B"H
🏡

Ikar

עמוד 957

א.

הא לחמא עניא ..

לשנה הבאה בני חורין:

די ערשטע פיסקא וואס מען זאגט אין דער הגדה איז "הא לחמא עניא".

די פיסקא זאגט מען ניט באלד אין אנהויב פון פראווען דעם סדר,

פאר קידוש,

אדער גלייך נאך דעם,

נאר מ׳זאגט עס אין אנפאנג פון דער הגדה 1 ,

וואס איר ענין איז סיפור ביציאת מצרים 2 ,

און דעריבער: א)

שטייט עס באלד נאכן סימן "מגיד",

ב)

ביי דער פיסקא הויבט מען אויף די קערה 3 ,

אדער כמנהגנו,

מען דעקט אפ מקצת המצות,

ווייל די הגדה וסיפור ביציאת מצרים דארף זיין "על המצות" 4 .

דערפון איז קלאר,

אז דאס וואס מען זאגט די פיסקא אין אנהויב פון אפריכטן דעם סדר,

איז דאס ניט נאר מצד דעם וואס איר תוכן איז צו איינלאדן צום סדר־טיש די אלע וואס האבן ניט די צרכי הסעודה והפסח

(״כל דכפין כו׳ דצריך -ייתי כו׳"),

ובמילא דארף מען עס טאן וואס פריער - ווארום אויב אזוי האט מען עס געדארפט זאגן נאך פריער,

באלד קומענדיק אהיים,

אדער נאך פריער,

איידער מען גייט אוועק פון שול,

וואו עס געפינען זיך א סך מענטשן וואס קענען הערן די איינלאדונג - נאר בעיקר ווייל דאס איז די התחלה פון סיפור ביציאת מצרים 5 ,

וואס דערפאר קען עס ניט קומען פאר דעם סימן פון "מגיד".

דארף מען פארשטיין: פארוואס האט מען די פיסקא ״הא לחמא עניא״ ארײנ־ געשטעלט אין סדר פון ״מגיד״ - און נאך מער: דערפון וראם די פיסקא איז דער אנהויב פון דער הגדה,

איז משמע אז אין ״הא לחמא עניא״ איז אנגעדײ־ טעט דער כללות הסיפור - וויבאלד אז לויט דעם אנגענומענעם נוסח 6

איז,

לכאורה,

ווערט דא גארניט דערציילט וועגן יציאת מצרים?

אויך דארף מען פארשטיין,

וואס דער תוכן פון דער פיסקא באשטייט פון דריי באזונדערע פרטים,

וואס האבן ניט,

לכאורה,

קיין פארבונד צווישן זיך: א)

ער איז מודיע אז אט די מצה וואס געפינט זיך ביים טיש איז עס די "לחמא עניא" וואס אונזערע אבות האבן געגעסן אין ארץ מצרים; ב)

ער לאדט איין אלע הונגעריקע און נצרכים זאלן קומען פראווען דעם סדר; ג)

א בקשה ובטחון אז כאטש "השתא הכא" און "השתא עבדין"

(דעם יאר זיינען מיר דא,

אין גלות,

און מיר זיינען עבדים)

איז "לשנה הבאה" וועלן מיר זיין "בארעא דיש־ ראל" און "בני חורין".

ב.

פאראן מפרשים וואס זיינען מבאר דעם פארבונד פון די ערשטע צוויי פרטים: די גמרא 7

זאגט אז דער וואט דינגט אידישע פועלים,

דארף ער זיי שפייזן אין דער צייט פון זייער ארבעט.

וויבאלד אבער אז אידן זיינען בני אברהם יצחק ויעקב,

זיי זיינען "בני מלכים" 8 ,

אדער ווי דער לשון אז אידן זיינען ״מלכים״ 9

- איז אויב אפילו ער זאל זיי געבן "כסעודת שלמה בשעתו",

וועט ער נאך אלץ פאר זיי ניט יוצא זיין.

דעריבער איז די איינציקע עצה,

אז ער זאל מיט זיי פריער אויסריידן,

וואס ער וועט זיי געבן עסן פת מיט קטנית וכר.

דאס זעלבע איז אויך בא דער איינלאדונג ליל פסח: וויבאלד אז ער גייט איינלאדן אידן - "כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח״ - איז וויסנדיק אז די וואם וועלן צו אים קומען עסן,

זיינען "בני מלכים" אדער "מלכים",

און אפילו אז ער וועט זיי געבן כסעודת שלמה בשעתו,

וועט עס אלץ ניט זיין גענוג - דעריבער איז ער מקדים און באווארנט זיך: "הא לחמא עניא",

און אויר דעם לחם איז ער זיי מזמין,

און מער פון דעם איז ער זיך ניט מתחייב צו געבן.

אבער לויט דעם ביאור וואלט דאך געווען גענוג ער זאל זאגן די ווערטער "הא לחמא עניא".

צוליב וואס איז מען מוסיף: ״די אכלו אבהתנא בארעא דמ־ צרים"?

בנוגע דעם פארבונד פון צװײטן ענין מיטן דריטן ענין - ״כל דכפין כו״׳ מיט ״השתא הכא כו״׳ - װילן מפרשים מסביר זיין מיטן מאמר רז״ל 10

״גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה׳/ אז אין זכות פון מזמין זיין עניים און געבן זיי די מעגלעכקייט צו פראווען דעם סדר,

״וײכול׳/ "ויפסח",

וועט דורך דעם קו־ מען די גאולה,

אז "לשנה הבאה בארעא דישראל" און "בני חורין".

ס׳איז אבער נאך אלץ ניט פאר־ שטאנדיק,

וואס זיינען די צוויי פרטים: "בארעא דישראל" און "בני חורין"; און פארוואס טיילט מען עס פאנאנדער אין צוויי פאלן: "השתא הכא לשנה הבאה בארעא דישראל",

"השתא עבדין לשנה הבאה בני חורין"?

עס וואלט דאך געווען גענוג ווען עם וואלט געשטאנען אין איין פאל,

השתא הכא ועבדין לשנה הבאה בארעא דישראל ובני חורין.

ג.

ס׳איז ידוע דער מאמר רז״ל אויפן פסוק "מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל": "מה שהוא עושה הוא אומר לישראל לעשות" 11

און אויך מה שהוא מצוה לישראל הוא עושה.

דאס וואס דער אויבער־ שטער הייסט די אידן טאן,

טוט ער אליין.

איז דאך דערפון מובן,

אז בליל הפסח זאגט דער אויבערשטער די פיס־ קא "הא לחמא עניא".

אויך ביי דעם אויבערשטן איז שייך,

כביכול,

דער ענין פון גלות און גאולה: ווען אידן זיינען אין גלות איז כביכול אויך די שכינה אין גלות,

ווי עם שטייט 12

: "בכל צרתם לו צר",

שכינתא בגלותא,

און דורך דעם וואס אידן וועלן נגאל ווערן וועט אויך די שכינה נגאל ווערן פון גלות,

וואס דערפאר זאגט דער אויבערשטער: "כי קרובה ישועתי

(מיין ישועה)

לבוא" 13 .

דער ענין פון גלות איז,

אז דער וואס געפינט זיך אין גלות איז בתכלית המיצר וההעלם,

אויך ווען זיין מציאות איז גאנץ,

פונקט ווי בשעת ער איז אויף דער פריי.

און דאס מיינט דער גלות שלמעלה: הגם אז אויך בזמן הגלות איז דאך אין יעדער נברא פאראן דער חיות אלקי וואס באשאפט און באלעבט אים שטענדיק בכל רגע ורגע,

זעט זיך אבער דער חיות אלקי לגמרי ניט אן,

ער שטייט במיצר והעלם.

און ווי אזוי ווערט דער גלות שלמעלה - צוליב דעם גלות פון אידן.

און דאס איז ער מבאר אין דעם ערשטן טייל פון דער פיסקא "הא לחמא עניא",

מצד דעם עניות בדעת וואס איז דא ביי אידן

("אין עני אלא בדעה") 14 ,

ווערט "די אכלו אבהתנא",

עם ווערט אויפגעגעסן כביכול די בחינה פון "אב־ התנא",

דאס מיינט,

עס ווערט נתעלם די מוחין שלמעלה

(מוחין ווערן אנגערופן מיטן נאמען אבות,

ווייל זיי זיינען דער מקור פון מדות 15 ),

וואס דערפאר איז אויך למטה ניטא קיין ידיעה אין אל־קות; אזוי ווי ס׳איז געווען "בארעא דמצרים"

(וואס גלות מצרים איז א שורש צו אלע גליות,

און אלע גליות ווערן אנגערופן על שם מצרים) 16 ,

אז פרעה,

דער מלך פון מצרים,

האט גע־ זאגט "לא ידעתי את ה׳" 17 ,

ער וויל ניט וויסן פון דער גאנצער מציאות פון ג־טלעכקייט,

און דער גאנצער ארום האט מסכים געווען מיט אים.

די גאולה שלמעלה קומט דאך דורך דער גאולה פון אידן.

אויף דעם זאגט ער ווייטער אין צווייטן טייל,

די בקשה און הבטחה וואס דער אויבערשטער זאגט צו יעדער אידן: "כל דכפין ייתי וייכול".

ניט קוקנדיק אויפן חושך הגלות איז דער אויבערשטער מבטיח,

אז יעדער איד וואס איז נאר הונגעריק נאך ג־טלעכקייט,

וועט אים דער אוי־ בערשטער זעטיקן זיין הונגער.

דאס איז דאך אבער ניט מער ווי "די מחסורו" 18 ,

מען גיט אים נאר וואס אים פעלט,

ער זאל ניט זיין הונגעריק.

עם איז אבער נאך ניט קיין עשירות.

בשעת אבער אידן בא־ קומען "די מחסורם",

ווערט שוין ביי זיי א העכערע השגה ארן עס פאדערט זיך ביי זיי אויך עשירות.

און אויף דעם זאגט ער ווייטער,

"כל דצריך": ווער נאר עס דארף און פאדערט עשירות,

וועט מען אים אויך דאס געבן - "ייתי ויפסח",

וואס "פסח נאכל על השובע" 19 ,

עס איז ניט קיין ענין פון זעטיקן דעם הונגער,

ווייל ער איז שוין זאט אויך פריער; דאס איז אן ענין פון עשירות - דרך חשיבות וגדולה - העכער ווי "די מחסורו".

דערנאך,

אין דעם דריטן טייל פון פיסקא,

איז ער מבאר די תוצאה און דעם תכלית פון ״וײכול״ און "ויפסח": די עשירות בדעת וואס אידן וועלן בא־ קומען,

וועט ביי זיי פועל׳ן אז כאטש "השתא הכא" איז "לשנה הבאה

(וואס "לשנה הבאה" מיינט ניט דוקא אז מען דארף ווארטן ביז איבער א יאר,

דאס קען זיך אפטאן באלד,

ובמילא וועט פסח הבא,

איבער א יאר,

"לשנה הבאה",

שוין זיין אזוי)

בארעא דישראל": "ארץ" איז פון לשון רצון וכמאמר רז״ל 20

"למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה",

און "ישראל" איז ר״ת "יש ששים רבוא אותיות לתורה״ 21

- "ארץ ישראל" מיינט דער רצון אין תורה.

אז מצד דעם עשירות בדעת,

וואס דאס ברענגט אויך עשירות בגשמיות

(ווארום אלע ענינים שבגשמיות נעמען זיך פון זייער ענין אין רוחניות),

וועט דער רצון פון יעדער אידן זיין אין תורה.

ווייל "בנות ישראל נאות הן אלא שהעניות מנוולתן" 22 .

יעדער איד מצד זיין אמת׳ן רצון איז דאך שיין און גוט 23 ,

נאר די עניות פארשטעלט אויף דעם רצון.

בשעת אבער עס וועט אראפ־ גענומען ווערן די עניות בגשמיות 24

און די עניות בדעת,

וועט דער אידישער יופי ארויסקומען אויך בגילוי: "כולך יפה רעיתי ומום אין בך״ 25

- ס׳איז ניטא קיין מום אין אידן,

עם וועט ביי זיי ניט פעלן אין קיין איינער פון די רמ״ח מצות עשה שכנגד רמ״ח אברים 26

און אין קיין איינער פון די שס״ה לא תעשה שכנגד שס״ה גידים 27 .

און דער "בארעא דישראל" וועט ברענגען אז "לשנה הבאה בני חורין": בשעת דער רצון פון יעדער אידן וועט זיין אין תורה ומצותי׳,

וועט מען ווערן "בני חורין",

באפרייט ווערן פון גלות דורך משיח צדקנו,

(וואס וועט קומען צום "דור שכולו זכאי") 28 ,

און דאמאלס וועט זיך אנהייבן די גאולה,

כפסק דין הרמב״ם אין דעם סדר בזה: עס וועט אויפשטיין א מלך פון בית דוד,

וואס לערנט תורה און איז עוסק אין מצוות כו׳ און בויען דעם מקדש

(און דאן)

צונויפזאמלען די פארוואגלטע אידן 29

- מען וועט גיין אין "ארעא דישראל" אויך בגשמיות,

בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש.

ד.

על פי זה וועט מען אויך פארשטיין וואס די פיסקא האט מען אריינ־געשטעלט אלס אנהויב פון סיפור יציאת מצרים,

ווייל די פיסקא אנט־ האלט דעם כללות הסיפור פון יציאת מצרים:

ווי דערמאנט פריער,

איז מצרים א שורש צו אלע גליות און יציאת מצרים איז א שורש צו אלע גאולות,

ביז צו דער גאולה העתידה,

וואס זי וועט זיין

(בכמה פרטים)

ענלעך צו יציאת מצרים כמו שכתוב 30

"כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות".

תכלית הסיפור פון יציאת מצרים איז צו מעורר זיין ביי אידן די אמונה בכלל

(בשעה שיש מצה לפניך - מיכלא דמהימנותא)

און די אמונה אין ביאת המשיח ביהוד,

וואס די אמונה וועט ברענגען די גאולה בפועל,

אזוי ווי ס׳איז געווען ביציאת מצרים,

אז "בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים" 31 .

איז בשעת מען באטראכט זיך אין דעם מצב אין וועלכן מען געפינט זיך,

ווי דער חושך הגלות ווערט גרעסער פון טאג צו טאג,

און ווי די גמרא 32

זאגט "אין יום כו"׳,

קען מען דאך ווערן פארצווייפלט ח״ו - אויף דעם איז מען מודיע באלד בתחילת אמירת ההגדה,

אז ניט קוקנדיק אויפן גודל החושך,

בעט זיך כביכול דער אויבער־שטער ביי יעדער אידן,

עס זאל ביים אידן זיין דער ״דכפין״ און דער ״דצ־ריך",

ער זאל נאר פארלאנגען פון דעם אויבערשטן,

און ער זאגט אים צו,

אז ער וועט אים געבן ניט נאר דעם ״וייכול״ נאר אויך דעם "ויפסח",

און דורך דעם וועט מען צוקומען צו "ארעא דישראל" און מען וועט ווערן ״בני חורין״ - בקרוב ממש.

(משיחת ליל ב׳ דחג הפסח תש"כ)

ה.

חכם מה הוא אומר ..

אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן:

אין דער שאלה וואס דער חכם פרעגט און אין דער תשובה וואס מען ענטפערט אים,

פרעגן מפרשי ההגדה: פארוואס האט מען אויסגעקליבן פון אלע הלכות פסח דוקא די הלכה "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן"?

דער חכם פרעגט דאך און וויל וויסן בנוגע אלע הלכות וואס זיינען נוגע צו פסח -עדות חוקים און משפטים,

האט מען דאך אים געדארפט ענטפערן און ערק־לערן כמה וכמה דינים און לויט׳ן סדר הלילה,

און ניט איין דין און...

דוקא דעם לעצטן - אז מען האלט שוין נאכ׳ן פסח,

דעם דין פון אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן.

אויך איז ניט פארשטאנדיק,

וואס איז בכלל די שאלה פון דעם חכם.

אויב ער איז אזא וואס תורה רופט אים אן מיטן נאמען חכם,

ווייסט ער דאך אליין די דינים,

און וויבאלד אז ער ווייסט דיני התורה,

איז וואס איז דער מיין פון זיין שאלה "מה העדות וגו׳"?

דער סדר פון ליל הפסח איז בדרך שאלה ותשובה 33 .

דערפאר איז דער דין 34

אז דער וואס האט ניט קיין בן דארף אים זיין פרוי פרעגן און אויב ער האט ניט קיין פרוי דארף ער זיך אליין פרעגן מה נשתנה בו׳.

במילא קען מען ערקלערן די שאלת החכם,

אז כאטש ער איז א חכם און יודע את התורה,

פונדעסטוועגן דארף ער פרעגן,

ווייל אזוי איז דער סדר פון ליל הפסח.

דאך איז מובן,

אז וויבאלד די תורה שטעלט אויס די כללות השאלות והתשובות אין פיר סוגים פון ארבעה בנים,

און דער העכסטער סוג פון זיי איז חכם,

איז אין זיין שאלה "מה העדות גו׳" מרומז דער העכסטער סארט שאלות - ובפרט לפי המבואר בכתבי האריז״ל 35 ,

אז די ארבעה בנים זיינען כנגד די ארבעה עולמות: אצילות,

בריאה,

יצירה און עשי׳ 36

און חכם איז כנגד אצילות,

איז דאך א ודאי,

אז אין שאלת החכם איז מרומז דער העכסטער סארט שאלה וואס עס קען נאר זיין - און די תשובה אויף דער שאלת החכם פארענטפערט די שאלות.

איז דאך ניט פארשטאנדיק: א)

וואס איז די ספעציעלע חכמה און די טיפקייט פון דער שאלה "מה העדות גו׳ אשר צוה הוי׳ אלקינו אתכם"?

דאס קען דאך פרעגן אויך אזא וואס האט גאר ווייניק גע־ לערנט און האט א גאר קליינע ידיעה אין מצוות התורה.

ב)

וואס איז די טיפ־ קייט אין דער תשובה "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן"?

ג)

ס׳איז דאך א בפירו־ ש׳ע משנה 37 ,

און בן עשר - איז שוין למשנה 38 .

יעדער איינער וואס האט נאר געלערנט משניות ווייסט דעם דין פון "אין מפטירין כו"׳.

ו.

ווי געזאגט פריער איז חכם כנגד אצילות.

אין עולם האצילות איז ביטול במציאות,

וואס דאס איז דאך דער ענין פון חכמה,

כח מ״ה,

דער כח פון ביטול וואס לייכט אין אצילות.

און דער וואס האלט ביי ביטול במציאות הייסט חכם.

מצד ביטול במציאות,

אז מען איז ניט קיין מציאות פאר זיך נאר אינגאנצן בטל און איבערגעגעבן צום אויבערשטן,

איז דער קיום פון אלע מצוות אויפן זעלבן אופן.

בשעת מען פילט די אייגענע מציאות,

דאן זיינען פאראן חילוקים אין מצוות: די מצוות וועלכע מען ווייסט זייער טעם און מען פארשטייט זיי,

האט מען אין זיי מער געשמאק ווי אין די מצוות וועלכע מען איז מקיים מיט קבלת עול,

ווייל "חוקה חקקתי גזירה גזרתי" 39 .

ובמילא האט דעמאלט אן ארט צו פאנאנדערטיילן די מצוות אין דריי סוגים: חוקים,

עדות און משפטים.

חוקים האבן גאר ניט קיין ארט אין שכל,

עדות האבן אן ארט אין שכל

(אליין וואלט מען טאקע ניט פאר־ שטאנען אז מען דארף זיי טאן אבער נאך דעם ווי תורה האט אונז אנגעזאגט אויף די עדות,

האבן זיי אן ארט אין שכל),

און משפטים זיינען אזעלכע מצוות וואס שכל אליין איז זיי מחייב,

כמאמר רז״ל 40

: "אילמלא לא ניתנה תורה

(ח״ו)

היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה".

אבער מצד דעם ביטול במציאות פון חכמה - אצילות - איז ניטא קיין אונטערשייד צי מען פארשטייט יא אדער מ׳פארשטייט ניט,

אלע מצוות איז מען מקיים מצד דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי געהייסן; און אויך האט מען דאן א געשמאק אין אלע מצוות,

אפילו אין די מצוות וועלכע האבן גאר ניט קיין ארט אין שכל,

האט מען אין זיי דעם גרעסטן געשמאק,

וויסנדיק אז דאס איז דער רצון העליון.

וכמאמר הידוע: "אילו נצטוה לחטוב עצים" 41 ,

ווען מיר וואלטן אנגעזאגט געווארן פון אויבערשטן צו האקן האלץ וואלטן מיר דאס געטאן מיטן זעלבן חיות ווי ביים מקיים זיין די מצוה פון הנחת תפלין וכיו״ב.

און דאס טענה׳ט דער חכם: "מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה הוי׳ אלקינו אתכם".

פארוואס טיילט מען פאנאנדער די מצוות אין באזונדע־ רע סוגים?

מצד דעם ביטול במציאות פון חכמה דארפן ניט זיין קיין שום חילוקים; אין אלע מצוות איז פאראן בלויז איין נקודה - קיום רצון העליון.

נאך מערער: די שאלת החכם איז ניט נאר אויף עדות און משפטים פארוואס זיי זיינען אויסגעטיילט פון חוקים,

נאר די שאלה איז אויך אויף חוקים אליין:

מצד דעם ביטול במציאות פון אצילות איז ניט שייך דער גאנצער ענין פון חוקים.

דער טייטש פון חוקים איז כמאמר רז״ל: "חוקה חקקתי גזירה גזרתי ואין לך רשות להרהר אחרי׳".

דאס קען מען זאגן נאר ביי אזא וואס פילט עפעס א מציאות אויסער דעם אדון,

דארף מען אים אנזאגן,

אז "אין לך רשות להרהר אחרי"׳,

ער זאל עס טאן מיט קבלת עול; בשעת אבער ער איז אינגאנצן בטל בתכלית,

אז אויסער דעם מציאות האדון איז גאר ניטא - איז פונקט ווי ס׳איז ניט שייך צו אנזאגן דעם אדון אליין ער זאל ניט מהרהר זיין אחרי פקודתו,

אזוי איז דאס ניט שייך צו אנזאגן דעם עבד וואס שטייט בתכלית הביטול און ער איז נאר - אדון.

אזא עבד איז מקיים די פקודת האדון ניט אין אן אופן פון חוקה,

בדרך קבלת עול,

נאר זיין קיום קומט בדרך ממילא,

מצד דעם וואס ער איז בטל און מיוחד בתכלית מיטן אדון.

און דאס איז דער פירוש "חכם מה הוא אומר כו"׳: די נשמה פון יעדן אידן במהותה העצמי איז טהורה היא בחינת אצילות 42 ,

נאר זי האט אראפגענידערט למטה דורך די עולמות בריאה יצירה עשי/ ביז זי האט זיך אנגעטאן אין א גוף.

פרעגט די טהורה היא פון דער נשמה: "מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה הוי׳ אלקינו אתכם״ - צוליב וואס דארף דער קיום המצוות זיין אין אן אופן פון התחלקות "העדות והחוקים והמשפטים - אשר צוה הוי׳ אלקינו אתכם",

די התחלקות וואס איז פאראן ביי אייך,

נבראים פון עולמות בריאה יצירה עשי׳?

מצד אונז,

מצד דעם שורש הנשמה,

איז דער קיום המצוות אין א סך א העכערן אופן,

אלע ענינים זיינען אין אן אופן פון מ״ה - ביטול במציאות.

(נאך טיפער: דאס ווארט מ״ה גייט אויך אריין אין שאלת החכם.

די שאיפה פון אצילות איז אויף צוקומען צו העכער פון אצילות,

און דארטן איז דער ענין פון "מה",

ביטול במציאות,

אויך ניט שייך.

ווארום דער תואר "ביטול במציאות" ווייזט אז ס׳איז דא א מציאות וועלכע איז בטל,

און העכער פון אצילות -וואוהין דעם חכם שטרעבט צו צוקומען - איז דער ענין פון ״מה״ אויך ניט שייך.

דערפאר פרעגט דער חכם זיין שאלה אויך אויף דער מדריגה פון "מה",

ער וויל זיך ארויסהויבן אויך פון דער מדריגה).

ז.

אויף דעם קומט דער ענטפער: "ואף אתה אמור לו כהלכות הפסח".

פסח איז דער טייטש ״דילוג״,

איבער־ שפרינגען - ניט מיט א סדר והדרגה.

אזוי איז דאך געווען דער גילוי אלקות אין דער נאכט פון פסח: "נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא",

עם האט זיך אנטפלעקט דער אויבער־ שטער "בכבודו ובעצמו" 43 ,

וואס ער איז העכער פון אלע פיר עולמות

(וואס דאס איז דאך אויך מרומז אין די פיר לשונות: "ולא מלאך",

"ולא שרף",

"ולא שליח",

״ולא אחר״,

- אנטקעגן די ד׳ עולמות 44 )

; און וואו איז אראפגעקומען דער גילוי - אין "מצרים ערות הארץ" 45

ארץ "מלאה גילולים" 46

(וואס דאס איז שלא בערך נידעריקער ניט נאר פון אצילות,

מקום החכם,

נאר אפילו פון עשי׳,

מקום הרשע,

ווייל מען רעדט דאך וועגן א אידישן רשע,

וואס א איד,

אפילו א רשע גמור איז ביי אים אויך פאראן די נשמה בבחינת מקיף 47 ,

און אויך זיין גוף איז פון קליפת נוגה.

מה שאין כן מצרים,

איז שלש קליפות הטמאות לגמרי,

און וועלכע טומאה - חלאה גילולים - טומאת עבודה זרה,

(ששקולה כנגד כל התורה 48 )).

איז דאך מובן אז המשכת העצמות אין ארץ מלאה גילולים איז עס אין אן אופן פון "דילוג",

אינגאנצן ניט אין סדר והדרגה.

קען מען דאך מיינען,

וויבאלד ס׳איז אן ענין פון "דילוג",

דארף אין דעם קיין סדר ניט זיין,

ווארום סדר והדרגה איז דאך דער היפך פון דילוג,

אויף דעם איז דער ענטפער: "כהלכות הפסח".

אויך אין קרבן פסח דורך וועלכן מען האט ממשיך געווען דעם "ופסח הוי"׳,

דעם דילוג למעלה מהדרגה,

אויך אין דעם זיינען געווען הלכות פרטיות ובסדר והדרגה דוקא

("אל תיקרי הליכות אלא הלכות" 49 ,

ד.

ה.

אז הלכות זיינען הליכות מלמעלה למטה און מלמטה למעלה,

כמה וכמה דרגות)

: נעמען דעם קרבן פסח דעם צענטן טאג אין ניסן,

אים שחט׳ן,

מקריב זיין און עסן,

מיט זייערע אלע פרטי דינים בסדר מסודר.

ווייל דער רצון העליון איז אז אויך די ענינים פון למעלה מהגבלה זאלן אראפקומען אין מדידה והגבלה דוקא.

און דאס איז דער ענטפער אויף דער שאלת החכם: מען דארף האבן די התחלקות פון עדות חוקים און משפטים,

הגם די עבודה דארף זיין מצד עצם הנשמה וואס איז העכער פון יעדער התחלקות - ווייל די כוונה העליונה איז,

אז אויך די עבודה פון עצם הנשמה ווי זי איז מיוחד מיט עצמות,

וואס איז העכער פון התחלקות,

דארף אראפגע־ טראגן ווערן אין דער התחלקות פון אן עבודה מסודרת אין עדות חוקים און משפטים.

ח.

און דער הסבר אויף דעם איז -"אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן",

אז דעם קרבן פסח דארף מען עסן בסוף כל הסעודה על השובע,

כדי די אכילה זאל זיין מיט הנאה און חשיבות 50

; און נאך דער אכילת הפסח,

טאר מען ניט עסן קיין שום שפייז,

בכדי עס זאל ביי אים ניט נתבטל ווערן דער טעם הפסח.

זעט מען אין דעם צוויי הפכים: אכילת הפסח דארף זיין ניט צו זעטיקן דעם הונגער

(״די מחסורו״),

און פונ־ דעסטוועגן דארף זיין אין דעם א טעם און הנאה,

דאס הייסט,

אז די הנאה פון אכילת הפסח איז ניט פון דעם וואס עם ווערט דערפילט זיין חסרון,

נאר פון א העכערן ענין - "עשירות": העכער פון די זאכן וואס זיין מציאות פאדערט,

העכער פון זיינע כחות - און דאך האט ער אין דעם א הנאה.

זיין הנאה און געשמאק איז אין א זאך וואס איז לגמרי העכער פון זיין מציאות.

דאס מיינט,

אז אויך דעם פארבונד פון עצם הנשמה מיט עצמות ווי דאס איז העכער פון כהות פרטיים,

דארף מען אראפטראגן און ממשיך זיין אין כהות פנימיים,

אנהויבנדיק מיטן כח השכל,

וואס דעריבער פאדערט זיך אז קיום המצוות זאל זיין ניט נאר אין אן אופן פון עדות און חוקים נאר אויך אין אן אופן פון משפטים - ער זאל עס אראפטראגן אין זיין שכל,

און האבן אין דעם א טעם און געשמאק.

און דעריבער איז איינע פון די הויפט־עבודות פון קרבן פסח - אכילת 51

הפסח,

ארייננעמען דעם פסח ודילוג אין א פנימיות,

עם זאל ווערן דם ובשר כבשרו,

און האבן אין דעם א טעם,

און נאכדעם ניט עסן קיין אנדער מזון כדי שלא יתבטל טעם הפסח בפיו,

- אז פסח וואס איז העכער פון השגת השכל -

(און אזוי אויך איצטער,

ווען אנשטאט דעם פסח עסט מען מצה,

מיכלא דמי הימנותא 52 ,

אמונה שלמעלה מהשכל)

דארף זיין מיט א טעם און געשמאק.

(משיחת ליל ב' דחג הפסח תשכ״א)

Reader controls and commentary are loading.