א.
דער מדרש דערציילט 1 ,
אז בשעת קריעת ים סוף זיינען פון דעק פון ים ארויסגעוואקסן ים־בוימער,
וואס האבן געטראגן פירות,
און די קינדער האבן געריסן פירות פון די בוימער און זיי געגעבן צו די פייגעלעך וואס האבן מיטגעזונגען 2
מיט די אידן בעת זיי האבן געזאגט שירה.
ס׳איז א כלל 3
: "לא עביד קודשא בריך הוא ניסא למגנא"
(דער אויבערשטער מאכט ניט א נס אומזיסט).
דער טעם אויף דעם איז,
ווייל טבע איז דאך א בריאה פון דעם אויבערשטן,
(כאטש אז טבע איז מעלים אויף אלקות,
ווי חסידות 4
איז מבאר אז "טבע" איז פון לשון "טובעו בים סוף"; פונקט ווי א זאך וואס איז פארזונקען אין וואסער,
פארדעקט דאך דאס וואסער אויף דער זאך וואס געפינט זיך אין דעם און עס זעט זיך בלויז דאס וואסער,
אזוי פארדעקט אויך די טבע פון וועלט אויפן חיות אלקי וואס באלעבט איר; ד״ה,
אז הגם דער אויבערשטער איז דאך "מחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית",
איז אבער מצד דער טבע־ הנהגה פון "עולם כמנהגו נוהג" 5 ,
די וועלט פירט זיך אלעמאל אין זעלבן אופן,
קען זיך אויסדוכטן אז ח״ו אין מנהיג לבירה,
און זי פירט זיך פון זיך אליין - אבער באמת איז דאך טבע אליין אויך א בריאה פון אויבערשטן)
וכמ״ש 6
"חוקות שמים וארץ גו׳ שמתי",
די נאטור־געזעצן פון שמים וארץ - זאגט דער אויבערשטער - האב איך איינגע־ שטעלט,
און ס׳איז דא א כוונה אין דעם סדר פון הנהגת הטבע.
וואס דעריבער מאכט דער אויבערשטער ניט קיין נס,
שינוי הטבע,
אויב ס׳איז ניט מוכרח,
בכדי ניט צו שטערן די סדרי הטבע.
דעריבער איז ניט פארשטאנדיק *6
: צוליב דער הצלה פון די אידן וואלט דאך געווען גענוג דער עצם נס פון קריעת ים סוף.
צוליב וואס האט נאך געדארפט זיין א נס נוסף,
אז עס זאלן אויסוואקסן בוי־ מער,
און אז די בוימער זאלן געבן פירות באלד ביי זייער באשאפן ווערן - ניט ווי דער סדר פון טבע,
אז עס נעמט א משך זמן פון דעם פארפלאנצן דעם בוים ביז עס הויבן אן צו וואקסן אויף אים פירות,
און ערשט דאן געדויערט צייט ביז די פירות זיינען ראוי לאכילה,
און דא זיינען אויסגעוואקסן באלד אויפן ארט בוימער מיט פארטיקע פירות,
וואס מ׳האט גע־ געבן די פייגעלעך.
אויך דארף מען פארשטיין וואס דער עצם נם פון קריעת ים סוף איז ניט געווען אין אן אופן,
אז דאס וואסער פון ים האט זיך אויסגעטריקנט,
ס׳איז געווארן אויס ים,
נאר דער נס איז געווען,
אז די וואסערן פון ים זיינען פארבליבן,
זיך געשפאלטן און זיינען געווארן א מויער פאר די אידן פון זייערע ביידע זייטן - "והמים להם חומה מימינם ומשמאלם".
איז ניט מובן: עס וואלט דאך געווען גענוג דער נס אז אידן זאלן גיין אין טריקעניש אין דעם ים,
צוליב וואס האט געדארפט זיין נאך א נם אז די מים זאלן ווערן א חומה *7 ?
מוז מען זאגן,
אז דער נם פון "והמים להם חומה מימינם ומשמאלם"
(ארן אזוי אויך דער נם פון די פרוכט־בוימער אין ים)
איז ניט קיין צוגאב־נם,
נאר דאס איז געווען א טייל פון דעם עצם ענין קריעת ים סוף.
דערפאר איז אין סיפור פון קריעת ים סוף,
דערציילט די תורה צוויי מאל 7
וועגן די וואסערן וואס זיינען געווארן א חומה: איין מאל,
באלד ווי די אידן זיינען אריין אין ים - "ויבואו בני ישראל בתוך הים ביבשה והמים להם חומה מימינם ומשמאלם",
און דעם צווייטן מאל,
נאך דעם ווי די אידן זיינען שוין דורכגעגאנגען דעם ים און די מצריים זיינען געווארן דער־ טרונקען - "ובני ישראל הלכו גו׳ והמים להם חומה מימינם ומשמאלם",
וואס דאס איז א באווייז אז "והמים להם חומה מימינם ומשמאלם" איז געווען נוגע דעם גאנצן זמן פון זייער גיין בתוך הים ביבשה,
פון זייער אריינגיין אין ים ביז זייער ארויסגיין פון ים.
ב.
אויף דעם פסוק "והמים להם חומה מימינם ומשמאלם",
זאגט די מכילתא 8 ,
אז ס׳איז דאן געווען א קטרוג אויף אידן: "בני אדם עובדים עבודה זרה מהלכים ביבשה בתוך הים",
פון די אידן זיינען דאן געווען עובדי עבודה זרה,
איז געווען דער קטרוג: פארוואס קומט זיי אז זיי זאלן ניצול ווערן דורך א נס?
מיט וואס זיינען זיי בעסער פון די מצריים,
"אלו עובדי עבודה זרה ואלו עובדי עבודה זרה" 9 .
און די מכילתא פירט אויס: "מי גרם להם לישראל להנצל - מימינם ומשמאלם - מימינם,
בזכות התורה שעתידין לקבל שנאמר מימינם אש דת למו,
ומשמאלם זו תפלה".
און נאך א גירסא 10
: "ומשמאלם זו תפלין".
ד.
ה.
אז תורה און תפלה
(אדער תפלין),
די צוויי קוין,
ימין און שמאל,
זיינען געווען די "חומה" וואס האט באשיצט די אידן פון ביידע זייטן און זיי געראטעוועט.
איז ניט פארשטאנדיק: צוליב וואס האט מען געדארפט האבן א "חומה",
א זכות,
וואס זאל באשיצן די אידן פון ביידע זייטן,
מימינם ומשמאלם,
פארוואס איז ניט געווען גענוג פאר זיי איין זכות?
ובפרט דער זכות "מימינם" וואס גייט אויף דער "תורה שעתידין לקבל",
און ביי מתן תורה האט דאך דער אויבערשטער אויסדערוויילט די אידן פון אלע פעלקער
(וואס דערפאר,
בשעת מען זאגט אין ברכות קריאת שמע "ובנו בחרת מכל עם ולשון",
דארף מען מכוון זיין אז דאס גייט אויף מתן תורה 11 ),
וואס אט די בחירה איז דאך אויך אין דעם גוף הישראלי 12 ,
און ער איז אנדערש פון גופי אומות העולם 13 ,
און
(דער קיום פון)
זייערע גופים זיינען פון ג׳ קליפות הטמאות 14
און
(דער קיום פון)
אידישע גופים זיינען פון קליפות נוגה - וואס דער חילוק צווישן קליפת נוגה און ג׳ קליפות הטמאות איז א חילוק באין ערוך,
על דרך ווי דער חילוק צווישן קליפה און קדושה.
ווארום ג׳ קליפות הטמאות קענען ניט עולה זיין צו קדושה און קליפת נוגה קען דאך עולה זיין 15 ,
הייסט דאך דאס,
אז בכח איז קליפת נוגה אן ענין פון קדושה.
נאך מערער,
דער בכח וועט דאך זיכער קו־ מען לפועל,
ווארום די ניצוצות הקדושה פון נוגה וועלן דאך זיכער 16
עולה זיין לקדושה,
כמ״ש 17
"לא ידח ממנו נדח".
און כאטש אז נוגה קען יורד זיין לפי שעה אין ג׳ קליפות הטמאות,
איז עם אבער ניט מער ווי לשעה,
אבער סוף־כל־ סוף וועלן זיי עולה זיין לקדושה -
און וויבאלד אז מצד מתן תורה אליין זיינען שוין אידן אפגעטיילט בחילוק עיקרי ויסודי פון אומות העולם,
איז דאך גענוג דער זכות פון מתן תורה צו אראפנעמען די טענה פון "אלו עובדי עבודה זרה כו׳ ואלו כו׳״ - צוליב וואס האט מען געדארפט אנקומען אויך צום זכות פון תפלה אדער תפלין?
ג.
אין קריעת ים סוף זיינען געווען צוויי זאכן 18
: א)
בשעת קריעת ים סוף האט זיך פארענדיקט די יציאה פון מצרים,
ווארום פאר קריעת ים סוף,
אפילו נאך דעם ווי די אידן זיינען ארויס פון מצרים און אפילו נאכדעם ווי זיי זיינען צוגעקומען צו "פי החירות״ 19 ,
זיינען זיי נאך אלץ נאכגעיאגט געווארן פון פרעה וחילו,
און ערשט ביי קריעת ים סוף האט זיך פארענדיקט און ס׳איז דערגענצט געווארן די יציאה פון גלות מצרים.
ב)
קריעת ים סוף איז געווען א הכנה צו מתן תורה 20 ,
ווי ס׳איז מבואר דער ענין בכמה מקומות אין חסידות 21 ,
אז קריעת ים סוף איז געווען ניט בלויז צוליב הצלת ישראל,
ווייל די הצלה פון די אידן האט געקענט זיין אויך אויף אן אנדער אופן,
ו״כמה דרכים למקום"; אויך איז עם ניט געווען צוליב זייער ווייטערדיקן גיין אין מדבר,
ווייל באותו צד שירדו באותו צד עלו 22
(אויף דעם זעלבן זייט ים וואס די אידן זיינען אריין אין ים סוף,
זיינען זיי ארויסגעגאנגען)
- נאר ס׳איז געווען א הכנה צו מתן תורה: דורך מתן תורה האט זיך דאך אויפגעטאן דער חיבור פון מעלה מיט מטה 23 ,
איז די הכנה צו דעם געווען -הפך ים ליבשה: דער כח אלקי וואס איז פארדעקט אין דער בריאה - ״ים״
(אזוי ווי דער ים פארדעקט אויף אלץ וואס געפינט זיך אין אים)
איז ארויסגעקומען בגילוי - "יבשה".
(נאר בשעת קריעת ים סוף איז אט דער גילוי געווען באופן כללי און צייטווייליק,
און דאס איז געווען א הכנה צו דעם,
אז בשעת מתן תורה האט מען געגעבן יעדער אידן דעם כח צו מחבר און מגלה זיין אלקות,
מעלה,
מיט מטה,
דורך תורה ומצוות אין א קביעות׳דיקן אופן).
אלע ענינים פון וועלט
(וואס בראשית ברא - בשביל ישראל שנקראו ראשית 24 )
זיינען פארבונדן מיט
(ראשית)
אידן.
יעדער פעולה פון א אידן מיט און ביי זיך,
פועל׳ט אז דאס זעלבע זאל אויפגע־ טאן ווערן אויך אין וועלט 25 .
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז דאס וואס ביי קריעת ים סוף איז נתגלה געווארן די ג־טלעכקייט וואס איז פארבארגן אין וועלט,
איז עם פארבונדען מיט דעם וואס ביי אידן איז אנטפלעקט געווארן דער אלקות וואס איז געווען באהאלטן אין זייער נשמה.
און דערפאר האט געמוזט זיין די "חומה מימינם ומשמאלם",
סיי דעם זכות פון תורה
(ימין)
און סיי דעם זכות פון תפלה אדער תפלין
(שמאל) 26 ,
ווייל דוקא דורך דער עבודה אין ביידע קוים - ימין און שמאל,
איז מען מגלה די באהאלטע־ נע ג־טלעכקייט פון דער נשמה.
אויב די עבודה איז נאר אין איין קו,
אפילו ווען אין דעם קו טוט ער די עבודה מיט אלע זיינע כהות ביז צו מסירת נפש,
קען אבער זיין אז ער טוט דאס נאך אלץ מצד הטבע,
צי די טבע פון נפש הבהמית אדער אפילו די טבע פון נפש האלקית,
אבער אלץ מצד דעם וואס בטבעו ציט אים צו דער סארט עבודה.
ווען דריקט זיך אויס דער אמ־ ת׳ער ביטול און איבערגעגעבנקייט פון א אידן צום אויבערשטן אין אן אופן ער זאל ארוים פון זיין אייגענעם ״איך״ -
בשעת ער דינט דעם אויבערשטן אין צוויי קוין הפכיים.
אזא עבודה קען ניט זיין מצד הטבע
(ווארום מצד זיין טבע איז דאך א מענטש באגרענעצט צו איי־ נעם פון די צוויי קוים),
נאר מצד זיין איבערגעגעבנקייט בתכלית צום אוי־ בערשטן 27 .
ובמילא,
איז דוקא דורך דער עבודה פון אידן אין ביידע קוים סיי "מימינם" סיי "משמאלם",
דריקט זיך אויס זייער איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן אין אן אופן וואס איז איבער די גרענעצן פון זייער טבע און מציאות,
וואס דאס קומט מצד דער באהאלטענער ג־טלעכקייט פון יעדער אידישע נשמה,
וואס איז חלק אלקה ממעל ממש.
און וויבאלד אז די הנהגה פון דער גאנצער וועלט איז אפהענגיק פון דער עבודה פון אידן,
איז דורך דעם וואס אידן האבן ביי זיך גע׳פועל׳ט,
אז ס׳זאל נתגלה ווערן דער העלם פון זייער נשמה,
וואס האט געבראכט דערצו אז זייער עבודה איז געווען אין ביידע קוים,
(אדער דער זכות וואס "עתידין",
זיי וועלן פועל׳ן)
- האט עס גע׳פועל׳ט אויך אין וועלט,
אז דער ים,
העלם,
איז ארויס בגילוי און איז געשטאנען ווי א מויער פון ביידע זייטן - מימינם ומשמאלם.
ס׳איז ניט געווארן אויס ים
(אויסגעט־ ריקנט),
נאר די מים זיינען א)
געווארן יבשה,
דער העלם איז ארויס בגילוי,
און ב)
געווארן א חומה מימינם ומשמאלם.
ד.
מען דארף נאך אבער פארשטיין: דער אויבנדערמאנטער ביאור איז דאך נאר בנוגע דעם צווייטן ענין וואס איז געווען ביי קריעת ים סוף - הכנה צו מתן תורה,
אבער בנוגע צו ראטעווען זיך פון די מצריים - אראפנעמען דעם קטרוג פון ״אלו כו׳ ואלו כו׳״ - וואלט דאך לכאורה געווען גענוג אויך דעם זכות פון איין סארט עבודה,
ובפרט דער זכות פון מתן תורה וואס דורך דעם האט זיך אויפגעטאן די בחירה מכל העמים.
פארוואס דערציילט די תורה אז "והמים להם חומה מימינם ומשמאלם",
ניט בלויז ביי דעם המשך וגמר קריעת ים סוף,
באר אויך ביי דער התחלה - "ויבואו וגו׳",
וואס דאס איז דאך נוגע נאר צו דער הצלה און יציאה פון גלות מצרים?
איז דער ביאור אין דעם: דער תכלית פון יציאת מצרים איז מתן תורה.
דער־ פאר איז באלד ביי דעם ערשטן מאל וואס דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו וועגן יציאת מצרים האט ער אים געזאגט וועגן מתן תורה - "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האל־ קים על ההר הזה" 28 ,
און אזוי אויך באלד אין דעם ערשטן דיבור פון מתן תורה ווערט דערמאנט יציאת מצרים - "אנכי הוי׳ אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים".
און דעריבער האט דער גמר היציאה ממצרים - וואס דאס איז געווען,
כנ״ל,
בהתחלת קריעת ים סוף - געדארפט זיין אין אזא אופן וואס זאל קענען ברענגען,
זיין מעין הענין פון מתן תורה.
ניט בלויז האבן זיך די אידן געדארפט ראטעווען פון קליפת מצרים
(וואס דאס האט גע־ קענט זיין דורך עבודה אין איין קו,
כפי הגבלת הטבע,
ווייל אויך דורך אזא עבודה גייט מען ארוים פון רע),
נאר זיי האבן געמוזט ארויסגיין אינגאנצן פון מציאות און הגבלה,
דורך דער עבודה אין ביידע קוים דוקא.
און דעריבער האט די "חומה מימינם ומשמאלם" געדארפט זיין אויך באלד ביי דעם אנהויב פון קריעת ים סוף.
ה.
א טיפערער ביאור אין דעם: דורך דער עבודה בלויז אין איין קו,
איז ניט נאר וואס מען קומט ניט צו צום תכלית
(הכנה צו מתן תורה),
נאר עס פעלט אויך אין דער יציאה ממצרים 29 .
יעדע זאך וואס איז דא למטה האט א שורש למעלה 30 .
דער שורש פון מצרים דלערמת זה,
וואס שטערט צו תורה ומצוות,
און די אפשריות אויף דעם מצרים,
איז מצרים דקדושה.
מצרים דקדושה מיינט אז מען דינט דעם אויבערשטן אין אן אופן פון מיצר וגבול,
הגבלת הטבע 31 ,
כנ״ל - טבע פון נפש הבהמית,
אדער -אפילו פון נפש האלקית.
דעריבער איז אויב מען דינט דעם אויבערשטן אין א באגרענעצטן אופן
(מצרים דקדושה),
איז מען נאך ניט באווארנט פון מצרים דלעומת זה.
כאטש אז אין איצטיקן מאמענט איז ער ארויס פון מצרים דלעומת זה,
ער האט עם ביי זיך מבטל געווען,
איז וויבאלד אז דער שורש דערפון
(מצרים דקדושה)
איז נאך פארבליבן,
קען עם נאך אמאל זיין "חוזר וניעור".
די וועג צו באווארענען זיך פון מצרים דלעומת זה,
איז ארויסגיין אויך פון מצרים דקדושה - דינען דעם אוי־ בערשטן אין אלע קוים,
"מימינם ומשמאלם",
אויך אין אזא עבודה וואס איז קעגן זיין טבע און מציאות.
ו.
על פי זה וועט מען אויך פארשטיין וואס עם איז א מצוה צו דערמא־ נען יציאת מצרים יעדן טאג 32 ,
און דאס דארף טאן יעדער איד,
סיי דער וואס איז נאך נידעריקער פון א בינוני און סיי דער וואס איז א צדיק גמור - ביי אלעמען און יעדער טאג,
איז עס די זעלבע מצוה.
מילא דאס וואס אויך א צדיק גמור דארף אלע טאג דערמאנען יציאת מצרים,
איז פארשטאנדיק.
ווארום א איד דארף זיך דאך פארבינדן מיטן אוי־ בערשטן,
וואס ער איז אין־סוף,
איז ווי הויך דער צדיק זאל ניט שטייגן אין זיין עבודה,
איז עס לגבי א העכערער מדריגה נאך אלץ אן ענין פון מצרים וגבו־ לים,
און דעריבער דארף ער אלע טאג ארויסגיין פון דעם מיצר וגבול אין וועלכן ער געפינט זיך,
און גיין העכער.
ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק: ווי קען מען צונויפפארן די יציאת מצרים פון א צדיק גמור,
וואס אויך זיין "מצרים" איז א מדריגה נעלית פון קדושה,
מיט דער יציאה פון מצרים אין א נידע־ ריקערער דרגא,
ביז דער יציאה פון מצרים דלעומת זה פון ג׳ קליפות הטמאות לגמרי,
און זאגן אז די אלע זיינען מקיים די זעלבע מצוה?
איז דער ביאור אין דעם,
ווייל אויך די העכסטע מדריגה פון יציאת מצרים איז פארבונדן מיט יציאת מצרים דלעומת זה: אויב א צדיק גמור זאל ביי זיך באשליסן אז ס׳איז פאר אים גענוג די מדריגה ביי וועלכער ער האלט און ער דארף ניט גיין העכער,
ער וועט זיך אפשטעלן ביי "מצרים" דקדושה אפילו אין א גאר הויכער מדריגה,
איז אבער,
ווי געזאגט פריער,
מצרים דקדושה א שורש
(אמת טאקע -בהשתלשלות רבות מאד)
און נתינת מקום צו מצרים דלעומת זה.
דער וועג צו באווארענען זיך פון מצרים דלעומת זה איז,
עס זאל ניט זיין קיין אפשטעל,
קיין הגבלה אין עבודת ה׳,
אז שטענדיק,
יעדן טאג זאל די עבודה זיין אין אלץ א העכערן אופן.
ווי הויך מען זאל ניט זיין היינט,
דארף יעדן טאג זיין די החלטה - ווי דער רבי האט דערציילט 33
די הנהגה פון חסידים,
אז זיי פלעגן זאגן - אה,
מארגן דארף מען אויס־ שטיין גאר אן אנדערער.
ז.
על פי זה וועט אויך ווערן פאר־ ענטפערט,
וואס ביי קריעת ים סוף זיינען אויסגעוואקסן אילנות מיט פארטי־ קע פירות,
וואס זיינען געווען ראוי פאר פייגעלעך - ווארום דאס איז ניט געווען א צוגאב־נם נאר א פרט און פון דעם תוכן הנס פון קריעת ים סוף:
אין א קערנדל,
וואס מ׳פארפלאנצט אין דער ערד,
געפינט זיך שוין דער גאנצער בוים מיט אלע פירות וועלכע עס וואקסן אויס פון אט דעם קערנדל 34 .
ניט מער,
וואס איצט געפינט זיך דאס אלץ אין דעם גרעין בהעלם,
און עס דארף נעמען צייט ביז דאס קומט ארויס און ווערט אנטפלעקט
(און וואס די פירות זיינען בעסערע,
אלץ מער צייט דארף עס נעמען).
נאך מערער: אפילו אין דעם כח הצומח וואס אין דער ערד געפינט זיך בהעלם אלץ וואס עס וועט אויסוואקסן פון אים
(ווארום די צמיחה פון כח הצומח איז ניט קיין אמת׳ע התחדשות יש מאין) 35 .
בשעת קריעת ים סוף האבן אידן גע׳פועל׳ט מיט זייער עבודה אז עם זאל נתגלה ווערן דער העלם ניט נאר ביי זיך אליין נאר אויך אין דעם חלק פון וועלט וואס האט געהאט א שייכות צו זיי.
איז בכדי אז אידישע קינדער זאלן קענען שפייזן די פייגעלעך וועלכע האבן מיטגעזונגען מיט די אידן,
זיינען נתגלה געווארן די אילנות נושאי פירות וועלכע האבן זיך געפונען בהעלם אין דעם כח הצומח וואס אויפן דעק פון ים,
און אויך
(די גרעינים און)
די פירות וועלכע זיינען געווען בהעלם אין
(די גרעינים שבהעלם פון)
די אילנות.
ח.
דער דעק פון ים איז ערד,
דומם,
דער נידעריקסטער פון די סוגי הנבראים.
דאס מיינט אז דער "גילוי ההעלם" ביי קריעת ים סוף,
איז געווען אפילו אין דומם: פון דעם דומם זיינען אויסגעוואקסן אילנות ופירות - צומח,
וועלכע זיינען געווען א מאכל ראוי פאר פייגעלעך,
און געווארן דם ובשר כבשרם - זייער בלוט און פלייש - חי,
וואס די פייגעלעך האבן מיטגעזונגען מיט די אידן - מדבר - און די אידן האבן געזונגען שירה צו דעם אוי־ בערשטן
(וואס דאס איז דער תכלית פון מדבר צו נכלל ווערן אין אלקות) 36 .
דאס הייסט: ביי קריעת ים סוף איז נתגלה געווארן דער העלם פון דעם דומם,
ביז אז ער זאל קענען נכלל ווערן - דורך צומח,
חי און מדבר - אין אלקות.
ט.
אלע סיפורים פון תורה זיינען א הוראה פאר אונזער עבודה אין טאג־ טעגלעכן לעבן,
ובפרט די פרטים פון די פאסירונגען פון קריעת ים סוף,
וואס מען דארף יעדער טאג דערמאנען 37 .
יעדער טאג דארף א איד פועל׳ן ביי זיך צו אנטפלעקן דעם העלם וואס אין זיין נשמה,
און דאס דריקט זיך אויס אין דינען דעם אויבערשטן אן הגבלות,
אין אלע קוים,
"מימינם ומשמאלם".
און דאן איז ניט נאר וואס ער איז באווארנט פון מצרים דלעומת זה,
נאר עם פירט זיך ביי אים אויס דער תכלית פון יציאת מצרים: הכנה צו מתן תורה,
און נאך מער,
הכנה צו דער גאולה העתידה - וכמאמר רז״ל "אלמלא חטאו" 38
וואלט יציאת מצרים געווען א גאולה שלימה - וואס דאן וועט נתגלה ווערן דער אלקות וואס איז באהאלטן אפילו אין א דומם 39 ,
אזוי ווי ס׳איז געווען ביי קריעת ים סוף,
אז ס׳איז נתגלה געווארן אויך דער העלם שבדומם.
נאר ביי קריעת ים סוף,
ווי געזאגט פריער,
איז דער גילוי געווען לפי שעה,
דאס האט אבער געגעבן א כח אז נאך מתן תורה זאלן אידן קענען אויפטאן דורך עבודה די זעלבע גילויים פון קריעת ים סוף אין אן אופן קבוע.
דערפאר זיינען ביי גרויסע צדיקים געווען אט די גילויים,
אז דורך זייער עבודה האבן זיי אויך אין דומם געזען דעם אלקות וואס אין אים
(כידוע וואס דער אלטער רבי האט אמאל געזאגט,
קוקנדיק אויף א קורה
(באלקן)
: איך זע איצט נאר דעם אלקות וואס איז אים מחי׳ 40 ),
און בקרוב ממש וועט עס נתגלה ווערן צו אלעמען -"ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל נשר גו׳ כי פי הוי׳ דיבר" 41 ,
אז עס וועט אנטפלעקט ווערן און מ׳וועט זען דעם דבר הוי׳ וואס אין יעדער זאך,
בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ בשלח תשכ״ג)