א.
אז די מגילה דערציילט די תוצאות מיטן סך־הכל פון דעם נם וואם איז געווען פורים,
זאגט עם די מגילה אין עטלעכע קורצע ווערטער: "ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר".
זאגט אויף דעם די גמרא 1
: "אורה זו תורה,
שמחה זה יום־טוב,
ששון זו מילה,
ויקר אלו תפלין".
די 2
פיר זאכן,
זיינען אותות
(צייכנס)
וועלכע ווייזן אויף דעם פארבונד פון אידן מיטן אויבערשטן,
און המן הרשע האט גוזר געווען אז אידן זאלן ניט מקיים זיין אט די פיר זאכן,
ווייל ער האט ניט געוואלט און ניט גע־ קענט ליידן וואס די אידן צייכענען זיך אוים פון אלע פעלקער,
דורך זייער פאר־ בונד מיטן אויבערשטן.
ווען ס׳איז געשען דער נם פון פורים און מען איז פטור געווארן פון המן׳ען מיט זײנע גזירות,
איז - "ליהודים היתה אורה זו תורה,
ושמחה זה יום טוב,
וששון זו מילה ויקר אלו תפלין".
בשעת מען מאכט אן אות,
א צייכן אין א זאך אויף צו אפטיילן איר פון א צווייטער זאך,
דארף דער "אות" זיין נאר אין דער זאך און ניט אין דער צווייטער.
אויב דער אות זאל זיין אין ביידן איז עם דאן ניט קיין צייכן פון ריכטיגער אויסטיילונג אז מען זאל דורך אים דערקע־ נען א יסוד־חילוק פון דער זאך מיט דער צווייטער.
דאם זעלבע איז בשעת מען רעדט וועגן אן אות וואס זאל אפטיילן אידן פון אלע אנדערע פעלקער א חילוק יסודי ועצמי,
דארף דאך דאם זיין דורך אזוינע זאכן וועלכע זיינען דא מער ניט ווי ביי אידן.
לפועל אבער זעט מען אז די אלע פיר זאכן - תורה,
יום טוב,
מילה און תפלין - זיינען פאראן אויך ביי אנדערע פעלקער
(כאטש אין אן אנדער אופן).
תורה - אויך גוים אנערקענען און לערנען אין אן אופן אז זיי ווייסן דעם גרויסן שכל וואם ס׳איז דא אין תורה,
ווי עם שטייט 3
: "כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים",
אז אויך "לעיני העמים" איז תורה א גרויסע חכמה; יום־טוב -אויך גוים האבן זייערע ימים־טובים פון חירות א.
ז.
וו.
; אזוי אויך מילה - זיינען דא א סך גוים וועלכע זיינען זיך מל
(צוליב געזונט)
; און אזוי איז אויך בנוגע תפלין - פונקט ווי אידן לייגן תפלין אויף צו ווייזן אז זיי געהערן צום אוי־ בערשטן
(ווי די גמרא ברענגט 4 ,
אז דורך הנחת תפלין זעען "כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך" 5 ),
אזוי פירן זיך אויך פארשידענע פעלקער,
להבדיל,
צו טראגן אויף זיך א געוויסן סימן,
בכדי מען זאל דערקענען צו וועלכער אומה אדער שבט זיי באלאנגען.
איז דאך ניט פארשטאנדיק: בשעת דער אויבערשטער האט געוואלט מאכן אותות וועלכע זאלן אפטיילן אידן פון אלע פעלקער,
האט ער דאך געדארפט אויסקלייבן אזוינע מצוות און ענינים,
וואם אומות העולם האבן צו זיי קיין שום שייכות ניט,
און ניט די אויבנדערמאנטע פיר ענינים,
וואס עפעם ענלעך צו זיי איז פאראן אויך ביי אומות העולם?
ב.
די ערקלערונג דערפון איז: ווען דארף מען האבן אן אות אויף אפטיילן איין זאך פון א צווייטער,
דוקא בשעת די צוויי האבן עפעס א פארגלייך צווישן זיך; דאן דארף מען האבן א צייכן אויף צו פאנאנדערטיילן זיי.
אבער אז זיי האבן ניט קיין שום פארגלייך צווישן זיך,
דארף מען קיין אות ניט האבן.
דאס הייסט,
אז די אותות וועלכע קו־ מען אפטיילן "בין ישראל לעמים",
זיינען ניט אויף אפצוטיילן די אידישע נשמה פון די נשמות פון אנדערע פעלקער.
ווארום מצד דער נשמה איז מלכתחילה ניטא קיין שום פארגלייך צווישן א איד מיט א גוי,
להבדיל
(כמבואר בתניא בתחלתו).
די אותות קומען בכדי צו אויסצייכענען דעם אידישן גוף פון גופות אומות העולם; אויסערלעך איז דאך דער גוף ענלעך צו ניט־אידישע גופים,
ווייל אויך דער גוף פון א אידן איז א גשמיות׳דיקער,
און אויבן־אויף זעט זיך ניט קיין חילוק פון א אידישן גוף און א ניט־אידישן.
אויף דעם קומען די אותות צו באווייזן,
אז אויך דער גשמיות׳דיקער גוף פון א אידן,
איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע גופים - דער אידישער גוף איז - קדוש 6 .
און וויבאלד אז די אותות קומען צו באצייכענען די הייליקייט פון א אידישן גוף,
דערפאר זיינען אויך זיי אזעלכע,
וואס אויסערלעך זיינען זיי פאראן אויך ביי אומות העולם,
און פונדעסטוועגן זיי־ נען זיי ביי אידן אינגאנצן אנדערש.
דאם באווייזט אויך,
אז די גשמיות׳דיקע טואו־ נגען וואם זיינען פארבונדן מיט א אידישן גוף,
כאטש די זעלבע פעולות ווערן גע־ טאן אויך דורך אומות העולם
(א איד עסט און להבדיל א גוי עסט,
א איד שלאפט און להבדיל א גוי שלאפט,
א איד האנדלט און להבדיל א גוי האנדלט א.
א.
וו.),
אבער ביי אידן איז דאס גאר אנדערש,
ביי אידן זיינען אויך די גשמיות׳דיקע זאכן הייליק,
בכל דרכיך דעהו 7 .
ווייל,
ניט בלויז פארמאגט א איד קדושה אין זיך,
ווי א צוגאב־זאך צו זיין מהות,
נאר דער עצם מהות פון א אידן איז קדושה.
און דעריבער פאדערט זיך פון א אידן,
אז אלע זיינע ענינים
(אויך די וועלכע זיינען די זעלבע ווי ביי אומות העולם)
זאלן זיין קדוש.
ג.
אויף דעם וואס די גמרא טייטשט "אורה זו תורה",
פרעגט מען,
תורה ווערט אלע מאל אנגערופן מיטן נאמען "אור",
לשון זכר,
פארוואם שטייט דא "אורה",
לשון נקבה?
ענטפערט דער אלטער רבי 8 ,
אז תורה דא מיינט מען תורה שבעל פה,
וואס זי איז מקבל פון תורה שבכתב,
און דעריבער שטייט דא "אורה" לשון נקבה.
דער אונטערשייד פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה איז: תורה שבכתב איז העכער פון אן ענין פון שכל 9 .
אלע ווייסן,
אז תורה שבכתב האט דער אוי־ בערשטער געגעבן צו משה רבינו אויפן בארג סיני,
און זעלבסטפארשטענדלעך אז דער צוגאנג צו תורה שבכתב איז ניט מיט קיין שכל׳דיקע חקירות און פלפולים,
נאר מיט אמונה.
דאקעגן תורה שבעל פה,
איז דאך איר ענין,
צו ערקלערן מיט שכל׳דיקע סברות,
דאס וואס עם שטייט אין קורצן אין תורה שבכתב,
און אזוי אויך צו ארויסלערנען דינים וועלכע שטייען ניט אין תורה שבכתב בפירוש,
דורך פארג־ לייכן און ברענגען שכל׳דיקע ראיות: אז וויבאלד אין תורה שבכתב שטייט דער דין אזוי און אזוי,
איז דערפון פאר־ שטאנדיק אז אויך ביי אן אנדער פאל דארף זיין דער זעלבער דין
(היקש,
קל וחומר,
א.
ד.
ג.).
קומט דאך אוים,
אז תורה שבעל פה איז אן ענין וואס איז אפגעגעבן געווארן צו שכל,
און פונדעסטוועגן איז דער צוגאנג פון אידן אויך צו תורה שבעל פה - מיט אמונה; און מען פסק׳נט ניט ווי עס קומט אויס אין אייגענעם שכל,
אפילו ווען עס זיינען צו אים דא פארשידענע שטארקע ראיות,
אויב נאר ס׳איז דא א סתירה צו דעם פון די פוסקים ראשונים ואחרונים,
וואס זייער פסק הלכה איז אנגענומען גע־ ווארן בתפוצות ישראל.
- ביז אפילו בזמן המשנה בא תנאים איז דקר פסק דין: אם הלכה היא נקבל
(כאטש אפילו אז)
לדין יש תשובה 10
.
קען מען דאך טענה׳ן: ס׳טייטש?
וואלט זיך עס געהאנדלט וועגן אן ענין פון תורה שבכתב,
איז דאס ניט איבער־ געגעבן געווארן צו שכל; וויבאלד אבער אז אין תורה שבכתב שטייט ניט דער דין בפירוש,
נאר ס׳איז אן ענין פון תורה שבעל פה,
וואס איז איבערגעגעבן גע־ ווארן צום שכל,
און די פוסקים וועלכע האבן אפגע׳פסק׳נט דעם דין מיט א דור פריער,
האבן זיי דאך,
לכאורה,
אזוי גע׳פסק׳נט נאר ווייל זיי האבן געהאט אויף אים שכל׳דיקע ראיות,
איז וויבאלד אז ביי אים,
אין זיין שכל,
קומט אויס אנדערש - איז וואס האט ער זיך צו רעכענען מיט זייער פסק?
איז דער ענטפער אויף דעם,
אז דער צוגאנג פון אידן אויך צו תורה שבעל פה איז - אמונה און יראת שמים,
ווייל די חז״ל זאגן 11
: "כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת".
א ודאי דארף טאקע און מוז זיין "חכמתו",
דאס איז דאך די זאך פון תורה שבעל פה,
חכמה און שכל,
אבער ווען איז "חכמתו מתקיימת",
ווען קען די חכמה האבן א קיום - בשעת אז "יראת חטאו קודמת לחכמתו",
ווען זיין יראת חטא איז ביי אים פריער און א הקדמה צו דער חכמה.
דאם איז געווען דער אונטערשייד אויך צווישן די צדוקים און די פרושים.
בנוגע תורה שבכתב האבן די צדוקים ניט געקריגט; דאם האבן אויך זיי פארשטא־ נען,
אז תורה שבכתב מוז מען אננעמען - צי שכל וויל צי ניט.
זי איז געגעבן געווארן צו משה מסיני.
אויף וואס האבן זיי געקריגט - אויף תורה שבעל פה.
וויבאלד אז זי איז אן ענין פון שכל -האבן זיי גע׳טענה׳ט - קענען זיי אליין אויסטייטשן ווי זיי פארשטייען,
און זיי דארפן זיך ניט רעכענען מיט קבלת חז״ל.
דער צוגאנג פון די פרושים איז אבער,
אז פונקט ווי דער אויבערשטער האט געגעבן צו משה רבינו תורה שבכתב,
אזוי האט ער אים בשעת מעשה 12
געגעבן אויך תורה שבעל פה; דער אונטערשייד איז נאר,
אז די האט ער אים געגעבן בכתב און די האט ער אים געגעבן בעל פה; תורה שבכתב איז ניט אנגעטאן אין שכל און תורה שבעל פה איז יע אנגע־ טאן אין שכל,
ס׳איז אבער מער ניט וואס תורה שבעל פה איז געקומען אין א לבוש פון שכל,
זי איז אבער די זעלבע תורה,
וועלכע קומט פון דעם אויבערשטן,
וואם ער איז העכער פון שכל,
און דער צו־ גאנג,
אויך צו איר,
דארף זיין - אמונה.
און דאס,
דוקא תורה שבעל פה
(אורה,
לשון נקבה),
איז דער "אות" וואס שיידט אפ אידן פון אומות העולם 13
: אפילו אין תורה שבעל פה,
רואם איז אנגעטאן אין שכל,
הערט זיך אן ביי אידן קדושה און הייליקייט; אויך אין דעם איז ביי זיי דער עיקר - אמונה,
וואס איז העכער פון שכל.
ד.
די זעלבע זאך איז אויך בנוגע דעם צווייטן אות,
"שמחה זה יום טוב".
ווי געזאגט פריער,
האבן אויך גוים זייע־ רע ימים טובים,
און דאך איז עס ביי אידן אינגאנצן אנדערש; ביי אידן איז דער יום טוב - קדושה.
ווען עם קומט שמחה זה יום טוב קלייבט מען זיך צוזאמען און מען איז זיך משמח,
מען עסט בשר און מען טרינקט יין א.
ז.
וו.,
וואם דאם זיינען ניט קיין רוחניות׳דיקע זאכן.
אבער דא זעט זיך דער אונטערשייד צווישן אידן און ניט־ אידן,
להבדיל: ביי ניט־אידן ברענגען די זאכן צו הוללות וכו׳.
אבער ביי אידן איז דער יום טוב אינגאנצן אנדערש 14 .
אויך זיי זיינען זיך דאן משמח און טרינקען וכו/ אבער דאס ברענגט זיי ניט צו קיין הוללות ח״ו,
נאר אדרבה,
דאם ברענגט זיי צו מער יראת שמים; און אפילו ביי שמחת פורים,
ווען ס׳איז א מצוה צו טרינקען "עד דלא ידע" 15 ,
איז די שמחה מוסיף יראת שמים און קדושה,
און אויך ווען דער איד האלט שוין ביי "עד דלא ידע",
דערהערט ער אויך דאן
(כאטש ניט דורך שכל),
אז "ארור המן" און "ברוך מרדכי"
(ווי ווייטער ערקלערט).
ה.
דאס זעלבע איז אויך בנוגע "ששון זו מילה".
אויך געוויסע גוים זיינען זיך מל,
אבער ביי אידן איז מילה אינגאנצן אויף אן אנדער אופן.
אז "ששון זו מילה",
ברענגט די גמרא א ראי׳ פון דעם פסוק "שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב"
(איך פריי זיך אויף דיין אנזאג ווי דער וואם געפינט א סך רויב),
וואס דוד המלך האט עם גע־ זאגט וועגן מצות מילה.
זעט מען דערפון צוויי זאכן: א)
אז ביי מילה איז דא א ספעציעלע פרייד,
״ששון״
(״ששון״ בא־ דייט א גרעסערע פרייד ווי "שמחה" 16 ),
ב)
און אז מצות מילה איז ווי ווען מען נעמט צו א סך רויב פון א שונא.
וואס איז אזוי גרויס די פרייד ספעצי־ על ביי מצות מילה,
און ווער איז עס דער שונא פון וועמען מען נעמט צו שלל רב דורך מצות מילה?
וועט מען עס פאר־ שטיין פון דעם וואס דער רמב״ם זאגט 17 ,
אז מילה שוואכט אפ ביים נימול די תאוות פון עולם הזה.
עולם הזה מיט זיינע פילע תענוגים און תאוות ווערט אנגערופן "עולם הקליפות" 18 ,
וואס דאס איז דער גרעסטער שונא פון א אידן.
און בשעת א איד שוואכט אפ די תאוות פון עולם הזה,
און נאך מער,
ער נעמט די אלע פארגעניגנם פון עולם הזה און נוצט זיי אוים אין קדושה
(ווי עס שטייט 19
: "כל חלב לה'",
דאס פעטסטע און דאס בעסטע פון יעדער זאך דארף מען אפגעבן צום אוי־ בערשטן),
נעמט ער דערמיט אוועק א סך,
פון דעם בעסטן,
רויב פון שונא,
און ער גיט עס אוועק צו קדושה,
און דערפאר פרייט זיך א איד מיט א שמחה גדולה.
און אין דעם באשטייט דער אונטערשייד צווישן מילה ביי אידן און מילה ביי גוים,
להבדיל.
דער עבין פון מילה ביי א גוי פארשאפט אים בלויז צער און וויי־ טיק; ער האט דערפון א ווייטיק אין גשמיות,
ובפרט נאך אז דורך דעם ווערן שוואכער זיינע תאוות - איז דאך דאס פאר איס א באזונדער ווייטיק און צער,
ווייל די פארגעניגנס און תאוות גיבן דאך עם א געשמאק אין עולם הזה,
אין זיין לעבן.
און בשעת מען נעמט זיי ביי אים צו,
איז עס פאר אים דער גרעסטער צער.
זיי זיינען זיך מל,
מער ניט בלית ברירה,
בכדי צו פארהיטן זיך פון נאך א גרעסערן צער.
דאקעגן ביי א אידן,
איז מילה פארשאפט אים אדרבה "שש אנכי",
ער פרייט זיך דערמיט.
דאס וואס ער שיידט זיך אפ פון תענוגי עולם הזה איז גאר ביי אים א שמחה,
ווייל דער פני־ מיות׳דיקער מהות פון א אידן איז ניט דער געשמאק פון עולם הזה נאר,
להבדיל,
דער געשמאק אין ג־טלעכקייט: עולם הזה,
חומר - חמור איז שונאך זיין שונא,
און דאם בארויבן זיין שונא,
פאר־ שאפט דעם אידן די גרעסטע שמחה.
ו.
אזוי איז עם אויך בנוגע "ויקר אלו תפלין".
ווי געזאגט פריער,
איז תפלין א צייכן פאר דעם וואס טראגט זיי,
אז ער געהערט צום אויבערשטן: "וראו כל עמי הארץ כי שם ה׳ נקרא עליך".
כאטש אז אויך ביי אומות העולם זיינען פאראן פארשידענע סימבאלן וואס ווייזן צו וועלכן עם ושבט זיי געהערן,
איז אבער ביי אידן דאס אינגאנצן אין אן אנדער אופן.
תפילין אנטהאלטן: פרשיות,
בתים און רצועות,
און זיי אלע זיינען געמאכט געווארן מעור
(פון דער פעל פון א)
בהמה; די תפלין לייגט מען אויף דער לינקער האנט און אויפן קאפ,
און דורך דעם איז מען משעבד די הארץ און די קאפ,
זיי װערן א ״כלי״ צו די תפלין.
אין פלוג,
וואס פאר אן ארט האט עם אין שכל,
אז א מענטש,
א בר דעת,
זאל ארומרינגלען זיין קאפ מיט א רצועה פון א בהמה און משעבד זיין זיין מוח ולב צו א בהמה׳שער פעל פון די בתים ופרשיות?
אלא וואס - אויף דעם עור הפרשיות איז אנגעשריבן שמע,
והי׳ אם שמוע,
קדש,
והי׳ כי יביאך?
איז דאך דאס זעלבע ״אנגעשריבן״ אין זיין מוח ולב
(לפחות ווען ער לייגט תפילין,
ורעל־ כע זיינען אסור בהיסח הדעת)
- און דער אונטערשייד איז נאר וואם בתפילין איז דאס אויף עור בהמה.
וואלט זיך עס נאך געהאנדלט וועגן א קליין קינד,
וואם האט קיין שכל ניט,
וואלט דאן די קשיא ניט געווען אזוי גרויס.
איז אבער דער דין,
אז א קטן איז גאר פטור פון תפילין,
און ערשט ווען מ׳ווערט אלט דרייצן יאר,
מען ווערט א בר דעת - דוקא דאן ליגט אויף עם 20
א חיוב אויף צו משעבד זיין זיך צו די תפלין וואס זיינען געמאכט פון עור בהמה; אין דער בהמה גופא פון איר פעל,
וואס איז די נידעריקסטע און גרע־ בסטע זאך פון דער בהמה און דוקא -שחורות
(היפך פון - ונאוה)?
נאר וויבאלד אז אין די תפלין איז אנגעשריבן: "שמע ישראל הוי׳ אלקינו הרי׳ אחד" א.
ז.
וו.
איז ער זיך דערצו משעבד,
זיין מוח ולב מיט דאס אויפגע־ שריבענע דארט,
ווארום כן צוה המלך.
און דאס איז דער חילוק צווישן די אותות ביי גוים ביז,
להבדיל,
תפלין.
די סימבאלן פון ניט־אידן - שטאלצירט מיט זיי דער מענטש און ער איז זיף מיט זיי מתפאר אויב ער הערט אין זיי אן א הויכקייט און אן איידלקייט,
ער זעט יופי וכו׳.
דאקעגן דאם וואס א איד איז זיך מתפאר מיט תפלין,
איז דוקא בשעת עם איז אן עור של בהמה און שחורות דוקא.
דארטן ורערט אויפגעשריבן ארן אויפגע־ נומען מיט מסירת נפש: "שמע ישראל ה׳ אלקינו ה׳ אחד".
ז.
ווי געזאגט פריער,
זיינען די פיר זאכן - תורה,
יום־טוב,
מילה און תפלין - די אותות וועלכע צייכענען אויס און טיילן אפ אויך דעם אידישן גוף פון אלע אנדערע גופים.
און דעריבער האט המן הרשע אזוי שטארק זיך געשטעלט קעגן זיי.
עם האט המן׳ען ניט אזוי פיל געארט,
וואם א איד איז הייליק בשעת ער טוט זיינע ענינים רוחניים,
ענינים פון נשמה.
בשעת אבער עם קומט צו "גשמיות׳די־ קע"
(ווי די אויבנדערמאנטע פיר)
זאכן,
וועלכע זיינען שייך צום גוף,
אין אזעל־ כע ענינים - האט המן גע׳טענה׳ט -זונדער זיך ניט אפ,
זיי גלייך צום גוי ח״ו 21 .
פון דער גזירה,
וואס המן הרשע האט גוזר געווען צו מבטל זיין די ״אותות״,
-די קדושה וואם איז דא ביי אידן אויך אין די זאכן אין וועלכע זיי זיינען אויס־ ערלעך גלייך מיט ניט־אידן,
- דערפון איז ארויסגעקומען די גזירה אויף צו צעשטערן ר״ל אפילו די ענינים פון אי־ דישקייט וועלכע זיינען אויך בחיצוניות אנדערש פון ניט־אידן,
ביז ס׳איז געקו־ מען די גזירה - היל״ת - "להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים".
ווייל,
ווי געזאגט פריער: דער עצם מהות פון א אידן איז קדושה,
און דעריבער,
בשעת מען וויל אפטיילן אים פון קדושה
(כאטש מען איז מסכים אז אין געוויסע זמנים,
געוויסע ענינים זאלן יא זיין הייליק ביי אים),
נעמט מען פון אים צו זיין גאנצן מהות.
דעריבער,
בשעת מען איז פטור געווארן פון המן׳ען מיט זײנע גזירות,
האט מען מתקן געווען דעם יום טוב 22
פורים,
וואם דאס איז א טאג אין וועלכן מען פראוועט א גשמיות׳דיקע סעודה,
מיט עסן און טרינ־ קען,
ביז צו ״לבםומי כו׳ עד דלא ידע" 23 ,
און בשעת מעשה,
אין דעם "לא ידע",
איז ביי דעם אידן אפגעלייגט,
אז "ארור המן" און "ברוך מרדכי",
די ענינים פון רע
(המן)
זיינען ביי אים "ארור",
אפגע־ פרעגט,
און די ענינים פון טוב
(מרדכי)
זיינען ביי אים "ברוך".
ווארום וויבאלד אז זיין פארבונד מיטן אויבערשטן איז ניט קיין דבר נוסף אין אים,
נאר דאס איז זיין גאנצער מהות,
דערפאר דערהערט ער - ניט נאר מצד ידיעה אין שכל נאר אפילו בשעת אז ״לא ידע״ - מצד זיין מהות,
אז "ארור המן" און "ברוך מרדכי".
(משיחת פורים תשי"ט)