B"H
🏡

Ikar

עמוד 939

א.

אין חומש ויקרא רעדט זיך בעיקר וועגן עבודת הקרבנות 1 ,

וואס איז איינע פון די הויפט־עבודות אין משכן און בית המקדש 2 .

די תורה איז אן אייביקע 3 ,

ד.

ה.

אז אין די דינים פון תורה,

און אפילו אין די דערציילונגען פון תורה,

קען יעדער איד,

סיי א מאן און סיי א פרוי,

אין יעדע צייט און אין יעדן ארט,

געפינען אנווייזונגען פאר זיין טאג־טעגלעכן לעבן,

- וואס ער דארף יע טאן און וואס ער דארף ניט טאן.

אזוי איז עם בנוגע צו אלע ענינים פון תורה,

און באזונדערס זיינען נוגע יעדן אידן אין אלע דורות די הוראות פון תורה בנוגע דעם בית המקדש און דער עבודה אין אים.

דער ציל פון "ועשו לי מקדש",

אז אידן זאלן מאכן א בית המקדש,

איז צוליב "ושכנתי בתוכם"

(לשון רבים),

אז דער אויבערשטער זאל רוען אין זיי,

ביי יעדן אידן,

אין זיין הארצן און אין זיין הויז.

במילא,

איז אפילו איצט,

ווען "ומפני חטאינו",

צוליב אונזערע זינד,

איז דער גשמיות׳דיקער בית המקדש חרוב געווארן,

איז אבער דורך דעם וואס א איד ״בויט״ זיין הויז,

און ער פירט זיך אויף אין זיין פאמיליען־לעבן,

אין אן אופן פון מקדש - קדושה,

איז ער זיכער אז די דאזיקע אויפפירונג וועט פועל זיין א מחילה אויף די זינד פון אמאל,

און זיין הויז וועט זיין א "מקדש",

אן ארט וואו עס וועט זיין ושכנתי בתוכם - וואו די שכינה וועט רוען.

און דאס וועט אויך ברענגען די ברכות אין אלץ וואס ער נויטיקט זיך.

ב.

ווי דערמאנט איז עבודת הקר־בנות געווען פון די עיקר׳דיקע עבודות אין בית המקדש.

עבודת הקרבנות האט זיך יעדן טאג אנגעהויבן און זיך גע־שלאסן מיטן קרבן תמיד

(דעם קרבן תמיד האט מען דאך מקריב געווען צוויי מאל יעדן טאג,

איין מאל גאנץ פרי,

פאר אלע קרבנות,

און דעם צווייטן מאל,

פארנאכט,

נאך אלע קרבנות) 4 .

דער קרבן תמיד לערנט אז דער סדר תמידי,

דער געוויינליכער סדר איז,

אז א איד מוז ניט ברענגען און פארברענען אויפן מזבח זיין גאנצן אייגנטום; דער תמיד איז באשטאנען ניט מער ווי פון איין שעפס,

א קליינע מאס וויין און בוימל,

א ביסל מעל און זאלץ.

נאך מער: דער סדר תמידי איז אז ניט יעדער איד האט געדארפט ברענגען א באזונדער קרבן תמיד צוויי מאל טעגלעך אויפן מזבח.

נאר וואס דען: יעדער איד האט געדארפט בייט־ ראגן זיין חלק צום אלגעמיינעם סכום,

פאר וועלכן מען האט איינגעקויפט שעפסן,

וויין,

א.

א.

וו.

פאר די קרבנות פונעם גאנצן יאר.

פארשטענדלעך,

אז פאנאנדערטיילנדיק די קאסטן פון די קרבנות פון א גאנץ יאר אויף אלע אידן,

באטרעפט עם אויפן חלק פון יעדן אידן באזונדער ניט מער ווי א קליינע סומע -און דאך האט דאס געבראכט דעם אוי־ בערשטנס ברכות אויף א גליקלעכן יאר פאר יעדן אידן,

וואו נאר ער האט זיך געפונען.

די עבודת הקרבנות לערנט אונז: דער אויבערשטער פארלאנגט ניט,

אז דער סדר תמידי פון א אידן זאל זיין אוועק־ געבן זיין גאנצן פארמעגן אין בית המקדש צום פארברענען אויפן מזבח,

און פאר זיך זאל ער גארניט איבערלאזן.

וואס ער מאנט אבער יע פון א אידן איז: דאס גאנצע הארץ 5 .

דאס סאמע וויכטי־ קסטע איז ניט די כמות 6

- וויפל כחות,

געלט און אלגעמיינע האב און גוטס דער איד גיט אוועק פאר דעם אויבערשטן,

נאר בעיקר ווי אזוי ער גיט עס,

דער הויפט־באדינג איז ער זאל עם געבן מיטן פולן הארצן.

וואט דעמאלט,

אפילו אויב די מאס פון זיין געבן איז

(מאיזה סיבה חזקה)

ניט קיין גרויסע: בלויז א קליינעם טייל פון זיין יעדן סארט פארמעגן,

- ווי מיר געפינען ביים קרבן תמיד אז ער איז באשטאנען פון אלע סוגים 7

: א שעפס פון סוג החי,

מעל,

בוימל און וויין פון צומח,

און זאלץ פון דומם -

וויבאלד אבער דאס ווערט געגעבן מיט א גאנץ הארץ,

מיט לעבעדיקייט און שמחה,

טוט זיך אפ דער ענין כפי הכוונה און עס ברענגט אויך אלע ברכות און גוטע השפעות פונקט ווי דער קרבן תמיד אמאל.

ג.

נאך אן אנווייזונג איז פאראן אין דעם קרבן תמיד:

דעם דאזיקן קרבן האט מען געבראכט אויפן מזבח בלויז צוויי מאל א טאג,

איינעם גאנץ פרי און דעם צווייטן פאר־ נאכט - און דאך ווערט אט דער קרבן באצייכנט מיטן נאמען וואס באדייט שטענדיקייט: "קרבן תמיד".

דאס מיינט 8 ,

אז אויך די צווישנצייט פון די צוויי קרב־ נות איז געווען פארפולט און דורכגע־ דרונגען מיטן קרבן תמיד.

דערפאר איז די צייט פון ערשטן קרבן תמיד געווען גאנץ פרי,

צום אלעם ערשטן,

פאר יעדער אנדערער באשעפטיקונג,

ווייל דער קרבן תמיד דארף באאיינפלוסן און דורכדרינ־ גען אין די אלע נאכקומענדיקע זאכן.

דערפון דארף מען אפלערנען ווי א אידיש הויז דארף זיך פירן:

אין פארלויף פון טאג איז מען דאך אין הויז באשעפטיקט מיט אלערליי זאכן,

וואס האבן א שייכות סיי מיטן גוף און סיי מיט דער נשמה.

וויבאלד אבער דאס ג־טלעכע ליכט איז ניט קענטיק אין דער טאג־טעגלעכער פארנומענקייט - ווייל אפילו די זאכן וואס האבן צו טאן מיט דער נשמה ווערן זיי דאך דורכגעפירט לויטן מענטשלעכן פארשטאנד,

וואס קען אמאל אראפפירן פון ריכטיקן וועג און צוברענגען ח״ו ביז צום היפך פון אוי־ בערשטנס ווילן - דערפאר דארף זיך א איד באווארענען באלד אין אנהויבס טאג,

נאך איידער ער טרעט צו צו זיינע פארשידענע באשעפטיקונגען פון טאג אויסדריקן צום אלעס ערשטן זיין איבער־ געבנקייט בתכלית צום אויבערשטן.

וואם דאס איז דער מיין פון דעם זאגן "מודה אני לפניך מלך ...

" מיד שניעור,

באלד ביים עפענען די אויגן אינדערפרי: ער דאנקט השי״ת וואם האט אים צוריקגעגעבן די נשמה און רופט עם דערביי "מלך",

וואס די באציאונג צו א מלך איז דאך אז מען גיט זיך איבער מיט זיין גאנצן לייב און לעבן.

און די דאזיקע איבערגעבנקייט פון אנ־ הויבס טאג ווירקט זיך אויס אויך אין די שפעטערדיקע שעות,

וועלכע ער פארנוצט פאר זיינע באדערפענישן; אויך אין זיי זעט זיך די ווירקונג פון "מודה אני",

אויך זיי זיינען דורכגענומען מיט מסירה ונתינה צום "מלך",

צום באשעפער און במילא ווערן אויך זיי באגלייט מיט די ברכות והשפעות פון אויבערשטן.

און דאם איז אנגעדייטעט אין דעם ענין פון "קרבן תמיד" און די פרטים אין דעם: בעת מען הויבט אן דעם טאג מיטן קרבן,

מיט איבערגעבנקייט צום אוי־ בערשטן,

ווערט דער קרבן באצייכנט ווי א תמיד: ער איז ניט באגרענעצט בלויז צו יענעם מאמענט אין פרימארגן,

נאר האט א תמידית׳דיקע,

שטענדיקע וויר־ קונג.

ברענגענדיק דעם קרבן האט מען געדארפט שפריצן זיין בלוט אויפן מזבח און דארט מקריב זיין זיין פעטם

(חלב).

בלוט האט די אייגנשאפט פון לעבעדי־ קייט,

היציקייט און קאכעניש,

פעטם צייגט אויף דעם פארגעניגנם־געפיל

(פון פארגעניגן ווערט געשאפן פעט־ קייט) 9 .

דאם מיינט: דער ערשטער שריט פון טאג איז דעם אידנם פעסטער באש־ לוס צו ריכטן זיין קאכיקייט נאר צום מזבח,

אין ריינע און הייליקע זאכן ארן אז נאר אין זיי זאל זיין זיין פארגעניגן - און דער אויבערשטער העלפט אים אנצוהאלטן און פארווירקלעכן דעם דאזיקן באשלוס אין אלע צייטן פון טאג,

וואס ברענגט אויך מיט זיר דעם אוי־ בערשטנם ברכה און הצלחה אויפן גאנצן טאג און גאנצער נאכט.

ד.

וועגן קרבן תמיד דערציילט דער מדרש 10 ,

אז דאס מקריב זיין דעם קרבן תמיד האט פארגעבן אויף

(געוויסע)

זינד,

וועלכע מ׳איז באגאנגען איידער מ׳האט מקריב געווען דעם קרבן:

השי״ת גיט א געלעגנהייט א מענטשן וואס איז ח״ו דורכגעפאלן,

צו פאריכטן זיין פארגאנגענהייט.

א מענטש גייט דורך אין זיין לעבן פארשידענע שווערי־ קייטן און נסיונות - און אמאל קען פא־ סירן ער זאל א געוויסן נסיון ניט ביי־ שטיין ח״ו.

אויב אבער ער נעמט אויף זיך פון דאס ניי צו זיין איבערגעגעבן צום אויבערשטן,

ער זאגט מיטן גאנצן הארצן ״מודה אני לפניך מלך״ - וואס דאס איז,

ווי געזאגט פריער,

אויך פון דעם ״אינ־ האלט״ פון קרבן תמיד - איז עס מכפר אויף די פריערדיקע שעות פון טאג,

אנהויבנדיק פון דעם אלטן רבי׳ן אן,

ווערט אין חסידות אונטערשטראכן און ערקלערט מיט טיפער,

ברייטער און פארשטענדלעכער ערקלערונג: אז אויך ווען א איד פאלט דורך ר״ל,

טאר ער ביי זיך ניט ווערן אראפגעפאלן אינ־ גאנצן און זיין אפהענטיק; און אין קיין פאל טאר ער ניט אריינפאלן אין א צושטאנד פון יאוש ח״ו.

אדרבה,

ער דארף זיך שטארקן: פאריכטן וואס ער האט פארקרימט,

דערגענצן וואס ער האט פארפעלט צו טאן און האפן אז דער אויבערשטער וועט אננעמען זיין תשובה 11 .

די דאזיקע תשובה געפינט איר אויס־ דרוק - אין "מודה אני לפניך מלך",

איינקריצן אין קאפ און אין הארצן די דאנקבארקייט און איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן,

און פאסן א פעסטן באשלום,

אז דער דם און חלב - קאך און פארגעניגן - זאלן זיין נאר אין הייליקע זאכן,

וואס דאן פארגיט אים דער אוי־ בערשטער אויף דאס באגאנגענע אין די פריערדיקע שעות,

און גלייכצייטיק גיט אים דער אויבערשטער זיין ברכה,

אין דער פולסטער מאס,

אין אלץ וואס ער נויטיקט זיך,

סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות,

פאר זיך און פאר זיינע בני־בית.

ביז אז דאס

(ההנהגה דקרבן תמיד)

וועט ברענגען אויך די ברכה הכללית,

די הויפט־ברכה און עיקר־הברכה,

אז בקרוב וועט קומען משיח צדקנו און אויפבויען דעם בית המקדש און ארויסנעמען אונז פון אינעווייניקסטן גלות און פון אוים־ ערלעכן גלות,

און ברענגען אונז לארצנו הקדושה 12 ,

וואם דעמאלט וועט מען זוכה זיין צו זען,

אויך מיט די פליישיקע אויגן,

ווי מען איז מקריב דעם קרבן תמיד אין בית המקדש,

במהרה בימינו אמן.

(משיחת א׳ במדבר תשכ״ב)

ה.

אין סוף פ׳ ויקרא ווערט גערעדט וועגן אשם תלוי וואס מען דארף ברענגען ווען מ׳באגייט א ספק חטא

(ווי למשל,

ווען איינער האט פאר זיך געהאט כשר׳ע און ניט־כשר׳ע פעטס,

און האט געגעסן איינע פון זיי.

שפעטער האט מען אים געזאגט אז איינע פון די צוויי איז געווען חלב,

אבער עם איז נאך אלץ ניט קלאר צי ער האט געגעסן די חלב אדער די כשר׳ע פעטס.

איז דער דין,

אז אויף דעם ספק איז מען מחוייב צו ברענגען א קרבן וואם ווערט גערופן אשם תלוי).

איז א מחלוקת אין גמרא 13

: צי מען איז חייב

(כרת אדער חטאת)

אויב מען שעכט אן אשם תלוי חוץ לעזרה

(ווי מען איז חייב ביי אנדערע קרבנות אויף שחוטי חוץ),

ר׳ מאיר איז מחייב און די חכמים פטר׳ן.

זייער טעם: וויבאלד אז דער קרבן אשם תלוי קומט דאך אויף א ספק,

קען דאך זיין אז ער האט גאר קיין איסור ניט געטאן,

דעריבער קען מען ניט מחייב זיין אויף שחוטי חוץ,

ווארום עס קען דאך זיין אז מען האט גע׳שחט׳ן מחוץ לעזרה א בהמה וואם איז ניט געווען קיין קרבן.

און דער רמב״ם 14

פסק׳נט דעם דין ווי די חכמים,

אז מען איז פטור.

נאך א מחלוקת איז פאראן 15

וועגן איינעם וואס האט געבראכט אן אשם תלוי,

און איידער מ׳האט דעם קרבן גע׳שחט׳ן האט ער זיך דערוואוסט אויף זיכער אז ער איז קיין איסור ניט באגאנגען,

אדער ער האט זיך דער־ וואוסט אויף זיכער אז ער האט יע געטאן אן איסור

(וואס דאן קען מען דעם קרבן ניט מקריב זיין,

ווייל אן אשם תלוי קומט אויף א ספק),

זאגט ר׳ מאיר: "יצא וירעה בעדר",

אז די בהמה ווערט חולין; און די חכמים זאגן: "ירעה עד שיסתאב כו"/ אז די בהמה האט דעם דין פון א קרבן,

אבער א קרבן וואס מען קען אים ניט מקריב זיין און מען דארף ווארטן ביז די בהמה וועט באקומען א מום און דאן וועט מען זי אויסקויפן פון הקדש.

און דער רמב״ם 16

פסק׳נט ווי די חכמים,

און דער טעם איז: ווייל "לבו של אדם דוה על עונותיו והואיל ועל ספק הפרישו גמר בלבו להקדיש"

(דאם הארץ פון דעם וואס ברענגט דעם קרבן טוט אים וויי אויף זיינע זינד און וויבאלד אז ער האט אים מפריש געווען אויף א ספק,

האט ער אין הארצן באשלאסן אז די בהמה זאל אלץ איינס זיין הקדש).

פרעגט מען די קשיא: לויט דער דעה פון די חכמים

(און דעם פסק פון רמב״ם)

אז אויך ווען ער ווייסט שפעטער בבירור אז "לא חטא",

בלייבט די בהמה נאך אלץ הקדש,

ווייל "גמר בלבו להקדיש",

דארף דאך אויסקומען לכאורה

(ואדרבה - מיט א כל שכן)

אז דארט וואו ס׳איז געבליבן דער ספק,

דארף זי דאך געווים בלייבן א קרבן - ווייל אויב אפילו אין אמת׳ן האט ער ניט געזינ־ דיקט,

איז דאך ״גמר בלבו להקדיש״ -איז פארוואס פסק׳נען די חכמים

(והרמב״ם),

אז אויב מען האט דעם קרבן גע׳שחט׳ן בחוץ האט עס ניט דעם דין פון שחוטי חוץ?

די ערקלערונג אין דעם קען מען זאגן: אין קדושת הקרבנות זיינען דא צוויי חלקים: א)

בדיני אדם,

ווי דער מענטש זאל זיך נוהג זיין מיט דער בהמה וואם ער האט מקדיש געווען פאר א קרבן - אין דעם איז גענוג דאם וואס מען ווייס בדיני אדם אז "גמר בלבו להקדיש" אז זי זאל זיין הקדש,

אויך ווען באמת לא חטא אדער אפילו ווען אים איז דערנאך קלאר געווארן אז יא חטא.

ב)

בנוגע לדיני שמיס: דער אשם תלוי איז א קרבן בנוגע דיני שמים דוקא אויב ער האט טאקע געזינדיקט - נאר ביי דעם מענטשן איז א ספק,

וואס צוליב דעם חטא וואם ער איז באגאנגען אין אן אופן וואס ביי אים איז א ספק צי חטא,

דארף ער ברענגען אן אשם תלוי

(אויב אויך דער מענטש ווייסט אז ער איז באגאנגען א חטא דארף ער ברענגען א חטאת).

דעריבער איז דער טעם וואס "לבו של אדם דוה וכו׳ וגמר בלבו להקדיש",

העלפט אז דאס זאל זיין הקדש נאר בנוגע לדיני אדם 17 ,

אבער בנוגע לדיני שמים איז עם א קרבן דוקא אויב חטא בפועל 18

; און וויבאלד אז עס קען דאך זיין אז לא חטא - וואם דאן איז עם בנוגע לדיני שמים

(כרת)

קיין קרבן ניט - איז ער דאך ניט מחוייב קיין כרת אויף דעם שחוטי חוץ במזיד,

און במילא דארף ער אויך ניט ברענגען אויף דעם קיין קרבן חטאת אויב ער האט עם געטאן בשוגג,

ווייל דוקא "דבר שזדונו כרת שגגתו חטאת" 19 .

ו.

וועט מען עס פארשטיין אויך פון דעם וואס כאטש אז קרבן חטאת קומט אויף איסור ודאי

(בשוגג)

און אשם תלוי אויף איסור ספק,

געפינען מיר אבער מער הארבקייט אין אשם תלוי ווי אין קרבן חטאת: חטאת בת דנקא ואשם בת שתים 20 ,

א חטאת האט געמוזט זיין ווערט ניט ווייניקער ווי א ״דנקא״ *20

(אזא מטבע)

און אן אשם תלוי - ניט ווייניקער ווי צוויי סלעים וואס דאס איז 48 דנקא׳ת!

איז רבינו יונה 21

דאס מבאר,

ווייל עיקר הכפרה פון א קרבן איז דורך דער תשובה וואס מען טוט דערביי.

דעריבער,

ווען מען ווייסט ביי זיך זיכער אז מען האט געזינדיקט,

ווערט דער מענטש דערוועקט צו חרטה און תשובה מיט אן אמת; בשעת אבער ביי אים איז א ספק און ער טראכט אז אפשר האט ער גאר קיין עבירה ניט געטאן - דארף מען זוכן מיטלען צו ״פועל׳ן״ ביי אים,

ער זאל האבן חרטה און טאן תשובה באמת.

דער־ פאר האט אן אשם תלוי געדארפט קאסטן א סך מער פון א חטאת.

דער טעם איז אבער,

לכאורה,

ניט מספיק.

אמת טאקע אז עס האט גע־ דארפט זיין תשובה,

ס׳איז דאך אבער פאראן אן ענין און א מעלה אין הקרבת הקרבן גופא,

וואס זי האט אין זיך די סגולה צו מכפר זיין און אראפנעמען די פגמים וועלכע זיינען געשאפן געווארן דורך די עבירות; און לויט די חילוקים פון די פגמים דורך די פארשידענע חטאים,

לויט דעם זיינען די חילוקים אין די קרבנות,

וואס דארפן מתקן זיין די פגמים.

מוז מען דאך זאגן,

אז דאס וואס אן אשם תלוי האט געדארפט קאסטן מער פון א חטאת איז עס ניט נאר בכדי צו מעורר זיין דעם מענטשן צו אמת׳ער תשובה,

נאר אויך ווייל אן אשם תלוי דארף מכפר זיין אויף אז א פגם וואס איז גרעסער פון דעם פגם וואס א קרבן חטאת איז מכפר.

איז דאך ניט פאר־ שטאנדיק,

ווי איז שייך צו זאגן אז דורך א ספק איסור זאל ווערן א גרעסערער פגם ווי דורך אן איסור ודאי?

ז.

קרבנות בכלל זיינען מכפר נאר אויף חטאים וואס מ׳טוט בשוגג 22 ,

ווארום אויך אן עבירה בשוגג דארף האבן א כפרה 23 .

כאטש דער עצם טא! דעם חטא איז געווען ניט ווילנדיק,

ער האט עס געטאן שלא מדעתו,

אבער דאס גופא וואס דער מענטש האט געקענט באגיין אן עבירה בשוגג איז א באווייז אז ער איז ניט ווי עס דארף צו זיין,

ווייל אויב ער וואלט געווען ווי עס דארף צו זיין וואלט ער ניט דורכגעפאלן אפילו אין א שוגג,

ווי עס שטייט 24

: "לא יאונה לצדיק כל און".

ד.

ה.

אז די שולד פון דעם עובר עבירה בשוגג איז דאס וואס ער האט געלאזט זיין נפש הבהמית צו ווערן שטארק דורך זיינע פריערדיקע,

בהמה׳שע פעולות 25

(נאך איידער ער האט געטאן די עבירה),

וואס דאס האט אים געבראכט דערצו אז ער זאל קענען עובר זיין אן עבירה בשוגג.

אט די זאכן וועלכע ווערן געטאן ביי א מענטשן בדרך ממילא,

שלא מדעתו ושלא בכוונה,

ווייזן אויף זיין מהות,

אין וואם ער ליגט און אין וואס עם איז זיין געשמאק.

די עשיות פון א צדיק,

וואס זיין געשמאק איז אין ג־טלעכקייט,

זיי־ נען פעולות פון טוב און קדושה; און דער וואם האט געקענט דורכפאלן אין אן עבירה,

איז א ראי׳ אז זיין געשמאק געפינט זיך אין ענינים פון לא טוב.

און דאס וואס די מעשה העבירה איז געווען נאר בשוגג,

איז אבער,

אין א געוויסן פרט,

דער פגם פון א שוגג נאך גרעסער ווי דורך א מעשה במזיד: ווייל ווען א מענטש טוט א פעולה בכוונה ומדעתו,

ווייזט זי ניט אויף אזויפיל אויף דעם טיפן פארבונד פון דעם מענטשן מיט דער זאך וואס ער האט געטאן; עם קען זיין אז די גאנצע שייכות זיינע מיט דער פעולה קומט נאר בשעת העשי׳ און איז נאר מיט זיין כח העשי׳ און דער דרגת הכוונה ודעת בא וועלכע ער האלט דאן.

אבער א פעולה וואם טוט זיך ביי אים פון זיך אליין,

איז זי דאך א באווייז אויף זיין מהות,

אז דערמיט איז פארבונדן זיין "איך" וואס איז טיפער פון כוונה ודעת,

און דעריבער ציט עם אים,

אינסטינק־ טיוו,

צו טאן אט די פעולות און אזוי שטארק ביז אז עס איז אראפגעקומען במעשה בפועל.

ח.

דערמיט וועט מען אויך פארשטיין וואם עם שטייט אין כתבי האריז״ל 26

אז דער וואס איז נזהר פון א משהו חמץ בפסח איז ער פארזיכערט אז ער וועט ניט זינדיקן דעם גאנצן יאר.

איז ניט פארשטאנדיק: א מענטש איז דאך א בעל בחירה,

ער קען אלעמאל אויסקלייבן צו גיין אין וועלכן וועג ער וויל,

איז ווי קען מען זאגן,

אז דורך דעם וואם ער וועט זיך אויסהיטן פון א משהו חמץ 8 טעג וועט ביי אים צוגענומען ווערן די בחירה?

נאר דער פירוש איז,

אז דער אריז״ל רעדט דא וועגן חטאים בשוגג: במזיד איז טאקע מעגלעך אז ער זאל ח״ו עובר זיין,

ווייל ער איז אלעמאל א בעל בחירה און ער איז אלעמאל פריי צו טאן לויט זיין ווילן,

אבער אין א חטא בשוגג וואס ווערט געטאן שלא מדעתו,

וועט ער ניט דורכפאלן

(אויף אזויפיל),

ווייל דורך דעם וואס ער איז געווען נזהר פון א משהו חמץ,

איז זיין מהות געווארן,

אין א געוויסער מאס,

א מהות פון קדושה 27 ,

וואם דורך דעם וועט אים במילא ניט ציען צו עבירות 28 .

ט.

על פי זה וועט אויך זיין מובן וואס ווען די גמרא 29

וויל אויסמאלן א מציאות אויף וועלכער מען דארף ברענגען אן אשם תלוי,

ברענגט זי דעם ביישפיל פון ספק חלב ספק שומן.

ולכאורה,

עס זיינען דאך פאראן כמה וכמה אנדערע פאלן פון ספק עבירה -וואס איז דער טעם וואס די גמרא כאפט אן דוקא די מציאות פון ספק חלב ספק שומן?

איז די ערקלערונג: ווי געזאגט,

קומט אן אשם תלוי אויף ספק איסור שוגג - ביי אים איז געווארן א ספק צי ער האט געטאן אן עבירה בשוגג.

און וויבאלד אז די אסור׳דיקע פעולות שבשוגג קומען דאך מצד דעם תענוג,

מצד דעם געשמאק וואס ער האט אין זיי,

כנ״ל,

הייסט דאך דאס,

אז וואס פאר א ספק איסור עס ואל ניט זיין איז דער אינהאלט פון דעם ספק: אין וואס איז זיין תענוג - צי זיין פארגעניגן איז א מותר׳דיקער,

וואס ברענגט אים צו פעולות כשרות,

אדער זיין תענוג איז ר״ל אן אסור׳דיקער,

אזא וואס ציט אים צו דברים האסורים.

און דעריבער ברענגט די גמרא די דוגמא אויף אשם תלוי - ספק חלב ספק שומן

(ווייל חלב ושומן קומען פון תענוג).

על דרך ווי עם איז ערקלערט געווארן אז דער פגם דורך אן איסור בשוגג איז אין א פרט גרעסער פון א פגם דורך אן איסור במזיד,

אזוי קען מען אויך מבאר זיין די הארבקייט וואס איז דא אין א ספק איסור אויף א ודאי איסור: בשעת איינער ווייסט זיכער אז ער האט בשוגג עובר געווען אויף אן איסור,

איז אמת טאקע,

דאס ווייזט אז זיין פארבונדע־ נקייט מיט רע איז געווען נאך פאר דער מעשה האיסור,

וואס האט אים געבראכט צו עובר זיין אויף דעם איסור בשוגג,

שלא מידיעתו וכוונתו; פונדעסטוועגן איז אבער נאך דעם ווי ער האט געטאן דעם איסור,

כאפט ער זיך אז ער איז דורכגעפאלן און ער ווייסט אז עס טויג ניט צו זיין אזוי ווי ער איז.

אבער ביי ספק איסור,

ווען ער ווייסט גאר ניט צי איז ער דורכגעפאלן,

ביי אים איז רעכט צו מיינען,

"מתברך בלבבו" *29 ,

אז ער איז גאר קיין איסור ניט באגאנגען,

ווייזט עס אין א געוויסן זין אויף א טיפערער שייכות צו רע,

וואס מצד דעם ווייסט ער גארניט אז ער טויג ניט.

ביי דעם עובר אויף אן איסור שוגג בודאי,

איז זיין מהות נאך אלץ טוב,

און אן עבירה איז א סתירה און א מנגד צו אים,

וואס דערפאר דערפילט ער סוף־סוף אז ער האט עובר געווען אויפן רצון העליון; ער דערפילט דעם רע וואס איז אים מנגד און שטערט צו זיין מהות

(דער נפש הבהמית האט אים מער ניט ווי ארומגענומען און שלעפט אים צו רע,

אבער ניט אז דאס איז געווארן זיין מהות,

אדרבה,

ס׳איז גאר מנגד צו זיין מהות).

משא״כ דער עובר עבירה בספק,

און איז מתברך בלבבו,

איז דאס געווארן זיין מהות און איז אים גאר ניט קיין מנגד און קיין שטער,

וואס דערפאר פילט ער גארניט און ווייסט גארניט אז ער האט געטאן אן עבירה.

און דערפאר דארף מען אויף א ספק איסור ברענגען אן אשם תלוי,

וואס קאסט א סך טייערער ווי א חטאת וואס מען דארף ברענגען אויף א ודאי איסור,

ווייל דער אשם תלוי דארף אראפווישן א טיפערן פגם.

י.

על פי זה איז פארשטאנדיק,

אז בשעת ביי איינעם איז א ספק צי ער האט געטאן אן איסור,

איז אויב אפילו אז כלפי שמיא גליא אז ער האט ניט עובר געווען אויף דעם איסור

(ובמילא קומט אים ניט קיין עונש,

ווייל עונש קומט אויף מעשה איסור דוקא),

איז אבער בנוגע צו זיין מצב הנפש,

איז דאס גופא וואס אויף אים איז פאראן א ספק אז ער האט עובר געווען אן עבירה

(אפילו אויב אין אמת׳ן האט ער ניט עובר געווען),

איז דאס א באווייז אז ער האט א שייכות צו דעם

(אויב ער וואלט ניט געהאט קיין שייכות צו רע וואלט גאר ניט קענען זיין קיין ספק אז ער האט געטאן אן איסור) 30 ,

איז אויב פונ־ דעסטוועגן איז עם פאר אים קיין שטער ניט און ביי אים איז רעכט צו מיינען אז ער איז ווי עס דארף צו זיין; אז זיין תענוג און קאך איז א היתר׳דיקער

(ספק שומן),

איז דאך זיין מצב הנפש,

אין א געוויסן זין,

ערגער ווי ביי דעם עובר איסור ודאי,

בשוגג צי במזיד.

לויט דעם קומט אוים אז קרבן אשם תלוי,

מיט זיין הארבקייט אויף קרבן חטאת,

איז שייך ביי יעדערן וואס נודע לו ספק איסור,

אפילו אויב אין דער אמת׳ן האט ער קיין איסור ניט געטאן 31 .

דערפאר האלטן די חכמים,

אז אפילו אויב דערנאך איז קלאר געווארן אז לא חטא אדער אז חטא ודאי,

פונדעסט־ וועגן,

איז דאס וואס ס׳איז נוגע צו אים,

צו מעמד ומצב נפשו,

איז "גמר בלבו להקדיש" און "ירעה עד שיסתאב".

דאס אלץ איז בנוגע למצב נפשו וואס ער וויל און דארף מתקן זיין.

אבער בנוגע צו דיני שמים איז "המעשה הוא העיקר".

בעונשין דלמעלה איז נוגע די עשיית העבירה בפועל 32 .

טאן אן עבירה בפועל איז היפך רצון וציווי הקדוש ברוך הוא בתורתו "אשר יעשה אותם האדם" 33 ,

"אשר לא תעשינה" 34 .

און דעריבער איז אויב כלפי שמיא גליא אז ער האט ניט עובר געווען אויפן איסור בפועל

(כאטש אז מצד מצב נפשו איז ער שייך דערצו),

איז בדיני שמים קומט אויף דעם ניט קיין עונש.

און דערפאר פסק׳נען חכמים

(ורמב״ם)

: "אשם תלוי וכו׳ שהקריבן בחוץ פטור",

ווארום וויבאלד אז עם קען זיין אז לא חטא במעשה בפועל,

און דעמאלט איז דאך בנוגע לדיני שמים איז עם קיין קרבן ניט,

קומט דאך ניט קיין כרת על הקרבתו בחוץ,

וכל שאין זדונו כרת - אין שגגתו חטאת,

- ער איז פטור.

(משיחת שמח״ת תשי״ב)

Reader controls and commentary are loading.