B"H
🏡

Ikar

תרומה א

א.

אין פרשת תרומה דערציילט די תורה וועגן דעם אויבערשטנס ציווי: מ׳זאל נעמען "זהב וכסף גו׳",

דרייצן 1

(פופצן) 2

גשמיות׳דיקע זאכן,

און פון די זאכן זאל מען מאכן א מקדש צום אוי־ בערשטן,

"ועשו לי מקדש",

און דער אוי־ בערשטער איז מבטיח: "ושכנתי בתוכם",

אז ער וועט רוען אין דעם מקדש וואס וועט געבויט ווערן פון די אלע זאכן.

ניט קוקנדיק אויף דעם וואס ג־ טלעכקייט איז ניט באגרענעצט ח״ו אין מקום,

זאגט אבער צו דער אויבערשטער,

אז ער וועט רוען אין דעם ארט וואו עם וועט זיין דער מקדש,

וואם האט געמוזט פארנעמען א שטריינג באגרעניצטן שטח אין מקום.

און ניט נאר דער בית המקדש וואס איז שפעטער געבויט געווארן וואם איז אלעמאל געווען אויפן זעלבן פלאץ - אין ירושלים,

און פון דאמאלם איז דאס אויף אלעמאל אזוי,

נאר אויך אין משכן,

- וואס איז מיטגעגאנגען מיט די אידן אומעטום וואו זיי זיינען געגאנגען,

ער איז משנה מקומו בעולם - איז די השראת השכינה אלע מאל געווען נאר אין איין ארט,

אין דעם ארט וואו ס׳איז אויפגעשטעלט געווארן דער משכן.

לכאורה איז ניט פארשטאנדיק: דער אויבערשטער איז דאך,

כנ״ל,

ניט בא־ גרענעצט ח״ו אין מקום,

"את השמים ואת הארץ אני מלא" 3 ,

ער איז פול אומעטום,

איז פארוואם האט דער אויבער־ שטער געהייסן צו מאכן א ספעציעלן ארט וואו עס זאל זיין השראת השכינה?

אמת טאקע אז כאטש "את השמים ואת הארץ אני מלא",

קען עס אבער זיין אין אן אופן פון העלם,

אז אין וועלט זאל זיף ניט אנהערן ג־טלעכקייט; און בכדי עס זאל זיין גילוי השכינה דארף מען האבן עבודה - איז דאך דאס אבער ניט פארבונדן מיט א באשטימטן פלאץ: או־ מעטום,

וואו נאר א איד דינט דעם אוי־ בערשטן,

איז ער ממשיך ג־טלעכקייט 4 ,

האט מען דאך לכאורה געקענט די זעל־ בע עבודות פון משכן ומקדש טאן אויך אין אנדערע ערטער,

און דורך דעם ממשיך זיין "בכל המקום" דעם "ושכנתי",

ניט בלויז אין איין מקום.

פארוואם האבן די עבודות געדארפט געטאן ווערן דוקא אין משכן ומקדש?

ב.

פון די עיקר׳דיקע עבודות,

אחת העבודות 5 ,

אין משכן ומקדש איז גע־ ווען די עבודה פון קרבנות.

עבודת הקרבנות טיילט זיך אין צוויי אלגעמיי־ נע חלקים

(אפילו בביהמ״ק)

וסוגים: עבודת הקרבנות בגשמיות,

וואם מען האט מקריב געווען א בהמה אויפן מזבח,

און עבודת הקרבנות ברוחניות 6 ,

(וואם בזמן הזה איז דאס אין תפלה,

ש״כנגד תמידין תקנום" 7 ).

די ביידע חלקים וסוגים פון קרבנות,

זיינען פאר־ בונדן מיטן מקום המקדש: קרבנות בגשמיות איז דאך פשוט אז זיי זיינען פארבונדן מיטן מקום המשכן ומקדש,

ווארום "משהוקם המשכן נאסרו הבמות" - אז מ׳האט אויפגעשטעלט דעם משכן איז געווארן אסור צו ברענגען קרבנות אויף די במות,

און אזוי דער־ נאך אז "באו לירושלים" 8

האט מען אין אן אנדער ארט,

אויסערן בית המקדש ניט געטארט מקריב זיין קיינע קרבנות; און אפילו קרבנות ברוחניות - תפלה,

וואס מעג זיין אומעטום

(אויסער אין א "בקתא" 9

וואו צוליב פיזור הנפש קען מען דארט ניט מכוון זיין ווי עס דארף צו זיין וכיוצא בזה) 10

- פונדעסטוועגן ווערט דאך דער בית המקדש אנגערופן אויף אלעמאל "וזה שער השמים" 11 ,

דארט איז דער ארט דורך וואנען עס גייען דורך די תפלות אלעמאל,

וואס דערפאר דארף מען דאוונען מיטן פנים צו ארץ ישראל,

"והתפללו אליך דרך ארצם" 12 ,

און אין ארץ ישראל גופא,

מיטן פנים צו ירושלים,

און אין ירושלים גופא - צום מקום המקדש 13 .

לכאורה איז עס אינגאנצן ניט פאר־ שטאנדיק: צוליב וואס האט מען געדארפט פארבינדן "עבודה שבלב זו תפלה" 14

,

וואס זי איז אן עבודה רוחנית,

מיט א מקום גשמי און אזא וואס איז מוגבל ומדוד אין גשמיות?

אפילו את״ל אז קרבנות בגשמיות,

וויבאלד אז זייער עבודה באשטייט אין דעם,

אז דער מענטש זאל מקריב זיין אויפן מזבח א בהמה גשמית און אזא וואם זי איז מוגדרת בכמה תנאים; אויך די המשכה מלמעלה וואס האט זיך אויפגעטאן דורך עבודת הקרבנות איז געווען פארבונדן מיט גשמיות: מען האט געזען בעיני בשר ררי ס׳איז "ותצא אש",

אראפגעקומען אן אש מן השמים און ״ותאכל״ 15 ,

״אויפגעגעסן״ די קרב־ נות.

איז וויבאלד אז סיי די עבודה און סיי די המשכה דורך איר זיינען געווען פארבונדן מיט ענינים גשמיים,

איז פא־ ראן אן ארט אין שכל צו זאגן אז מען דארף דערצו האבן א מקום גשמי ומוגדר דוקא.

(הגם אז דא פאדערט זיך נאך ביאור,

פארוואם זאל די המשכה דורך עבודת הקרבנות ניט קענען זיין אויך אין אן אנדער מקום גשמי ומוגדר,

ובפרט אז מיר זעען דאך,

אז איידער עס זיינען אסור געווארן די במות,

האט מען גע־ טאן די עבודת הקרבנות בכמה מקומות אין דער זעלבער צייט).

אבער תפלה איז דאך אינגאנצן אן ענין רוחני: ניט נאר האט דער מענטש דא ניט צו טאן מיט א גשמיות׳־ דיקער זאך

(אויסער ווי מיט זיך),

נאר ער דארף מקריב זיין זיך אליין צו דעם אויבערשטן,

דערנענטערן זיינע כחות און חושים 16

צו דעם אויבערשטן,

דורך זיין איבערגעבן זיך מיט זיין תפלה און בקשה צום אויבערשטן; אויסער דעם,

איז ביי דעם מענטש אליין,

דער עיקר פון תפלה - די כוונת הלב,

די רוחניות וואם אין אים,

עם מוז זיין דאס דאוונען בדיבור 17

אבער דאס איז בכדי צו דערוועקן די כוונה,

ווייל "קול מעורר הכוונה" 18 .

(און כאטש אז אויך דורך תפלה פועל׳ט מען עם זאלן מלמעלה נמשך ווערן המשכות אין גשמיות 19

- עם ווערן נתמלא די בקשות פון דער תפלה: רופא חולים ומברך השנים - עם זעט זיך אבער ניט אן לעיני בשר אז די רפואה און די ברכה קומען ווי א תוצאה פון זיין תפלה און בקשה; ניט אזוי ווי עם איז געווען ביי דעם אש מן השמים אויפן מזבח וואם מ׳האט געזען מיט די אויגן,

ווי דער פייער ״עסט״ אויף דעם קרבן).

וויבאלד אז תפלה איז אינגאנצן אן ענין רוחני,

איז ניט פארשטאנדיק,

פאר־ וואם איז זי פארבונדן און באגרענעצט מיט א גשמיות׳דיקן ארט?

ג.

איז דער ביאור אין דעם,

לויטן בא־ וואוסטן כלל 20

: "כל הגבוה ביותר יורד למטה ביותר"

(אלץ וואס איז גאר הויך קומט אראפ דוקא צו גאר נידעריק)

: דאס גופא וואס דער "ושכנתי בתוכם" איז פאר־ בונדן מיט א באגרענעצטן מקום גשמי,

איז א באווייז אז דא ווערט נמשך א גאר הויכע מדריגה,

וואם קען נתגלה ווערן נאר אין ״למטה

(און למטה -)

ביותר".

דער אויבערשטער איז דער אמיתית הבלי גבול,

ער איז ניט באגרענעצט ח״ו אין קיינע הגבלות,

ניט אין מקום און ניט אין למעלה מהמקום.

פונקט ווי מען קען דעם אויבערשטן ניט תופס זיין דורך הגבלות פון מקום,

אזוי קען מען אים ניט תופס זיין דורך "הגבלות" פון העכער פון מקום,

ווארום אויך "למעלה מהמקום" איז א תואר וואס באצייכנט געוויסע הגבלות

(צווישן זיי אויך דאס גופא,

וואם ער איז באשרענקט אין בלי גבול און האט ניט גבול) *20 ,

און דער אויבערשטער איז דאך העכער פון יעדן תואר וואס באגרע־ נעצט.

נאר דארט וואו עם קומען זיך צונויף מקום און למעלה מהמקום,

גבול און בלי גבול צוזאמען,

די התחברות פון צוויי הפכים באווייזט אויף דעם כח העצמות,

וואס ער איז "נמנע הנמנעות" 21

און ער איז מחבר ביידע קעגנזאצן,

דארט קען זיין השראת השכינה.

און דאס איז דער אויפטו פון משכן ומקדש: פון איין זייט האט ער געהאט א מקום מסויים ומוגבל בעולם,

און אזוי אויך די הגבלות אין די יריעות,

קרשים ואדנים 22

און אין דעם בנין פון בית המקדש,

אויך די כלי המשכן והמקדש האבן געהאט א באשטימטע מאס און גרוים; נאך מער - די מדידה האט געמוזט זיין א פינקטלעכע,

לויט ווי אנגעגעבן גענוי אין דיני התורה - און צוזאמען דערמיט האט מען אין משכן ומקדש געזען בגלוי בעיני בשר ווי אין די מדידות גופא האט זיך אויסגעדריקט למעלה ממדידה וגבול,

דער חיבור פון גבול מיט בלי גבול צוזאמען,

ווי די משנה דערציילט וועגן די "עשרה ניטים" 23

וואט זיינען געווען אין בית המקדש.

ובפרט אין קדשי־קדשים

(דער עיקר פון בית המקדש) 24

וואט ס׳איז גע־ ווען "מקום הארון אינו מן המדה" 25

(כאטש דער ארון האט געהאט די מאם פון "אמתים וחצי וגו"׳ 26 ,

פונדעסטוועגן האט ער ניט פארנומען קיין ארט ווען מען האט געמאסטן די צוואנציק איילן פון קדשי קדשים),

האט זיך דארט אויס־ געדריקט בגילוי דער כח פון עצמות,

וואט דווקא ער קען מחבר זיין ביידע הפכים פון מקום און בלי מקום.

און דעריבער האט מען אויך פאר־ בונדן קרבנות און תפלה מיטן מקום המקדש.

ווייל די עבודה פון קרבנות און תפלה 27

איז צו דערלאנגען אין דער דרגא פון אלקות וואט איז העכער פון יעדן תואר און מען קען אים ניט מתאר זיין אויך מיטן תואר פון "בלי גבול",

ווי געזאגט פריער.

דערפאר מוז אויך זייער עבודה זיין פארבונדן מיט א הגבלה פון למטה ביותר: ווען תפלה און קרבנות וואלטן ניט געווען באגרענעצט אין מקום גשמי,

וואלט עט דאן נאר דער־ לאנגט אין דער דרגא פון אלקות וואט איז העכער פון מקום,

בלי גבול; אבער ניט דאם איז עצמות.

אין וואט זאגט זיך אוים עצמות?

אין דער התחברות פון העכער ווי מקום מיט מקום 28 .

(און אין יענע זמנים ווען מען האט מקריב געווען קרבנות אויף די במות,

וואט האבן ניט געהאט קיין מקום מסויים - האבן טאקע דאן די קרבנות ניט גע־ האט אין זיך די מעלה פון די קרבנות וואט מ׳האט מקריב געווען אין משכן און מקדש,

דעריבער זיינען אין די קרבנות פון משכן ומקדש צוגעקומען פיל דינים

(הגבלות),

און נאך מער - אין משכן און מקדש האט מען מקריב געווען אזוינע קרבנות וואט אויף די במות האט מען זיי אינגאנצן ניט געקענט מקריב זיין) 29 .

ד.

על פי זה וועט מען אויך פאר־ שטיין וואט אין משכן און מקדש גופא -איז דער בית המקדש געווען אין א העכערער מדריגה ווי דער משכן 30

;

דער משכן איז ניט געווען מוגדר און שטענדיק אויף איין ארט אין וועלט,

ער איז געפירט געווארן פון איין ארט צום צווייטן,

כמ״ש "ואהי׳ מתהלך באוהל" 31

; אויך איז ער געווען געמאכט בעיקר פון צומח און חי

(די אדנים זיינען געווען נאר דער יסוד)

- ניט פון דומם וואס איז ״למטה ביותר״ - און דערפאר איז אין אים ניט געווען אויף אזוי פיל דער גילוי פון "גבוה ביותר".

דוקא דער בית המקדש,

וואם ער איז געווען מוגבל אין א מקום מסויים; און געבויט איז ער געווען בעיקר פון דומם,

"למטה ביותר",

האט זיך אין אים אויסגעדריקט דער אמיתית הבלי גבול פון עצמות,

אז ער איז ניט באגרענעצט אין קיינע הגבלות,

ביז ער קען זיך פארבינדן מיט מקום מוגבל ממש,

און דוקא "בתחתונים" 32

; א בא־ גרענעצטער ארט און דער סאמע־ נידעריקסטער סוג גשם - דומם,

ווערט א "דירה לו ית ,

",

לעצמותו.

און דעריבער איז דער משכן געווען ווי דירת עראי של הקדוש ברוך הוא און דער בית המקדש איז געווען א דירת קבע 30 .

ה.

דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין,

וואס רז״ל זיינען מדייק 33

דעם לשון הכתוב: "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

(לשון רבים),

בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כל אחד ואחד".

דער אוי־ בערשטער זאגט צו: "ושכנתי בתוכם",

אז ער וועט רוען ניט נאר אין דעם משכן און מקדש

(וואס דעמאלט וואלט גע־ דארפט שטיין "בתוכו"),

נאר אויך אז ער וועט רוען אין יעדער אידן.

דורך דעם וואס א איד וועט מאכן פון זיינע גש־ מיות׳דיקע זאכן א מקדש צו דעם אוי־ בערשטן - לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,

און אריינברענגען קדושה אויך אין זיינע וואכעדיקע זאכן,

אין דברי הרשות - וועט דער אויבערשטער שוכן זיין אין אים.

נאך מער: דער "ושכנתי בתוכם",

די השראת השכינה ביי יעדער אידן איז אין א געוויסן זין נאך אין א טיפערן אופן פון דעם "ושכנתי" וואס איז געווען אין משכן ומקדש.

ווארום ס׳איז דאך פאר־ שטאנדיק אז ווי נידעריק ס׳איז דער "תחתון" פון דעם דומם און מקום מוגבל פון משכן און מקדש,

קומט עם ניט צו דער נידעריקייט פון דעם דומם און מקום שבכללות העולם.

איז בשעת א איד ברענגט אריין קדושה אויך אין דעם דומם און מקום שבכללות העולם,

פירט ער דערמיט אוים די אמיתית הכוונה פון "דירה בתחתונים"; פון דעם תחתון שאין תחתון למטה ממנו 34 ,

מאכט ער א דירה פאר עצמות ממש.

וואם דערפאר איז די עבודה דוקא 35

ברענגט דעם מקדש השלישי וואס ער איז - בלי גבול

(אפילו בערך פון בית המקדש ראשון ושני) 36 .

ו.

דער "ועשו לי מקדש" איצט כנ״ל - דאם אריינברענגען קדושה אין די וואכעדיקע זאכן פון יעדער אידן - דארף זיין אויפן זעלבן אופן ווי דער "ועשו לי מקדש" כפשוטו,

ווי מען האט פון "זהב וכסף וגו׳" געבויט דעם משכן.

פונקט ווי די אלע דרייצן

(פופצן)

זאכן פון וואם מען האט געמאכט דעם משכן,

זיינען זיי אליין געווארן הייליק,

אזוי איז עם אויך בנוגע צום מקדש וואס א איד דארף מאכן פון זיינע דברי הרשות: זיי אליי! זאלן ווערן קדושה.

ס׳איז ניט גענוג וואם אין דעם אידנס אויפפירונג איז קענטיק דער חילוק פון אים ביז להבדיל א ניט־אידן בלויז אין דעם וואם ער היט זיך אויס אין זיין מסחר פון אונאה,

השגת גבול וכו׳ - דאם איז דאך נאר אן עבודה פון אויסהיטן זיך און ניט צו טאן אין מסחר אין אן אופן וואס איז אסור על פי תורה.

דער תכלית העבודה איז אבער,

אז אין דעם טא! פון מסחר זאל זיף הערן און זעען אלקות; און ניט נאר אז דער מסחר זאל זיין לשם שמים,

אז די גשמיות זאל ער נוצן צוליב קדושה,

נאר אז די גשמיות אליי! זאל ווערן קדושה

(אזוי ווי אין דעם "ועשו לי מקדש" כפשוטו,

איז די י״ג

(ט״ו)

דברים זיינען אליי! געווארן א מקדש).

וואס דאס איז דער פשט פון "בכל דרכיך דעהו" 37

; אי! אלע דיינע וועגן זאל זיין "דעהו",

ניט נאר אז דיינע וועגן זאלן זיין צוליב "דעהו",

נאר אי! זיי אליי! - "דעהו".

על דרך ווי די אכילה פון שבת וואס די אכילה אליין איז א מצוה 38 ,

פאדערט זיך על דרך זה אויר אין אכילת חול און אין אלע דברי הרשות אז יעדער זאך וואס מען טוט,

זאל געטאן ווערן ניט נאר לשם שמים,

נאר אויך אין איר גופא זאל זיין דעהו: שלחנו של אדם דארף זיין א "שלחן אשר לפני ה׳",

ער זאל ווערן קדוש בדוגמת המזבח 39 ,

ועל דרך זה אין אלע ענינים.

ז.

לויט דעם וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון פרשת תרומה צו די פריערדיקע פרשיות יתרו און משפטים 40

: אין פרשת יתרו רעדט זיך וועגן מתן תורה וואו עס האט זיך אויפגעטאן דער פארבונד פון רוחניות מיט גשמיות,

חיבור עליונים ותחתונים; און דער זעל־ בער ענין

(אבער מיט א הוספה),

רעדט זיך אויך אין פרשת ואלה המשפטים -"ואלה מוסיף על הראשונים" 41 .

דאם איז אבער נאר דער פארבונד פון רוחניות מיט מצוות בדברים גשמיים,

ובשעת מעשה.

אבער אין פרשת תרומה רעדט זיך וועגן "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם",

דער פארבונד פון עליונים מיט תחתונים ניט נאר מיט מצוות,

נאר אויך מיט דברי הרשות - "בכל דרכיך דעהו".

און אז עס שטייט לי איז אינו זז לעולם 42 .

דאס איז אויך דער כללות הסדר פון די פרשיות שבספר שמות אין אן אופן פון מלמטה למעלה: אין די ערשטע סדרות ווערט דערציילט וועגן דעם גאנצן סדר פון גלות מצרים און יציאת מצרים וואם דאס אלץ איז געווען א הקדמה והכנה צו מתן תורה; דערנאך

(אין פרשת יתרו און משפטים)

- דער ענין און אויפטו פון מתן תורה,

דער חיבור פון רוחניות מיט מצות בגשמיות,

און נאכ־ דעם

(פון פרשת תרומה ביז דעם סיום פון ספר שמות) 43

- בכל דרכיך דעהו.

(משיחת ש״פ שמיני תשכ״ב)

ח.

אויפן פסוק "ויקחו לי תרומה" זאגט רש״י "לי לשמי",

אז די נתינת התרומה לנדבת המשכן זאל זיין צוליב דעם אויבערשטן,

ניט צוליב זייטיקע פניות.

איז ניט פארשטאנדיק: פארוואס עפעס פונקט ביי דער מצוה באווארנט די תורה מערער ווי ביי אנדערע מצוות,

אז זי זאל געטאן ווערן לשמו יתברך,

אלע מצוות דארף מען דאך טאן לשמו,

איז וואס עפעם זאגט עס די תורה ביחוד ביי דער מצרה?

ולכאורה איז גאר - אדרבה: ס׳איז ידוע מאמר הבעל שם טוב אז ס׳זיינען דא ענינים אין וועלכע עס איז ניט נוגע אויף אזוי פיל די כוונה

(ווי אין אלע מצוות).

איין ענין איז - טבילה במקוה; אפילו אויב מען האט זיך טובל געווען צוליב אנדערע טעמים,

ניט צוליב טהרה,

- נאך מערער,

אפילו אויב ער האט גארניט געמיינט זיך צו טובל זיין,

נאר נפל עליו הגל איז ער טהור 44 .

א צווייטער ענין -נתינת צדקה,

וואו ס׳זיינען ניט נוגע אויף אזרי פיל זיינע טעמים צוליב וואם ער גיט צדקה; און נאך מערער,

אפילו ווען זיין געבן צדקה איז געווען אינ־ גאנצן אן כוונה; ער האט פארלארן געלט ארן אן ארימאן האט עס געפונען,

וואם ער האט גארניט מכוון געווען צו געבן דעם ארימאן,

וויבאלד אבער אז דער ארימאן האט געקראגן זיין געלט,

האט ער דערמיט מקיים געווען אן ענין פון צדקה.

און ווי די כללות מצות שכחה 45 .

איז דאך ניט פארשטאנדיק: ביי אנ־ דערע מצוות אין וועלכע די כוונה איז מער נוגע,

באווארנט ניט די תורה אז זיי דארפן געטאן ווערן לי - לשמו יתברך,

און דוקא ביי געבן נדבות פארן משכן -וואס דאס איז לכאורה בדוגמת נתינת צדקה,

וואו ס׳איז ניט נוגע אויף אזוי פיל די כוונה אבי דער משכן זאל געבויט ווערן - זאגט אן די תורה אז עם זאל זיין לי לשמי?

ועל פי הנ״ל יובן: וויבאלד אז כל ענין המשכן איז אז א איד זאל פאראײנ־ ציקן כל עניניו מיטן אויבערשטן,

ביז אז אין זיינע דברי הרשות זאל זיין "דעהו",

איז דאך מובן אז דא איז נוגע עם זאל זיין "לי לשמי",

ווארום דאם איז דאך כל ענין המשכן,

דער יחוד מיטן אויבערשטן.

ט.

נאך מערער קען מען מבאר זיין די שייכות פון דעם "לי לשמי" מיטן ענין "בכל דרכיך דעהו",

בהקדים דיוק לשון הפסוק "ויקחו לי תרומה".

לכאורה וואלט דא מער געפאסט דער לשון "ויתנו לי תרומה",

מען זאל געבן תרומה און אז דאס געבן זאל זיין "לשמי",

פארוואם זאגט ער "ויקחו לי תרומה",

אז דאם נעמען זאל זיין "לשמי"?

נאר די תורה קומט דא מרמז זיין,

אז די קבלת הצדקה פון דעם עני זאל זיין לשמו יתברך 46 .

ס׳איז דאך ידוע אז דאם וואם דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט אין סדר הבריאה אז עם זאלן זיין אן עשיר און אן עני,

און אז דער עני זאל דארפן אנקומען צו דעם עשיר,

איז דאס בכדי עם זאל זיין אין וועלט דער ענין משפיע ומקבל,

ענין הצדקה 47 .

- דער אמת איז דאך אז דער אויבער־ שטעו איז "זן את העולם כולו בטובו בחן בחסד וברחמים".

ער אליין שפייזט די גאנצע וועלט,

עניים און עשירים.

נאר ער שפייזט די עניים אין אן אופן,

וואס ער גיט זייער חלק צו די עשירים אז זיי זאלן עם אוועקגעבן צו די עניים.

איז במילא,

די צדקה וואס דער עשיר גיט צום עני גיט ער עם ניט זיינע,

נאר ס׳איז דעם עני׳ם חלק וואס דער אויבערשטער האט געגעבן בפקדון דעם עשיר.

איז וויבאלד אז דער אויבערשטער שפייזט די עניים,

האט ער דאך געקענט געבן זייער חלק גלייך צו זיי 48

; פארוואס איז דער אופן הנתינה צו זיי דורך די עשירים?

איז דער ענטפער אויף דעם,

ווי געזאגט: ווייל די כוונה העליונה איז אז עם זאל זיין חסד און צדקה אין וועלט,

און אויב יעדערער וואלט אליין גע־ קראגן זיין השפעה אן קיינעמס פארמיט־ לונגען וואלט ניט געווען קיין צדקה וחסד בעולם —

און דאס מאנט מען פון דעם עני המקבל,

אז זיין נעמען צדקה זאל זיין בכדי צו אויספירן דערמיט די כוונה העליונה,

עם זאל געטאן ווערן צדקה בעולם.

און דאס זאגט אן די תורה "ויקחו לי תרומה",

אז די לקיחת הצדקה זאל זיין לשמי.

י.

ציווי והוראת התורה איז דאך א נתינת כח.

איז וואו דארף מען האבן א ספעציעלע נתינת כח אז מען זאל קענען פועל׳ן ביי זיך עם זאל זיין לשמו יתברך - אין דעם ״ויקחו״ אין דעם "ויתנו" דארף מען ניט האבן קיין באזונדער נתינת כח,

עם זאל זיין לשמה

(ווייל כאטש,

כאמור לעיל,

אין נתינת הצדקה איז ניט אויף אזוי פיל נוגע די כוונה,

איז דאך אבער מובן אז מן הסתם איז דאס לשמה)

ווייל: א)

געלט איז דאך א זאך פאר וועלכער ער קען קויפן חיי נפשו 49 ,

און בפרט אויב מ׳האט געהארעוועט אויף דעם בכל כחות נפשו,

איז בשעת מען פועל׳ט ביי זיך די אתכפיא אויף צו אוועקגעבן דאס געלט אויף צדקה,

טוט מען עס מן הסתם לשמה.

ב)

וויבאלד אז מיט זיין געבן צדקה איז דאך דער נותן מקיים א מצוה,

איז בשעת א איד טוט א מצוה טוט ער עם מן הסתם צוליב דעם אויבערשטן.

דערצו איז נאך דא אן עצה - צו געבן די צדקה אן פרסום,

מתן בסתר,

וואס דעמאלט איז נאך גרינגער צו פועל׳ן ביי זיר עם זאל זיין לשמה.

מה שאין כן ביי קבלת הצדקה,

וואס א)

דער עני ואביון דארף ניט הארעווען מיט זיך בכדי צו נעמען צדקה; ער איז דאך מקבל די צדקה להחיות נפשו ונפשות בני ביתו

(וואם דער הכרח איז דאך אויף אזוי פיל אז ער רעכנט זיך ניט מיט שוועריקייטן,

און ער איז זיך מבזה און משפיל ווייל ער מוז דערצו אנקומען),

ב)

ער דארף ניט אויסן זיין מקיים זיין א מצוה,

ער טוט עם פשוט ווייל ער דארף האבן מיט וואס צו שפייזן זיך און זיינע בני בית.

דערפאר דארף דער מקבל האבן א ספעציעלע הוראה און נתינת כח פון דער תורה,

אז אויך זיין קבלת הצדקה זאל זיין לשמי.

וויבאלד אז פון א אידן מאנט זיך: "בכל דרכיך דעהו",

אז אלע זיינע ענינים זאלן זיין דורכגעדרונגען מיט קדושה,

איז דאך קיין אונטערשייד ניט וואס ער טוט,

צי ער דארף זיך מכריח זיין צו טאן די זאך,

אדער דאם איז א דבר המוכרח לו; אן ענין של עונג,

צי היפך מזה - אלץ וואם ער טוט דארף זיין צוליב דעם אויבערשטנס וועגן,

בכל דרכיך דעהו.

און דעריבער איז די הוראה אז עם זאל זיין לשמו יתברך איז די תורה מרמז ביים ענין פון עשיית המשכן,

ווייל,

ווי ערקלערט פריער,

דער ענין פון ועשו לי מקדש איז דער ענין בכל דרכיך דעהו.

(משיחת ש״פ משפטים תש״כ)

Reader controls and commentary are loading.