B"H
🏡

Ikar

עמוד 843

א.

דער צווייטער ספר פון די חמשה חומשי תורה ווערט אנגערופן מיטן נאמען שמות,

לכאורה - לויט דעם אנהויב: "ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה".

וויבאלד אבער דער גאנצער ספר ווערט אזוי אנגערופן,

מוז מען זאגן,

אז דער נאמען דריקט מיט זיך אויס דעם אלגעמיינעם אינהאלט פון דעם ספר 1 ארן ניט בלוין זיין אנהויב.

אין אנהויב פון דער ערשטער פרשה אין ספר שמות ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די בני ישראל וואס זיינען געקומען קיין מצרים.

איז ידוע אין דעם די קושיא: די נעמען ווערן דאך שוין אויסגערעכנט,

און אדרבא מער בפרטיות,

אין פ׳ ויגש,

איז צוליב וואס דארף די תורה נאכאמאל זיי אויסרע־ כענען אין פ׳ שמות?

אויך אין פ׳ ויגש דארף מען פארשטיין: די נעמען פון די בני יעקב זיינען שוין פאראן אין פ׳ ויצא און אין פ׳ וישלח,

וואלט דאך געווען גענוג ווען ער זאגט אין פ׳ ויגש בקיצור אז יעקב און זיינע קינדער זיינען געקו־ מען קיין מצרים,

און מען וואלט שוין געוואוסט ווער זיי זיינען - כאטש מ׳וואלט ניט געוואוסט די נעמען פון די אייניקלעך יעקב׳ס - צוליב וואם דארף זיי די תורה אויסציילן בפרטיות?

אין מדרש שטייט 2 ,

אז דאס וואס די תורה רעכנט אויס די נעמען,

איז צו מרמז זיין,

אז די גאנצע צוויי הונדערט און צען יאר פון גלות מצרים האבן ניט געקענט באווירקן די אידן אז זיי זאלן ענדערן זייערע נעמען: "לא שינו את שמם"; די זעלבע נעמען וואס זיי האבן געהאט קומענדיק קיין מצרים איז ביי זיי פארבליבן אריך ארויסגייענדיק פון דארט.

דעריבער שטרייכט אונטער די תורה זייערע נעמען קומענדיק קיין מצרים,

כדי באווייזן אז זיי זיינען טאקע די זעלבע נעמען פון די בני ישראל ווי זיי ווערן גערופען אין די שפעטערדיקע סדרות ביי יציאת מצרים.

דאס איז אבער,

לכאורה,

ניט קיין גענוגנדער ביאור פארוואס די תורה זאל דערציילן וועלכע נעמען די אידן האבן געהאט בעת זייער ירידה קיין מצרים - "ראובן שמעון" אא״וו; לויטן מדרש איז דאך בלויז נוגע צו וויסן אז זיי האבן זייערע נעמען ניט געביטן.

פון דעם וואס די תורה זאגט "ואלה שמות בני ישראל" און דערציילט אז זייערע נעמען זיינען געווען "ראובן שמעון וגו׳" איז פארשטאנדיק אז אויך אין דעם אויסרעכענען פרטי השמות איז דא א באזונדער כוונה,

אויסער דער ידיעה "שלא שינו את שמם",

ווייל אין תורה איז דאך אלץ בדיוק.

ב.

אויך שטייט אין מדרש 3

אויפן פסוק "ואלה שמות": "שקולים הן ישראל כצבא השמים,

נאמר כאן שמות ונאמר בכוכבים שמות שנאמר

(תהלים קמז)

מונה מספר לכוכבים לכולם שמות יקרא.

אף הקב״ה כשירדו ישראל למצרים מנה מספרם כמה היו ולפי שהם משולים לכוכבים קרא שמות לכולם הדא הוא דכתיב ואלה שמות בני ישראל וגו"/ אז אידן זיינען געגליכן צו צבא השמים,

פונקט ווי דער אויבערשטער ציילט די שטערן און רופט זיי אלעמען מיט שמות,

אזוי האט ער אויך געציילט די אידן ווען זיי האבן אראפגענידערט קיין מצרים און האט זיי אלעמען גערופן מיט שמות.

דאס הייסט,

אז דער אויבערשטער האט זיי דא אנגערופן מיט שמות בכדי צו אויסדריקן זייער חשיבות.

בשעת אידן גייען אין גלות קענען זיי דאך דארט ח״ו פארלוירן ווערן,

דעריבער ציילט זיי דער אויבערשטער און רופט זיי אן מיט שמות,

כדי זיי זאלן אויך אין גלות ניט בטל ווערן,

ווייל "דבר שבמנין

(א זאך וואס ווערט געציילט)

לא בטל" 4 ,

און מכל־שכן אז עס ווערט ניט פארגעסן א זאך וואס ווערט גערופן מיט א נאמען,

וואס דאס איז נאך מער חשיבות ווי "דבר שבמנין" 5 .

ווי דער דין איז ביי שכחה,

אז בשעת דער בעל־הבית פארגעסט תבואה אדער פרוכטן אין פעלד איז דאם שכחה און עם באלאנגט צו עניים.

ווען אבער ער פארגעסט א זאך וואס ווערט גערו־ פען מיט א באזונדערן נאמען,

ווי דער לשון המשנה 6

: "כל זית שיש לו שם בשדה",

איז עס ניט קיין שכחה.

דאם מיינט,

אז הגם לפי שעה און אויסערלעך האט עס דער בעל־הבית יא פארגעסן,

איז עס ניט ווי אלע שכחות,

וואס ווערן הפקר לעניים,

ווייל צוליב זיין חשיבות איז די שכחה ניט קיין אמת׳ער פארגעסן,

און בפנימיות האט אויף אים דער בעל־ הבית קיינמאל ניט פארגעסן.

אזוי איז עם אויך מיטן גלות,

וואס קוקט אוים אויסערלעך ווי שכחה ח״ו,

ותאמר ציון עזבני ה׳ וה׳ שכחני 7 ,

איז וויבאלד אז אידן זיינען א דבר חשוב,

וואס "הקב״ה קרא שמות לכולם",

קענען די אידן ניט בטל ווערן אדער ווערן הפקר ח״ו,

ווייל דער אויבערשטער פארגעסט זיי קיינמאל ניט.

דערפאר - כאטש אין אנהויב פאר־ גלייכט דער מדרש די אידן צו צבא השמים סתם,

וואס אין דעם גייען אויך אריין די זון און די לבנה - פירט אויס דער מדרש אז אידן זיינען "משולים לכוכבים".

ווייל אין צבא השמים גופא האבן כוכבים א מעלה איבער שמש וירח.

אויף דער זון און דער לבנה שטייט 8

: "וחפרה הלבנה ובושה החמה".

אבער די שטערן זיינען קיימים לעד,

און אזוי זיינען אויך אידן 9 .

ווי גערעדט כמה פעמים 10 ,

האבן די פארשיידענע פירושים אויף איין פסוק צווישן זיך א שייכות.

אזוי איז עס אויך מיט די צוויי אויבן־געבראכטע מדרשים: דורכדעם וואס דער אויבער־ שטער האט די בני ישראל גערופן מיט שמות,

זיינען זיי געווארן א דבר חשוב וואם ווערט ניט בטל; און דאס גופא האט זיי געגעבן דעם כח

(ווי ער זאגט אין צווייטן מדרש)

"שלא שינו את שמם",

אז דער גלות מצרים האט אויף זיי ניט גע׳פועל׳ט און זיי זיינען ארויס פון דארט מיט די זעלבע נעמען מיט וועלכע זיי זיינען אהין געקומען.

ג.

נאך א דיוק איז דא 11

אין פסוק ואלה שמות וגו' וואס אין דעם איז מרומז אז צדיקים "דומים לבוראם"

(צדיקים זיינען ענלעך צו זייער באשע־ פער).

דער מדרש זאגט 12

: "הרשעים הן קודמין לשמן - גלית שמו,

נבל שמו וכו׳

(ביי די רשעים זיינען זיי

(גלית,

נבל)

דערמאנט פאר "שמן"),

אבל הצדיקים שמן קודמין - ושמו קיש ושמו שאול,

ושמו ישי וכו׳,

דומין לבוראם,

שנאמר ושמי הוי׳ לא נודעתי להם"

(אבער ביי צדיקים איז שמן קודם,

ענלעף צו דעם אויבערשטן,

וואם ביי אים שטייט פריער "ושמי" און דערנאך "הוי"׳),

און דאם איז אויך מרומז אין דעם פסוק: פריער שטייט "ואלה שמות" וגו׳ און שפעטער - די שבטים אליין,

"ראובן שמעון" וגו׳.

און אויך דער רמז האט א שייכות צו די צוויי אויבן־געבראכטע פירושים פון מדרש: אז דאס וואס אידן זיינען "משולים לכוכבים",

און "לא שינו את שמם" קומט עס דערפון וואס בני ישראל,

צדיקים,

זיינען "דומים לבוראם".

ד.

עס איז מבואר אין א סך ערטער אין חסידות,

אז דער אור אלקי וואס קומט אראפ צו באלעבן און מהווה זיין די וועלט,

איז נאר די בחינה פון ״שם״ פון דעם אויבערשטן,

וואם איז בלויז א הארה,

אן אפשיין פון אים.

ווי דער מאמר "מלך שמו נקרא עליהם",

אז בלויז דער שם פון דעם מלך ווערט גערופן אויף זיין מדינה,

וואס שם איז אן ענין וואם איז ניט נוגע צום עצם פון דעם וואם ווערט מיט אים גערופן,

נאר ער איז צוליב דעם אז א צווייטער זאל זיך קענען פארבינדן מיט עם.

אבער דער אויבערשטער אליין איז קדוש ומובדל און די נבראים האבן צו אים קיין שום ערך ניט.

מצד דעם פארבונד פון נשמות ישראל מיט עצמות,

זיי זיינען דאך א "חלק אלקה ממעל ממש" 13

(א חלק פון דעם אויבערשטן אליין),

האבן אלע עולמות אויך צו זיי קיין ערך ניט,

און אלע נבראים האבן ניט קיין תפיסא,

קיין בא־ גריף אין נשמות ישראל.

און דאס וואס ווערט יא נמשך אין גוף,

איז נאר א הארה פון דער נשמה,

ווייל,

ווי גע־ זאגט,

צדיקים - וואס דערמיט מיינט מען אלע אידן,

ווי עס שטייט 14

: "ועמך כולם צדיקים״ - זיינען "דומים לבוראם",

און אזוי ווי נאר א הארה פון בורא ווערט נמשך אין וועלט,

אזוי ווערט נמשך אין גוף נאר א הארה פון דער נשמה 15 .

ווייל דער גוף איז ניט קיין כלי אריינצונעמען דעם עצם הנשמה.

און דאס איז דער רמז פון פסוק: "ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה",

נאר די "שמות",

א הארה פון נשמות ישראל,

זיינען געקומען קיין מצרים,

אין די באגרענעצונגען פון עולם הזה בכלל און פון גלות בפרט

(מצרים פון לשון מיצר וגבול),

אבער דער עצם הנשמה קען ניט קומען אין גלות.

און וויבאלד אז אויף דער נשמה אליין איז ניט שייך קיין גלות,

גיט זי אויך א כח אין דער הארת הנשמה אז זי זאל האבן די שטארקייט ניט נתפעל צו ווערן פון די העלמות והסתרים און בלייבן גאנץ אויך ווען זי נידערט אראפ למטה און אין גלות.

ה.

אזוי ווי עצם הנשמה,

וואם איז העכער פון אראפנידערן אין גוף,

גיט א שטארקייט אין דער הארת הנשמה,

אזוי איז עס אויך אומגעקערט: די עבודה פון דער הארת הנשמה,

וואס קומט למטה אין גוף,

ברענגט א דערהויבונג אויך אין עצם הנשמה.

דער תכלית פון ירידת הנשמה למטה איז דאך צוליב דער עלי׳ וואם די נשמה האט פון דער ירידה.

איז ידוע 16 ,

אז אט די עלי׳ איז ניט נאר אין הארת הנשמה,

נאר אויך די עצם הנשמה ווי זי איז למעלה ווערט דערהויבן און קומט־צו צו אזא מדריגה,

וואס מצד זיך אליין

(אן דער עבודה פון הארת הנשמה אין גוף)

וואלט זי צו דעם ניט געקענט דערגרייכן.

דאם וואס די הארה,

דער שם פון דער נשמה קען ברענגען אן עלי׳ אויך אין עצם,

איז עם ווייל דער שם רירט אן אין עצם,

כאטש ער איז נאר א הארה.

ווי מיר זעען,

אז ווען מ׳רופט עמעצן מיט זיין נאמען,

גיט ער זיך דעמאלט א קער מיט זיין גאנצן עצם.

אזוי איז אויך בא־ וואוסט,

אז איינע פון די עצות צו אויפ־ מינטערן א מענטשן פון א שטארקער התעלפות

(חלשות,

וואס דאן ווירקן ניט אין דעם מענטשן די כהות הגלויים פון נפש),

איז צו זאגן דעם גע׳חלש׳טן אין אויער זיין נאמען וואס מ׳רופט אים על פי תורה,

רואם דורך דעם דערוועקט מען דעם עצם הנפש,

אז ער זאל ווידער באלעבן און ווירקן אין גוף.

וואס אויך אץ דעם זיינען די צדיקים "דומים לבוראם": דורך דער עבודה פון אידן אין וועלט,

- כאטש דאם טוט מען דאך אין עולם הזה,

וואו עם לייכט נאר א הארה פון אלקות - ווערט א נחת רוח פאר דעם אויבערשטן אליין,

כמאמר רז״ל 17

: ״נחת רוח לפני",

דער אויבער־ שטער זאגט: עם איז א נחת רוח פאר מיר אליין,

עצמות,

וואס אידן האבן געטאן מיין רצון.

ו.

די עבודה למטה אין גוף דארף זיין צו מברר זיין דעם גוף ונפש הבהמית און דעם חלק אין וועלט פון יעדערן.

ניט בלויז וואם מ׳דארף ניט נתפעל ווערן און זיך ניט רעכענען מיט אלע שטערונגען און פארשטעלו־ נגען פון גוף ונפש הבהמית און טאן מיט א שטארקייט אין די עניני הנשמה פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות - וואס אין דעם זיינען אלע אידן גלייך; נאר די עבודה דארף אריך זיין צו מברר זיין און איבערמאכן דעם גוף ונפש הבהמית און זיין חלק אין וועלט,

זיי זאלן ווערן א כלי צו אלקות - וואס אין דעם האט יעדערער זיין סארט עבודה,

ווייל ער דארף דאך ארבעטן מיט זיין גוף,

זיין נפש הבהמית און זיין חלק אין וועלט.

און דעריבער שטרייכט אונטער די תורה די באזונדערע נעמען פון די בני ישראל: "ראובן שמעון וגו" , .

דער שם פון א אידן ווייזט אויף דער ציור וואס ווערט אין דער נשמה דורך איר פאר־ בונד מיטן גוף.

די נשמה אליין האט ניט קיין נאמען,

ווייל זי האט ניט קיין ציור,

און דוקא מצד איר פארבונד מיט איר גוף,

באקומט זי א ציור און א שם 18 .

און וויבאלד אז איין גוף איז מחולק פון א צווייטן,

האט יעדער איד א באזונדערן ציור,

א באזונדערן שם,

וואס איז אויך מרמז אויף דעם באזונדערן אופן העבודה פון יעדער אידן.

און דוקא דורך די "שמות בני ישראל",

דורך דער עבודה פון יעדער אידן באזונדער צו מברר זיין זיין גוף ונפש הבהמית און זיין חלק אין עולם,

האט זיך אויסגעפירט דער תכלית פון "הבאים מצרימה",

די עלי׳ וואס ווערט דורך דער ירידה.

ז.

דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואס דער ספר ווערט אנגערופן "שמות",

ווייל אין דעם נאמען דריקט זיך אוים דער אלגעמיינער אינהאלט פון ספר.

דער ערשטער ספר

(בראשית)

ווערט אנגערופן "ספר הישר 19 ,

ווייל אין אים רעדט זיך וועגן די אבות,

וועלכע ווערן אנגערופן "ישרים",

וואס ביי זיי איז ניט שייך געווען דער ענין פון אמת׳ן גלות.

דאס וואם יעקב איז געקומען אין מצרים,

האט זיך דאן אבער נאך ניט אנגעהויבן דער גלות מצרים.

נאך מער,

דער מדרש זאגט 20

: "כל זמן שיוסף הי׳ קיים לא הי׳ להם משוי של מצרים",

כל זמן יוסף האט געלעבט,

האבן די אידן נאך ניט געהאט אויף זיך די משא פון גלות,

ווייל די אבות זיינען געווען העכער פון צו זיין אין א גלות און עם איז דאך ואלה תולדות יעקב יוסף - יוסף האט אראפ־ געבראכט ארן אנטפלעקט עניני יעקב 21 ?

און ערשט ווען ״מת יוסף - נתנו עליהם משוי",

נאך דעם ווי מת יוסף,

האט מען אויף זיי ארויפגעלייגט די משא פון גלות.

און דערפאר האט זיך דעמאלט,

ביי די בנים,

אנגעהויבן די עבודה פון ״שמות בני ישראל״ - די ירידה אין גלות און די עבודה וואם האט גע־ בראכט צו יציאת מצרים.

און דערפאר איז דער נאמען "שמות" נוגע צום כללות תוכן הספר,

ווייל ער ווייזט אויף דעם כללות אופן העבודה פון די בנים וואס קומען אין גלות: א)

אין גלות געפינט זיך נאר א שם,

א הארה פון עצם הנשמה; און די עצם הנשמה,

וויבאלד זי איז העכער פון זיין אין גלות,

גיט זי א כח אין דער עבודה פון הארת הנשמה.

ב)

די עבודה דארף זיין אין דער בחינה פון שם,

צו מברר און מעלה זיין דעם גוף,

נפש הבהמית און זיין חלק אין עולם,

וואס דורך דעם ווערט יציאת מצרים און די עלי׳ אויך אין עצם הנשמה - ביז צו מאכן א משכן,

ושכנתי בתוכם - בתוך כל אחד ואחד.

ח.

ווי אין אלע סיפורים פון תורה,

איז אויך אין דעם פאראן א הוראה נצחית,

פאר יעדן דור און ארט:

אין אלע צייטן און אין די שווערסטע אומשטענדן פון גלות,

דארף א איד וויסן,

אז ער דארף זיך ניט שרעקן און אוודאי טאר ער זיך ניט מייאש זיין ח״ו,

ווארום דער עצם פון א אידן געפינט זיך קיינמאל ניט אין גלות,

אויף אים קען קיינער ניט מעלים ומסתיר זיין.

נאך מערער: דער עצם גיט אויך א כח דעם אידן דא למטה ניט נתפעל ווערן פון גלות און דורכצופירן זיין פרטית׳דיקע עבודה מיטן גוף און נפש הבהמית און חלקו בעולם,

און גאר א גרויסע עבודה - אן עבודה וואס ברענגט אן עלי׳ אויך אין עצם הנשמה,

ביז צו - ושכנתי בתוכם; וואם וועט נתגלה ווערן בגאולה השלימה בקרוב ממש.

ומשיחת ש״פ שמות תשי״ט)

ט.

דער אמת׳ער חיות פון א אידן איז ניט דאם גשמיות׳דיקע לעבן,

נאר דאס רוחניות׳דיקע 22 .

לויט דעם איז פארשטאנדיק,

אז ווען די תורה דערציילט: "וימררו את חייהם וגו"׳,

אז די מצריים האבן פארביטערט זייער לעבן,

מיינט עם

(צוזאמען מיטן פשוטו של מקרא - וואס "אין מקרא יוצא מידי פשוטו") 23

אז די מצריים האבן פארביטערט דאם רוח־ ניות׳דיקע לעבן פון די אידן דורך דער שווערער ארבעט "בחומר ובלבנים וגו'".

דארף מען פארשטיין: דורך עבודת פרך קען מען פארביטערן דאס לעבן בגשמיות,

אבער ווי קען די עבודה קשה "בחומר ובלבנים" פארביטערן דאס אי־ דישן לעבן אין רוחניות?

ס׳איז טאקע געווים,

אז שווערע ארבעט קען שטעון צום רוחניות׳דיקען לעבן,

צו לימוד התורה און קיום המצוות; דער לשון הכתוב איז דאך אבער "וימרח את חייהם",

ניט בלויז אז די עבודת פרך האט געשטערט צום חיות רוחני,

נאר אויך,

אז דאם רוחניות׳דיקע לעבן אליין איז גע־ ווארן פארביטערט - איז ווי ווערט א לעבן רוחני פארביטערט דורך עבודת פרך גשמית?

י.

אין דער הלכה,

אז אן עבד עברי טאר מען ניט מאכן ארבעטן קיין "עבודת פרך",

טייטשט דער רמב״ם 24

אז דאם מיינט: מען טאר אים ניט מאכן טאן אן "עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת"

(אן ארבעט וואס איז ניט באגרענעצט און ברענגט ניט קיין נוצן).

דער הגהות מיימוני איז דארט מבאר,

אז מ׳לערנט עם אפ פון דער עבודת פרך וואס אידן האבן געטאן אין מצרים.

לויט דעם,

אז די עבודת פרך אין מצרים האט געמיינט אזא "עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת",

קען מען פארשטיין ווי אזוי זי האט פארביטערט אויך דעם רוח־ ניות׳דיקן חיות פון אידן אין מצרים.

בשעת א איד איז זיך עוסק אין ענינים גשמיים ווי מ׳דארף עפ״י תורה,

איז עס דאן אן עבודה וואס האט א קצבה און א תועלת.

ווייל די תורה האט דאך געגעבן א קצבה,

א שעור,

וויפל א איד מעג זיין פארטאן אין עסק: ער דארף זיין פארנומען אין עסק הפרנסה נאר אויף אזויפיל ווי־ פיל עם פאדערט זיך אויף צו מאכן א כלי צו ברכת הוי',

במילא איז פאראן א גרענעץ וועלכע כחות ער זאל דערצו באנוצן - ״יגיע כפיך כי תאכל״ - די הארעוואניע פון די הענט,

פון די אויסערלעכע און נידעריקערע כהות,

אבער ניט די הארעוואניע פון קאפ און העכערע כחות 25 .

אויך האט די עסק־ פארנומענקייט א "קצבה",

א מאם אין זמן,

ער זאל זיין באשעפטיקט אין עניני הפרנסה נאר א באשטימטע צייט,

בכדי אז אפילו א בעל עסק זאל יעדער טאג האבן גענוג זמן פאר תפילה בצבור,

קביעות עתים לתורה,

א.

אז.

וו.

אויך ברענגט דער עסק דאן א "תועלת": ווארום וויבאלד ער טוט אין עסק אויף דעם אופן ווי די תורה האט געהייסן,

ווערט זיין "תעשה" א כלי צו "וברכך הוי׳ אלקיך" 26 .

אבער ווען איינער טוט אין עסק ביגיע ראשו,

אז ער הארעוועט מיט דער קאפ צו זוכן פארשידענע עצות און תחבולות צו מאכן וואס מער ריווח,

איז עס דאן אן "עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת".

קיין תועלת איז אין דעם ניטא - כמו שנאמר לא לחכמים לחם 27 ,

- ווייל דער אויבערשטער גיט דאך פרנסה און תחבולות פון א מענטשן קענען דא ניט אויפטאן.

אדרבה,

זיי קענען נאך קאליע מאכן 28 .

אויך איז עם דאן ״אין לה קצבה״ -עם איז גאר קיין שיעור ניטא צו אזא הארעוואניע: עם איז שוין פארנאכט,

די ארבעטער און אנגעשטעלטע צעגייען זיך אהיים,

מען דארף שוין שליסן דעם געשעפט - אבער ער,

דער בעל עסק,

האלט נאך אלץ אין טראכטן וועגן גע־ שעפט; און אפילו אז ער ווערט פארטיק מיטן עסק און קומט שוין אהיים - איז אנשטאט צו האבן א קביעות אויף לער־ נען תורה,

נגלה און חסידות,

האלט ער נאך אלץ אין איין ארומלויפן - בפועל,

אדער ווייניגסטענם מיט זיינע געדאנקען - וועגן דעם עסק; און אפילו בשעת ער גייט שוין שלאפן איז רעיונך על משכבך סלקו 29 ,

ער זוכט נאך אלץ פארשידענע געשעפט־תחבולות,

ומובן,

אז אפילו בשעת ער שלאפט,

זיינען זיינע חלומות אויך אנגעפילט מיט די עניני עסק וואס ער האט וועגן זיי געטראכט א גאנצן טאג 30 .

אויך ביי א יושב אוהל,

קען זיין א ענלעכע מציאות.

אין עסק ליגט ער טאקע ניט,

ער קען אבער ליגן אין כבוד המדומה

(אן אויםגעדאכטן כבוד)

וכיוצא בזה: טאמער האט עמעצער אים פאר־ טשעפעט,

און ער איז דאך א תלמיד־ חכם,

דארף ער זיך דאך אננעמען פארן "כבוד התורה"; און אזוי ווי "צדיקים דומים לבוראם",

דארף ער גיין בדרכי הקב״ה - און פונקט ווי דער אויבער־ שטער כביכול צאלט מדה כנגד מדה,

דארף אויך ער זיך אזוי פירן,

ער מוז זיך מיט יענעם אפרעכענען.

און אויב דער "כבוד התורה" איז ביי אים גאר טייער,

דארף ער נאך יענעם אפצאלן "כפל" און "ארבעה וחמשה"

(פיר־פינף מאל אזויפיל וויפל יענעם קומט).

און וועגן דעם האלט ער אין איין טראכטן; און אויך בשעת ער גייט שוין שלאפן,

באשטייט אין דעם אויך "זיין" חשבון הנפש פארן שלאף.

ומובן אז דאס ווירקט אויך דער־ נאך אויף זיינע חלומות.

ווען איינער טראכט וועגן אפהיטן דעם געזונט פון זיין גוף - טוט ער עס מסתם מיט א חשבון: "היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא" 31 ,

צו עבודת השם דארף מען האבן א געזונטן גוף.

ובפרט נאף אויב ער האט געלערנט חסידות און ווייסט דער מאמר הבעש״ט ע״פ 32

״עזב תעזוב עמו״

(- מיטן גוף)

און ווייסט אויר וואס עס שטייט אין תניא 33 ,

אז א אידישן גוף האט דער אויבער־ שטער אליין אויסדערוויילט.

איז ווי־ באלד אז א אידישער גוף איז אזוי טייער,

דארף מען דאך זען אים אפהיטן.

עם האט אלץ א תועלת.

אבער די תחבולות אין עסק און דער טראכטן און ליגן אץ כבוד המדומה,

אין דעם איז שוין לגמרי קיין חשבון ניטא; דאס איז אן "עבודה שאין לה קצבה ואין לה תועלת".

יא.

און דאס מיינט,

אז מיט עבודת פרך האט מען פארביטערט דעם אידישן לעבן,

"וימררו את חייהם",

דעם חיות הרוחני.

אלץ וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אין וועלט איז מיט א גרענעץ און מיט א חשבון.

פון וואנען קען קומען אן ענין אן א הגבלה

("אין לה קצבה")

און אן א חשבון

(״ואין לה תועלת״)

- פון דעם נפש האלקית דוקא.

ווייל די נפש האלקית איז פארבונדן מיטן אויבערשטן,

און ער איז דאך אומבאגרענעצט,

דעריבער זיינען אויך אין נשמה פאראן אומבאגרענעצטע כחות,

וואם זיינען הע־ כער פון חשבון און גבול

(ווי דער כח פון מסירת נפש ביי יעדער אידן,

א כח וואס איז העכער פון טעם ודעת).

אויך קען מען אין דעם דערגרייכן ביז אן עבודה "שאין בה תועלת",

עבודה לשמה בתכלית 34 .

בשעת אבער מען נעמט די כחות פון נפש האלקית,

און מען נוצט זיי אויס אין לעומת־זה,

"שמים חשך לאור ואור לחשך שמים מר למתוק ומתוק למר" 35 ,

אין אן עבודת פרך "שאין לה קצבה ואין לה תועלת",

פארביטערט מען דערמיט דעם חיות פון נפש האלקית - "וימררו את חייהם".

יב.

דער ענין פון "וימררו את חייהם" קען אויך זיין אין א דקות׳דיקן אופן: ער נוצט טאקע אויס דעם חיות הרוחני אין עניני קדושה און ניט אין עניני עולם הזה,

ער נוצט עם אבער ניט אויף דער עבודה וואס ער דארף טאן,

ביז אז אדרבה,

דאם שטערט צו זיין עבודה.

יעדער איד האט זיך זיין שליחות צוליב וועלכער זיין נשמה איז אראפגע־ קומען למטה.

איז בשעת דער יצה״ר וויל אים שטערן פון זיין עבודה - און װיםנ־ דיק אז אויב ער וועט אנהייבן מיט אײנ־ ריידן אים אז ער זאל אינגאנצן ניט טאן אין עבודת השם,

וועט אים דער איד ניט פאלגן - איז דער יצה״ר מסכים אז אזא איד זאל טאן אין עבודת ה/ נאר וואם דען - ער רעדט אים איין צו טאן ניט זיין עבודה,

נאר די עבודה וואס איז שייך צו א צווייטן.

אין אלגעמיין זיינען אידן איינגעטיילט אין צוויי סוגים: א)

יושבי אוהל,

ובפרט תלמידי הישיבות,

וואס זייער עיקר ענין איז לערנען תורה.

זיי דארפן טאקע טאן אין דעם קו פון גמילות חסדים - נתינת צדקה

(בגשמיות וברוחניות)

און בפרט - הפצת המעיינות -ווייל "כל האומר אין לי אלא תורה,

אפילו תורה אין לו" 36

אז דער וואס וויל זיך באנוגענען נאר מיט לערנען תורה און גארניט טאן אין גמילות חסדים,

האט ער אויך די תורה ניט,

נאר ער מוז זיך אויך פארנעמען מיט גמילות חסדים; אבער זיין הויפט־זאך איז תורה 37 .

ב)

בעלי עסק.

זייער הויפט־זאך איז קיום המצוות,

וואם דער עיקר פון מצוות מעשיות איז די מצוה פון צדקה 38

- געבן צדקה אין גשמיות,

און פארשפרייטן די מעיינות פון אידישקייט,

תורה און חסידות,

וואס דאס איז צדקה אין רוחניות.

אזוי ווי אבער אלע ענינים אין קדושה זיינען פארבונדן צווישן זיך אין אן אופן פון התכללות,

מוז ביי די בעלי עסק אויך זיין א קביעות עתים לתורה,

אין צוגאב צו זייער עיקר־עבודה אין קו המצות והצדקה 39 .

פאראן אבער אזעלכע "נשמות התועות"

(בלאנדזשענדע נשמות),

וואס ווילן ניט טאן די פליכט וואס איז אויף זיי ארויפגעלייגט געווארן און זיי זוכן זיך אויס ענינים וואס געהערן צו אנדערע.

עם זיינען דא בעלי־בתים,

וואם ווען מ׳מאנט ביי זיי נתינת הצדקה און הפצת המעיינות,

ענטפערן זיי,

אז גראדע איצט קענען זיי ניט אפגעבן זייער צייט פאר א צווייטן,

ווייל זיי דארפן האבן די צייט פאר זיך אליין: פלוצלונג ווערט ער א מאריך בתפלה,

א מתמיד אין לערנען; און גלייך נאך דער התמדה - מוז ער שוין לויפן אין געשעפט,

און במילא האט ער קיין צייט ניט צו געבן צדקה און טאן לטובת א צווייטן אידן.

אזוי זיינען אויך פאראן יושבי אוהל און תלמידי הישיבות,

וואס פארנעמען זיך מיט צדקה דוקא אין דער צייט וואס איז קבוע אויף לימוד התורה.

און אפט איז דער סדר ביי די "נשמות התועות",

אז דוקא אץ דעם צווייטן קו,

וואם באלאנגט בעיקר ניט צו זיי,

איז זייער התעסקות מיט ענערגיע און מיט א חיות

(אבער נאר בתחלה).

איז כאטש אז דאס זיינען טאקע עניני קדושה,

וויבאלד אבער אז דאס איז ניט דער תפקיד פון דער נשמה,

איז דאס אן ענין פון "וימררו את חייהם",

ווייל מען נוצט אויס דעם חיות פון דער נפש האלקית אויף ענינים וואס איז ניט איר תפקיד - ביז און אין אן אופן וואם שטערט צום תפקיד 40 .

יג.

דאס איז אויך וואם מיר געפינען,

אז די יציאה פון גלות מצרים איז געקו־ מען דורך דעם "משכו וקחו לכם",

דורך דעם וואס מ׳האט גענומען די ע״ז פון די מצריים

(א שעפס)

און גע׳שחט׳ן פאר די אויגן פון די מצריים,

וואם דאס איז דאך געווען פון א כח שאין לו קצבה,

מסירת נפש שלמעלה מטעם ודעת.

מיט דעם האט מען גענומען דעם תוקף פון נפש האלקית און אים אויסגענוצט ריכטיק במקומו,

אזוי ווי דער אויבערשטער האט געהייסן.

און דאס האט געבראכט דעם "חרות",

ווי דער לשון פון תיקוני זוהר: "חרות מטפשותא" 41 ,

א באפרייאונג פון טפשות - מ׳האט באקומען דעם ריכטיקן פארשטאנד,

צו וויסן וואם עס קומט פון נפש האלקית און וואם עם קומט פון נפש הבהמית און פון נאך נידעריקער.

דאם איז דער ענין פון יציאת מצרים ברוחניות,

אז די כחות פון נפש האלקית זיינען ארויס פון גלות מצרים,

ובמילא האט עם געבראכט אויך די גאולה בגשמיות.

(מלוקט משיחות ליל ב׳ דחג הפסח תשי״ט ותש״כ)

Reader controls and commentary are loading.