B"H
🏡

Ikar

עמוד 819

א.

אין אנהויב פ׳ מקץ דערציילט די תורה באריכות וועגן די צוויי חלומות פון פרעה - וועגן דעם חלום מיט די פרות און דעם חלום מיט די שבלים; עם ווערט אויך דערציילט וועגן דעם פתרון

(באשייד)

וואס יוסף האט געגעבן די חלומות.

אז זיי זיינען א רמז אויף די יארן פון זאטקייט און אויף די הונגער יארן.

צוליב וואס דערציילט די תורה,

און נאך מיט אזא אריכות,

די אלע איינ־ צלהייטן פון פרעה׳ס חלומות?

דער עיקר איז דאך נוגע צו וויסן אז יוסף האט פון פאראויס מודיע געווען פרעה׳ן וועגן די זיבן שני שבע און די זיבן שני רעב,

וואם דורך דעם איז יוסף געווארן א משנה למלך אין מצרים - וואס איז אבער דער אונטערשייד צי דאס איז געקומען דורך חלומות,

צי דורך אן אנדער וועג?

און אויב אפילו די תורה וויל אונז שוין יא דערציילן אז חלומות פון פרעה האבן עס גורם געווען אז יוסף זאל ווערן א משנה למלך אין מצרים,

האט דאך דאס געקענט דער־ ציילט ווערן בקיצור,

אז פרעה׳ס חלומות האט קיינער,

אויסער ויסף׳ן,

ניט געקענט פותר זיין,

און אז זייער פתרון איז געווען: שבע שני שבע און שבע שני רעב.

וואס איז אונז נוגע צו וויסן די אלע פרטים וואם א גוי האט געזען אין חלום?

איז דער ענטפער אויף דעם: דער המשך פון די ענינים אין תורה דער־ ציילט,

אז דאס וואס מ׳האט פרעה׳ן מודיע געווען די שני שבע און שני רעב דורך חלומות,

קומט עם אלם מסובב,

דאס איז דערפאר ווייל אזוי איז עם געווען פריער ביי יוסף׳ן: אים האט מען מלמעלה מודיע געווען,

וועגן זיינע זאכן,

דורך חלומות,

ווי עם ווערט דער־ ציילט אין דער פריערדיקער סדרה.

פארוואס איז עם אזוי געווען ביי פרעה?

ווייל יוסף הצדיק איז געווען א נשמה כללית,

און ער האט ממשיך געווען אין וועלט אלע ענינים פון יעקב אבינו 1 .

איז וויבאלד אז יוסף איז "צדיק יסוד עולם",

אלע השפעות אין וועלט דארפן דורכ־ גיין דורך אים,

איז פונקט ווי ביי אים איז דאן געווען דער סדר פון מגלה זיין ענינים מלמעלה דורך חלומות,

איז אט־ דער סדר איינגעשטעלט געווארן אין דער גאנצער וועלט,

ביז אז ווען עם האט געדארפט אנקומען א ידיעה אפילו צו פרעה מלך מצרים,

"מושל בכיפה"

(דער מושל אויף דער גאנצער וועלט) 2 ,

איז דאס אויך געווען דורך א חלום.

דאס איז א הוראה עיקרית אין אונזער עבודה: בשעת א איד טרעפט אן אין וועלט אויף נסיונות פון שעדלעכע הנחות און תאוות,

דארף ער וויסן אז דאס שטאמט פון אים,

פון דעם אידן.

ניט ווי די וואס מיינען אז מ׳דארף נאכגיין נאך וועלט; אויך ניט ווי די וואס זאגן,

אז בכדי צו קענען מקיים זיין תורה און מצוות מוז מען זיך צופאסן צו וועלט,

נאר אדרבה,

די מציאות פון וועלט איז אפהענגיק פון א אידן: צוליב דעם וואם ביי אים לייגט זיך אפ א געוויסע הנחה אדער אים ווילט זיך עפעם א תאווה,

זיינען די זעלבע ענינים פאראן אויך אין וועלט,

נאר ווי זיי קומען בעולם

("עולם" פון לשון העלם),

פילט זיך ניט אין זיי זייער מקור,

און זיי קומען צו דעם אידן,

כאילו ווי פון זיך אליין,

און זיי שלעפן אים ער זאל זיי נאכגיין.

אבער וויבאלד אז אין דער אמת׳ן קומען זיי דאך פון דעם אידן,

איז דורך דעם וואס ער וועט ביי זיך אומבייטן זיינע ניט־גוטע הנחות און תאוות אויף גוטע,

וועלן זיי אומ־ געביטן ווערן אויך אין וועלט.

נאך מערער: אפילו אין א פאל אז מען קען ניט זאגן אז די נסיונות שטא־ מען פון דעם אידן,

ווייל ער איז ריין פון אט־די הנחות און תאוות אפילו אין דקות,

קומען זיי,

יעדנפאלס,

צוליב אים - ווארום די גאנצע בריאה איז דאך צוליב אידן,

"בשביל ישראל שנקראו ראשית״ 3

- אז ער זאל ביישטיין דעם נסיון.

און בשעת ער וועט ביי זיך ארויסרופן די שטארקייט ניט צו נתפעל ווערן,

וועט דאן אנטפלעקט ווערן,

אז דער גאנצער נסיון איז בלויז א דמיונו־ ת׳דיקע זאך,

ווייל די גאנצע איינשטע־ לונג אין וועלט איז אפהענגיק פון דעם אידנס איינשטעלונג אין זיינע ענינים.

ב.

הגם אז די חלומות פרעה זיינען פאראורזאכט געווארן פון די חלומות יוסף,

זיינען זיי אבער קעגנגעזעצטע לויט זייער מהות: די חלומות יוסף זיי־ נען אין קדושה און חלומות פרעה - אין לעומת זה.

דעריבער געפינען מיר צווישן זיי כמה חילוקים אין דעם סדר און אין די פרטים פון די חלומות 4 .

(א)

חלומות יוסף הויבן זיך אן באלד מיט עבודה - "מאלמים אלומים".

דא־ קעגן אין די חלומות פרעה ווערט גאר־ ניט גערעדט וועגן עבודה.

דער טעם אויף דעם: די השפעות דקדושה,

ווי־ באלד זיי ווערן נמשך פון דעם אוי־ בערשטן צו אידן

(און דער אויבער־ שטער איז דאך שלם בתכלית,

און ער אליין איז זיין תכלית; אויך א נשמה,

וואס איז א חלק אלקה ממעל ממש 5 ,

איז איר תכלית אין איר אליין און ניט אין עפעס אנדערש,

וואס דערפאר איז אויך די השפעות)

זיינען זיי בתכלית השלי־ מות והטוב,

און דעריבער מוזן זיי קו־ מען דוקא דורך עבודה,

בכדי עם זאל ניט זיין קיין נהמא דכיסופא,

וואס דאן איז עס ניט תכלית הטוב.

אנדערש איז אבער אין לעומת זה,

אין קליפה,

וואם אין איר אליין איז ניטא קיין שום תכלית,

איר גאנצע מציאות איז א טפל צוליב עפעס אנדערש,

במילא דארף אויך צוליב אירע השפעות ניט זיין די שלימות פון עבודה,

נאר זיי ווערן נשפע "חנם",

ווייל זיי זיינען סייווי ניט קיין מציאות.

(ב)

חלומות יוסף זיינען אין א סדר פון "מעלין בקודש": עס הויבט זיך אן מיט "שבלים",

איינציקע זאנגען וואס זיינען נפרדים איינער פון צווייטן,

און פון זיי ווערן צונויפגעבונדן "אלומים״ - פון די דברים נפרדים ווערט אן ענין פון אחדות

(אין ערשטן חלום)

; ביז מען קומט צו צו עניני שמים

(שמש וירח וכוכבים - אין צווייטן חלום).

אויך כפשוטו אין גשמיות,

זיינען ״אלומים״ טייערער פון "שבלים",

און אבנים טובות ומרגליות,

וואס זייער ליכטיקייט נעמט זיך פון די כוכבים 6 ,

ווייזן אויף א סך א גרעסערער עשירות ווי די "אלו־ מים".

מה שאין כן די חלומות פרעה איז אין זיי דער סדר פון "פוחת והולך": דער ערשטער חלום איז וועגן ״פרות״ -סוג החי,

און דער צווייטער חלום איז וועגן "שבלים",

וואס זיינען א נידערי־ קערער סוג - צומח.

נאך מער ווערט עס בולט נעמענדיק אין אכט,

אז על פי הסדר בטבע דארף זיין דער סדר: פריער שבלים און שפעטער פרות,

ווייל פרות "בריאות בשר" און פרות "דקות בשר",

וועגן וועלכע דער ערשטער חלום רעדט,

זיינען זיי אפהענגיק פון זייער שפייז,

פון די שבלים,

צי זיי זיינען "בריאות" אדער "דקות".

האט דאך דער צווייטער חלום געדארפט זיין פריער.

אבער ווייל אין לעומת זה איז דער סדר פון "פוחת והולך",

דערפאר זיינען די חלומות פון פרעה געווען אין א פאר־ קערטן סדר.

און אויך אין יעדן חלום פון פרעה,

איז געווען פוחת והולך: פריער האט ער געזען "שבע פרות יפות מראה ובריאות בשר" און דערנאך "רעות מראה ודקות בשר"; שבלים "בריאות וטבות" און נאכדעם "דקות ושדופות קדים".

און וואם נאך מערער: אויף אזויפיל ווערט אין קליפה וואם אמאל אלץ מער געמינערט דער טוב און יפה,

ביז אז די פרות און שבלים יפות און טובות ווערן אינגאנצן אויפגעגעסן

(״ותבלענה״)

פון די פרות און שבלים רעות און דקות.

אויך אין דעם פתרון און דעם קיום פון די חלומות איז געווען דער זעלבער סדר: פריער זיינען געווען די שני שבע און דאן די שני רעב - ״פוחת והולך״ -און אויף אזויפיל,

אז "לא יודע השבע בארץ מפני הרעב ההוא",

די פריערדיקע זאטקייט איז ניט געווען קענטיק צוליב דעם שפעטערדיקן הונגער.

(דאס וואם נאך די שני רעב זיינען ווידער געווען שני שבע - איז עם שוין ניט געווען דערמאנט אין די חלומות פרעה,

דאס האט שוין צו פרעה ניט באלאנגט,

די ברכה פון די שפעטערדיקע זאטע יארן איז שוין געקומען דורך ברכת יעקב).

ג.

און אין דעם באשטייט דער חילוק צווישן קדושה און לעומת זה.

קדושה האט א קיום נצחי און שטייט ניט אין קיין שינויים.

די שינויים פון קדושה דארפן זיין נאר אין אן אופן פון הוספה און עליות - "מעלין בקודש",

״ילכו מחיל אל חיל״ - און וויבאלד אז זיי זיינען אלעמאל נאר למעליותא,

זיינען זיי באמת ניט קיין שינויים.

(נאכמער - אפילו דאס וואס בפועל איז דא א מאל ירידות ביי א אידן,

ועוד -דאס וואס אין כנסת ישראל

(ספירת המלכות)

זיינען פאראן ירידות

(לפעמים עולה ולפעמים יורדת) 7

זיינען עס ניט קיין שינויים בהחלט,

וויבאלד דער רצון פון א אידן אפילו דא למטה 8

איז דאך אלעמאל דער זעלבער רצון,

ועוד,

ער איז אלעמאל באמנה אתו 9

- מקיים זיין תורה ומצוות ולהעלות בקודש.

ועל אחת כמה וכמה בספירת המלכות,

איז דאך אלעמאל די כוונה אין די ירידות צוליב דעם תכלית העלי׳ וואס וועט זיין שפעטער - ״מנוחה לחיי העולמים״ -איז דאך "במקום שרצונו של אדם שם הוא נמצא",

זיינען די אלע ירידות,

בפנימיות ניט קיין שנויים,

נאר אדרבה,

״מנוחה״ - היפך השינוי,

ווי דער רצון און כוונה וואס שטייט אין זיי).

אבער אין קליפה איז א סדר פון שינויים,

און אין אן אופן פון "פוחת והולך".

דער טעם אויף דעם איז,

ווי געזאגט,

ווייל קליפה איז ניט קיין מציאות פאר זיך,

איר גאנצע פאראנענ־ קייט איז נאר בכדי צו אויספרובירן דעם מענטשן און ארויסרופן ביי אים טיפע־ רע כוחות פון קדושה.

און וואם מער דער מענטש שטארקט זיף און ווערט נתעלה אין זיין עבודה,

אלץ ווייניקער דארף ער אנקומען צו דעם נסיון,

און במילא ווערט אויך די מציאות פון קליפה אלץ שוואכער,

"פוחת והולך",

כמאמר רז״ל 10

: "כשזה קם זה נופל".

דאס איז אויך דער כללות החילוק צווישן די פרי החג,

וואס זיינען "כנגד שבעים אומות" 11 ,

זיינען זיי "מתמעטין והולכין" 12 ,

זיי װערן װאס אמאל װינ־ ציקער - און צווישן די נרות חנוכה,

קדושה,

וואו ס׳איז דער סדר פון "מוסיף והולך",

"מעלין בקודש".

ד.

די הוראה דערפון אין עבודה איז: בשעת א מענטשן פאלט אריין א געדאנק,

אז ער וועט קענען האבן געוויסע השפעות אן עבודה,

מיינענ־ דיק,

אז צוליב געוויסע סיבות וועט ער באקומען די השפעות אויר ווען ער וועט ניט הארעווען - זאל ער וויסן אז דער געדאנק קומט פון נפש הבהמית,

פון לעומת זה,

וואם דארט איז ניט מוכרח קיין עבודה; ער דארף אויך וויסן אז די השפעה וועלכע ער מיינט צו באקומען אויף אזא אופן,

איז זי,

ווי יעדער מציאות פון לעומת זה,

"פוחת והולך",

ביז עס בלייבט פון איר גאר־ ניט 13 .

און לאידך גיסא: ווען ער וועט הארעווען אין עבודה,

קען ער זיין זיכער אז "יגעת ומצאת",

מ׳וועט אים מלמעלה געבן א מציאה,

נאך מער ווי לויט זיין עבודה,

און וואם ווייטער אלץ מערער - "מעלין בקודש".

(משיחת ש״פ וישב תש״כ)

Reader controls and commentary are loading.