B"H
🏡

Ikar

עמוד 854

א.

אין סוף פון דער פריערדיקער סדרה

(פ׳ שמות)

ווערט דערציילט וועגן דער שאלה וואם משה רבינו האט געפרעגט ביי דעם אויבערשטן: "למה הרעות לעם הזה וגו׳".

דער שטורם פון שאלת משה איז געווען: ווי קומט עם אז פון דעם אויבער־ שטענס א שליחות און - דורך משה׳ן און וועגן גאולת מצרים -זאל קענען ארויסקומען אן ענין פון ״הרעות״ - פון רע,

וויבאלד אז די שליחות איז געווען וועגן גאולת מצרים,

א גאולה וואם איז כולה טוב 1

; דורך א שליח - משה רבינו,

וואס אויף אים שטייט: ״ותרא אותו כי טוב הוא״,

אינ־ גאנצען טוב,

באלד ביי זיין געבוירן ווערן איז ער געווען נאר טוב 2

; און דער משלח איז דאך געווען דער אויבער־ שטער,

"בכבודו ובעצמו"

(ווייל צוליב דעם וואס אידן אין מצרים זיינען געווען פארזונקען אין "מ״ט שערי טומאה" 3 ,

האט זייער גאולה ניט געקענט קומען בסדר השתלשלות,

פון אזא מדריגה פון אלקות וואם איז אנגעטאן אין וועלט

(וואם במילא איז דארט דא אן ארט פאר קטרוגים פון מדת הדין),

און די גאולה האט געמוזט קומען פון דעם אויבערשטן אליין) 4 ,

וואם ער איז דאך אודאי כולו טוב וחסד

("בחי׳ עתיק",

"לית שמאלא בהאי עתיקא") 5 .

דעריבער ווערט די שאלה,

וויבאלד אז סיי די שליחות,

סיי דער שליח און מכל שכן דער משלח אליין זיינען אינגאנצן טוב - ווי אזוי האט פון דעם געקענט ארויסקומען אן ענין פון רע,

"הרעות"?

אויף דעם איז געקומען דער ענטפער

(אין אנהויב פון היינטיקער סדרה)

פון דעם אויבערשטן: "ויאמר אליו אני הוי׳,

וארא אל אברהם וגו׳ ושמי הוי׳ לא נודעתי להם וגם הקמתי וגו"׳.

דער אוי־ בערשטער האט געענטפערט צו משה׳ן,

אז אברהם יצחק ויעקב האבן געהאט א סך נסיונות און פונדעסטוועגן האבן זיי קיין קשיות ניט געפרעגט,

"חבל על דא־ בדין ולא משתכחין" 6 .

איז דא ניט פארשטאנדיק:

א)

פארוואס האט טאקע משה רבינו געפרעגט א קשיא?

משה רבינו האט דאך געהאט א העכערע מדריגה ווי די אבות - ער איז דאך געווען דער "שביעי"

(דער זיבעטער פון אברהם אבינו),

און די חז״ל זאגן 7

: "כל השביעין חביביך׳,

אז דער "שביעי" איז באזונדער חביב,

ווייל זיין מדריגה איז העכער פון די פריערדיקע זעקס - און וויבאלד אז די אבות האבן ניט געפרעגט,

ווי קומט עס וואס משה רבינו האט יא געפרעגט "למה הרעות"?

ב)

וויבאלד אז דער אויבערשטער האט מיט זיין ענטפער צו משה׳ן אז די אבות האבן ניט געפרעגט קיין קשיות,

אונטע־ רגעשטרייכט די מעלה פון די אבות,

האט ער דאך אנשטאט "וארא גו׳ ואל יעקב",

געדארפט זאגן דעם נאמען "ישראל",

וואס איז דער שם המעלה וואס ווייזט אויף א העכערער מדריגה ווי יעקב 8 .

ג)

אלע סיפורים פון תורה זיינען דאך א הוראה 9

פאר יעדער אידן,

און בפרט איז עם אזוי בנוגע אט דעם סיפור - ווייל ס׳איז ידוע אז די תורה וויל ניט זאגן א דבר מגונה אפילו ווען זי רעדט וועגן א בהמה 10 ,

און אודאי איז עס אזוי ווען עם רעדט זיך להבדיל וועגן א אידן,

וואס איז אויסדערוויילט פון אלע נבראים,

און מכל שכן וועגן משה רבינו,

דער אויס־ דערוויילטער פון אלע אידן; פונדעסט־ וועגן האט זיך די תורה דא ניט אפגע-האלטן פון דערציילן אן ענין וואס איז ניט בשבחו פון משה רבינו,

מוז מען דאך זאגן אז עם איז א הכרח גמור אין דעם - און דאם איז צוליב צו געבן דערמיט א הוראה פאר יעדער אידן בכל דור ודור: אז די הנהגה וואם איז אנגע־ נומען בא דעם אויבערשטן איז צו אויס־ קלייבן דעם וועג פון די אבות,

און ניט פרעגן קיין שום קשיות.

איז עס לכאורה זייער שווער צו פארשטיין: ווי אזוי איז שייך אז יעדער איד,

ובפרט אין דעם דור פון "עקבתא דמשי־ חא",

זאל האבן די ברירה צו אויסקלייבן זיך איינעם פון די צוויי דרכים,

דעם דרך פון די אבות אדער דעם דרך פון משה רבינו?

אמת טאקע,

די רז״ל זאגן 11

: ״אין דור שאין בו כאברהם וכו׳ כיעקב ואין דור שאין בו כמשה",

אז ס׳איז ניטא קיין דור וואס אין אים איז ניט פאראן אזא ווי אברהם,

ווי יעקב,

און ס׳איז ניטא אזא דור וואס אין אים איז ניט פאראן אזא ווי משה - דערמיט מיינט מען דאך אבער נאר יחידי סגולה.

די תורה איז דאך אבער געגעבן געווארן צו אלע,

"תורה על הרוב תדבר",

די הוראות פון תורה רעכענען זיך

(בעיקר)

מיט די אייגענ־ שאפטן פון דער מערהייט אידן.

איז ווי אזוי קען מען דאם זאגן צו רוב ישראל,

אז זיי זאלן פאר זיך ניט אויסקלייבן דעם וועג פון משה רבינו

(נאר דעם וועג פון די אבות)?

ב.

דער חילוק צווישן די אבות און משה רבינו איז: די מדריגה פון משה רבינו איז חכמה

(ווי משה האט געזאגט אויף זיך 12

: ״ונחנו מה״ - ער האט אנגעהערט דעם מ״ה דחכמה),

וואס דערפאר איז דורך אים געגעבן געווארן די תורה,

וואס זי איז דעם אויבערשטנ׳ס חכמה; און דער ענין פון די אבות בערך פון משה׳ן - איז מדות:

די עבודה פון אברהם אבינו איז געווען בעיקר אין דעם קו פון חסד און אהבה.

ער האט געדינט דעם אוי־ בערשטן מיט אהבה,

ווי עם שטייט 13

: "אברהם אוהבי",

און אויך בנוגע זיין אויפפירונג מיט מענטשן,

האט ער גומל חסד געווען מיט אלעמען,

סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.

די עבודה פון יצחק אבינו איז גע־ ווען בעיקר אין דעם קו פון גבורה און יראה,

ווי עס שטייט«: "ופחד יצחק",

אז ער האט געדינט דעם אויבערשטן מיט פחד און יראה.

און דערפאר האט ער אויך אין וועלט ניט געקענט סובל זיין קיין שום רע,

אפילו בדקות,

וואס צוליב דעם זיינען ביי אים טונקל געווארן די אויגן פון דער ע״ז פון עשו׳ם נשים,

ער האט ניט געקענט פארטראגן קיין רויך פון עבודה זרה פון בנות כנען* 14 .

און די עבודה פון יעקב אבינו איז געווען בעיקר אין דעם קו פון תפארת,

רחמים,

וואס איז כלול פון חסד און גבורה,

דערפאר האט ער געזאגט": "אלקי אבי אלקי אברהם ופחד יצחק הי׳ לי",

אז זיין מדה האט כולל געווען ביידע מדות,

פון אברהם און יצחק.

דערפאר זיינען אלע זיינע ענינים גע־ ווען בשלימות,

״מטתו שלימה״ 15 ,

װײל דורך אזא עבודה וואם נעמט ארום ביידע קעגענגעזעצטע מדות,

קען מען דורכגיין אלע שוועריקייטן און אלע נסיונות - סיי די נסיונות פון עשירות און הרחבה ביי לבנ׳ען

(חסד),

ווי עס שטייט 16

: "ויפרוץ האיש מאד מאד"; סיי דעם נסיון פון דוחק און צער

(גבורה),

ווען עשו איז געגאנגען קעגן אים ״וארבע מאות איש עמו״ — ארן פונדעסטוועגן בלייבן גאנץ,

ווי ס׳שטייט": "ויבא יעקב שלם".

ג.

כאטש די אבות האבן געלערנט תורה,

ווי די חז״ל זאגן 18

"שזימן הקב״ה לאברהם אבינו ב׳ כליותיו כשני חכמים והיו מבינות אותו ויועצות אותו ומלמדות אותו חכמה",

אז זיינע ביידע נירן האבן,

ווי צוויי חכמים,

אים געלערנט און געגעבן צו פארשטיין די חכמה פון תורה; אויך זאגן חז״ל 19

: "מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם וכו׳ אברהם אבינו זקן ויושב בישיבה היה וכו׳ יצחק אבינו וכו׳ יעקב אבינו וכו׳",

אז פון זינט די טעג פון אונזערע אבות איז ביי זיי געווען א ישיבה צו לערנען תורה וכו׳ אברהם אבינו האט געלערנט תורה וכו׳ און אזוי אויך יצחק און יעקב.

פון דער צווייטער זייט,

געפינט מען אויך ביי משה רבינו די עבודה פון מדות - סיי אין דעם קו פון חסד,

ווי עס שטייט 20

״וירא בםבלותם״ אז משה רבי־ נו האט צוגעטראגן זיינע אויגן און הארץ צו ווייטיקן פאר זיי,

און סיי אין דעם קו פון גבורה,

ווי עם שטייט 21

: "ויאמר לרשע למה תכה רעך",

אז משה רבינו האט מוכיח געווען דעם אידן וואם האט געהויבן א האנד אויף א צווייטן אידן - פונדעסטוועגן זיינען די אבות און משה רבינו פאנאנדערגע־ טיילט אין זייער עיקר ענין: דער עיקר ענין פון משה רבינו איז חכמה,

און ער איז געווען דער וואם האט געגעבן צו אידן די תורה און דעריבער ווערט אויך די תורה גערופן אויף זיין נאמען: "זכרו תורת משה עבדי" 22

; און דער עיקר ענין פון די אבות איז מדות און דערמיט איז מען זיי אויך מתאר - "אברהם אוהבי" אא״וו - און אט דעם דרך פון דינען דעם אויבערשטן מיט מדות האבן זיי געמאכט ירש׳נען אלע אידן 23 .

ד.

לויט דעם אז אבות איז עיקר ענינם מדות,

און משה רבינו - חכמה,

וועט מען פארשטיין דעם טעם פאר־ וואס משה רבינו,

וואם איז געווען העכער אין מדריגה פון די אבות,

האט יא געפרעגט "למה הרעות" און די אבות האבן קיין שאלות ניט גע־ פרעגט: אין מדריגה איז טאקע משה רבינו געווען העכער פון די אבות,

אבער צוליב דעם גופא,

וואס זיין עיקר ענין איז חכמה ושכל,

האט ער געפרעגט די שאלה - ווייל די טבע פון שכל איז צו וועלן פארשטיין יעדע זאך,

איז בשעת עם קומט א זאך וואס ער האט אויף דעם ניט קיין טעם אין שכל,

שטערט עס אים פון צו גיין ווייטער אין זיין עבודה.

דאס איז געווען שאלת משה - ער האט גע־ וואלט אן ענטפער אויף זיין שאלה בכדי ער זאל קענען רוייטער ממשיך זיין אין זיין עבודה - דער עבודה פון חכמה דקדושה.

ה.

אויף דעם איז געקומען דער ענט־ פער מלמעלה: "וידבר אלקים אל משה ויאמר אליו אני הוי׳ וגו׳ ושמי הוי׳ לא נודעתי להם״ - פאר מתן תורה איז געווען דער גילוי פון שם אלקים און ניט פון שם הוי׳,

"ושמי הוי׳ לא נודעתי להם״; און איצט ביי מתן תורה - וואם האט זיך אנגעהויבן שוין מיט בשורת הגאולה - איז געווארן דער גילוי פון שם הוי׳ "ויאמר אליו אני הוי'".

שם אלקים ווייזט אויף אן אור מוגבל וואס טוט זיך אן אין עולמות 24 ,

אלקים בגימט׳ הטבע 25 ,

און מצד שם אלקים איז יעדער זאך באגרענעצט אין איר ענין וואם טיילט איר אפ פון א צווייטער זאך,

וואס דערפאר איז אלקים לשון רבים,

ווי עס שטייט 26

״אלקים קדושים",

ווייל מצד דעם שם אלקים איז פאראן דער ענין פון רבים צוליב זייערע פארשידענקייטן.

אבער שם הוי׳ ווייזט אויף העכער פון הגבלה און התחלקות,

הוי׳ - הי׳ הוה ויהי׳ כאחד,

ווייל דאס איז אן אור וואס איז העכער פון עולמות.

און דער אור איז נתגלה געווארן ביי מתן תורה,

וואס דעריבער איז ביי מ״ת אראפגענומען גע־ ווארן די גזירה 27

וואס האט פאנאנדער־ געטיילט מעלה מיט מטה,

וואס אין כחות הנפש איז עם שכל מיט מדות.

און דאם האט דער אויבערשטער געזאגט צו משה רבינו,

אז איצטער,

ווען מ׳האלט בא דער גאולה וואם זי איז דאך בזכות און צוליב מתן תורה 28 ,

איז אפילו דער וואס עיקר ענינו איז חכמה ושכל,

דארף ביי אים זיין די התכללות פון טבע המדות,

ער זאל ניט פרעגן קיין שאלות.

דערמיט ווערט אויך רעכט דער לשון הכתוב "וארא וגו׳ ואל יעקב" און ניט דעם שם המעלה "ישראל": דער אויבער־ שטער האט געמאנט פון משה רבינו,

מדריגת החכמה,

אז ביי אים זאל זיין די התכללות פון טבע המדות,

מדריגת חמדות,

אין אן אופן פון קבלת עול פון יעקב.

ניט די מדריגה פון ישראל - "לי ראש״ 29 ,

נאר יעקב - "יו״ד עקב" 30 ,

עם זאל ביי אים זיין דער חיבור פון עליון מיט תחתון,

רגל ועקב,

אז אויך אין זיין שכל וחכמה זאל זיין די תנועה פון קבלת עול וואם אין רגל ועקב.

ו.

נאך אן עיקרית׳דיקע מעלה איז דא אין טבע המדות אויף טבע השכל,

און דער אויבערשטער האט פארלאנגט פון משה רבינו,

אז כאטש ער איז חכמה ושכל,

זאל ביי אים זיין אויך די מעלה פון מדות:

יעדער כח פון די כהות הנפש וואם טוען זיך אן אין גוף פון א מענטשן,

האט א באזונדערן אבר וועלכער איז צוגע־ פאסט צו דעם כח וואס טוט זיף אן אין אים.

דעריבער איז פון דעם געבוי פון די אברים כלליים פון גוף,

קען מען האבן א פארשטאנד אין די אלגעמיינע כחות הנפש וואס טוען זיך אן אין זיי - שכל און מדות.

מוח און לב באווירקן אלע אברים.

פונדעסטוועגן איז פאראן א גרויסער חילוק צווישן זיי: "לבא פליג לכל שיי־ פין" 31 ,

די הארץ טיילט אויס איר חיות און השפעה צו אלע אברים,

און ס׳איז ניטא קיין זאך וואם זאל איר דערצו שטערן; מה שאין כן מוח,

הגם אז ער איז דער ערשטער פון די "תלת שליטין" 32

פון די דריי הויפט־אברים וואס געוועל־ טיקן אויפן גאנצן גוף - איז אבער דא דער ״מיצר הגרון״ 33

(דער ענגער דורכ־ גאנג צווישן קאפ און הארץ),

וואם שטערט צו דער ווירקונג פון קאפ אויפן הארץ

(וואם ערשט ווען די השפעה קומט אין הארץ ווערט זי נאך דעם פאנאנדער־ געטיילט "לכל שייפין").

דערפון איז פארשטאנדיק אויך אין כחות הנפש שכל און מדות: מדות מאנען ארויס טאן בפועל ממש - אהבה ברענגט צו "ועשה טוב" און יראה צו "סור מרע" 34

; אבער שכל אליין,

צוליב דעם וואם זיין זאך איז צו פאראיינציקן זיף מיט דעם ענין וואס ער לערנט,

דעריבער איז ניט בלויז וואם שכל מאנט ניט ארויס קיין טאן בפועל ממש - הגם ער פארשטייט ווי דער מענטש דארף זיך אויפפירן - נאר אדרבה,

די אפגעטראגנקייט פון דעם שכל און זיין פאראיינציקן זיך מיטן גע־ שמאק פון דעם מושכל אין וועלכן ער ליגט,

שטערט צום אראפלאזן זיך און אראפברענגען דעם פארשטאנד לפועל 35 .

ווי בן עזאי האט געזאגט 36

: "ומה אעשה שנפשי חשקה בתורה׳/ אז זיין געשמאק אין לערנען תורה האט אים געשטערט צו חתונה האבן,

הגם אז ער האט גע־ וואוסט אז "לשבת יצרה",

דער אויבער־ שטער האט באשאפן די וועלט אז זי זאל זיין באזעצט.

דערפאר האבן חז״ל באזונדער בא־ ווארענט בנוגע צו לימוד התורה: "כל האומר אין לי אלא תורה אפי׳ תורה אין לו" 37

(דער וואס זאגט איך האב נלויז תורה,

האט ער קיין תורה אויך ניט),

ווייל צוליב דער טבע פון שכל צו זיין שטענדיק אין א תנועה פון אפגעטראגע־ נקייט,

איז מעגלעך אז דער לומד תורה זאל זיך באנוגענען מיטן לערנען תורה אליין,

דעריבער זאגט מען אים,

אז ער מוז אויך טאן אין גמילות חסדים,

ער מוז הארעווען קעגן זיין נאטור און זיך עוסק זיין אין עבודה בפועל.

ז.

צוליב דער תכונה פון מדות,

וואס זיי ברענגען ארוים א פועל ממש,

ווערן אברהם יצחק און יעקב,

וואס עיקר ענינם איז מדות,

גערופן מיטן נאמען אבות

(ווי דער מאמר רז״ל 38

"אין קוראין אבות אלא לשלשה"),

ווייל זיי ברענגען תולדות.

און דאס דריקט זיך אויס אין צוויי־ ערליי ענינים:

א)

ביי זיי אליין האבן די מדות ארויסגעמאנט מעשים טובים בפועל ממש,

ווי די חז״ל זאגן 39

: "תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים"; ב)

זיי האבן געטאן אויך מיט א זולת,

וואס דאס איז אויך דער מיין פון אבות כפשוטו,

אז זייער ענין האבן זיי געמאכט ירש׳נען זייערע קינדער און קינדם־קינדער עד עולם.

ח.

על פי זה וועט מען פארשטיין וואס רש״י זאגט אין אנהויב סדרה: "וא־ רא,

אל האבות".

שטעלן זיך אויף דעם כמה מפרשים און פרעגן: וואס איז דא רש״י מוסיף אויפן פסוק אליין - "וארא אל אברהם אל יצחק ואל יעקב"?

אנדערע ווילן זאגן,

אז רש״י איז דא מקצר בלשונו אין דעם ערשטן האלבן פסוק ווייל בעיקר שטעלט ער זיך אויף די ווערטער: "בא־ל ש־די ושמי הוי׳ לא נודעתי להם".

דאס איז דאך אבער ניט מובן,

ווייל רש״י האט זיף באלד געקענט שטעלן אויף די וויי־ טערדיקע ווערטער,

און אינגאנצן ניט ברענגען די ערשטע ווערטער פון פסוק.

און בפרט לויט דעם ווי ס׳איז ידוע פון של״ה,

און נאכמער,

פון דעם אלטן רבי׳ן און די רביים שלאחריו,

וואם זיי האבן מפליג געווען אויף וויפיל עס איז מדוייק יעדער ווארט און אות אין פירוש רש״י - מאנט זיר אודאי א ביאור: וואם גיט דא צו רש״י מיט זיינע ווערטער "אל האבות"?

איז דער פירוש אין דעם: רש״י וויל דא אונטערשטרייכן,

אז דער עיקר־מעלה פון אברהם יצחק ויעקב איז וואס זיי זיינען "אבות".

הגם יעדער איינער פון זיי האט זיך געהאט די פרטיות׳דיקע מעלה פון זיין עבודה,

אברהם אין חסד,

יצחק אין גבורה און יעקב אין תפארת,

און ביי יעדערן פון זיי איז זיין מדה געווען בתכלית השלימות און בלי גבול - פונדעסטוועגן איז ניט דאם זייער עיקר־מעלה,

נאר דאם וואם זיי זיינען - אבות.

על דרך ווי עס שטייט ביי אב־ רהם׳ען,

דעם ערשטן פון די אבות 40

: "כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו וגו׳",

דער אויבערשטער האט אברהם׳ען ליב,

ולמה?

ווייל ער טוט אנזאגן זיינע קינדער און זיין הויז־ געזינד נאך אים,

און ער דערמאנט ניט די מעלה פון זיין עבודה פרטית.

און הגם אין פסוק שטייט ניט מפורש דאס ווארט "אבות",

איז עס רש״י מפרש ומגלה אין דעם פסוק: דער עיקר מעלה פון אברהם יצחק און יעקב - מדות,

איז דאס וואס זיי זיינען אבות,

זיי ברענגען תולדות.

ט.

אין דעם וואם דער אויבערשטער האט געמאנט ביי משה רבינו,

אז אויך ביי אים זאל זיין די טבע המדות,

כאטש זיין ענין איז חכמה ושכל,

זיינען פאראן צוויי ענינים: א)

ביי אים זאלן זיך ניט שטעלן קיין שאלות,

נאר נעמען מיט קבלת עול,

ווי גערעדט פריער.

ב)

ער זאל שטיין אין א תנועה פון המשכה למטה,

ווי מיר געפינען אז משה רבינו נאך מתן תורה האט זיך פארנומען מיט ענינים פון דא למטה - מער אפילו ווי די אבות.

די אבות כאטש זייער ענין איז מדות,

זיינען זיי געווען רועי צאן און אין א געוויסער מאס אפגעטראגן פון וועלט - משה אבער האט מבאר געווען די תורה "בשבעים לשון" 41

פאר דער גאנצער וועלט.

ובהנוגע אידן איז דאך געווען: תאמר אלי שאהו בחיקך גו׳ 42 .

און דאם זיינען אריך די צוויי אויסש־ פראכן אין מדרש 27

בנוגע דעם חיבור מעלה און מטה וואס האט זיך אויפגע־ טאן ביי מתן תורה: א)

"העליונים ירדו למטה״ - דאס זעלבע אויך בא עולם קטן זה האדם: שכל,

וואס זיין טבע איז אפ־ געטראגענקייט און שטיין אין אן עלי/ זאל אראפקומען למטה צו טאן אין פועל ממש.

ב)

״ותחתונים יעלו למעלה״ - אז די טבע פון "רגל",

וואם איז דער נידע־ ריקסטער פון די אברי האדם און פאלגט אוים אלע הוראות פון קאפ ניט פרעגע־ נדיק פארוואס,

זאל אט־די טבע פון רגל התחתון אויך זיין אין דעם ראש וואס איז דער עליון פון דעם מענטשן - אז אויך אין שכל זאל זיין די תנועה צו טאן אלץ מיט קבלת עול אן צו פרעגן פארוואס.

י.

און דאס איז די הוראה פאר אלע אידן:

ס׳זיינען דאך פאראן אלערליי סוגים ביי אידן 43 ,

פון "ראשיכם שבטיכם" ביז "חוטב עציך ושואב מימיך".

מאנט מען ביי די "עליונים",

די העכערע בעלי מדריגה,

"ראשיכם שבטיכם",

אז "ירדו למטה״ זיי זאלן זיך פארנעמען מיט אנ־ דערע אידן אפילו מיט די וואס זיינען "חוטב עציך ושואב מימיך"; און ביי די "תחתונים",

ביי די נידעריגע בעלי מדריגה,

מאנט מען אז ״יעלו למעלה״,

- זיי זאלן לערנען תורה,

און ניט נאר תורה הנגלית,

נאר אויך פנימיות התורה,

און מ׳מאנט ביי זיי ניט נאר קיום המצות סתם,

נאר בהידור דוקא.

ביי יעדן אידן מאנט מען "כל חלב להוי׳",

אלע זיינע בעסטע כחות זאל ער אפגעבן דעם אוי־ בערשטן,

אז זיין תורה און מצוות זאלן זיין מן המובחר 44 .

און אויך ביים סוג פון "ראשיכם שבטיכם" גופא,

וואס בכללות זיינען דאס די יושבי אהל,

מאנט מען דעם חיבור פון עליון ותחתון: טאן מיט וועלט,

און אז אין זייער שכל זאל זיין די תנועה פון קבלת עול,

ווי פריער גערעדט.

און דעם כח צו מחבר זיין ביידע קצוות פון מעלה און מטה האט יעדער איד דורך דעם וואס דער אויבערשטער האט צו משה רבינו באוויזן "עד הים האחרון",

זאגן די רז״ל 45

: "עד היום האחרון",

אז ער האט געזען אלע אידישע דורות ביז ביאת המשיח - וואס כידוע,

אז "מראות עיניהם של צדיקים" 46 ,

די ראי׳ פון א צדיק פועל׳ט און גיט א כח - איז דורך דעם וואס משה רבינו האט געזען אלע אידן,

אויך די אידן פון עקבתא דמשיחא,

האט ער זיי געגעבן דעם כח צו קענען מחבר זיין מעלה מיט מטה.

און אט די הנהגה

(חיבור מוחין ומדות)

ברענגט די גאולה,

און אלע פיר לשונות של גאולה וואס ווערן אויסגע־ רעכנט ווייטער אין דער פרשה,

און מען גייט ארוים פרן אלע מצרים וגבולים 47

ביז ״והבאתי אתכם אל הארץ״ - כימי צאתך מארץ מצרים דורך משיח צדקנו בקרוב ממש.

יא.

דער ענין הנ״ל איז פארבונדן אויך מיט ר״ח שבט.

בעשתי עשר חדש באחד לחדש הואיל משה באר את התורה הזאת,

און חז״ל זיינען מבאר 41 ,

אז אין דעם טאג

(ראש חדש שבט)

האט משה רבינו איבערגעזעצט די תורה אויף אלע שבעים לשונות.

ולכאורה,

צוליב וואס האט ער עם געדארפט טאן?

אלע אידן האבן דאך דאן גערעדט לשון קודש,

און זיי זיינען געגאנגען איינצו־ נעמען די איין און דרייסיק מלכים פון ארץ ישראל,

אין אן אופן פון לא תחי׳ כל נשמה,

איז צוליב וועמען האט מען געדארפט איבערזעצן די תורה?

און אפילו אויב מען האט דאם שוין יא געדארפט טאן,

האט דאך דאס געקענט טאן אן אנדערער און ניט משה רבינו אליין,

וואט ביי אים איז דאך יעדער רגע געווען זייער אויסגערעכנט ובפרט נאך אין אזא זמן ווי ראש חדש וואס איז העכער פון יום המעשה 48

ביז אז יש נהגו ניט צו טאן אין דעם טאג קיין מלאכה 49

ובפרט נשים 50 .

פאר דעם דור הפלגה האבן אלע מענטשן גערעדט לשון הקודש 51 .

נאר פון דעם חטא פון דור הפלגה איז ארויסגעקומען א פירוד והתחלקות,

"אשר לא ידע איש שפת רעהו",

עם זיינען געווארן פארשידענע אפגעטייל־ טע לשונות,

היפך פון אחדות פון קדושה,

הוי׳ אחד.

אידן,

"גוי אחד",

זיי־ נען ממשיך,

דורך תורה אחת,

דעם הוי׳ אחד אויך "בארץ",

אז אויך אין ארץ הגשמית ווערט אחדות.

אבער דורך דעם וואם דער דור הפלגה האט מורד געווען בהוי׳ אחד,

איז געווארן התחלקות ופירוד אין וועלט,

און דערפון זיינען ארויסגעקומען די שבעים לשון *51 .

און דאס מיינט וואם משה רבינו האט איבערגעזעצט די תורה פון לשון קודש אויף שבעים לשון: ער האט ממשיך געווען אחדות - לשון קודש,

אויך אין די ערטער פון פירוד - שבעים לשון,

אז אויך דארטן זאל דערהערט ווערן הוי׳ אחד,

דורך תורה אחת 52 .

און דאם האט געמוזט געטאן ווערן דורך משה דוקא און ניט דורך קיין אנדערן,

צוליב צוויי טעמים:

א)

ווייל דאם איז דער אויפטו פון מ״ת,

אז עם זאל זיין די התכללות פון עליונים מיט תחתונים

(וואם דעריבער האט דער אויבערשטער געמאנט ביי משה רבינו אז ביי אים זאל זיין אויך ענין האבות,

די התכללות פון חכמה ושכל מיט מדות).

און דעריבער האט דוקא משה אליין,

וואס ער איז די העכסטע מדריגה פון חכמה ושכל,

געמוזט זיך אראפלאזן ביז צו שבעים לשון.

ב)

נאר משה רבינו קען ממשיך זיין אחדות הוי׳ ביז אין מקום הפירוד,

און ניט קיין אנדערער,

ווארום ווער קען אראפקומען ״למטה מטה ביותר״ - נאר דער וואס איז אליין "גבוה גבוה ביותר" 53 .

כידוע דער משל,

אז מסביר זיין א שכל צו א גרעסערן אדער א מיטעלן תלמיד,

קען אויך א חכם בינוני; אבער מסביר זיין א גאר טיפן שכל צו א גאנץ קליינעם תלמיד,

קען דוקא נאר גאר א גרויסער חכם.

א חכם וואם ער איז ניט גדול בחכמה ביותר וועט דעם שכל ניט קענען אראפטראגן צום תלמיד קטן,

און אויב ער וועט עס יא פרואוון טאן,

וועט די טיפקייט פון דעם שכל פארלוירן גיין אין זיינע רייד.

אזוי איז עס אויך אין נמשל,

אז נאר משה רבינו האט געקענט מעתיק זיין און ממשיך זיין לשון הקודש אין דעם מקום הפירוד פון די שבעים לשון 54 .

יב.

מען האט שוין גערעדט כמה פעמים,

אז דער טעם פארוואס דער ערש־ טער טאג פון חודש ווערט גערופן ראש חודש איז,

ווייל דער טאג איז כולל אין זיך אלע טעג פון חודש,

אזוי ווי די קאפ פון א מענטשן איז אין זיך כולל דעם חיות פון אלע אברי הגוף.

דעם צענטן טאג פון חודש שבט איז דער יום ההילולא פון כ״ק מו״ח אדמו״ר.

זעט מען די באזונדערע שייכות פון דעם טאג עשירי בשבט מיט דעם טאג פון ראש חודש,

ווען משה רבינו,

דער ערשטער נשיא ישראל,

האט מעתיק געווען די תורה פון לשון קודש אין שבעים לשון.

"אתפשטו־ תא דמשה בכל דרא" 55 .

דער נשיא פון אונזער דור,

כ״ק מו״ח אדמו״ר,

דער בעל ההילולא פון יו״ד שבט,

האט זיך עוסק געווען אין די טיפסטע ענינים פון גליא און פנימיות התורה און צוזאמען דער־ מיט האט ער "מעתיק" געווען תורה,

סיי גליא און סיי פנימיות,

אויף די פארשי־ דענע ״שפראכן״ ביז למטה ביותר - פאר תינוקות שנשבו אא״וו.

און די הנהגה האט דער רבי אויך געמאנט פון די חסידים און מקושרים,

אז אויך ביי זיי זאל זיין די התכללות פון ביידע קצוות צוזאמען: זיי זאלן הארעווען אין די טיפסטע ענינים פון נגלה און חסידות,

און גלייכצייטיק זאלן זיי זיך ניט אפשליסן אין די איי־ גענע פיר איילן,

נאר טאן מיט וועלט.

און בזכות פון דער הנהגה פון ניט זיין באגרענעצט בלויז אין איין קו,

נאר התכללות פון ביידע קעגנגעזעצטע קוים,

וועט דער אויבערשטער אונז ארויסנעמען פון מיצר הגלות - וואס אלע גלות׳ן ווערן אנגערופן מצרים 56 ,

מלשון מיצר וגבול - און אונז ברענגען "אל ארץ טובה ורחבה",

דורך משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחת ש״פ וארא,

ר״ח שבט,

תשכ״ב)

Reader controls and commentary are loading.