B"H
🏡

Ikar

עמוד 852

א.

איינער פון די טעמים אויף דעם וואם עם זיינען דא צדיקים וואס זייער יום ההסתלקות איז א יום שמחה - איז ווייל בשעת ההסתלקות פירט זיך אויס דער תכלית פון ירידת הנשמה למטה 1 .

די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז דאך כמאמר 2

: "ירידה צורך עלי׳".

דורך דער עבודה פון דער נשמה אין לימוד התורה וקיום המצות,

זייענדיק למטה אין דעם גשמיות׳דיקן גוף,

קומט זי צו צו א פיל העכערער מדריגה ווי די מדריגה אין וועלכער די נשמה איז געווען למעלה,

איידער זי האט אראפגענידערט למטה

("חצובות מתחת כסא הכבוד" 3

; ״טהורה היא״ 4 ,

און נאך העכער)

- עם קומט ניט צו דעם עילוי וועלכן זי בא־ קומט דורך איר עבודה למטה.

די עלי׳ אין דער נשמה,

ווערט אויפ־ געטאן בשעת זי פארענדיקט די גאנצע עבודה וואם זי האט געדארפט טאן למטה.

און דעריבער ווערט גערעכנט די הסתלקות פון די צדיקים פאר א שמחה,

ווייל צדיקים האבן דאך זיכער אפגעטאן און פארענדיקט זייער גאנצע עבודה - איז בשעת ההסתלקות,

קומען זיי צו דער העכסטער עלי׳.

און אזוי ווי יעדער יאר חזר׳ן זיך אי־ בער די זעלבע ענינים וועלכע זיינען גע־ ווען דעם ערשטן מאל 5

- איז יעדער יאר,

דער יארצייט פון דעם צדיק א יום שמחה.

ב.

א שמחה וועלכע קומט פון א נייער זאך,

וועלכע איז נאך קיינמאל ניט גע־ ווען,

איז פיל גרעסער ווי א שמחה וועל־ כע קומט פון אן ענין וואס איז שוין אמאל געווען.

כאטש,

אז יעדער מאל ווען דער ענין פאסירט,

ברענגט ער שמחה,

ווי־ באלד אבער אז אפילו ביום ההסתלקות ממש איז עם ניט קיין נייעם,

איז אין דעם ניטא אזא גוואלדיגע שמחה,

ווי אין א נייעם ענין,

וועלכער קומט גאר צום ערשטן מאל.

רוב הנשמות פון די דורות זיינען ניט קיין "נשמות חדשות".

זיי זיינען שוין אמאל געווען אויף דער וועלט.

במילא,

איז די שמחה איבער דער עלי׳ אין וועל־ בער זיי ווערן נתעלה בשעת ההסתלקות,

ניט אזוי גרויס,

ווייל דאס קומט פאר ביי זיי שוין ניט צום ערשטן מאל.

זיי זיינען שוין אמאל געווען למטה און זיינען נתעלה געווארן בעת זייער הסתלקות.

אמת טאקע אז יעדער מאל איז די עלי׳ פון דער נשמה אין אן אנדער אופן,

וויבאלד אבער אז דער כללות ענין העלי׳ איז שוין אמאל געווען בא איר,

איז די שמחה שוין ניט אזוי גרויס.

די נשמה פון דעם אלטן רבי׳ן אבער איז געווען א נשמה חדשה *5 .

איידער דער אלטער רבי איז געבארן געווארן איז נאך די נשמה קיין מאל ניט געווען אויף דער וועלט.

במילא איז דאך אין דער הסתלקות פון אלטן רבי׳ן געווען א פיל גרעסערע שמחה ווי אין דער הסתלקות פון צדיקים וואם בא זיי איז ניט געווען דער ענין נשמה חדשה,

ווייל דאס איז דאך געווען א נייער ענין,

וואם האט פאסירט צום ערשטן מאל.

ווי געזאגט פריער,

חזר׳ן זיך איבער יעדן יאר 6

די זעלבע ענינים וואם זיינען געווען דעם ערשטן מאל.

איז יעדן יאר - ווען עס קומט דער טאג פון כ״ד טבת,

דער יארצייט פון דעם אלטן רבי׳ן - מאיר און ווערט נמשך די זעלבע שמחה גדולה

(און יעדער יאר - אין א העכערן אופן) 7 ,

וואס איז געווען אין דעם יאר פון זיין הסתלקות

(תקע״ג).

ג.

צווישן די ענינים וואס שמחה טוט אויף איז אויך פאראן דאם וואס "שמחה פורץ גדר״.

שמחה נעמט אראפ מדידות והגבלות.

זאל דער אויבערשטער געבן,

אז אלע וואם האבן א שייכות צום אלטן רבי׳ן - סיי די וואם האבן צו אים א רוחניות׳די־ קע שייכות,

וואס זיי זיינען "הולכים באורחותיו"

(זיי גייען אין זיינע וועגן),

צי במעשה,

צי בדיבור,

צי במחשבה; סיי די וואס שטאמען פון זיין גזע,

ווייל "האב זוכה לבן" 8 ,

א פאטער איז מזכה זיין קינד אן קיין אונטערשייד ווי דער מצב פון דעם בן איז,

ווייל א בן איז ער דאך - זאלן בא זיי אראפגענומען ווערן אלע מדידות והגבלות,

עס זאל זיי נמשך ווערן אלץ וואס זיי דארפן,

סיי בגשמיות,

סיי ברוחניות,

און די המשכה זאל זיין אן קיינע מניעות,

"עד מהרה ירוץ דברו" 9 .

דער אויבערשטער זאל געבן,

אז מ׳זאל זיין "הולכים באורחותיו",

אין מחשבה דיבור ומעשה ביז בחיי היום יומיים

(אין טאג טעגליכן לעבן)

; וביחוד - מ׳זאל לערנען תורת החסידות - וואם אויף דעם האט זיך דער אלטער רבי מוסר נפש געווען - און פירן זיך במנהגי׳ והדרכותי׳.

(משיחת ש־פ וארא תשי״ז)

ד.

ביי דעם אלטן רבי׳ן איז געווען א זילבערנע טאבאק־פושקעלע אז א דעקל.

די סיבה דערצו איז געווען,

ווייל דאס דעקל איז געווען שפיגעלדיק־ גלאט,

האט עם דער אלטער רבי גענוצט פאר מכוון זיין די תפילין שבראש,

אז זיי זאלן ליגן אויפן ריכטיקן ארט.

בשעת מ׳האט וועגן דעם גערעדט אין אנוועזענהייט פון דעם צמח־צדק,

זאגע־ נדיג אז דער אלטער רבי האט אפגעב־ ראכן דעם דעקל פון דער פושקע,

האט דער צמח־צדק געזאגט אז דעם זיידנס ענין איז ניט געווען ברעכן; ער האט ניט געבראכן,

ניט זיך און ניט יענעם.

נאר מסתמא איז דאס דעקל געווען מחובר צו דער פושקע מיט א חוט,

און דער זיידע האט ארויסגענומען דעם חוט המחבר.

ביי דעם צמח־צדק איז געװען אזוי זיכער־קלאר אז דער אלטער רבי האט ניט געבראכן,

ביז אז דאס האט אים געבראכט צו זאגן מיט א געוויסהייט אז דער אלטער רבי האט ניט געבראכן אפילו קיין דומם.

נאר ער האט בלויז ארויס־ גענומען דעם חוט המחבר.

אלע סיפורים וואס מ׳האט אונז דער־ ציילט זיינען א הוראה אין עבודה.

די הוראה פון דעם אויבנדערמאנטן סיפור איז:

מען קען זיך אזוי אויסארבעטן אז מ׳זאל ניט דארפן קיינעם ברעכן; ניט זיך און ניט יענעם,

אפילו קיין דומם אויך ניט.

און אויך ניט ברעכנדיק - קען מען מכוון זיין די תפלין שבראש,

וואס דער מיין פון תפלין איז - שעבוד המוח והלב צו דעם אויבערשטן 10 .

בכדי צו משעבד זיין דעם מוח ולב צו אלקות,

דארף מען ניט דוקא ברעכן.

מען דארף נאר ארויסנעמען דעם חוט וואם איז מחבר און שלעפט אראפ דעם נפש האלקית צום נפש הבהמית - אמאל בא־ העפט זיך דער נפש הבהמית צום נפש האלקית און רעדט איין דעם אידן ער זאל טאן אנדערש פון דעם שעבוד וואם ליגט אויף אים,

און טענה׳ט דערביי,

אז דאס איז קדושה 11

- איז אט דעם חוט המחבר דארף מען ארויסנעמען.

מ׳דארף וויסן קלאר וואס קומט פון נפש האלקית און וואס קומט פון נפש הבהמית.

און בשעת מ׳האט דעם ריכטיקן פארשטאנד,

"חרות מטפשותא",

קען מען מכוון זיין די תפלין - שעבוד המוח והלב צו אלקות,

ביז אז אפילו עמי הארץ

(וואס בא זיך אינווייניג,

און אויך די וועלכע זיינען בחלקו בעולם)

יראו ממך 12 .

(משיחת ליל ב׳ דחג הפסח תש״כ)

Reader controls and commentary are loading.