B"H
🏡

Ikar

עמוד 876

א.

נאכדעם ווי די אידן זיינען ארויס פון מצרים,

און זיינען געקומען צום ים סוף,

ווערנדיק נאכגעיאגט פון פרעה מיט די מצריים,

האט זיי משה רבינו געזאגט: "אל תיראו התיצבו וראו את ישועת ה׳ אשר יעשה לכם היום,

כי אשר ראיתם את מצרים היום לא תוסיפו לראותם עוד עד עולם.

ה׳ ילחם לכם ואתם תחרישון".

זאגט אויף דעם די מכילתא 1 ,

אז קומענדיק צום ברעג ים,

איז צוליב דער מורא פאר די מצריים,

האבן זיך די אידן צעטיילט אין פיר כיתות מיט פיר פארשידענע מיינונגען: איין כתה האט געזאגט,

״ליפול אל הים״,

מען זאל זיך ארײנ־ ווארפן אין ים אריין

(זיך דערטרינקען,

אבי ניט ווערן צוריק קנעכט ביי פרעה)

; אן אנדער כתה האט געזאגט "לשוב למצרים",

אז מען זאל זיך אומקערן קיין מצרים

(און ווערן ווידער עבדים צו פרעה)

; נאך איינע האט געזאגט ״לעשות מלחמה כנגדן״ - מלחמה האלטן מיט פרעה און זיין חיל

(אפשר וועט זיך די אידן איינגעבן זיי צו מנצח זיין)

; און די פערטע כתה האט געהאלטן מען זאל ניט טאן קיין איינע פון די אלע זאכן,

נאר "נצווח כנגדן״ -שרייען צום אויבערשטן ער זאל העלפן.

און אויף יעדער מיינונג פון די פיר כתות האט משה רבינו געענטפערט אין די צוויי אויבן־געבראכטע פסוקים.

צו די וואם האבן געזאגט "ליפול אל הים",

איז צו זיי געווען דער ענטפער: "התיצבו וראו את ישועת ה״׳ -

(שטארקט און)

שטעלט זיך אויף און זעט די ישועה פרן אויבערשטן.

צו דער כתה וואם האט געזאגט "לשוב למצרים",

האט מען גע־ ענטפערט: "כי כאשר ראיתם את מצרים גו׳ עוד עד עולם",

אז איר וועט שוין זיי

(די מצריים)

מער קיינמאל ניט אנקוקן.

די וואם האבן געזאגט מען זאל מלחמה האלטן מיט די מצריים,

האט מען זיי דערויף געענטפערט: ״ה׳ ילחם לכם״ -דער אויבערשטער וועט פאר אייך מלחמה האלטן מיט מצרים.

און צו דער פערטער כתה וואס האט געזאגט,

אז מען זאל שרייען און בעטן דעם אויבערשטן,

איז געקומען דער ענטפער: "ואתם תח־ רישון״ - איר זאלט שווייגן און ניט מתפלל זיין.

נאר וואם דען זאל מען טאן - "דבר אל בני ישראל ויסעו״: גייט װײטער אין דער ריכטונג וואס פירט צום בארג סיני צו מקבל זיין דארט די תורה,

וואס דאס איז דער צוועק פון ארויסגיין פון מצרים.

דארף מען פארשטיין,

ווי קומט עם וואס די ענטפערם צו די אלע פיר אויבנדערמאנטע כתות - וואס לכאורה זיינען דאך זייערע סברות זייער ווייט איינע פון דער צווייטער - ווערן אריינגענומען אלע צוזאמען אין דער זעלבער אמירה 2 ?

די סברא פון "לשוב למצרים",

אומקערן זיך צוריק אין גלות מצרים

(וואם איז אינגאנצן דאס פאר־ קערטע פון יציאת מצרים),

איז דאך גענצלאך אנדערש פון דער סברא פון ״ליפול אל הים״ - וואס ביי דער כתה איז אזויפיל געווען אפגעפרעגט דאם אומקערן זיך קיין מצרים,

ביז זיי זיינען געווען גרייט אויף מסירת נפש,

צו דערטרינקען זיך אין ים,

מסירת נפש אויך ברוחניות - ווארעם מען טאר זיך ניט מאבד זיין לדעת 3

- עם איז געווען א תנועה פון מסירת נפש,

אבי ניט צו אריינפאלן אין די הענט פון פרעה.

אין תנועות הנפש - איז די סברא פון אומקערן זיך קיין מצרים נאך מער בסתירה צו דער סברא פון דער כתה וואס האט געפאדערט צו מלחמה האלטן מיט פרעה וחילו.

א תנועה פון עבדות - א תנועה פון מרידה און,

אדרבה,

מנצח זיין דעם אדון; אין געפיל און הנחה

(דעם אפלייג)

בא זיך - איז על אחת כמה וכמה די ערשטע סברא אין קעגנזאץ צו די וואס האבן געזאגט אז מ׳זאל שרייען און מתפלל זיין צום אויבערשטן.

די הנחה פון יאוש - די הנחה אז עם היינגט אפ נאר אין דעם אויבערשטן.

וכידוע דער ענין פון צו בעטן ביי דעם אויבערשטן אויף אלע באדערפענישן,

און באזונדערס אין אן עת צרה - דער שורש ותוכן המצוה 4 ,

א מצוה נעלית ביותר,

ווייל אין איר ווערט אויסגעדריקט דער ענין האמונה אין דעם אויבערשטן און זיין יכולת כו׳ - ביז אז

(לכמה דעות)

איז צוליב דעם וואס זי איז א מצוה כללית ווערט זי ניט גערעכנט אין דער צאל פון די תרי״ג מצוות 5

(כאטש דאן איז נאך געווען פאר מתן תורה,

איידער תפלה האט בכלל געקענט אנגערופן ווערן מצוה 6 ,

איז אבער דערפון וואס נאך מתן תורה איז זי א מצוה נעלית ביותר,

פארשטאנדיק אז אויך פריער איז עם געווען אן ענין נעלה),

היינו ווי קומט עם וואס די אנוויי־ זונגען צו די פיר פארשידענע,

קעגנגע־ זעצטע כתות זיינען געגעבן געווארן אין איין ענטפער?

מען דארף אויך פארשטיין דעם סדר ווי אין דער תורה ווערן אויסגערעכנט

(דורך די ענטפערס וואס האבן זיי שולל געווען)

די סברות פון די פיר כתות: צום ערשטן די סברא "ליפול אל הים",

און דערנאך - "לשוב למצרים"; לכאורה האט מען צום אלעם ערשטן געדארפט שולל זיין דעם "לשוב למצרים",

דער גאר נידעריקער סוג סברא,

און ערשט שפעטער אויך שולל זיין די אלץ העכע־ רע סוגים: "ליפול אל הים",

"לעשות מלחמה" ביז "נצווה כנגדן".

ס׳איז אויך ניט פארשטאנדיק: פאר־ וואס זיינען טאקע אפגעפרעגט אלע סברות פון די כתות?

דאס וועלן אומ־ קערן זיך קיין מצרים,

איז פארשטאנדיק פארוואס מ׳האט עס שולל געווען -ס׳איז דאך אינגאנצן דער היפך פון יציאת מצרים; אריינווארפן זיך אין ים האט אויך קיין ארט ניט - א איד טאר קיינמאל ניט אריינפאלן אין יאוש ר״ל.

ובפרט נאך אליין טאן א מעשה בזה 7 .

אבער מלחמה האלטן קעגן פרעה וחילו איז דאך לכאורה א גלייכע זאך 8 ,

און ווער רעדט - "נצווח כנגדן",

בעטן ביי דעם אויבערשטן,

איז דאך די בעסטע עצה - מען גיט זיך אינגאנצן אוועק צו דעם אויבערשטן.

אפילו דורך דעם דרך פון "ויסעו",

גיין ווייטער,

דריקט זיך ניט אויס דאם איבערגעבן זיך לה׳ - אזוי־ פיל ווי דורך תפלה,

ווייל דער "ויסעו",

קען אויך קומען פון פחד פאר פרעה,

אדער פון אנדערע סיבות.

ב.

מיט קריעת ים סוף איז פארענ־ דיקט געווארן דאס ארויסגיין פון מצרים■ ביז דאן האבן אידן נאך אלץ גע־ האט א שייכות צו מצרים.

מיר זעען דאך,

אז אפילו נאכדעם ווי די אידן זיינען,

ארויסגייענדיק פון מצרים,

צו־ געקומען צו פי החירות - וואס לויט דעם מנהג פון מצרים איז יעדער קנעכט געווארן א בן חורין צוקומענדיק צו פי החירות 9

- זיינען זיי נאך אלץ געווארן נאכגעיאגט פון פרעה וחילו,

וועלכע האבן די אידן על פי טבע געמוזט מנצח זיין 10 ,

ווען איז אינגאנצן פארענדיקט געווארן די יציאה פון גלות מצרים - ערשט בשעת קריעת ים סוף 11 .

דעריבער שטייט אין תוספתא 12 ,

אז מ׳דארף דערמאנען קריעת ים סוף יעדן טאג,

אזוי ווי מ׳דארף מזכיר זיין יציאת מצרים בכל יום; ווארום כל זמן מ׳האלט נאך פאר קריעת ים סוף איז מען ניט זיכער אויך מיט דער יציאה פון מצרים

(דאס זעלבע אין דער עבודה רוחנית פון יציאת מצרים וקריעת ים סוף יעדן טאג).

דערפון וואם קריעת ים סוף,

גמר יציאת מצרים,

האט געקענט זיין ערשט נאך דעם ווי מ׳האט שולל געווען די דעות פון אלע פיר כתות און מ׳האט געפאלגט דעם ציווי הקדוש ברוך הוא: ״ויסעו״ - איז פארשטאנדיק,

אז אויך בא דער יציאת מצרים הרוחנית פון "בכל דור ודור וכל יום ויום" 13 ,

מוז זיין די הנהגה פון "ויסעו"; און אויב מען פירט זיך לויט א דעה פון די ד׳ כתות,

אפילו די הנהגה פון "ונצווח כנגדן",

קען מען ניט ארויסגיין פולשטענדיק פון מצרים.

ג.

אין דער עבודה הרוחנית פון יציאת מצרים דארפן,

בכללות,

זיין ביידע זאכן: די התחלה פון יציאת מצרים,

און דער גמר - קריעת ים סוף.

צום ערשטן דארף מען ארויסגיין פון די מצרים והגבלות פון נפש הבהמית וואס באשרענקען די נפש האלקית.

א איד דארף וויסן,

אז הגם ער געפינט זיך אין עולם הזה,

עולם הקליפות,

וואו די רשעים זיינען שטארקער 14

- איז אויף אים קיינער ניט קיין בעל הבית,

ער איז ניט אונטערגעווארפן צו פרעה מלך מצרים.

א איד דינט נאר דעם אויבערשטן: ״עבדי הם - ולא עבדים לעבדים" 15 .

כאטש דער יצר הרע און נה״ב,

פרעה און מצרים,

שטארקן זיך צו באגרענעצן,

מיט זייערע מצרים וגבולים,

די כחות פון נפש האלקית און פארשקלאפן זיי און זיי ווילן צונעמען ביי א אידן זיין געשמאק אין תורה און מצוות 16

- שטייט דער איד אין א תנועה פון קבלת עול,

ער נעמט אויף זיך דעם עול מלכות שמים,

צו דינען נאר דעם אויבערשטן,

און ניט פרעה מלך מצרים,

אין אלץ וואס איז נוגע צום פועל ממש; און דורך דעם גייט ער ארויס פון עבדות צו מצרים און געפינט זיך ביי פי החירות.

אבער,

ווי געזאגט,

איז די יציאה פון מצרים נאך ניט פולשטענדיק,

ווייל וויבאלד אז קיין געשמאק אין ג־טלעכקייט האט ער ניט,

נאר ער טוט אלץ בלויז מיט קבלת עול 17 ,

במילא,

יאגן זיך נאך אים פרעה וחילו ווידער צו משעבד זיין אים.

ד״ה,

אז די מצרים והגבלות פון יצר הרע ונפש הבהמית און דער העלם פון וועלט קעמפן נאך אלץ אויף צו באגרענעצן און פאר־ שטעלן דעם אור פון נפש האלקית.

דעריבער מוז אויך זיין די עבודה וואס ברענגט דעם פולשטענדיקן ארויסגיין פון מצרים - קריעת ים סוף: "הפך ים ליבשה" 18

(ער פארוואנדלט ים אין טריקעניש),

דאם הייסט,

אז דער כוח אלקי וואס איז פארדעקט אין דער בריאה - ״ים״

(ווי דער ים וואם פאר־ שטעלט אויף אלץ וואס אין אים),

קומט ארוים בגילוי - "יבשה".

און ווען ער פועל׳ט דורך זיין עבודה צו דערזען בגילוי דעם אלקות פון יעדער זאך,

גייט ער ארויס אינגאנצן פון מצרים,

ווייל וועלט פארשטעלט אים שוין נישט מער דעם אור אלקי,

אדרבה,

אין וועלט גופא זעט ער ג־טלעכקייט.

ד.

וויבאלד אז אלע סברות פון די פיר כתות זיינען אויסגעדריקט געווארן נאך דער התחלה פון יציאת מצרים,

מוז מען זאגן,

אז די אלע סברות מוזן ניט שטערן דעם קיום פון תורה ומצוות בפועל -

(ווארום אויב ס׳איז פאראן ביי א אידן א סברא וואס זי איז מנגד צום שולחן ערוך,

איז עס א באווייז אז ער איז נאך גאר ניט ארוים פון מצרים)

-ס׳איז מער ניט וואם ער האלט נאך פאר קריעת ים סוף,

פאר אים פארשטעלט נאך דעם העלם והסתר פון וועלט און דערפאר האבן ביי אים פרעה וחילו אן ארט און זיי טוען אויף די סברות פון די פיר כתות.

און בכדי צו פועל זיין קריעת ים סוף,

וואם דורך דעם וועט דערטרונ־ קען ווערן דער חיל מצרים און עם וועלן אראפגענומען ווערן אלע מצרים וגבו־ לים,

מוז מען פריער אפפרעגן יעדער הנהגה לויט די סברות פון די פיר כתות.

ה.

די פיר כתות,

ווי זיי ווערן מרומז אין די פסוקים,

זיינען אין דעם סדר פון מלמטה למעלה: די לייכטסטע הנהגה אין עבודה איז "ליפול אל הים": ווי־ באלד ס׳איז אזא וועלט וואו פרעה וחילו קענען ח״ו האבן א נצחון,

וויל ער מיט דעם וועלט אינגאנצן ניט האבן צו טאן.

ער וועט זיך אפשליסען,

אריע־ ווארפן זיך אין ״ים״ - אין א ״ים״ װאם איז מטהר - ים של תורה,

ים של תפלה,

ים של תשובה,

און פארבינדן זיך דורך דעם מיטן אויבערשטן.

אי,

וואס וועט זיין מיט דער וועלט,

מיט א צווייטן אידן,

טאן עפעס אז פרעה זאל ניט זיין קיין מושל בכיפה

(אליין הערשער)?

דרייט ער זיך ארויס: ערשטנס,

זאל טאן אין דעם עמעצער אנדערש; און בכלל,

״בהדי כבשי דרחמנא למה לך״ 19

-ס׳איז דעם אויבערשטנס א זאך; איך בין ניט מחויב צו פארזארגן די וועלט.

זיין ענין - זאגט ער - איז צו באווארענען זיך אליין: וועט ער זיך אריינווארפן אין ים און זיך אפשיידן פון וועלט.

אזא סארט הנהגה פלעגט מען רופן "א צדיק אין פעלץ".

ער טוט אן א פעלץ בכדי אים זאל זיין ווארעם.

דאם וואס אין וועלט הערשט א ביטערע קעלט - וואם קען ער דערצו טאן?

ער איז דאך ניט בכוח אנווארעמען די גאנצע וועלט.

אלא ער קען דאך אנווארעמען נאך א אידן,

נאך צוויי אידן,

אנווארעמען א ווינקל פון וועלט - דאם איז אבער פאר אים קיין ענין ניט.

לויט זיין גרויסקייט - קומען אין באטראכט נאר גרריסע זאכן: אנ־ ווארעמען א גאנצע וועלט.

און וויבאלד אז דאס איז ניט פאר זיינע כחות - טוט ער אן א ״פעלץ״ און - יוצא.

א העכערער אופן אין עבודה איז -"לשוב למצרים": ער ווייסט אז די כוונה איז "לא תהו בראה לשבת יצרה" 20 ,

מען הייסט טאן אין וועלט,

מוז ער דאך דאס נעבאך טאן,

"ועל כרחך אתה חי" 21 ,

ער מוז זיך געפינען אין עולם הזה,

אין א גוף ונפש הבהמית - אזוי האט דער אויבער־ שטער געוואלט.

איז דערפאר בשעת עס וועט קומען צו עם א הוראה,

א קלארע אנווייזונג ער זאל טאן א געוויסע פעולה טובה אין וועלט,

וועט ער זי מוזן טאן,

דאם איז אבער ביי אים אן עבודת פרך -אן א חיות און אן א רגש,

און אודאי אז ער וועט ניט גיין זוכן און וועט ניט ליגן מיט א השתדלות צו באלייכטן זיין גוף און זיין חלק אין עולם,

ווייל ער האט אין דעם ניט קיין חיות; ער טוט נאר ווען און ווייל ער מוז אויספאלגן א הוראה.

בכלל שטייט ער אין א תנועה פון יאוש.

ער האלט אז ער וועט אלץ איינם גארנישט קענען אויפטאן - ניט מיט דער וועלט און אפילו ניט מיט זיך.

ער וועט שוין ניט קענען אויסמיידן דעם "לשוב למצרים",

ער וועט מוזן זיין אן עבד ביי מצרים - וועלט,

דאם איז חלקו וגורלו,

נאר ווייל ער מוז דאך מקיים זיין וואם עם שטייט אין שו״ע,

טוט ער דאם,

אבער אין אן אופן פון "עבודת פרך": עם גייט אויף די זון,

דאוונט ער ותיקין; קומט די צייט פון מנחה,

דאוונט ער מנחה; דארף ער עסן,

מאכט ער א ברכה לפני׳ ולאחרי׳; טרעפט ער א אידן וואס בעט בא אים א טובה,

טוט ער אים די טובה.

ביז אפילו אז בשעת מען קומט צו אים און מ׳דערציילט אים אז ניט ווייט געפינט זיך א איד וועמען ער קען טאן א טובה בגשמיות אדער ברוחניות,

וואס מצד הדין פון "ואהבת לרעך כמוך" מוז ער יענעם העלפן - טוט ער דאם.

אבער אלץ וואם ער טוט איז אן א רצון,

אן א תענוג,

אן א חיות און אן קיין שום מרץ.

ביי אים טוט זיך עם אין אן אופן פון עבודת פרך,

ווייל ער איז שוין לאחר היאוש,

ער וועט סיי ווי פארבלייבן אין מצרים.

קבלת עול און עבודת עבד איז טאקע ראשית העבודה,

אבער ניט מער ווי ראשית העבודה 22 .

נאך דעם דארף און מוז זיין חיות און שמחה.

בשעת א איד לערנט תורה און ער ווייסט אז דורך לימוד התורה ווערט ער פארבונדן מיטן אויבערשטן,

דארף די ידיעה ביי אים ארויסרופן א חיות,

ביז אז אויך א צווייטער וואס גייט פארביי,

זאל זען אז ער טוט עם ניט בלויז מיט קבלת עול,

נאר אויך מיט שמחה.

און אזוי איז בנוגע צו קיום שאר המצוות: וויסנדיק אז ווען מען נעמט א פעל פון א בהמה און מ׳שרייבט אויף איר אן די פיר פרשיות,

מאכט מען דערמיט פון דעם עור הבהמה א כלי צו אלקות,

און דערנאך,

ווען ער טוט אן די תפילין אויף דער לינקער האנט און אויפן קאפ פירט ער אוים דעם רצון העליון 23

-דארף דאס ביי אים ארויםרופן די גרעסטע שמחה.

א איד דארף פילן ווי דורך יעדער ווארט תורה וואם ער לערנט און דורך יעדער מצרה וואס ער איז מקיים נעמט ער איין די גאנצע וועלט 24 ,

ער מאכט קלענער דעם מצרים פון וועלט.

אבער ווען ער שטייט אין א תנועה פון יאוש ר״ל און ער פילט די תורה ומצוות ווי א משא וואס ער מוז זי נעבאך שלעפן מדי יום ביומו,

אן שמחה און אן חיות,

איז עם אן ענין פון עבודת פרך פון מצרים.

באך א העכערער אופן איז - "לעשות מלחמה כנגדן": ניט קענענדיק סובל זיין דעם העלם והסתר וואס פרעה מלך מצרים וחילו מאכן אויף אין וועלט,

קעמפט ער קעגן זיי.

אזא עבודה איז העכער פון "לשוב למצרים",

ווארום ער שטייט ניט אין קיין תנועה פון יאוש,

אדרבה,

ער פילט די שטארקייט פון כחות הקדושה אז זיי קענען באזיגן אלע כחות הטומאה,

ובמילא טוט ער זיין עבודה,

די מלחמה קעגן פרעה וחילו,

מיט א חיות.

דער חסרון אין דעם איז: יעדער אופן עבודה האט זיך זיין צייט,

אז דער אויבערשטער הייסט גיין צום תעבדון את האלקים על ההר הזה,

צו מתן תורה - דארפ׳ן זיך ניט אפשטעלן און זוכן,

פארנעמען זיך מיט אנדערע זאכן.

אז זיין עבודה אין דעם באשטימטן זמן איז צו באלייכטן די וועלט מיטן אור התורה,

האט קיין ארט ניט אנשטאט דעם צו אנהייבן שלאגן זיך מיט מצרים.

ביי אים איז איצט דער זמן פון "ויסעו",

גיין מיט א שריט נענטער צו מתן תורה ומצות - ניט לעשות

(אויפ־ טאן,

אנהייבן)

א מלחמה מיט מצרים.

ומובן,

אז לבד זאת וואס דאמאלם איז געווען דער ציווי פון גיין צום תעבדון את האלקים איז - בכלל א שאד צו אוועקגעבן די צייט און כחות אויף מלחמה,

אויב מען קען דאס אויסנוצן אויף גיין און ווערן מיט א טריט נענטער צו הר סיני.

אויך - ביי א מלחמה איז דא שאדן והיזק אויך ביים צד המנצח; אוי־ סער דעם,

מען קען ניט וויסן פון וואנען עס קומט ביי אים די סברא צו טאן אזא עבודה: וויבאלד ער האט ניט אנגעפ־ רעגט דעם אויבערשטן ומשה עבדו וואט צו טאן,

באר ער טוט אזוי ווייל עם קומט ביי אים אזוי אויס אין זיין שכל און ער שטעלט אויס זיין אייגענע מלחמה־ סטראטעגיע לויט זיין מענטשלעכן שכל - קען דאך זייער זיין אז זיין קאך און מרץ אין דער מלחמה קומען ניט פון צד הקדושה,

נאר ווייל ער איז בטבע הגבורות כו׳ 25 .

און אין דעם קו הגבורה,

איז דאך ניטא דער והן לא - לא הפסיד 26 .

דער העכסטער אופן פון די פיר איז - "נצרוח כנגדן",

תפלה: ער איז באהעפט 27

און פארבונדן מיט דעם אויבערשטן,

און וויל דורכפירן דעם אויבערשטנם רצון.

דערפאר איז ביי אים ניט די תנועה פון "ליפול אל הים",

באווארענען זיך אליין דורך אפשיידך זיך פון וועלט,

ווארום דער רצון העליון איז דאך אז די וועלט זאל זיין א דירה לו יתברך; ניט "לשוב למצרים",

א תנועה פון יאוש ר״ל,

ווארום ער האט דעם בטחון הגמור,

אן קיינע ספיקות,

אז דעם אויבערשטנם רצון וועט זיך זיכער דורכפירן; ניט "לעשות מלחמה כנגדן" דורך אייגענע סטראטעגיעס,

ווארום ער איז דאך באהעפט און אינגאנצן בטל צום אוי־ בערשטן,

איז דאך ניט שייך אז ער זאל האבן אייגענע רצונות.

דעריבער איז זיין עבודה - נישט צו מישן זיף אין סדרי הנהגות העולם און ער גיט איבער אלץ צום אויבערשטן,

נאר ער איז מתפלל און בעט ביי אים,

אז דער אויבערשטער זאל העלפן אין וועלט אלץ וואם עם דארף זיך אויפטאן,

און ער האפט צום אויבערשטן אז ער וועט ממלא זיין זיין בקשה און דער אויבערשטער וועט אויפהויבן די וועלט.

איז כאטש אז דאס איז א תנועה פון ביטול,

ביז ביטול במציאות,

וויבאלד אבער אז ער האט אפגעמאכט בא זיך אז ער,

דער מתפלל,

טוט אין דעם גארניט,

איז ניט דאס דער דרך.

עם דארף זיין - עבודה.

ו.

כאטש מען מאנט פון א אידן ער זאל ניט זיין קיין מציאות פאר זיך,

ער זאל האבן די הכרה אז אלץ וואס ער טוט איז עם ניט בכחו ועוצם ידו נאר "הוא הנותן לך כח לעשות חיל" 28 ,

דער אוי־ בערשטער גיט דעם כח אויר• דעם,

פונ־ דעסטוועגן,

צוזאמען דערמיט,

מאנט מען ביי א אידן עבודה,

ער זאל טאן מיט די כחות וואם מ׳האט עם געגעבן.

א איד איז דאך פארבונדן מיטן אוי־ בערשטן,

און אזוי ווי דער אויבערשטער איז נושא הפכים,

אזוי מאנט מען אויך פון א אידן צוויי קעגנזאצן: ביטול במציאות,

ער זאל וויסן אז אלץ טוט דער אויבערשטער,

און פונדעסטוועגן זאל ביי אים זיין עבודה ויגיעה בכה עצמו דוקא.

על דרך ווי בנוגע צו צרכים הגשמיים פון א אידן,

מאנט מען פון אים צוויי הפכיים: פון איין זייט זאל ער האבן די אמונה פשוטה אז אלץ קומט פון דעם אויבערשטן,

און וויבאלד אז עם קומט פון אויבערשטן,

וואס ער איז תכלית הטוב,

איז דאך אלץ טוב בתכלית - אי וואס לעיני בשר זעט זיך אן אז ס׳איז ח״ו היפך הטוב,

איז אדרבה,

דאם גופא ווייזט אויף א גאר הויכער מדריגה אין טוב

(טוב פון עלמא דאתכסיא),

וואס קען למטה ניט נתגלה ווערן 29

; וביחד עם זה,

מאנט מען ביי א אידן דעם בטחון הגמור,

אן קיינע ספיקות,

אז עם וועט זיין גוט בטוב הנראה והנגלה,

וואם דער מיין פון בטחון איז דאך ניט אז ער איז בוטח אז דער אויבערשטער וועט טאן אזא זאך וואם נאר דער אויבערשטער ווייסט אז ס׳איז גוט,

נאר ער איז בוטח אז דער אויבער־ שטער וועט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה,

אז אויך דער מענטש וועט זען אז ס׳איז טוב.

און דעם בטחון דארף מען האבן אפילו אין אזא צייט ווען אין טבע זעט זיך ניט ח״ו קיין שום אויסזיכט אויף דעם 30 ,

און פונדעסטוועגן איז ער בוטח אז דער אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן,

ווייל דער אויבערשטער איז ניט מוגבל ח״ו ובידו לשנות הטבע.

אויב ס׳זיינען שוין געקומען יסורים ר״ל אויף אים,

דארף ער זיי מקבל זיין בשמחה 31 .

גלויבן באמונה שלימה אז ס׳איז טוב גמור,

אבער כל זמן ס׳זיינען ניט געקומען די יסורים,

איז אפילו בשעת ס׳איז אזוינע אומשטענדן וואם על פי טבע איז ניטא קיין אויסזיכט צו פאר־ מיידן די יסורים,

דארף ער זיין בבטחון גמור,

אז דער אויבערשטער וועט מיט אים מטיב זיין בטוב הנראה והנגלה.

פון א אידן מאנען זיך ביידע זאכן,

ווייל ער איז פארבונדן מיטן אויבערשטן,

וואס ער איז נושא הפכים.

און דעריבער,

איז דער בטחון ניט קיין סתירה צו דער אמונה.

ובכלל איז גאר אדרבה,

בטחון איז מיסודי ועיקרי האמונה.

און אזוי איז אויך בנוגע צו עבודה הרוחנית: צוזאמען מיט דער ידיעה אז "הכל בידי שמים" 32 ,

אז אלץ קומט פון דעם אויבערשטן - און אפילו דער ענין פון "יראת שמים" אויף וועלכן מען איז מסיים "חוץ מיראת שמים",

אז דאס האט מען איבערגעגעבן דעם מענטשן,

איז אויך אין דעם,

קען מען אליין גארניט אויפטאן כנ״ל - אבער,

ביחד עם זה,

פאדערט זיך דוקא עבודה בכח עצמו.

און וויבאלד,

אז ביידע תנועות קומען פון נפש האלקית וואס זי איז חלק אלקה ממש,

נושא הפכיים,

זיינען די צוויי תנועות באמת ניט בסתירה,

אדרבה,

זיי זיינען משלים איינע דער אנדערער.

ז.

דער ציווי מלמעלה דורך משה רבי־ נו איז געווען: "דבר אל בני ישראל וי־ סעו״.

די עבודה דארף זיין - גיין נעענ־ טער אין דער ריכטונג צום הר סיני.

ניט אפשליסן זיך אינגאנצן פון וועלט; ניט ארבעטן אן שום חשק וחיות; ניט ווארפן זיין עבודה ושליחות און פארפירן א מלחמה מיט וועלט און ניט פארלייגן די הענט און צוצולאזן אלץ צום אויבערשטן

(ווי די סברות פון די פיר כתות),

נאר -טאן אין וועלט,

באלייכטן און ברענגען זיך און די וועלט - נענטער צו תורה,

"ויסעו".

און די הנהגה פון ״ויםעו״ ברענגט קריעת ים סוף,

- "הפך ים ליבשה",

- וועלט,

בלייבט טאקע א מציאות,

אבער אין איר ווערט אנטפלעקט דער "ים" 33 ,

דער פארבאהאלטענער כוח אלקי וואס אין איר,

דער כוח הפועל שבנפעל.

וואס דאס ברענגט צום גילוי פון מתן תורה 34 ,

וואם איז א מעין פון דעם גילוי דלעתיד 35 ,

וואס דאן וועט זיך אויספירן די כוונת הבריאה - דירה לו יתברך בתחתונים.

ח.

אלע ענינים פון וועלט זיינען אפ־ הענגיק פון אידן.

דורך דעם וואם א איד פועל׳ט אן ענין ביי זיך,

ווערט דאם זעלבע אויפגעטאן אויך אין וועלט 36 .

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז דער אויפ־ טו פון ״ויםעו״ אויף די סברות פון די ד׳ כתות,

איז ניט נאר מצד דעם עילוי בהעבודה,

נאר אויך מצד דעם עילוי באדם העובד.

דורך דער עבודה פון "וי־ סעו״ דוקא - ווערט דער ענין פון קריעת ים סוף בנפשו,

די באהאלטענע ג־ טלעכקייט פון זיין נפש קומט ארוים לגילוי,

ובמילא טוט זיך אויף קריעת ים סוף אויך אין וועלט.

דער חילוק צווישן דער הנהגה פון די פיר סברות און דער הנהגה פון ״ויסעו״ איז אויך אין דעם,

וואם די פיר סברות קומען פון דעם שכל פון די אנשי הכתות אבער אויף דער סברא פון ״ויסעו״ האט זיך קיינער ניט געכאפט ביז משה רבינו האט עס געזאגט אין דעם אויבערשטנס נאמען.

(א ראי׳ דערצו איז אויך פון דעם וואם אין מכילתא ווערט גערעדט נאר וועגן פיר כתות,

אויב עמעצען וואלט איינגעפאלן די סברא פון "ויסעו",

וואלט דאך געווען אויך א פינפטע כתה).

און אויך דאם איז א הוראה צו אלע דורות: פון די פראבעם - צו וויסן אז ס׳איז כפי אמיתית רצון העליון: בשעת א איד הערט וועגן אן אופן עבודה וואס איז אים ניט איינגעפאלן,

אדרבה,

דאס איז גאר היפך פון זיין טבע און היפך פון זיין רצון,

וואס דערפאר לייגט זיך דאם אויך ניט אפ אין זיין שכל - איז קרוב לודאי,

אז דאס איז דער סדר עבודה וואס דער אויבער־ שטער וויל פון עם,

וואס דעריבער האט די השגחה העליונה אים מזמין געווען צו הערן און זיך דערוויסן וועגן אזא סארט עבודה.

א סדר עבודה וואס לייגט זיך אן קיין הארעוואניע אויף זיין שכל און ער האט אין דעם א חיות,

קען מען ניט זיין זיכער צי דאס קומט פון נפש האלקית אדער פון טבע נפש הבהמית 37

; בשעת אבער ער הערט וועגן אן עבודה וואס איז היפך טבעו,

איז משמע אז דאס קומט צו אים מלמעלה.

און וואם מער אים ווילט זיך ניט דער סארט עבודה - אלץ מער ראי׳ איז עס,

אז דאס איז די עבודה וואס איז נוגע צו אים ביחוד,

וואס דעריבער מאכט אויף דער יצר הרע פארשידענע אנשטרענגונגען,

אז די עבודה זאל אים אנקומען אמשווערסטן 38 .

ט.

עם איז דא א צד השוה פון די אלע סברות פון די פיר פארשידענע כתות,

און דעריבער פארט זיי דער פסוק צונויף צוזאמען: די אלע סברות זיינען געקומען מצד הטבע והשכל און ביי זיי אלע האט געפעלט דער שלימות הביטול און דער אוועקלייג צו מכוון זיין צום אמתית רצון העליון.

און וויבאלד אז עם האט געפעלט אין שלימות הביטול - חסרון באדם העובד - במילא איז אויך די עבודה ניט געווען כפי הרצוי,

עס האט געפעלט די עבודה פון "ויסעו",

וואם ס׳איז געווען דער רצון העליון.

בשעת ס׳איז פאראן דער אמת׳ער ביטול,

אז מ׳וויל מכוון זיין צום רצון העליון,

איז דאן דער אויבערשטער מזמין און גיט אריין בדעת האדם,

אז ביי אים זאל זיך אנהערן אמיתית רצון העליון,

וואס עס קומט כלל ניט מצד טבעו,

ולפעמים איז עם גאר - היפך טבעו.

י.

און דאס איז דער ביאור פון דעם וואם דורך דער עבודה פון ״ויסעו״ טוט זיך אויף קריעת ים סוף בנפשו: יעדער איד בפנימיות נפשו האט דעם ביטול צום רצון העליון.

מער ניט וואס די מענטש־ לעכע טבע,

געוואוינהייטן און שכל פאר־ שטעלן אויף דעם.

איז בשעת ער גייט אוועק פון זיין מצרים אלץ ווייטער,

ער רעכנט זיך ניט מיט זיינע אייגענע ענינים און איז זיך מבטל צום רצון העליון -ווערט דאן נתגלה פנימיות נפשו

(קריעת ים סוף שבנפשו).

און דורך דעם ווערט אויך נתגלה דער אלקות וואם איז פאר־ באהאלטן אין וועלט

(קריעת ים סוף בעולם),

ביז אז "ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר" 39 .

יא.

ברוב השנים איז די קביעות פון יו״ד שבט

(יום ההילולא של כ״ק מו״ח אדמו״ר)

אין פרשת בשלח.

אלע ענינים זיינען דאך בהשגחה פרטית.

זעט מען אויך,

ווי די הנהגה פון דעם רבי׳ן בעל ההילולא און די הוראות וואס ער האט ארויסגעגעבן צו זיינע חסידים ומקושרים זיינען אין דעם סדר פון - "ויסעו".

דער רבי האט געמאנט: ניט אפש־ ליסן זיך פון וועלט,

ניט טאן מיט א געפיל פון עבודת פרך,

פון הכרח,

ניט זיין פארטרונקען נאר מיטן מלחמה האלטן און ניט יוצא זיין בלויז מיט תפלה און בטחון,

נאר טאן מיט א מרץ און חיות אויף צו באלייכטן די וועלט,

צו ברענגען זי מיט א שריט נענטער צו מתן תורה - ביז צו גילוי טעמי תורה,

פנימיות התורה 40 ,

וואס בשלימותן וועלן זיי נתגלה ווערן בביאת המשיח.

און דערצו קען מען צוקומען נאר דורך קריעת ים סוף - גילוי ההעלם שבנפשו.

אויב ער האט געטאן איין מאל און נאך אמאל און ער זעט נאך אלץ ניט אז ער האט עפעס אויפגעטאן צו מאכן ליכטיקער אין וועלט,

דארף ער וויסן,

אז דער חסרון איז אין אים: ער האט נאך ניט מגלה געווען פנימיות נפשו,

ער האט נאך ניט אויסגענוצט זיינע פארבארגענע כחות וואס מ׳גיט יעדער אידן אויף בא־ לייכטן זיך און די וועלט.

יב.

עניני הנשמה ווערן נתגלה דורך תורה.

די כחות הנעלמים שבנפש ווערן נתגלה דורך די ענינים הנעלמים שבתורה.

איז דעריבער,

אין די לעצטע יארן,

ווען מען האלט שוין גאר נאענט צו ביאת וגילוי המשיח און מען דארף באלייכטן און מגלה זיין דעם העלם פון דער גאנצ־ ער וועלט

(קריעת ים סוף שבעולם),

דורך גילוי כחות הנעלמים בנפשו

(קריעת ים סוף שבנפש),

האט מען מלמעלה אנגע־ הייבן מגלה זיין נסתר דתורה,

אויך נסתר וואס אין דעם נגלה שבתורה,

ביז בדורנו דורך דעם רבי׳ן בעל ההילולא,

- כמה הוראות וענינים אין תורה וואס זיינען ביז איצט געווען באהאלטן,

(וכלשון המאמר ד״ה באתי לגני,

שבשביל נצוח המלחמה מגלים אוצרות הכמוסים וחתומים מדור דור),

וואם דורך דעם אלעם ווערט נתגלה דער אוצר של יראת שמים 41

שבנפש האדם,

ובכח זה,

איז מען מנצח די מלחמה,

אז עס שפאלט זיך דער העלם והסתר דלעומת זה; עס ווערט נתגלה דער כח אלקי שבהבריאה,

ביז אז וראו כל בשר

(אפילו),

בביאת משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת יו״ד שבט תשכ"ב)

Reader controls and commentary are loading.