א.
אויפן פסוק "זאת תורת העולה גו׳ כל הלילה",
זאגט רש״י: "בא ללמד על הקטר חלבים ואברים שיהא כשר כל הלילה",
אז די גאנצע נאכט איז כשר צו מקטיר זיין
(פארברענען)
אויפן מזבח די חלבים און אברים פון די קרבנות.
מען דארף זיך משתדל זיין צו מקטיר זיין אלץ בייטאג; דאס איז דער "בשעתה" פון דעם 1 .
מען קען אבער מקטיר זיין די חלבים ואברים אויך ביינאכט,
אויב מ׳האט בייטאג אפגעטאן די פריערדיקע עבודות וואס זיינען מתיר דעם קרבן.
אזוי איז דער דין מדאורייתא.
ס׳זיינען פאראן כמה מצוות וואס מן התורה מעגן זיי געטאן ווערן א גאנצע נאכט,
"עד שיעלה עמוד השחר",
אבער בכדי "להרחיק את האדם מן העבירה" האבן די חכמים גוזר געווען אז מען זאל עם טאן נאר ביז האלבע נאכט?
ביי הקטר חלבים ואברים - איז פאראן א מחלוקת פון רש״י מיטן רמב״ם צי אט די גזירת חכמים איז געווען אויך בא דעם.
דער רמב״ם 3
האלט,
אז אויך דא האט מען גוזר געווען,
ווי ביי די אנדערע מצוות וואס מדאורייתא קען מען זיי טאן עד שיעלה עמוד השחר,
און רש״י 2
האלט אז ביי הקטר חלבים ואברים האבן די חכמים ניט גוזר געווען אז מען זאל עם טאן נאר ביז האלבע נאכט.
איינער פון די טעמים וואס מען קען זאגן אויף דעם,
וואס לשיטת רש״י איז פאראן א חילוק צווישן הקטר חלבים ואברים און אנדערע מצוות: ס׳איז דא א כלל
(לדעת כמה פוסקים),
אז א זאך וואס שטייט מפורש אין דער תורה אז ס׳איז מותר,
קענען די חכמים אויף דעם ניט גוזר זיין קיין איסור 4 ,
און וויבאלד אז דאס וואס הקטר חלבים ואברים איז כשר כל הלילה שטייט בפירוש אין דער תורה - "כל הלילה עד הבוקר"; און "ולא ילין חלב חגי עד בוקר״ 5
- דערפאר האבן דא די חכמים ניט גוזר געווען.
ס׳איז אבער ניט פארשטאנדיק די שיטה פון רמב״ם,
אז מען האט יא גוזר געווען,
ווארום - לדעת כמה אחרונים 6
- זיינען פאראן ראיות אז אויך דער רמב״ם האלט פון דעם כלל,
אז דארט וואו ס׳שטייט בפירוש אין דער תורה להיתר קענען די חכמים ניט גוזר זיין,
איז פארוואס האלט דא דער רמב״ם,
אז מדרבנן דארף מען מקטיר זיין עד חצות,
וויבאלד עם שטייט בפירוש אין דער תורה אז ס׳איז כל הלילה?
ב.
אויפן פסוק "ואם האכל יאכל" זאגט די גמרא 7
: "בשתי אכילות הכתוב מדבר,
אחת אכילת אדם
(וואס די כהנים עסן זייער חלק פון דעם קרבן)
ואחת אכילת מזבח"
(די הקטרה אויפן מזבח),
און די גמרא לערנט דערפון אפ און פארגלייכט איין אכילה צו דער צווייטער.
אויך ביי אכילת כהנים איז פאראן די מצוה,
אז זיי זאלן עסן זייער חלק "ביום קרבנו" 8 ,
אין זעלבן טאג און ניט איבערלאזן אויף מארגן.
זיינען אין דעם פאראן צוויי ענינים: א)
די מצות עשה פון אכילת הזבח,
און ווי אויף יעדער מצוה האט מען אויך אויף דער אכילת הזבח מתקן געווען א ברכה 9 .
ב)
זייער עסן אין זעלבן טאג באווארנט אז מען זאל ניט עובר זיין אויפן לאו פון נותר.
דער חילוק צווישן די צוויי ענינים איז: די מצוה פון אכילת הזבח פאדערט כמה תנאים
(למשחה,
לגדולה 10 ,
אינו חי"),
און אויב עם פעלט איינער פון די תנאים איז מען ניט מקיים די מצוה.
מה שאין כן ביים פארהיטן פון נותר,
איז קיין נפקא מינה ניט אויף וועלכן אופן מען עסט,
אבי עס זאל דורך דער אכילה ניט בלייבן פון דעם קרבן קיין נותר 11 .
פונקט ווי די 2 ענינים זיינען פאראן ביי אכילת כהנים,
אזוי,
קען מען זאגן,
זיינען זיי אויך פאראן ביי אכילת מזבח.
דורך דעם וואס מען איז מקטיר די חלבים ואברים אויפן מזבח אין זעלבן טאג פון הקרבה,
טוען זיך אויף צוויי זאכן: א)
די עבודה פון מקטיר זיין די חלבים ואברים אויפן מזבח - דער ענין חיובי פון אכילת מזבח.
ב)
דורך דעם ווערט באווארנט עם זאל ניט זיין קיין נותר,
מען זאל ניט עובר זיין אויף דער לא־תעשה "ולא ילין חלב חגי עד בוקר".
ויש לומר,
אז דאס איז אויך דער טעם וואס לכתחילה דארף מען מקטיר זיין די חלבים ואברים ביום דוקא און ניט בלילה
(כאטש אז בדרך כלל געפינט מען ניט קיין חילוק מדאורייתא פון לכתחילה ביז דיעבד) 12
: די עבודה פון מקטיר זיין די חלבים ואברים,
ווי אלע עבודות המקדש,
דארף געטאן ווערן ביום דוקא,
און דאס וואס די תורה זאגט אז מען קען מקטיר זיין אויך "כל הלילה עד הבוקר",
איז עס מער ניט ווי בנוגע דעם צווייטן פרט,
צו פארהיטן פון דעם לאו פון נותר.
דעריבער דארף מען לכתחילה טאן די עבודה פון מקטיר זיין ביום,
נאר אויב מען האט עס ניט געטאן ביום,
און דער זמן פון עבודת ההקטרה,
פון דעם ענין החיובי וואס אין דעם,
איז שוין דורכגעגאנגען - דארף מען מקטיר זיין במשך הלילה,
בכדי ניט צו עובר זיין דעם לאו פון נותר.
דערמיט קען מען פארענטפערן די אויבנדערמאנטע דיעה פון רמב״ם: לויט דעם רמב״ס
(משא״כ להט״ז וכו׳)
איז דער כלל פון "אין כח ביד חכמים לאסור דבר שפירשה התורה בפירוש להיתר",
נאר וואו עס רעדט זיך בנוגע א מצוה,
דארט וואו די תורה האט געזאגט בפירוש אז מען זאל די מצוה טאן,
קענען די חכמים דאס ניט עוקר זיין אז מען זאל עם ניט טאן; מה שאין כן וואו די תורה האט ניט מער ווי מתיר געווען אז מען מעג עס טאן במשך כל הלילה,
אבער קיין מצות עשה איז דע־ רביי ניטא,
דא איז שייך א גזירת חכמים,
אז מען זאל עס טאן נאר עד חצות.
ג.
ס׳איז ידוע וואס דער רמב״ן 13
זאגט,
אז דאס וואס א קרבן פון א בהמה איז מכפר אויף דעם חטא האדם,
איז עס ווייל דער אדם המקריב האט דערביי געדארפט טראכטן - איבערלעבן אז אלץ וואס מען טוט מיט דער בהמה האט באמת געדארפט געטאן ווערן מיט אים,
נאר בחסדי ה׳,
האט דער אויבערשטער דאס פארביטן אויף דער בהמה.
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז אלע איינצלהייטן פון א קרבן,
- אריינגערעכנט די עבודה פון מקטיר זיין חלבים ואברים - זיינען פאראן בעבודת האדם.
חלב באווייזט אויף תענוג 14 .
איז אויף דעם די הוראה - "כל חלב להוי'" 15 .
זיין תענוג און געשמאק דארף א איד אוועקגעבן צום אויבערשטן.
קען מען דאך מיינען,
אז דאס וואס עם פאדערט זיך אז א איד זאל אפגעבן זיין גאנצן תענוג צום אויבערשטן,
איז עס דוקא אין דברי הרשות,
אז זיינע אייגענע טואונגען זאלן זיין אין אן אופן "כאילו כפאו כו׳" 16 ,
ער זאל אין זיי ניט האבן קיין געשמאק; אבער אין עניני קדושה,
אין קיום המצוות,
איז - וואס ארט עס אז ער האט א געשמאק אין קדושה?
ואדרבה.
איז אויף דעם די הוראה פון הקטרת חלבים ביי קרבנות,
וואס דער דין איז,
אז הגם די אכילה פון קרבנות איז א מצוה כנ״ל,
פונדעסטוועגן,
טאר מען ניט עסן ביז מ׳האט ניט
(באווארענט)
מקטיר געווען פריער דעם חלב אויפן מזבח.
און אין עבודת האדם: ווען איז מען זיכער אז ער איז מקיים די מצוה ווי עם דארף צו זיין,
בשעת ער גיט אוועק פריער זיין געשמאק
(אויך פון דער מצוה)
צום אויבערשטן.
אויב אבער ער האט נאך אין דער מצוה ניט מקטיר געווען דעם חלב,
דעם געשמאק,
קען זיין אז ער טוט די מצוה ניט מצד דעם וואס דער שלחן ערוך הייסט,
נאר מצד דעם געשמאק וואס ער האט אין דעם.
אמת טאקע אז ער דארף טאן א מצוה מיט א חיות און א קאך; ער דארף טאן די מצוה ניט מצד ההכרח נאר מצד אהבת ה׳,
דארף דאס דעריבער זיין מיטן גרעסטן תענוג,
דערפון וואס ער האט זוכה געווען למלאות רצון בוראו.
ער דארף זיך אבער באווארענען אז דער געשמאק זאל זיין פון דעם וואס ער דערפילט דעם רצון הבורא,
און ניט צו־ ליב זייטיקע ענינים.
ד.
על פי זה וועט מען אויך פארשטיין,
וואס עיקר הקטרת חלבים איז בייטאג דוקא,
כנ״ל.
דאס וואס מען קען מקטיר זיין חלבים אויך בלילה איז עס נאר בכדי צו משלים זיין אויב מען האט עס ניט געטאן בייטאג.
יום ווייזט אויף גילוי אור,
אין עבודת האדם איז עס די צייט וואס ער איז זיך עוסק אין תורה ומצות - נר מצוה ותורה אור; לילה איז חושך - דאס איז די צייט ווען ער איז ניט פארנומען מיט תורה ומצות נאר ער איז זיך עוסק אין דברי הרשות.
לערנט עם אונז,
אז די באווארעניש פון הקטר חלבים דארף זיין,
בעיקר,
ביום דוקא.
אין דברי הרשות איז דאך א דבר פשוט,
אז מען דארף אין דעם ניט האבן קיין געשמאק און מען דארף עם טאן נאר לשם שמים.
אבער ביי ענינים פון תורה ומצות,
קען ער זיך דאך איינריידן אז וויבאלד ער טוט אין קדושה,
איז ווי ס׳זאל ניט זיין איז גוט,
אבי ער לערנט תורה ומקיים מצות,
"לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות וכו׳ שלא לשמה כו׳" 17 .
דארף מען באווארע־ נען,
ער זאל אויך דא מקטיר זיין די חלבים: בשעת ער איז מחדש א חידוש אין תורה און האט אין דעם א גרויסן תענוג,
דארף ער פועל׳ן ביי זיך ער זאל עס אוועקגעבן צום אויבערשטן.
ווער רעדט אויב ער זעט אז זיין חידוש איז ניט מתאים מיט דברי הראשונים ואחרונים וואס זיינען אנגענומען בתפוצות ישראל 18 ,
זאל ער אוועקגעבן און פארב־ רענען זיין "חלב"; ער זאל זיין אויפן צו מכוון זיין הלכה לאמיתתה,
און ניט וועלן אבי מחדש זיין בכדי צו ארויס־ ווייזן די גרויסקייט פון זיין כח אין שכל.
על דרך ווי רבינו יונה 19
זאגט דעם טעם וואס אן אשם תלוי האט געדארפט קאסטן טייערער פון א חטאת,
ווייל דארט וואו מען איז מער עלול צו האבן א טעות,
דארף מען האבן א שטארקערע באווארעניש.
ה.
דעם הפרש פון יום און לילה קען מען אויך מבאר זיין אויף אן אנדערן,
טיפערן אופן,
וואס לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין פארוואס די הקטרה ביום איז א מצוה חיובית און די הקטרה בלילה איז צו באווארענען דעם איסור פון נותר:
יום און לילה באצייכענען
(ניט בלויז די זאכן אין וועלכע דער מענטש איז זיך עוסק,
עניני תורה ומצוה אדער דברי הרשות,
נאר אויך)
די חילוקים אין דעם מצב פון דעם מענטשן אליין: ״ױם״ ווייזט אויף דעם מצב האדם,
ווען ביי אים איז מאיר גילוי אור בנפשו.
ניט נאר דערהערט ער אז תורה ומצותי׳ זיינען חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא,
נאר אפילו אין דברי הרשות דערהערט ער דעם אלקות וואס אין די דברים הגשמיים,
ביז אז מיט די דברי הרשות אליין דינט ער דעם אויבערשטן - "בכל דרכיך דעהו" 20
(ביז על דרך אכילת הצדיקים וואס איז ניט קיין עבודה פון בירורים,
נאר "צדיק אוכל לשובע נפשו") 21
; "לילה" ווייזט אז ביים מענטשן איז ניט מאיר קיין גילוי אור,
ער איז ניט מרגיש קיין אלקות בנפשו,
ובמילא איז ניט נאר וואס ער דארף האבן שטענדיק מלחמה ווען ער איז זיך עוסק אין דברי הרשות אז זיי זאלן זיין לשם שמים 22
און ניט למלאות תאות נפשו,
נאר אויך ווען ער איז זיך עוסק בתורה ומצות - וויבאלד אז תורה איז אנגע־ טאן אין שכל אנושי ומצות בדברים גשמיים און בכחות נפשו הבהמית -דארף ער הארעווען אז זיין לימוד התורה זאל זיין לשמה און ניט צוליב דעם שכל וואס אין דעם; ועל דרך זה -אין קיום המצות.
איז אין ביידע דרגות - סיי אין יום און סיי אין לילה - פאראן דער ענין פוך הקטר חלבים,
מסירת התענוג צום אוי־ בערשטן.
ס׳איז אבער א חילוק: די וואס האלטן ביי בחינת "יום",
ווערט ביי זיי זייער גאנצער געשמאק - ניט בלויז אין תורה ומצוות נאר אפילו אין דברי הרשות - מצוה און קדושה; "בכל דרכיך דעהו".
מה שאין כן די וואס האלטך ביי "לילה",
איז צוליב דעם פארשטעל פון נפש הבהמית,
קענען זיי ביי זיך ניט פועל׳ן באמת לאמיתו,
אז זייער גאנצער תענוג זאל זיין א תענוג אלקי.
נאר זייער עבודה איז צו ברעכן זיך אז זיי זאלן זיך ניט אריינלאזן אין תאות און מותרות און אז אין יעדער זאך זאל זיין כוונתם ניט די זאך - נאר לשם שמים.
איז דער תוכן פון זייער הקטר חלבים אך ענין פון שלילה,
צוריקהאלטן זיך פוך תענוג אין דברים המותרים,
ווארום מן ההיתר יסיתנו לאיסור ח״ו.
אויך בנוגע לימוד התורה,
וויבאלד אז ביי דער מדריגה פון לערנען תורה לשמה באמת,
האלטן זיי ניט,
דארפן זיי זיך אויסהיטן ניט צו אריינטראגן זייער שכל אנושי אין תורה
(נאר זוכן די אמיתית הכוונה),
ווייל שכל אנושי קען פארפירן ביז צו מגלה פנים בתורה שלא כהלכה - איז דאך דאס בעיקר אן ענין פון שלילה.
ועד״ז - אין קיום המצות.
ו.
אף על פי כן איז פאראן א מעלה אין דער עבודה פון אתכפיא,
ברעכן דעם רע,
אויף דער עבודה פון צדיקים.
על דרך ווי די עבודה פון דער נשמה למטה צו מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית - איז העכער פון דער עבודת הנשמה ווי זי איז געווען למעלה קודם ירידתה,
כאטש אז דארטן האט זי גע־ האט העכערע השגות כו׳; אזוי אויך אין נשמות למטה גופא,
איז דא א מעלה אין דער עבודה פון תיקון הגוף ונפש הבהמית,
אתכפיא,
עבודת הבינונים אויף עבודת הצדיקים 23 .
און דאס איז מרומז בכתוב: "ולא ילין חלב חגי עד בוקר",
אז די עבודה פון "ולא ילין",
שלילה,
שלילת האיסור על ידי עבודת הבירורים ואתכפיא,
וועט צוברענגען - עד בוקר,
צו דעם "בוקר אור",
צו דעם זמן פון "לא יהי׳ לך עוד השמש לאור יומם גו׳ והי׳ לך הוי׳ לאור עולם" 24 ,
וכידוע אז דער בירור פון גוף,
פון נפש הבהמית און פון עולם הזה 25 ,
דאס דוקא וועט ברענגען דעם "בוקר",
דעם גילוי פון דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
(משיחת י״ט כסלו תשי״א)