א.
אין דער הפטרה פון פרשת זכור ווערט דערציילט,
ווי שאול האט רחמנות געהאט אויף אגג מלך עמלק און אויף "מיטב הצאן והבקר" פון עמלקץ,
און אז דאס איז געווען קעגן דעם רצון פון דעם אויבערשטן,
און דערפאר האט דער אוי־ בערשטער צוגענומען די מלוכה פון שאולץ און זי איבערגעגעבן צו דוד׳ן.
די הפטרה און אויך די קריאה פון פרשת זכור האבן א שייכות צר פורים,
וואס דערפאר ווערן זיי געלייענט דעם שבת פאר פורים.
אין פשטות איז פאר־ שטאנדיק אט די שייכות,
ווייל המן הרשע איז דאך ״האגגי״ - האט געשטאמט פון אגג׳ף
(וועגן וועמען עם ווערט דער־ ציילט אין דער הפטרה פון פרשת זכור),
וואס ער האט געשטאמט פון עמלק׳ן 1
(און וועגן זכירת מעשה עמלק רעדט דאך די קריאה פון פרשת זכור).
ובפרט לויט ווי חז״ל דערציילן 2 ,
אז המן הרשע איז געבוירן געווארן נאר דורך דעם וואם שאול האט ניט באלד גע׳הרג׳עט אגגץ,
איז נאך מער פארשטאנדיק די שייכות פון פורים צו דער הפטרה,
ווייל די גאנ־ צע גזירה אויף די אידן דורך המן הרשע,
איז ארויסגעקומען פון דעם חטא וואס שאול האט ניט באלד גע׳הרג׳עט אגג׳ן.
אין תורה זיינען אלע ענינים בדיוק.
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז ניט נאר די פא־ סירונג אין אלגעמיין,
נאר אויך אירע פרטים וואס ווערן דערציילט אין דער הפטרה - די טענות פון שאולץ: "הקימותי את דבר ה׳"
(איך האב מקיים געווען די רייד פון דעם אויבערשטן)
; "למען זבוח לה׳ אלקיך"
(ער האט געלאזט לעבן די צאן ובקר בכדי זיי צו ברענגען פאר קרב־ נות צום אויבערשטן),
און דער ענטפער פון שמואל הנביא: "הנה שמוע מזבח טוב"
(פאלגן
(דעם אויבערשטן)
איז בעסער ווי ברענגען א קרבן)
; ״מאסת את דבר ה ,
״ -זיינען אויך פארבונדן מיט פורים.
ב.
די גמרא זאגט 3
אויפן פסוק 4
"בן שנה שאול במלכו",
אז ער איז געווען ריין פון א חטא ווי א קינד פון איין יאר.
איז דאך פארשטאנדיק,
אז דאס וואס ער האט געלאזט לעבן אגגץ,
אויך די מיטב הצאן והבקר,
איז עם ניט געווען ווייל ער האט סתם ניט געפאלגט דעם אויבערשטן,
נאר ער האט געהאט דערביי א טעם,
א טעם פון שכל דקדושה.
וואס דערפאר האט ער געזאגט "הקימותי את דבר ה'",
ער האט געמיינט,
אז ניט נאר האט ער ניט געטאן דעם היפך פון רצון העליון,
נאר אדרבה,
ער האט דערמיט מקיים געווען דעם דבר ה׳.
שאול האט געוואוסט דעם ענין פון קרבנות,
אז דורך דעם וואס מען נעמט א גשמיות׳דיקע בהמה און מען איז זי מקריב צום אויבערשטן,
איז מען דורך דעם מהפך דעם חושך פון גשם בהמי צו אור פון תכלית הרוחניות 5 ,
און "מתוך החושך" ווערט א "יתרון האור".
דעריבער האט שאול געטראכט,
אז בשעת ס׳איז דא א געלעגנהייט צו נעמען צאן ובקר פון עמלק׳ן,
וואם ער איז דער "ראשית גוים",
דער שורש צו אלע מיני רע 6
- איז דאך דאס דער גרעסטער חושך - און דעם צאן ובקר וועט מען מקריב זיין צום אוי־ בערשטן,
וועט דאך דערפון ארויסקומען דער גרעסטער יתרון האור.
דער חסרון איז אבער דא געווען -וואס "שאול הלך אחר הטעם",
ער האט געטאן ווי עם קומט אויס לויט שכל,
און אין שכל האט עם טאקע אן ארט.
ביי אים האט אבער געפעלט אין תכלית השלימות פון קבלת עול 7 ,
אין דעם ביטול בתכלית צום רצון העליון - און דער אויבער־ שטער האט דאך אנגעזאגט "והחרמתם את כל אשר לו",
מען זאל פארוויסטן אלץ וואם געהערט צו עמלק׳ן.
און דאס האט אים שמואל געענט־ פערט: הנה שמוע מזבח טוב,
להקשיב מחלב אילים.
"זבח" און "חלב" מיינט די עבודה שעפ״י טעם: ער דינט דעם אוי־ בערשטן מיט זיינע בעסטע כחות,
חלב ושומן,
מיט ראשית כחות הפנימיים -שכל,
און דאס פאדערט זיך טאקע פון א אידן,
אז ער זאל דינען דעם אויבערשטן ניט בלויז מיט קבלת עול,
נאר ער זאל אויך פארשטיין,
אלץ וואס עס איז געגעבן געווארן צום פארשטיין,
ביז אז אלע זיינע בעסטע כחות זאלן זיין לה׳.
ווייל אויב ער דינט דעם אויבערשטן נאר מיט קבלת עול,
אן פארשטאנד און אן געשמאק,
איז דאן זיין עבודה בלויז מיט די נידעריקע כחות,
כח המעשה וכו/ און ער גיט ניט אוועק ״כל חלב לה'" 8
אבער דאך,
איז ״שמוע״ און ״להקשיב״ - קבלת עול - בעסער פון "זבח" און פון "חלב",
וואס דאס איז השגה.
ווארום אין צוגאב צו דעם וואס מצד השגה איז מען עלול צו האבן א טעות
(ווי ביי דער מעשה מיט שאולץ)
; איז אפילו אז מען זאל אין דער עבודה מכוון זיין צום רצון העליון - וויבאלד אבער אז די עבודה איז נאר על פי שכל,
פארבלייבט דער עובד נאך אלץ אין זיין פולער מציאות,
עם פעלט אים דער אוועקלייג און ביטול צום אויבערשטן וואס קומט פון קבלת עול.
און כאטש אז ס׳דארף דאך זיין דער "כל חלב לה"׳,
מען דארף דינען דעם אויבערשטן אויך מיטן שכל,
דארף אבער דאס גופא קומען פון קבלת עול:
אזוי איז דער רצון העליון,
אז די עבודה זאל זיין אויך מיטן פארשטאנד,
און דער־ פאר פארשטייט ער דאס אויך מיטן שכל.
ג.
אויף קבלת עול שטייט 9
"דא תרעא לאעלאה",
דאם איז דער טויער צו אלע ענינים פון קדושה.
און ווען עם פעלט קבלת עול,
איז מען דאן ניט קיין כלי,
ח״ו,
צו קדושה,
און עם קענען דערפון ארויסקומען כל מיני רע.
וואס דערפאר איז דורך דעם וואס "שאול הלך אחר הטעם" און ניט תיכף גע׳הר־ ג׳עט אגגץ איז ארויסגעקומען המן הרשע,
וואס האט געבראכט צו דער גזירה "להשמיד להרוג ולאבד
(ח״ו היל״ת)
את כל היהודים",
פארניכטן ר״ל דעם גאנצן ענין פון אידן און אידישקייט.
און דורך דעם וואס אידן זיינען גע־ שטאנען מיט א מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת - וואם דערפאר ווערן אידן אין דער גאנצער מגילה אנגערופן מיטן נאמען ״יהודים״,
כמרז״ל 10
״כל הכופר בעבודה זרה 11
נק׳ יהודי",
זיי זיי נען געשטאנען מיט א הודאה און ביטול צום אויבערשטן - דאם האט געבראכט די הצלה און די גאולה פון פורים.
און דאס איז די שייכות פון פרטי ההפטרה דפרשת זכור מיט פורים: דער חטא פון שאולץ איז געווען מיעוט בקבלת עול.
מצד דערויף קען ווערן סוף סוף א נתינת מקום צו אגג׳ן - קליפת עמלק 12 ,
ביז א נתינת מקום צו גזירת המן הרשע להשמיד גו׳ ר״ל את כל היהודים.
און דורך קבלת עול און מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת,
דער קיום ההוראה פון שמואל׳ן "הנה שמוע מזבח טוב להקשיב מחלב אילים",
האט מען מנצח געווען קליפת עמלק ברוחניות,
וואס דאס האט זיך אויסגעדריקט אויך אין גשמיות,
ס׳איז געווען דער "והרוג בשונאיהם",
מען האט גע׳הרג׳עט בני עמלק,
און דורך דעם איז מען פטור געווארן פון גזירת המן,
און "ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר" 13 .
ד.
על פי זה וועט מען אויך פארשטיין וואס די מצוה פון פורים,
וואס איז מער פון אלע אנדערע עניני פורים פארבונדן מיט דעם גאנצן טאג פון פורים 14 ,
מיט ״ימי״ - איז המוקדם בכתוב,
וואס שטייט גלייך - "משתה": "חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" 15 ,
אז די עבודה פון "סור מרע"
("ארור המן")
"ועשה טוב"
("ברוך מרדכי")
זאל זיין אין אן אופן פון "עד דלא ידע",
העכער פאר טעם ודעת.
דער גאנצער נם פון פורים איז געקומען בזכות המסירת נפש שלמעלה מן השכל,
דעריבער דארף אויך זיין די עבודה - "עד דלא ידע".
אמונה פשוטה און מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת,
און פון דעם נעמט מען מיט אמונה פשוטה אויפן גאנצן יאר,
אז אויך די ענינים פון השגה זאלן זיין געבויט אויפן יסוד פון אמונה: כמ״ש 16
״טוב טעם ודעת למדני כי במצותיך האמנתי": אויך דער "טוב טעם ודעת" קומט צוליב דער אמונה,
און איז געבויט אויף איר.
(משיחת פורים תשי׳ס)