B"H
🏡

Ikar

עמוד 895

א.

"ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם".

זיינען רז״ל מדייק דעם ווארט "לפניהם" וואם שטייט אין פסוק און לערנען פון אים אפ כמה לימודים:

א)

די משפטים דארפן זיין ״לפניהם -ולא לפני עובדי כוכבים" 1

: יעדער סכסוך צווישן אידן דארף פארגעבראכט ווערן "לפניהם",

פאר אידישע דיינים,

וואס פסק׳ענען לויט דיני התורה,

און ניט פאר ניט־אידישע ריכטער,

אפילו ווען ס׳האנדלט זיך וועגן אזעלכע פאלן וואס "דיניהם כדיני ישראל",

וואם זייערע גע־ זעצן זיינען ענלעך צו דיני התורה.

ב)

״לפניהם״ - אז דאם לערנען מיט א תלמיד זאל זיין אין אן אופן פון "להראות לו פנים" 2

: מען זאל ערקלערן דעם טעם,

פארשטאנד פון דער געלערנ־ טער הלכה,

ביז עס זאל זיך אפלייגן ביים תלמיד,

און ניט זאגן אים: אז אזוי איז דער דין און דעם טעם דארפסטו אליין זוכן צו פארשטיין.

ג)

דער אלטער רבי טייטשט 3

: "אשר תשים לפניהם״ - "לפנימיותם",

עס זאל נמשך ווערן בחינת הדעת פון אלקות אין פנימיות פון אידן,

אין ״סתים״

(די טיף־פארבארגענע און פא־ רהוילענע מדריגות)

פון נשמה.

ווי אלע ענינים פון חסידות,

איז אויך דאס מרומז אין נגלה פון תורה.

אין ירושלמי שטייט 4

אויף "אשר תשים לפניהם",

אז "תשים" איז פון לשון "סימה",

אוצר.

דאם באהאלטענע,

די פנימיות און סתים פון תורה,

און סתים דתורה איז דאך מעורר דעם סתים און פנימיות פון דער נשמה 5 .

מ׳האט שוין גערעדט אייניגע מאל,

אז די פארשידענע פירושים אויפן זעלבן ווארט פון תורה האבן א שייכות צווישן זיך 6 .

דארף מען פארשטיין וואס איז די שייכות צווישן די פריער־געבראכטע דריי פירושים אויפן ווארט "לפניהם"?

אויך דארף מען פארשטיין,

וואס די תורה זאגט אן די הוראה אז עם זאל זיין "לפניהם"

(לויט אלע פירושים)

דוקא ביי משפטים,

אז די "משפטים" דארפן זיין "לפניהם".

ווי באוואוסט 7 ,

ווערן די מצוות פון תורה איינגעטיילט אין דריי סוגים: חוקים,

עדות און משפטים.

זייער חילוק מצד הבנה והשגה: חוקים זיינען אזעלכע מצוות וואס האבן ניט קיין ערק־ לערונג אין שכל,

מען איז זיי מקיים נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער גע־ הייסן - "חוקה חקקתי גזירה גזרתי" 8

; עדות זיינען אזוינע מצוות וואס האבן אן ארט אין שכל - ווען תורה וואלט אויף זיי ניט אנגעזאגט וואלט דער שכל אליין ניט מחייב געווען,

ניט געזאגט אז מ׳דארף אזעלכע מצוות מקיים זיין,

אבער נאך דעם ווי די תורה האט זיי אונז אנ־ געזאגט,

קען מען די "עדות" מסביר זיין און פארשטיין מיט שכל; משפטים זיינען דער סוג מצוות וואס דער מענטשלעכער שכל אליין פארשטייט אז מען דארף זיי מקיים זיין,

(ניט בלויז וואס ער גיט פאר זיי אן ארט),

וכמרז״ל 9

: "אילמלא לא ניתנה תורה

(ח״ו)

היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה".

אפילו ווען די תורה וואלט אריף אט־די מצוות ניט אנגעזאגט,

וואלט דער שכל אליין מחייב געווען דעם קיום פון די מצוות.

און דוקא ביי דעם סוג מצוות,

ביי משפטים,

זאגט אן די תורה אז ס׳זאל זיין "לפניהם".

ולכאורה,

מיט וואם איז די הוראה פון "לפניהם" מער צוגעפאסט און נוגע צו משפטים ווי צו חוקים און עדות?

לויטן ערשטן פירוש איז פארשטאנדיק,

ווארום ביי משפטים איז דא די מציאות אז דייני אומות העולם זאלן משפט׳ן אזוי ווי דייני ישראל.

ביים סוג עדות פון מצוות,

און אודאי ביים סוג חוקים,

דארף מען ניט אנזאגן אז מ׳זאל ניט גיין צו ניט־אידישע שופטים.

ס׳איז זעלבסטפארשטענדליך,

ווייל צו אזעלכע דינים האבן דייני אומות העולם קיין שייכות ניט.

זייערע פסקים קענען קומען נאר מצד שכל און ניט מצד העכער פון שכל.

אבער ביי משפטים,

וואו עס קען זיין די מציאות אז זיי זאלן משפט׳ן אזוי ווי דייני ישראל,

דארף די תורה אנזאגן,

אז מען זאל זיך משפט׳ן פאר דייני ישראל דוקא.

אבער לויטן צווייטן פירוש,

"להראות לו פנים",

אז דער לערנען זאל זיך ביים תלמיד גוט אפלייגן אין פאר־ שטאנד,

איז דאך לכאורה וויכטיקער צו אנזאגן די הוראה ביים סוג עדות,

און נאך מער - ביי חוקים,

אז כאטש דער שכל איז עדות ניט מחייב,

און חוקים זיינען דאך אינגאנצן העכער פון שכל,

דאך זאל און מוז דער לימוד פון די סוגים זיין אין אן אופן פון "לפניהם".

אבער ביים סוג משפטים,

וויבאלד אז דאס זיינען מצוות וואם דער שכל אנושי איז זיי מחייב,

איז מער פשוט אז זייער לערנען וועט זיין אין אן אופן וואס וועט זיך אפלייגן ביים תלמיד.

אזוי איז אויך לויט דעם פירוש פון ״לפניהם - לפנימיותם": בכדי צו מקיים זיין משפטים,

דארף מען לכאורה ניט אנקומען דוקא צו דער התעוררות פון פנימיות הנשמה,

וויבאלד אז זיי לייגן זיך אפ אויך אין געוויינלעכן שכל.

אנ־ דערש איז אבער ביי חוקים,

וראם זיינען העכער פון שכל,

מוז ביי זיי זיין די התעוררות פון פנימיות הנשמה.

ווארום אן דער התעוררות - אפילו אז ער וועט זיי מקיים זיין וועט עם זיין בלויז ווייל ער איז מוכרח,

ער מוז אזוי טאן

("חוקה חקקתי גזירה גזרתי"),

אבער זיין טאן וועט זיין אן א חיות פנימי,

ווייל זיי לייגן זיך ביי אים ניט אפ.

און בכדי די חוקים זאלן זיך ביי אים אפלייגן,

אויף צו מקיים זיין זיי מיט אן אינערלעכן חיות,

דארף ער דערוועקן די פנימיות פון דער נשמה,

וואם זי איז העכער פון שכל.

ב.

אמת טאקע,

"המעשה הוא העיקר",

דער עיקר איז צו מקיים זיין די מצוות בפועל,

ווי לדוגמא ביי מצות תפילין

(וואס "הוקשה כל התורה כולה לתפילין") 10 ,

ווען איינער זאל מכוון זיין אלע כוונות פון מצות תפילין,

אויב אבער לפועל וועט ער די תפילין ניט לייגן אויף דער האנט און אויפן קאפ,

איז ער א "קרקפתא דלא מנח תפילין" ח״ו; לאידך גיסא,

אויב בפועל לייגט ער תפילין,

נאר ער האט ניט די כוונות פון דער מצוה - און אפילו אזא וואס מצד זיין מדריגה איז ער שייך צו מכוון זיין און פונדעסטוועגן טוט ער דאם ניט -איז ער מקיים די מצוה פון הנחת תפילין,

ער דארף מאכן די ברכה בשם ומלכות *10

א.

א.

וו.

און אזוי איז אויך ביי אנדערע מצוות,

ווייל "המעשה הוא העיקר".

דער רצון העליון איז אבער,

אז די מצוות זאלן דורכנעמען די גאנצע קומה,

אלע חלקים און כחות פון דעם מענטשן 11 .

ניט נאר זיין כוח המעשה,

כוח הדיבור,

נאר אויך דעם כוח המחשבה און אפילו זיינע מדות און שכל ביז די בחרת מקיפים פון רצון ותענוג - אלע זיי זאלן ווערן דורכגענומען פון די מצוות.

ד.

ה.

אז ניט בלויז יענע מצוות וואס זיינען כללו־ ת׳דיגע און בעצם אפהענגיק אין געפיל פון הארצן און אין פארשטאנד פון מוח -ווי די מצוות אהבה ויראה,

מצות האמנת וידיעת אלקות,

וכדומה - נאר אויך אלע פרטיות׳דיקע מצוות,

אפילו מצוות התלויות במעשה,

דארפן דורכדרינגען דעם גאנצן מציאות האדם,

ביז צו זיינע טיפס־ טע כחות,

וביחוד כח התענוג ווארום קיום המצות,

וועלכע מצוה עס זאל ניט זיין 12 ,

דארף דאך זיין בשמחה ובטוב לבב,

ונאמר: כל חלב לה׳ 13 .

דערפאר,

פאדערט זיך אז ניט בלויז משפטים,

נאר אויך חוקים,

וויבאלד די תורה האט אויף זיי אנגעזאגט,

דארף ער זיי מקיים זיין ניט בלויז מיט זיין כח המעשה אליין,

נאר אויך אין זיין שכל זאל זיך אפלייגן אז מ׳דארף זיי מקיים זיין.

ניט בלויז ער זאל זיי מקיים זיין ווייל ער האט קיין אנדער ברירה ניט: וויבאלד דער אויבערשטער האט גוזר געווען א גזירה מוז ער עם אויס־ פאלגן,

כאטש אז ס׳איז אן ענין וואס האט ניט קיין טעם און קיין תכלית.

עם פאדערט זיך,

אז די מצוה זאל דורכנע־ מען זיין גאנצן מהות און אלע זיינע כהות; וויבאלד אז דער אויבערשטער האט אזוי אנגעזאגט,

לייגן זיך ביי אים אפ אין שכל אויך די מצוות פון חוקים.

(איז ניט דער פשט,

אז ער איז מקיים די חוקים ווייל ער האלט אז מצד דער באגרענעצונג פון זיין מענטשלעכן פאר־ שטאנד האט ער אין זיי! שכל קיין טעם ניט אויף זיי,

אבער אן אנדערער און זיכער דער אויבערשטער,

דער מצוה

(אנזאגער)

פון די חוקים האט אויף זיי א שכל וטעם ניט דאס איז אמיתית ענין קיום החוקים.

ווארום דער אופן הקיום איז נאך אלץ ניט דער אמת׳ער ענין פון קבלת עול,

העכער פון שכל טעם ודעת - אדרבה ער איז זיי מקיים ווייל זיי האבן גאר א טיפן שכל וואס דוקא א חכם גדול פארשטייט עם.

דער קיום החוקים איז,

אז ער איז עס מקיים נלויז מצד קבלת עול מלכות שמים אן קיינע חשבונות 14 ,

אבער זיין קבלת עול דארף זיין מיט אזא שטארקייט און חיות אז זיין שכל איז ניט בלויז ניט מנגד,

נאר אדרבה,

אויר אין זיין שכל נעמט זיף אן און ביי אים לייגט זיך אפ אז מ׳דארף טאן ווי דער אויבערשטער הייסט,

אן קיין שום חשבונות).

דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער דיוק פון לשון רז״ל 15

: "חוקה כו׳ אין לך רשות להרהר אחרי׳"

(דו האסט ניט קיין רשות צו איבערטראכטן וועגן די חוקים).

לכאורה האט געדארפט שטיין ואין לך רשות שלא לקיימה

(ניט צו מקיים זיין).

נאר דער פירוש איז: דער קיום בכוח המעשה אליין איז ניט גענוג,

עם דארף זיך אפלייגן אויך בשכלו ובמחשבתו,

ביז אז ער זאל גארניט מהרהר זיין,

איבער־ טראכטן וועגן דעם.

און ניט נאר אז אויב עם פאלט אים אריין אמאל א געדאנק אז חוקים האבן אין זיך קיין תכלית ניט וכו׳ פארטרייבט ער באלד די מחשבה

(ע״ד המבואר אין תניא 16

וועגן אנדערע ענינים),

נאר "אין להרהר",

עס פאלט אים גאר מלכתחילה ניט אריין אזעלכע מחשבות כר.

און כאטש אז דער קיום פון די חוקים איז ניט מצד א הסבר

(אפילו ניט מצד דעם הסבר אז למעלה איז געווים פאראן א שכל־טעם אויף דעם),

פונדעסטוועגן איז ער אויף אזוי פיל דורכגענומען מיטן הרגש פון אמונה פשוטה און קבלת עול מלכות שמים,

אז עם ווירקט אויך אויף זיין כח השכל,

ער זאל ניט מהרהר זיין ח״ו.

אויף אזוי פיל איז עס אנגענומען און אפגעלייגט אין שכל,

אז עס טראכט זיך ניט אנדערש,

"אין לך רשות להרהר וכו'".

לויט דעם קומט אוים אז בכדי צו מקיים זיין די חוקים ווי עם דארף צו זיין,

מוז מען דערצו האבן דעם ״לפניהם - לפנימיותם",

צו מעורר זיין די פנימיות הנשמה,

וואס קען ווירקן אז די חוקים זאלן זיך גוט אפלייגן אויך אין די כהות הגלויים ווי שכל און מדות און אזוי ווייטער.

אן פנימיות הנשמה,

וועט א מענטש ביי זיך ניט קענען פועל׳ן ביי אים זאל זיך ניט מהרהר זיין,

אפילו אז בנוגע לפועל - איז ער מקיים די חוקים מצד קבלת עול,

אבער דורך התעוררות פנימיות הנשמה,

באקומט ער א טעם און א געשמאק אויך אין אן ענין וואס איז הע־ כער פון טעם ודעת,

וואס דאם איז דער צווייטער טייטש פון ״לפניהם״ - "להראות לו פנים",

אז די הלכות פון תורה ווערן נתיישב אין זיין קאפ און הארץ.

מה שאין כן ביי משפטים,

דארף מען לכאורה ניט האבן די הוראה פון "לפניהם"; ווי־ באלד די משפטים זיינען שכל׳דיקע מצוות,

וועט ער סיי ווי אין זיי האבן א געשמאק - איז צוליב וואס דארף מען צוליב זיי ארויסרופן די פנימיות הנשמה?

ג.

וועט מען עם פארשטיין בהקדמת נאך א דרש פון חז״ל 17

אויף דעם פסוק ואלה המשפטים: "ואלה מוסיף על הראשונים",

דער וא״ו פון "ואלה" באווייזט,

אז די משפטים קומען ווי א המשך,

א פארזעצונג צו די עשרת הדברות - אויך די משפטים זיינען געגעבן געווארן מסיני.

ווי שוין גערעדט 18 ,

פאראייניקן אין זיך די עשרת הדברות צוויי העכסט־ פארשידענע אין זייער יסוד - מצוות: די ערשטע דברות דריקן אויס די טיפסטע ענינים אין אחדות השם; די אנדערע דברות אבער - אנטהאלטן אזעלכע פשוט׳ע ציוויים ווי "לא תרצח" און "לא תגנוב",

וואס זיינען זעלבסט־פאר־ שטענדלעך אפילו פארן גאר פשוט׳ן מענטשלעכן שכל,

און די עשרת הדברות פאראייניקן ביידע קצוות צוזאמען.

און דאם לערנט אונז אז אויך דער קיום פון "לא תרצח" און "לא תגנוב" דארף זיין צוליב דעם ווייל זיי זיינען אנגעזאגט געווארן פון דעם אויבערשטן,

פון -אנכי הוי׳ אלקיך.

און דאס מיינט "ואלה

(המשפטים)

מוסיף על הראשונים",

אז אויך די משפטים פון תורה זיינען געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן אויפן בארג סיני -אויך זיי זיינען געגעבן געווארן מיט דעם גאנצן שטורעם וואם איז געווען ביי מתן תורה,

פון דעם אנכי מי שאנכי,

און במילא דארף מען אויך זיי מקיים זיין צוליב דעם וואם ניתנו מסיני,

און ניט בלויז ווייל דער שכל פארשטייט אז מען דארף אזוי טאן.

און דאם ווערט ערקלערט אין ערשטן פירוש פון ״לפניהם - ולא לפני דייני אומות העולם",

ווארום ניט קוקנדיק וואס זיי פסק׳ענען אויפן זעלבן אופן ווי דייני ישראל,

זיינען אבער זייערע משפטים ניט פארבונדן מיט "אנכי הוי׳ אל־ קיך",

ובמילא איז זייער פסק־דין ניט קיין דין פון תורה,

און אלע ענינים פון א אידן - איז דאך נאר על פי און דורך תורה.

וואס דאם איז אויך מתאים מיטן פירוש פון אלטן רבי׳ן אז לפניהם מיינט לפנימיותם,

פנימיות הנשמה: אויך דער לימוד וקיום המשפטים דתורה דארפן זיין ניט בלויז מצד שכל אנושי נאר מצד פנימיות הנשמה,

אזוי ווי דער לימוד וקיום החוקים; און אויך ביי משפטים דארף מען הארעווען אז זייער אפלייגן זיך אין זיין שכל זאל זיין ניט בלויז מצד דעם וואס שכל אליין איז אזוי מחייב,

נאר מצד פנימיות הנשמה,

וראם זי דארף בא־ ווירקן זיין גאנצן ציור קומה,

ביז זי זאל אויך ברענגען דעם אפלייג אין שכל 19 .

און דאם איז די שייכות צווישן די דריי אויבנדערמאנטע פירושים אין דעם ווארט "לפניהם",

וואם שטייט דוקא ביי משפטים: אויף משפטים,

די מצוות שכליות,

דארף זייער קיום זיין ניט בלויז מצד פארשטאנד,

נאר ווייל "ניתנו מסיני" - מיט א קבלת עול וואם קומט פון פנימיות הנשמה

(לויט דעם אלטן רבי׳נס פירוש)

; וואס דעריבער טאר מען ניט פארברענגען די משפטים פאר די דייני אומות העולם,

שכל אנושי

(פירוש הא׳),

און הגם אז ביי משפטים פאדערט זיך קבלת עול,

דארפן זיי זיר אויר אפלייגן אין זיין שכל,

"להראות לו פנים",

(פירוש הב׳)

דורך התעוררות פון פנימיות הנשמה דוקא.

ד.

דאס וואם אויך אין מצוות פון סוג משפטים טאר מען זיך ניט פארלאזן אויף שכל אנושי

(״לפניהם - לא לפני דייני אומות העולם"),

איז עס צוליב צוויי טעמים.

ערשטנס,

ווען דער קיום המצוות וועט קומען דערפון וואס אזוי איז מחייב דער שכל פון נפש הבהמית,

וועט סוף כל סוף דערפון ארויסקומען,

ווי די רז״ל זאגן 20

: "היום אומר לו עשה כך ולמחר א״ל וכו׳ עד שאומר לו עבוד ע״ז״ - און ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר איז דאם מפרש,

אז אין אנפאנג האט דער יצר הרע ניט קיין ברייטקייט צו אײנ־ ריידן א אידן טאן אן עבירה ח״ו.

נאר זיין ערשטער צוטריט צו א אידן איז גאר בנוגע א מצוה.

ווען א איד וויל טאן א מצוה זאגט אים דער יצר הרע "עשה כך",

זיי מקיים די מצוה,

אבער וויבאלד דער יצר הרע איז "אומר לו עשה כך",

אז דער מענטש זאל די מצוה מקיים זיין ווייל דער שכל פון נפש הבהמית פאר־ שטייט אזוי,

און ניט ווייל דער אויבער־ שטער האט אזוי געהייסן אין דער תורה,

רייסט ער דערמיט אים אפ ח״ו פון דעם אויבערשטן און ער קען שוין דעם איד נאכדעם אראפפירן אלץ נידע־ ריקער,

"ולמחר אומר לו וכו"/ ביז ער קען אים צוברענגען צו עבודה זרה ר״ל.

נאך א טעם וואס קיום המצוות טאר ניט זיין מצד שכל אנושי,

ווייל אויב אפילו ער זאל בפועל יא מקיים זיין די מצוות,

וועט אבער דאך פעלן ביי אים אין זייער קיום אן ענין עיקרי - דער הרגש אז דאס קומט און עס איז פאר־ בונדן

(מצוה - צוותא וחיבור)

מיט אנכי ה׳ אלקיך,

אז דאס איז אן ענין פון תורה.

ה.

ווי שוין גערעדט 18

אז אין דעם וואס די עשרת הדברות פאראייניקן אין זיך ביידע קצוות איז פאראן א צװײענ־ דיקע הוראה: ערשטנס,

אז "העליונים ירדו לתחתונים": די דברות פון "אנכי" און "לא יהי׳ לך" דארפן אראפקומען און זיך אנהערן אויך אין די ציוויים פון "לא תרצח" און "לא תגנוב",

אז אויך זייער קיום זאל זיין ווייל זיי זיינען אנגעזאגט געווארן פון דעם "אנכי",

און "והתחתונים יעלו לעליונים": אויך די מענטשן וועלכע מצד עצמם שטייען זיי נאך נידעריקער פון דעם סוג החי

(און לערנען זיך ניט אפ ״גזל מנמלה" וכר),

ביז אז דער אויבערשטער אליין,

דער ״אנכי מי שאנכי׳/ דארף זיי אנ־ זאגן ״לא תרצח״ און ״לא תגנוב״ -אפילו פון זיי פאדערט זיך אז "יעלו לעליונים",

זיי זאלן האבן די אמונה און התבוננות וידיעה אין אלקות ביז אין דעם "אנכי מי שאנכי".

אט די ביידע הוראות ווערן נאכא־ מאל איבערגע׳חזר׳ט אין תחלת פרשת משפטים - "ואלה מוסיף על הראשונים" איין הוראה איז,

אז אפילו דער קיום המשפטים דארף זיין "לפניהם",

מצד פנימיות הנשמה,

וואם דאס איז דער "העליונים ירדו לתחתונים" 21 .

גלייכצייטיק זאגט מען אויך אן אז "והתחתונים יעלו לעליונים",

אויך די תחתונים אין ידיעת התורה,

תלמידים הקטנים,

וואם אליין קענען זיי זיך ניט פאנאנדערקלייבן דארף מען מיט זיי לערנען און פאר זיי אלץ צוגרייטן "כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם" 22

(ווי א גרייטער טיש פארן מענטש צו עסן),

- נאך מערער,

אפילו תחתונים בהנהגה,

ווארום דער פסוק רעדט דאך וועגן בעלי דינים

(כאטש "לפניהם" מיינט לפני הדיינים,

זיינען דאך אבער די משפטים פארבונדן מיט בעלי דינים),

וואם איינער פון זיי טענה׳ט אמאל פאלש -

אויך ביי אט די "תחתונים" איז דא דער ציווי ״יעלו לעליונים״ - "תשים לפניהם",

מ׳דארף זיי געבן די "סימה" ואוצר פון פנימיות התורה,

ווייל מצד דעם ״לפניהם״,

פנימיות הנשמה,

זיי־ נען אלע אידן "כשרין" 23

בכח,

מוכשר צו מקבל זיין דעם אוצר,

די טיפע ענינים פון תורה.

נאר די פנימיות הנשמה איז ביי זיי בהעלם,

דארפ׳ן זיי העלפן איר מגלה זיין,

תשים לפניהם.

און דאס גופא וואס מ׳וועט לערנען מיט זיי דעם סימה ואוצר,

וועט נאך מער מגלה זיין דעם "לפניהם",

זייער פנימיות,

ביז דאס וועט קומען און דורכנעמען אויך די כחות הגלויים,

מוח ולב,

"משים בלבו",

ביז אז דורך דעם תשים לפניהם וועט ווערן: יעשה אותם,

און אין אן אופן אז - וחי בהם 24 .

(משיחת ש״פ משפטים תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.