B"H
🏡

Ikar

עמוד 933

א.

ווי אלע ענינים פון תורה,

איז אויך די פאנאנדערטיילונג פון די סדרות ניט בדרך מקרה ח״ו נאר בדיוק ובכוונה,

דאס הייסט,

אז יעדער סדרה האט איר באזונ־ דערע נקודה

(ניט אז צוליב דער גרויסער כמות האט מען געמוזט איינטיילן די תורה אין סדרות.

אויך דער נאמען פון יעדער סדרה איז ניט דערפאר וואס די סדרה הויבט זיך אן מיט דעם ווארט,

נאר פאר־ קערט - אין דעם נאמען איז מרומז דער אינהאלט פון נקודת הפרשה און דערפאר איז ראש ותחלת הסדרה דער ווארט).

דאס איז וואס ס׳שטייט אין זהר 1

אז עס זיינען פאראן ג״ן

(53)

סדרים דאורייתא.

איז דאך מובן אז די ג״ן סדרות פון תורה איז א מספר מדוייק יעדן יאר,

אויך אין די יארן אין וועלכע געוויסע סדרות ווערן געלייענט צוזאמען.

ווארום די חלוקת הסדרות איז מצד זייערע באזונדערע ענינים,

וואס יעדער סדרה האט איר בא־ זונדער נקודה,

נאר - אמאל לייענט מען יעדער נקודה אין א באזונדער וואך,

און אמאל,

ווען צוויי סדרות זיינען מחוברות,

לייענט מען צוויי נקודות אין איין וואך.

פון דעם איז פארשטאנדיק,

אז די פרשיות ויקהל און פקודי - אפילו אין די יארן ווען מען לייענט זיי צוזאמען -האבן זיי צוויי באזונדערע נקודות.

הגם ביידע פרשיות ריידן וועגן עשיית המשכן וכליו

(די פרשיות תרומה און תצוה ריידן וועגן דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו מאכן דעם משכן וכליו און פרשיות ויקהל פקודי ריידן וועגן עשיית המשכן וכליו ווי די אידן האבן זיי געמאכט דא למטה) 2 ,

דאך פארמאגן זיי אין זיך צוויי פארשידענע נקודות

(אזוי ווי פרשיות תרומה און תצוה,

וואם ס׳איז דאך פשוט אז זיי דריקן אויס צוויי בא־ זונדערע נקודות - וויבאלד מען ליינט זיי אלע יאר באזונדער - כאטש זיי ריידן ביידע וועגן דער זעלבער זאך,

ציווי אויף עשיית המשכן וכו׳).

ב.

דער חילוק צווישן דעם אינהאלט פון פ׳ ויקהל און דעם אינהאלט פון פ׳ פקודי איז: אין פ׳ ויקהל דערציילט זיך ווי משה האט צוזאמענגעקליבן די אידן און זיי איבערגעגעבן דעם אויבערשטנס אנ־ זאג צו מאכן דעם משכן און זיינע כלים,

און ווי די אידן האבן געטאן ווי דער אויבערשטער האט געהייסן.

פ׳ פקודי דערציילט ווי משה האט געמאכט דעם חשבון פון אלע נדבות המשכן,

זהב וכסף וגו׳ אויף וואס זיי זיינען פארנוצט גע־ ווארן; ווי מ׳האט געזאלבט דעם משכן און די כלים מיטן שמן המשחה,

ווי מ׳האט דארט מקריב געווען קרבנות,

און ווי אזוי דאס האט גע׳פועל׳ט די המשכה מלמעלה - "וכבוד הוי׳ מלא את המשכן" 3 .

ד.

ה.

אז די נקודה פון פ׳ ויקהל איז עבודת הנבראים,

ווי אידן האבן געבויט דעם משכן בממונם,

בגופם ובנפשם.

בממונם: י״ג

(ט״ו)

דברים וואס זיי האבן מנדב געווען; בגופם: די טרחה מיטן גוף צו בויען דעם משכן וכו׳; בנפשם: די "נשאו לבו,

נדבה רוחו,

חכמת לב" וואם איז דערביי באנרצט געורארן.

אבער נאך דעם אלעם איז עם ניט מער ווי עבודת הנבראים - דער חידוש און די נקודה פון פ׳ פקודי איז די המשכה מלמעלה,

"וכבוד הוי׳ מלא את המשכן" 4 .

און הגם אז אויך די עשי׳ און עבודה וואס רעדט זיך אין פ׳ ויקהל האט ממשיך געווען גילוי אלקות מלמעלה - ווייל יעדער עבודה רופט דאך ארוים א המשכה מלמעלה - האט אבער יענע המשכה פון פ׳ ויקהל אינגאנצן קיין ערך ניט צו דעם גילוי אלקות פון "וכבוד הוי׳ מלא את המשכן" וואס איז נמשך געווארן דורך דער עבודה פון שמן המשחה און עבודת הקרבנות שבפ׳ פקודי.

ווארום אויך אין די פאלן ווען "הזמנה מילתא היא" 5

(די צוגרייטונג אליין איז שוין א זאך),

איז דאך אבער ידוע 6

אז די המשכת אלקות דורך באש־ טימען און צוגרייטן א דבר גשמי פאר א מצוה איז ניט בערך צו דער המשכה וואס ווערט נמשך דורך קיום המצוה בפועל; און נאכמער איז עס אזוי בנוגע דעם בויען און צוגרייטן דעם משכן וכליו פון פ׳ ויקהל,

וואס זיי ווערן ניט נתקדש ביז מען איז זיי מושח מיטן שמן המשחה

(אדער דורך עבודה) 7 ,

איז דאך זיכער אז דער גילוי מלמעלה דורך דער הזמנה און הכנה איז לגמרי ניט בערך צו דער המשכה וגילוי אלקות פון פ׳ פקודי,

וואו עם איז שוין געווען די משיחה און עבודה.

און דאס זיינען די נקודות פון די פיר סדרות בנוגע דעם משכן וכליו 8

: אין פ׳ תרומה און תצוה רעדט זיך וועגן דעם ציווי הקדוש ברוך הוא אויפן משכן וכליו - די אתערותא דלעילא וואס איז פאר דער אתערותא דלתתא און גיט א כח צו איר

(נאר אין דעם גופא זיינען פאראן צוויי נקודות,

דער ציווי אויף מאכן דעם משכן וכליו - אין פרשת תרומה און דער ציווי צו מאכן די בגדי כהונה - אין פרשת תצוה 9

; אין פ׳ ויקהל רעדט זיך וועגן דעם ציווי משה לישראל און זייער מקיים זיין דעם ציווי - עבודת הנבראים ואתערותא דלתתא און אין פ׳ פקודי - די העכערע מדריגה פון את־ ערותא דלעילא וואס נאך דער אתערו־ תא דלתתא 10 .

ג.

אבער ניט געקוקט אויף דעם וואס די המשכה פון פ׳ ויקהל קומט לגמרי ניט צו דער המשכה פון פ׳ פקודי - לייענט מען פונדעסטוועגן ברוב השנים ביידע סדרות צוזאמען,

ווארום ווען ס׳איז ניטא קיין צייט,

מוז מען זיר איילן,

מען מוז אריינכאפן אין איין וואך,

דאס וואס עם דארף נעמען צוויי וואכן.

מיינט מען דא ניט אז מען זאל ארויסגיין פון זמן,

ווארום דער גאנצער ענין פון משכן ומקדש איז דאך "דירה בתחתונים " ,

אין זמן ומקום; נאר מען מיינט אז אין זמן גופא זאל מען ניט שטיין אזויפיל אין הגבלה - אין זמן גופא זאל זיך הערן א פעולה פון למעלה מהזמן 11 .

ד.

די פעולה פון למעלה מן הזמן אין זמן,

חיבור פון מעלה מיט מטה,

דריקט זיך אויס אויך אין דעם חיבור פון די סדרות צוזאמען - ויקהל מיט פקודי.

די נקודה פון ויקהל איז עבודת הנבראים,

און די נקודה פון פקודי איז המשכה מלמעלה,

און דער אויפטו אין דעם,

אז מען דארף מחבר זיין ביידע צוזאמען.

און דאס איז א הקדמה והכנה צו דעם גילוי פון לעתיד,

אז עס וועט זיין "ושמתי כדכד,

כדין וכדין" 12 .

(משיחת ש״פ ויק״פ תשכ״א)

ה.

נאך א הוראה פון חיבור פ׳ ויקהל מיט פ׳ פקודי איז: צווישן דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו משה׳ן וועגן מאכן דעם משכן וכליו

(אין פ׳ תרומה און תצוה)

און דעם ציווי פון משה׳ן צו אידן וועגן מאכן דעם משכן וכליו און זייער טאן דאס בפועל,

(אין ויקהל און פקודי)

- קען אמאל זיין א זאך וואס זאל מפסיק זיין און שטערן אין דעם - די ענינים וועלכע ריידן זיך בפ׳ תשא 13 .

בשעת אבער דער ציווי קומט שוין אראפ למטה דורך משה רבינו

(אין פ׳ ויקהל),

ווערט דאן באלד דורכגעפירט די עשיית המשכן וגמר ההמשכה

(חיבור ויקהל־פקודי).

אין די מערהייט יארן גייען די צוויי פרשיות צוזאמען - "ואזלינן בתר רובא".

אפילו בשעת דער יצר הרע מישט זיך אריין און עם קען געדויערן נאך עטלעכע טעג,

איז אבער קיין אנדער ענין ניטא אין מיטן - ס׳איז דאך לא ידח ממנו נדח,

איז ווי דער ענין ווערט נאר נתגלה דורך משה רבינו "ואתפשטותי׳ דמשה בכל דרא ודרא" 14 ,

וועט זיך דער ענין זיכער אויפטאן.

ציווי פון משה לישראל איז דער ציווי אליין שוין אויך א הבטחה 15 ,

אז דער ענין וועט זיך זיכער אפטאן,

ד.

ה.

אז עם וועט זיכער זיין די עבודה פון אידן,

און עם וועט זיכער ברענגען דעם וכבוד הוי׳ מלא את המשכן 16 .

(משיחת ש״פ ויק״פ תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.