א.
מען האט שוין גערעדט מערערע מאל,
אז דער אויפטו פון מתן תורה איז צו פארבינדן און פאראיינציקן מעלה מיט מטה און מטה מיט מעלה.
פאר מתן תורה איז געווען די גזירה: "השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם" 1 ,
רוח ניות מיט גשמיות זיינען געווען צוויי באזונדערע וועלטן וועלכע האבן זיך ניט געקענט צוזאמענקומען.
און ביי מתן תורה האט דער אויבערשטער די גזירה מבטל געווען ואני המתחיל,
און האט געגעבן אידן דעם כח,
דורך קיום המצוות,
צו באהעפטן און פאראיינציקן גשמיות
(ארץ)
מיט רוחניות
(שמים).
אבות פאר מתן תורה - כאטש זיי האבן געטאן כמה מצוות מיט גשמיות׳דיקע זאכן - ניט געהאט דעם כח צו דורכ־ דרינגען מיט זייער קדושה די דברים גשמיים מיט וועלכע די מצוות זיינען געטאן געווארן,
אז אויך זיי זאלן ווערן הייליק,
ווייל דאן איז נאך ניט געווען די מעגלעכקייט צו פארבינדן די קדושה פון רוחניות מיט גשמיות׳דיקע זאכן.
די מטרה פון די מצוות האבות איז געווען בעיקר - צו ממשיך זיין גילוי אלקות אין רוחניות.
דאם וואס זיי האבן יא געטאן מצוות בגשמיות,
איז עם ווייל זיי זיינען געווען א "מרכבה" צו אלקות אויך באברי גופם 2
(זיי זיינען געווען אזויפיל בטל צום אויבערשטן ביז זיי זיי־ נען ניט געווען פאר זיך קיץ שום מציאות,
פונקט ווי א רייטוואגן - מרכבה - איז אין זיין יעדע באוועגונג בטל צום רצון פון זיין רייטער),
דערפאר האט זייער עבודה רוחניית דורכגעדרונגען זייער גאנצע מציאות ביז דאס האט זיך ארויסגעזאגט אויך אין א דבר גשמי.
די כוונה איז אבער ניט געווען צו אויפטאן אין דעם גשמי; דער גשמי איז געווען ניט מער ווי אן אויסדרוק פון דעם ענין הרוחני
(דערפאר איז דעמאלט,
ביי די אבות,
ניט געווען אזוי נוגע דורך וואס פאר א דבר גשמי די מצוה וועט געטאן ווערן,
ווי ס׳איז ידוע 3 ,
אז יעקב אבינו דורך די "מקלות" האט ממשיך געווען די המש־ כות עליונות וואם מיר,
איצט,
נאך מתן תורה,
זיינען ממשיך דורך מצות תפילין,
און דאס גלייכן אין אנדערע מצוות).
דאקעגן די מצוות וועלכע מיר זיינען מקיים נאך מתן תורה,
האבן זיי דעם כח צו ממשיך זיין קדושה אויך אין די דברים גשמיים,
אז דער גשמי אליין זאל ווערן הייליק.
און דערפאר איז ברוב המצות ככולן,
דארף דער דבר הגשמי האבן כמה וכמה ענינים כדי מען זאל קענען מיט עם מקיים זיין די מצוה 4 .
ב.
דער כח וואם איז געגעבן געווארן אין די מצוות דורך מתן תורה,
אז זיי זאלן ממשיך זיין קדושה אין די דברים הגשמיים,
קומט פון אלקות וואם איז העכער פון מטה מיט מעלה; און ווייל ער איז דער אמת׳ער בלי־גבול,
וואס איז ניט באגרענעצט אין די גדרים פון מעלה און מטה,
דעריבער גיט ער דעם כח צו מחבר זיין און פאראיינציקן ביידע צוזאמען.
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז דער אויפטו פון די מצוות וועלכע מען איז מקיים נאך מתן תורה,
איז ניט בלויז וואם זיי באווירקן אויך דעם מטה,
אז די גשמיות ווערט הייליק,
נאר אויך אז די מצוות אליין זיינען אין א פיל העכערער מדריגה: די מצות וואם מ׳האט געטאן פאר מתן תורה זיינען געווען באגרענעצט אין דעם גדר פון "מעלה",
זיי האבן ניט גע־ האט אין זיך דעם כח פון עצמות,
און דעריבער האבן זיי זיך ניט געקענט פאר־ איינציקן מיט גשמיות.
אבער די מצוות פון נאך מתן תורה,
האבן אין זיך דעם כח פון עצמות 5 ,
וואס ער איז ניט מוגדר ח״ו אין קיינע הגבלות פון מעלה מיט מטה - ווערט דורך זיי פאראיינציקט רוחניות
(מעלה)
מיט גשמיות
(מטה).
ג.
דער אויבנדערמאנטער ענין וואס האט זיך אויפגעטאן ביי מתן תורה,
איז מרומז אויך אין די עשרת הדברות
(וואם זיי זיינען בגלוי געגעבן געווארן בשעת מתן תורה),
וועלכע פאראיינציקן אין זיך צוויי,
אויפן ערשטן בליק,
העכסט־ פארשידענע אין זייער יסוד - מצות 6
:
די ערשטע דברות,
אנוכי,
לא יהי׳ לך,
אא״וו,
דריקן אוים און אנטפלעקן די טיפסטע ענינים אין אחדות השם; די אנדערע אבער אנטהאלטן אזעלכע פשו־ ט׳ע ציוויים ווי לא תרצח און לא תגנוב,
וואם זיינען זעלבסטפארשטענדלעך אפילו פארן דורכשניטלעכן מענטשלעכן שכל.
דאס וואם דער אויבערשטער האט אין די עשרת הדברות צעזאמענגענומען די ביידע סארטן ציווים איז אויך אין דעם מרומז די פאראייניקונג פון מעלה מיט מטה,
וואם האט זיך אויפגעטאן בעת מתן תורה - און דאס אין ביידע אופנים: א)
"העליונים ירדו לתחתונים",
ב)
"והתחתונים יעלו לעליונים".
״העליונים״ - די דברות פון "אנוכי" און ״לא יהי׳ לך׳ - ״ירדו לתחתונים״ -זאלן אראפקומען און זיך אנהערן אויך אין די ציווים פון "לא תרצח" און "לא תגנוב"; אויך אין די מצוות וועלכע זיי־ נען זעלבסטפארשטענדלעך לויטן מענטשלעכן פארשטאנד,
דארף זיך הערן אין זיי זייער ג־טלעכער יסוד און קראפט - "אנכי הוי׳ אלקיך".
אויך דער קיום פון די מצוות דארף זיין ניט בלויז 7
מצד דעם ווייל דער מענטשלעכער שכל פארשטייט אז מען דארף זיי אפהיטן,
נאר מצד דעם וואס זיי זיינען אנגעזאגט געווארן פון ״אנכי הוי׳ אלקיך״.
נאך מער - דאם דארף זיין דער עיקר הטעם פארוואם מען איז מקיים לא תרצח און לא תגנוב.
אויב מען זאל אפטיילן דעם "לא תרצח",
"לא תגנוב" פון דעם "אנוכי" און "לא יהי׳ לך" און זיי איבערלאזן צו דעם מענטשלעכן פארשטאנד,
איז אויסער דעם,
וואם מצד אהבת עצמו - אייגן־ליבע - קען מען זיי אזוי צעדרייען,
ביז אז אן עבירה וועט אוים־ געטייטשט ווערן גאר פאר א ״מצוה״
(און זיכער אז מען קען זיך דאן ניט אויסהיטן פון "לא תרצח" און "לא תגנוב" אין אן איידעלערן אופן,
ווי שפיכת דמים דורך פארשעמען יענעם - "המלבין פני חבירו"* 7 ,
גניבת דעת אד״ג),
ווי עם שטייט 8
: "ועל כל פשעים תכסה אהבה"
(אויף אלע זינד פארשטעלט די אהבה צו זיר אליין)
;
פונקט ווי בשעת א מענטש זאל צולייגן א פינגער צו זיינע אויגן,
וועט דער קליי־ נער פינגער - מצד דעם וואם ער געפינט זיך נאענט צו אים - פארשטעלן די גאנצע וועלט וואס ארום אים; אזוי איז מצד דעם וואם "אדם קרוב אצל עצמו" 9 ,
וואם א מענטש איז נאענט צו זיך,
קען זיין אהבת עצמו פארדעקן אויח אלץ,
ביז אפילו אויף ״פשעים״ וואס ״פשעים - אלו המר דים" 10
(אויף די עבירות וועלכע מ׳טוט במזיד)
;
אפילו ווען עם וואלט געווען די מציאות צו מקיים זיין מצוות מצד שכל אנושי,
איז אבער די אויפגאבע פון א אידן,
צו פאראייניקן אלע זיינע מעשים,
אפילו די גאר פשוט׳ע,
מיט "אנכי הוי׳ אלקיך".
און דעריבער דארף זיך ביי אים הערן דער "אנכי" אין יעדער זאך וואס ער טרט; אריך די גרטע מעשים וואס זיינען פארשטאנדיק מיטן שכל הפשוט דארפן זיין דורכגעדרונגען מיט ג־ טלעכקייט.
ווי דער דיוק אין לשון רז״ל 11
: "אילמלא לא ניתנה תורה היינו למידין צניעות מחתול וגזל מנמלה״ - ווען תורה וואלט חם ושלום 12
ניט געגעבן געווארן,
וואלטן מיר זיך אפגעלערנט צניעות פון א חתול
(א קאץ),
דאם אפ־ היטן זיך אין גזילה - פון א נמלה -אא״וו; מיר וואלטן אפגעהיט די מארא־ לישע געזעצן
(לפחות אין דער מאם און)
דורך אפלערנען זיך פון בעלי חיים
(ווייל ווען ניט מתן תורה,
האט ניט געקענט זיין קיין חיבור פון מעלה מיט מטה,
צו קענען פארבינדן די גאר נידעריקע ענינים מיט ג־טלעכקייט).
אבער אז "ניתנה תורה",
און ס׳איז געגעבן גע־ ווארן דער כח צו פאראייניקן מעלה מיט מטה,
איז אפילו די מדות טובות וועלכע עם פארמאגן אויר בעלי חיים,
דארפן זיי זיין דורכגעדרונגען מיט דער קדושה פון תורה,
זיי זאלן געטאן ווערן מיט קבלת עול מלכות שמים,
מצד דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי אנגעזאגט.
"והתחתונים יעלו לעליונים": אפילו ווען עם רעדט זיך וועגן אזוינע וואם זיינען שייך ר״ל צו רצח׳ענען און גנ־ ב׳ענען,
און בכדי צו באווארענען ביי זיי דעם "לא תרצח" און "לא תגנוב" דארף מען האבן די קולות און לפידים מיטן גאנצן שטורעם פון מתן תורה,
אז דער אויבערשטער אליין זאל שטיין און שרייען אויף אים: "לא תרצח" און "לא תגנוב״; מאנט מען אויך ביי זיי - "יעלו לעליונים",
אז אויך זיי זאלן האבן התבוננות און ידיעה אין אלקות,
וואם איז די גאר העכסטע חכמה - ווי דער רמב״ם איז מבאר אין זיין הקדמה צו "מורה נבוכים",
אז חכמת אלקות קומט לאחר הקדמת כל החכמות שלפני זה - און אין ידיעת אלקות גופא מאנט זיך אפילו פון זיי די ידיעה אין "אלקיך",
און אפילו אין "הוי"׳,
און אפילו אין "אנכי",
וואס דאס גייט אויף עצמות אליין,
ווי ווייטער ערקלערט.
ד.
דער אויבנדערמאנטער ענין,
וועגן דעם חיבור פון מעלה מיט מטה און דעם כח וואם איז אויף דעם געגעבן געווארן,
איז אויך מרומז אין די ערשטע דריי ווערטער פון די עשרת הדברות -"אנכי הוי׳ אלקיך",
וואם די דריי ווער־ טער באצייכענען און אונטערשטרייכן דריי אלגעמיינע מדריגות אין גילוי אל־ קות,
ג־טלעכקייט:
״אלקים״ באצײכנט אלקות ווי ער טוט זיך אן אין דער בריאה - אין יעדער באשעפעניש טוט זיך אן א ג־טלעכער כוח וואם אנטפלעקט זיך לויט דעם מצב פון דעם נברא 13 .
דעריבער איז ״אלקים״ לשון רבים
(כמ״ש "אלקים קדושים") 14 ,
ווייל די בחינה פון אלקות וועלכע טוט זיך אן אין דער בריאה זיינען פאראן אין דעם פארשידע־ נע אופני גילוי,
אין יעדער נברא א באזונדער כח וואס איז צוגעפאסט צו אים.
און דעריבער איז אויך "אלקים בגימטריא הטבע" 15 ,
ווייל די בחינה אין אלקות טוט זיך אן אין דער בריאה וואס דער אויבערשטער האט איר באשרענקט אין טבע־געזעצן.
וואס דאס איז אויך דער אויסשפראך ״אלקיך״
(מיט א כ״ף),
דיין ג־ט,
(רואם דאם איז דער איינציקער שם פון דעם אוי־ בערשטנס שמות וואס איז זיך מתייחס צו נבראים: אלקיך,
אלקינו,
אלקיכם,
א.
ד.
ג.),
ווייל מצד דעם וואם דער שם באצייכנט די בחינה פון ג־טלעכקייט וועלכע איז זיך מצמצם לויט די נבראים,
איז שייך אז מען זאל די בחינה באגרייפן מיטן שכל און דערפאר קען מען זאגן ״אלקיך״ - וואם דו קענסט אים באנעמען 16 .
שם "הוי׳" באצייכנט די בחינה וגילוי פון ג־טלעכקייט וועלכע איז העכער פון דער בריאה מיט אירע הגבלות הטבע.
"הוי"׳ מיינט הי׳ הוה ויהי׳ כאחד 17 .
הי׳ הוה און יהי׳ זיינען דריי באזונדערע צייטן - עבר הוה און עתיד
(פארגאנגע־ נהייט,
קעגנווארט און צוקונפט)
- און זיי קענען ניט זיין צוזאמען.
אבער הוי׳ איז העכער פון זמן און פון טבע - איז דארט הי׳ הוה ויהי׳ צוזאמען.
(וואם אין דעם אונטערשיידט זיך אמונת ישראל פון אמונת חסידי אומות העולם.
אומות העולם ווייסן נאר פון שם אלקים,
וואס איז מלובש אין טבע: "אלקים יענה את שלום פרעה" 18 ,
פרעה האט א שייכות נאר צום שם אלקים,
אבער וועגן שם הוי׳ האט פרעה געזאגט 19
: "מי הוי׳ אשר אשמע בקולו גו׳ לא ידעתי את הוי״׳,
-ביי זיי לייגן זיך ניט אפ די מדריגות פון אלקות וואס זיינען העכער פון טבע).
"אנכי" איז עצמותו יתברך,
וואס אים קען מען ניט באצייכענען מיט קיין שום אות און מיט קיין שום רמז,
וכמאמר 20
: "אנכי מי שאנכי דלא אתרמיז לא בשום אות וקוץ",
ד״ה,
אז דאס איז העכער ניט נאר פון דעם גילוי "אלקים בגימטריא הטבע",
נאר אויך העכער פון דעם גילוי הוי׳ למעלה מהטבע; ער איז ניט מוגבל אין קיינע הגבלות,
ניט אין דער הגבלה פון טבע און ניט אין דער הגבלה פון למעלה מהטבע,
וואס דערפאר קען ער פאראייניקן זיי ביידע צוזאמען
(וואם דער גילוי פון "אנכי" איז געווען אין קדשי קדשים - דארט האט מען געזען ווי מקום ארון אינו מן המדה 21
און דער ארון האט בשעת מעשה געמוזט זיין דוקא אין א מאס אמתים וחצי און אמה וחצי 22
- מקום און העכער פאר מקום,
גבול און בלי גבול זיינען פאראייניקט).
און דאס מיינט "אנכי הוי׳ אלקיך": ביי מתן תורה איז געגעבן געווארן דער כח פון "אנכי",
וועלכער איז ניט מוגדר אין קיין שום הגבלה,
און מצד אים קומט דער חיבור פון הוי׳ - העכער פון טבע און פון שכל פון נבראים - מיט אלקיך,
די מדריגה פון אלקות וואם קומט ביז אז שכל קען האבן עפעס א פארשטאנד אין דעם און דאס דריקט זיך אויס אין מצות: ווי געזאגט פריער,
מען דארף פאראייניקן דעם "לא תרצח" און ״לא תגנוב״ - מיט די ערשטע דברות,
"אנכי" און "לא יהי׳ לד",
וועלכע ענט־ האלטן די העכסטע ענינים אין אחדות השם.
(משיחת ש״פ משפטים תשכ״ב)
ה.
אויפן פסוק "אנכי הוי׳ אלקיך" שטייט אין מדרש 23
: "אנכי לשון מצרי",
אז דאס ווארט "אנכי" איז גענומען גע־ ווארן פון דער מצרי׳שער שפראך.
דארף מען פארשטיין: די עשרת הדברות זיינען "כללות כל התורה"
(זיי נעמען אין זיך אריין די גאנצע תורה).
דערפאר זיינען די עשרת הדברות כולל אלע מצות - ווי ערקלערט אין די אזהרות לר׳ סעדי׳ גאון 24
און אויך נרמז אין דעם וואם אין די עשרת הדברות זיינען פאראן תר״ך - 620 - אותיות אנטקעגן תרי״ג מצוות דאורייתא און זיבן מצוות דרבנן 25
; אין די עשרת הדברות גופא זיינען די ערשטע צוויי דברות נאך מער כללות׳דיק,
אנכי איז כולל אלע מצות עשה און לא יהי׳ לך אלע מצות לא תעשה,
וואס דערפאר האבן זיי די באזונדערע מעלה,
וואס "אנכי ולא יהי׳ לך מפי הגבורה שמענו" 26
(די ערשטע צוויי דברות האבן מיר אידן גע הערט פון דעם אויבערשטן אליין)
; און אין די צוויי דברות קומט דער דיבור ״אנכי״ פאר דעם דיבור ״לא יהי׳ לך״ -וואס דאס מיינט אז דער דיבור אנכי איז ניט בלויז דער ערשטער אין סדר,
נאר אויך אז ער איז דער ערשטער און דער העכסטער במעלה.
עם איז פארשטאנדיק אויך לויטן אינהאלט: אין צווייטן דיבור רעדט זיך ווען עם איז דא אן ארט אויף טראכטן אנדערש ח״ו,
ארן ד^רפאר דארף מען אנזאגן אז "לא יהי׳ לך גו׳",
דאקעגן אין ערשטן דיבור איז גאר מלכתחילה ניטא קיין ארט צו זאגן אנדערש ח״ו,
און מ׳דארף כלל ניט באווארענען א מחשבת טועה,
אן אלקים אחרים - און אין דעם ערשטן דיבור גופא,
איז "אנכי" דאם ערשטע ווארט און איז כולל כל התורה 27
און ווי גערעדט פריער,
אז אנכי מיינט עצמותו יתברך,
וואם קען ניט בא־ צייכנט ווערן מיט קיין שום נאמען,
רמז וקוץ.
איז דאך ניט פארשטאנדיק,
ווי קומט עם אז דאס ווארט "אנכי" איז גאר א "לשון מצרי"?
די מדריגות אין גילוי אלקות וואס קענען באצייכנט ווערן מיט נעמען
(שמות)
- הוי׳ און אלקיך -זיינען לשון קודש,
און אנכי,
וואם ווייזט אויף עצמות פון אויבערשטן,
איז דאס גאר א לשון מצרי?
!
ו.
נאך מער שטארק ווערט עם ניט פארשטאנדיק,
לויט דעם ביאור וואס ערקלערט דעם אונטערשייד צווישן לשון קודש און די אנדערע לשונות: איינער פון די טעמים אויף דעם נאמען לשון קודש איז ווייל אין עם איז ניטא קיין נאמען פאר די ערוה וכו׳ 28 .
פרעגט מען די קשיא: יעדער נברא בא־ קומט דאך זיין חיות פון דעם נאמען מיט וועלכן ער ווערט אנגערופן אין לשון הקודש.
די אותיות פון דעם נאמען זיינען א כלי צום ג־טלעכן חיות,
וואס ווערט נמשך צר דעס נברא פון די "עשרה מאמרות" מיט וועלכע ס׳איז באשאפן גע־ ווארן די גאנצע וועלט 29 ,
מוז דאך יעדער נברא האבן א נאמען אין לשון קודש.
איז ווי קען מען זאגן אז א געוויסע זאך האט ניט קיין נאמען?
דער ביאור אין דעם: דער לשון־קודש׳דיקער נאמען באצייכנט די זאך ווי זי איז נאך אין קדושה און כלל ניט קיין זאך פון ערוה,
און ערשט ווען דער ענין קומט אראפ למטה מטה ווערט עם אן ענין של ערוה,
און באקומט דאן אויך איר נאמען אין די שבעים לשון.
(ע״ד ווי חסידות איז מבאר בארוכה 30
וואט עם שטייט ביים חטא עץ הדעת: "וידעו כי ערומים הם גו"/ אז ערשט דורכן חטא האבן אדם וחוה פארשטאנען אז זיי זיינען ערומים,
פרעגט מען דערויף: ווי קומט עם אז דורך א חטא איז זיי צוגעקומען פארשטאנד?
און דער תירוץ איז: קודם החטא,
וויבאלד ס׳איז דאן בכלל ניט געווען ביי אדם קיין ענין פון תאוה,
און אלע אברים איז זייער זאך געווען נאר צו דינען מיט זיי דעם אוי־ בערשטן - דעריבער איז "ולא יתבוששו",
זיי האבן זיך ניט געשעמט -ווארום וויבאלד ס׳איז ניט געווען ארײנ־ געמישט אין דעם קיין תאוה,
און דאס האט גענוצט מער ניט ווי אויף מקיים זיין דורך דעם א מצוה,
מצות פרו ורבו,
איז דאך ניט געווען וואס צו שעמען זיך דערמיט,
פונקט ווי א מענטש שעמט זיך ניט מיט זיין האנט אויף וועלכער ער לייגט תפילין.
ואדרבה מצות פרו ורבו איז גאר די ערשטע מצוה.
ערשט נאך דעם חטא עץ הדעת,
וואס האט גע־ בראכט תאוה אויף דער וועלט,
איז עם געווארן א גנאי,
און דאן האבן אדם וחוה פארשטאנען אז מ׳דארף זיך דער־ מיט שעמען).
די שבעים לשון גופא זיינען אויך איינגעטיילט אין כמה מדרגות 31 ,
און פון זיי איז לשון מצרי גאר א נידעריקע דרגא.
ווארום "מצרים" ווערט גערופן "ערות הארץ",
און אירע מענטשן זיינען "שטופים בזנות" 32
(אויסגעלאסענע),
וואם אין דעם באשטייט דאך די מעלה פון א שפראך ווי ערקלערט פריער; און פונדעסטוועגן בשעת די תורה דארף האבן א ווארט וואם זאל אויסדריקן עצמות פון אויבערשטן נעמט מען עם פון לשון מצרי?
!
ז.
די ערקלערונג איז: באלד אין דעם ערשטן ווארט וואם דער אויבערשטער האט געזאגט ביי מתן תורה,
האט ער מרמז געווען די כוונה פון מתן תורה: צוליב וואם איז דער גילוי פון "אנכי"
(ניט ווי ביז דאן וואס ס׳איז נתגלה געווארן בלויז א הארה פון אלקות,
נאר דער גילוי העצמות פון דעם אויבערשטן,
עצמותו יתברך איז)
נתגלה געווארן - צוליב לשון מצרי.
דער תכלית פון תורה איז,
ממשיך זיין קדושה ניט בלויז אין ענינים פון לשון קודש - צוליב דעם האט מען ניט גע־ דארפט אויסנוצן דעם כח וואס איז געגעבן געווארן ביי מתן תורה.
דער צוועק פון מתן תורה איז צו אראפקומען אין די שבעים לשון,
ביז אין לשון מצרי
("למצרים ירדתם")
33
,
און אויך דארט ממשיך זיין קדושה.
און אזוי איז אויך מלמטה למעלה: ווען און דורך וואם נעמט מען דעם ״אנכי״ - דורך לשון מצרי דוקא.
כל זמן מען טוט ניט מיט וועלט,
ביז אויך מיט די ענינים פון מצרים,
צו מאכן אויך זיי פאר כלים צו אלקות - איז כאטש מ׳טוט אין תורה און תפלה
(לשון קודש)
פאר זיך,
איז ווי גרויס די עבודה זאל ניט זיין און ווי הויך מ׳זאל דורך איר ניט צוקו־ מען - קען מען נעמען בלויז די מדריגות פון דעם אויבערשטנם "שמות": דורך דער עבודה שעל פי שכל - איז מען א כלי צום שם אלקים
(ג־טלעכקייט וואס איז מצומצם אין שכל,
טבע)
; דורך דער עבודה העכער פון שכל - צום שם הוי׳
(הי׳ הוה ויהי׳ כאחד).
אבער עצמות קען מען דורך דעם ניט נעמען,
ווייל אפילו די העכסטע מדריגות זיינען ניט קיין כלי צו עצמות.
"הנה השמים ושמי השמים לא יכלכלוך" 34 ,
די גאר העכס־ טע רוחניות׳דיקע עולמות און מדריגות זיינען ניט קיין כלי פאר דיר,
פאר דעם אויבערשטן אליין,
נאר
(ווי דער סיום הפסוק - מיט א תמי׳ קיימת)
"אף כי הבית הזה״ און וואס פאר א בית - "אף כי הבית הזה",
א בית וואס איז געבויט געווען פון גשמיות׳דיקע זאכן,
פון דעם עולם אויף וועלכן עם שטייט אף עשיתיו 35 .
דורך דער עבודה אין די גאר נידעריקע ענינים ביז אין לשון מצרי,
דורך דעם נעמט מען דעם "אנכי": "אנא נפשי כתבית יהבית" 36 ,
דער אויבער־ שטער האט זיך
(זיין עצמיות)
אריינגע־ שריבן און אפגעגעבן אין לשון מצרי.
און דערפאר איז דאך אז דורך דער טענה "למצרים ירדתם" האט מען גע־ געבן די תורה צו די אידן דוקא.
ח.
די הוראה דערפון איז קלאר: מען טאר ניט באנוגענען זיך בלויז מיט איי־ גענע ענינים פון קדושה,
נאר מען דארף טאן אויך מיט וועלט.
און די עבודה דארף זיין אין צוויי אופנים: א)
ניט אפשליסן זיך אין די אייגענע פיר איילן,
נאר מאכן אויך די וועלט פאר א כלי צו אלקות.
ב)
אויך בנוגע די עבודה מיט זיך אליין,
איז ווייניק זיך צו אפגעבן נאר מיט לימוד התורה,
תפלה און קיום המצוות,
נאר עם מוז אויך זיין דער "בכל דרכיך דעהו" 37
: עם איז ווייניק דער קיום פון מצוות דאורייתא,
דרבנן,
חומרות און הידורים פון ראשונים,
אחרונים און אחרוני אחרונים
(וואס דאס אליין איז דאך תורה,
וועלכע איז ארוכה מארץ גו׳)
; נאר עם פאדערט זיך אז אין "דרכיך",
דיינע וועגען,
עניני הרשות פון וועלט
(וועלכע איז דאך א באגרע־ נעצטע - מצרים),
זאל אויך דארט זיין ״דעהו״ - ידיעה
(דעת - התקשרות) 38
אין אלקות.
ואל יהא דבר זה קל בעיניך,
ווייל אין "בכל דרכיך דעהו" איז אפהענגיק די גאנצע תורה - "פרשה קטנה שכל גופי תורה תלויין בה" 39 .
אויב עם פעלט די עבודה פון "בכל דרכיך דעהו",
איז כאטש מען טוט אלץ על פי דין,
קען עם ברענגען א חורבן ר״ל בכל עניני הקדושה,
בדוגמת מרז״ל 40
: "לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה"
(פארוואם איז חרוב געווארן ירושלים - ווייל זיי האבן אוועקגעשטעלט זייער אויפפירונג בלויז אויף דעם דין פון תורה און ניט מער).
ולאידך גיסא,
דורך "בכל דרכיך דעהו",
נעמט מען דעם גוף התורה,
דעם "אנכי מי שאנכי",
וואס פון אים ווערן נמשך ״הוי׳״ און ״אלקיך״ און אלע עשרת הדברות ביז "אשר לרעך",
וואם זיי זיינען אין זיך כולל אלע מצוות.
(משיחת ש״פ וארא תשכ״ב)