א.
בשעת יוסף הצדיק האט זיך געלאזט דערקענען צו זיינע ברידער האט ער זיי געזאגט 1
: "וישלחני אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ ולהחיות לכם לפליטה גדולה ועתה לא אתם שלחתם אתי הנה כי האלקים וישימני וגו׳ ומושל בכל ארץ מצרים״ - אז ניט די ברידער,
נאר דער אויבערשטער האט יוסף׳ן פאראויםגעשיקט קײן מצרים און האט אים דארט געמאכט פאר א מושל איבער גאנץ מצרים,
צוליב דעם אז יעקב און זיינע קינדער זאלן דורך אים קענען געשפייזט ווערן און גאנץ בלייבן אין דער צייט פון די הונגער־ יארן.
און באלד נאכדעם האט ער זיי אנגעזאגט זיי זאלן איבערגעבן יעקב׳ן: "שמני אלקים לאדון לכל מצרים",
דער אויבערשטער האט מיר געמאכט פאר א האר איבער גאנץ מצרים - און דער־ פאר: "רדה אלי אל תעמוד",
אז יעקב און זיין משפחה זאלן זיך ניט אויפ־ האלטן נאר באלד אראפנידרן צו אים קיין מצרים.
פון דעם איז פארשטאנדיק,
אז די ירידה פון יעקב ובניו אין גלות מצרים איז געווען אפהענגיק אין דעם וואט יוסף איז געווען א מושל און אדון אויף גאנץ מצרים.
דאס הייסט,
אז יוסף האט ניט בלויז דערציילט ווי די השגחה פרטית האט געפירט אז מכירת יוסף זאל זיין א סיבה צו זייער קומען קיין מצרים,
נאר ער האט זיי אויך מרמז געווען,
אז דורך דעם וואס דער אויבערשטער האט אים געמאכט פאר א געוועלטיקער פון מצרים קען שוין זיין דער "רדה וגו" , ,
עם קען שוין דורכגע־ פירט ווערן די כוונה פון גלות מצרים.
ב.
די ערקלערונג דערפון אין פשטות:
ווען דער אויבערשטער האט אין דעם ברית בין הבתרים געלאזט וויסן צו אברהם אבינו,
אז זיינע קינדער וועלן קומען אין גלות
(מצרים),
האט ער אים צוגעזאגט 2
: "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול",
אז זיי וועלן ארויסגיין פון גלות מיט א גרויסן רייכטום.
איז דער מיין פרן אט דער הבטחה ניט בלויז א פאר־ גיטיקונג פאר די יסורים פון "ועבדום ועינו אותם",
נאר נאך מער: זייער ארויסגיין פון דארט "ברכוש גדול" איז דער תכלית און כוונה פון זייער גיין אין גלות מצרים.
א ראי׳ אויף דעם איז: איינער פון די טעמים 3
אויף דער מכה פון חושך וואם דער אויבערשטער האט געבראכט אויף די מצריים איז בכדי די אידן זאלן אין דער צייט פון דעם חושך קענען אויסקוקן און אויסגעפינען די טייערע כלים פון די מצריים,
און דורך דעם זאלן די אידן קענען דורכפירן דעם אנזאג 4
"וישאלו איש מאת רעהו ואשה מאת רעותה כלי כסף וכלי זהב",
זיי זאלן אויסבארגן דעם רייכטום פון די מצרים,
בכדי עם זאל מקויים ווערן דער "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול״ - "שלא יאמר אותו צדיק" 5 ,
אז אברהם אבינו זאל ניט זאגן,
אז דער אויבערשטער האט מקיים גע־ ווען דעם "ועבדום ועינו אותם" אבער ער האט ניט מקיים געווען דעם "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול".
לכאורה איז עם ניט פארשטאנדיק: ווען מ׳געפינט זיך אין גלות,
און בפרט אין אזא שווערן און ביטערן גלות ווי ס׳איז געווען דער גלות מצרים,
וועט דאך א מענטש זיכער מוותר זיין אויף דעם ריווח אבי באלד צו ארויסגיין פון גלות.
ווי די גמרא זאגט 6 ,
אז אידן האבן טאקע גע׳טענה׳ט
(ווען דער אויבער־ שטער האט זיי געזאגט: "וישאלו גו׳")
: "ולואי שנצא בעצמנו",
הלואי זאלן מיר אליין ארויסגיין פון מצרים.
און די גמרא בריינגט דארטן א משל פון א מענטשן וואס איז איינגעשפארט אין בית האסורים און מענטשן זאגן אים: מ׳וועט דיר מארגן באפרייען פון תפיסה און מ׳וועט דיר געבן א סך געלט; ענטפערט ער זיי: איך בעט אייך,
נעמט מיר היינט ארוים,
און איך בעט ביי אייך מער גארנישט.
איז ווי קומט עס וואם דער אויבערשטער האט געהאלטן די אידן נאך א געוויסן זמן אין גלות בכדי צו מקיים זיין דעם "יצאו ברכוש גדול"?
און אויך דער טעם פון גמרא "שלא יאמר אותו צדיק וכו"/ איז ניט פאר־ שטאנדיק: ווייל זיכער וואלט אויך אברהם אבינו מוותר געווען אויפן "רכוש גדול",
אבי זיינע קינדער זאלן וואס פריער ארויסגיין פון גלות.
דעריבער מוז מען זאגן,
אז ווען ניט דער רכוש גדול וואס די אידן האבן ארויסגענומען פון מצרים וואלט זיך ניט אויסגעפירט די כוונה און תכלית פון זייער קומען אין גלות מצרים,
ווייל די כוונה פון גלות איז געווען - "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"* 6 .
און בכדי צו אויספירן אט די כוונה פון גלות מצרים האט יוסף פריער גע־ מוזט ווערן א שליט אויף גאנץ מצרים,
וואם דורכדעם האט ער געהאט די מעגלעכקייט איינצוזאמלען אונטער זיין האנט דעם רייכטום פון אלע לענ־ דער - ״וילקט יוסף את כל הכסף״ - כל כסף וזהב שבעולם 7
- און עס האט שפעטער געקענט זיך אויספירן דער "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול".
ג.
די ירידה קיין מצרים איז געווען בכדי צו מברר זיין און מעלה זיין אין קדושה די ניצוצות פון מצרים.
דורך זייער עבודה במשך די גאנצע יארן פון גלות האבן זיי מברר געווען און אויס־ געקליבן די ניצוצות הקדושה און ווען זיי זיינען ארויס פון מצרים האבן זיי אט די ניצוצות אויפגעהויבן צו זייער מקור,
ווי עס שטייט 8
ביי יציאת מצרים: "וגם ערב רב עלה אתם",
אז זיי האבן מעלה געווען די ר״ב,
די צוויי הונדערט און צוויי ניצוצות קדושה וואס האבן זיך געפונען,
געווען אריינגעמישט אין מצרים.
און די ניצוצות האבן זיך געפונען אין דעם רכוש גדול וואם די אידן האבן מיטגענומען פון מצרים.
און ווי דער בעל שם טוב איז מבאר 9
דעם מאמר רז״ל 10 ,
״התורה חםה על ממונם של ישראל" און יעקב חס על "פכים קטנים" 11 ,
אז אידישע אייגנטום איז זייער טייער,
ווייל אין ממונם של ישראל געפינען זיף ניצוצות קדושה וועלכע דער איד דארף מברר זיין און אויפהויבן צו קדושה.
און דעריבער האט געמוזט זיין דער "ושאלה אשה משכנתה וגו׳" 12 ,
צו מברר זיין און מעלה זיין די ניצוצות וואס האבן זיך גע־ פונען אין די "כלי כסף וכלי זהב ושמלות".
ד.
די אויספירונג פון דער כוונה איז אויך געווען לטובתם של ישראל.
וואם דערפאר וואלט אברהם אבינו געמאנט אז דער אויבערשטער זאל מקיים זיין דעם "ואחרי כן יצאו ברכוש גדול",
אפילו ווען דאס איז פארבונדן מיט ווארטן - ווייל דאם איז געווען די טובה פון זיינע קינדער.
דער ביאור אין דעם: דער סדר פון מברר זיין די ניצוצות און זייער שייכות צו נשמות ישראל איז אזוי אויסגע־ שטעלט,
אז פונקט ווי ס׳איז פאר יעדן ניצוץ באשטימט געווארן דורך וועמען ער זאל נתברר ווערן,
אזוי איז באשטימט פאר יעדער נשמה וועלכע ניצוצות זי זאל מברר זיין,
וואס די ניצוצות האבן א שייכות צו דער פרטית׳דיקער נשמה.
ווי די רז״ל זאגן 13
"אין אדם נוגע במוכן לחבי־ רו",
א מענטש קען ניט פארדינען פון דעם וואם געהערט צו א צווייטן - און דאס איז אזוי אין גשמיות,
ווייל אזוי איז עס אין רוחניות
(ווי געזאגט פריער,
אז די רוחניות׳דיקע רווחים - ניצוצות - זיינען אין דעם גשמיות׳דיקן רכוש),
אז יעדע נשמה האט אן אויפגאבע צו מברר זיין געוויסע ניצוצות וואם באלאנגען צו איר מצד איר מהות.
ווי ס׳איז מבואר אין דער רשימה 14
פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,
אז דער אויבערשטער איז מסבב הסיבות בהשגחה פרטית,
אז דער איד זאל זיך צוזאמענ־ טרעפן מיט די ניצוצות וואם ער דארף מברר זיין.
און כל־זמן ער איז ניט מברר און מעלה פון גלות אט דעם ניצוץ וואם איז שייך און פארבונדן מיט זיין נשמה,
געפינט זיך זיין נשמה דארטן וואו דער ניצוץ - ביידע געפינען זיך אין גלות.
נאך מערער: בירור הניצוצות האט צו טאן און איז פארבונדן ביז צו זיין עצם הנשמה.
און וויבאלד "כל עצם בלתי מתחלק"
(אן עצם טיילט זיך ניט),
איז כל־זמן א טייל,
אפילו א קליינער טייל,
פון זיינע ניצוצות געפינט זיך נאך אין גלות,
געפינט זיך דאן אויך אין גלות ניט בלויז א טייל פון דער נשמה
(צוזא־ מען מיט דעם חלק הניצוצות),
נאר אויך דער עצם הנשמה.
כמאמר הבעל שם טוב 15
"העצם,
כשאתה תופס במקצתו אתה תופס בכולו".
און דעריבער איז דער ארויסנעמען דעם "רכוש גדול" פון מצרים געווען נוגע אויך דער אייגענער טובה פון אידן,
ווייל דורך ארויסקלייבן און מעלה זיין די ניצוצות פון מצרים,
זיינען אויך זייע־ רע נשמות אויסגעלייזט געווארן פון גלות מצרים.
נוסף אויף דעם
(ועיקר)
: דער תכלית השלימות פון א נברא איז דאך צו אויס־ פירן דעם רצון הבורא און צוליב דעם איז ער באשאפן געווארן 16 .
איז וויבאלד אז דער רצון הבורא איז געווען,
זיי זאלן מיטנעמען מיט זיך אלע ניצוצות הקדושה פון מצרים,
איז דאך דאם גע־ ווען זייער גרעסטע טובה; דורך דעם זיינען זיי צוגעקומען צו זייער העכ־ סטער שלימות.
ה.
דאס אויבנגערעדטע וועגן גלות מצרים און יציאת מצרים איז א הוראה פאר אונז אין דעם לעצטן גלות,
ווייל גלות מצרים איז דער שורש פון אלע גליות 17 .
די כוונה פון גלות איז ניט נאר אן עונש פאר חטאים ועוונות,
נאר זיין כוונה און תכלית איז בירור הניצוצות.
ווי חסידות איז מבאר דעם מאמר רז״ל 18
"לא הגלה הקב״ה את ישראל לבין האומות אלא כדי שיתוספו עליהם גרים",
אז אידן זיינען פארטריבן געווארן אין גלות נאר בכדי עס זאלן צוקומען "גרים",
ניצוצות הקדושה וואס געפינען זיך אין די דברים הגשמיים.
דעריבער דארף מען וויסן אז די עבודה דארף זיין - "ושאלה אשה משכנתה ומגרת ביתה״: ״אשה״ מיינט די נשמה 19 ,
קומט צו איר דער אנזאג פון דעם אויבערשטן,
אז ניט נאר זי אליין דארף ארויסגיין פון גלות,
נאר אויך "ושאלה משכנתה ומגרת ביתה",
זי דארף מיטנעמען די ניצוצות הקדושה וואם געפינען זיך אין גוף ונפש הבהמית און אין איר חלק פון וועלט.
"שכנתה",
מיינט די ענינים מיט וועל־ כע מ׳טרעפט זיך בלויז צייטנווייז
(ווי א שכןמיט װעמען מען באגעגנט זיך ניט שטענדיק)
; "גרת ביתה",
מיינט די ענינים מיט וועלכע מען איז שטענדיק צוזאמען
(ווי א מענטש מיט וועמען מ׳לעבט אינאיינעם אין איין הויז).
איז דער ציווי,
אז מ׳דארף ארויסנעמען פון גלות ניט בלויז די ניצוצות וואם געפי־ נען זיך אין זאכן מיט וועלכע מ׳האט צו טאן שטענדיק
("מגרת ביתה"),
נאר אויך די ניצוצות וואס געפינען זיך אין ענינים מיט וועלכע מ׳טרעפט זיך נאר פון צייט צו צייט,
(ווארום דאס וואס עם טרעפט זיך מיט עמיצן און מיט עפעס איז עס ניט קיין צופאל ח״ו,
נאר בהשגחה פרטית,
"יש מנהיג לבירה" 20 ,
וואס מלמעלה איז מען מזמין אלע זאכן וואס ער דארף מברר זיין און מעלה זיין אין קדושה),
עס זאל ווערן פון זיי "כלי כסף וכלי זהב",
זיי זאלן צוגעבן און נכלל ווערן אין דער עבודה פון אהבה
(כסף)
און יראה
(זהב).
ו.
פאראן אזוינע וואס טענה׳ן: מה לי ולהגלות וואס דארף איך האבן צו טאן מיט ענינים פון גלות,
איך בין מוחל און מוותר אויפן רכוש גדול,
אויף דעם עילוי וואס מיין נשמה וועט האבן דורך בירור הניצוצות,
אבי ניט צו דארפן זיך מאטערן אין גלות,
חושך כפול ומכופל,
אין ענינים גשמיים וחומרים; איך וועל זיך בעסער איינשליסן אין די ד׳ אמות פון תורה און תפלה.
דארפן זיי וויסן:
א)
אויב זיי טוען ניט אפ כשלימות די עבודה וואס ליגט אויף זיי,
פארבלייבט זייער נשמה אין גלות,
און זייער טענה אז זיי וועלן זיך איינשפארן אין די ד׳ אמות של תורה ותפלה און ניט האבן צו טאן מיט גלות,
קען עם אזוי זיין נאר אין זייערע כהות הגלויים,
אבער די עצם הנשמה געפינט זיך נאך אלץ אין גלות צוזאמען מיט די ניצוצות וועלכע זי דארף מברר זיין.
ווייל דאם וואס די חכות הגלויים געפינען זיך אין קדושה איז ניט קיין באווייז אויפן עצם 21 .
און אריינטראכטנדיק זיך אין דעם אפילו נאר מיט א התבוננות קלה,
וועט פועל׳ן אויף אים צו טאן די עבודת הבירורים וואם איז שייך צו אים,
ווארום "וכל אשר לאיש יתן בעד נפשו 22 ,
אלץ וואם א מענטש האט וועט ער אוועקגעבן פאר זיין נפש,
וביחוד פאר זיין עצם.
ב)
אפילו ווען ער וואלט יע געקענט ארויסגיין פון גלות,
און צוקומען צו גאר הויכע מדריגות ניט טוענדיק זיין אויפגאבע אין עבודת הבירורים - איז וואס טויגן אים אלע עילויים,
און וואס פארא עילויים זיינען דאס,
אויב ער טוט פארקערט פון דעם רצון העליון וואם הוא ורצונו אחד 16 .
און דאם איז די הוראה פון גלות ויציאת מצרים: די עבודה דארף זיין צו טאן מיט וועלט; מברר זיין די ניצוצות וואס אין גלות - "וינצלו את מצרים,
כמצודה שאין בה דגן כמצולה שאין בה דגים" 6 ,
און גיין מיט זיי צוזאמען לקבל פני משיח צדקנו למטה מעשרה טפחים,
בקרוב ממש.
(משיחת אחש״פ תשכ״א)
ז.
אויפן פסוק "ואת יהודה שלח לפניו אל יוסף להורות לפניו גשנה" זאגט רש״י בשם המדרש 23
: "לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה",
אז יעקב האט פאראויס געשיקט יהודה׳ן קיין מצרים,
בכדי צו איינארדנען דארט א בית תלמוד,
א ישיבה אויף לערנען תורה.
זעען מיר דערפון,
אז בשעת א איד דארף קומען אין א נייער מדינה,
דארף ער צום אלעם ערשטן באווארנען,
נאך פאר זיין קומען אהין,
אז אין דער מדינה זאל זיין א מקום תורה,
ווייל תורה איז דער גאנצער קיום און לעבן פון א אידן.
דארף מען אבער פארשטיין:
וואס האט יעקב געדארפט שיקן א באזונדערן שליח,
יהודה׳ן,
קיין מצרים,
צו מאכן דארט א מקום תורה - דארט איז דאך שוין פון פריער געווען יוסף,
האט ער דאך געקענט מתקן זיין דעם בית תלמוד דורך יוסף.
ועוד ועיקר: ע״פ מרז״ל 24
מימיהן של אבותינו לא פרשה ישיבה מהם כו ,
אברהם כו׳ יצחק כו׳ יעקב כו׳ - איז דאך בא יוםף׳ן מסתם אויך אזוי געווען.
ובפרט לויט דעם פירוש רז״ל 25
אויפן פסוק "כי בן זקונים הוא לו" אז יעקב האט איבער־ געגעבן ױסףץ כל מה שלמד.
און אויפן פסוק 26
"וירא את העגלות",
אז יוסף האט געגעבן א סימן יעקב׳ן אויף די הלכות עגלה ערופה וואם יעקב האט מיט אים געלערנט; און ױסף׳ס הנהגה איז דאך געווען אין אזא הויכער מדריגה,
אז יעקב האט דערויף געזאגט: "רב עוד יוסף בני חי",
אויך לויט דער הויכער הבנה פון יעקב אבינו איז יוסף געווען "חי" 27 ,
ביז אז דאם האט געווירקט אז ״ותחי רוח יעקב אביהם - שרתה עליו שכינה" 28 ,
אז די שכינה האט ווידער גערוט אויף יעקב׳ן.
ח.
עם איז ידוע 29
דער אונטערשייד צווישן דער מדריגה פון ױםף׳ן און די מדריגות פון יעקב און די שבטים: יעקב אבינו
(און אזוי אויך די אבות אברהם און יצחק)
און די שבטים זיינען געווען אפגעזונדערט פון עולם הזה.
וואס דער־ פאר האבן זיי אויסגעקליבן צו זיין "רועי צאן",
זיי האבן זיך פארנומען מיט פי־ טערן שאף,
בכדי וואס ווייניגער האבן צו טאן מיט די ענינים פון עולם הזה,
זיי זאלן זיי ניט שטערן צו תורה ועבודה.
מה שאין כן יוסף איז ניט געוועז קיין רועה צאן שוין פון יוגנט אן; אויך ווען ער איז פארקויפט געווארן פאר א קנעכט אין מצרים איז ער געווען פאר־ נומען מיט פירן די געשעפטן ביי פו־ טיפר׳ן,
ווי עם שטייט 30
: "ויבא הביתה לעשות מלאכתו",
אז יוסף איז געקומען אין הויז צו טאן זיין ארבעט - זאגט אויף דעם דער תרגום אונקלוס: "למבדק בכתבי חושבנא",
ער האט געפירט די חשבונות,
וואם בכלל איז דאס דאך א גרויסע טרדא; און באזונדערס שפעטער,
ווען ער איז געווארן משנה למלך און האט אנגעפירט די גאנצע מלוכה אין מצרים,
אויף אזויפיל ביז אז 31
"על פיך ישק כל עמי גו׳.
ומבלעדיך לא ירים איש וגו׳",
אז ער האט אכטונג געגעבן אויף יעדערן אין גאנצן לאנד,
איז ער דאך געווען גאר שטארק פארנומען מיט עניני מצרים - און פונדעסטוועגן האט עס אים אינגאנצן ניט געשטערט צו שטיין בשעת מעשה אין תכלית הדביקות צו אלקות.
דאס מיינט,
אז בא ױסף׳ן האט גע־ לויכטן בגלוי די מדריגה פון ג־טלעכ־ קייט וואס איז העכער פון צו זיין א מקור אויף עולמות,
וואס דארט האט וועלט אינגאנצן קיין באטרעף ניט,
ובמילא איז ניט שייך צו זאגן אז די ענינים און טרדות פון וועלט זאלן אים פארנעמען און מבלבל זיין צו זיין דביקות באלקות.
הגם אויך ביי די אבות און די שבטים האט מאיר געווען אלקות בגילוי,
איז דאס אבער די מדריגה אין אלקות,
וואס טוט זיך אן אין וועלט,
במילא איז פארשטאנדיק אז וועלט פארנעמט דארט אן ארט.
און דער־ פאר זיינען זיי געווען "רועי צאן",
אפגע־ טראגן פון וועלט־טרדות בכדי די עניני העולם זאלן ניט זיין קיין שטער צו זייער שטענדיקן פארבונד און דביקות מיטן אויבערשטן.
אבער ביי ױםף׳ן האט מאיר געווען אזא הויכע מדריגה פון אלקות,
וואס איז העכער פון וועלט און פועל׳ט אין איר אין אן אופן פון "סובב",
במילא האט ער געקענט זיין פארנומען אין טרדות פון וועלט און גלייכצייטיק זאלן זיי אים ניט מבלבל זיין צו זיין תכלית הדביקות באלקות.
ט.
אט די הויכקייט פון מדריגת יוסף - אז אויך זייענדיק פארנומען "בכתבי חושבנא" און טרדות העולם איז ער געווען בתכלית הדביקות באלקות -איז עס בנוגע צו דער מעלה פון זיין נשמה.
אבער בנוגע צו לימוד התורה,
וואס דער מענטש וואס לערנט תורה דארף דאך זיין פאראיינציקט מיט דער תורה 32 ,
מוז זיין "תורתו אומנתו",
אז זיין גאנצע פארנומענקייט זאל זיין נאר אין תורה.
איז דעריבער,
ווען ער איז באשעפטיקט אויסער תורה אויך מיט אנדערע זאכן,
כאטש זיי זיינען על פי תורה און ער איז אויך דאן א מרכבה צו אלקות,
פעלט אבער אין דעם תכלית היחוד פון דעם מענטשן מיט תורה.
די פולשטענדיקע פאראיינציקונג קען זיין נאר דאן ווען "תורתו אומנתו" און ער האט ניט צו טאן מיט קיינע אנדערע זאכן,
אפילו ענינים שעל פי תורה 33 .
אזוי ווי אביי האט געזאגט 34 ,
אז ווען ער האט געדארפט טאן אפילו א לייכטע ארבעט פאר זיין ״אם״
(די פרוי וואס האט אים געהאדעוועט),
האט עם אים מבלבל געווען פון זיין לימוד התורה.
נאך מער געפינען מיר אין הלכות תלמוד תורה פון אלטן רבי׳ן 35
: ער טיילט דארט פאנאנדער צווישן דעם אופן פון לערנען תורה פאר דער חתונה - און אויך דעם לערנען אין די צוויי־דריי יאר נאך דער חתונה,
"בטרם יוליד בנים הרבה",
ווען ער קען לערנען תורה אן צופיל טרדות - און צווישן דעם לערנען שפעטער,
ווען ער האט שוין אויף זיך דעם יאך פון פרנסה,
"ריחיים על צוארו",
כאטש לכאורה קען דאך געמאלט זיין אז אויך שפעטער,
ווען ער דארף מפרנס זיין די בני־בית,
זאל ער ניט זיין קיין גרויסער טרוד,
ווי למשל אן עשיר גדול וואס דארף ניט הארעווען אויף פרנסה,
-פונדעסטוועגן,
וויבאלד ער האט פארט אויף זיך א יאך צו מפרנס זיין די בני־ בית,
איז דורכן יאך אליין - האט ניט זיין לימוד די מעלה פון זיין לערנען תורה פאר דער חתונה און באלד נאך איר.
דאס איז אויך דער טעם 36
וואס די לויים - וועמענס גאנצע עבודה איז געווען בבית המקדש און מלמד תורה זיין - האבן ניט געהאט קיין חלק ונחלה אין ארץ ישראל.
ווארום אויב זיי וואלטן געהאט צו טאן מיט זייטיקע זאכן,
פון א נחלה,
אויף וועלכן אופן ס׳זאל ניט זיין,
וואלס עס געשטערט צו דער שלימות העבודה זייערע.
אזוי אויך איצט,
נאך דעם ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן,
און "ואין לו להקדוש ברוך הוא בעולמו אלא ד׳ אמות של הלכה בלבד" 37
אז דער אויבערשטער געפינט זיך אין די פיר איילן פון לימוד התורה על דרך ווי אין בית המקדש,
איז די וואם ווילן טאן די עבודה פון דעם בית המקדש
(די ד׳ אמות של הלכה וואס איז אנשטאט עבודת המקדש)
דארפן ביי זיך אויך ניט זיין קיינע זייטיקע ענינים אויסער לימוד התורה; "תורתם" דארף זיין "אומנתם",
וכלשון הרמב״ם 36
: לוי..
הובדל לעבוד את ה׳ כו׳ לפיכך הובדלו מדרכי העולם כו׳ ולא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש מכל באי העולם אשר נדבה רוחו כו'.
י.
לויט דעם אלעמען וועט מען פארשטיין פארוואס יעקב האט גע־ דארפט שיקן יהודה׳ן צו איינשטעלן א בית תלמוד אין מצרים,
און ער האט זיך ניט פארלאזט אויפן לימוד התורה פון יוסף׳ן.
אמת טאקע אז יוסף הצדיק איז אלעמאל געווען פאראיינציקט און דבוק בתכלית מיט דעם אויבערשטן,
איז עס א העכערקייט וואס איז נוגע צו זיין נשמה.
אבער בנוגע לימוד התורה,
איז זיינע פארשידענע ענינים פון מושל בכל ארץ מצרים,
פון וילקט יוסף וכו׳ - כנ״ל בארוכה אין דעם - האט זיין לערנען ניט געקענט זיין אין אן אופן פון תכלית שלימות תורתו אומנתו,
ווי פריער גערעדט.
ובמילא,
איז הגם בא ויסף׳ן אליין האט ח״ו ניט געפעלט - איז אבער צוליב עולם וקיומו,
(וואס תורה איז דער ערשטער פון די דריי עמודים אויף וועלכע עס שטייט די וועלט) 38 ,
האט יעקב געשיקט יהודה׳ן
(וואס ער איז געווען א רועה צאן,
אפגעזונדערט פון וועלט),
צו אויפשטעלן אין מצרים א ישיבה און בית תלמוד וואו די וואס לערנען תורה זאלן כלל ניט האבן צו טאן מיט אנדע־ רע ענינים - ווי הויך זיי זאלן ניט זיין,
אויך אין אן אופן פון מרכבה 39
- נאר זייער גאנצער עסק זאל זיין נאר תורה אליין.
יא.
תורה און אירע הוראות זיינען פאר יעדן דור: תלמידי הישיבות דארפן וויסן אז זייער ענין איז נאר תורה,
צו אנדערע זאכן האבן זיי קיין שום שייכות ניט.
און אויך די עבודה פון גמילות חסדים וואס פאדערט זיך צוליב דעם לימוד התורה,
כמאמר רז״ל 40
: "כל האומר אין לי אלא תורה אפילו תורה אין לו",
אז תורה אן גמילות חסדים איז ניט גענוג - וואס דערפאר האבן די רביים געמאנט אז אויך די תלמידי הישיבות זאלן זיך פארנעמען מיטן פארשפרייטן די מעי־ נות פון חסידות בפרט און הפצת היהדות בכלל - דארף אבער אט די עבודה פון גמילות חסדים זיין אין אזא אופן וואס זאל די תלמידים ניט אפרייסן פון זייער פאראיינציקונג מיט תורה,
נאר אדרבה - צוליב דעם אז זייער תורה זאל זיין ווי עם דארף צו זיין.
און דורך לימוד התורה אין אזא אופן האט און וועט די וועלט האבן א קיום.
(משיחת ש״פ מקץ תשכ״ב)