א.
וועגן דעם וואם עס שטייט "ולא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהי׳ שמך" זאגט די גמרא 1
: דער וואם רופט אברהם׳ען אברם איז עובר אויף דעם צוזאג "ולא יקרא עוד שמך אברם".
מען וועט ניט רופן מער דיין נאמען אברם.
פרעט די גמרא": אויב אזוי,
איז דער וואס רופט יעקב׳ן מיטן נאמען יעקב,
ניט ישראל,
זאל אויך עובר זיין אויף דעם צוזאג פון "ולא יקרא שמך עוד יעקב",
ענטפערט די גמרא,
אז אין דעם נאמען יעקב איז אנדערש ווי אין דעם נאמען אברם,
ווייל אז השי״ת האט געגעבן אברם׳ען דעם נאמען אברהם,
איז פון דאן אן ווערט ער אין דער תורה אנגערופן נאר מיט דעם נאמען אברהם; אנדערש איז אבער מיט דעם נאמען יעקב,
אז נאכדעם ווי השי״ת האט גע־ געבן יעקב׳ן דע□ נאמען ישראל,
ווערט ער אין דער תורה אנגערופן אויך מיט דעם נאמען יעקב.
דארף מען פארשטיין פארוואס טא־ קע נאכדעם ווי ער ווערט שוין אנגע־ רופן מיטן נאמען ישראל ווערט ער שפעטער גערופן אויך מיטן נאמען יעקב?
אין חסידות איז מבואר 2 ,
אז די צוויי נעמען יעקב און ישראל באצייכענען צוויי מדריגות אין עבודת ה׳,
וואס ביידע מוזן זיין ביי יעדער אידן: עם זיינען פא־ ראן צייטן ווען א איד דארף טאן די עבודה פון "יעקב",
און עס זיינען פאראן צייטן ווען ער דארף טאן די עבודה פון "ישראל".
כאטש ישראל איז א שם המעלה וואס באצייכנט א העכערע דרגא,
מוז אבער אויך זיין די עבודה פון יעקב.
ב.
דער חילוק צווישן די צוויי מדריגות פון יעקב און ישראל: יעקב ווייזט אז די ברכות פון יצחק׳ן זיינען צו אים געקומען "בעקבה וברמי" , ,
ער האט אי־ בערגעקליגט און ארויסבאקומען יצחק׳ס ברכות פון עשו׳ן; און ישראל ווייזט אויף א העכערער מדריגה,
וואו די ברכות קומען ניט צו אים אין אן אופן פון רמאות,
נאר "בשררה וגילוי פנים" 3 .
"מעשה אבות סימן לבנים" 4
-.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו אז די ברכות זיינען געווען אויף ענינים גשמיים -"מטל השמים ומשמני הארץ וגו"/ און בכדי צו באקומען אט די ברכות האבן זיך רבקה און יעקב מוסר נפש געווען און געטאן פארשידענע עניני רמי׳; און יעקב האט זיך געדארפט אנטאן אין די בגדי נמרוד 5 ,
שהמריד את כל העולם כולו עליו במלכותו 6
בכדי צו ארויסנעמען און מעלה זיין צו קדושה די ניצוצות וואס געפינען זיך אין די גשמיות׳דיקע זאכן.
איז דערפון א הוראה פאר אונז אין עבודה: דער צוגיין פון א אידן צו אכילה,
שתי׳ און ענלעכע דברים גשמיים איז אין אן אופן פון רמאות 7 .
דער דרך פון א רמאי איז ניט צו אנטפלעקן די אייגענע כוונה,
ער גייט לכאורה מיט דעם מנגד אין דער וועג וואס יענער וויל,
אבער ווען עס קומט צו דער נקודה פון דעם ענין,
טוט דאן דער רמאי ווי ער וויל,
וואס דאס איז פארקערט פון דעם רצון המנגד.
און אזוי דארף זיין דער צוגאנג פון א אידן צו דברים גשמיים: אויסערלעך איז ער לכאורה פארנומען אין גשמיות - ער עסט און טרינקט,
ער האנדלט א.
אז.
וו.
- אבער ער טוט עם לשם שמים און ער איז ניט אויסן די גשמיות כלל.
ער איז זיך מתלבש אין די "בגדי עשו",
אבער ער טוט די אלע גש־ מיות׳דיקע זאכן מיט א כוונה פנימית,
ארויסצוקריגן פון די דברים גשמיים די ניצוצות און מעלה זיין זיי אין קדושה.
אנדערש איז אבער די עבודה פון ישראל: די ברכות מטל השמים ומשמני הארץ גו׳ זיינען צו אים געקומען "בשררה וגלוי פנים"; ער דארף ניט בא־ האלטן די כוונה אלקית אין די דברים גשמיים,
ווייל גשמיות האט ניט מלחמה מיט עם,
פארשטעלט ניט פאר אים אויף דער ג־טלעכקייט וואס אין זיי.
על דרך ווי א איד עסט די סעודת שבת 8
וואם דערמיט אליין איז ער מקיים א מצוה - ניט ווי עבודת הבירורים פון ששת ימי החול,
וואו די אכילה איז נאר לשם שמים,
בדרך רמאות מיט א כוונה צוליב מעלה זיין אין קדושה - נאר אין די גשמיות אליין איז די קדושה בגילוי.
דאם איז אויך וואס עם שטייט ביי קריאת שם ישראל "כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל״.
״אלקים״ געמײנט דא מלאכים 9 ,
מיינט בכללות דעם העלם פון די ע׳ שרים שלמעלה,
וואס דורך זיי גייט דורך די השפעה פון די דברים גשמיים וחומריים 10 ,
וואם זיי פארשטעלן אויף ג־ טלעכקייט.
פון דעם העלם פון ״אלקים״ קומט ארוים דער גרעסערער העלם פון "אנשים",
וואס נידעריקע מענטשן לאכן אפ פון א אידן וואם איז מקיים תורה און מצוות 11 .
ווי מיר זעען באשיינפערלעך אז דעם העלם פון "אנשים" איז שווערער צו אויפנעמען ווי דעם העלם פון "אלקים",
פון גשמיות אליין.
וואס דערפאר איז דער ערשטער סעיף פון אלע פיר טיילן שולחן ערוך: "שלא להתבייש מפני בני אדם המלעיגים״,
ניט שעמען זיך פאר די אפ־ לאכער,
ווייל דאם איז דער יסוד פון דער גאנצער עבודה,
צו ברעכן דעם העלם אויף אלקות.
די מעלה פון ישראל - "כי שרית עם אלקים ועם אנשים" מיינט,
אז ער איז א שר און בעל־הבית איבער דעם העלם פון ״אלקים״ און "אנשים".
דאם הייסט,
אז פאר דער מדריגה פון "ישראל" זיינען זיי גארניט מסתיר.
ניט נאר זיי הערן אויף די מלחמה מיט עם,
נאר נאכמער,
זיי גיבן אים נאף דעם הסכם אף די ברכות 12 ,
- ניט בלויז וואם ער האט מנצח געווען "שרו של עשו",
נאר דער שר האט אים נאך געבענטשט.
ווי עס שטייט 13
: "גם אויביו ישלם אתו",
ביז אז אפילו דער גרעסטער "אויב",
דער "נחש הקדמוני״,
- וואס ער איז דער שורש פון אלע חטאים ואויבים,
- איז ניט בלויז וואס ער שטעלט זיך ניט אנט־ קעגן,
נאר "ישלם אתו",
ער העלפט אים נאך ארויס.
ג.
דאם איז אויך וואס עם רעדט זיך אין לקוטי תורה 14
דער חילוק צווישן יעקב און ישראל,
מיוסד אויפן פסוק 15
: "לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל״ - אז אין דער מדריגה פון יעקב איז ניטא קיין "און"
(ער האט ניט קיין חטא און איז גאנץ אין מחשבה דיבור ומעשה),
אבער "עמל" האט ער יא,
ער מוז הארעווען אויף דעם אז ער זאל ניט האבן קיין "און",
ווייל ער האט העלמות והסתרים וועלכע ער דארף בייקומען.
וואס דערפאר רופט מען אים ״יעקב עבדי״ 16
- פון לשון עבודה ויגיעה,
צו מברר זיין דעם נפש הבהמית
(ניט מער וואס קיין "און" האט ער ניט,
ווייל סוף־כל־סוף שטארקט ער זיף און איז מנצח דעם יצר הרע).
אבער אויף דער מדריגה פון ישראל,
שטייט "ולא ראה עמל בישראל",
אז ער דארף גארניט הארעווען און מלחמה האלטן מיטן יצר הרע,
ווייל "שרית עם אלקים ועם אנשים",
ער האט שוין באהערשט און מבטל געווען אלע העלמות והמתרים אויף ג־טלעכקייט.
דערפאר איז די עבודה פון "ישראל" ניט אין אן אופן פון מלחמה
(מיט לעומת זה),
נאר זיין גאנצע עבודה איז צו שטייגן אלץ העכער,
בעילוי אחר עילוי,
אין די מדריגות פון קדושה גופא - "ילכו מחיל אל חיל".
ד.
כ״ק מו״ח אדמו״ר האט דער־ ציילט,
אז דער רבי דער צמח צדק איז אמאל,
אינמיטן פון א פארברענגען,
ארויפגעשפרונגען,
פון גרויס התרגשות,
אויפן טיש און געזאגט: "מה לי קטלה כולה
(גע׳הרג׳עט דעם יצר הרע אינגאנצן),
מה לי קטלה פלגא 17
(א האלבן,
א טייל)
- אבער קטלה פלג א על כל פנים דארף זיין".
נאך א משך זמן פון פארברענגען און ריקודים האט ער ממשיך געווען: אז בשעת מען קומט צום "הרגו"
(ווען מ׳הרג׳עט שוין דעם יצר הרע),
ולבי חלל בקרבי 18 ,
ווערט א נייער אופן אין לעבן.
אט די צוויי פתגמים פון צמח צדק ערקלערן די צוויי אויבן־דערמאנטע דרגות פון יעקב און ישראל: אין דער דרגא פון יעקב,
וואו עם דארף נאך זיין מלחמה מיטן יצר הרע,
״קטלה פלגא״,
- איז עס א געמאטערט לעבן; אבער אין דער דרגא פון ישראל,
וואו ער האט שוין אינגאנצן גע׳הרג׳עט דעם יצר הרע,
"קטלה כולה",
ווערט א נייער אופן אין לעבן - חיים נעימים און חיי תענוג.
ה.
די צוויי מדריגות אין דעם אופן העבודה פון יעקב און ישראל זיינען אפהענגיק אין די צוויי דרגות פון נפש האלקית.
יעקב איז "י׳ עקב" 19 ,
עם לייכט ביי אים בלויז דער "עקב",
די נידעריקע־ רע מדריגה,
פון דער נשמה,
דערפאר איז מעגלעך אז זיין גוף ונפש הבהמית זאלן מעלים זיין אויף דעם אור הנשמה,
און ער דארף מלחמה האלטן מיט זיי; אבער ישראל איז "לי ראש" 20 ,
עם איז ביי אים מאיר דער "ראש" פון דער נשמה,
דארף ער ניט האבן קיין מלחמות - "כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל"
בכללות איז ישראל די מדריגה פון צדיקים,
און יעקב איז מדריגת הבינו־ נים,
"מדת כל אדם" 21 .
בפרטיות אין מדת כל אדם גופא,
איז,
ווי אויבן דער־ מאנט,
די מדריגה פון יעקב - די עבודה פון די וואכן־טעג און די מדריגה פון ישראל - די עבודה פון שבת.
אויך ביי צדיקים גופא זיינען פאראן די צוויי מדריגות פון ישראל און יעקב
(לויט זייער ערך).
ווי עם איז פארשטאנדיק פון דער גמרא - אז אפילו נאכדעם ווי יעקב
(אויך אלס פרט)
איז אנגערופן געווארן ישראל,
רופט׳ן עם צייטנווייז אויך יעקב
(אויך אלם פרט).
און וויבאלד אז אויך די מדריגה פון יעקב איז פאראן ביי יעדער אידן,
סיי ביי כל אדם,
בינונים,
און סיי ביי צדיקים,
דעריבער איז אויך נאכדעם ווי יעקב איז צוגעקומען צו דער מדריגה פון גערופען ווערן מיטן נאמען ישראל,
איז "הדר אהדרי׳ קרא",
אז עם בלייבט אויך דער נאמען יעקב,
ווייל אויך שפע־ טער איז פאראן די עבודה פון יעקב.
ו.
ווי געזאגט פריער,
איז - "לא הביט און ביעקב".
כאטש "עמל" איז יא פאראן ביי דער מדריגה פון יעקב,
ווייל די מלחמה מיטן יצר הרע איז א שווערע הארעוואניע און איז פארבונדן מיט סכנה,
האט ער אבער דעם כח צו מנצח זיין די מלחמה און זיין ריין פון יעדער "און".
ווארום יעדער איד איז "נצר מטעי מעשה ידי",
און איז א "חלק אלוקה ממעל ממש"
(ער איז כביכול א חלק פון דעם אויבערשטן)
; און פונקט ווי ס׳איז ניט שייך אז עמעצער זאל ח״ו געוועלטיקן אויף דעם אויבערשטן,
אזוי כביכול האט קיינער קיין שליטה ניט אויף א אידישער נשמה אויב נאר ער וויל דאס ניט; א איד האט אלעמאל דעם כח מנצח צו זיין די מלחמה,
און נאך מערער,
ער האט די הבטחה,
אז ער וועט טאקע סוף־כל־סוף מנצח זיין די מלחמה בפועל: "לא ידח ממנו נדח" 22
(עם וועט קיין איד ניט פארשטויסן ווערן ח״ו פון דעם אויבערשטן),
"כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא" 23 .
אויך די פארזיכערונג
(ווי אלע ענינים אין תורה)
איז נוגע צו עבודה בפועל איצט.
די פארזיכערונג וואם מען האט,
אז סוף־כל־סוף וועט מען די מלחמה מנצח זיין,
דארף צוגעבן שטארקייט און שמחה אין טאן די עבודה,
וואס אט די שמחה העלפט צו דעם נצחון און אויך דערצו - אז ער זאל קומען פריער.
ווי דער פתגם פון כ״ק מו״ח אדמו״ר 24
: ״א סאלדאט ...
כאטש ער גייט דאך אין א מקום סכנה,
גייט ער מיט א ניגון פון שמחה ...
ער גייט מיט שמחה און דאס מאכט אים פאר א מנצח".
ז.
און דעריבער זאגט מען מוצאי שבת: ״אל תירא עבדי יעקב וכו׳״ - ווי ער איז מבאר דארט אין לקוטי תורה 25
- ווייל שבת זיינען דאך אידן אין דער בחינה פון "ישראל",
דארפן זיי דאן ניט אנקומען צו דער עבודה און הארוואניע צו מברר זיין בירורים.
אבער מוצאי שבת,
ווען מען דארף ווידער אראפנידערן צו זיין אין דער מדריגה פון "יעקב עבדי",
אין דער עבודת הבירורים פון ששת ימי החול,
איז מען דאן מכריז מלמעלה צו יעדן אידן: "אל תירא עבדי יעקב",
ער זאל ניט מורא האבן צו אראפקומען אין דער דרגא פון "יעקב עבדי״; און דאס איז ניט נאר אן אנזאג -דו זאלסט ניט מורא האבן,
נאר מיט דעם גיט מען אויך כח ועוז ניט צו מורא האבן און טאן די עבודה מיט שמחה,
וואס די שמחה וועט פארגרינגערן און פארשנע־ לערן די ארבעט,
צו זען "שכר טוב בעמלו",
די גוטע באצאלט פון זיין הארוואניע,
ביז מ׳וועט זוכה זיין צו "יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".
(משיחת יו״ד שבט תשח״י)