א.
אויפן פסוק "ואלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק",
שטעלן זיך די מפרשי התורה און פרעגן: נאך דעם ווי עם שטייט "ואלה תולדות יצחק בן אברהם",
צוליב וואס דארף ער איבער׳חזר׳ן "אברהם הוליד את יצחק"?
ס׳איז דאך א כפל הלשון.
ענטפערט מען אויף דעם פארשידענע תירוצים.
אייניקע פון זיי:
(א)
די גמרא
(און מדרש)
זאגט 1 ,
אז צוליב דעם וואם "היו כל אומות העולם מרננים ואומרים״ - אלע אומות העולם האבן מרנן געווען און געזאגט,
אז יצחק איז ניט אברהם׳ס א זון,
האט דערפאר דער אויבערשטער געמאכט דעם אויס־ זען פון יצחק׳ם פנים גענוי ענלעך צום פנים פון אברהם,
האבן אלע געזען אז יצחק איז א קינד פון אברהס׳ען.
און דאס מיינט דער פסוק: "יצחק בן אברהם",
וויילע עם איז דא אויף דעם א באווייז און אלע האבן דערויף עדות געזאגט אז "אברהם הוליד את יצחק".
(ב)
דער מדרש זאגט 2
אויף דעם: "יצחק נתעטר באברהם ואברהם נתעטר ביצחק״,
- סיי "יצחק בן אברהם",
אז יצחק האט זיך געקרוינט,
בארימט מיט זיין טאטן אברהם,
און סיי "אברהם הוליד את יצחק",
אברהם האט זיך געקרוינט און בארימט מיט זיין זון יצחק.
(ג)
אין חסידות איז מבואר 3 ,
אז די עבודה פון אברהם איז געווען אין דעם קו פון חסד און אהבה,
און די עבודה פון יצחק איז געווען אין קו פון גבורה און יראה,
וואס יעדער קו פון עבודה,
סיי די עבודה פון אהבה און סיי די עבודה פון יראה,
טיילט זיך אין צוויי כללות׳דיקע מדריגות: צוויי מדריגות אין יראה - יראה תתאה און יראה עילאה.
יראה תתאה,
די נידעריקערע מדריגה אין יראה מיינט,
א מורא צו טאן קעגן דעם אויבערשטנם ווילן צוליב דעם עונש פאר דעם חטא,
אדער אפילו צוליב א העכערן טעם,
אבער אלץ ווייל ער האט מורא פאר דעם ניט־גוט וואס דער חטא וועט אים גורם זיין; יראה עילאה,
די העכערע מדריגה אין יראה מיינט,
יראת הרוממות,
ער האט מורא און שעמט זיר פאר דער רוממות און גרויסקייט פון דעם אוי־ בערשטן צו טאן עפעס א חטא,
דאס מיינט אז ער האט מורא פאר דעם חטא אליין ווייל עם איז קעגן דעם אוי־ בערשטנס ווילן.
אזוי זיינען אויך אין אהבה פאראן צוויי מדריגות - אהבה רבה און אהבה זוטא.
אהבה זוטא,
די קלענערע מדריגה אין אהבה מיינט,
אז ער האט ליב דעם אויבערשטן און ער איז מקיים זיין רצון ווייל אים איז גוט דער־ פון,
גוט בגשמיות,
אדער איידעלער פון דעם - ביז תכלית פון רוחניות; און אהבה רבה,
די הויכע מדריגה אין אהבה איז אז ער האט ליב דעם אויבערשטן און טוט זיין רצון "שלא על מנת לקבל פרס" ניט צוליב דעם טוב וואס אים וועט דערפון ארויסקומען.
און אזוי ווי מעשה אבות סימן לבנים 4
- אין דער עבודה פון יעדער אידן - ווייזט אן תורה: צוויי מאל אברהם - צוויי מדריגות אין אהבה,
צוויי מאל יצחק - צוויי מדריגות אין יראה.
דער סדר העבודה אין די ביידע קוים איז,
אז פריער קומען די נידעריקערע מדריגות,
אהבה זוטא און יראה תתאה,
און דער־ נאך אהבה רבה און יראה עילאה
(ווי עס שטייט אין גמרא 5
: "לעולם יעסוק אדם בתורה ובמצוות אפילו שלא לשמן",
א מענטש זאל אלעמאל לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אפילו שלא לשמה,
וואם דאם מיינט צוליב אייגענעם גוט,
- אהבה זוטא און יראה תתאה; "שמתוך שלא לשמן בא לשמן",
ווייל דערפון וועט ער צוקומען צו העכערע מדריגות - אהבה רבה און יראה עילאה).
און דער סדר הפסוק מערקט אויך אן דעם סדר אין עבודה: יראה
(תתאה)
אהבה
(זוטא)
אהבה
(רבה)
יראה
(עילאה)
- ווי דאס איז מבואר באריכות בכמה מקומות 6 .
און דאס איז א הוראה צו יעדן אידן אין עבודת ה׳,
אז ער דארף דינען דעם אויבערשטן אין ביידע קוים פון אהבה ויראה 7 ,
אברהם ויצחק.
ווי עס איז ידוע דער פירוש אין מאמר רז״ל "אין קורין אבות אלא לשלשה" 8 ,
אז אברהם ויצחק ויעקב זיינען די אבות פון אלע אידן,
און זייערע קוין אין עבודה דארפן זיין ביי יעדער אידן.
די עבודה פון יעדערן פון די צוועלף שבטים מוז ניט זיין ביי יעדער אידן,
א איד האט זיך זיין עבודה וואס איז מתאים צו דעם שבט פון וועלכן ער שטאמט,
אבער די עבודה פון אלע אבות דארף זיין ביי יעדער אידן.
אויב א איד טוט נאר אין איין קו,
אהבה אדער יראה,
קען זיין אז דאם איז ניט מצד עבודה,
נאר ווייל בטבעו 9
איז ער נוטה צו חסד אדער צו גבורה.
די הוראה איז אז עם דארף זיין עבודה 10
,
און דאס איז דורך טאן אין ביידע קוים און אין אלע מדריגות.
(ד)
אין מדרש הנעלם,
אין זוהר 11 ,
שטייט,
אז אברהם איז א רמז אויף דער נשמה
(ווי ער איז מבאר דארט אין זוהר 12
די פרשה פון פטירת שרה - א רמז אויף דעם גוף,
"ותמת שרה",
דער גוף איז געשטארבן.
און דער שטארבן פון גוף איז דאם וואס די "קרית ארבע",
די פיר יסודות פון וועלכע דער גוף איז צוזא־ מענגעשטעלט,
ווערן פאנאנדערגע־ טיילט,
וואס זייענדיק "בארץ כנען",
אין עולם הזה,
זיינען זיי געווען - "היא חברון",
מחובר.
"ויקם אברהם מעל פני מתו",
די נשמה וואס זי איז העכער פון מיתה און פירוד)
און יצחק,
פון לשון צחוק ותענוג,
מיינט דער תענוג וואם די נשמה וועט האבן לעתיד לבוא.
און דער זוהר איז מבאר דעם פירוש הכתוב "יצחק בן אברהם": לעתיד וועט די נשמה,
"אברהם",
זוכה זיין צום גילוי התענוג,
"יצחק"; ווי אזוי וועט זי זוכה זיין דערצו?
דורך דעם וואס "אברהם הוליד את יצחק",
די נשמה דורך איר עבודה אין עולם הזה האט מוליד געווען
(אויפגעמאכט)
דעם תענוג,
און אט־ דער תענוג וועט צו איר נתגלה ווערן לעתיד לבוא.
ב.
מ׳האט שוין גערעדט,
אז ווען עם זיינען דא פארשידענע פירושים פון חז״ל אויף איין און דעם זעלבן פסוק,
האבן זיי אלע א שייכות איינער צום צווייטן,
זיי זיינען ניט קיין אינגאנצן באזונדערע ענינים.
פון די ראיות אויף דעם: רז״ל דרש׳נען 13
אז דער ווארט "שעטנז" מיינט,
״שוע״
(גלאט,
צעקעמט),
״טװי״
(געשפו־ נען)
״ונוז״
(און געוועבט)
און די גמרא זאגט 14 ,
אז וויבאלד די תורה האט ארײנ־ גענומען די דריי זאכן "שוע טווי ונוז" אין דעם איין ווארט "שעטנז",
איז א באווייז אז זיי אלע זיינען פארבונדן איינער מיטן אנדערן,
און דערפאר איז מען ניט חייב
(מן התורה)
אויף שעטנז
(וואל און פלאקס צוזאמען)
ווען ס׳איז דא בלויז איינער אדער צוויי פון די דריי תנאים,
נאר דוקא ווען זיי זיינען אלע דריי צוזאמען.
זעען מיר דערפון אז דריי ענינים,
אפילו ווען מ׳לערנט זיי ארויס פון באזונדערע או- תיות,
וויבאלד אבער זיי שטייען אין איין ווארט האבן זיי א פארבונד צווישן זיך; מכל שכן אין אונזער ענין,
ווען די אלע פיר פירושים זיינען מרומז אין די זעלבע אותיות,
האבן זיי געווים א שייכות איי־ נער צום אנדערן.
דארף מען פארשטיין ווי אזוי זיינען די אויבן־דערמאנטע פיר פירושים פארבונדן איינער מיטן צווייטן.
אלע סיפורים פון דער תורה זיינען דאך א הוראה פאר אונז אין עבודה 15 .
איז לויטן פירוש פון חסידות פארשטאנ־ דיק די הוראה פאר אונז,
ווי אויבן גע־ זאגט,
אז ביי יעדן אידן דארף זיין ביידע קוים פון עבודה,
אהבה און יראה,
און ווי אזוי זיי דארפן זיין.
אויך לויטן פירוש פון זוהר איז פארשטאנדיק צוליב וואס די תורה דערציילט אונז אז "יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק",
ווייל ס׳איז אונז נוגע צו וויסן אז די נשמה דורך איר עבודה איז ממשיך תענוג; און אז דער תענוג וואס מ׳איז איצט ממשיך וועט נתגלה ווערן לעתיד - וואס די ידיעה וועגן דעם שכר המצוה פארגרינ־ גערט און גיט אונז צו א תוספות חיות אין עבודה.
מען דארף אבער פארשטיין:
וואם איז די הוראה פאר אונז פון דעם וואם "אברהם הוליד את יצחק" לויט די פירושים פון גמרא און מדרש - וואס איז אונז נוגע אז אין דעם דור פון אברהם׳ען האבן די אומות העולם גע׳טענה׳ט אז יצחק איז ניט בן אברהם
(וואס דערפאר האט דער אויבערשטער באווארנט אז יצחק׳ס "קלסתר פנים" זאל זיין ענלעך צו אברהם׳ם)?
און אויך וואם לערנען מיר דערפון וואס יצחק האט זיך בארימט מיט אברהם׳ען און אברהם האט זיך בארימט מיט יצחק׳ן?
ג.
לויט די ביידע פירושים פון גמרא און מדרש רעדט זיר אין פסוק וועגן ענינים שלמעלה מן הטבע.
על פי טבע האט אברהם ניט געקענט האבן קיין קינד,
און די הגבלה פון טבע איז געווען ניט בלויז ווייל מצד זיין גוף הגשמי איז ער געווען אן עקר 16 ,
נאר אויך די מזלות העליונים האבן געוויזן אז ס׳איז פאר אים אוממעגלעך צו געבוירן א קינד.
דערפאר שטייט 17
: "ויוצא אותו החוצה" ארן ווי די רז״ל זיינען מפרש 18
: "צא מאיצטגנינות שלך",
אז בכדי אברהם זאל קענען האבן קינדער האט אים דער אויבערשטער ארויסגעפירט העכער פון די באגרענעצונגען וואם קומען פון די מזלות.
אויך דאם,
וואס אברהם האט זיך געקענט בארימען מיט דער גרויסקייט פרן יצחק׳ן,
איז געווען אן איבערנאטי־ רלעכע זאך,
ווייל על פי טבע ווערן די דורות וואס ווייטער אלץ נידעריקער,
ווי די רז״ל זאגן 19
: ״אם ראשונים בני מלא- כים,
אנו בני אנשים וכו׳"
(אויב די ערש־ טע דורות זיינען ווי מלאכים,
זיינען מיר ווי בני אדם וכו׳).
און אז אברהם האט זיך געגרויסט מיט יצחק׳ן - וואם איז מיט א דור שפעטער און דאך האט ער געהאט אזעלכע מעלות וואס האבן אויפגעטאן שלימות אין דער מדריגה פון אברהם
(וואס דאם מיינט "אברהם נתעטר ביצחק" ווי א קרוין מאכט שענער דעם וואס טראגט איר)
- איז עם אן ענין פון העכער פון טבע.
און דאס איז אויך די הוראה פאר אונז,
אז יעדער איד דארף וויסן אז אידן זיינען ניט אונטערגעווארפן די הגבלות הטבע - ניט נאר אין ענינים רוחניים נאר אויך אין ענינים גשמיים.
רוחניות׳דיקע תולדות האט אברהם געהאט אויך איידער יצחק איז געבוירן געווארן,
ווי די רז״ל זאגן 20
: "תולדותי- הם של צדיקים מעשים טובים״ - ובפרט לויט דעם וואס עם איז מבואר אין קבלה 21
אז פון יעדן זיווג אין א קדוש־ ה׳דיקן אופן ווי על פי תורה,
ווערן גע־ בוירן הייליקע רוחניות׳דיקע תולדות.
לידת יצחק האט אויפגעטאן,
אז אפילו בנוגע תולדות אין גשמיות איז אברהם ניט באגרענעצט אין די געזעצן פון טבע.
און דא קומען די "ליצני הדור" 22
(די מנגדים צו קדושה 23
וואס אין יעדן דור)
און טענה׳ן צו א אידן: מילא אין רוח־ ניות׳דיקע ענינים קענסטו אויפטאן,
ווייל זיי זיינען ניט אונטערגעווארפן די חוקי הטבע; אבער ווען עם האנדלט זיך וועגן ענינים גשמיים,
תולדות בגשמיות,
קענ־ סטו זיי ניט האבן סיידן דו וועסט זיף אונטערווארפן אבימלד׳ן,
דעם מלך און שר פון דער מדינה - "מאבימלך נתעברה שרה״ - וואס דורך אים גייען דורך אלע השפעות גשמיות,
- אמת טאקע נאר דורכגיין,
אבער דאך דורך עם 24 .
״מה עשה הקב״ה - צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם",
האבן אלע געזען און עדות געזאגט אז "אברהם הוליד את יצחק",
אז אויך די תולדות און השפעות אין גשמיות באקומט א איד ניט פון אבימלך ח״ו,
נאר פון אברהם - פון דער נשמה
(ווי לויטן פירוש הזוהר).
אויב א איד דערוועקט די כחות הנשמה און רעכנט זיך ניט מיט קיין שום מניעות פון דעם גוף און נפש הבהמית,
זיינען דאן אויך זיינע קערפערלעכע און גש־ מיות׳דיקע זאכן ניט אונטערגעווארפן די געזעצן פון נאטור.
ד.
דערמיט ווערט אויך ערקלערט וואם כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט 25
: "...
דאס דארפן אלע עמים וואס זיינען על פני האדמה וויסן,
אז נאר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות,
אבער אונזערע נשמות האט מען אין גלות ניט פארטריבן און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן.
"מיר דארפן זאגן גלוי לעין כל,
אז וואם עם איז נוגע צו אונזער דת,
תורה ומצוות ומנהגי ישראל,
האבן מיר אידן אויף זיך ניט קיין דעה־זאגער,
און קיין שום צווינג־קראפט טאר אויף דעם ניט אויסגענוצט ווערן".
לכאורה דארף מען פארשטיין די דאזיקע רייד פון רבי׳ן: די נשמה איז דאך אנגעטאן אין א גוף,
און זי דארף מקיים זיין תורה ומצוות מיטן גוף און דורכן גוף אין דער גשמיות׳דיקער וועלט,
איז וואס העלפט עם אונז וואס די נשמות האט מען אין גלות ניט פארט־ ריבן,
וויבאלד אז די גופים זיינען דאך יא אין גלות?
נאר ווי אויבן געזאגט,
אז די התעור- רות פון דער נשמה ווירקט אז אויך די עניני הגוף זאלן ניט זיין פארטריבן אין גלות און ניט איבערגעגעבן אין שעבוד מלכיות.
און דאס דארף זיין אין אן אופן גלוי לעין כל - ווי דער רבי זאגט דעם לשון: "דאס דארפן אלע עמים וואם זיינען על פני האדמה וויסן״ - ביז אז אויך די ליצני הדור זיינען מודה אז אבימלך האט ניט קיץ שום בעל־ הבתישקייט אויף די השפעות פון א אידן,
אויך בגשמיות ניט.
ה.
לויט דעם אויבן־גערעדטן וועט מען אויך פארשטיין דעם פארבונד צווישן די אלע פיר פירושים - פון גמרא,
מדרש,
זוהר,
חסידות.
גמרא איז נגלה פון תורה,
דערפאר טייטשט אוים די גמרא דעם פסוק בנוגע די אפענע גשמיות׳דיקע ענינים ווי זיי זיינען אין עולם הזה,
וואס דא קען זיין אן ארט צו דער טענה פון לעומת זה - פון ״ליצני הדור״ - איז די תורה מודיע,
אז א איד איז אויך אין זיינע ענינים גשמיים ניט געבונדן מיט די הגבלות פון טבע.
מדרש
(הגדה) 26
איז א ממוצע צווישן גליא פון תורה און פנימיות התורה,
רעדט דעריבער דער מדרש דעם זעלבן ענין,
און אויך אין א העכערן אופן,
ווי א איד איז ניט מוגבל אין טבע,
אין רוחניות׳דיקע מדריגות פון סדר ההש- תלשלות.
אין דעם סדר פון די דורות,
ווערט דאך מיט יעדן דור ווייטער פארמינערט זיין רוחניות׳דיקע מדריגה,
- וואס אזוי איז עם אויך אין כללות סדר ההשתל- שלות,
וואס ווייטער,
איז יעדער מד- ריגה נידעריקער פון דער פריערדיקער.
אבער ביי אידן איז דער סדר,
"עטרת זקנים בני בנים וגו׳" 27
(די קרוץ פון זקנים זיינען זייערע קינדס־קינדער),
וואס אן עטרה איז דאך העכער איבערן ראש,
דאס הייסט,
אז ביי אידן גיבן צו די קינדער א דערהויבנקייט אין די אבות.
איז עם דאך העכער פון דער מדידה און הגבלה פון סדר ההשתל- שלות.
(און דעריבער באווארנט ניט דער מדרש לויטן צווייטן פירוש די טענה פון לעומת זה,
ווייל דער מדרש רעדט דא וועגן די דרגות אין רוחניות וואו ס׳איז מלכתחילה קיץ ארט ניטא פאר די טע- נות פון לעומת זה,
במילא דארף מען עס ניט שולל זיין).
חסידות,
וואס איר ענץ איז צו מבאר זיין די דרכים אין עבודה,
ערקלערט אויך דא דעם סדר העבודה ווי אזוי מ׳קען צוקומען און זיך אוועקשטעלן העכער פון טבע און סדר השתלשלות: בשעת א איד דינט דעם אויבערשטן מיט ביידע מדות,
אהבה און יראה צוזאמען,
וואס דורך דעם איז ער משנה די אײנ־ געשטעלטע טבע פון די מדות - ווייל נאר אין עבודת ה׳ קען עס אזוי זיין 28 ,
אבער מצד הטבע קענען ניט זיין ביידע מדות פון אהבה ויראה אינאיינעם - איז אויב מען פירט זיך לויט דער הוראה פון פירוש ותורת החסידות צו ארויסגיין פון טבע מדותיו,
איז מען אים אויך מלמעלה משפיע אין אן אופן פון למעלה מהטבע אין אלע עני־ נים,
סיי אין די רוחניות׳דיקע מדריגות
(כפירוש הנוסף במדרש)
און סיי אין די גשמיות׳דיקע זאכן
(כפירוש הגמרא).
זוהר,
וואס איז נסתר דתורה,
איז מבאר די ענינים ווי זיי וועלן זיין לעתיד,
און ער זאגט אז
(דורך דער עבודה פון "יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק" לויט די אלע אריבנדערמאנטע דריי פירושים,
איז)
א איד זוכה צום תענוג שלמעלה.
ו.
ס׳איז ידוע 29
דער פירוש פון "ששכר מצוה מצוה",
אז דער שכר פון מצוה איז די מצוה אליין.
ד.
ה.
אז דער שכר פאר מצוות איז ניט קיין אנדער זאך וואס וועט קומען ווי א באלוינונג פאר די מצוות,
נאר דער שכר וועט זיין די מצוות גופא ווי זיי וועלן אנטפלעקט ווערן לעתיד.
וואם לויט דעם איז נאך מערער פאר־ שטאנדיק די שייכות פון פירוש הזוהר וואס רעדט וועגן דעם שכר העבודה,
מיט די פריערדיקע דריי פירושים,
וועלכע ריידן וועגן דער עבודה אליין,
ווייל ״ששכר מצוה - מצוה".
ז.
אין חסידות איז מבואר דער טעם אויף דעם וואס ווען יצחק איז געבוירן געורארן שטייט 30
צחוק עשה לי אלקים: שם אלקים ווייזט אויף העלם,
ווי עס שטייט 31
"כי שמש ומגן הוי׳ אלקים",
אז די צוויי שמות הוי׳ און אלקים ווערן פארגליכן צו שמש און מגן,
הוי׳ שמש,
און אלקים איז ווי דער מגן,
וואס פאר־ שטעלט אויפן שמש,
ווייל ״אלקים״ איז בגימטריא "הטבע" 32 ,
און טבע פאר־ שטעלט אויף אלקות.
און דאם מיינט "צחוק עשה לי אלקים",
אז דורך דעם וואס מ׳איז מברר די זאכן וואס זיינען פארשטעלט אין טבע
(בגימטריא אלקים),
ווערט דער צחוק ותענוג למעלה,
ווייל דערמיט פירט זיך אויס די כוונה העליו- נה פון דירה בתחתונים.
א מענטש איז באשאפן אין צלם ודמות שלמעלה,
איז אויך אין אדם שלמטה פאראן א נשמה מיט א גוף וואס זיי זיינען א דוגמא צו הוי׳ און אלקים 33 .
נשמה איז בדוגמת הוי׳,
און גוף וואס איז מעלים אויף דער נשמה - אלקים,
און דער צחוק און תענוג שלמעלה ווערן פון בירור הגוף דוקא,
ווייל אין דעם גוף פירט זיך אויס די כוונה.
און ווייל עיקר הכוונה איז צו מברר זיין דעם גוף,
דערפאר וועט לעתיד דער גוף זיין העכער פון דער נשמה.
די נשמה וועט מקבל זיין פון גוף 34 ,
ניט ווי היינט,
וואם דער גוף איז מקבל פון דער נשמה.
נאר צוליב דעם וואם די נשמה איז מברר דעם גוף,
דערפאר וועט אויך זי באקומען איר שכר,
אז זי וועט מקבל זיין פון דעם תענוג שלמעלה רואם זי האט אויפגעטאן מיט איר עבודה אין גוף 35 .
און דאס איז די שייכות פון פירוש הזוהר - שכר העבודה - מיט די אנדע־ רע דריי פירושים - עבודה: די עבודה איז וואס די נשמה טוט אויף אין גוף אז ער גייט ארויס פון די הגבלות הטבע,
און דערמיט איז זי גורם דעם תענוג שלמעלה פון דעם גוף - "אברהם הוליד את יצחק"; און דערפאר וועט זי לעתיד באקומען איר שכר,
אז זי וועט מקבל זיין פון דעם דאזיקן תענוג וואס זי האט ממשיך געווען - "יצחק בן אברהם".
(משיחת ש״פ תולדות מבה״ח כסלו תשכ״א)