B"H
🏡

Ikar

ויקהל א

א.

אין פרשת ויקהל דערציילט די תורה,

ווי אלע אידן,

סיי אנשים,

סיי נשים און אויך קליינע קינדער 1

האבן געבראכט נדבות צום משכן - און נאך מערער ווי עם האט זיך געפאדערט.

אין דער נדבה פון מחצית השקל זיי־ נען געווען הגבלות: סיי אין דעם סכום פון דער נדבה - עם האט געמוזט זיין פונקט א האלבער שקל

("העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט"),

און סיי אין די מנדבים - אין מחצית השקל

(תרומת האדנים)

האבן זיך פרויען ניט באטייליקט 2 ,

נאר בלויז אנשים,

און דוקא אזעלכע וואם זיינען ״מבן עשרים שנה ומעלה״,

צװאנ־ ציק יאר און עלטער.

(אויך דער חיוב פון מחצית השקל צוליב קרבנות,

און אזוי אויך דער חיוב פון מחצית השקל אין אונזער צייט ליגט נאר אויף גדולים.

דעם מחצית השקל וואס מען גיט בשביל הקטנים,

איז דאם ניט קיין נתינה פון די קטנים אליין,

נאר שוקל על ידו - די גדולים גיבן פאר די קטנים) 3 .

אנדערש איז עם ביי די נדבות צום משכן: אין די נדבות אליין איז ניט געווען קיין הגבלה

(אין זיי איז ניט געווען קײן באשטימטע זאך אדער א באשטימטער סכום פאר יעדן וויפל ער זאל געבן,

נאר יעדערער האט געגעבן כפי נדבת לבו; אויך איז ניט געווען קיין הגבלה אפילו אין דעם אלגעמיינעם סכום פון די נדבות,

והראי׳ - מען האט דאך געגעבן מערער וויפל עס האט זיך געפאדערט פאר דעם משכן,

ווי די תורה איז מעיד אז די נדבות זיינען געווען איבערגענוג,

"והותר"),

אזוי איז אויך ניט געווען קיין באגרענעצונג,

ווער עם זאלן זיין די מנדבים: עס האבן געגעבן סיי גדולים און סיי קטנים און ניט בלויז אנשים נאר אויך נשים

(און אדרבה: ויבואו האנשים על הנשים,

טפל צו די נשים - װעלכע זײנען געװען די ערשטע 4 ,

אױך איז דאך ״הנשים - טװ את העזים" 5 ,

די פרויען האבן געשפונען דאס װאל אויף די ציגן,

נאך פאר דעם אראפ־ שערן 6 ,

און דאם אפגעגעבן פארן משכן.

האבן דאך די פרויען געבראכט אויך ״חי״ צום משכן).

ב.

דער טעם פנימי אויף דעם װאס אין נדבת המשכן האבן זיך משתתף גע־ ווען אלע אידן:

דאס מאכן דעם משכן איז געווען א כפרה אויפן חטא העגל 7 ,

וואס אט דער חטא איז געווען א חטא כללי,

וראם האט אנגערירט גאנץ כלל ישראל 8 ,

אפילו קליינע קינדער.

פאר אלע עבירות ווערן קטנים ניט באשטראפט,

אויסער פאר דעם חטא פון עבודה זרה.

ביי עיר הנדחת,

וואם דער חטא איז עבודה זרה,

איז דער עונש אויף אלע איינוואוינער פון שטאט,

אויך טף 9 .

און וויבאלד אז דער חטא העגל האט אנגערירט אלע אידן,

דערפאר האבן אויך אין זיין תיקון זיך געדארפט משתתף זיין אלע אידן,

אויך טף 10 .

ס׳איז דאך אבער ניט פארשטאנדיק: דער מחצית השקל איז דאך אויך געווען א כפרה אויפן חטא העגל 11 ,

איז פאר־ וואס האבן זיף אין מחצית השקל משתתף געווען נאר אנשים "מבן עשרים שנה ומעלה" און אין נדבות צום משכן האבן זיך משתתף געווען אלע אידן?

מוז מען דאך זאגן,

אז אין דעם תיקון פון חטא העגל זיינען געווען צוויי חלקים: איין חלק פון דעם תיקון האט זיך אויפגעטאן דורך דער עבודה פון די גדולים,

און דער צווייטער חלק - דורך דער עבודה פון אלע אידן.

ג.

דער חטא פון עבודה זרה מיינט ניט דוקא כפירה ח״ו לגמרי אין דעם אויבערשטן 12 ,

נאר אויך דער געדאנק אז עס זיינען פאראן זעלבסטשטענדיקע כחות אויסער דעם אויבערשטן.

אין אן איידעלערן אופן,

איז דער ענין פון עבודה זרה: ניט נאר דאס טראכטן אז ס׳איז דא נחות אויסער אים,

נאר אויך אז ס׳איז דא עפעם א מציאות אויסער אים.

דער קעגנזאץ צו עבודה זרה - איז אחדות ה׳: דאס דערהערן און דערפילן אז "אין עוד מלבדו",

ווי ס׳שטייט "א־ל עולם": ניט "א־ל העולם",

וואס וואלט געמיינט אז וועלט איז א מציאות און דער אויבערשטער איז א בעל־הבית אויף איר,

נאר ״א־ל עולם״,

- די גאנצע מציאות פון וועלט איז נאר א הארה,

א כח פון אלקות 13 .

אט דער הרגש מאנט ארויס ביי א אידן די עבודה פון "וכל מעשיך יהיו

(אלע דיינע מעשים זאלן זיין)

לשם שמים" 14 .

וויבאלד אז ביי אים איז אפגעלייגט אז דעו־ אויבערשטער איז ניט נאר א בעל הבית אויף דער גאנצער וועלט,

ד.

ה.

אז וועלט איז א מציאות פאר זיך און ער איז בעל הבית אויף איר,

נאר די גאנצע מציאות פון עולם אליין איז נאר א הארה און דער כח פון אלקות,

במילא איז זיין הנהגה אין אן אופן וואס אלע זיינע מעשים זיינען לשם שמים: ניט נאר וואם א איד וועט מוותר זיין אויף זיינע פארשידענע ענינים צוליב דעם ציווי ה׳

(אזא הנהגה קען אויך זיין מצד דעם הרגש פון "א־ל העולם",

אז דער אויבערשטער איז בעל הבית אויף אים מיט אלע זיינע זאכן),

נאר עם זיינען ביי אים מלכתחילה ניטא קיין אייגענע ענינים,

ס׳איז אלץ לשם שמים.

אין דעם קומט צו נאך א נקודה; ווי דער אלטער רבי איז מדגיש 15

: "אין עוד",

אז די גאנצע וועלט איז אין ואפס ממש,

און זי ווערט ניט אנגערופן אפילו מיטן נאמען "עוד",

וואם באווייזט אויף טפל

(כמאמר רז״ל: "יהודה ועוד לקרא" 16 ).

און אזא דערהער מאנט ארוים ביי א אידן די עבודה פון "בכל דרכיך דעהו",

אז אויך די דברי הרשות אליין זאלן ווערן ביי אים אן עבודה,

אז אין זיי אליין זאל זיין "דעהו".

ניט נאר זיינע מעשים זאלן זיין לשם שמים,

צוליב דעם אויבערשטן

(ווי א דבר טפל וואס פאר זיך איז ער גאר־ ניט,

נאר זיין מציאות איז אינגאנצן צו־ ליב דעם עיקר,

אבער על כל פנים א דבר טפל איז ער),

נאר די דברי הרשות אליין ווערן קדושה 17 .

און דעריבער איז דער משכן געווען א כפרה אױפן חטא העגל.

ענין המשכן איז "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם,

בתוך כל אחד ואחד" 18 ,

אז דער אויבער־ שטער איז שורה אין יעדער אידן דורך דעם וואם ער מאכט א מקדש פון זיינע דברי הרשות.

און דערפאר איז עשיית המשכן א כפרה אויפן חטא עבודה זרה,

ווייל אין אים דריקט זיך אויס די אמיתית היחרד ארן תכלית השלילה וההיפך פרן עבודה זרה.

ד.

בכדי צוקומען צו דער עבודה פון "בכל דרכיך דעהו" דארף מען פריער אנהויבן מיט דער עבודה פון "וכל מעשיך יהיו לשם שמים",

מן הקל אל הכבד,

און פון דעם קען מען שפעטער צוקומען צו אמיתית היחוד - "בכל דרכיך דעהו",

און דורך דעם ווערט אויפגעטאן דער "ושכנתי בתוכם,

בתוך כל אחד ואחד".

פונקט ווי אין דער עבודה הפרטית פון יעדער אידן דארף זיין א סדר אין עניני המשכן

(די עבודה פון "וכל מעשיך יהיו לשם שמים" פאר "בכל דרכיך דעהו"),

אזוי איז עם אויך אין משכן הכללי: די אדנים זיינען געווען א יסוד און א התחלה אין דעם בנין פון משכן.

און ורייל די אדנים זיינען נאר א יסוד און א התחלה בבנין המשכן

(אין עבודת האדם,

די בחינה פון קבלת עול פון מודה אני,

נאך פאר׳ן דאוונען

(עבודה)

און פון דעם קומט מען צו התחלת העבודה)

דריקט זיך אין זיי נאך ניט אויס די אמיתית עומק ההבנה פון אחדות ה/ און במילא זיינען זיי נאך ניט קיין תיקון שלם אויפן חטא העגל,

ווי־ באלד אז דערמיט איז מען נאך ניט שולל אינגאנצן דעם עוד און טפל צו אלקות.

קודם פון די ביידע עבודות הנ״ל

(לשם שמים,

בכל דרכיך דעהו)

- איז דא נאך א פריערדיגע עבודה: צוגרייטן זיך,

אלע זיינען כחות צו עבודת השם אין די ביידע אופנים הנ״ל ביז צום עיקר ושלימות התיקון,

עס זאל ווערן - ושכנתי

(דער עצם דלמעלה,

כביכול)

בתוכם

(אין תוכיות - עצם - דלמטה).

דערפאר דארף די צוגרייטונג 1)

קומען מצד עצם

(הנשמה)

דלמטה,

וואם אין דעם זיינען אלע גלייך,

2)

געטאן ווערן אין אלע כחות.

ד.

ה.

דורך אזא וואם האט אלע כחות בגלוי און דערפאר קען ער מיט זיי ״ארבעטן״ און זיי צוגרייטן.

דערפאר אויך איז די התחלה ראשונה פון אויפשטעלן דעם משכן ״ױתן את אדניו״ 19

- זיינען די אדנים געמאכט געווארן 1)

נאר פון דער תרומה פון מבן עשרים שנה ומעלה 20 ,

וואם האבן אלע כהות בגלוי און 2)

אלע תרומות פאר די אדנים זיינען גלייך.

נאך דער הכנה והתחלה וואס איז געמאכט געווארן פון ששים רבוא

(גדולים)

מישראל 21

וואס זיי זיינען כולל כל ישראל 22

- קענעז אלע,

אויך אינגערע מבן עשרים און נשים,

בריינגען תרומתם און אין דעם איז -כפי נדבת לבו 23 .

(משיחת ש"פ שמיני תשכ"ב)

Reader controls and commentary are loading.