א.
אין אנהויב פון היינטיקער סדרה
(וישב)
ווערט דערציילט וועגן די צוויי חלומות וואם האבן זיך גע׳חלומ׳ט יוסף׳ן,
וואס דער מיין פון ביידע חלומות איז געווען דער זעלבער: זיי האבן ביידע מרמז געווען אז יוסף וועט גע־ וועלטיקן איבער זיינע ברידער און זיי וועלן זיך צו אים בוקן.
[אין צווייטן חלום איז בלויז צוגעקומען,
אז אויך ״השמש והירח״,
יעקב און בלהה - ניט נאר די עלף שטערן,
די ברידער,
ווי אין ערשטן חלום - וועלן זיך צו אים מש־ תחוה זיין].
אויך בא פרעה׳ן ווערט דערציילט
(אין פ׳ מקץ)
וועגן צוויי חלומות וואס האבן זיך אים גע׳חלומ׳ט,
און אויך ביי אים זיינען ביידע חלומות געווען מיט דעם זעלבן מיין.
אבער דארט,
ביי פרעה,
גיט די תורה א טעם "ועל השנות החלום",
פארוואס דער חלום איז איבערגע׳חזר׳ט געווארן,
ווייל "וממהר האלקים לעשותו"
(דער אויבערשטער איילט זיך דעם חלום צו פארווירקלעכן).
דאקעגן בא יוסח׳ן גיט די תורה ניט אן קיין שום טעם פארוואם זיין חלום האט זיך איבערגע׳חזר׳ט.
און כאטש אז אין צווייטן חלום איז כנ״ל צוגעקומען דער רמז וועגן דעם אז אויך יעקב און בלהה וועלן זיך בוקן צו יוסף׳ן,
ווי אויבן דערמאנט,
איז עם אבער ניט קיין גענוגנדער טעם פאר דער ווידערהאלונג פון חלום,
ווייל מ׳האט עם ױםף׳ן געקענט מרמז זיין אין ערשטן חלום.
איז דערפון פארשטאנ־ דיק,
אז הגם אז דער מיין פון די צוויי חלומות פון ױםף׳ן איז געװען דער זעלבער,
זיינען זיי דאך מרמז אויף צוויי באזונדערע ענינים.
דארף מען פארשטיין,
וואם זיינען די צוויי באזונדערע ענינים פון די חלומות און וואס איז די הוראה פון זיי פאר אונז,
ווייל,
ווי גערעדט כמה פעמים,
איז דאך ״מעשה אבות - וואס אין דעם גייען אויך אריין די פאסירונגען פון יוסף׳ן,
ווארום ער האט דאך ממשיך געווען און דורכגעפירט אין וועלט,
אין עולמות בי״ע,
די ענינים פון יעקב׳ן.
ווי עם שטייט: "אלה תולדות יעקב יוסף" 1
- א סימן
(און הוראה)
לבנים 2 .
ב.
דער אונטערשייד פון די צוויי חלומות פון יוסף איז: דער ערשטער חלום איז געווען וועגן ערדישע זאכן,
"והנה אנחנו מאלמים אלמים בתוך השדה״,
און דער צווייטער חלום -וועגן "השמש והירח ואחד עשר כוכבים",
עניני שמים.
ביי פרעה זיינען ביידע חלומות געווען ערדישע זאכן: איין חלום איז געווען וועגן סוג ה״חי"
(פרות),
און דער צווייטער - וועגן סוג ה״צומח"
(שבלים),
אבער צו הימלישע זאכן האט פרעה קיין שייכות ניט געהאט.
אין עניני ארץ גופא איז דער סדר ביי פרעה געווען: "פוחת והולך" 3 ,
וואס ווייטער אלץ נידעריקער - פריער דער חלום וועגן פרות און שפעטער וועגן שבלים 4 .
אבער ביי ױסף׳ן איז געווען דער סדר פון "מעלין בקודש" 3 ,
וואס אמאל אלץ העכער אין קדושה -פריער דער חלום וועגן עניני ארץ און שפעטער וועגן "השמש והירח ואחד עשר כוכבים"
דאס איז דער אלגעמיינער אונטער־ שייד צווישן א אידן און,
להבדיל,
א ניט אידן.
א איד,
אויך זייענדיק אין עולם הזה,
האט ער א פארבונד מיט ביידע וועלטן,
ניט נאר מיט דער גשמיות פון דער וועלט,
נאר אויך מיט די רוחניות פון עולם הבא.
ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט
(ווען איינער פון די אוים־ פארשער,
- אין דער צייט וואם דער רבי איז געווען ארעסטירט אין רוסלאנד אין יאר תרפ״ז - האט דעם רבי׳ן געד־ ראט מיט א רעוואלווער)
: אז די וואס האבן א סך געטער און איין וועלט,
שרעקן זיך פאר א רעוואלווער; אבער דער וואס האט איין ג־ט און צוויי וועלטן האט זיך ניט וואס צו שרעקן 5 .
מיינט עס ניט אז א איד האט צוויי וועלטן אין צוויי באזונדערע צייטן,
נאר אויך ווען ער איז אין עולם הזה איז ער פארבונדן מיט א העכערער,
רוח־ ניות׳דיקער וועלט.
און דער סדר פון דעם פארבונד איז מלמטה למעלה: "סלם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה" - "סלם",
דער עבודה־לייטער פון א אידן,
הייבט זיך אן פון נידעריקע ענינים,
"ארצה",
און פון דעם דער־ גרייכט ער ביז צו די העכסטע רוח־ ניות׳דיקע מדריגות - "השמימה".
ג.
אלע ענינים פון תורה זיינען דאך בדיוק און יעדער פרט פון זיי איז א הוראה 6
אין עבודה.
איז מובן,
אז דאס וואס אין פשטות איז דער מיין דער זעל־ בער אין ביידע ױםף׳ם חלומות,
כאטש זיי ריידן וועגן צוויי באזונדערע וועלטן פון ארץ און שמים - איז עם א הוראה פאר א אידן אז ער דארף מאכן פון ביידע וועלטן - גשמיות און רוחניות - איין זאך: ניט נאר דארף די גשמיות פון א אידן ניט שטערן צו רוחניות,
נאר זי זאל אויך צוהעלפן אין עבודה,
ביז אז פון די גשמיות זאל ווערן רוחניות 7 .
(דאס וואס עם שטייט אין זוהר 8
"תוקפא דגופא חולשא דנשמתא",
אז די שטארקייט פון גוף איז די שװאכ־ קייט פון דער נשמה,
מיינט עס ניט דעם גשמיות׳דיקן געזונט פון גוף,
נאר די שטארקייט פון תאוות און דעם קאך אין קערפערליכע זאכן.
אבער בריאות הגוף אליין איז אדרבה,
מען מוז עם האבן צו עבודת השם,
ווי דער רמב״ם זאגטי: "היות הגוף בריא ושלם מדרכי השם הוא",
אז דער גוף זאל זיין געזונט און גאנץ איז עם פון די וועגן פון
(דינען און וויסן)
דעם אויבערשטן).
און דער ענין,
אז אלע גשמיות׳דיקע ענינים ווי עסן,
טרינקען און זיין גאנצער לעבן איז צוליב רוחניות,
צוליב דינען דעם אויבערשטן,
איז פאראן אין דער נאטור פון יעדן אידן,
אפילו פון אנשים פשוטים.
און ווי עס איז ידוע דער סיפור 10
פון כ״ק אדמו״ר מהר״ש
(בשייכות מיטן וויכוח פון דעם רבי׳ן נ״ע
(כ״ק אדמו״ר מהורש״ב)
מיט זיין ברודער רז״א,
ווען זיי זיינען געווען נאך קליינע קינדער,
וועגן דער מעלה פון א אידן אויף א ניט אידן)
: דער רבי מהר״ש האט געפרעגט ביי בן ציון דעם משרת: "בן ציון,
האסטע גע־ געסן?
" האט דער משרת געענטפערט: ״יע״.
האט אים דער רבי מהר״ש גע־ פרעגט: "האסטו גוט געגעסן?
" האט ער געענטפערט: "וואם הײסט גוט,
זאט ברוך השם".
האט אים דער רבי ווידער געפרעגט: "און צוליב וואם האסטו גע־ געסן?
" ענטפערט בן ציון: "כדי צו לעבן".
״און צוליב וואם לעבסטו?
״ - האט אים דער רבי געפרעגט.
האט בן ציון געענט־ פערט: "כדי איך זאל קענען זיין א איד און טאן וואס דער אויבערשטער וויל",
און דער משרת האט דערביי א קרעכץ געטאן.
שפעטער האט דער רבי מהר״ש געזאגט צו די קינדער: "איר זעט,
א איד,
בטבעו,
עסט כדי ער זאל לעבן,
און דארף לעבן כדי ער זאל קענען זיין א איד און טאן וואם דער אויבערשטער הייסט און גיט נאך א קרעכץ אויך,
ער פילט אז עס איז נאך ניט מיטן ריינעם אמת"
און וויבאלד אז א איד האט ביי אלע זיינע גשמיות׳דיקע זאכן א כוונה און א ווילן צו רוחניות,
ווערן זיי טאקע רוחניות,
ווי דער מאמר הבעל שם טוב: "וואו דער רצון פון א מענטשן איז - דארט איז ער אליין 11 .
ד.
דאס איז בנוגע די צוויי חלומות־ יוסף אין אלגעמיין.
וואם איז אבער די הוראה פון די באזונדערע פרטים אין די ביידע חלומות?
דער ערשטער חלום פון ױסף׳ן הויבט זיך אן: "והנה אנחנו מאלמים אלמים בתוך השדה",
ווי יוסף מיט די שבטים בינדן צוזאמען סנאפעם אין פעלד.
ױסף׳ס חלומות הויבן זיך באלד אן מיט ארבעט,
מיט עבודה.
ניט ווי אין די חלומות פון פרעה וואו עם רעדט זיך אינ־ גאנצן ניט וועגן קיין שום עבודה.
וואס דאס איז דער אלגעמיינער אונטערשייד צווישן קדושה און קליפה.
אין קליפה איז לאו דוקא דורך עבודה: ״אשר נאכל במצרים חנם״,
- אין מצרים,
אין קליפה,
האט מען געגעבן עםן "חנם",
אן עבודה פון מצוות 12
; אבער אין קדושה איז ניטא קיין ״נהמא דכסופא״
(קײן אומזיסטער ברויט),
יעדער המשכה און השפעה מלמעלה קומט נאר דורך עבודה.
און דאם איז די הוראה פאר א אידן,
אז באלד ווי ער הויבט אן צו גיין אויפן "סלם" דארף זיין די עבודה מיט עניני ארץ,
"מצב ארצה״
(ווי אין יוםף׳ם ערשטן חלום),
ביז ער קומט צו צו עניני שמים,
"וראשו מגיע השמימה״
(ווי אין ױםף׳ס צווייטן חלום).
ה.
אין וואם באשטייט די עבודה?
-"מאלמים אלמים".
די זאנגען פון וועלכע מען בינדט צונויף די אלומים,
וואקסט יעדע איינציקע פון זיי אין א באזונדער ארט וגומא
(גריבל)
און זיי זיינען אפגע־ טיילט איינע פון דער צווייטער.
איז די עבודה פון א מענטשן זיי צוזאמענצו־ נעמען און צו פאראייניקן אין "אלמים",
אין סנאפעס 13 .
וואו טוט מען די עבודה?
- "בתוך השדה",
אין פעלד.
און אין דעם איז די הוראה: די נשמה פון א אידן קומט אראפ למטה אין "שדה",
עולם הזה,
וואם איז אן ארט פון פירוד 14 ,
פון קליפות און סטרא אחרא
("עשו איש שדה"),
זי טוט זיך אן אין א גוף און נפש הבהמית,
וואס זיינען א יש און מציאות פאר זיך - און די עבודה איז אין "שדה",
צו מבטל זיין די ישות און פירוד וואם קומען מצד דעם גוף און נפש הבהמית,
און צוזאמענקלייבן און פאראייניקן אלע זיינע כחות צו עבודת ה׳ - "מאלמים אלומים".
נאך אט־דער עבודה פון "מאלמים אלומים בתוך השדה" דארף ערשט זיין די עבודה פון "ותשתחוין לאלמתי",
די השתחוי׳ און ביטול צו דער "אלומה" פון יוסף הצדיק.
אלע אידן זיינען דאך איין "קומה שלימה" 15
(איין גאנצע גע־ שטאלט).
איז פונקט ווי אין געשטאלט פון מענטשלעכן קערפער,
מוזן אלע אברים זיין בטל צו די "תלת שליטין״ 16
(מוחא,
ליבא וכבדא — די דריי הויפט אברים,
מוח,
הארץ און לעבער וואם געוועלטיקן איבערן גאנצן גוף)
און בעיקר מוז זיין דער ביטול פון אלע אברים צום קאפ,
וואס דוקא דאן איז עם א געזונטער גוף; אזוי איז עם אויך אין דער "קומה שלימה" פון כלל ישראל.
עם איז ניט גענוג וואס ער טוט די עבודה פון "מאלמים אלמים",
וואם ער איז מבטל די כחות פון גוף ונפש הבהמית און ער פאראייניקט זיי צו דינען דעם אויבערשטן; נאכדעם ווי ער ווערט אן "אלומה"
(א ציור פון עבודה),
דארף זי ערשט זיין בטל צו דער "אלומה" פון יוסף הצדיק,
צו דעם רבי׳ן,
דעם נשיא הדור,
וואס ער איז דער ראש פון קומת ישראל 17 ,
וועלכער גיט הוראות און פירט אן מיט אלע אידן,
פונקט ווי א קאפ פירט אן מיט אלע אברי הגוף 18 .
בפנימיות הענין,
איז אויך פאר דער עבודה פון "מאלמים אלמים" פאראן דער "ותשתחוין לאלומתי",
דער ביטול צום צדיק הדור; ווארום דאס גופא וואס א איד קען טאן די עבודה "בתוך השדה",
איז עם דורך דעם ביטול פנימי וואס א נשמה האט צו יוסף הצדיק 19 .
אבער אין סדר העבודה פון א אידן מלמטה למעלה דארף פריער קו־ מען די נידעריקערע מדריגה פון "מאלמים אלמים" און דערנאך מבטל זיין די "אלומה",
אויך דעם קדושה׳דיקן ציור,
צום נשיא - "ותשתחוין לאלמתי".
ו.
אבער נאך דער גאנצער עבודה איז מען נאך אלץ "בתוך השדה",
אין דער דרגא פון "מצב ארצה"
(דער ערש־ טער חלום פון יוסף׳ן).
די כוונה איז אבער צו ארויסגיין אינגאנצן פון די הגבלות פון גוף און נפש הבהמית,
וואס דאס איז דער אמת׳ער ענין פון
(כל ימיו ב)
תשובה,
ווי ס׳איז מבואר אין לקוטי תורה 20 ,
אז דער פנימיות הענין פון תשובה איז "והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה" 21 ,
אז די נשמה פון א אידן זאל זיך אומקערן צו דעם אויבערשטן און זיין אין דער זעלבער דרגא ווי זי איז געווען איידער זי איז אראפגעקו־ מען אין גוף
(מען מיינט ניט ח״ו ארוים־ גיין פון גוף און נפש הבהמית,
נאר אז זייענדיק דא למטה אין א גוף זאל דער גוף כלל ניט מעלים זיין),
וואם צוליב דעם איז געווען די גאנצע ירידת הנשמה למטה: אויך זייענדיק אין גוף זאל זי קענען זיין פאראיינציקט מיט דעם אויבערשטן "אשר נתנה",
ווי זי איז געווען פאר דער ירידה.
און דאם איז דער באדייט פון צורייטן חלום,
וואם אין אים רעדט זיך נאר וועגן עניני שמים.
פון "שדה" איז ער שוין ארויס; ער האט אפגעטאן די גאנצע עבודה מיט ענינים ארציים.
דערפאר ווערט דא,
אין צווייטן חלום,
שוין ניט דערמאנט אן עבודה פון "מאלמים",
פון צוזאמעננעמען דברים נפרדים,
ווייל די עבודה האט ער שוין אפגעטאן.
זיין עבודה איז איצט נאר אין עניני שמים,
אין ענינים רוחניים - "והרוח תשוב אל האלקים אשר נתנה".
אבער די עבודה פון מבטל זיין דעם ציור פנימי צום נשיא הדור ווערט אי־ בערגע׳חזר׳ט אויך אין צווייטן חלום -"ואחד עשר כוכבים
(אויך אין דעם ציור פון כוכבים)
משתחוים לי"; מען זאל ניט מיינען,
אז דער ביטול פנימי צו ױסף׳ן פאדערט זיך נאר ווען מ׳טוט די עבודה "בתוך השדה",
וואס איז אן ארט פון פירוד,
דארף מען זיך דארט באווארע־ נען אז קליפה זאל ניט האבן קיין יניקה; אבער ווען מ׳האט צו טאן נאר מיט עניני שמים,
מוז שוין ניט זיין אט־דער ביטול - אויף דעם איז די הוראה פון צווייטן חלום: "ואחד עשר כוכבים משתחוים לי",
אז די השתחוואה און ביטול צו יוסף הצדיק מוז אויך זיין אפילו ווען מ׳האלט ביי דער העכסטער עבודה פון "וראשו מגיע השמימה".
ז.
און דאס זיינען די הויפט־נקו־ דות וואם מיר לערנען ארוים פון די חלומות פון יוסף הצדיק: צום אלעם ערשטן מוז זיין עבודה.
דוקא דאס איז דער סולם אויף וועלכן א איד קען זיך אויפהויבן אין זיין פארבונד מיט דעם אויבערשטן.
מען זאל ניט מיינען,
אז וויבאלד אלע אידן זיינען "בני מלכים" 22 ,
אדער,
נאך מערער,
ווי עם שטייט אמאל 23
: "מלכים" הם,
דארפן זיי דעריבער ניט קיין עבודה.
איז די אויבנגעזאגטע הוראה,
אז אלע השפעות פון קדושה קומען נאר דורך עבודה.
נאר וויבאלד עם האנדלט זיך וועגן מלכים,
איז ביי זיי יעדער קלייני־ קייט א גאנצע עבודה און דער אויבער־ שטער וועט זיי טאקע דערפאר באלוי־ נען "כסעודת שלמה בשעתו
(ווען ער איז געווען מלך)
" און נאך מערער.
אבער עבודה מוז זיין.
און ווען מען וועט הארעווען אין עבודה - "יגעת",
וועט מען דאן צוקומען אויך צו אזעל־ כע מדריגות אויף וועלכע מען ריכט זיך גארניט - "ומצאת" 24
(ווי א מציאה וואס מ׳געפינט אומגעריכטערהייט),
ד.
ה.
א סך מערער ווי לויט זיין יגעת -עבודה,
ביז מען קומט צו צום "וראשו מגיע השמימה".
די צווייטע הוראה איז,
אז אין אלע סארטן עבודה מוז זיין דער ביטול צום ראש ומנהיג ישראל - ביי וועלכער דרגא מען זאל ניט האלטן.
און בשעת עם וועט זיין דער "בטל רצונך",
וועט דער אויבערשטער מבטל זיין "רצון אחרים מפני רצונך" 25 ,
אז ס׳ווערט נתבטל "רצון אחרים",
לשון רבים,
די העלמות פון עולם הזה -וועלכע גיבן אן ארט צו א טעות האבן און מיינען אז עם זיינען דא ח״ו שתי רשויות,
ווי עם שטייט: "נעשה" לשון רבים ״והרוצה לטעות וכו׳" 26
- און דורך דעם ווערט מען א פאסיקע כלי צו אויפנעמען אלע השפעות פון יוסף צדיק יסוד עולם.
(משיחת ש״פ וישב תש"כ)