א.
אויף דעם פסוק: "זה יתנו וגו׳ מחצית השקל",
שטייט אין ירושלמי און אין מדרש 1
: "כמין מטבע של אש הוציא הקדוש ברוך הוא מתחת כסא כבודו והראהו למשה ואמר לו וכו׳ כזה יתנו"
(ווי א מין מטבע פון פייער האט דער אויבערשטער ארויסגענומען פון אונטערן כסא הכבוד און די מטבע באוויזן צו משה׳ן און אים געזאגט: אזא מטבע ווי די,
זאלן אידן געבן פאר מחצית השקל).
און תוספות 2
איז מבאר,
אז דאם וואס דער אויבער־ שטער האט משה׳ן באוויזן א "מטבע של אש",
איז עס ניט ווייל ס׳איז אים געווען שווער צו פארשטיין וואס עם מיינט מחצית השקל,
נאר ער האט זיך געװאונ־ דערט: ווי אזוי קען דער מענטש געבן "כופר",
אויסלייזונג
(דורך מחצית השקל)
פאר זיין נפש?
ווי דער מדרש זאגט דארטן: מי יוכל ליתן כופר נפשו,
"עור בעד עור וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו" 3
ועדיין אינו מגיע וכו׳
(אז אלץ וואס א מענטש פארמאגט גיט ער אוועק פארן נפש - און ס׳איז נאך אלץ ניט גענוג).
אלם ענטפער אויף דעם האט אים דער אויבערשטער געוויזן א "מטבע של אש".
הגם אז דער ענין פון קרבנות - וואס זיי זיינען דאך אויך א כפרה אויף חטאים - איז געזאגט געווארן נאך פאר דעם ציווי פון מחצית השקל: באלד נאך מתן תורה שטייט שוין 4
"וזבחת עליו את עולו־ תיך ואת שלמיך",
און פונדעסטוועגן איז ביי משה רבינו ניט געווען קיין וואונדער ווי אזוי זיי קענען זיין א כפרה; ערשט ביים אנזאג פון מחצית השקל האט זיך משה רבינו געוואונדערט,
ווי קען דאס זיין א כופר נפש.
איז דער ביאור אין דעם: מחצית השקל איז געווען א כפרה אויפן חטא העגל 5 ,
וואס איז געווען א חטא פון עבודה זרה - האט זיך משה רבינו געוואונדערט: ווי קען דער מחצית השקל זיין א כפרה אויף אזא חטא?
מצוות זיינען אין דער דוגמא פון אברים 6 .
פונקט ווי אין די אברים פון א מענטשן זיינען פאראן חילוקים: עם זיי־ נען דא אברים פרטיים,
וואם יעדער פון זיי האט זיך זיין פרטיות׳דיקן חיות פון נפש
(און זיי גופא ווערן פאנאנדערגע־ טיילט אין צוויי סוגים: אברים שהנשמה תלוי׳ בהם
(וואס דאס לעבן איז אפ־ הענגיק פון זיי)
און אברים שאין הנשמה תלוי׳ בהם
(וואס דאס לעבן הענגט ניט אפ פון זיי),
און אברים כלליים,
ווי מוח און הארץ,
און וואס אין זיי איז עיקר השראת הנפש 7 ,
דער חיות פאר דעם גאנצן גוף; אזוי זיינען אויך פאראן די זעלבע חילוקים אין מצוות: מצוות פרטיות און מצוות כלליות.
"אנכי" און "לא יהי׳ לך" זיינען כללות כל התורה 8 ,
וואס זיי זיינען נוגע צום עצם הנשמה און אין זיי הענגט אפ דער פארבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן.
דעריבער בשעת דער אויבערשטער האט אנגע־ זאגט צו געבן דעם מחצית השקל אלם א כפרה אויף דעם חטא עבודה זרה,
וואס איז א "כפר נפשו",
א כפרה פאר דעם נפש אליין וואו עם האט אנגערירט דער חטא העגל - האט זיך משה רבינו געוואונדערט ווי קען דער מחצית השקל דערלאנגען און זיין א כפרה אויפן נפש אליין.
ב.
דערמיט וועט ווערן פארשטאנ־ דיק דער פירוש פון אור החיים הקדוש אויף דעם פסוק "כי תשא את ראש בני ישראל לפקודיהם",
אז דער פסוק רעדט וועגן דער הסתלקות פון צדיקים ראשי בני ישראל: "כי תשא את ראש בני ישראל״ - אז עס וועט נסתלק ווערן א צדיק פאר זיין צייט,
איז עס "לפקודיהם"
(פון לשון חסרון,
ווי עס שטייט 9
״ולא נפקד ממנו איש״)
- צוליב דעם חסרון,
דער חטא פון די אידן.
אלע פירושים אויף איין פסוק האבן צווישן זיך א שייכות 10 .
וואס איז די שייכות פון פירוש אור החיים צום פירוש הפשוט אויף דעם זעלבן פסוק?
נאר וויבאלד אז לויטן פירוש הפשוט רעדט דער פסוק וועגן דעם חטא עבודה זרה,
א חטא און פגם כללי,
דערפאר האט עס א שייכות צום פירוש אור החיים,
ווייל א חטא כללי רירט אן אין כללות הנשמה און אין דער נשמה כללית.
ווי ס׳איז טאקע געווען ביים חטא העגל,
אז ער האט גע׳פועל׳ט א ירידה אין משה רבינו,
ראש ישראל
(כאטש ער אליין האט גאר ניט געהאט צו טאן מיט דעם חטא,
ער איז גאר בעת מעשה געווען למעלה),
כמרז״ל "לך רד מגדולתך" 11 .
און ווייל דער חטא העגל האט גורם געווען ענין המיתה - וואס דורך נתינת הלוחות איז געווען "חירות
(באפרייאונג)
ממלאך המות" 12 ,
און דער חטא העגל האט צוריק מעורר געווען דעם חטא עץ הדעת וועלכער האט געבראכט מיתה בעולם - דעריבער שפיגלט זיך דאס אריך אפ,
אויף דעם זעלבן אופן,
אין א נשמה כללית,
וואם דאס איז דער ענין פון הסתלקות הצדיקים.
ג.
מ׳דארף אבער פארשטיין: ווי־ באלד אז משה רבינו איז ניט געווען שווער וואס עס מיינט מחצית השקל,
נאר ער האט זיך געוואונדערט ווי אזוי דער מחצית השקל קען זיין ״כפר נפשו״ - איז מיט וואם איז ביי אים די שאלה רעכט געווארן ווען דער אויבערשטער האט אים באוויזן א "מטבע של אש״? 13 .
וועט מען עס פארשטיין לויט א משל
(יש אומרים אז דער משל שטאמט פון דעם בעל שם טוב)
: איינער האט זיך געלערנט די מלאכה פון גאלד־און זילבער־שמידעריי,
און דער וואס האט אים געלערנט די מלאכה,
האט אים גע־ וויזן ווי צו טאן אלע אירע פרטים,
אבער דעם פרט אז אונטער דעם גאלד און זילבער דארף מען אונטערלייגן פייער,
האט ער אים,
צוליב דעם פשוט׳קייט פון דער זאך,
ניט געזאגט.
אז דער תלמיד האט שפעטער נאכגעפאלגט אלע אנגע־ וויזענע פרטים פון דער ארבעט,
און ער האט אויסגעלאזט דעם איין פרט; ער האט ניט אונטערגעלייגט קיין פייער,
איז דאך מובן אז פון זיין ארבעט איז גארניט ארויסגעקומען און דער גאלד און זילבער איז געבליבן דער זעלבער גולם ווי פריער.
און דאם איז אויך געווען דער ענט־ פער פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו דורך באווייזן אים א "מטבע של אש": דאם געבן אליין א מטבע,
קען טאקע ניט דערלאנגען אין עצם הנפש צו ווערן פאר אים א כפרה; ווען מען נוצט אבער דע־ רביי פייער,
מען גיט די מטבע מיט א קאך און פייער וואם קומט פון עצם הנשמה,
פון "נר הוי׳ נשמת אדם" 14 ,
דאן קען דער מחצית השקל ווערן כפר נפשו.
ד.
יעדער מצוה,
איז אין דער מעשה פון דער מצוה גופא מרומז איר כוונה ותוכן פנימי.
דארף מען זאגן,
אז אויך אין מצות מחצית השקל,
איז אין דער מעשה פון דעם געבן אליין מרומז אויך די כוונה רוחנית פרן דער מצרה,
אז דאם איז אן עבודה וואס איז פארבונדן מיטן פייער פון עצם הנשמה.
איז ניט פארשטאנדיק: די מטבע של אש האט דער אויבערשטער באוויזן צו משה רבינו,
אבער דער מחצית השקל וואס יעדער איד האט געגעבן,
איז דאך דאס געווען א פשוט׳ע מטבע אין וועלכער ס׳איז לכאורה ניט געווען מרומז קיין שום ענין פון אש.
מען קען דאם ניט מסביר זיין,
מיט דער מעלה פון מצות צדקה,
וואס א מענטש גיט אוועק פון זיין געלט אויף וועלכע ער האט געהארעוועט בכל כחות נפשו,
אדער פאר וועלכע ער קען קויפן חיי נפשו 15 ,
און דערפאר איז דאם אן ענין וואס רירט אן אין עצם הנפש - איז עס ניט קיין ביאור פאר מצות מחצית השקל,
ווארום דאס איז דאך ניט קיין באזונדערע מעלה אין דער מצוה,
נאר זי איז פאראן ביי צדקה בכלל.
אויך קען מען עם ניט מסביר זיין דערמיט,
וואס פון דעם מחצית השקל האט מען געמאכט די אדני המשכן,
דעם יסוד פון משכן - װאם בעבודת האדם איז עם דער ענין פון קבלת עול 13 ,
דער אוועקגעב צום אויבערשטן למעלה מטעם ודעת,
וואם דאם קומט פון עצם הנשמה
(אויך אין די שפעטערדיקע יארן ווען דער מחצית השקל איז געגאנגען אויף קרבנות,
איז עם גענוצט געווארן,
ניט אויף קרבנות יחיד,
נאר אויף קרבנות ציבור 13 ,
וואס אין דעם האט זיך אויסגע־ דריקט די התאחדות פון אלע אידן צרזא־ מען,
וואם קומט פון עצם הנשמה)
- דאם דריקט זיך אבער אויס נאר אין דעם וואס מען האט געטאן שפעטער,
נאך דעם געבן,
מיט דעם מחצית השקל,
אבער אין דעם זה יתנו,
אין דער נתינה פון מחצית השקל דריקט זיך ניט אויס לכאורה די עבודה וואס מצד העצם.
אויך קען מען ניט זאגן,
אז די שייכות פון מחצית השקל מיטן עצם הנשמה איז דורך דעם וואס די תרומה פון מחצית השקל איז אנדערש פון די איבעריקע נדבות המשכן - ביי די אנדערע נדבות זיינען געווען חילוקים פון עשיר ועני און יעדערער האט געגעבן כפי נדבת לבו,
אבער ביי מחצית השקל זיינען גע־ ווען אלע אידן גלייך,
"העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט״ - וואס דאס באווייזט אויף אן עבודה שמצד העצם,
ווייל מצד עצם הנשמה זיינען אלע אידן גלייך און די חילוקים קומען מצד כחות פנימיים 3, .
דאס איז דאך אבער ניט מרומז אין דעם ענין וציווי מחצית השקל; אזוי וואלט דאך אויך געווען ביי יעדן אנ־ דערן סכום וואס די תורה וואלט געהייסן געבן אלע אידן גלייך.
מען מוז דאך זאגן,
אז דער פייער פון עצם הנשמה איז מרומז אויך אין דעם וואס זה - מחצית השקל - יתנו.
ה.
ביים ציווי פון מחצית השקל איז דער לשון אין דער תורה: "זה יתנו גו׳ מחצית השקל,
עשרים גרה השקל,
מחצית השקל תרומה לה"/ דאס הייסט: פריער זאגט די תורה,
אז מ׳זאל געבן א מחצית השקל; און בכדי מען זאל וויסן דעם ריכטיקן סכום פון מחצית השקל,
איז די תורה מבאר אז א גאנצער שקל אנטהאלט צוואנציק גרה,
און אז א מחצית דערפון — צען גרה — זאל זיין תרומה צו דעם אויבערשטן.
דארף מען פארשטיין,
צוליב וואס איז די גאנצע אריכות?
די תורה האט דאך געקענט זאגן אין קורצן,
אז מען זאל געבן צען גרה; אויב אפילו די תורה וויל דוקא דערמאנען "מחצית השקל",
וואלט דאך געווען גענוג צו זאגן,
אז מ׳זאל געבן מחצית השקל וואס דאס איז עשר גרה.
צוליב וואס דארף דא דערמאנט ווערן אז א גאנצער שקל איז עשרים גרה?
איז דאס א באווייז,
אז דער דיוק איז,
מען זאל געבן דוקא א מחצית פון א גאנצן שקל; די צען גרה וואס מען דארף געבן איז ניט קיין סכום וענין פאר זיך,
נאר - א העלפט פון א סכום,
פון א גאנצן שקל וועלכער באשטייט פון עשרים גרה.
איז עס ניט פארשטאנדיק: תורה פאדערט דאך אלע מאל אז מען זאל אוועקגעבן דעם אויבערשטן דאס בעסטע וואס מען האט - "כל חלב לה׳" 16
- איז פארוואס זאגט מען דא,
אז מ׳זאל געבן ניט מער ווי א האלבע זאך?
וואלט מען אין דעם ניט מדייק געווען "מחצית",
איז קײן קשיא ניט פארװאס מען הייסט ניט געבן קײן גרעסערע מטבע.
- יעדער מצרה האט זיך אירע ענינים ארן שיעורים,
איז אין דער באשטימטער מצוה נוגע א באשטימטער סכום פון דער מטבע.
ווי־ באלד אבער אז מען אונטערשטרייכט דעם ענין "מחצית השקל",
איז דאך די מצוה פארבונדן מיט שקל
(און ניט מיט א קלענערער מטבע),
איז פארוואם זאל מען געבן ניט מער ווי א האלבן
(היפך השלי־ מות)
און ניט קיין גאנצן שקל?
ובפרט לויט ווי ס׳איז מבואר פריער,
אז מחצית השקל איז געווען א כפרה אויפן חטא העגל,
וואס איז געווען כפירה באחדות ה׳ און פירוד פון אלקות,
וואם דאם איז דאך כולל אלץ - האט דאך די כפרה אויף דעם חטא געדארפט זיין מדה כנגד מדה,
אוועקצוגעבן אלץ צום אוי־ בערשטן און גארניט איבערלאזן פאר זיך.
זאגט אבער אן די תורה אדרבה,
אז א גאנצן שקל טאר מען ניט געבן,
"העשיר לא ירבה" 17 ,
מ׳מוז געבן נאר א האלבן,
און דוקא דעמאלט איז עס "כפר נפשו".
נאך מערער איז ניט מובן: מען גע־ פינט,
אז דעם מחצית השקל אליין בא־ צייכנט די תורה
(ביי אן אנדער ענין אבער)
אלם א זאך פאר זיך,
א גאנצע זאך: רש״י זאגט 18 ,
אז דער נזם זהב וואס האט געוואגן א "בקע" וואם אליעזר האט געגעבן צו רבקה׳ן איז א רמז אויפן מחצית השקל,
אבער דארטן זאגט ניט די תורה אז ער האט איר געגעבן א בקע פון א
(גאנצער)
זאך,
פון א שקל,
נאר אז ער האט איר געגעבן א בקע - א זאך פאר זיך.
און דא,
ביי דער תרומה פון מחצית השקל,
מוז עם דוקא זיין א מחצית פון אן אנדער זאך
(שקל),
פון א דבר שלם.
ו.
ווי דערמאנט פריער,
איז חטא עבודה זרה - פירוד פון אלקות.
דערפאר מוז מצות מחצית השקל,
דער תיקון אויפן חטא העגל,
זיין ענינה - אחדות.
אמיתית ענין האחדות,
וואס פאדערט זיך פון א אידן,
איז ניט נאר אז ער זאל אוועקגעבן זיין אלץ צו דעם אויבערשטן,
ד.
ה.
אז ער איז א מציאות און ער גיט אוועק זיינע זאכן צום אויבערשטן,
נאר נאך מערער,
אז ער אליין איז קיין מציאות ניט,
ער איז ניט מער ווי א האלבע זאך.
דורך וואס ווערט ער א מציאות און א דבר שלם,
דורך דעם וואס ער באהעפט זיך מיט דעם אויבערשטן.
און אט דער הרגש און די עבודה רופן ארויס און זיינען מגלה דעם זעלבן ענין אויך למעלה: אז די שלימות פון אויבערשטן איז כביכול תלוי אין אידן.
וואם דערפאר רופט אן דער אויבער־ שטער כנסת ישראל מיטן נאמען "תמתי",
וואם מאכט מיר,
כביכול,
תם,
גאנץ 19 .
כביכול כנסת ישראל מאכט אים גאנץ.
דער פארבונד פון אידן מיטן אוי־ בערשטן איז ניט קיין חיבור פון צוויי זאכן,
נאר זיי זיינען איין זאך.
יעדער איינער פאר זיך,
אן דעם צווייטן,
איז ניט מער ווי א העלפט 20
; דוקא ביידע צוזא־ מען זיינען איין גאנצע שלימות.
און דאס איז דער ענין פון מחצית השקל.
עם איז דא איין גאנצער שקל,
וואם ער אנטהאלט עשרים גרה: איין עשר גרה זיינען די עשר כחות הנפש,
װאס דער איד דארף געבן דעם אוי־ בערשטןן און דאם איז ממשיך די צװײ־ טע עשר גרה - די עשר ספירות העליונות פון דעם אויבערשטן
(הגם אז דער אויבערשטער שטייט דאך ניט אין קיין שום ציור ח״ו,
פונדעסטוועגן,
מצד זיין גודל האהבה צו אידן,
האט ער זיך מצמצם געווען און זיך אריינגעשטעלט אין עשר ספירות,
וואס פון דעם ווערן נשתלשל די עשר כחות הנפש שבאדם 21 ,
אדם "אדמה לעליון" 22 ,
זיי זיינען בדומה צו די עשר ספירות פון דעם אדם העליון).
און די ביידע - די עשר כהות שבאדם און די עשר ספירות פון אוי־ בערשטן - זיינען ניט קיין צוויי באזונ־ דערע זאכן; ביידע צוזאמען זיינען זיי איין גאנצער שקל הקודש.
יעדער איי־ נער פון זיי,
אן דעם צווייטן,
האט ניט קיין שלימות.
און דאס איז דער רמז פון דער כוונת המצוה - "מטבע של אש",
דער פייער פון עצם הנשמה - אין דער מעשה המצוה פון מחצית השקל: מחצית השקל ווייזט אז אידן מיטן אויבערשטן צוזא־ מען זיינען כביכול איין גאנצע זאך,
און דאס איז דורך דעם פארבונד פון עצם הנשמה מיט עצמות.
אין דעם פארבונד פון די כחות הגלויים מיט אלקות קען אמאל זיין א פגם,
אבער עצם הנשמה איז אלע מאל באהעפט און פאראײנ־ ציקט מיט דעם אויבערשטן,
"חבוקה ודבוקה בך,
יחידה לייחדך".
און דעריבער איז מחצית השקל אויך א כפרה אויפן חטא העגל,
ווייל אלע חטאים,
ביז אפילו חטא עבודה זרה 23 ,
רירן ניט אן אין עצם.
דער עצם פון א אידן איז אלע מאל גאנץ.
און בשעת מען איז מגלה דעם עצם
(דורכן מחצית השקל כנ״ל),
פועל׳ט עס אויך אויף די כחות הגלויים,
אז אויך זיי ווערן פאר־ אייניקט מיט אלקות 24 .
ז.
דאס איז אויך וואם עס ווערט דער־ ציילט אין פרשת כי תשא,
אז נאכדעם ווי משה רבינו האט געבעטן דעם אוי־ בערשטן ער זאל פארגעבן די אידן אויפן חטא העגל,
און דער אויבערשטער האט באוויליקט זיין בקשה צו מוחל זיין די אידן,
האט אים דער אויבערשטער גע־ זאגט: "הנה אנכי כורת ברית".
דער ענין פון א כריתת ברית איז צו פארבינדן און פאראייניקן די כורתי הברית,
דורך דעם וואם מען טיילט פאנאנדער א גאנצע זאך און די כורתי הברית גייען דורך צווישן די צוויי האלבע טיילן 25 .
ווי מען געפינט ביים ברית בין הבתרים װאס דער אוי־ בערשטער האט כורת געווען מיט אברהם אבינו.
ולכאורה,
איז דאך דאס צעטיילן א זאך אויף דער העלפט,
אן ענין פון פירוד,
פארקערט פון ענין האחדות וואם ווערט געמיינט מיט כריתת ברית?
נאר דער פשט איז,
אז אדרבה,
דוקא אין דעם איז קענטיק אמיתת האחדות: פונקט ווי די בתרים
(די צעשניטענע טיילן פון דער זאך דורך וועלכער מ׳איז כורת ברית),
איז דאך יעדער פון זיי מערניט ווי א האלבע זאך,
אזוי איז אויך די כורתי ברית,
די עוברים בין הבתרים,
ווערט יע־ דערער פון זיי נשלם דורכן צווייטן דוקא.
און דאם איז דער ביאור אין דעם וואם דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו,
אין שייכות מיט דער כפרה אויפן חטא העגל,
"הנה אנכי כורת ברית״ - מלמעלה האט מען מגלה גע־ ווען די אמיתית היחוד פון אידן מיטן אויבערשטן,
התקשרות עצם הנשמה בעצמות,
וואס אין דעם קען ניט אנרירן קיין שום זאך,
אפילו ניט חטא עבודה זרה,
ווי דער אויבערשטער זאגט 26
: "בין כך ובין כך בני הם ולהחליפם באומה אחרת
(ח״ו)
אי אפשר"
(ווי עם זאל ניט זיין זיינען זיי מיינע קינדער און פארבייטן זיי אויף עמעצן אנדערש איז אוממעגלעך).
ח.
אזוי ווי דער ענין פון כריתת ברית צווישן אידן מיטן אויבערשטן האט זיך אנגעהויבן פון אברהם אבינו
(נאר ביי משה רבינו איז עם געווען אין א העכערן אופן) 27 ,
אזוי האט זיך אויך דער ענין פון מחצית השקל אנגעהויבן פון די אבות.
און דאס איז מרומז אין דעם ״בקע״ װאס אליעזר האט געגעבן צו רבקה׳ן,
כנ״ל.
ווייל "מעשה אבות סימן לבנים" 28
: פון די אבות קומט דער סימן און נתינת כח אויף אלע ענינים פון די בנים,
נאך מתן תורה 29 .
און דערפאר האט אליעזר געגעבן דעם בקע אין שייכות מיט דעם ענין פון נישואין.
נישואין בכלל,
און נישואי יצחק ורבקה בפרט 30 ,
זיינען מרמז אויף יחוד הקדוש ברוך הוא שנק׳ חתן מיט כנסת ישראל שנק׳ כלה.
איז דעריבער דארט אויך געווען די נתינת הבקע - בדוגמת מחצית השקל - צו מרמז זיין אויף דעם יחוד פון דעם אויבערשטן מיט אידן,
אז כנסת ישראל,
דורך איר עבודה,
רופט ארויס דעם מחצית השקל שלמעלה.
נאר וויבאלד אז מעשה אבות זיינען מער ניט ווי א סימן און א נתינת כח לבנים,
און אמיתית האחדות האט זיך ערשט אויפגעטאן ביי מתן תורה
(ווייל ביז דאן איז נאך געווען די גזירה וואס האט פאנאנדערגעטיילט מעלה פון מטה),
דעריבער איז דעמאלט דער פאר־ בונד נאך ניט געווען אין אן אופן פון "מחצית השקל",
נאר אין אן אופן פון ״בקע״ 31
: די עבודה שלמטה האט טאקע אויפגעטאן די המשכה מלמעלה,
ס׳איז אבער געווען ווי א פארבונד פון צוויי זאכן,
וואם איינע פועל׳ט אויף דער צווייטער 32 .
און ערשט נאך מתן תורה איז די פאראיינציקונג אין אן אופן פון ״מחצית״,
ביידע זיינען איין זאר -ישראל וקודשא בריך הוא כולא חד 33 .
(משיחות ש״פ שקלים תשט״ו,
תש״כ)