קומט דורך מילה 7

; דאס איז א בחינת הנשמה וואס איז העכער פון טעם ודעת 8 ,

וואס די מדריגה קען ניט אויפגעטאן ווערן דורך פעולה און עבודה,

נאר זי איז פאראן ביי יעדער אידן בעצם,

מער ניט וואם זי ווערט נתגלה דורך מילה.

און דערפאר ווירקט מילה אויך אויף דעם זמן העבר - אזוי ווי אלע פעולות וועלכע דארפן ניט אויפטאן קיין נייעם ענין,

בלויז מגלה זיין א פריערדיקן ענין" 8 .

(וכדוגמת תשובה מאהבה וואס העלפט אויך אויף למפרע 9 ,

ווייל די תשובה דארף ניט אויפטאן קיין נייע זאך 10 ,

ווארום אפילו בשעת החטא איז דאך די בחינת נשמה געווען "באמנה אתו יתברך" 11 ,

נאר דאס איז געווען בהעלם,

און די תשובה איז עם מגלה,

און דעריבער העלפט עס אויך אויף למפרע).

אויב מען איז אויך שפעטער ניט מל,

פארבלייבט עם דאן בהעלם,

און די כוונת הבריאה און די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז דאך בכדי אז אידן דורך זייער עבודה זאלן ארויסברענגען די נשמה בגילוי 12 .

בשעת אבער מען איז יא מל און מען איז מגלה די בחינה,

העלפט עס אויך אויף פריער 13 .

ג.

על־פי־זה איז אויך פארשטאנדיק וואס דער רמב״ם איז דוקא נאך ביידע טעמים מוסיף "ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם": די ווערטער זיי־ נען נוסף על הפשוט - אויך מרמז א הסבר אויף דעם וואס ער זאגט פריער "ואפשר למול לאחר זמן",

אז מילה העלפט אויך למפרע:

דער פארבונד פון אידן מיטן אויבערשטן איז העכער פון אלע חשבונות,

און דער פארבונד איז אלע מאל גאנץ,

אין וועלכן מצב אידן זאלן ניט זיין.

וכמאמר 14

: "בין כך ובין כך בני הם ולהחליפם באומה אחת

(ח״ו)

אי אפשר״

(ווי עם זאל ניט זיין - זיינען זיי מיינע קינדער,

און אומבייטן זיי ח״ו אויף אן אנדער אומה איז אוממעגלעך).

און דאם איז דער רמז: "ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם״ -מען קען קיין מאל ניט צוריקקערן,

צו־ ריקציען דעם פארבונד און כריתת ברית וואס דער אויבערשטער האט זיך פאר־ בונדן מיט אידן.

ווארום דאם איז ניט נאר בנוגע כלל ישראל,

נאר אויך בנוגע יעדער אײנ־ ציקן אידן: דער אויבערשטער האט זיך פארבונדן מיט יעדער אידן מיט אזא סארט פארבונד וואם מען קען אים קיין מאל ניט אומקערן ח״ו.

יעדער אידן באזונדער האט דער אויבערשטער ליב מיט אן אהבה עצמית.

כמאמר הבעש״ט,

אז יעדער איד איז טייער ביי דעם אוי־ בערשטן ווי א בן יחיד וואס איז געבארן געווארן ביי עלטערן לעת זקנותם,

און נאך טייערער.

די כוונת הבריאה,

וואס דער אוי־ בערשטער האט באשאפן די וועלט "בשביל ישראל שנקראו ראשית" 15 ,

איז זי ניט נאר צוליב כלל ישראל 16 ,

נאר צוליב יעדער אידן באזונדער,

אין יעדער אידן איז אפהענגיק די גאנצע כוונת הבריאה,

וואם דערפאר איז יעדער איד מחוייב זאגן "בשבילי נברא העולם" 17

; און דערפאר איז אויך "כל המקיים נפש אחת מישראל כו׳ כאילו קיים עולם מלא" 17 ,

(דער וואס האלט אויף איין נפש מישראל איז פונקט ווי ער האלט אויף א פולע וועלט),

ווארום אויב עם פעלט ח״ו אין איין אידן פעלט עם אין דער גאנצער בריאה.

און וויבאלד אז "ואי אפשר להחזיר נפש אחת מישראל לעולם",

דער פאר־ בונד פון יעדער אידן מיטן אויבערשטן איז אלע מאל גאנץ מיט זיין גאנצער קראפט,

און מען דארף עם נאר מגלה זיין,

דעריבער איז "אפשר למול לאחר זמן״ - אפילו ווען מען איז מל שפעטער העלפט עם אויך אויף למפרע,

ווייל מילה איז,

ווי געזאגט,

מגלה דאם וואט אין אים איז שוין פאראן פון פריער.

ד.

מען האט שוין אמאל גערעדט 18 ,

אז אין מצות מילה איז מרומז כללות ענין העבודה,

איז די הוראה פון דעם אויבן־געזאגטן אין עבודת האדם:

פון איין זייט דארף א איד וויסן אז מען מוז טאן.

ער קען זיך ניט "לייגן שלאפן",

טענה׳נדיק אז בהעלם איז ער דאך אלע מאל פארבונדן מיטן אוי־ בערשטן און אז סוף־כל־סוף איז דאך "לא ידח ממנו נדח״ 19

און עם מאכט ניט אוים ווי ער זאל זיך ניט פירן

- ווייל דעם פארבונד מוז מען ארויסברענגען בגילוי,

און דאס דארף זיין דוקא דורך עבודה 20

.

ובמילא מוז זיין די עבודה פון מילה און פריעה אויף צו אפשוואכן די תאוות 21

; דערצו מוז נאך זיין מציצה: ארויםנעמען דעם בלוט,

דעם קאך אין גשמיות,

אויך פון ווייטע ערטער און אברים פון גוף.

פון דער צווייטער זייט דארף מען אבער וויסן,

אז בשעת מען פועל׳ט דעם "ומלתם את ערלת לבבכם" 22 ,

באקומט מען דורך דעם א סך מערער פון דעם וואם מען קען אליין אויסהארעווען - דורך דער עבודה פון "ומלתם את ערלת לבבכם" איז מען זוכה צו דעם גילוי מלמעלה פון "ומל ה׳ אלקיך את לבבך" 23

וואס וועט נתגלה ווערן בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת יו"ד שבט תשי"ג)

Reader controls and commentary are loading.