B"H
🏡

Ikar

עמוד 872

א.

ס׳איז ידוע די אגרת הקודש פון בעל שם טוב 1 ,

וואו עם ווערט דערציילט וועגן זיין שאלה וואס ער האט גע־ פרעגט משיח׳ן: "אימתי קא אתי מר?

" ווען וועט משיח קומען?

און די תשובה פון משיח׳ן: "לכשיפוצו מעינותיך חוצה",

אז ער וועט קומען ווען די קוואלן פון חסידות וועלן פארשפרייט ווערן אין דרויסן.

אלע ענינים זיינען דאך מרומז אין תורה 2

: דער תרגום זאגט אויפן פסוק 3

״ובני ישראל יוצאים ביד רמה״,

- "בריש גלי".

שטייט אין ספרים אז אין דעם ווארט "בריש" איז מרומז דער בעל שם טוב: בריש איז ראשי תיבות "ר׳ ישראל בן שרה",

און אויך "ר׳ ישראל בעל שם" 4 .

אויך שטייט אין ספרים,

אז אין דעם ווארט "בריש" איז מרומז דער רשב״י: בריש איז ר״ת "ר׳ שמעון בן יוחאי" 4 .

אויך דער אריז״ל: "ר׳ יצחק בן שלמה".

וואם דורך דער תורה פון רשב״י והאריז״ל 5

וועט קומען די גאולה - "ובני ישראל יוצאים ביד רמה".

כדאיתא בזהר 6

: "האי ספר הזהר יפקון בי׳ מן גלותא ברחמים"

(מיט דעם ספר הזוהר וועט מען ארויסגיין פון גלות מיט רחמים).

רשב״י און אויך דער אריז״ל האבן דאך מגלה געווען פנימיות התורה נאר צו יחידי סגולה,

און דאם אויך מיט הגבלות,

גילוי המשיח וועט דאך זיין נאר ווען פנימיות התורה וועט נתגלה ווערן אין אן אופן פון הפצה דוקא 7 ,

און אומעטום ביז אין חוצה,

און דער ענין האט זיר אנגעהויבן פון דעם בעל שם טוב,

וואם ער האט אנגעהויבן מגלה זיין חסידות צו אלע־ מען,

אן הגבלות.

ב.

אין תורה איז אלץ בדיוק.

איז דאך אויך מדויק דאס וואס דער רמז פון רשב״י,

האריז״ל און פון בעל שם טוב איז ניט אין דעם לשון הפסוק נאר אין תרגום.

פשטות הכתוב רעדט וועגן יציאת מצרים.

נאר ווייל גלות מצרים איז א שורש צו אלע גליות 8 ,

און יציאת מצרים איז א שורש צו אלע גאולות,

איז אין דעם פסוק פון יציאת מצרים אויך מרומז די גאולה העתידה דורך משיח צדקנו.

אין תרגום איז אבער די גאולה העתידה מרומז מער בגילוי.

די איבערזע־ צונג פון דער תורה פון לשון הקודש אויף א גלות־שפראך,

אין תרגום,

איז געווען צוליב דעם וואם אין זמן הגלות האבן ניט אלע פארשטאנען לשון קודש.

דאס מיינט,

אז דורך תרגום האט מען ממשיך געווען תורה און לשון קודש אויך אין א לשון חול,

אז אויך פון חול זאל ווערן קודש 9 .

און דאס איז א הכנה צו דער גאולה העתידה.

ביי גאולת מצרים איז דער רע גע־ בליבן בתקפו,

וואם דערפאר האבן די אידן געדארפט אנטלויפן פון דעם רע 10

- "כי ברח העם".

אנדערש וועט זיין אין דער גאולה העתידה,

וואס אויף דע־ מאלט שטייט 11

: "ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ",

רע און טומאה וועט דאן אינגאנצן פארשווינדן.

און דערפאר וועט מען ביי דער גאולה העתידה ניט דארפן אנטלויפן - "כי לא בחפזון תצאו ובמנוסה לא תלכון" 12 ,

נאר "וראו כל בשר יחדיו" 13 ,

אז אויך דער בשר הגשמי דא למטה וועט זען אלקות במוחש.

און דעריבער זיינען דוקא אין תרגום מרומז די נעמען פון רשב״י,

האריז״ל און בעל שם טוב,

ווייל זייער תורה דארף זיין אין אן אופן פון "יפוצו מעינותיך חוצה"

(ניט אנטלויפן פון חוץ,

נאר אדרבה,

דארט פארשפרייטן די מעיינות פון פנימיות התורה),

אזוי ווי דער תרגום ברענגט אריין לשון קודש און תורה אין חול און אין חוצה,

וואס דורך דעם וועט זיין די גאולה העתידה.

ג.

א איד האט מיר געשריבן אין א בריוו,

אז אין דעם ווארט "בריש" איז אויך מרומז דער רבי בעל ההילולא: ר׳ - רבי,

י׳ - יוסף יצחק,

ב׳ - בן,

ש׳ -שלום

(דובער)

און אויך שטערנא שרה

(דעם רבי׳נס מוטער).

הגם אז בדרך כלל איז ניט קיין דרך צו מאכן אייגענע ר״ת ורמזים,

אבער בנוגע ענינים וואס מצד עצמם זיינען זיי קלאר און ריכטיק,

האט אן ארט צו זאגן וועגן דעם אויך א רמז.

- יעדע הנהגה ודרך אין וועלט,

איז געשמאקער אויב מען געפינט דוגמתם

(על כל פנים א ווייטע דוגמא)

בעניני תורה.

קען מען זאגן בעניננו: דאס איז על דרך ווי דער רמב״ם זאגט בהקדמתו לפירוש המשניות,

וועגן אתרוג,

הדס וכו/ וואס די גמרא דרש׳נט זיי ארויס פון פסוק,

איז ניט דער פשט,

אז אן די דרשות האט מען ניט געוואוסט וואם עם מיינט "פרי עץ הדר וכו"/ נאר אידן האבן בכל הדורות געוואוסט בקבלה פון משה רבינו דור אחר דור וואס עם זיינען די ד׳ מינים,

נאר אזוי ווי אלץ איז דאך מרומז אין תורה,

האבן די חכמים גע־ זוכט און געפונען א רמז אויף דעם אויך פון פסוקי התורה.

ד.

ווי דערמאנט פריער,

איז די התחלה פון מגלה זיין חסידות צו אלע־ מען,

אן קיינע הגבלות,

האט זיך אנגע־ הויבן פון דעם בעל שם טוב.

וכידוע,

אז דער בעש״ט איז געגאנגען מעיר לעיר ומכפר לכפר,

און גערעדט ענינים פון תורת החסידות אויך צו אנשים פשוטים ביותר.

נאר בכדי אז די אנשים פשוטים זאלן עס קענען באגרייפן,

האט דער בעל שם טוב די ענינים פון חסידות אראפגעטראגן לויט זייער ערך,

אין סיפורים,

קורצע תורה־ווערטער והדומה,

און אין דעם זיינען געווען רזין און רזין דרזין.

די הנהגה פון מעזריטשער מגיד -תלמיד און ממלא מקום פון בעל שם טוב - איז געווען,

צו ריידן חסידות בגלוי

(ניט אנגעטאן אין לבושים פון סיפורים וכדומה),

דאס איז אבער גע־ ווען נאר פאר זיינע תלמידים,

וגדולי תורה,

אבער ניט פאר אלעמען.

די הנהגה פון דעם אלטן רבי׳ן -תלמידו וממלא מקום פון מגיד - און די רביים ממלאי מקומו,

איז געווען צו אנטאן עניני חסידות אין שכל,

אז אויך שכל אנושי זאל קענען באגרייפן תורת החסידות.

און דאס איז דער אויפטו פון חסידות חב״ד,

צו מגלה זיין חסידות פאר אלע אידן,

ניט נאר פאר יחידי סגולה,

וואס זיינען שייף צו דעם מצד גודל נשמתם אדער מצד עבודתם.

ובפרט איז דאם געווען אזוי נאך דער גאולה פון י״ט כסלו 14 .

און דורך דעם האט זיך במשך הזמן אלץ מער פארגרעסערט און פארבריי־ טערט דער קרייז פון די וואס לערנען מעינות תורת החסידות,

וגדול לימוד שמביא לידי מעשה,

די הנהגה חסידו־ תית.

פונדעסטוועגן,

איז תורת החסידות פארט ניט געווען אויף אזויפיל צוגענ־ גלעך פאר אלעמען,

ווייל נאר בעלי שכל האבן געקענט פארשטיין תורת החסידות.

דרכי החסידות זיינען געווען פאר אלעמען,

אויך פאר אנשים פשוטים,

אבער תורת החסידות האבן גע־ קענט פארשטיין נאר בעלי שכל.

אויך בנוגע צו מפרסם זיין חסידות איז גע־ ווען א חילוק צווישן חסידים און ניט חסידים.

דער חוג פון חסידים האט זיך טאקע געהאלטן אין איין פארגרעסערן,

עם זיינען אבער נאך אלץ פארבליבן צוויי חוגים: חסידים און ניט חסידים.

די הנהגה פון רבי׳ן בעל ההילולא איז געווען צו ריידן חסידות פאר אלע־ מען,

אן קיינע הגבלות.

אומעטום וואו דער רבי איז געקומען האט ער גערעדט חסידות,

ניט רעכענענדיק זיך צי ס׳איז א חסידישער ארט צי ניט.

נאך מערער: דער רבי האט ספעציעל געלייגט גרויס מי אז אויך די,

וואס עס האט זיי נאך געפעלט אין קיום המצות,

זאלן לערנען תורת החסידות.

ער האט אראפגעטראגן און געגעבן צו פארשטיין חסידות אויך פאר די וואס עם פעלט זיי אין ידיעה,

ביז אז אפילו די וואם פארשטייען ניט קיין לשון קודש און אפילו ניט קיין אידיש,

האט דער רבי געהייסן פאר זיי איבערזעצן חסידות בשפת המדינה.

און בדרך אפשר קען מען זאגן,

אז אין דעם גלייכט זיך אויס די הנהגה פון רבי׳ן מיט דער הנהגה פון דעם בעש״ט: זיי האבן ביידע גערעדט תורת החסידות אין אן אופן וואם איז צוגעפאסט פאר אלעמען,

אויך פאר אנשים פשוטים,

און אויך האבן זיי ביידע מפיץ געווען חסידות אין אלע קרייזן - אן הגבלות.

אנדערע רביים האבן געמאכט צוגענג־ לעך פאר אלעמען,

אויך פאר אנשים פשוטים,

דעם גיין און לעבן אין די דרכי החסידות.

דער בעש״ט און דער רבי,

האבן ניט נאר דרכי החסידות נאר אויך תורת החסידות געגעבן צו אלע אידן.

ה.

דער בעש״ט האט,

ווי געזאגט,

אראפגעטראגן און מלביש געווען חסידות אין סיפורים וכדומה,

און זיי דער־ ציילט פאר אנשים פשוטים און אין קורצע תורה־ווערטער.

איז הגם אז אין די תורה־ווערטער און אפילו אין די סיפורים זיינען טאקע געווען רזין דרזין,

האבן אבער די אנשים פשוטים פון זיי גענומען בגלוי די סיפורים,

אדער דעם קורצן ווארט,

און ניט די פנימיות,

די סודות וואס זיינען געווען אין דעם תורה־ווארט אדער אין די סיפורים.

דער רבי אבער,

האט מגלה געווען תורת החסידות אז אלע זאלן דאס קע־ נען פארשטיין.

ער האט עם טאקע אראפגעטראגן אין גרינגע ענינים אין פשוט׳ע אותיות,

אבער דאך האבן די מקבלים באנומען אז עס רעדט זיך חסידות,

און על כל פנים אפם קצהו פון די רזין האבן אויך זיי גענומען פון דעם.

דאס הייסט,

אז דעם שטעל אין הפצת תורת החסידות אין אזא אופן וואס פאדערט זיך אלם הכנה קרובה וסמוכה ממש צו ביאת המשיח - וואס משיח וועט דאך קומען בגלוי און בגלוי צו אלע אידן,

וואס דעריבער דארף אויך די הכנה דערצו,

די הפצה פון תורת החסידות,

זיין צו אלע אידן אין אן אפע־ נעם אופן - דעם שטעל האט גענומען דער רבי.

דער רבי איז געווען דער וואם האט גענומען דעם אבן טוב שבכתר המלך,

וואס איז דעם הענגט אפ די גאנצע חשיבות פון כתר וכמשל הידוע 15 ,

און אים אראפגעטראגן ביז אין ענגליש און פראנצויזיש וכו׳.

איז דאך פארשטאנדיק,

אז דער רבי איז געווען דער וואס האט געמאכט די לעצטע,

ממש די לעצטע הכנה צו דער גאולה,

גאולה האמתית,

וואס זי איז דאך ווי דער רמב״ם פסק׳נט אפ קלאר ווי זי וועט זיך אנהויבן און דעם גאנצן סדר ווי די גאולה וועט אנגײן 16

:

(דער אנהויב וועט זיין)

עס וועט אויפשטיין א מלך פון בית דוד,

וואס לערנט תורה און איז עוסק אין מצוות - ווי דוד זיין פאטער - לויט דער תורה שבכתב און

(תורה)

שבעל־פה; און ער וועט צווינגען אלע אידן צו גיין אין איר

(וועג פון דער תורה)

און צו מחזק זיין אירע שפאלטן; און וועט מלחמה האלטן די מלחמות ה׳ כו׳ און מצליח זיין און בויען דעם מקדש אויף זיין ארט און צונויפזאמלען די פארוואגלטע אידן כו׳ און וועט מתקן זיין די גאנצע וועלט צו דינען דעם אויבערשטן כו'.

און ווי דער נביא זאגט אז די איצטי־ קע גאולה וועט זיין כימי צאתך מארץ מצרים - אין אן אופן וואס - אראנו נפלאות 17 ,

א גאולה ביד רמה און בריש גלי,

דורך משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת יו"ד שבט תשי״ב)

Reader controls and commentary are loading.