א.
אין סיום פון פרשת ויחי דער־ ציילט די תורה,
ווי יוסף האט אנגע־ זאגט אידן די בשורת הגאולה "ואלקים פקד יפקד אתכם והעלה אתכם מן הארץ הזאת גו׳",
אז זיי וועלן נגאל ווערן און ארויסגיין פון גלות מצרים.
סיי די ירידה אין מצרים איז געקומען דורך יוסף׳ן: צוליב אים זיינען געקומען יעקב ובניו קיין מצרים.
און סיי די יציאה פון מצרים איז געקומען דורך יוסף׳ן: ער האט אנגעזאגט די בשורה און געגעבן דעם סימן 1
און ניט נאר סתם א סימן -נאר אויך דעם כח 2
עם זאל זיין דער "והעלה אתכם מן הארץ הזאת".
די שייכות פון גלות מצרים און יציאת מצרים צו יוסף׳ן,
וועט מען פאר־ שטיין בהקדים די מעלה פון יוסף׳ן,
וואס אין אייניגע ענינים איז ער גע־ שטאנען אין א העכערע דרגא ניט נאר פון זיינע ברידער די שבטים נאר אויך פון יעקב אבינו.
וואם מצד דעם וואס אין רוחניות איז ער געווען - בענינים הנ״ל - העכער פון זיי,
דעריבער 3
איז אויך אין גשמיות איז ער געווען במקום מלך,
און די שבטים און אויך יעקב האבן זיך משתחוה געווען צו אים,
ווי געוויזן פריער בחלום יוסף און דערנאך מקוים געווארן בפועל: די שבטים -מערערע מאל 4
- און אויך יעקב,
ווי עס דערציילט זיך אין אנהייבס פון דער סדרה "וישתחו ישראל על ראש המטה".
ווארום אלע זאכן און פאסירונגען פון דער גשמיות׳דיקער וועלט קומען אראפ און שטאמען פון די זאכן און פאסירונגען אין רוחניות.
ובפרט בנוגע דעם לעבן פון די אבות און שבטים,
וואס זייער גאנצער לעבן איז געווען רוחניות - ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא 5
: "שחיי הצדיק אינם חיים בשרים כי אם חיים רוחנים שהם אמונה ויראה ואהבה",
אז דאס לעבן פון דעם צדיק איז ניט קיין פליישיק לעבן,
נאר חיים רוחנים,
וואס דאס זיינען אמונה און יראה און אהבה - איז דאך געוויס אז אלע זייערע געשעענישן אין גשמיות,
אויך דאס וואס יעקב מיט די שבטים האבן זיך געבוקט צו יוסף׳ן,
איז דאס מצד דעם וואס אין רוחניות איז ער געשטאנען אין א העכערע מדריגה פון זיי.
ב.
וועגן דער מעלה פון מדריגת יוסף,
אויף די מדריגות פון די שבטים און די אבות,
ווערט ערקלערט באריכות אין חסידות,
אז די אבות און שבטים זיינען געווען "רועי צאן",
אפגעזונדערט פון די עניני העולם וואם קענען זיי שטערן אין זייער עבודה; אבער יוסף איז געווען א משנה למלך,
וואם איז פארבונדן מיט די גרעסטע טרדות,
ובפרט אין מצרים,
וואס ווערט גערופן "ערות הארץ" 6
- און דאך האט עס ניט געשטערט אז יוסף זאל גלייכצייטיק אויך שטיין בתכלית הדביקות צו אלקות.
דאס איז אויך א טעם אויף דעם וואם די תורה דערציילט 7
: "ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו",
אז די ברי־ דער האבן ױסף׳ן ניט דערקענט,
ווייל זיי האבן זיף ניט פארגעשטעלט אז עס זאל זיין מעגלעך אז אט דער משנה למלך אין מצרים זאל עם זיין יוסף הצדיק,
ווארום לויט זייער סדר אין עבודה איז וועלט א סתירה צו דביקות באלקות
(אויך איז דער פשט: "והם לא הכירוהו״ - זיי האבן ניט געהאט קיין דערקענטעניש,
קיין הכרה אין אזא הוי־ כער מדריגה ווי ס׳איז געווען מדריגת יוסף הצדיק).
דערמיט ווערט מבואר וואס עס שטייט 8
: "אלה תולדות יעקב יוסף",
אז "תולדות יעקב",
די גילויים פון יעקב׳ן,
וואם יעקב ועניניו זיינען אין אצילות,
האט יוסף ממשיך געווען און אראפגע־ טראגן אין די עולמות בי״ע ביז אין עולם הזה הגשמי.
און דוקא יוסף האט עם געקענט טאן,
ווייל זיין מדריגה איז געווען - אין דעם ענין - נאך העכער פון יעקב׳ס מדריגה,
דערפאר האט ער זיך געקענט אראפלאזן נידעריקער,
ווי דער כלל 9
: "כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר"
(וואס די זאך איז העכער,
אלץ מער קען זי אראפנידערן).
דאס הייסט: הגם אז "אין קוראין אבות אלא לשלשה" 10 ,
נאר די דריי,
אברהם יצחק און יעקב זיינען געווען "אבות",
אז יעדער פון זיי האט אויפגע־ טאן אין יעדער אידן,
ממשיך געווען אלקות דורך א באזונדערער מדה: אברהם דורך חסד,
יצחק - גבורה און יעקב - תפארת
(רחמים)
; יוסף אבער האט קיין נייעם ענין ניט אויפגעטאן,
עם איז געווען "תולדות יעקב",
ער האט דורכגעפירט אין וועלט די המשכות פון יעקב - "בחיר שבאבות" 11
(דער אויס־ דערוויילטער פון די אבות,
ווייל זיין מדה,
תפארת,
איז דער קו האמצעי צווישן חסד און גבורה,
וואם איז כולל זיי ביידן).
איז אבער דאס גופא,
וואס יוסף האט געקענט אראפברענגען די המשכות פון "בחיר שבאבות" למטה מטה,
איז ווייל ער אליין איז געווען גבוה גבוה ביותר.
ג.
על פי זה וועט מען אויך פארשטיין וואס עס שטייט אין זוהר 12
אז די שלש רגלים זיינען כנגד די דריי אבות: פסח איז כנגד אברהם,
ביי וועמען עם שטייט 13
"לושי ועשי עוגות"; שבועות כנגד יצחק,
וואס דערפאר איז די תקיעה ביי מתן־תורה בחג השבועות געווען מיט דעם שופר 14 ,
מאילו של יצחק 15 ,
און סוכות כנגד יעקב,
ביי וועמען עס שטייט 16
"ולמקנהו עשה סוכות",
וואס דאס איז דער ערשטער מאל וואס עס ווערט דערמאנט אין דער תורה ענין סוכות,
און שמיני עצרת האט א שייכות צו יוסף 17 ,
ווייל אזוי ווי ביי יוסף׳ן שטײט "אלה תולדות יעקב יוסף",
אז יוסף איז א המשך פון יעקב׳ן,
אזוי איז שמיני עצרת א המשך פון חג הסוכות.
אין שמיני עצרת זיינען פאראן צוויי קעגנגעזעצטע זאכן: ער איז א "רגל בפני עצמו" 18 ,
א באזונדערער יום־טוב פאר זיך אליין,
וואס דערפאר מאכט מען שהחיינו אין שמיני עצרת
(ניט ווי שביעי של פסח,
ווען מ׳מאכט ניט קיין שהחיינו,
ווייל ער איז ניט קיין באזונ־ דערער יום־טוב פון חג הפסח)
; און פון דער צווייטער זייט,
ווערט ער גערופן שמיני עצרת,
דער אכטער טאג,
וואס דאס מיינט,
אז ער איז א המשך פון דעם יום־טוב סוכות.
ווארום שמיני עצרת אין זיין פארבינ־ דונג צו סוכות - איז גלייך ווי יוסף הצדיק מיט יעקב׳ן.
אויך יוסף איז א המשך פון יעקב׳ן,
ווייל,
ווי גערעדט,
איז ער ממשיך למטה די עניני יעקב,
אבער דאס גופא וואס ער קען אראפ־ טראגן די הויכע המשכות פון יעקב׳ן למטה,
איז דאס א באזונדערע מעלה פון יוסף׳ן אפילו אויף דער מדריגה פון יעקב׳ן אליין.
אזוי איז אויך שמיני עצרת ממשיך אין א פנימיות אלע ענינים פון חג הסוכות
(רגל השלישי,
וואם איז כולל אין זיך ביידע רגלים פסח און שבועות,
אזוי ווי מדת יעקב איז כולל די מדות אברהם ויצחק).
ווארום סוכות ווייזט אויף מקיף
(ווי א סוכה וואם נעמט ארוס דעם מענטשן),
דאס מיינט,
אז סוכות קומען אראפ אלע המשכות מלמעלה אין א מקיף׳דיקן אופן; און שמיני עצרת קומען זיי אראפ אין א פנימיות: "עצרת תהי׳ לכם",
אז די המשכות ווערן נמשך צו אידן אין אן אופן פון ״עצרת״ -כנישו,
מלשון קליטה,
אריינגענומען אין א פנימיות 19 .
איז אבער דאס גופא,
וואס שמיני עצרת קומען אראפ אלע המשכות אין אן אופן פנימי,
ווייזט אויף א העכערן כח אין שמיני עצרת,
וואס צוליב דעם כח עליון קענען אויך די גילויים וואס זיינען העכער פון וועלט - און קענען מצד זיי אליין נמשך ווערן נאר אין אן אופן פון מקיף - אראפקומען בשמיני עצרת אין וועלט אין א פנימיות.
נאך מערער: סוכות האט מען מקריב געווען שבעים פרים כנגד די שבעים אומות 20 ,
דאס הייסט,
אז פון די המשכות בחג הסוכות,
וואס זיינען נמשך געווארן בבחינת מקיף,
קענען די אומות העולם האבן א יניקה און אן אנהאלט אין זיי.
דערפאר האט מען מקריב געווען די שבעים פרים בכדי צו מברר זיין די שבעים אומות; אבער בשמיני עצרת,
כאטש דאן קומען אראפ אלע המשכות למטה,
פונדעסטוועגן האט מען מקריב געווען נאר "פר אחד איל אחד",
וואם אויף דעם שטייט 21
"יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך",
אז די זרים האבן ניט אין דעם קיין שום אחיזה און יניקה.
בדוגמא צו מדריגת יוסף,
וואס אפילו זייענדיק אין מצרים,
"ערות הארץ",
האט עם אים כלל ניט מבלבל געווען צו זיין בתכלית הדביקות אין אלקות - "ואין לזרים אתך".
ד.
נאך אן ערקלערונג אין דער שייכות פון שמיני עצרת צו יוסף: צווישן די טעמים וואם אט דער יום־טוב ווערט גערופן שמיני,
הגם ער איז א יום־טוב פאר זיך,
איז ווייל אין אים לייכט די מדריגה פון שמיני,
וואם איז העכער פון סדר ההשתלשלות 22 .
דער מספר שבעה מיינט דעם גאנצן סדר ההשתלשלות וואס איז אויסגעשטעלט און איינגע־ טיילט אין דער צאל פון זיבן - "שבעת ימי ההיקף".
דער מספר שמונה ווייזט אויף דער מדריגה וואס קומט נאך און איבער דעם מספר שבעה,
העכער פון השתלשלות.
און ווייל אין שמיני עצרת לייכט די מדריגה פון שמיני - וואם איז העכער פון סדר השתלשלות און איז ניט באגרענעצט אין זיינע מדידות והגבלות - דערפאר קענען אין שמיני עצרת אראפקומען אין א פנימיות אויך די המשכות וואס זיינען העכער פון וועלט און זיינען נמשך געווארן אין סוכות נאר בבחי׳ מקיף.
אזוי געפינט מען אויך ביי דעם ענין פון מילה,
וואס איר מצוה איז ביום השמיני,
ווייל דורך ברית מילה ווערט נמשך די בחי׳ שמיני,
וואס איז העכער פון השתלשלות,
גיט עם א כח צו ממשיך זיין די העכסטע מדריגות פון קדושה,
וואס זיינען העכער פון וועלט
(כתר 23
שלמעלה מהשתלשלות)
און זיי אראפטראגן און צוזאמענבינדן מיט "יסוד סיומא דגופא" 24 ?
דאס ענדע פון גוף האדם.
ד.
ה.
אז דורך ברית מילה ווערט אויך דער גאנצער בשר גשמי פון א אידן אויסגעאיידלט און פארבונדן מיטן אויבערשטן אין א ברית עולם 25 .
און די מדריגה פון שמיני,
וואם איז מאיר אין שמיני עצרת,
דאס איז די מדריגה פון יוסף הצדיק,
"צדיק יסוד עולם".
ה.
לויט דעם וועט מען אויך פאר־ שטיין די שייכות פון גלות מצרים מיט יציאת מצרים צו יוםף׳ן דוקא: די כוונה פון דער ירידה אין גלות מצרים איז געווען בכדי צו מיטנעמען פון דארט דעם "רכוש גדול",
ד.
ה.
צו מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואס האבן זיך געפונען אין מצרים 26 .
און ווען אידן האבן פארענדיקט די עבודה,
מען האט מברר געווען די ניצוצות,
איז געווען די גאולה.
וואם דאס איז אויך וואס עם שטייט 27 ,
אז די גאולה פון גלות מצרים איז געווען בזכות דם מילה ודם פסח 28 ,
ווייל דער ענין פון דם מילה איז צו מעלה זיין די נידעריקסטע דרגות,
״יסוד סיומא דגופא״.
איז דער כח - צו קענען אראפלאזן זיף למטה מטה און ארויסנעמען פון דארטן די ניצוצות -געקומען פון יוסף הצדיק.
דעריבער איז יוסף הצדיק געווען דער דורך וועמען עס איז געקומען די ירידה אין גלות,
און דער וואס האט אנגעזאגט די בשורת הגאולה,
ווייל ער האט געגעבן דעם כח אויף דורכפירן די כוונה פון גלות,
עבודת הבירורים,
און דורך דעם בריינגען די גאולה.
ו.
כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט כמה פעמים 29 ,
אז עס זיינען פאראן די חסידישע "אושפיזין",
דאם מיינט,
אז אזוי ווי די זיבן "אושפיזין",
אברהם,
יצחק א.
א.
וו.
איז יעדערער פון זיי אן אושפיזא,
"אורח",
אין א באזונדערן טאג פון חג הסוכות,
אזוי זיינען פאראן די זיבן "אושפיזין" פון די נשיאי החסידות,
דער בעל שם טוב,
דער מעז־ ריטשער מגיד,
דער אלטער רבי,
דער מיטעלער רבי,
דער צמח צדק,
דער רבי מהר״ש,
און דער רבי מהורש״ב,
וואם יעדער פון זיי איז אן ״אושפיזא״ אין איינעם פון די סוכות־טעג.
דערפון איז מובן בפשטות,
אז כ״ק מו״ח אדמו״ר,
וראם ער איז דער ממלא מקום און דער פארזעצער פון די חסידישע נשיאים־ אושפיזין,
איז זיין טאג - שמיני עצרת.
אזוי איז אויך מרומז אין דעם רבי׳נס ערשטן נאמען - יוסף 30 ,
(וואם בכלל איז דאך שמא גרים 31
וביחוד אין דעם פאל וואס דער נאמען איז דאך אויסגעקליבן געווארן דורך צדיקים נשיאי ישראל)
וואס,
ווי גערעדט פריער,
האט די מדריגה פון יוסף הצדיק א שייכות צו שמיני עצרת.
אויך די עבודה פון רבי׳ן איז געווען אין דעם זעלבן אופן פון יוסף הצדיק 32
: ער האט אראפגעטראגן אלע הויכע ענינים פון די פריערדיקע רביים למטה אין וועלט.
מיר זעען דאס פון דעם וואס דער רבי האט זיך פארנומען מיט מפרסם זיין און פארשפרייטן חסידות ניט נאר אין לשון קודש און אין אידיש,
נאר אויך אין פארשידענע אנדערע שפראכן.
ווייל זיין עבודה איז געווען צו ממשיך זיין אלקות אומעטום,
ביז למטה מטה.
אויך געפינען מיר אין דער הנהגה פון רבי׳ן צוויי קעגנגעזעצטע קצוות
(עקסטרעמען)
: זייענדיק מיט זיין גאנצן וועזן פארנומען מיט מגלה זיין טיפסטע ענינים פון תורת החסידות,
איז ער גלייכצייטיק געווען אין גאנצן איבערגעגעבן צו חינוך און הפצת היהדות אין א גאר פשוט׳ן אופן: לערנען מיט אידישע קינדער אלף־בית,
בא־ ווירקן אידן צו היטן שבת,
כשרות,
טהרת המשפחה אד״ג.
און דאם זעלבע האט ער אויך געמאנט פון זיינע חסידים
(ווייל "דבתר רישא גופא אזיל" 33 ,
דער גאנצער גוף גייט נאך נאך דער קאפ,
דערפאר דארפן זיך חסידים ביחוד משתדל זיין זיך אין די ענינים מיט וועלכע עס האט זיך אפגעגעבן זייער קאפ,
דער רבי),
זיי זאלן זיך אפגעבן מיט חינוך הכשר און הפצת היהדות אין א גאר פועל׳דיקן און ביז אפילו א גאר פשוט׳ן אופן,
און אין דער זעלבער צייט זיך פארטיפן אין דעם לימוד פון חסידות
(וואס צוליב דעם האט דער רבי געשריבן און ארויסגעגעבן טיפע מאמרים און המשכים פון חסידות חב״ד).
אזא הנהגה איז בדוגמא צו דעם ווי עם איז געווען ביי יוסף הצדיק: ער האט געהאט צו טאן מיט גאר נידעריקע זאכן,
ביז צו משפיע זיין צו די מצריים - ״הא לכם זרע״ - און בעת מעשה איז ער געווען בתכלית הדביקות צו אלקות.
ז.
דערפאר האט מען אויך געזען אז די השגחה פרטית האט געפירט מיטן רבי׳ן אין אזא סדר,
אז אים איז אויסגע־ קומען צו וואוינען דוקא אין גרויסע שטעט,
אויף וואס די חז״ל זאגן: "ישיבת כרכים קשה" 34
(פונקט ווי יוסף הצדיק האט זיך געפונען אין מטרופולין של מצרים).
די פריערדיקע נשיאים איז זייער וואוין־ארט געווען אין קליינע שטעטלעך,
ווי ליאזנע,
ליאדי,
ליובא־ וויטש
(זיי האבן טאקע א סך מאל בא־ זוכט גרויסע שטעט,
פילע מאל אויך אין אויסלאנד,
צוליב טובת הכלל והפרט,
דאם איז אבער געווען צייטווייליק,
אבער בקביעות איז זייער דירה געווען אין דער קליינער שטאט).
אפילו שפע־ טער,
ווען דער רבי
(מוהרש״ב)
נ״ע האט זיך אריבערגעצויגן פון ליובאוויטש קיין ראסטאוו,
איז אבער דעמאלט אויך אט די גרויסע שטאט געווען אפגע־ שלאסן פון וועלט,
און אויך אין ראס־ טאוו גופא,
איז מען געווען אפגעזונ־ דערט פון דער שטאט.
אבער כ״ק מו״ח אדמו״ר איז פון אנהויב פון זיין נשיאות געווען,
פריער נסיעות און דאן באזע־ צען זיך אין גרויסע שטעט: מאסקווע,
פעטערבורג
(לענינגראד)
און שפעטער אין ריגע,
ווארשע,
א.
א.
וו.
- ווי דער רבי האט אמאל געזאגט: עשר גלויות גלתה ליובאוויטש,
און ער האט אויס־ גערעכנט אלע צען גלות׳ן - ביז דער רבי האט זיך באזעצט אין ניו יארק.
און ערשט אין די אלע גרויסע שטעט האט ער זיך אפגעגעבן מיט הפצת החסידות צוזאמען מיט זיין פארשפרייטן אידיש־ קייט בכלל.
פונקט ווי יוסף הצדיק,
וואס איז געווען פאראיינציקט מיט ג'טלעכקייט און איז פונדעסטוועגן גע־ ווען א מושל און האט זיך פארנומען מיט תיקונים אין ארץ מצרים.
ח.
צוליב דער מעלה פון יוסף אויף די אבות און די שבטים: וואם ביי אים האט מאיר געווען אזא מדריגה פון אלקות וואס איז העכער פון וועלט,
דערפאר איז אויך די הנהגה מלמעלה מיט אים געווען אין אן אופן פון למעלה מן הטבע
(בחי׳ סובב).
דאס איז אויך א טעם 35
אויף דעם וואס יוסף הצדיק איז באשטראפט גע־ ווארן 36
פאר זיין בעטן דעם שר המשקים ער זאל אים דערמאנען פאר פרעה׳ן; פאר ניט פארלאזן זיך כבטחון גמור אז דער אויבערשטער אליין וועט אים אויס־ לייזן פון בית האסורים,
וואס דערפאר איז זיין עונש געווען צו בלייבן איבערי־ קע צוויי יאר אין בית האסורים.
פרעגט מען אויף דעם: אין וואס איז באשטאנען דא דער חטא פון יוםף׳ן?
ם׳איז דאך ידוע אז א מענטש דארף מאכן א כלי בדרך הטבע פאר דער ברכה פרן דעם אוי־ בערשטן און דאס איז ניט קיין סתירה צו דעם בטחון אין דעם אויבערשטן.
אזוי ווי עם שטייט 37
ביי דעם ענין פון פרנסה: "וברכך ה׳ אלקיך בכל אשר תעשה",
דער אויבערשטער וועט דיר בענטשן אין אלץ וואס דו וועסט טאן,
אז מען דארף מאכן א כלי בדרך הטבע צו פרנסה און פאר־ לאזן זיך אז דער אויבערשטער וועט שיקן זיין ברכה דורך דער כלי.
אזוי געפינט מען אויך ביי יעקב אבינו,
ווען ער האט מורא געהאט פאר עשו׳ן: "פן יבא והכני אם על בנים",
אז צוזאמען מיט תפלה און בטחון אין דעם אויבערשטן האט ער אויך צוגעגרייט כלים בדרך הטבע - דורון
(א מתנה צו עשו׳ן)
און מלחמה - דורך וואם עס זאל קומען זיין הצלה.
פארוואס איז יוסף הצדיק נענש געווארן פאר מאכן א כלי בדרך הטבע צו זיין הצלה פון בית האסורים?
נאר ווייל ביי דער מדריגה וואם יוסף האט געהאלטן,
- ווי געזאגט פריער,
אז ער איז געווען דבוק אין דער בחינת הסובב פון אלקות וואס איז העכער פאר מקור אויף נבראים,
- האט ער ניט געדארפט אנקומען צו הכנות וכלים בדרך הטבע,
און פון אים האט זיך גע־ פאדערט א העכערע מדריגה פון בטחון,
אן קיין שום פארמיטלונג פון הנהגת הטבע,
וואם אויף אזא בטחון שטייט 38
: "טוב לחסות בהוי׳
(בחי׳ סובב)
מבטוח באדם"
(העליון,
בחי׳ ממלא).
ט.
און אזא הנהגה פון למעלה מן הטבע האט מען אויך געזען ביי כ״ק מו״ח אדמו״ר.
ער האט דורכגעבראכן אלע העלמות והסתרים פון טבע אין אזא אופן גלוי,
וואם ביי אלע רביים האט מען אזויפיל ניט געזען.
אויסער דעם וואס ער איז געווען ארעסטירט א סך מאל 39 ,
איז דער אופן פון זיין מאסר געווען א סך שווערער,
ביז מען האט אים בפועל ממש פאר׳משפט צו עונש מות,
ר״ל
(דער אלטער רבי בעת זיין ארעסט איז בלויז געשטאנען אין א סכנה פון אט דעם עונש,
אבער לפועל האט מען אויף אים אזא גזר ניט ארויסגעגעבן,
אבער דעם רבי׳ן האט מען טאקע פאראורטיילט בפועל צו אט דער שטראף,
ה״י).
נאך מער: צווישן די וואס האבן דעם רבי׳ן ארעסטירט,
גע־ פירט זיין אויספארשונג און אים געפיי־ ניקט אין תפיסה זיינען געווען בעלי בחירה
(אידן),
און אויף בעלי בחירה איז דאך כביכול אויך דער אויבערשטער ניט קיין בעל הבית,
כמאמר: "הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים" 40 ,
אז בנוגע צו ענינים פון יראת שמים,
פון תורה ומצוות,
האט מען די בעל־ הבתישקייט אינגאנצן איבערגעגעבן אין די הענט פון א אידן ער זאל קענען טאן ווי ער וועט אויסקלייבן.
דאס איז אויך א ביאור אויף דעם וואס ראובן האט געזאגט צו די ברידער בנוגע יוסף׳ן: "השליכו אותו אל הבור גו׳ ויד אל תשלחו בו" 41 ,
אז זיי אליין זאלן ניט טשעפן עם נאר אריינווארפן אים אין גרוב.
לכאורה איז ניט פאר־ שטאנדיק: וויבאלד אז אין בור זיינען געווען נחשים ועקרבים 42 ,
איז מיט וואס איז געווען בעסער דאס אריינווארפן אין בור פון אן אנדער אופן שליחת יד?
ס׳איז דאך על פי תורה געווען זיכער,
אז ער וועט אין דעם גרוב געטויט ווערן,
ווי די הלכה איז 43
אז מעידין כו׳ - ווען עם קומען עדות און זאגן אז פלוני איז אריינגעפאלן אין א גרוב פון נחשים ועקרבים מעג זיין פרוי חתונה האבן מיט אן אנדערן.
דער ענטפער אויף דעם: הגם די שבטים האבן גע־ האלטן אז ער איז מחוייב מיתה 44 ,
האט ראובן אבער גע׳טענה׳ט מ׳זאל ניט שטעלן אויף זיף און אים הרג׳ענען בידים,
ווייל וויבאלד זיי זיינען בעלי בחירה וואלט ער דאן געטויט געווארן אויך ווען ער וואלט ניט געווען מחוייב מיתה לכל הדעות,
אדער ער וואלט געהאט א זכות ונעשה לו נס 45 .
האבן זיי אים דערפאר אריינגעווארפן אין בור,
וואם דערמיט האבן זיי איבערגעגעבן דינו לשמים,
ווייל נחשים ועקרבים זיי־ נען ניט קיין בעלי בחירה 46
ונס נעשה לו.
כאטש על פי תורה איז ע״פ טבע בשעת א מענטש פאלט אריין אין א גרוב פון נחשים ועקרבים,
ווערט ער געטויט,
ווי דערמאנט פריער,
- נאכ־ מער קען מען זאגען: דער דין תורה אז מעידין כו׳ איז מצד דעם כלל פון "אזלינן בתר רובא"
(מיר גייען לויטן רוב,
וואט מערסטנס ווערט דער מענטש געטויט אין אזא פאל),
נאר מצד דער חומרא פון איסור אשת איש דארף עם זיין אזא רוב אז דער מיעוט איז אפילו ניט קיין מיעוט דלא שכיח 47 ,
אבער ניט אז עס איז א נס ממש,
שינוי הטבע,
נאר בלשון רבנו הזקן 48
עס ווערט אזוי אנ־ גערופן דורך מענטשן און אפילו אויך בלשון חכמים - וויבאלד אבער אז סוף סוף קען עם אמאל פאסירן און פונ־ דעסטוועגן רעכנט מען זיך ניט מיט דער מעגליכקייט,
איז דאך דאס אלץ מצד דעם כלל פון אזלינן בתר רובא,
און בא ױסף׳ן איז דאך לכמה דעות: א)
די שבטים האבן געהאט א דין פון בני נח 49 .
ב)
ביי בני נח איז ניטא דער דין פון רוב 50 .
י.
אויף דער גאולה העתידה שטייט 51
"כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות",
אז די גאולה העתידה וועט זיין ענלעך צו דער גאולה פון מצרים.
דעריבער דארף אויך איצט בעקבתא דמשיחא,
ווי ביי יציאת מצרים,
זיין אונזער עבודה צו מברר זיין די סאמע לעצטע ניצוצות הקדושה וואס געפינען זיך למטה מטה.
איז דער כה אויף צו אראפלאזן זיך אזוי נידעריק און קענען טאן די עבודת הבירורים,
האט אונז געגעבן דער רבי,
נשיא דורנו.
ווארום דאס איז געווען די עבודה פון רבי׳ן,
"כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה יותר",
און דאם איז אויך אונזער עבודה,
ווייל "דבתר רישא גופא אזיל".
אונזער ארבעט דארף זיין צו נעמען די העכסטע ענינים,
רזין דרזין דאורייתא,
און אט די מעיינות מפיץ זיין למטה מטה,
ביז אין "חוצה",
און דורך דעם מברר זיין די ניצוצות היותר אחרונים,
וואס דאס וועט ברענגען דעם קא אתי מר,
למטה מעשרה טפחים,
בקרוב ממש.
(מלוקט משיחת ר״ח כסלו תשי״ב ושיחת אחש"פ תשכ״א)