א.
צווישן די ענינים וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט גערעדט וועגן י״ט כסלו,
האט ער געזאגט 1
: ״י׳ כסלו איז דער זמן הלידה פון א חסיד,
י״ט כסלו איז דער ברית".
דער ביאור אויף דער שייכות פון ברית מילה צו י״ט כסלו,
וועט מען פאר־ שטיין לויט דעם וואס מ׳האט גערעדט *1 ,
אז אין מצות מילה זיינען פאראן דריי ענינים: א)
די פעולה פון מילה,
דאס עצם מל זיין,
ב)
וואס דער איד ווערט און בלייבט א מהול,
ג)
ער ווערט אן אינו ערל.
און ווי מ׳האט מבאר געווען,
זיינען פא־ ראן פאלן ווען בלויז צוויי פון די דריי פרטים זיינען באווארנט,
איז די הלכה דאן אז מען דארף באווארענען אויך דעם דריטן פרט.
אויך האט מען מבאר געווען דעם רמז פון די דריי פרטים אין עבודת האדם: "מהול" מיינט אז דער טוב וואס אין דער נשמה זאל זיין אפגעדעקט און אנטפלעקט - "ועשה טוב"; "אינו ערל" - ניט צו זיין אונטער שליטת הערל -יצר הרע 2
- "סור מרע",
וואם אט די ביידע פרטים דארפן קומען דורך עבודה דוקא - פעולת המילה.
לויט דעם וועט מען פארשטיין דעם ווארט פון כ״ק מו״ח אדמו״ר,
אז י״ט כסלו איז דער ענין פון ברית מילה,
ווייל י״ט כסלו איז דער זמן ווען ס׳איז נתגלה געווארן נצחון ופדי׳ בשלום פון תורת חסידות חב״ד און דער טאג איז ראש השנה לחסידות 3
- און די אויבך דערמאנטע דריי פרטים פון מצות מילה אין עבודה זיינען פון די עיקרים אין שיטת חסידות חב״ד:
חסידות חב״ד מאנט,
אז אלע ענינים פון טוב זאל א איד דערגרייכן דורך עבודה,
און ניט באנוגענען זיך מיט דעם טוב וואס ער האט בדרך ממילא.
ווי דער סיפור הידוע 4
פון א חסיד וואם האט געבעטן דעם רבי׳ן דעם צמח צדק,
אז ער זאל בענטשן זיין אייניקל מיט א גוטן זכרון: "ער זאל געדענקען אלץ וואס ער וועט זען און הערן ביי דעם רבי׳ן און ביי חסידים,
וועט ער במילא זיין א ירא שמים".
האט אים דער רבי דער צמח צדק געענטפערט: "עס איז מער ווי א יובל יארן אז דער זיידע
(דער אלטער רבי),
דער שווער
(דער מיטע־ לער רבי)
און איך,
הארעווען אז חסידים זאלן זיין עבודה׳דיקע ירא־שמיס׳ם,
ניט קיין במילא׳דיקע ירא־שמים׳ס״.
און דאס איז פון די עיקר׳דיקע אונ־ טערשיידן צווישן שיטת חב״ד און שיטת פולין 5 ,
אז חב״ד מאנט מען זאל זיך ניט פארלאזן אויף דער עבודה פון דעם צדיק,
אז ער וועט מיט זיין עבודה אויפהויבן די חסידים און דאס איז גענוג,
נאר יעדער איינער דארף און מוז אליין הארעווען אין עבודת הוי׳ ביגיעת בשר ויגיעת נפש,
ווי עס שטייט 6
"כי אדם לעמל יולד״ - און דאם איז פעולת המילה אין עבודה.
חסידות מאנט,
מ׳זאל פארשפרייטן אידישקייט און תורה אומעטום און זוכן צו מאכן גוט א צווייטן אידן,
ווי דער ווארט פון כ״ק אדמו״ר מהורש״ב נ״ע 7
: "א חסיד איז דער וואס גיט זיך איבער לדרוש טובת זולתו".
און דאס איז דער ענין פון זיין א מהול אין עבודה,
לב
(דער ארט פון אלע מדות)
מהול,
א לב טוב,
אז דער אייגענער טוב זאל זיין אנטפלעקט,
ער זאל טאן אויך פאר א צווייטן אידן.
דער ענין פון חסידות איז אויף צו ענדערן די טבעיות פון די אייגענע מדות,
ווי דער לשון פון אלטן רבי׳ן 8
: "כל ענין החסידות לשנות טבעי׳ מדותיו" - און דאם מיינט "אינו ערל",
אראפגענומען די טבע מיט וועלכע מ׳איז געבארן.
ב.
נאך אן עיקרית׳דיקע נקודה אין מצות מילה - האט מען מבאר געווען *1
- אז די קדושה פון דער נשמה,
דער פארבונד פון א אידן מיטן אויבערשטן,
גייט אריין בפנימיות אין דעם גוף דורך מצות מילה.
דערפאר פסק׳נט דער אלטער רבי 9 ,
אז במצות מילה הויבט זיך אן "כניסת נפש הקדושה" אין א אידיש קינד,
וואם "כניסה" מיינט אן אריינגיין אין א פנימיות׳דיקן אופן.
און צוליב אט דעם טעם איז דער קינד פון זינט דעם ברית א בא לעולם הבא 10 .
און די נקודה איז אויך פון די עיקרים אין חסידות חב״ד: "חב״ד מאנט פנימיות" 11 .
דאס הייסט,
אז די אלע דריי אויבן־דערמאנטע ענינים,
וואם זיינען מרומז אין מצות מילה,
דארפן ניט גע־ טאן ווערן בלויז אין א מקיפ׳דיקן אופן,
בלויז אמונה,
נאר אויך אין אן אופן פנימי,
אין חכמה בינה דעת
(חב״ד)
פון נפש האלקית,
ביז עם זאל דורכנעמען אויך דעם שכל פון נפש הבהמית און דעם מוח הגשמי פון גוף - וואס דאס מיינט די כניסה
(בפנימיות)
פון נפש דק־ דושה אין דעם גוף הגשמי.
ג.
און ניט קוקנדיק אויף דעם,
וואם בשעת הברית מילה איז נאר דער אנהויב,
התחלת הכניסה,
איז אבער לויטן מאמר רז״ל 12
: "שכל התחלות קשות",
קען מען זאגן,
אז אין כניסת נפש דקדושה פון שעת המילה איז פאראן א כח און א מעלה 13
וואס זיינען ניטא אין דער מדריגת הכניסה וואס קומט דורך דעם חינוך פון קינד צו תורה ומצוות און אפשר אויך ניטא אין דעם גמר און עיקר הכ ניסה פון דעם נפש דקדושה בשעת בר־ מצוה.
ויהי רצון אז אין די טעג וואס פאר י״ט כסלו,
װעלכע זיינען בדוגמת הלידה וימי הכנה לברית,
זאל מען האבן די פאםיקע צוגרייטונג צו די פעולות בנוגע לערנען חסידות און פירן זיך בדרכי החסידות,
און דאס אלץ - מתוך שמחה וטוב לבב.
(משיחת י״ט כסלו ומכתב י״ב כסלו תשכ״ב)
יעדער ענין* איז בהשגחה פרטית.
היינטיקן יאר ווערט הונדערט און פופ־ ציק יאר 14
זינט דער הסתלקות פון דעם אלטן רבי׳ן 15 ,
וואס ער איז געווען דער גרינדער פון דער שיטה פון חב״ד און ליובאוויטש.
אויך איז דער ״דינער״ פון ישיבות תומכי תמימים היינטיקן יאר בא־ שטימט געווארן אויפן טאג פון זיין הסתלקות - כ״ד טבת.
און זיכער אז דאס איז אן ענין פון וועלכן מ׳קען אפלערנען.
פון רבי׳ן דער שווער - וראם ער האט איבערגעפלאנצט און איינגעפלאנצט די ליובאוויטשער ישיבות אין אמעריקע -האבן מיר געהערט פיל ערציילונגען וועגן דעם אלטן רבי׳ן.
פון די פילע ער־ ציילונגען וויל איך אויסקלייבן איינע,
וואס איך רעכן אז זי איז צוגעפאסט צו דער געלעגענהייט,
אן ערציילונג וואם כאראקטעריזירט און גיט אן אריינבליק אין דער שיטה פון ליובאוויטש און חב״ד.
ס׳איז געווען אין די צייטן ווען דער מיטעלער רבי,
וועלכער איז שפעטער גע־ ווארן דער ממלא מקומו פון זיין פאטער דעם אלטן רבי׳ן - האט געלעבט צוזאמען מיט׳ן פאטער.
דער מיטעלער רבי האט שוין דעמולט געהאט קינדער,
און צווישן זיי איז געווען אויך א גאר קליינער קינד.
דער אלטער רבי האט געלעבט אויפן צווייטן עטאזש
(פלאר)
און דער מיטעלער רבי אויפן אונטערשטן
(גראנד פלאר).
א מאל,
ווען דער מיטעלער רבי איז געזעסן און געלערנט,
איז א קינד שלאפענדיג ארויסגעפאלן פון וויגעלע
(ווי עס טרעפט אמאל ביי א קינד)
און האט אנגעהויבן וויינען.
דער מיטעלער רבי איז געווען אזוי פארטיפט אין לערנען אז ער האט עס גארניט געהערט און האט ווייטער פאר־ געזעצט דעם לערנען.
דער אלטער רבי,
כאטש ער איז געווען אויפן אויבערשטן פלאר,
און איז אויך געווען פארטיפט אין לערנען,
פונדעסטוועגן האט ער דער־ הערט דעם געוויין פון קינד.
ער האט מפסיק געווען דעם לערנען,
אראפגעגאנ־ גען אויפן אונטערשטן פלאר,
אריינגע־ לייגט דעם קינד אין וויגעלע און אים איינגעשטילט און פארוויגט.
דערנאך האט דער אלטער רבי ער־ קלערט זיין זון,
דעם מיטעלן רבי׳ן,
אז דער ניט דערהערן דעם קינד׳ס וויינען -וויפל מ׳זאל ניט זיין פארטיפט אין דעם לערנען,
איז ניט קיין דרך.
דער רבי דער שווער האט עם "אפגעטייטשט",
אז ווי פארטיפט מ׳זאל ניט זיין אין אייגענעם לערנען אדער דאוונען אדער אין טאן גוטע זאכן בכלל,
דארף מען בשעת מעשה דערהערן ווען א אידיש קינד וויינט,
און מ׳דארף מפסיק זיין פון דעם דאוונען אדער פון דעם לערנען און זען אז דער קינד זאל אויפהערן וויינען.
ער האט דערפון אפגעלערנט,
אז ווי הויך מ׳זאל אליין ניט זיין און ווי גרויס עס זאלן ניט זיין די ענינים אין וועלכע מען איז פארנומען,
- וויבאלד אבער אז ס׳איז דא א אידיש קינד וואס מאנט און עס פעלט אים,
דארף מען דאס דערהערן,
און מ׳דארף אוועקלייגן די אייגענע זאכן אן א זייט,
און זוכן עצות אז דער קינד זאל אויפהערן וויינען.
די אפלערנונג דערפון ספעציעל אין אונזער צייט און ארבעט:
אין די לעצטע יארן באמערקט זיך א שטארקע אויפוואכונג ביי אידן בכלל און ביי אידישע יוגנט בפרט,
מען האט אנגעהויבן זוכן אידישקייט.
דאס איז אזוי אפילו ביי אכצן־יאריקע און צוואנציק־יאריקע,
און נאך אין א פיל גרעסערע מאס,
ביי דרייצן־יאריקע און אינגער.
און אזוי אויך ביי יונגע פאר־ הייראטע פאר־פאלקן,
וועלכע האבן קי־ נדער וואם זיינען אלט פיער אדער פינף יאר,
איז אויך ביי זיי געווארן אן ערווע־ קונג אויף צו געבן זייערע קינדער אי־ דישקייט.
אויך פילט מען,
- מען איז צוגעקומען סוף כל סוף צום אמת,
- אז מען וויל האבן ריכטיקע אידישקייט,
ניט קיין פארוואסערטע,
אן פשרות.
וואס דערפאר ווערט אלץ שטארקער דער פארלאנג,
אז מען זאל געבן די קינדער אן ערציאונג וועלכע איז געגרינדעט און געבויט אינ־ גאנצן אויף אונזער לעבעדיקער תורה,
וואס זי ברענגט אמת׳ן לעבן אין דעם טאג־טעגלעכן לעבן.
און דאס איז די אפלערנונג פון דעם אויבן־דערציילטן סיפור: אין וואס אידן זאלן ניט זיין פארנומען - וואס זיכער איז מען דאך פארנומען מיט גוטע זאכן און וויכטיקע זאכן,
צי ענינים פון פרנסה,
צי פארשידענע נויטיקע זאכן - איז ווען עם קומט אבער צו דער פראגע פון אידישע קינדער וועלכע וויינען און לעכצן נאך אידישער ערציאונג,
איז די פראבלעם און די ארבעט האט א פארצוג
(פראיאריטי)
און קומט פאר אלע אנדע־ רע זאכן אין וועלכע מען איז פארנומען.
מען דארף מאכן די גרעסטע אנ־ שטרענגונג אויף געבן די מעגלעכקייט צו די מוסדות,
ישיבות און חדרים,
וועל־ כע ערציען אידישע קינדער מיט א ריכ־ טיקער אידישער ערציאונג,
אז זיי זאלן קענען ארייננעמען דעם מאקסימום צאל קינדער וואם ס׳איז נאר מעגלעך אויפצו־ נעמען.
וואס ליידער - איצטער איז דער מצב,
אז א סך קינדער בלייבן אויף דער גאם מצד דעם וואס די ישיבות האבן ניט די מיטלען צו עפענען נאך כתות,
אדער אויפנעמען נאך ראשי ישיבות.
ס׳זיינען,
ליידער,
פאראן אזוינע היי־ זער וואו די קינדער פילן גארניט אז זיי פעלט עפעם און דעריבער וויינען זיי ניט.
צו די קינדער איז די פליכט און די אויפגאבע א סך גרעסער.
ווארום דאס גופא וואס זיי ווייסן גארניט אז זיי דארפן וויינען,
איז א ראי׳ אז זיי נויטיקן זיך אין א אידישער ערציאונג אין א פיל גרעסערער מאס.
דאם איז אויך איינע פון די אויפגאבן וואם די ישיבות דארפן זיך שטעלן בפרט:
אויפנעמען תלמידים פון אלערליי קרייזן,
אן קיינע באגרענעצונגען,
אן קיין אונטערשייד צי זיי קומען פון א קרייז וואם ווייסט על כל פנים אז עם פעלט זיי עפעס,
צי פון אזא קרייז וואס ווייסט גארניט אז זיי דארפן וויינען; און געבן יעדערן פון זיי די פולסטע מאס פון אידישער ערציאונג,
וואס דאס וועט זיי פירן אויפן וועג פון זיין גליקלעך זייער גאנצן לעבן,
סיי אין גשמיות,
סיי אין רוחניות.
עס איז אויך דא אן אפלערנונג פון דעם אויבן דערמאנטן סיפור בנוגע צו דער אלגעמיינער וועלט־לאגע.
מיר זיינען ערשט אריין אין א נייעם יאר.
דער נייער קינד,
די וועלט אין דעם נייעם יאר - איז ליידער אין א לאגע פון א קליין קינד וואס איז ארויסגעפאלן פון דער וויגעלע,
אראפגעגאנגען פון דעם ריכטיקן ״טרעק״
(װעג)
און ווייסט ניט ווי איינצושטעלן זיך,
סיי אין די בא־ ציאונגען צווישן פעלקער,
סיי - צווישן פארשידענע קרייזן; ווי צו אויסנוצן די מעגלעכקייטן וואם די מענטשהייט האט,
אויף בויען און בעסער מאכן,
און ניט פארקערט - אויף חרוב מאכן און ערגער מאכן.
און אין דעם האבן מיר די אפלער־ נונג פון דעם אויבן דערמאנטן סיפור -אויף באווארענען צוויי ענטגעגענ־ געזעצטע טעות׳ן: אמאל טראכט זיך א מענטש,
אז ער איז פארנומען מיט זיינע אייגענע געשעפטן,
און וואס גייט עם אן וואס עם טוט זיך אין דער וועלט אין אלגעמיין,
וואס עם טוט זיך ארום אים,
ובפרט - אין אן אנדער מדינה.
איצטער זעט מען קלאר,
אז אפילו זאכן וועלכע טוען זיך אפ אין א גאר ווייטן ווינקל פון וועלט,
זיינען נוגע יעדערן,
און אפט - ביז אין זיין פריוואטן לעבן; א צווייטע טעות־טענה: מי אני ומה אני,
וואס קען איך אויפטאן א.
אז.
וו.
דער אמת איז אבער,
אז יעדערער קען אויפ־ טאן,
און ווי ערקלערט אין גמרא און רמב״ם 16
און אין שפעטערדיקע ספרים,
אז בשעת יעדערער וועט מאכן ליכטי־ קער אין זיין ווינקל,
מיט דער אמת׳ער ליכט,
די ליכט פון תורה און מצוות,
איז דער אויבערשטער מבטיח,
אז דורך דעם וועט ניט נאר זיין אייגענער לעבן ווערן בעסער און גרינגער,
נאר דורך דעם וועט ער אויך בייטראגן זיין חלק אין דעם אלגעמיינעם לעבן פון דער גאנצער וועלט,
אז די וועלט זאל צוקו־ מען נעענטער צו צדק און יושר,
טוב וקדושה און די כחות וועלכע טרייבן די וועלט אויף היפך השלום,
היפך הבנין והיפך הטוב,
וועלן שוואכער ווערן.
אין דער טעטיקייט גייט אריין צום אלעם ערשטן,
ווי גערעדט פריער: פארשטארקן די אמת־אידישע ער־ ציאונג פון אידישע קינדער בכל מקום שהם,
וואם דורך דעם פארשפרייט מען די ליכט פון תורה און מצוות - נר מצוה ותורה אור.
און מיר האבן דאן די הבטחה פון דעם אויבערשטן,
אז דאס וועט ברענגען גליק צו די אלע וואס פארנעמען זיך דערמיט,
דאם וועט פארשטארקן די כחות פון גוט אין דער וועלט,
ביז אז סוף כל סוף וועלן זיי מנצח זיין,
און מיר וועלן זוכה זיין,
בתוך כלל ישראל,
אז עס וועט קומען משיח צדקנו און ארויסנעמען אידן און די גאנצע וועלט פון גלות,
און אראפ־ ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל טאן דאס אלעס אין גוטן געזונט,
מיט פריילעכקייט און בטוב לבב,
וואם דאם וועט מוסיף זיין אין דער טעטיקייט - אז מען וועט טאן אין א פיל גרעסערן פארנעם.
ווארום לויט ווי מ׳זעט די לאגע איצט,
איז וויפל מ׳זאל ניט פארגרע־ סערן די ישיבות,
וועט מען געפינען קינדער וואם זאלן אנפילן אלע צימערן,
און אלע כתות.
דער הצלחה ובברכת ה׳.
(קטע משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש,
ה' פ׳ נח,
תשכ״ג)