א.
ווען משה רבינו האט איבערגעגעבן צו פרעה די רייד פון דעם אוי־ בערשטן,
אז ער וועט ברענגען אויף מצרים די מכת בכורות,
האט ער אויך אנגעגעבן די צייט ווען די מכה וועט קומען,
בחצות - אין מיטן דער נאכט;
(נאר צוליב דעם וואס די אצטגניני
(שטערן־זעער)
פרעה קענען א טעות האבן אין דער פינקטלעכקייט פון דער צייט,
האט משה רבינו געזאגט 1
"כחצות הלילה וגו'",
אז דאס וועט פאסירן אתם האלבע נאכט).
איז ניט פארשטאנדיק: צוליב וואס האט מען בכלל געדארפט אנגעבן פרעה׳ן די צייט ווען מכת בכורות וועט זיך אנהויבן?
ער האט דאך געקענט זאגן סתם - ווי ביי די אנדערע מכות -אז דער אויבערשטער וועט ברענגען די מכה אויף מצרים,
ניט אנגעבנדיק דער־ ביי די צייט.
זעט מען דערפון,
אז מכת בכורות האט א ספעציעלע שייכות מיטן זמן פון חצות הלילה,
אויף אזויפיל,
אז בכדי צו איבערגעבן פרעה׳ן וועגן אט - דער מכה האט מען דערביי געמוזט אנגעבן דעם זמן
(מער ניט צוליב "שמא יטעו אצטגניני פרעה",
האט משה גע־ זאגט "כחצות הלילה וגו׳").
נאך געפינען מיר ביי מכת בכורות,
אנדערש ווי ביי די אלע אנדערע מכות,
א)
ביי דער מכה האבן די אידן גע־ דארפט מאכן א באזונדערן צייכן אויף זייערע הייזער - דעם דם מילה און דם פון קרבן פסח 2
"על שתי המזוזות ועל המשקוף״ - בכדי די מכה וואס וועט קומען אויף די מצריים זאל ניט שאטן די אידן.
ב)
דער אויבערשטער האט אנגעזאגט 3
: "ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בוקר",
אז די גאנצע נאכט זאלן די אידן ניט ארויסגיין פון זייערע הייזער,
ווארום "מאחר שניתנה רשות למשחית אינו מבחין בין צדיקים לרשעים" 4 ,
וויבאלד אז ס׳איז געגעבן געווארן רשות צום משחית,
מאכט ער ניט קיין אונטערשייד צווישן א צדיק און א
(255,
255,
255)
;">רשע,
און אויך אידן האבן געקענט געטראפן ווערן פון דער מכה.
ולכאורה: אויך פון די אנדערע מכות האבן די אידן ניט געליטן.
די מכות זיינען געווען נאר פאר די מצריים.
איז דאך אויך ביי די איבעריקע מכות געווען ניתנה רשות למשחית,
און פונדעסטוועגן האבן די אידן ניט גע־ דארפט האבן קיין ספעציעלע באווארע־ נישן צו באשיצן זיי פון משחית - פאר־ וואס דוקא ביי מכת בכורות האבן די אידן דאס יא געדארפט האבן?
און אין וואס באשטייט דער חילוק און נויטי־ קייט פון די צוויי זאכן: א)
לא תצאו גו׳.
ב)
דער צייכן פון דם מילה ופסח.
ב.
דער חילוק צווישן מכת בכורות און די איבעריקע מכות איז:
די אנדערע מכות זיינען ניט געווען אין אזא אופן וואס קען הייסן "ניתנה רשות למשחית".
אפילו די מכות וואס האבן אנגערירט ניט בלויז ממונם של מצרים נאר אויך זייער לעבן - ווי למשל ערוב - איז דאך אבער דער משחית געווען באגרעניצט אין דער השחתה,
עס האט זיך דורכגעפירט דורך א באשטימ־ טע באגרעניצטע 5
זאך
(צפרדע,
כנים א.
א.
וו.).
ער האט געהאט רשות צו מזיק זיין אדער הרג׳ענען די מצריים נאר אויף דעם וועג פון דער באטרעפנדער מכה 6 .
דערפאר איז דאם ניט "ניתנה רשות למשחית".
דאקעגן ביי מכת בכורות האט מען אים געגעבן רשות - מען געפינט ניט קיינע הגבלות אין דעם אופן ווי צו טויטן די בכורי מצרים.
און וויבאלד אז "ניתנה רשות למשחית",
האבן די אידן געדארפט א באווארעניש,
בכדי ער זאל ניט מזיק זיין אויך אידן.
א טיפערער חילוק איז: די מטרה פון די מכות איז בעיקר ניט געווען צו שלאגן די מצריים,
נאר בכדי מען זאל וויסן "כי אני הוי׳",
ווי עם שטייט אויך בפירוש ביי אייניקע פון די מכות 7
: "בזאת תדע וגו"׳,
"למען תדע וגו"׳,
"בעבור תדע וגו"׳.
דעריבער האט מען דאס ניט געדארפט פאר די אידן,
ווייל אידן האבן שוין אן דעם געהאט די ידיעה אין אלקות 8 .
און אין דעם גופא איז מחולק מכת בכורות פון די ניין מכות: בא זיי איז דער געש־ לאגענער אליין ניט נאבד געווארן לגמרי און אויך ער עצמו האט געהאט די תועלת פון דער ידיעה.
ביי מכת בכורות אבער איז געוועד ומת כל בכור גו׳.
די מטרה פון מכת בכורות איז געווען אויך צו טויטן די בכורי מצרים,
צו מאבד זיין זיי לגמרי - און ניט בכדי זיי בעצמם זאלן דורך דעם וויסן "כי אני הוי"׳.
דער־ פאר האט מען דא געדארפט באווארע־ נען א מעגליכע טענה פון מדת הדין: "מה נשתנו אלו מאלו",
מיט וואם זיינען - בנוגע צו דעם עונש
(ניט בנוגע דער ידיעה)
- די אידן אנדערש פון די בכורי מצרים,
ווייל אויך די אידן אין מצרים זיינען געווען פארזונקען אין קליפה 9 ,
"אלו עובדי ע״ז וכו"׳ 10
; און דעריבער איז געווען אן ארט,
אז דער שליח פון מדת הדין,
דער משחית,
זאל ניט לאזן אונטערשיידן צווישן די מצריים און אידן.
(הגם ס׳שטייט 11
: "ועברתי וגו׳ והכיתי כל בכור וגו׳ אעשה שפטים אני הוי׳״ -און די חז״ל 12
לערנען דערפון ארויס: "אני ולא מלאך וכו׳ אני הוא ולא אחר",
אז די מכת בכורות האט דער אויבער־ שטער אליין געבראכט אריף מצרים,
פונ־ דעסטוועגן,
איז דער משחית אויך גע־ ווען דערביי און געקאנט מקטרג זיין 13 ,
און צוליב דעם האבן געדארפט זיין די באווארענישן,
אז דער משחית זאל ניט האבן קיין צוטריט).
אין דעם איז געווען צוויי ענינים: א)
בכלל אין ארץ מצרים איז געווען ״ניתנה רשות״,
אן הגבלות - העלפט ניט קיין אות,
ווייל אינו מבחין כו׳ אלע גלייך - איז די עצה נאר לא תצאו גו׳.
ב)
אין די הייזער פון די אידן,
וואס ביי דעם איז געווען א הגבלה 14
"ופסחתי עליכם",
איך וועל איבערשפרינגען אי־ בער אייך - איז דאך ניטא דער רשות למשחית - במילא קען זיין הבחנה,
אן אונטערשייד צווישן אידן און מצרים.
און דער אונטערשייד איז פארבונדן מיט דעם אות.
ג.
עס איז אבער נאך אלץ ניט מובן: וויבאלד אז די טענה פון מדת הדין,
"מה נשתנו אלו מאלו",
האט געהאט אן ארט,
איז ווי אזוי האט דער "אות" געקענטבאשיצן די אידן פון דער טענה און פון איר תוצאה - מכת בכורות?
דער ענט־ פער אויף דעם איז,
אז מכת בכורות איז געקומען פון אזא מדריגה אין אלקות -״הקב״ה בכבודו ובעצמו״ - וואס איז אינגאנצן העכער פון השתלשלות,
למעלה פון מדת הדין און במילא איז דאמאלסט לגמרי קיין ארט ניטא פאר טענות פון מדת הדין.
טענות פון שכל קענען תופס מקום זיין אין די מדריגות פון סדר השתלשלות וואם זיי זיינען געמאסטן און באגרענעצט.
אבער הע־ כער פון סדר השתלשלות,
וואם איז גע־ ווען בשעת מכת בכורות,
איז דארט ניט שייך קיין שכל׳דיקע טענות.
און דאם איז דער ביאור אויף דעם וואס מכת בכורות איז געווען בחצות הלילה דוקא,
ווייל פונקט אין דער רגע פון חצות הלילה איז מאיר דער אור שלמעלה מהשתלשלות,
וואם דערפאר קען די רגע מחבר זיין די ביידע האלבע נעכט - חסד און גבורה.
די ערשטע האלבע נאכט איז דער זמן פון מדת הגבורה,
וואס דערפאר זעען מיר,
אז דאן ווערט וואם ווייטער אלץ פינסטערער; די צווייטע האלבע נאכט איז מאיר מדת החסד,
און דעריבער הויבט דאן אן וועח אלץ ליכטיקער און ליכטיקער - און די רגע פון חצות פאראייניקט ביידע קעגנ־ זאצן פון חסד און גבורה,
ווייל אין איר איז מאיר דער אור וואס איז העכער פון השתלשלות.
וכידוע,
אז דער וואס איז מחבר צוויי ענינים הפכיים מוז ער אליין זיין העכער פון ביידע הגבלות 15 .
דאס מיינט,
אז ביי מכת בכורות האט מאיר געווען די עצמיות׳דיקע אהבה פון דעם אויבערשטן צו אידן,
אזא אהבה וואס איז העכער פון אלע טעמים און אלע חשבונות.
און מצד דער אהבה עצמית,
איז אפילו ווען שכל פרעגט "מה נשתנו אלו מאלו",
"הלוא אח עשו ליעקב״ 16
- זיי זיינען דאך ביידע גלייך - זאגט אבער דער אויבערשטער: "ואוהב את יעקב ואת עשו שנאתי",
ער האט ליב אידן - ווייל זיי זיינען זיינע קינדער,
"בנים אתם לה׳ אלקיכם" 17 ,
און די אהבה פון א פאטער צו קינדער איז אן עצמיות׳דיקע אהבה וואס קען ניט אפגעפרעגט און ניט אנגערירט ווערן פון קיין שום שכל׳דיקן טעם און טענה.
דערפאר האט משה רבינו געדארפט דערמאנען פאר פרעה׳ן די צייט ווען מכת בכורות וועט קומען,
"כחצות הלילה",
צו מרמז זיין אז דאס וועט זיין א גילוי פון למעלה מהשתלשלות.
ווארום אן דעם רמז אויף דעם העכערן אור וואלט פרעה וחרטומיו ניט געקענט גלויבן,
אז א מכה,
וואס איר מטרה איז צו מאבד זיין קליפה,
און אין דער צייט וואם "ניתנה רשות למשחית",
זאל ניט אנרירן די אידן,
כאטש "לא נשתנו אלו מאלו".
צוליב דעם האט משה רבינו געזאגט ״כחצות הלילה״,
אן אור -העכער פון השתלשלות.
ד.
עס האט אבער געמוזט זיין אז אידן זאלן האבן אן אות.
דער ביאור אין דעם:
אלע ג־טלעכע המשכות וואס קומעןמל מעלה ווערן נמשך נאר דורך דער עבודה פון אידן דא למטה.
אויך די גילויים פון למעלה מהשתלשלות,
ביז דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן צו אידן,
מוז מען דערצו האבן עבודה -הגם אז זייענדיק אן עצמיות׳דיקע אהבה,
איז זי דאך אלע מאל גאנץ,
פונדעסטוועגן פאדערט זיך עבודה למטה בכדי די אהבה זאל זיין בגילוי
(און זאל נתקבל ווערן בפנימיות)
למטה.
אבער,
די עבודה מוז זיין ענלעך צו דער המשכה - אן עבודה העכער פון טעם ודעת,
ד.
ה.
העכער פון השתלשלות כחות פנימיים ביי דעם אידן.
דערפאר איז אויך דער צייכן אויף די אידישע הייזער אין דער נאכט פון מכת בכורות באשטאנען - דם מילה און דם פסח,
ווייל זיי האבן אויסגעדריקט דעם פארבונד פון אידן מיט דעם אויבערשטן אין אן אופן פון למעלה מטעם ודעת: דער כריתת ברית פון א אידן מיט דעם אויבערשטן דורך מצות מילה איז א פאר־ בונד וואס איז העכער פון שכל
(ווי מיר זעען עם פון דעם וואס די מצוה איז צו מל זיין א אידיש קינד צו אכט טעג ווען ער איז נאך לגמרי ניט קיין בר־שכל) 18
; אזוי איז אויך די מצוה פון קרבן פסח געווען דעמאלט אין אן אופן פון מסירת נפש,
העכער פאר טעם ודעת,
ווייל די שעפסן פאר דעם קרבן פסח זיינען געווען "תועבת מצרים",
די עבודה זרה פון מצרים,
און די אידן האבן גענומען דעם שעפס,
אים געהאלטן פיר טעג פאר די אויגן פון די מצריים,
און געזאגט אפן אז זיי גייען אים שחט׳ן און מקריב זיין פאר דעם אויבערשטן.
איז דאך דאס אן עבודה פון מסירת נפש בפועל.
און די עבודה פון מסירת נפש בגילוי,
למעלה מטעם ודעת פון אידן,
האט אויך מלמעלה ארויסגערופן בגילוי די אהבה עצמית למעלה מטעם ודעת,
וואס דאס איז דער גילוי פון חצות הלילה.
ה.
דערמיט וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון די מאמרי חז״ל בנוגע דעם זכות אין וועלכן אידן זיינען אויס־ געלייזט געווארן פון מצרים.
אמאל זאגן חז״ל 19
: "בזכות האמונה נגאלו אבותינו ממצרים",
אז די גאולה איז געווען אין זכות פון דער אמונה פון אידן אין בשורת הגאולה
("ויאמן העם וישמעו כי פקד ה׳") 20 ,
און אמאל זאגן חז״ל 21
אז זיי זיינען נגאל געווארן בזכות די צוויי דמים,
דם פסח און דם מילה,
("בדמיך חיי וגו׳") 22 .
ווייל די ביידע ענינים,
סיי אמונה און סיי די דמים פון פסח און מילה,
זיינען העכער פון טעם ודעת.
אמונה בכלל איז העכער פאר שכל און בפרט די אמונה פון אידן אין דער גאולה זייענדיק אין גלות מצרים.
על פי טבע איז געווען אוממעגלעך אז די אידן זאלן קענען באפרייט ווערן פון מצרים,
ווארום "לא הי׳ עבד יכול לברוח ממצרים" 23
- אפילו איין קנעכט האט פון דארט ניט געקענט אנטלויפן - און מכל־שכן ששים רבוא.
דערצו איז גרינג צו פארשטעלן זיך ווי די אידן זיינען דאן געווען צעבראכן פון קושי הגלות והשעבוד בכלל,
און גאר באזונדער די צעבראכנקייט און יסורים פון גזירת פרעה אויף די קליינע קינדער
(וואם די טבע בני אדם איז צו מוותר זיין אויף אלץ,
אבי עם זאל ח״ו ניט שאטן זיינע קינדער און ספעציעל קליינע קינדער).
און ניט קוקנדיק אויף זייער גרויסער צעבראכנקייט,
און זייער שטרענגער אפגעשלאסנקייט אין שווערן גלות פון מצרים,
האבן די אידן געגלויבט מיט אן אמונה פשוטה אין דער בשורת הגאולה פון משה רבינו,
אז דער אויבערשטער וועט זיי באפרייען און ארויסנעמען פון גלות.
האט די אמונה פשוטה וואם איז למעלה מטעם ודעת ארויסגערופן אויך למעלה די אהבה עצמית וואס העכער פון טעם ודעת,
הגם על פי שכל האט גע־ קענט זיין א טענה: "מה נשתנו אלו מאלו".
אבער,
כנ״ל,
בכדי אז די אהבה עצמית,
פרן למעלה מהשתלשלות,
זאל אראפקומען און ווירקן דורך סדר השתלשלות,
ביז עס זאל פון איר קענען זיין בפועל ממש למטה גאולת ישראל,
האט אויך ביי די אידן זייער עצמיות׳דיקער פארבונד מיט דעם אויבערשטן גע־ דארפט אראפקומען בגילוי און ווירקן אויף זייערע כחות פנימיים ביז אין אן ענין של פועל.
און דאס האבן די אידן געטאן דורך זייער עבודה אין מצות פסח און מצות מילה - דער פארבונד פון למעלה מן השכל דורכגעפירט אין עשי׳ בפועל.
ו.
אויפן פסוק "ויהי בחצי הלילה" ברענגט די מכילתא צוויי דעות: א)
"יוצרו חלקו"
(דער באשעפער האט די נאכט צעטיילט)
; ב)
"יודע עתותיו ושעותיו הוא חלקו"
(דער וואם ווייסט זיינע צייטן און זיינע שעות האט צע־ טיילט די נאכט).
און דער רדב״ז איז מבאר 24
- דעם אונטערשייד פון די ביידע דעות: לויט דער ערשטער דעה האט דער אויבערשטער,
וואס ער איז דער באשע־ פער פון דער נאכט,
אפגעשטעלט אויף א קורצע וויילע דעם גלגל
(דעם ארומ־ קרייז פון צבא השמים),
מבטל געווען דעם ענין פון זמן,
און דאם האט אפגע־ טיילט,
אויף א קענטיקן אופן,
די ערשטע האלבע נאכט פון דער צווייטער; לויט דער צווייטער דעה האט מען דא קיין נס ניט געדארפט,
נאר דער אויבערשטער,
וואס ער איז "יודע עתותיו ושעותיו",
האט ער מצמצם און מכוון געווען צו דער גענויער האלבער נאכט - הגם אז א מענטש קען עם ניט באווייזן - און אין אט־דעם פינקטלעכן מאמענט האט ער געשלאגן די בכורי מצרים.
וואס איז דער חילוק בפנימיות פון די צוויי דעות?
וביחוד: צוליב וואס האט מען געדארפט דעם נם פון יוצרו חלקו?
ז.
דער ביאור פון די ביידע דעות:
דאס איז געוויס,
אז די המשכה אין דער צייט פון מכת בכורות איז געקומען פון אן ארט וואס איז העכער פון השתלשלות,
ווי פריער גערעדט באריכות.
די דעות טיילן זיך אבער פאנאנדער,
אין וואס פאר אן אופן איז די המשכה אראפגעקומען למטה.
לויט דער דעה אז "יוצרו חלקו",
איז אויך למטה די המשכה געווען בגילוי אין אן אופן פון למעלה מן הטבע און למעלה מן הזמן,
ווייל טבע און זמן זיינען ניט קיין כלים צו אזא אור שלמעלה מהשתלשלות,
האט דעריבער דער אויבערשטער אפ־ געשטעלט דעם גלגל,
מבטל געווען זמן און טבע.
לויט דער צווייטער דעה,
איז עם ניט געווען קיין ביטול הטבע,
נאר די המשכה פון למעלה מהשתלשלות איז נמשך און נתגלה געווארן אין די לבושים פון טבע
(על דרך ווי ס׳איז געווען ביי דעם נס פון פורים).
און אין דעם צווייטן אופן איז פאראן א באזונ־ דער מעלה,
וואם טבע גופא איז דער־ הויבן געווארן - טבע איז געווארן א כלי צו למעלה מן הטבע.
וויבאלד אז "אלו ואלו דברי אלקים חיים",
זיינען אין דעם גילוי פון חצי הלילה געווען ביידע מעלות
(נאך העכער ווי אין נס פון פורים)
: דער אור שלמעלה מהשתלשלות האט זיך אנגעטאן אין טבע אין א פנימיות
("יודע עתותיו ושעותיו"),
דער אור האט אבער אויך מאיר געווען דורך טבע בגילוי
(יוצרו חלקו).
דער טעם דערפון איז: מכת בכורות,
די לעצטע מכה,
איז געווען דער אנ־ הויב פון יציאת מצרים.
וואס דער תכלית פון יציאת מצרים איז מתן תורה,
ווי עס שטייט 25
: "בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה",
און דער ענין פון מתן תורה איז דאך צו מחבר זיין מעלה און מטה 26 ,
דער חיבור פון אלקות שלמעלה מהטבע מיט טבע,
דעריבער איז אויך בשעת מכת בכורות געווען דער גלוי׳די־ קער חיבור פון מעלה מיט מטה דורך ביידע ענינים צוזאמען - "יוצרו" און "יודע עתותיו ושעותיו".
וואס דאס האט מען אויך געזען ביי יציאת מצרים בכלל: אויך נאך דער גאולה פון מצרים איז דאם לאנד מצרים ניט בטל געווארן,
זי איז פארבליבן א מלוכה אויך שפעטער.
און פונדעסט־ וועגן,
אין דער זעלבער צייט ווען מצרים איז געווען בתקפה און "לא הי׳ עבד יכול לברוח ממצרים",
זיינען ארויסגע־ גאנגען ששים רבוא,
אויסער פרויען און קינדער - און דאס איז געווען "ביד רמה".
ח.
ווי געזאגט פריער,
איז דער גילוי שלמעלה מהשתלשלות בשעת יציאת מצרים געקומען דורך דם מילה און דם פסח.
וויבאלד אז אין דעם גילוי פון חצות איז געווען בגלוי די התכל־ לות פון מעלה מיט מטה,
מוז מען זאגן,
אז אויך די עבודה פון אמונה און מסירת נפש למעלה מטעם ודעת דורך דם מילה ודם פסח איז געווען אין אזא אופן,
וואם האט דורכגענומען אויך די כחות פנימיים,
ביז צו די גאר נידעריק־ סטע ענינים 27 ,
וואס דעריבער האט עס אויך למעלה גע׳פועל׳ט,
אז דער גילוי שלמעלה מהשתלשלות האט דורכגענו־ מען אויך די לבושי הטבע.
די עבודה פון ברית מילה,
ווי שוין גערעדט באריכות 28 ,
איז צו דורכנעמען דעם בשר הגשמי ביז "יסוד סיומא דגופא" 29
ארן דעם בשר הגשמי פארבינדן כביכול מיט דעם אויבערשטן אין א "ברית עולם",
למעלה מטעם ודעת.
נאך מערער איז געווען קענטיק דער פאר־ בונד שלמעלה מטעם ודעת מיט גאר נידעריק - אין דער עבודה פרן דם פסח; מ׳האט גענומען א שה,
א זאך וואס איז דרויסן אפילו פון דעם גוף האדם,
-״סיומא דגופא״ איז נאך אלץ א טייל פון מענטשן,
אבער שה איז א זאך וואס געהערט צו חלקו בעולם - און נאך נידעריקער - דעם שה האבן די מצריים געמאכט פאר זייער עבודה זרה,
און אויך דאם האבן די אידן געמאכט פאר א כלי צו דער מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.
וואס דאס איז אויך וואס מיר זעען,
אז קרבן פסח איז אנדערש פון אלע אנדערע קרבנות 30
דערמיט,
וואס "שלא בא מתחילתו אלא לאכילה".
אלע קרב־ נות איז מצות אכילה ביי זיי א מצוה נוספת צום עיקר הקרבן.
אבער ביי קרבן פסח איז דער גאנצער קרבן צוליב אכילת הפסח.
דאס איז דער ענין פון קרבן פסח,
אז אין עניני אכילה,
וואס אין זיי איז דער אדם שוה לבהמה 31 ,
זאל זיך אויסדריקן די אמונה ומסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.
ט.
מ׳האט שולן גערעדט כמה פעמים 32 ,
אז אמיתית ענין החרות איז,
אז ניט נאר די נשמה זאל זיין פריי פון די הגבלות פון גוף און נפש הבהמית,
נאר עם דארפן אויך באפרייט ווערן דער גוף און נפש הבהמית,
און אויך חלקו בעולם,
פון די ענינים וואם פארשטעלן אויף אלקות - אויך אין זיי זאל זיך דערהערן דער גילוי הנשמה.
און די הכנה צום אמת׳ן חירות - פון דער נשמה,
גוף ונפש הבהמית און חלקו בעולם - איז געווען גילוי האמונה
(גילוי הנשמה),
וואס האט זיך אויסגע־ דריקט ביז אין מילה
(יסוד סיומא דגו־ פא),
און אויך אין שה,
דבר שחוץ ממנו
(חלקו בעולם) 33 .
און וויבאלד אז דער כח אויף אראפ־ קומען זייער נידעריק נעמט זיך פון זייער הויך,
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז ווי הויך ס׳איז דער כוח פון מילה וואס פועל׳ט און איז מגלה אלקות אויך אין בשר הגשמי ביז "יסוד סיומא דגו־ פא״ - איז דער כוח פון קרבן פסח,
נאף העכער - דערמיט,
וואס ער איז ממשיך אלקות אויך אין דעם דרויסן פון מענטשן,
אין חלקו בעולם.
און דוקא דורך דעם פירט זיך אויס אמיתית ענין החירות,
און ווי שוין גערעדט 34 ,
אז כל־זמן דער "רכוש גדול",
חלקו בעולם,
איז נאך ניט ארויס פון מצרים,
פעלט עס אין דער שלימות פון חירות.
און דערפאר געפינען מיר,
אז דם מילה איז געווען א הכנה,
א צוגרייטונג צו דם פסח,
ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש 35 ,
אז בשעת אידן האבן געוואלט עסן דעם קרבן פסח און משה האט זיי געזאגט אז זיי מוזן זיך פריער מל זיין,
האבן זיך די אידן דאן מל געווען.
וואס א הכנה איז דאך קלענער ווי די זאך צוליב וועלכע מען איז זיך מכין.
י.
כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות.
די גאולה העתידה בקרוב וועט זיין בדומה צו יציאת מצרים.
פונקט ווי יציאת מצרים איז געקומען בזכות האמונה,
וואס איז נתגלה געווארן און אראפגעקומען אויך אין כהות פנימיים ביז אין כהות היותר תחתונים
(מילה),
און אויך אין ענינים וואם אויסער דעם מענטשן
(פסח)
- אזוי וועט אויך די גאולה העתידה קומען בזכות האמונה; אז ניט קוקנדיק אויף דעם גרויסן העלם והסתר פון אונזער גלות וועט מען מעורר זיין די אמונה פשוטה אין ביאת המשיח,
אז "הנה זה עומד אחר כתלנו" 36 ,
אז אט־אט קומט ער שוין,
ער שטייט שוין הינטער דער וואנט.
און די אמונה וועט ניט בלייבן אין אן אופן פון מקיף,
נאר זי וועט נתגלה ווערן אין די כחות פנימיים,
אנהויבנדיק פון הבנה והשגה,
מדות,
ביז צו ווירקן אויף אלע,
אפילו די נידעריק־ סטע כחות
(מילה).
און דאם קומט דורך לערנען חסידות באופן פון הבנה והשגה,
חסידות חב״ד 37 ,
וואם זי איז מגלה די אמונה און איז זי ממשיך אויך אין די כחות פנימיים חב״ד,
ביז עם ווירקט אויך אויף אלע כחות,
לשנות טבע מדותיו.
און דאס איז מען ממשיך אויך אין חוצה
(פסח),
וואס די הפצת המעינות חוצה,
וועט ברענגען - כהבטחת מלכא משיחא - דעם "אתי מר",
בקרוב ממש.
(מלוקט משיחות אחש״פ תשכ״א ותשכ׳ב)