א.
אויפן פסוק "ויהי ביום השמיני" פרעגט דער כלי יקר,
פארוואס רופס אן דער פסוק דעם טאג וואס נאך די שבעת ימי המילואים מיטן נאמען "שמיני",
וואס פון דעם איז משמע אז ער קומט ווי א המשך צו די ימי המילואים?
די ימי המילו־אים זיינען דאך ניט מער ווי זיבן טעג,
וכמ״ש 1
"שבעת ימים ימלא את ידכם",
וואס אין די טעג איז געווען חנוכת המזבח,
אבער דער טאג וואס נאך די זיבן טעג איז געווען א זאך פאר זיך - חנוכת אהרן ובניו,
און ניט חנוכת המזבח.
און ער פארענטפערט עס,
אז דאס וואס די תורה רופט אן דעם טאג מיטן נאמען שמיני איז עס בכדי צו דערציילן די מעלה פון דעם טאג.
עם שטייט דאך גלייך נאכדעם אין דער פרשה: "כי היום ה׳ נראה אליכם"
(אז אין דעם
(אכטן)
טאג באווייזט זיך דער אויבערשטער צו אייך).
איז דער פסוק מקדים און מבאר: פארוואס דוקא אין דעם טאג וועט זיך דער אויבערשטער באווייזן און ניט אין די פריערדיקע - ווייל ער איז דער יום השמיני,
און דעריבער איז אין אים פאראן א העכערע קדושה ווי אין די פריער־ דיקע זיבן טעג,
ווארום "כל מספר שבעה חול ומספר שמיני קודש" 2 .
און דאס איז אויך דער טעם פארוואס מילה איז דוחה שבת,
ווייל מילה איז בשמיני און שבת איז בשביעי,
און "הרוחני דוחה הגשמי".
ב.
דאס וואס ער זאגט אויפן מספר שבעה דעם לשון "חול",
מיינט ער ניט חול ממש,
ווארום שבת איז דאך קודש.
נאר וויבאלד אז אויך שבת גייט אריין אין די שבעת ימי הבנין,
איז ער נאך אלץ פארבונדן מיט דער בריאה
(חול),
און לגבי דעם מספר שמיני,
וואס איז העכער פון כללות ענין הבריאה און איז "מיוחד אליו יתברך",
ווערט אפילו שבת אנגע־ רופן מיטן נאמען "חול".
אזוי איז אויך מובן פון דער דוגמא וואס דער כלי יקר ברענגט דא וועגן דער מעלת הקדושה פון מספר שמיני,
אז דער כינור של ימות המשיח וועט זיין פון שמונה נימין 3 .
וואס - פשוט אז דער כינור פון בית המקדש וואס איז געווען פון שבעה נימין,
איז קדושה,
נאר לגבי דעם כינור של ימות המשיח ווערט ער גערופן "חול".
אלע ענינים שפיגלען זיך אפ אין תורה.
געפינען מיר ענלעך דערצו אויך בנוגע תורה: תורה
(אפילו דעוה״ז)
איז דאך קודש,
און פונדעסטוועגן לגבי דעם לימוד התורה וואס משיח וועט מגלה זיין,
ווערט זי אנגערופן "הבל" 4 .
ג.
מען דארף אבער פארשטיין: דער תירוץ פון כלי יקר פארענטפערט ניט לכאורה זיין קשיא,
נאר אדרבה,
די קשיא ווערט נאך שטארקער: וויבאלד אז "שמיני" איז אזא מדריגה וואס איז ״מיוחד אליו יתברך״ - לגמרי העכער פון כללות הבריאה,
האט זי דאך לכאורה אינגאנצן קיין שייכות ניט צו די שבעת ימי המילואים וואס זיינען כנגד די שבעת ימי הבנין,
איז פארוואס הייסט דער טאג מיטן נאמען "שמיני",
וואס דאס מיינט אז ער איז א המשך צו די פריערדיקע זיבן טעג?
איז דער ביאור אין דעם: אלע גילויים דלעתיד זיינען אפהענגיק אין אונזער איצטיקער עבודה 5 .
כאטש די גילויים דלעתיד זיינען די בחינה פון ״שמיני״ -ווי מרומז במרז״ל הנ״ל "כינור של שמונה נימין",
העכער פון כללות ענין הבריאה,
און נבראים מיט זייער עבודה קענען דארט ניט גרייכן,
נאר די גילויים וועלן קומען בדרך התעוררות מלמעלה 6 ,
פונדעסטוועגן דארף מען האבן אונזער איצטיקע עבודה,
בכדי צו ממשיך זיין די מדריגות וואס עבודה איז צו זיי א כלי,
און דאן,
נאך דער שלימות העבודה,
וועט מען געבן מלמעלה די גילויים דלעתיד וואס זיינען העכער ווי עבודה קען דערלאנגען.
א דוגמא אויף דעם: אין שבת זיינען בכללות פאראן צוויי מדריגות: א)
ער איז איינער פון די שבעת ימי הבנין,
נאר אין פארגלייך מיט די פריערדיקע זעקס טעג איז ער קודש.
אבער די קדושה איז אויך פארבונדן מיט דער בריאה,
בחינת השתלשלות און ווערט נמשך דורך דער עבודה פון אידן,
וואס אויף דעם שטייט 7
"לעשות את השבת" 8
; ב)
שבת איז א מעין 9
פון לעתיד,
פון דעם "יום שכולו שבת",
וואס איז העכער פון השתלשלות,
און ווי געזאגט פריער,
קען מען צו דער מדריגה ניט צוקומען דורך עבודה,
נאר זי ווערט נמשך מלמעלה,
בדרך אתערותא דלעילא.
ווי עם שטייט אין גמרא אז אויף דער בחינה אין שבת זאגט דער אויבערשטער "מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה" 10
: די מדריגה פון שבת איז א מתנה מלמעלה,
וואס א מתנה באקומט דער מקבל ניט דורך זיין עבודה,
נאר דוקא ווייל דער נותן וויל אים געבן די מתנה
(אויב מען גיט עם אים צוליב זיין עבודה,
איז עם דאך א פארדינטע באלוינונג און ניט קיין מתנה).
אבער פונדעסטװעגן ווערט אויך די העכערע בחינה פון שבת נמשך דוקא נאך דעם ווי ס׳איז פריער געווען עבודה,
כמאמר רז״ל 11
: "מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת".
דאס מיינט טאקע ניט אז עבודה איז מעורר און ממשיך די בחינת מתנה פון שבת - עס איז אבער ווי חז״ל זאגן 12 ,
"אי לאו דעביד לי׳ נייחא לנפשי׳ לא הוה יהיב לי׳ מתנתא",
ווען דער מקבל וואלט אים ניט פארשאפט קיין נחת רוח וואלט אים דער נותן די מתנה ניט געגעבן.
נאר ווען ער גיט אים די מתנה צוליב דעם נחת רוח וואס ער האט געטאן דעם נותן - גיט ער אים א סך מער וויפל דער נחת רוח איז ווערט,
און אין דעם באשטייט די מתנה.
ועל דרך זה איז עם אויך בנוגע די גילויים וואס זיינען געווען ביום השמיני למילואים.
כאטש די גילויים זיינען פון אזא ארט וואס עבודה קען אהין ניט דערלאנגען,
דאך זיינען זיי נמשך געווארן נאך דער עבודה אין די שבעת ימי המילואים,
אז בשעת ס׳איז געווען די שלימות העבודה,
איז נמשך געווארן אויך די אתערותא דלעילא שמצד עצמה.
און דעריבער הייסט עס מיטן נאמען "שמיני",
ווייל עם קומט נאך דער עבודה פון שבעה.
ד.
על פי הנ״ל קען מען אויך מבאר זיין די שייכות פון פרשת שמיני מיט ספירת העומר,
וואס בהרבה שנים לייענט מען די פרשה באלד נאך פסח - התחלת ימי הספירה 13
:
וועגן דער מצוה פון ספירת העומר שטייט דער לשון אין תורה 14
: "תספרו חמישים יום".
פרעגט מען 15
די קשיא: מען ציילט דאך נאר גיין און פערציק טעג?
און מען פארענטפערט עס מיטן ביאור,
אז אידן דורך זייער ספירה,
דורך זייער עבודה,
זיינען ממשיך נאר די מ״ט שערי בינה - "שבעה שבועות תספר לך"
(בחינת שבעת ימי הבנין)
; אבער צוליב דעם וואס זיי זיינען ממשיך דורך זייער עבודה די מ״ט שערים,
גיט מען זיי מלמעלה אויך דעם שער החמישים
(וואס ער איז על דרך ״שמיני״ - העכער פון שבעה
(שבועות),
וואס דעריבער איז די המשכה פון דעם שער החמישים בחג השבועות,
זמן מתן תורה,
וואס בשעת מתן תורה איז געווען א מעין פון דעם גילוי דלעתיד 16 ).
און דערפאר שטייט "תספרו חמישים יום",
ווייל אויך דעם שער החמישים באקומען די אידן דורך זייער עבודה• 16 .
ה.
באמת,
איז ספירת העומר,
א הכנה ניט נאר צו מתן תורה,
וואס איז א מעין פון דעם גילוי דלעתיד,
נאר א הכנה אויך צום גילוי דלעתיד גופא.
ס׳איז ידוע דער דיוק הלשון אין דעם פסוק 17
"כימי
(לשון רבים)
צאתך מארץ מצרים גו" ,
: לכאורה איז דאך דאס ארויםגײן פון מצרים געווען אין איין טאג,
ט״ו בניסן.
איז מבאר כ״ק מו״ח אדמו״ר 18 ,
אז די פולשטענדיקע יציאה פון "מצרים" וועט נשלם ווערן ערשט ביי דער גאולה העתידה בקרוב ממש,
און ביז דאן זיינען נאך אלץ פאראן מצרים וגבו־ לים פון וועלכע מ׳מוז זיך באפרייען.
פון ט״ו ניסן שנת ב׳ אלפים תמ״ח,
האלטן אידן כסדר אין ארויסגיין פון מצרים -וואס ווייטער גייט מען אלץ העכער און העכער 19 ,
ביז אז בקרוב ממש וועט קומען די גאולה העתידה,
וואס דאן וועט מען ארויסגיין אינגאנצן פון מצרים.
די ערשטע עבודה פון אידן באלד נאך דער יציאה פון לאנד מצרים,
איז געווען ספירה על דרך ספירת העומר 20 .
ד.
ה.
אז ספירת העומר איז דער ערשטער שריט אין עבודה אויף צוקומען צום כימי צאתך בשלימות,
צו דער גאולה העתידה - בחינת "שמיני".
ו.
על פי זה וועט מען פארשטיין דעם טעם,
וואס ספירת העומר ציילט מען ביינאכט און דער טאג גייט נאך דער נאכט 21 .
די הקרבה פון דעם עומר איז דאך א קרבן.
ביי קרבנות איז דער דין,
אז הלילה הולך אחר היום,
די נאכט גייט נאכן טאג 22 ,
אבער ביי ספירת העומר,
איז אף על פי אז ענינה איז וואס מען ציילט וויפל טעג זיינען אדורך פון הבאת והקרבת העומר 23 ,
פונדעסטוועגן איז דער דין אז היום הולך אחרי הלילה.
איז דאך ניט פארשטאנדיק: וויבאלד אז די ספירה איז צו ציילן די טעג פון הקרבה אן,
איז פארוואס 24
זאל דער דין ביי ספירה זיין אנדערש פון דעם דין ביי הקרבה?
איז דער ביאור אין דעם: דער אויפטו פון דער גאולה העתידה אויף יציאת מצרים און מתן תורה איז,
אז ביי יציאת מצרים און אפילו ביי מתן תורה איז דער גילוי מלמעלה געווען ניט דורך עבודה
(ווארום כאטש זיי האבן געציילט ספירה גיין און פערציק טעג,
איז אבער במשך אזא קורצער צייט ניט געווען שייך,
זיי זאלן ארויסגיין בכח עבודתם אליין פון די מ״ט שערי טומאה און אויף אזוי פיל נזדכך ווערן צו ווערן ראוי צו מקבל זיין די תורה),
און דעריבער איז נאך דעם "במשוך היובל",
נאך מתן תורה,
איז די וועלט פאר־ בליבן אין איר חומריות 25 ,
ביז אז עס האט דערנאך געקענט זיין דער חטא העגל - דער שורש פון אלע חטאים פון נאכדעם *25 .
משא״כ ביי דער גאולה העתידה,
וויבאלד זי וועט דאך קומען דורך עבודה פון אידן,
וואס האט זיך אנגעהויבן פון יציאת מצרים,
צו מזכך זיין ניט בלויז זיך אליין נאר אויך יעדער איינער זיין חלק אין וועלט 26
- וועט די וועלט דורך דעם ווערן א כלי צו מקבל זיין דעם גילוי שלמעלה אין א פנימיות,
וכמ״ש 27
"ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר",
אז אויך דער בשר הגשמי וועט דערזען דעם "כבוד הוי"׳.
און כאטש אז עבודת הנבראים איז ניט קיין כלי צום גילוי דלעתיד,
פונדעסטוועגן,
ווי גע־ זאגט פריער,
וועט מען לאחר שלימות העבודה געבן די גילויים מלמעלה אויך אין אן אופן פון אתערותא דלעילא מצד עצמה,
און געבן דאס אין א פנימיות.
קומט אויס,
אז די גילויים פון דער גאולה העתידה האבן אין זיך צוויי קצוות: א)
ס׳וועט נתגלה ווערן אן אור וואס איז לגמרי העכער פון וועלט,
און אפילו מיט עבודה הכי נעלית קען מען אים ניט נעמען; ב)
דאך וועט דער גילוי זיין אין וועלט,
אין א פנימיות.
וויבאלד אז ספירת העומר איז די ערשטע עבודה אויף צוגרייטן זיך צו דער גאולה העתידה,
איז "משכרה נדע מהותה" 28
: פון דעם וואס דער שכר פאר דער עבודה
(אין אן אופן פון מתנה)
איז די גאולה העתידה,
איז א ראי׳ אז אויך אין דער עבודה אליין זיינען פאראן ביידע קצוות בדוגמת ווי אין די גילויים פון דער גאולה העתידה: א)
דער ענין פון ספירה איז צו ציילן די טעג פון דער הקרבה אן,
ס׳איז א קדשים־המשך.
ב)
פונדעסטוועגן,
איז די ספירה אליין -די עבודה וואס איז מכשיר די וועלט צו דעם גילוי - דוקא כפי סדר הבריאה 29
: "ברישא חשוכא והדר נהורא" 30 ,
דער טאג גייט נאך דער נאכט.
ז.
דער ביאור אין דעם:
ביי קדשים איז דער סדר אז "הלילה הולך אחרי היום״ - פארקערט פון דעם סדר העבודה אין בריאה "ויהי ערב ויהי בקר״ - ווייל דער סדר העבודה אין בריאה איז מלמטה למעלה: עס הויבט זיך אן מיט חושך און דורך עבודה דארף מען מזכך זיין די וועלט אז זי זאל ווערן א כלי צום אור אלקי; אבער ביי קדשים איז דער סדר פון דעם גילוי אור - מלמעלה למטה: מען הויבט אן מיט אור,
און אויך דער לילה וואס קומט נאך דעם יום,
איז עס אן עבודת הבירורים וואס קומט מצד דעם גילוי אור,
דער גילוי פון ״ױם״ גיט א כח מען זאל זיך קענען אראפלאזן אין חושך און אים מברר זיין 31 .
ספירת העומר וואס איר עבודה איז בירורים מלמטה למעלה,
צו מזכך זיין די וועלט ביז זי זאל ווערן א כלי צו דער גאולה העתידה,
איז איר סדר - "ברישא חשוכא והדר נהורא",
מען איידלט אויס דעם חושך העולם בדרך מלמטה למעלה; אבער דאך איז די ספירה א המשך צום קרבן; ד.
ה.
אז אין דער עבודת הספירה איז דא דער כח פון קדשים,
גילוי אור מלמעלה,
וואס וועט נמשך ווערן דורך דער עבודת הספירה,
בפנימיות אין וועלט,
בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ שמיני תש"כ)