B"H
🏡

Ikar

עמוד 910

משניות *

סדר מועד

(מסכת חגיגה)

ענדיקט זיך מיט דעם דין,

אז מזבח הזהב און מזבח הנחושת

(אינן מקבלין טומאה)

מפני שהן כקרקע דברי ר״א וחכ״א מפני שהן מצופין.

דער פשוט׳ער פשט דערפון איז: דער מזבח הזהב וואם איז געווען אין מקדש ווי אויך דער מזבח הנחושת וואס איז געווען אין מקדש האבן ניט מקבל געווען טומאה,

ערקלערט ר׳ אליעזר אז דער טעם דערפאר איז ווייל די תורה גלייכט זיי צו צו דער ערד,

און ערד איז ניט מקבל טומאה,

די חכמים זאגן אז זיי זיינען ניט מקבל טומאה דערפאר ווייל זיי זיינען געווען מער ניט ווי באדעקט מיט גאלד אדער קופער,

במילא איז דער באדעק בטל צום אינע־ ווייניק,

און דער אינעווייניק איז ניט מקבל טומאה.

תורה הק׳ וועלכע איז געגעבן גע־ ווארן פון אויבערשטן ית׳ וואם איז אין־סוף,

איז אויך אין סוף,

און זי גילט מיט די זעלבע שטארקייט אין אלע ער־ טער און אין אלע צייטן.

פונקט ווי זי איז געווען שטארק ווען דער אויבערשטער האט זי געגעבן צו די אידן דורך משה רבינו אויף דעם הר סיני,

אזוי שטארק איז זי אויך אין אונזערע צייטן פון פינ־ סטערן גלות,

און אין אלע ערטער פון ערד קוגל.

די תורה איז אויך אין סוף אין דעם וואס יעדער ענין פון תורה האט אין סוף פירושים וואם ווערן פאנאנדערגעטיילט אין פיר סוגים: פשט רמז דרוש סוד 1 .

דער רמז און מוסר השכל וואם מיר קענען אפלערנען פון דער משנה סוף סדר מועד און אנווענדן אין אונזער טאג טעגליכן לעבן:

יעדער איינער אין זיין שטאט און לויט זיין מצב,

איז א מקדש וואו עס רוט די שכינה - ושכנתי בתוכם.

אין בית המקדש זיינען דא פארשידענע כלים,

דאם זעלבע ביי יעדן אידן זיינען דא פארשידענע ענינים: שכל,

געפילן כר.

אין די ענינים קען זיין אז עס זאל זיך אריינמישן א זייטיקע פני׳,

א וואכעדיקע,

ניט הייליקע מחשבה,

און עס קאן אויך זיין אז עם זאל זיך אריינמישן ניט נאר א וואכעדיקע זאך נאר אפילו אן אומריינע זאך,

א זאך וואס איז פארבונדן מיט אן עבירה ח״ו,

דאס הייסט היפך פון רצון פון אויבערשטן יתברך,

היפך פון תורה ומצוות.

אין אנדערע ווערטער: די כלי פון מענטשן - דער שכל אדער מחשבה אדער אן אנדער כח - איז טמא געווארן,

און מ׳דארף זוכן וועגן ווי דאס זאל צוריק ריין ווערן און זאל ווידער ווערן א כלי פון מקדש,

ווייל דעם אוי־ בערשטנס מקדש - יעדער איד,

מאן און פרוי - דארף זיין טהור.

מענטשן טיילן זיך

(בגשמיות,

אדער ברוחניות)

אויף רייכע און ארימע.

אויף דעם רייכן זאגט מען אז בא אים איז אלץ גאלד 2 ,

און אויף דעם ארעמען - אז זיינע מטבעות זיינען קופער 3 .

ביי יעדן אידן אבער אן אויסנאם,

ווי ער זאל ניט זיין אין זיינע אינערליכע אדער אין זיינע אויסערליכע ענינים און געפילען,

איז אלעמאל גאנץ די נקודת היהדות - דאם פינטעלע איד - וואס וויל טאן דעם אויבערשטנס רצון,

ווי דער רבי כ״ק מו״ח אדמו״ר זצוקללה״ה נבג״מ זי״ע הכ״מ* האט געזאגט: א איד ניט ער וויל,

ניט ער קען זיין אפגעריסן פון ג־טלעכקייט.

און דאם ווערט אנגע־ רופן בשם מזבח.

מזבח איז דער טייטש קוילענען

(זביחה)

און ברענגען א קרבן צום אויבערשטן ית׳.

זאגט די משנה אז סיי די אידן וועלכע זיינען מזבח הזהב - די רייכע אידן - סיי די וועלכע זיינען מזבח הנחושת - די ארימע אידן - איז בשעת מען דערמאנט זיך אז מען איז א מזבח,

אז דער אינעווייניקסטער,

דער אמת׳ער רצון איז צו שעכטן דעם יצר הרע און טאן דעם אויבערשטנם ווילן,

איז אינן מקבלים טומאה.

און מ׳זאגט דערויף דעם טעם,

מפני שהן כקרקע,

פונקט ווי ערד וואס אלע טרעטן אויף איר,

אזוי

(ווי מיר בעטן ונפשי כעפר לכל תהי׳)

האט מען ניט קיין אייגענעם ווילן נאר דעם ווילן וואם השי״ת האט אונז אנטפלעקט אין דער תורה הק׳.

דברי ר׳ אליעזר

(בן הורקנוס)

וואס ווערט אנגערופן ר׳ אליעזר הגדול,

וואם ער איז געווען שקול כנגד כל חכמי ישראל, 4

און ניט קוקנדיק אויף זיין גרויסקייט,

האט ער בא זיף אליין ניט פארנומען קיין ארט,

ביז אז ווי די גמרא זאגט 5 ,

מעולם לא אמר דבר מה שלא שמע מרבותיו.

במילא האט ער אויך דערזעהן אין יעדן אידן גלייך די פנימיות זיינע,

די נקודת היהדות,

ישראל ואורייתא וקוב״ה כולא חד 6 ,

אז דער גאנצער לעבן פון א אידן איז מקיים צו זיין תורה ומצות.

און ער האט געלערנט זיינע תלמידים דעם דרך אז דער געוואלדיקער שכל איז צוזאמען מיט פולשטענדיקען ביטול,

ווי עם ווערט אויסגעדריקט אין דער שיטה מעולם לא אמר דבר מה שלא שמע מרבותיו.

וחכמים אומרים - די איבעריקע חכמים האבן געהאלטן,

אז דער וועג איז א צו שטרענגער פאר אלעמען,

ניט פיל קענען די שיטה דורכפירן,

האבן זיי גענומען אין באטראכט אויך די חיצוניות,

די אויםװײניקסטע פון אידן: עם טרעפט אמאל אז מ׳ווערט ח״ו נכשל,

און בפרט "מזבח הזהב",

וואס איז אפט פארקאכט אין זהב־זאכן ביז דאם בריינגט אים לפי שעה ניט צו טאן דעם אויבערשטנם ווילן,

און אויך ביי ארעמעלייט

(מזבח הנחושת),

מצד דערויף וואס זיי קומט אן שווערער זייער געלט,

זיינען זיי אויך אמאל עובר אויף רצון הוי׳ - פונדעסטוועגן זאגן די חכמים -איז די נקודת היהדות

(דער מזבח)

ניט מקבל טומאה מפני שהן מצופין.

ווייל סיי דאם גאלד ביים גביר סיי די נחושת ביים ארימאן איז דאס נאר א צודעק פון דרויסן,

אבער אינעווייניק איז ריין,

און קען ניט מקבל טומאה זיין.

און די פנימיות איז אזוי שטארק אז סוף כל סוף איז דער ציפוי בטל צו די פנימיות.

און ער וועט סוף כל סוף זיכער תשובה טאן,

און צוקומען צום אמת: אז דאם לעבן און קיום פון א אידן איז מער ניט ווי ג־טלעכקייט,

וראם דערצו דער־ גרייכט מען נאר דורך לימוד התורה וקיום המצוות.

און דאם זיינען אויך די כלים פאר די ברכות גשמיים וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט אין דער תורה: אם בחוקתי תלכו ואת מצוותי תשמורו גו׳ ונתנה הארץ יבולה ועץ השדה יתן פריו גו׳ 7 .

(ממכתב ט״ו מרחשון תשי״א)

Reader controls and commentary are loading.