א.
יעקב אבינו ווערט אנגערופן "בחור שבאבות" 1
(דער אויסדערוויילטער פון די אבות).
איינע פון די שלימות׳ן פון יעקב אבינו לגבי די אבות אברהם און יצחק איז: ״אברהם - יצא ממנו ישמעאל" און ״יצחק - יצא ממנו עשו",
ד.
ה.
אז זייערע מדריגות פון קדושה האבן דער־ גרייכט ניט אלע זייערע קינדער,
ס׳איז געווען אויך א "יצא ממנו",
ישמעאל און עשו זיינען ארויסגעגאנגען פון זייער שייכות צו אברהם און יצחק.
אבער ביי יעקב איז געווען "מטתו שלימה" 2 ,
אלע זיינע קינדער זיינען געווען גאנץ,
ווייל צו זיי אלעמען האט דערגרייכט די קדושה פון יעקב אבינו.
(הגם אז תורה רופט אן די מעשה ראובן: ״בלבל יצועי אביו״,
- ווייל כאטש "כל האומר ראובן חטא אינו אלא טועה"
(דער וואס זאגט אז ראובן האט געזינ־ דיקט האט ער דערין א טעות)
און דא למטה איז ער ניט באגאנגען קיין חטא,
נאר ער האט עם געטאן צוליב כיבוד אם,
ווי ס׳איז מבואר דארט אין גמרא 3 ,
ווי־ באלד אבער די תורה אליין ברענגט אז ס׳קען זיין א מיינונג,
אן "אומר" אז "ראובן חטא",
באווייזט דאס גופא אויף א געוויסן חסרון אין דער הויכער מדריגה וואו ראובן איז געשטאנען,
ווי ארומגע־ רעדט כללות ענין זה בכמה מקומות און אויך בביאור אין חסידות אנהויבנדיק פון בעש״ט 4
פונדעסטוועגן האט אויך ראובן באקומען אלע ענינים פון יעקב אבינו,
און אדרבה,
נאף מער פון זיינע ברידער,
"יתר שאת ויתר עז" 5 ,
וואס דערפאר ווערט ער אויך "בשעת הקלקלה" גערופן "בכור יעקב".
ווי מבואר פון דעם פירוש במאמר רז״ל 6
: "כבד את אביך,
לרבות אחיך הגדול״ - אז פון "את אביך" לערנט מען ארויס אז מען דארף אפגעבן כבוד דעם עלטסטן ברודער,
זעט מען אז כיבוד אחיך הגדול איז איין זאך מיט כיבוד אב,
ווי דער מהרח״ו זאגט 7
: "רוחא קדמאה דשביק בה",
אין דעם בן הבכור ווערט איבערגעגעבן דער רוח האב,
און מיטן מכבד זיין דעם בכור איז מען אויך מכבד דעם פאטער).
וואם דאס איז אויך דער פשט פון דעם מאמר הגמרא 8
: "שופרי׳ דיעקב מעין שופרי׳ דאדם הראשון״,
די שיינ־ קייט פון יעקב אבינו איז געווען "מעין" ענלעך צו דער שיינקייט פון אדם הראשון.
אדם הראשון האט אין זיך כולל געווען אלע נשמות ביז סוף כל הדורות.
דערפאר איז אלץ וואס ער האט געטאן נוגע צו אלעמען.
און ווען ער האט געהאט א ירידה דורך דעם חטא עץ הדעת האט עם גלייכצייטיק אויך גע׳פו־ על׳ט א ירידה אין אלע שפעטערדיקע נשמות.
וואם דערפאר זיינען גערוען צדיקים וואם "מתו בעטיו
(צוליב דער עצה)
של נחש" 9 ,
זיי זיינען אוועק פון דער וועלט נאר צוליב דעם חטא עץ הדעת פון אדם הראשון.
און אזוי האט אויך יעקב,
וואס ער איז "מעין שופרי׳ דאדם הראשון",
כולל געווען אלע שפע־ טערדיקע נשמות,
זיינען אלע גוטע זאכן וואס ער האט געטאן
(ווייל "מדה טובה מרובה ממדת פורעניות" 10 ,
די גוטע מאס איז פיל גרעסער ווי די פארקערטע)
גע־ ווען נוגע ניט נאר אים,
נאר רירן אן אלע יוצאי חלציו,
- "מטתו שלימה".
ב.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז אלע איינצלהייטן פון די פאסירונגען וואס די תורה דערציילט וועגן יעקב אבינו - אויסער דעם וואס אלע סיפורי התורה זיינען ניט ח״ו קיין דערציילונ־ גען פון א געשיכטע־בוך,
נאר תורה איז פון לשון הוראה 11 ,
ובפרט די סיפורים פון "מעשה אבות",
וואס זיי זיינען "סימן
(און הוראה)
לבנים״ 12
- האבן זיך די זעלבע פרטים אפגעטאן ביי אלע נשמות ישראל ווי זיי זיינען געווען כלול אין דער נשמה פון יעקב אבינו,
ובמילא זיינען זיי אויך א וועג־ווייזונג און א נתינת כוח פאר די נשמות נאכדעם ווי זיי זיינען נתגלה געווארן בירידת הנשמה למטה,
נאך אין א גרעסערע מאס ווי די הוראה וסימן לבנים פון די מעשה אבות אברהם ויצחק.
ג.
אין פרשת ויצא דערציילט די תורה אז יעקב איז געגאנגען פון ארץ ישראל
(באר שבע)
קיין חרן צו לבן׳ען; און ווי ביי זיין אנהויבן גיין פון ארץ ישראל איז באלד געשען "ויפגע במקום וגו׳"; נאכדעם דערציילט זיך זיין אנקו־ מען צו לבן׳ען,
ווי יעקב האט ביי אים געארבעט צוואנציק יאר,
ווי ער האט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט די שבטים; זיין גיין צוריק פון חרן קיין ארץ ישראל,
און ווי גייענדיק צוריק האבן אים באגעגנט "מלאכי אלקים".
ווי אויבן גערעדט זיינען די אלע פרטים א הוראה און זיי זיינען דא ביי כל ישראל:
די פליכט פון יעדער אידן איז צו ארויסגיין פון ארץ ישראל,
אהלי שם ועבר - ארויסגיין פון די ד׳ אמות פון תורה,
דער לימוד זאל זיין מביא לידי מעשה,
גיין קיין ״חרן״ 13 ,
"חרון אף של מקום בעולם",
ד.
ה.
אין דעם קאך פון וועלט און דארט האבן צו טאן מיט "לבן הארמי" און פון אים ארויסנעמען די ניצוצות הקדושה וואם געפינען זיך ביי אים,
און דוקא דארט זאל ביי דעם אידן זיין מטתו שלימה.
און ווען מ׳פירט זיך אזוי,
איז דער גיין קיין הרן ניט קיין ירידה אמתית,
נאר אדרבה,
"ויפרץ האיש מאד מאד" 14 ,
מען האט גרוים הצלחה סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות,
און ווען מ׳גייט דער־ נאך צוריק קיין ארץ ישראל איז,
ווי דער פסוק פירט אויס - "ויפגעו בו מלאכי אלקים".
און ווי ער איז מדייק אין זוהר 15
: אז ווען יעקב איז ארוים צו גיין קיין חרן,
איידער ער האט געארבעט אין חרן און געבוירן די שבטים - איז כאטש ער האט געלערנט א סך תורה בבית עבר - שטייט אין פסוק "ויפגע במקום",
ער האט גע־ דארפט קומען און זוכן דעם "מקום",
דעם גילוי אלקות,
און אויך דאן האט מען אים דעם גילוי געוויזן בלויז אין חלום.
אבער נאכדעם ווי ער איז שוין געווען אין חרן און האט דארטן דורכ־ געפירט זיין שליחות,
ער האט דארט געארבעט,
חתונה געהאט און איז געקו־ מען צוריק מיט די שבטים,
שטייט "ויפגעו בו מלאכי אלקים",
אז די מלאכי אלקים מיטן אויבערשטן כביכול 16
האבן געזוכט אים צו באגעגענען; און נוסף על זה איז אט־דער גילוי געווען ניט בחלום נאר בהקיץ.
(און כאטש דער מדרש טייטשט 17
אז "מלאכי אלקים" מיינט ששים רבוא אדער ק״כ רבוא מלאכים,
איז אבער דער זוהר,
פנימיות התורה,
מגלה די פנימיות פון דעם ענין,
אז דער אויבערשטער אליין האט זיך צו אים באוויזן).
אזוי איז ביי יעדער אידן: כל זמן ער איז אין ארץ ישראל,
ער איז איינגע־ שלאסן אין די אייגענע עניני קדושה,
פארנומען נאר מיט זיך אליין,
איז ווי גרוים ער זאל ניט זיין,
קען ער ניט צוקומען צו דער מדריגה און דערהויב־ נקייט צו וועלכע ער דערגרייכט דורך זיין גיין קיין ״חרן״,
צו טאן אין וועלט און מקרב זיין אידן און מאכן אידן.
און ווי נאר א איד גייט ארוים פון ארץ ישראל צו אויפטאן אין וועלט,
מיט נאך אידן,
גיט מען אים א כח מלמעלה,
וואם דאם איז "ויפגע במקום",
ער זאל קענען דורכפירן זיין שליחות.
און נאכדעם ווי ער פירט אויס זיין שליחות,
איז ער דאן דורך זיין עבודה ממשיך א העכערן אור - די העכערע אתערותא דלעילא 18
וואס קומט נאך דער אתערותא דלתתא - "ויפגעו בו מלאכי אלקים".
(משיחת ג׳ מרחשון,
תשכ*א)
ד.
דאס איז די הוראה פון דעם אלגעמיינעם אינהאלט פון דער פרשה.
אבער,
ווי געזאגט פריער,
אויך די איינצלהייטן וואם האבן פאסירט מיט יעקב אבינו אויף זיין וועג קיין חרן און אויך די געשעענישן זייענדיק אין הרן,
זיינען אונז נוגע אין עבודה 19 .
דער מדרש זאגט 20
אויפן פסוק "וישכב במקום ההוא": "כאן שכב,
אבל כל י״ד שנה שהי׳ טמון בבית עבר לא שכב"
(אז די פערצן יאר וואס יעקב האט זיך אויסבאהאלטן און געלערנט תורה בבית עבר האט ער זיר ניט געלייגט שלאפן).
נאך א פשט איז אין מדרש אויף דעם: "כל כ׳ שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב"
(די גאנצע צוואנציק יאר וואס ער איז איינגעשטאנען אין דער הויז פון לבן האט ער זיך ניט געלייגט שלאפן),
ווי עס שטייט אין פסוק: "ותדד שנתי מעיני״.
און נאכמער - לא שכב.
לכאורה איז ניט פארשטאנדיק: מילא דאס וואם יעקב איז ניט געשלאפן בבית עבר איז ווייל ער האט דארט געלערנט תורה; אבער פארוואס האט ער זיך אזוי מוסר נפש געווען
(183,
229,
255)
;"> *20
און זיך ניט גע־ לייגט שלאפך די גאנצע צוואנציק יאר וואס ער איז געווען בבית לבן?
נאר ווי גערעדט פריער ענינו איז פארשטאנדיק אויך דער פרט.
זיין גיין קיין הרן און דער זיין דארט איז געווען בכדי צו אויפטאן אין וועלט,
מברר זיין די ניצוצות פון קדושה וואס געפינען זיך ביי לבן׳ען.
איז דערפאר "לא שכב" די גאנצע צייט דארטן,
ווייל ער האט כסדר געדארפט זיין וואכזאם און זיף שטארקן אויף לבן הארמי,
וואס האט זיך קעגנגעשטעלט צו דער עבודת הבירורים פון יעקב אבינו.
לבן האט גע׳טענה׳ט צו יעקב אבינו און זיינע יורשים אין יעדער דור טענה׳ן צו יעקב׳ס אייניקלאך: מילא דו ביסט אן אלטער איד,
מילא פיר זיך ווי דו ווילסט; דו ביסט סייווי פון דער אלטער וועלט,
קענסטו זיך זיצן און לערנען תורה גאנצע טעג און נעכט אבער וואס ווילסטו פון די קינדער?
זיי געהערן צו דער מאדערנער צייט - "הבנות בנתי והבנים בני",
(זיי זיינען מיינע,
לבן׳ס,
קינדער)
; זיי זיינען דאך יונגע קינדער,
איז פארוואס מאכסטו זיי פאר קאליקעס,
זיי זאלן זיך ניט קענען צופאסן צו דער וועלט?
דו ווילסט מיט זיי לערנען אי־ דישקייט - מהיכי תיתי,
נאר טו דאם אין א מאדערנעם אופן,
מיט די נייע מע־ טאדעס.
מאך זיי ניט פאר קיין בטלנים!
דאס זעלבע האט ער אויך גע׳טענה׳ט ביי "והצאן צאני": בהנוגע דיין לערנען און דאוונען מיש איך זיך נישט,
אבער ווען עס קומט צו געשעפט־ זאכן איז - ״והצאן צאני״ - דארפסטו זיך פירן אין מיינע וועגן,
אין די וועגן פון לבן הארמי; אז צוליב פארדינען פון א מסחר דארף מען זיך ניט רעכענען מיט די איסורים פון רמאות,
הסגת גבול א.
א.
וו.
מיט דיין פירן זיך על פי תורה אין מסחר איז שווער צו "מאכן א לעבן".
און דעריבער האט זיך יעקב מוסר נפש געווען,
"ותדד שנתי מעיני" און נאכמער אז אינגאנצן לא שכב,
ניט בלויז אויף די רוחניות׳דיקע ענינים,
ווי לערנען תורה בבית עבר,
נאר אויך אין די ענינים אויף וועלכע לבן האט געזאגט "הבנות בנתי והבנים בני והצאן צאני"; אויך אויף די זאכן וואם לבן קען מיינען אז זיי באלאנגען צו אים האט יעקב געהארעוועט ביז צו מסירות נפש,
- ווי ער האט געזאגט: "עבדתיך ארבע עשרה שנה בשתי בנתיך ושש שנים בצאנך״,
- כדי דאס אלעס זאל זיין על פי תורה,
און דורך דעם מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואם געפינען זיך אין רשות פון לבן׳ען,
און ממשיך זיין ג־טלעכקייט אויך אין די דברים הגשמיים.
ה.
דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין וואס עס שטייט דארט ווייטער אין מדרש: "ומה הי׳ אומר"
(וואס האט יעקב געזאגט אין דער צייט וואם לא שכב בבית לבן?)
ענטפערט אויף דעם דער מדרש: "ט״ו שיר המעלות שבספר תהלים" ווי עם שטייט: "שיר המעלות וגו׳ יאמר נא ישראל",
"ישראל" מיינט "ישראל סבא",
יעקב אבינו.
נאך א דעה איז דא אין מדרש: "כל ספר תהלים הי׳ אומר",
ער האט געזאגט דעם גאנצן ספר תהלים,
ווי עס שטייט: "ואתה קדוש יושב תהלות ישראל",
אז "ישראל סבא״ יעקב אבינו,
האט געזאגט ״תה־ לות" צו דעם אויבערשטן.
לכאורה,
וואס פרעגט דער מדרש "מה הי׳ אומר",
וואס האט ער געטאן אין די נעכט - ער איז דאך געווען פארנומען מיט היטן צאן לבן?
נאר דאס איז זיכער,
אז בכדי צו היטן צאן לבן וואלט זיך יעקב ניט מוסר נפש געווען,
נאר ער האט עס געטאן צוליב מברר זיין די ניצוצות הקדושה וואס געפינען זיך ביי לבן׳ען.
פרעגט אויף דעם דער מדרש: מיט וואס פאר א כוחות האט יעקב דורכגעפירט די עבודת הבירורים,
אז ניט נאר האבן די נידעריקע עניניס פון לבן הארמי אים ניט מוריד געווען,
נאר אדרבה,
ער האט זיי אויפגעהויבן צו קדושה?
און אויף דעם ענטפערט דער מדרש,
אז ער האט געזאגט "שיר למעלות וגו׳ מאין יבוא עזרי",
ער האט געפילט,
אז מיט אייגענע כוחות קען מען גארניט אויפטאן,
און נאר "מאין",
דורך דעם וואס ער איז אינגאנצן בטל - "יבוא עזרי",
וועט ער געהאלפן ווערן,
ווייל ער האט זיך פארלאזט נאר אויף דעם אויבערשטן,
"עזרי מעם ה"׳ - איז אים נמשך געווארן דער עזר,
די הילף פון דעם אויבערשטן,
און דאס האט אים געגעבן די כוחות צו מברר זיין די ניצוצות וואס ביי לבן׳ען,
װײל ער האט מגלה געווען אין דער ארבעט אז דער אויבערשטער איז "עושה שמים וארץ",
ער איז דער בעל הבית און גיט כח סיי אין עניני "שמים"
(תורה,
וואס יעקב האט געלערנט בבית עבר),
סיי אין עניני "ארץ",
אין די נידעריקע ענינים פון חרן
("חרון אף של מקום בעולם"),
אין דער וועלט פון לבן הארמי.
ו.
און פון די פרטי הסיפור פון יעקב אבינו האבן מיר אויך אן אנוויי־ זונג פאר אונז,
אז בכדי צו קענען טאן מיט וועלט דארף מען האבן א טאפלטע באווארעניש: א)
איידער מען גייט קיין חרן דארף מען זיך פריער אינגאנצן געפינען אין די ד׳ אמות פון תורה און תפילה און ניט האבן צו טאן מיט וועלט,
אזוי ווי יעקב אבינו איז געווען בבית עבר - תורה,
און ״ויפגע במקום״ - ווי די חז״ל טייטשן 21
אז דאס מיינט תפילה;
ב)
אריך ווען מען געפינט זיך שוין אין חרן און מ׳ארבעט ביי לבן׳ען,
דארף מען זיין פארנומען מיט עבודת הבורא,
ווי זאגן תהלים אד״ג 22 .
און דאן האט מען די הילך פון דעם אויבערשטן אויף דורכפירן די שליחות צוליב וועלכער די השגחה העליונה שיקט קיין חרן.
אויך אין טעגלעכן לעבן דארף זיין ביי א אידן די זעלבע ענינים: אין אנ־ הויבס טאג,
איידער א איד גייט אוועק צו זיינע עסקים,
דארף ער אפגעבן א משך זמן אויף תפילה און תורה.
די ערשטע זאך נאכן אויפשטיין פון שלאף דארף א איד דאוונען; נאכן דאוונען דארף ער האבן א קביעות צו לערנען א שיעור אין תורה 23 .
און ווען ער איז שוין אנגעזאפט מיט תפילה און תורה,
קען ער זיך דאן פארנעמען מיט זיינע עסקים.
און אויך ווען ער איז פארנומען אין זיינע געשעפטן,
דארף זיין בלויז ״יגיע כפיך״ 24 ,
אז נאר די ״הענט״
(די אויסערלעכע כוחות)
זאלן זיין אריינגע־ טאן אין דעם,
אבער די קאפ זאל זיך פארנעמען מיט א פרק משניות,
א פרק תניא,
מיט זאגן א קאפיטל תהלים אד״ג.
נאך מערער: אויך אין זיינע עסקים און אין זיין ארבעט גופא ווען ער געפינט זיך אין וועלט דארף זיין קענ־ טיק אז ער איז אנדערש פון די מענטשן ארום אים - "ונפלינו אני ועמך מכל העם אשר על פני האדמה",
א איד דארף זיין אלעמאל אפגעטיילט און אויסגע־ צייכנט פון דער ארומיקער סביבה מיט זיין קדושה׳דיקער הנהגה אין אלץ וואס ער טוט - "בכל דרכיך דעהו".
ז.
בעיקר דארף זיין קענטיק די באזונדערע קדושה־הנהגה אין חינוך הבנים והבנות,
אין דער איינשטעלונג פון דער הויז־פירונג.
ניט נאר פירט זיך זיין הויז אינגאנצן אנדערש ווי דאס הויז פון א ניט־אידן,
להבדיל,
נאר אפילו מיט א העכערער דרגת קדושה ווי די הנהגת הבית פון יענע אידן,
שומרי תורה ומצוה,
וואם ביי זיי הערן זיך שטארק אן די וועלט־ לעכע הנחות 25
; ביי אים הערט זיך אן אין אלע עניני הבית בלויז דעת תורה - אידישקייט און הייליקייט.
און אויך דאס לערנען מיר ארויס פון מעשה אבות,
פון דער הנהגה פון בית יעקב.
די תורה דערציילט: "וילך ראובן בימי קציר חטים וימצא דודאים בשדה",
און רש״י איז מפרש: "להגיד שבחן של שבטים,
שעת הקציר הי׳ ולא פשט ידו בגזל להביא חטים ושעורים,
אלא דבר ההפקר שאין אדם מקפיד בו"
(די תורה דערציילט דא דעם שבח פון די שבטים: כאטש ס׳איז געווען די שניט־צייט,
האט ראובן ניט גענומען קיין ווייץ און גערשטן נאר "דודאים",
א זאך וואם איז געווען הפקר,
וואם קיינער איז דערויף ניט מקפיד).
דערפון וואס רש״י זאגט "להגיד שבחן של שבטים",
איז פארשטאנדיק אז פון די אלע ארומיקע האט זיך קיינער אזוי ניט געפירט.
אבער די שבטים האבן געוואוסט אז זייער הנהגה דארף זיין אנדערש,
זיי דארפן זיך אויפפירן אין יעדן פרט אין אן אופן פון תורה און קדושה.
אזוי האט יעקב איינגעפירט אין זיין הויז,
אז זיין הויז איז אנדערש פון אלעמענם.
מען דארף ניט נאכגיין דעם רוח הזמן.
און דאם דארף זיין אין אזא קענ־ טיקן אופן,
אז די קינדער זאלן וויסן אז זייערע טאטע־מאמע זיינען אנדערש ווי אלע: אנדערע פרויען זיינען אנגעטאן אין ניט־בהידור־צניעות׳דיקע קליידער,
אבער זייער מוטער גייט אנגעטאן צניעות׳דיק בתכלית; אנדערע טאטעס זיינען ניט אפגעהיט פון אפנארן א צווייטן אין געשעפט,
אבער זייער טאטע זוכט קיינעם ניט אפנארן,
ער האנדלט ערלעך א.
ז.
וו.
אפילו בשעת דאס קינד איז נאך קליין און קען נאך ניט באגרייפן די באדייטונג פון תורה און קדושה,
קען ער אבער אויך שוין דאן פילן אז זיין היים טיילט זיך אוים פון אנדערע היימען -"ונפלינו".
במילא לערנט זיך דאס קינד ניט אפ פון אנדערע קינדער; נאר אדרבה,
ווען ער זעט ווי אנדערע קינדער פירן זיך אויף ניט ווי עס דארף צו זיין און זיי היטן זיך ניט אויס פון גזל,
זיי נעמען פון פרעמדע פעלדער ניט בלויז הפקר׳דיקע "דודאים",
איז דאס גופא פאר אים א קלארער באווייז אז ער זאל אזוי ניט טאן.
ער ווייסט,
אז זיי זיינען ניט קיין חברים פאר אים.
פון אזא הנהגה וואקסט אוים א שבט ראובן און אויך א שבט יששכר
(וואס איז געבוירן געווארן דורך דער מעשה וואם ראובן האט געפונען די דודאים),
וואם פון ראובן ויששכר זיינען ארויסגעקומען ראשי סנהדראות 26
און עמודי הוראה 27 .
דאם הייסט,
בשעת מ׳איז מחנך א אידישן קינד ווען ער איז נאך גאנץ יונג ער זאל וויסן אז ער איז אנדערש ווי וועלטלעכע קינדער,
איז אויך שפעטער,
ווען ער ווערט עלטער,
לערנט ער זיך ניט פון אנדערע קינדער פון זיין עלטער,
נאר ער גייט אוועק - אזוי ווי דער פאטער יעקב - לערנען נאר דעם אוי־ בערשטנס תורה,
ודברת בם ביז אפילו זיין סתם רעדן איז נאר בדברי תורה 28
; און,
ווי יעקב אבינו,
אז ער וואקסט אויס און האט חתונה,
און גייט ארויס אין וועלט,
שטעלט אויף א משפחה און ער נעמט ״ריחיים על צוארו",
ער נעמט אויף זיך דעם יאך פון פרנסה - איז אויך דאן האט ער א קביעות עתים צו לערנען תורה אלע טאג,
און בשעת ער איז פארנומען מיט זיינע ענינים הגשמיים זאגט ער "שיר המעלות׳/ און ער פארלאזט זיך אינגאנצן אויף דעם אוי־ בערשטן,
און במילא איז זיין גאנצע עסק־הנהגה נאר על פי תורה.
אזא אויפפירונג ברענגט א אידן שפע ברכה און הצלחה אויך אין גשמיות,
ווי עם שטייט ביי יעקב אבינו: "ויפרץ האיש מאד מאד",
אז ער האט זייער מצליח געווען אפילו אין גשמיות,
ווי דער פסוק פירט דארט אויס "ויהי לו צאן רבות ושפחות ועבדים וגמלים והמרים".
(מלוקט משיחת ש״פ וישב תשי״א,
שמח״ת תשט״ו)
ח.
דערמיט ערקלערט זיך אויך דער ענין פון דעם גל און דער מצבה וואס יעקב און לבן האבן אויפגעשטעלט,
אז קיינער פון זיי זאל ניט איבערגיין דעם גרענעץ פון איינעם צום צווייטן.
דאם מיינט: כאטש צוליב דער עבודת הבירורים מוז דאך יעקב גיין צו לבן׳ען קיין חרן *28 ,
בכדי פון אים ארויסצונעמען די ניצוצות הקדושה,
פונדעסטוועגן,
צוזא־ מען דערמיט מוז אויך זיין א "גל",
וואס זאל אים אפטיילן פון לבן׳ען,
ער זאל וויסן אז אחוץ דער עבודת הבירורים האט ער מיט לבן׳ען קײן שייכות ניט.
ער האט טאקע צו טאן מיט וועלט,
אבער בעת מעשה גופא איז ער אפגע־ גרענעצט פון חומריות העולם.
און דאן איז ער זיכער,
אז ער וועט אין וועלט,
ביי לבן׳ען,
ניט פארפאלן ווערן,
נאר אדרבה,
ער מאכט די וועלט פאר א כלי צו אלקות: "ויצל אלקים את מקנה אביכם ויתן לי".
ט.
דעם כח אויף דעם גל 29 ,
צו טאן מיט וועלט און בשעת מעשה גופא זיין אפגעזונדערט פון חומריות העולם,
נאר אדרבה,
מאכן די וועלט פאר א כלי צו אלקות,
קומט ביחוד דורך לערנען פנימיות התורה.
ווייל פנימיות התורה גיט דעם פארשטאנד און די הכרה אז "אין עוד מלבדו",
אז די גאנצע מציאות פון וועלט איז אלקות.
און דערפאר וועט אויך דער "יפוצו מעינותיך חוצה" *29 ,
דאס מפרסם זיין און פארשפרייטן פנימיות התורה,
צו־ ברענגען צו "אתי מר" 30 ,
צו ביאת המשיח,
ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח וועט זיין,
ניט אויס וועלט,
נאר די גשמיות׳דיקע וועלט אליין וועט ווערן א כלי צו אלקות,
דירה בתחתונים,
"ונגלה כבוד הוי׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי הוי׳ דיבר",
אז דער בשר הגשמי וועט זען ג־טלעכקייט.
(משיחת ל״ג בעומר תש׳י)