א.
אויפן פסוק "ויהיו חיי שרה וגו",
ברענגט דער מדרש 1
דעם פסוק 2
"יודע ה׳ ימי תמימים וגו",
און ער טייטשט: "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים"
(פונקט ווי זיי
(די צדיקים - דערמאנט אין פסוק פאר דעם)
זיינען גאנצע,
אזוי זיינען אויך זייערע יארן גאנצע).
און דער מדרש ברענגט דערויף א דוגמא פון שרה׳ן,
וואס אירע יארן זיינען גע־ ווען תמימים,
פון די יארן וואס מען האט איר באשטימט האט גארניט געפעלט.
דארף מען פארשטיין: עס זיינען דאך געווען א סך צדיקים און צדקניות פאר שרה׳ן און נאף שרה׳ן,
וואס אויך זייערע יארן זיינען געווען תמימים.
-פארוואס ברענגט ער א דוגמא דוקא פון שרה׳ן?
אין פשטות קען מען ענטפערן: אלע צדיקים,
וויבאלד זיי האבן מקיים גע־ ווען דעם "ועבדתם את ה׳ אלקיכם",
זיי האבן שטענדיק געדינט דעם אוי־ בערשטן,
האט זיי אויך דער אויבער־ שטער פאר דעם צוריק־געצאלט מיט דער ברכה וואס שטייט דערביי 3 ,
"את מספר ימיך אמלא",
ער האט זיי געגעבן גאנצע,
פולע יארן.
איז קיין חידוש ניט אז זייערע יארן זיינען געווען תמימים
(און ביי די צדיקים,
וואם צוליב א זיי־ טיקער סיבה האט מען אראפגענומען פון זייערע באשטימטע יארן,
האט ביי זיי טאקע געפעלט פון זייער פולער צאל יארן) 4 ,
אבער שרה,
וואס איז נפטר געווארן פלוצלונג צוליב א זייטיקער סיבה - "פרחה נשמתה" פון דער בשורה פון עקידת יצחק 5
- איז עס א חידוש,
אז פונדעסטוועגן זיינען אירע יארן גע־ ווען גאנצע.
וויבאלד אבער אז ענינים אין תורה זיינען זייער בדיוק,
מוז מען זאגן אז דאס וואס דער מדרש ברענגט די דוגמא פון שרה׳ן,
איז עם ניט בלויז צוליב דער נייעס וואס אין דעם,
אז א זײטיקע סיבה האט ניט אנ־ גערירט דעם ענין פון שנותם תמימים
(וואם דאם גיט דאך ניט צו בהבנת הענין עצמו),
נאר אויך,
ובעיקר,
צוליב דעם וואם דער תוכן הענין פון "שנותם תמימים" האט א ספעציעלע שייכות צו שרה׳ן,
מערער ווי צו אנדערע צדיקים.
אויך דארף מען פארשטיין,
וואס מיינט דער מדרש מיט די ווערטער "הן
(די צדיקים)
תמימים".
מ׳קען ניט זאגן אז ער מיינט זייער מקיים זיין תרי״ג מצוות - ווייל דאס איז דאך פארשטאנדיק פון דעם וואס זיי ווערן גערופן צדיקים,
אפילו לויט דעם פירוש הפשוט פון דעם נאמען צדיק,
ובפרט ווי דער תואר צדיק ווערט ערקלערט אין תניא 6
דערפון וואם דער מדרש באנוצט דא דעם תואר תמימים איז א באווייז אז ער מיינט דא נאף א מעלה,
אין צוגאב צו זייער קיום המצוות.
דארף מען פארשטיין וואס איז די מעלה פון "הן תמימים".
נאך א זאך: ווען די תורה פארגליי־ כט צוויי ענינים,
איז עם ניט צוליב א צופעליקע שייכות,
נאר ווייל איין ענין איז פארבונדן אדער איז א סיבה אויפן צווייטן.
דערפאר,
וויבאלד דער מדרש זאגט "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים" איז דערפון פארשטאנדיק אז "הן תמימים" איז שייך אדער ברענגט צו דעם אז ס׳זאל זיין "שבותם תמימים".
לכאורה,
דאם וואס זיי זיינען געווען צדיקים,
און זיי האבן געטאן זייער עבודה אין קיום המצוות,
איז א גענוג־ נדע סיבה צו "שנותם תמימים"
(און ווי אויבן דערמאנט,
אז דורך "ועבדתם את ה׳ אלקיכם" האט מען דעם שכר פון "את מספר ימיך אמלא"),
דארף מען פארשטיין,
ווי אזוי פארבינדט עס דער מדרש דוקא דערמיט וואס זיי זיינען געווען תמימים?
ב.
אין דער זעלבער סדרה זאגט דער מדרש 7
אויפן פסוק "ואברהם זקן בא בימים": "יש לך אדם שהוא בזקנה ואינו בימים,
בימים ואינו בזקנה,
אבל כאן זקנה כנגד ימים וימים כנגד זקנה",
- אז ס׳קען זיין א מענטש וואס האט בלויז איינע פון די ביידע,
אדער "זקן" אדער "בא בימים",
אבער אברהם האט געהאט ביידע: "זקן" און "בא בימים".
די מפרשי המדרש,
וואס טייטשן אין פשטות,
לערנען דא דעם פשט,
אז עם קען געמאלט זיין אז א מענטש זאל זיין ״זקן״ און דאך ניט ״בא בימים״ - ווי ר׳ אלעזר בן עזרי׳ וואם איז געווארן א ״זקן״ צו אכצן יאר 8
- און ס׳קען אויך זיין "בא בימים" אן "זקנה",
אז זייענדיק אלט אין יארן איז ער יונג לויטן אויס־ זען.
לויט דעם פירוש איז ניט פארשטאנ־ דיק: לכאורה זיינען די צוויי מעלות -״זקן״ און ״בא בימים״ - אויסערלעכע זייטיקע מעלות וואס דריקן ניט אויס די גרויסקייט פון אברהם אבינו: "אחד הי׳ אברהם" 9
(דער איינציקער אין זיין צייט וואם האט געדינט צו ה׳ אחד)
; דער ערשטער ש״התחיל להאיר" 10 ,
וואס האט אנגעהויבן באלייכטן די וועלט מיט ג־טלעכקייט; אברהם אבינו איז געווען דער מיט וועמען עס האט זיך אנגעפאנגען די תקופה פון "שני אלפים תורה" 11
(צו לערנען און פארשפרייטן תורה אין וועלט).
פון דעם אבער וואס די תורה באצייכנט אברהס׳ע! מיט די צוויי מעלות,
איז פארשטאנדיק,
אז אין זיי דריקט זיך אוים די באזונדערע גרויסקייט פון אברהם אבינו.
ג.
די מעלות פון "זקן" און "בא בימים״ טייטשן רז״ל: ״זקן - זה שקנה חכמה" 12
(זקן ווערט גערופן דער וואס ״קויפט״ חכמה)
; ״בא בימים״ - ער איז געקומען מיט אלע טעג 13 ,
אז עס האט ניט געפעלט קיין איין טאג אין וועלכן אברהם האט ניט מקיים געווען מצוות
(דאס וואס איז געווען מצוה אין זיינע צייטן,
פאר מתן תורה).
דאס הייסט,
אז די צוויי מעלות טיילן זיך אין צוויי באזונדערע סוגים: די מעלה פון "זקן" האט צו טאן מיט דער שלימות פון זיין נשמה,
אז ער האט קונה געווען חכמה בנפשו.
און די מעלה פון "בא בימים" באשטייט אין דעם וואס ער האט אויפגעטאן און ממשיך געווען אין די ימים,
אז יעדן טאג האט ער אויסגעפילט מיט מצוות.
דערמיט איז פארשטאנדיק דער דיוק "בא בימים",
אז יעדער טאג איז אנגעפילט מיט מצוות: ווען דער קיום המצוות וואלט געווען נוגע נאר צו דער שלימות פון זיין נשמה,
וואלט דאן ניט געורען קיין אונטערשייד צי ער איז מקיים יעדן טאג באזונדער מצוות,
אדער ער איז מקיים די זעלבע צאל מצוות במשך פון בלויז איין טאג פון די אלע טעג,
ווייל אין שייכות צו זיין נשמה האט ער דאך אלץ די זעלבע צאל מצוות.
מוז מען דעריבער זאגן,
אז די מעלה פון "בא בימים" איז צו אויפטאן אין די טעג,
דערפאר איז דא באווארנט געווארן אז יעדער טאג איז געווען מלא מיט מצוות.
ד.
די ערקלערונג פון דעם ענין: דער אלגעמיינער אונטערשייד צווישן תורה און מצוות איז 14 ,
וואס תורה -חכמתו של הקב״ה - איז שכל ורוחניות,
און דורך דעם וואס א איד לערנט תורה קומט צו שלימות אין זיין נפש; מצוות זיינען אנגעטאן אין גש־ מיות׳דיקע זאכן,
איז זייער ענין בעיקר ניט אזוי צוליב דער שלימות פון זיין נפש נאר צוליב באלייכטן די גש־ מיות׳דיקע וועלט,
מאכן פון וועלט א דירה לו יתברך בתחתונים.
דערפאר,
ווען עם רעדט זיך וועגן חכמה
(תורה),
איז דער לשון "שקנה חכמה",
ער האט אריינבאקומען חכמה פון תורה בנפשו; און ווען עם רעדט זיך וועגן מצוות,
איז דער לשון "בא בימים",
דורך קיום המצוות האט ער אויפגעטאן א זיכוך אין עולם הזה,
וואם וועלט איז אין דעם גדר פון זמן,
"ימים".
און מיט דעם דיוק פון לשון "ימים" מיינט ער צו אונטערשטרייכן אזא גשמיות וואם איז אונטערגעווארפן די ענדערונגען פון זמן
(וואס שינויים איז דער עיקר ענין פון זמן).
ווייל עם זיינען פאראן גשמיות׳דיקע זאכן וואס זיינען "חזקים כיום הבראם" 15 ,
ווי די צבא השמים,
די זון,
די שטערן אא״וו,
וואס זמן ווירקט ניט קיין ענדערונגען אין זייער חוזק,
זיי זיינען אלעמאל אזוי שטארק ווי אין טאג פון זייער באשאפן.
און אויך אין ארץ זיינען פאראן זאכן וואס זיינען נצחיים,
ווי דער משכן 16 ,
ארון און שמן המשחה 17
וואס משה רבינו האט געמאכט,
וואס זיינען בא־ האלטן געווארן און זיינען אייביק גאנץ.
אבער דער עיקר כוונת הבריאה איז צו מאכן א דירה פאר דעם אוי־ בערשטן בתחתונים,
"שאין תחתון למטה ממנו" 18 ,
אין די גאר נידעריקסטע ענינים פון עולם הזה וואס פאלן ארונ־ טער די שינויים פון זמן.
וואס דאס איז די הדגשה פון בא בימים.
ה.
דאס איז געווען די גרויסקייט פון אברהם אבינו,
וואס ביי אים זיינען געווען צוזאמען ביידע מעלות: "בזקנה"
(אייגענע שלימות)
און ״בימים״
(אויפ־ געטאן אין וועלט),
כאטש די צוויי זאכן זיינען פון צוויי גאנץ באזונדערע,
קעגנגעזעצטע סוגים,
און ניט אלע קע־ נען האלטן ביי ביידע מדריגות צוזאמען.
עס ווערט דערציילט אין ספר מגיד מישרים 19 ,
אז מ׳האט צוגעזאגט דעם בית יוסף אז ער וועט זוכה זיין צו פארברענט ווערן אויף קידוש השם.
אבער מצד א געוויסער סיבה האט ער לפועל דערצו ניט זוכה געווען.
איז פארשטאנדיק,
אז אויב ער וואלט זוכה געווען צו אומקומען אויף קידוש השם,
- וואס דאס איז אן ענין וואם איז נוגע צו זיין נפש
(זקן)
-וואלט ער ניט געהאט די מעגלעכקייט צו מחבר זיין דעם שולחן ערוך,
שממנו יצאה הוראה לכל ישראל
(און עמעצער אנדערש וואלט דאן מחבר געווען דעם שולחן ערוך)
; און לפועל האט ער טא־ קע מחבר געווען דעם שולחן ערוך -ער האט אויפגעטאן אין וועלט
(בא בימים)
- אבער ער האט ניט זוכה געווען צו מסירות נפש,
וואס צו שלימות פון זיין נפש איז דאס געווען מערער נוגע און דעריבער איז דאס פאררעכנט אלם אן עונש פאר אים.
אבער ביי אברהם אבינו זיינען גע־ ווען ביידע מעלות בשליחות,
סיי אין דער עבודה מיט זיך און סיי אין דער עבודה פון באלייכטן די וועלט,
ווי גע־ בראכט פריער פון מדרש,
אז אברהם "התחיל להאיר".
ו.
על פי זה וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם פריער־געבראכטן מאמר פון גמרא,
אז פון אברהם אבינו האבן זיך אנגעהויבן די "שני אלפים תורה",
ווייל מיט דער עבודה פון אברהם׳ען האט זיך אנגעהויבן די הכנה צו מתן תורה,
ווי גערעדט כמה פעמים דעם פשט פון "מעשה אבות סימן לבנים" 20 ,
אז די עבודה פון די אבות - וואס דער ערשטער פון זיי איז אברהם אבינו - איז געווען א צוגריי־ טונג צו מתן תורה.
דער אויפטו פון מתן תורה איז צו פארבינדן און פאראיינציקן מעלה מיט מטה,
ווי עם שטייט אין מדרש 21
: "משל למה הדבר דומה למלך שגזר ואמר בני רומי לא ירדו לסוריא ובני סוריא לא יעלו לרומי,
כך כשברא הקב״ה את העולם גזר ואמר השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם,
כשביקש ליתן התורה בטל גזירה ראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים וכו״׳ - פאר מתן תורה איז געווען א גזירה אז שמים זאלן זיין באזונדער און ארץ באזונדער,
ד.
ה.
אז רוחניות מיט גשמיות זאלן ניט זיין פארבונדן,
און ביי מתן תורה האט דער אויבערשטער די גזירה מבטל געווען,
און האט געגעבן דעם כוח,
דורך קיום המצוות,
צו מחבר זיין און מייחד זיין שמים מיט ארץ.
און די הכנה צום חיבור פון מעלה און מטה ביי מתן תורה,
האט אנגע־ הויבן אברהם אבינו דורך דעם וואס אין זיין עבודה האבן זיך פאראייניקט דער מעלה מיטן מטה.
מעלה - די עבודה וואס איז נוגע לשלימות נשמתו
(זקן)
; און מטה - די עבודה צו אויפ־ טאן אין גשמיות
(בא בימים).
די צדיקים וואם זיינען געווען פאר אברהם אבינו,
אין די "שני אלפים תוהו"
(די ערשטע צוויי טויזנט יאר פון דער וועלט־באשאפונג,
וואס זיינען געווען "תוהו",
אן ענין מתן תורה אפילו ניט די הכנה לזה),
איז זייער עבודה געווען בלויז אין איין קו פון די צוויי סארטן עבודה
(כידוע אז אין מדות פון תוהו 22
איז ניט געווען קײן התכללות,
יעדער מדה האט ניט גע־ געבן קיין ארט פאר א צווייטער)
: אדער די עבודה פון "זקן" אליין
(אזוי ווי בן עזאי,
וואס זיין עבודה איז גע־ ווען אין אן אופן פון תוהו,
ניט -לשבת יצרה,
האט ער געזאגט 23
"נפשי חשקה בתורה",
ער האט זיך אפגעגעבן נאר מיט לערנען תורה און ניט גע־ וואלט האבן צו טאן מיט וועלט),
אדער די עבודה פון "בא בימים" אליין 24 .
ערשט אברהם אבינו האט פארבונדן אין עבודה ביידע קוים צוזאמען.
און דערפאר שטעלט זיך דער מדרש און ברענגט ארויס די ביידע מעלות דוקא ביי אברהם׳ען - הגם די מעלות פון "זקן בא בימים" צוזאמען זיינען געווען אויך ביי יהושע און דוד
(ווי עם ווערט געבראכט אין מדרש דארטן)
- ווייל אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער וואס האט אײנ־ געשטעלט דעם דרך פון מחבר זיין ביי־ דע קוים,
און מיט אים האבן זיך אנגע־ הויבן די "שני אלפים תורה",
וואם דער סדר פון תורה איז צו פאראייניקן און כולל זיין פארשידענע קוים,
ווי עם שטייט אין רמב״ם 25
: "שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם"
(די גאנצע תורה איז געגעבן געווארן צו מאכן שלום אין וועלט),
ארן דער ענין פרן שלום איז דאך חיבור והתכללות פון ענינים וואס נויטיקן זיך אין מאכן שלום צווישן זיי.
ז.
אזוי ווי אלע סיפורים פון תורה איז אויך דער סיפור פון "ואברהם זקן בא בימים" א הוראה 26
אין אונזער עבודה.
עס זיינען דא אזעלכע וואס יאגן זיך כסדר נאר צו אויפטאן אין וועלט און אויף דעם וואס עם טוט זיך מיט זיי אליין פארגעסן זיי; אנדערע,
ווידער,
יאגן זיך נאר צו איינשאפן קנינים פאר זייער נפש,
זיינען זיי כסדר פארנומען מיט זיף - ווייל וואס מער קנינים נפשיים א מענטש באקומט אריין,
אלץ מער ווייטיק האט ער דערפון וואם עס פעלט אים נאך,
"ויוסיף דעת יוסיף מכאוב" 27 ,
און "מי שיש לו מנה רוצה מאתים" 28
(ווער עם האט הונדערט וויל צוויי הונדערט,
אויך אין קניני הנפש)
-און זיי טוען ניט אויף צו באלייכטן די סביבה ארום זיי.
איז אויף דעם די הוראה פון "זקן בא בימים" אז עם דארפן זיין ביידע קוים צוזאמען,
ווייל ווי גערעדט פריער,
איז דער סדר פון תורה יחוד והתכללות.
ח.
הגם אז עם מוזן זיין ביידע קוים,
פונדעסטוועגן לייגט חסידות מער דעם עיקר־הדגשה אויף דער עבודה פון "בא בימים".
וועט מען עס פארשטיין לויט דעם ווי חסידות איז מבאר דעם מאמר רז״ל 29
"יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא"
(עס איז בעסער איין שעה פון תשובה און מעשים טובים אויף דער וועלט פון דעם גאנצן לעבן אין עולם הבא).
ווייל חיי העולם הבא ווי הויך דאם זאל ניט זיין,
איז עם נאר דער תענוג וואס דער נברא האט,
אבער פון דער עבודה אין תשובה ומעשים טובים האט תענוג דער נורא,
וואס דער תענוג הבורא איז באין ערוך העכער פון תענוג הנברא,
ווייל נברא האט דאך קיין שום ערך ניט לגבי בורא,
און דערפאר איז א סך בעסער איין שעה פון תשובה און מעשים טובים אין עולם הזה פון דעם גאנצן תענוג אין עולם הבא.
על דרך זה האט די עבודה פון "זקן"
(שלימות נפשו)
קיין ערך ניט לגבי דער עבודה פון "בא בימים",
וואס דוקא דורך דער עבודה פון טאן מיט וועלט פירט זיך אוים די כוונה פון דירה בתחתונים און דאם ברענגט תענוג צום בורא.
דערפאר האבן די רביים אזויפיל גע־ מאנט די אויספירונג פון דער כוונה עליונה דוקא אין ענינים תחתונים ביותר,
ביז צו ענינים גשמיים וואס פאלן אונטער די שינויים פון זמן גאר שטארק.
דער תכלית ועיקר העבודה פון דירה בתחתונים איז אין דער היינטיקער צייט א סך מער ווי אמאל; דוקא איצט,
אין א זמן פון חושך והעלם,
און בפרט אין דער מדינה,
וואו מ׳יאגט זיך נאך גשמיות,
נאך אזעלכע גשמיות וואס שטייען אין ענדערונגען,
ביז דאס דריקט זיך אויס אפילו אריך 30
אין לבושים,
אז יעדן טאג דארף מען האבן אן אנדער לבוש,
און אויב מען טוט ניט אזוי מיינט מען אז עם פעלט אין שלימות.
איז דוקא דא און איצט איז דער עיקר העבודה צו מאכן פון די ענינים וואס שטייען ביותר אין שינויים א דירה און א כלי צו "אני הוי׳ לא שניתי" 31 .
ט.
די עבודה פון "בא בימים" דארף זיין ניט נאר בנוגע צו טאן מיט א צווייטן,
נאר אויך בנוגע צו טאן מיט זיר אליין.
יעדער איד האט געוויסע מצוות וועלכע ער איז מקיים שטאנדהאפטיק און דויערהאפטיק: ביי איינעם איז עם די מצוה פון צדקה,
וואס אין איר איז ער מער איינגעוואוינט; ביי א צווייטן איז עם די מצוה פון קריאת שמע,
וואם אין איר איז ער שטענדיק אפגעהיט,
און ביי א דריטן איז עם אן אנדער מצוה.
פאראן אבער מצוות וועלכע דער איד איז ניט מקיים אלע מאל גלייך,
נאר זיי ענדערן זיך ביי אים פון צייט צו צייט,
און ניט אלע צייטן זיינען גלייך.
אויף די מצוות דארף ער א סך הארעווען אויף צו מקיים זיין זיי ווי עם דארף צו זיין.
קען מען דאך טראכטן: צוליב וואס זאל איך הארעווען אויף די ענינים וואם האלטן זיך ניט ביי מיר?
ס׳איז דאך בעסער צו אריינלייגן מיין יגיעה און השתדלות אין די ענינים וואס האבן ביי מיר יא א קיום,
און דורך דעם קען איך דאך מער אויפטאן.
נאך מער: דערפון וואם די געוויסע מצוות האבן ביי אים מער קיום און ווערן ביי אים ניט געענ־ דערט איז דאך
(לכאורה אדער באמת)
א ראי׳ אז זיי זיינען טיפער פארבונדן מיט נקודת נפשו,
מיט זיין נקודת היהדות וואם זי איז העכער פאר שינויים -במילא איז דאך דער שכל מחייב,
אז עס לוינט זיך בעסער צו אויסנוצן די כוחות אויף די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט נקודת נשמתו.
האבן מיר אבער די הוראה,
אז דער עיקר העבודה איז "בא בימים",
דוקא מיט דער עבודה אין די זאכן וואם שטייען אין שינויים,
פירט מען אויס די כוונה פון דירה בתחתונים.
ווי עם שטייט אין כתבי האריז״ל און ס׳איז מבואר אין חסידות 32 ,
אז יעדער נשמה האט איר באזונדערע מצוה,
אן אויפגאבע אויפ־ צוטאן אין ספעציעלע ענינים,
וואס דורך זיי פירט זי אויס דעם תכלית פון איר אראפקומען אין עולם הזה.
און פון דעם גופא וואס געוויסע ענינים קומען דעם אידן אן שוועה איז א באווייז אז אין זיי באשטייט דוקא זיין עיקר אויפגאבע; ווייל זיי זיינען עיקר תפקידו,
שטעלט זיך דער יצר הרע שטארקער קעגן זיי,
ניט צו דערלאזן זייער דורכפירונג 33 .
און דאס מאנט מען ביי יעדן אידן: ער זאל ניט מיואש ווערן דערפון וואס געוויסע ענינים פון תורה און מצוה זיינען ביי אים ניט גענוג דויערהאפט און ער פילט אין זיי אן אפשוואכונג פון צייט צו צייט; און אפילו אויב עס פאלן אים אריין ח״ו ספיקות אין ענינים פון אמונה,
דארף ער אויך דערפון ניט ווערן ביאוש,
נאר אדרבה,
ער זאל הארעווען אויף צו פארשטארקן אט־די אלע ענינים וואם ענדערן זיך ביי אים -און אז ער וועט אזוי טאן,
וועט מען אים געוויס העלפן מלמעלה.
י.
איצט וועט קלאר ווערן דער לשון פון מאמר רז״ל "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים",
און אויך די מעלה פון תואר "תמימים" אויף דעם תואר "צדיקים" 34
: צדיקים קען מען אויך אנרופן די וואם טוען זייער עבודה אין קיום התורה און מצוות בלויז אין איין קו,
ווי ס׳איז געווען אין די "שני אלפים תוהו".
אבער דער אויפטו פון תואר תמימים איז,
אז זייער טאן איז א גאנצקייט,
אין ביידע קוים צוזאמען,
דער סדר וואם עס האט זיך אנגעהויבן מיט די "שני אלפים תורה".
און דערפאר איז אויך פארשטאנדיק וואם "הן תמימים" איז א סיבה אויף "שנותם תמימים": כשם ווי זיי זיינען "תמימים",
אז זייער עבודה איז א תמימה,
און זיי מאכן גאנץ און פאראיי־ ניקן די צוויי קוים וואס זיינען קעגנגע־ זעצט איינער צום צווייטן,
אזוי איז אויך "שנותם תמימים",
אז אויך ״שנותם״
(שנה מלשון שינוי),
די סאמע נידעריקסטע ענינים המשתנים מאכן זיי פאר תמימים.
און דעריבער זיינען די חז״ל מתאר שרה׳ן
(ביי איר פטירה)
מיט דער מעלה פון תמימים,
ווייל פון אברהם ושרה האט זיך אנגעהויבן די הכנה צו מתן תורה,
"שני אלפים תורה",
דער סדר העבודה פון תורה תמימה,
די גאנצקייט און פאר־ אייניקונג פון פארשידענע קוים.
דאס איז אויך מתאים מיט דעם פירוש הפשוט וואס מ׳האט פריער דער־ מאנט,
אז דער טעם וואס דער מדרש דערציילט,
אז ביי שרה׳ן איז געווען שנים תמימות,
צוליב דער נייעם,
וואס הגם אז "פרחה נשמתה" צוליב בשורת העקידה,
איז פונדעסטוועגן געווען שנותי׳ תמימות - איז עס אזוי אויך אין פנימיות הענין,
ווי גערעדט פריער: "פרחה נשמתה",
איז א תנועה פון כליון,
ארויס פון וועלט און ציען זיך צו הע־ כער,
איז עם דאך ניט אין סוג פון "בא בימים",
פון טאן אין וועלט,
נאר אין סוג פון "זקן שקנה חכמה"; שטרייכט ער אונטער דעריבער אין מדרש,
אז פונדעסטוועגן,
צוזאמען דערמיט איז ביי איר אויר געווען שנותי׳ תמימות,
די עבודה פון "בא בימים".
יא.
מ׳קען אויך זאגן בהנ״ל א ספעציעלע שייכות לויט דער קביעות פון האי־יאר,
וואם דער שבת איז אויך שבת מברכים חודש כסלו,
דער חודש השלישי 35
אין וועלכן ס׳איז נתגלה געווארן פנימיות התורה,
און ענין פון פנימיות התורה איז דאך די שלימות ההתכללות פון ביידע קוים,
ווי עם שטייט אין זוהר 36
אויף פנימיות התורה: "דלית תמן לא קשיא מסטרא דרע ולא מחלוקות מרוח הטומאה",
דארט זיינען ניטא קיין קשיות און קיין מחלוקות,
נאר שלום והתכללות.
(משיחת ש״פ חיי שרה,
מבה׳ח כסלו,
תשכ"ב)