א.
אין ערשטן סימן פון הלכות פסח,
שרייבט דער אלטער רבי אין זיין שלחן ערוך: "נהגו בדורות האחרונים שהחכם דורש הלכות פסח בשבת שלפניו אם אינו ערב פסח והלכות החג דורש בשבת שובה"
(מען איז זיך נוהג אין די לעצטע דורות אז דער חכם דרש׳נט די דינים פון פסח אין דעם שבת וואס פאר אים
(שבת הגדול)
אויב ס׳איז ניט ערב פסח,
און די דינים פון חג
(סוכות)
אין שבת שובה).
דער מקור פון דעם מנהג איז אין "מנהגי מהרי״ל",
און עס ווערט אויך געבראכט אין ב״ח און מגן אברהם.
אבער דער לשון פון אלטן רבי׳ן איז אנדערש פון דעם לשון פון דעם מגן אברהם: דער לשון אין מגן אברהם איז: "ומהרי״ל הי׳ דורש גם הלכות חג בשבת שובה".
מיטן ווארט ״גם״ איז ער מרמז 1
אז נוסף אויף הלכות יו״כ וואס מען דארף דרש׳נען בשבת שובה,
דארף מען דרש׳נען אויך הלכות החג,
און דער אלטער רבי לאזט אויס דעם ווארט "גם",
וואס איז מרמז אויף הלכות יו״כ,
און ברענגט נאר הל׳ החג.
דארף מען פארשטיין: פארוואס איז דער אלטער רבי משמיט אז מען דארף דרש׳נען אויך בהלכות יו״כ?
אויך דארף מען פארשטיין: שבת שובה איז דאך ניט אלע מאל דער שבת וואס פאר סוכות,
ווייל א סך יארן איז די קביעות אז ס׳איז פאראן נאך איין שבת צווישן שבת שובה און סוכות.
האט מען דאך לכאורה געדארפט קובע זיין צו דרש׳נען אין דעם שבת וואס איז אמנאענסטן פאר סוכות,
ובפרט לדעת רבנו הזקן וואס איז ניט מרמז אויף הל׳ ױהכ״פ כנ״ל.
פארוואס האט מען באש־ טימט דעם מנהג אז דער חכם זאל דר־ ש׳נען הלכות סוכות דוקא אין שבת שובה - אויך אין די יארן וואס ס׳איז דא נאך א שבת פאר סוכות?
אויך דארף מען פארשטיין: ווען דער אלטער רבי איז מבאר דעם תוכן פון די דרשות אין שבת שקודם פסח און שבת שובה,
איז ער מדייק בלשונו הזהב: "והעיקר לדרוש ולהורות להם דרכי ה׳ וללמד 2
להם המעשה אשר יעשון"
(און דער עיקר איז צו דרש׳נען און אנווייזן די וועגן פון דעם אויבערשטן און צו לערנען זיי די מעשה וואס זיי זאלן טאן)
- פארוואס טיילט ער עם אין צוויי באזונדערע פרטים?
וועגן וועלכע "דרכי ה׳" דארף מען עס דרש׳נען און אנווייזן אין צוגאב צו דעם וואס מען לערנט "המעשה אשר יעשון"?
ויש לומר: דער אלטער רבי איז דא מרמז,
אז אין די צוויי שבתים -
(שבת הגדול און שבת שובה)
- דרש׳נט מען ניט נאר הלכות הפסח והלכות החג -וואס די הלכות מיינט מען מיט די ווער־ טער ״המעשה אשר יעשון״ - נאר אויך וועגן ענינים וואס זיינען נוגע צו עבודת האדם וקיום כל המצוות בכלל - וואס דאס ווערט געמיינט מיט "להורות דרכי ה'".
און דעריבער האט דער אלטער רבי אויסגעלאזן ״הל׳ וי״כ",
ווייל בנוגע צו עיקר הל׳ יו״ב - דארף מען ניט האבן קיין באזונדערן זמן צו דרש׳נען וועגן זיי,
וויבאלד אז זיי ווערן שוין נכלל אין די דרשות פון להורות דרכי ה׳ וואס מ׳זאגט בשבת הגדול און בשבת שובה.
על דרך ווי מ׳האט ניט קובע געווען צו דרש׳נען אין דעם שבת וואס פאר חג השבועות צוליב דעם וואס "עצרת אין בו הלכות מיוחדות שכל איסור והיתר הנוהגין בו נוהגין גם כן בפסח וסוכות" 3
(אין שבועות זיינען ניט פאראן קיין באזונדע־ רע הלכות,
ווייל אלע זאכן פון איסור והיתר וואס זיינען נוהג אין שבועות זיינען אויך נוהג אין פסח און סוכות).
ב.
דער ענין פון א דרך איז,
וואס דורך אים קען מען צוקומען צו א געוויסן ארט.
דער תכלית איז ניט דער דרך אליין,
דער דרך איז מער ניט ווי א מיטל וואס פירט צום תכלית.
אבער אן דעם מיטל קען מען דעם תכלית ניט דערגרייכן.
דער תכלית פון דער גאנצער בריאה איז,
אז אידן זאלן אין וועלט מקיים זיין מצוות בפועל,
- "המעשה אשר יעשון".
נאר - בכדי אז די מעשה זאל זיין ווי עס דארף צו זיין,
מיט לעבן און נשמה -ווארום "מצוה בלא כוונה כגוף בלא נשמה״ 4
- דארף מען האבן אהבת ה׳ און יראת ה׳ וואס זיי ברענגען אריין חיות אין דעם קיום המצוות 5 ,
און דאס זיינען די "דרכי ה',
וואס ברענגען צום תכלית פון מקיים זיין מצוות בפועל.
אמת טאקע אז "המעשה הוא העיקר" - אויב איינער זאל מכוון זיין אלע כוונות פון א מצוה אבער די מצוה בפועל וועט ער ניט מקיים זיין,
איז ער עובר אויף דעם רצון העליון.
מה שאין כן אויב בפועל וועט ער טאן די מצוה,
כאטש עם וועלן אים פעלן אירע כוונות,
וועט ער מקיים זיין דעם עיקר פון דער מצוה און ער פירט אויס דעם רצון העליון 6
-פונדעסטוועגן דארף דער קיום המצוה זיין מיט א חיות,
און דאס קען זיין נאר דורך אהבה ויראה.
קען מען דאך טענה׳ן,
וואס ארט עס אז ער טוט די מצוות אן א חיות,
לצאת ידי חובתו,
אבי ער האט מקיים געווען די מצוות בפועל?
אי זיי זיינען "כגוף בלא נשמה״ - פעלט טאקע די נשמה,
אבער וויבאלד אז דעם גוף פון די מצוות האט ער - איז דאך דא פאראן דער עיקר.
איז דער ענטפער אויף דעם:
אויב מען טוט א מצוה אן חיות - דער טאן איז נאר לצאת ידי חובתו,
אדער פון געוואוינהייט אין אן אופן פון "מצות אנשים מלומדה״ - ווערט דאס סוף־כל־ סוף נוגע אויך צו דער עשיית המצוה בפועל.
ווארום אין צוגאב צו דעם וואס די מצוה ווערט דאן געטאן אן הידורים 7
- ווייל טוענדיק די מצוה אן חיות און נאר אויף צו יוצא זיין,
קען ער דאך יוצא זיין אויך בשעת ער טוט זי אן הידורים - לבד זאת,
איז וויבאלד ער נוצט ניט אויס דעם חיות אין תורה און מצוות,
זאגט זיך ארויס זיין חיות אין אנדערע זאכן ביז אין ענינים פון היפך התורה ומצוות.
איז כאטש אז אין אנ־ הויבם איז ער נאך גאנץ אין מעשה המצוות,
ווארום ער וויל דאך יוצא זיין ידי חובתו,
דעריבער באהערשט ער זיינע מדות און תאוות און טוט די פליכט וואס ליגט אויף אים,
איז אבער דערנאך,
מצד דעם וואס זיין רצון און חיות זיינען אין ניט־קדושה׳דיקע ענינים,
הייבט ער אן צו זוכן און - ״השוחד יעור״ - ער געפינט פארשידענע "היתרים" אויך אויף דברים האסורים; און - עבירה גוררת עבירה - ער פאלט נאך נידערי־ קער,
אז ער פאלט דורך אפילו אין איסורים אויף וועלכע ער קען שוין ניט גע־ פינען קיין היתר,
ביז ער קעמפט שוין ניט אנטקעגן זיינע מדות און תאוות וואס ליגן אין דברים האסורים.
און דעריבער מוז זיין א חיות אין קיום המצוות,
וואס דאס קומט דורך אהבה ויראה,
און דערפאר זיינען זיי נכלל אין "דרכי הוי׳": זיי זיינען די דרכים וועלכע ברענגען צו דער אויס־ האלטונג און שלימות פון מעשה המצוות.
ג.
נאך אן ענין: אויב אפילו אין דעם עצם מעשה המצוות וואלט גארניט גע־ פעלט אויך ווען זיי ווערן געטאן אן חיות,
פונדעסטוועגן,
וויבאלד אז די מצוה איז דאך "כגוף בלא נשמה",
איז עס ניט כפי הכוונה.
די כוונה ורצון העליון איז,
עס זאלן זיין לעבעדיקע מצוות.
דער טעם אויף דעם: מצוות זיינען געגעבן געווארן בכדי "לצרף בהן את הבריות" 8 ,
בכדי אז דער איד וואס טוט די מצוה זאל ווערן אויסגעאיידלט און פארבונדן מיטן אויבערשטן.
וואס דער פארבונד פון דעם אידן מיט דעם אוי־ בערשטן דארף ארומנעמען אלע זיינע כהות,
ביז צו פנימיות הנפש.
ובמילא,
אויב ער וועט טאן די מצוות נאר לצאת ידי חובתו,
אן א חיות,
ווערט דאך דע־ מאלט די מצוה געטאן בלויז מיטן כח המעשה אליין,
איז ער דאך דאן פאר־ בונדן מיטן אויבערשטן נאר מיט זיין כח המעשה אליין - דער רצון העליון איז אבער,
אז דער גאנצער איד מיט אלע זיינע כחות זאל ווערן פארבונדן מיטן אויבערשטן,
דורך דעם וואס אלע זיינע כחות וועלן מקיים זיין די מצוה 9 .
נאר פונדעסטוועגן,
כאטש אז דער רצון העליון איז אז אלע כחות,
אויך די כחות פנימיים,
דארפן זיין פארבונדן מיטן אויבערשטן - ואדרבה,
כחות פנימיים זיינען העכער און איידעלער פון דעם כח המעשה - איז אבער פארט די עבודה מיט די כחות פנימיים,
אהבה ויראה,
ניט אן ענין פאר זיך,
ווארום דער תכלית פון דער אהבה ויראה איז,
זיי זאלן ברענגען חיות אין קיום המצוות בפועל 10
; ווייל תכלית הכוונה איז: דירה בתחתונים דוקא,
וואס דאס קומט דורך כח התחתון שבאדם - דורך מעשה המצוות בפועל.
די שלימות הכוונה פון דירה בתחתונים אבער ווערט אויסגע־ פירט - בשעת אז דער קיום המצוות איז בכל כחותיו.
און דאס איז דער פשט פון דעם וואס די עבודה בפחות הפנימיים,
אהבה ויראה,
ווערן אנגערופן "דרכי הוי׳": דער תכלית איז מעשה המצוות,
המעשה הוא העיקר,
מיט דעם נעמט מען עצמות ומהות אין־סוף ברוך הוא.
אבער בכדי אז דער פארבונד מיט עצמות זאל ניט פארבלייבן בהעלם,
אויף דעם זיינען די "דרכי הוי"׳,
די עבודה פנימית אין השגה און אהבה ויראה,
וואס זיי זיינען די דרכים וועלכע פארבינדן
(בגילוי) 11
עצמות המלך מיט דער מעשה בפועל.
ד.
דערמיט וועט מען אויך פארשטיין דעם לשון פון אלטן רבי׳ן: "דרכי הוי"׳,
לשון רבים.
בנוגע קיום המצוות בפועל זאגט ער "המעשה
(ולא "העשיות")
אשר יעשון",
לשון יחיד,
און בנוגע די דרכים זאגט ער "דרכי",
לשון רבים - ווייל מעשה המצוות,
איז הגם אז ס׳זיינען פאראן תרי״ג מצוות,
איז אבער זייער ענין איין זאך - דער שעבוד פון כח המעשה צום אויבערשטן; בשעת עם רעדט זיך אבער וועגן עבודה פנימית,
זיינען שוין דא פאראן חילוקי מדריגות,
און ביי יעדן אידן לויט זיין מדריגה.
און,
בכלל,
טיילן זיך די דרכים אין צוויי סוגים
(אדער - בנוסח אחר: א דרך דינט אויף צוויי זאכן) 12
: העלאה מלמטה למעלה והמשכה מלמעלה למטה
(פון פעלד און דארף און שטאט צו היכל המלך,
פון היכל המלך ביז צום פעלד),
וואס דאס איז דער כללות החילוק פון דער עבודה פון חודש ניסן צו דער עבודה פון חודש תשרי: ניסן איז המשכה און תשרי העלאה 13 ,
כמבואר במקום אחר.
און דעריבער איז דער מנהג צו דר־ ש׳נען צוויי מאל א יאר - שבת פאר פסח און שבת שובה,
ווייל דאן איז דער זמן פון די צוויי סוגי עבודות: שבת פאר פסח - המשכה,
און שבת שובה -העלאה,
און אין די צוויי דרשות ווערן שוין נכלל אלע עבודות פון יאר: די ענינים פון זומער - אין דער דרשה פון שבת הגדול,
און די ענינים פון ווינטער - שבת שובה.
ומשיחת שבת שונה תשי״ט)