B"H
🏡

Ikar

עמוד 765

א.

די גמרא 1

לערנט ארויס פון דעם וואס אברהם אבינו האט געזאגט צו דעם אויבערשטן "אד׳ אם נא מצאתי חן בעיניך אל נא תעבור וגו"׳,

אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה״ -דערפון וואס אברהם האט געבעטן דעם אויבערשטן צו ווארטן און ער אליין איז געלאפן אויפנעמען די אורחים,

איז א ראי׳ אז הכנסת אורחים איז גרעסער ווי קבלת פני שכינה.

אזוי פסק׳נט אויך דער רמב״ם 2

און־ דאס איז דער לשון פון רמב״ם דארט: "והוא החק שחקק אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה,

מאכיל עוברי דרכים ומשקה אותן ומלוה אותן,

וגדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה שנאמר וירא והנה שלשה אנשים"

(און דאס איז דער געזעץ וואס אברהם אבינו האט איינגעקריצט און די חסד וועג וואס ער האט זיך אין איר געפירט,

ער גיט עסן צו די פארבייגייער און גיט זיי טרינקען און באגלייט זיי,

וגדולה הכנסת אורחים וכו׳).

אין דעם רמב״ם זיינען ניט פאר־שטאנדיק צוויי ענינים:

(א)

דער דרך פון רמב״ם אין "יד החזקה" איז צו ברענגען נאר די הלכה אליין און ניט דעם מקור פון וואנען מ׳לערנט ארוים די הלכה,

סיידן אין פאל ווען דער געבראכטער מקור גיט צו אן ערקלערונג אין דער הלכה.

אבער אין הלכה פון "גדולה הכנסת אורחים" זעט מען ניט,

לכאורה,

דעם ביאור וואס דער מקור "שנאמר וירא והנה וגו"׳ גיט צו אין דער דאזיקער הלכה,

איז צוליב וואס ברענגט דא דער רמב״ם דעם פסוק?

(ב)

דער רמב״ם אליין איז מאריך אין פירוש המשניות 3 ,

אז אלע מצוות וועלכע מיר זיינען היינט מקיים,

טוען מיר זיי נאר צוליב דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו אונז דורך משה רבינו ע״ה אויפן בארג סיני.

למשל,

דאם וואם מיר זיינען מקיים מצות מילה,

איז עס ניט ווייל אברהם אבינו און בני ביתו האבן זיך מל געווען,

נאר ווייל דער אויבערשטער האט אנגע־ זאגט דורך משה רבינו אז מיר זאלן זיך מל זיין אזוי ווי אברהם אבינו ע״ה האט זיך מל געווען.

און אזוי איז עס אויך ביי אלע אנדערע מצוות וועלכע מ׳האט מצווה געווען פאר מתן תורה.

איז לויט דעם ניט פארשטאנדיק וואס דער רמב״ם זאגט דא "והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה"

(אז דעם חוק פון הכנסת אורחים האט אברהם אבינו איינגעשטעלט),

- מיר טוען דאך דאם נאר ווייל אזוי האט אונז דער אויבער־ שטער אנגעזאגט ביי מתן תורה,

און ווי דער רמב״ם אליין שרייבט דארט 4 ,

אז די מצוה פון הכנסת אורחים גייט אריין אין כלל פון "ואהבת לרעך כמוך".

איז וואם

לערנט אונז דאס וואס אברהם אבינו האט עם חוקק געווען?

ב.

אין תיקוני זוהר שטייט 5 ,

אז ר׳ שמעון האט געזאגט: "זכאה איהו מאן דמקבל אורחין ברעו שלים כאילו מקבל אפי שכינתא"

(דער וואס נעמט אויף אורחים מיטן גאנצן ווילן איז כאילו

(אזוי ווי)

ער איז מקבל פני שכינה).

לכאורה איז דער מאמר פון תיקוני זוהר אין סתירה צום פריערגעבראכטן מאמר פון גמרא אז הכנסת אורחים איז גרע־ סער ווי קבלת פני שכינה.

הגם מיר געפינען אפט חלוקי דעות אין דברי חז״ל - אין גמרא גופא און אזוי אויך צווישן גמרא און זוהר -אבער אין דעם ענין איז ניט שייך צו זאגן אז דער תיקוני זוהר קריגט אויף דער גמרא,

ווייל די גמרא לערנט דאך ארויס פון א פסוק,

און א בפועל,

א "מעשה רב" פון אברהם אבינו,

אז הכנסת אורחים איז גרעסער,

מוז מען דערפאר לערנען פשט אין תיקוני זוהר באופן כזה אז ס׳זאל ניט זיין קיין סתירה צום פסק פון גמרא וואס איז באגרינ־ דעט אויף א פסוק.

ג.

דער פשט אין תיקוני זוהר וועט ווערן פארשטאנדיק מיט דעם וואס מ׳וועט פריער מבאר זיין די מדריגה פון רבי שמעון בר יוחאי,

וואם ער האט עס געזאגט דעם אויבנדערמאנטן מאמר פון תיקוני זוהר.

ביי רשב״י איז געווען "תורתו אומנתו" 6 ,

און אויך איז ער געווען פון די "בני עלי׳" 7 ,

וואס אפילו אין נגלה דתורה איז ערקלערט די גרויסקייט פון די צוויי מעלות,

און מכל שכן ווי זיי זיינען מבואר אין פנימיות התורה,

אין חסידות 8 .

זייענדיק אין אזא מדריגה איז פארשטאנדיק ווי הויך ביי ר׳ שמעון׳ען איז געווען דער ענין פון קבלת פני שכינה.

בפרט ווי דער זוהר זאגט 9

"מאן פני האדון הוי׳ דא רשב״י״ - במילא איז דאך דאס וואם לגבי אונזער ערך הייסט "קבלת פני שכינה",

מקבל זיין די מדריגה פון פנימיות אלקות,

האט רשב״י געהאלטן ביי דער מדריגה שטענדיק,

ביי אים האט אלע מאל געלויכטן דער פני

(פנימיות)

האדון הוי׳.

מוז מען דאך זאגן אז זיין קבלת פני שכינה איז גע־ ווען גאר אין א סך א העכערן אופן.

און אין פארגלייך מיט דער הויכער מדריגה פון קבלת פני שכינה ביי ר׳ שמעון׳ען - און לויט זיין אייגענער דרגא האט ער אויך אזוי גענומען וועלט 10

- איז הכנסת אורחים ניט גרע־ סער נאר איז גלייך צו זיין קבלת פני שכינה.

אבער די וואס האבן ניט דער־ גרייכט צו דער הויכער מדריגה פון רשב״י,

ביי זיי איז הכנסת אורחים גרע־ סער ווי קבלת פני שכינה.

נאך א זאך: עם רעדט זיך אין לקוטי תורה 11 ,

אז מצד דער מעלה פון נשמת רשב״י,

האט ער מיט זיין עבודה רוחנית געקענט ממשיך זיין די המשכות וואס ווערן נמשך ביי אנדערע נאר דורך קיום המצוות בגשמיות.

די ראי׳ אויף דעם איז פון די דרייצן יאר וואס רשב״י איז געווען אין מערה -וואו ער האט זיכער ניט געהאט די מעגלעכקייטן צו מקיים זיין אכילת מצה,

קידוש אויף וויין,

אתרוג און סוכה,

א״א

(ווארום מצד סכנת נפשות האט ער ניט געטארט ארויסגיין פון דער מערה)

- האט ער ממשיך געווען די המשכות פון די אלע מצוות דורך יחודים עליונים ועליות

(הגם אז אין דער מערה איז ער געווען אן אנוס,

און "אונס רחמנא פטרי׳" 12 ,

די תורה האט אים גע׳פטר׳ט פון מקיים זיין יענע מצוות - איז אבער שווער צו זאגן אז מלמעלה האט מען געפירט דערצו אז דעם רשב״י האבן געפעלט געוויסע המ־ שכות).

און ווייל רשב״י האט מיט זיין עבודה רוחנית אויפגעטאן אזוי ווי אנ־ דערע דורך מצוות גשמיות,

דערפאר איז ביי אים נוגע געווען ווי ביי אנדערע די גשמיות פון די מצוות,

און ווי ער זאגט אין ירושלמי 13

בפשיטות: ולא מו־ די רשב״י שמפסיקין לעשות סוכה ולעשות לולב - אבער ניט אזויפיל נוגע ווי ביי אנדערע,

אויך דאן ווען ער האט די מצוות מקיים געווען בפועל ממש אין גשמיות אריינגענומען אויך די מצות הכנסת אורחים.

(על דרך ווי ביי דער הלכה פון "לאו שאין בו מעשה אין לוקין עליו" 14

(א ״לאו״ - א ״לא תעשה״ - וואס אין אים איז ניטא קיין מעשה קומט ניט פאר דעם קיין מלקות)

געפינען מיר כמה פוסקים וואם האלטן 15 ,

אז ווען דער לאו איז אין אלגעמיין פון דעם סוג "שאין בו מעשה",

איז אפילו אין דעם פאל ווען מ׳איז עובר אויף דעם לאו דורך א מעשה,

קומט ניט פאר דעם קיין מלקות,

ווייל די מעשה ווירקט ניט אין אזא לאו,

וואו בעיקרו איז ער א "לאו שאין בו מעשה").

און היות אז די מצות "הכנסת אורחים",

האט דער רשב״י מקיים געווען אין אזא הויכן אופן וואו די גשמיות׳די־ קע דורכפירונג פון דער מצוה איז ניט אזויפיל נוגע,

ווייל בעיקר האט ער זי מקיים געווען דורך עבודה רוחנית,

-איז אין רוחניות די מצוה פון הכנסת אורחים ניט גרעסער ווי "קבלת פני שכינה",

און מכל שכן אז זי איז ניט גרעסער פון אזא הויכער "קבלת פני שכינה" ווי ס׳איז געווען ביי רשב״י.

דערפאר האט רשב״י געזאגט,

אז "הכנסת אורחים" איז גלייך צו "קבלת פני שכינה".

אבער די תורה איז דאך על ״הרוב תדבר״ - די תורה רעדט דאך אין אן אופן וואם איז אנגעמאסטן צו דער מערהייט פון אידן,

וואס קומען ניט צו דער מדריגה פון רשב״י ווארום בני עלי׳ - הן מועטין 7 ,

איז דערפאר - האט תורה גע׳פסק׳נט,

אז "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה".

ד.

און דאס קומט דער רמב״ם באווארענען דורך זיין ברענגען דעם מקור פון דער הלכה "גדולה הכנסת אורחים וכו"׳.

דער מקור פון פסוק גיט דא צו אן ערקלערונג אין דער הלכה: אן דעם מקור פון דער הלכה וואלט מען געקענט מיינען אז ר׳ שמעון אין תיקוני זוהר קריגט אויף דער הלכה - און הגם אז וואו ס׳איז א מחלוקת פון תלמוד בבלי מיטן זוהר איז די הלכה ווי אין בבלי,

איז דאך אבער "אלו ואלו דברי אלקים חיים" 16 ,

עם וואלט געהאט אן ארט אויך די דיעה פון זוהר ביי יעדן

(מצב פון א)

אידן - דעריבער ברענגט דער רמב״ם דעם מקור פון א פסוק מפורש,

צו באווייזן אז דערינען איז ניטא קיין מחלוקת און דעת רשב״י וואס רעדט לויט זיין מדריגה,

ווי אויבן געזאגט,

איז ניט אין סתירה צום פסק הגמרא.

און ס׳איז קיין וואונדער ניט וואם דער רמב״ם באווארנט אן ענין וואם ווערט געבראכט אין זוהר,

ווייל ס׳איז ידוע 17

אז דער רמב״ם איז געווען א מקובל און א סך ענינים אין זיינע ספרים איז זייער מקור בזוהר,

קבלה וכו׳ 18 .

ה.

על פי זה איז אויך מובן דער לשון פון רמב״ם: "והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה",

וואס דע־ רמיט גיט ער צו פארשטיין פארוואס די הלכה פון בבלי איז ניט אין סתירה צו דעת ר׳ שמעון אין תיקוני זוהר:

דאס וואס מיר האבן דעם כוח צו מקיים זיין די מצוות וועלכע מ׳האט אונז אנגעזאגט מסיני,

איז עס צוליב דעם וואס "מעשה אבות סימן לבנים" 19 .

און אין דער מצוה פון הכנסת אורחים: דאס וואס בנוגע לכל ישראל איז הכנסת אורחים גרעסער פון קבלת פני שכינה,

קומט עס פון דער נתינת כוח פון אברהם אבינו,

דורך דעם "חק שחקקו" אין דער מצוה פון הכנסת אורחים -״מעשה אבות״ - אין אן אופן וואס זאל זיין שייך צו יעדן אידן.

און דאס איז אויך דער דיוק פון לשון הרמב״ם "ודרך החסד שנהג בה": אז די עבודה פון אברהם אבינו איז געווען אין קו פון חסד

(וואס מצד דעם האט ער געבעטן אפילו אויף ישמ־ עאל׳ן: "לו ישמעאל יחי׳ לפניך"),

האט ער דעריבער איינגעשטעלט זיין הכנסת אורחים אין אן אופן וואס איז שייך צו אלע אידן,

אפילו צו די וואס זיינען אין א זייער נידעריקער מדריגה,

און דער־ מיט אונז ממשיך געווען א כוח אויפן קיום פון מצות הכנסת אורחים,

אז עס זאל זיין "גדולה הכנסת אורחים מהקבלת פני שכינה".

און דאם מיינט דער רמב״ם מיט זיין לשון "והוא החק שחקקו אברהם אבינו ודרך החסד שנהג בה״ - ווען ניט די עבודה פון אברהם אבינו,

וואלטן מיר ניט געהאט דעם כוח צו מקיים זיין מצות הכנסת אורחים בגשמיות,

במילא וואלט ביי אונז ניט געווען דער ענין פון הכנסת אורחים אין אן אופן וואס איז גדולה מהקבלת פני שכינה.

נאר אברהם אבינו דורך זיין עבודה האט אונז געמאכט ירש׳נען,

איינגעקריצט און איינגעפירט אין יעדן אידן זיין דרך החסד,

וואס איז דער אנהויב פון אלע מדות,

און פון מדות קומט עם אראפ אין פועל ממש - וואם זה כל האדם.

(משיחת ליל ערב ראש השנה,

כ״ט אלול תשכ׳ב)

ו.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט א סך מאל געזאגט 20 ,

אז פון דער סדרה פון יעדער וואך דארף מען זיך אפלערנען א הוראה אין לעבן.

און ס׳איז פארשטאנדיק אז דאם איז אזוי: ווייל מיר האבן דאך אן אייביקן לעבעדיקן ג־ט,

און ער האט אונז געגעבן אן אייביקע לעבעדיקע תורה,

וואס דורך איר - דורך לערנען שטענדיק די תורה און אפלערנען פון איר א הוראה אין לעבן - זיינען מיר אן אייביק לעבעדיק פאלק און מיר קענען איבערלעבן און בייקומען אלע שווערי־ קייטן.

די היינטיקע סדרה דערציילט וועגן דעם ערשטן אידן וואם איז געווען אויף דער וועלט.

ער איז געווען אן איין־ איינציקער און די גאנצע וועלט איז געווען קעגן אים 21 ,

ביז מען האט אײנ־ געזען אז דער אויבערשטער איז מיט אים און שטיצט אים אין אלץ וואם ער טוט.

דאן האט דער מלך פון פלשתים "כורת ברית" געווען,

געשלאסן א בונד מיט אברהם׳ען און אברהם האט גע־ קענט רואיקערהייט וואוינען אין ארץ פלשתים.

און אין דער צייט,

וואם אברהם האט

געוואוינט אין פלשתים,

דערציילט די היינטיקע סדרה: "ויטע אשל בבאר שבע",

אז ער האט דארט געפלאנצט אן אשל; "ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם",

ער האט דארט מפרסם געווען ג־טלעכקייט 22

און אמונה; "ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים",

ער האט געוואוינט אין לאנד פון פלשתים א סך יארן - און דערנאך קומט די דערציי־ לונג וועגן דער עקידה.

דארף מען פארשטיין: וואס לערנען מיר אפ פון דעם וואס אברהם האט דארט געפלאנצט אן אשל?

די תורה באשרייבט דאך דא די גרויסקייט פון אברהם אבינו,

אז זייענדיק אן איינצי־ קער איד האט ער אומעטום פארשפרייט אמונה בה׳ אחד,

איז וואס גיט־צו אין דעם די דערציילונג פון זיין פלאנצן דעם אשל?

אויך וואס פאר א שייכות האט דער ״ויטע אשל״ צו דער פרשת העקידה וואס קומט באלד נאך דעם?

ז.

אין פשטות איז דער טייטש פון ״אשל״ - א גרויסער פארצווייגטער בוים.

זייענדיק אין א מדבר׳דיקן לאנד,

וואו די היץ פון דער זון ברענט,

האט ער דארט געפלאנצט א בוים כדי צו באשיצן זיך פון דער זון.

אין גמרא 23

שטייט,

אז "אשל" מיינט ניט אן איינציקן בוים,

נאר אז אברהם האט געפלאנצט א גאנצן גארטן מיט פרוכט־בוימער,

און דער צוועק איז געווען אז די פארביי־ גייער־אורחים,

זאלן געניסן פון די פרוכטן.

נאך א דיעה: אז "אשל" מיינט ״פונדק״ - אכסני/ אז אברהם האט די אורחים געגעבן ניט בלויז פרוכטן,

נאר עסן און טרינקען,

פלייש און וויין וכו׳ און א געלעגער 24 .

ביז -ווי ס׳שטייט אין מדרש 25

- אז אברהם האט אויך

(צוליב די אורחים)

אײנ־ געארדנט ביי זיך אין הויז א סנהדרין,

בכדי צו ענטפערן אויף די שאלות וואס האבן געקענט אויפקומען ביי די אורחים.

די תורה דערציילט אונז דא דעם אופן פון אברהם אבינו׳ם הכנסת אורחים: ער האט זיך ניט באנוגנט מיט געבן די אורחים ברויט,

זאלץ און ווא־ סער,

וואם זיי זיינען דאך גענוג צו אנזעטיקן; אברהם אבינו האט זיף ניט באנוגנט צו געבן זיי דעם מינימום,

נאר ער האט זיי אויך געגעבן פארגעניגן־זאכן: פרוכט,

וויין,

כל מיני מגדים,

און א געלעגער,

און אפילו אויך א סנהדרין צו ענטפערן אויף זייערע שאלות,

און ער האט זיי דאס אלץ געגעבן כאטש זיי זיינען פאר אים געווען אינגאנצן פרעמדע מענטשן.

פון דעם דארף זיך אפלערנען יעדער איד: ביי יעדערן איז דאך איי־ נגעפלאנצט אין הארצן די מדה פון צדקה און גמילות חסדים.

דארף ער וויסן אז די מדה,

וואס ער האט זי בירושה פון אברהם אבינו 26 ,

איז זי ניט בלויז אויף צו געבן א צווייטן דאס סאמע נויטיקע,

נאר אויך צו געבן אים דברי תענוג; און ניט נאר אין מאטעריעלן זין,

נאר אויך צו לייזן יענעמס נפש׳דיקע פראבלעמען.

ח.

דער ענין פון טאן צדקה אין דעם אויבנדערמאנטן אופן,

צו געבן ניט נאר דאם נויטיקסטע נאר אויך צו מהנה זיין מיט דברי תענוג,

איז ספעציעל איינגעווארצלט אין עלטערן בנוגע צו זייערע קינדער.

קינדער זיי־ נען דאך אומבאהאלפן,

איז דא אן איינגעווארצלטע טבע אין די עלטערן צו געבן זייערע קינדער אלץ וואס זיי דארפן

(ניט רעכענענדיק זיף צי די קינדער וועלן זיי שפעטער צוריקצאלן צי ניט).

ניט נאר זייערע הכרחיות; אזוי בכלל בנוגע צו חינוך,

דערציען על־ טערן די קינדער זיי זאלן זיך אנטוויק־ לען און אויסוואקסן אין דער פולסטער מאס,

סיי מאטעריעל און סיי גייסטיק.

ביי אידן,

ווי אין ביישפיל פון אברהם אבינו,

איז די דאזיקע באציאונג ניט בלויז צו אייגענע קינדער נאר אויך צו פרעמדע מענטשן.

דאס איז איינגע־ פלאנצט אין יעדער אידישער הארץ,

אז דאס וואס ער האט באקומען דורך הארעוואניע און גרויסער אנשטרענ־ גונג,

זאל ער עם אוועקגעבן צו א גאנץ פרעמדן מענטשן; און ניט נאר צו באפ־ רידיקן יענעמס באדערפענישן אין גשמיות,

נאר אויר פותר זיין יענעמם נפ־ ש׳דיקע פראבלעמען.

אזא הנהגה איז העכער פון שכל: געבן יענעם וואס אים פעלט -פארשטייט עס אויך שכל,

אז ווי־ באלד יענעם פעלט עפעם דארף מען עם אים דערפילן,

ווייל ס׳איז אויף אים א רחמנות.

אבער געבן יענעם וואס אים פעלט ניט נאר אויף א תענוג זאך,

דאם קומט פון א באזונדע־ רע מדה פון גוטםקײט װעלכע נעמט זיך פון העכער פון שכל; וואס מצד זיין מדת הטוב זוכט ער אז אויך יענעם זאל זיין גוט.

און אז עס איז אזוי אין מאטעריעלע זאכן,

איז עס נאך מערער אין גייסטיקע זאכן,

ווייל א גייסטיקער חסרון,

א חסרון אין דער נשמה - טוט פיל מער וויי,

און ס׳איז אים שווערער צו פארריכטן ווי א חסרון אין גוף.

דערפאר איז דער סדר ביי אידן,

אז אין יעדן ארט וואו מ׳איז נאר געקומען - אין א פרייער מדינה,

צי אין אן ארט וואו מ׳אונטערדריקט זיי - האט מען זיך ניט גערעכנט מיט קיין זאך און מ׳האט באלד געגרינדעט ישיבות און תלמוד־תורה׳ס 27 ,

און מ׳האט געזוכט זיי איינשטעלן אז זיי זאלן געבן ניט נאר דעם מינימום וואם עם פאדערט זיך פאר די תלמידים און תלמידות,

נאר אין דער פולסטער מאם,

יגדיל תורה ויאדיר.

ט.

וועט מען איצט פארשטיין די שייכות פון "ויטע אשל גו׳" צו דער עקידה.

דער כוח פון מסירת נפש ביי אברהם און יצחק צו גיין צו דער עקידה,

זײענ־ דיק ״בארץ פלשתים ימים רבים״,

- אין א לאנד וואו מען האט זיי ניט געד־ ריקט,

ניט געקוועטשט און וואו זיי זיינען געווען אינגאנצן פריי - איז עם געקומען פון "ויטע אשל",

פון זייער הנהגה אין אזא אופן פון חסד וואס איז העכער פון טעם ודעת.

דערפאר זיינען זיי אויך אין דער רואיקער צייט פון "ימים רבים" געגאנגען צו דער עקידה מיט שמחה.

י.

דאס איז אויך אן אנווייזונג פאר אלע דורות: עס מאנט זיך ביי אידן א הנהגה פון מסירת נפש און ספעציעל ביי דער דערציאונג פון קינדער,

אז דאס וואס זיי האבן אויף דעם געהארע־ וועט יארן לאנג,

זאלן זיי עס אוועק־ געבן אויף חינוך הבנים והבנות,

ניט נאר אייגענע קינדער,

נאר אויך יע־ נעמס; און געבן זיי ניט נאר די זאכן פון הכרחיות,

נאר די פולסטע מאם פון אי־ דישקייט,

תורה ומצוות - און דאן וואקסט אויס א מסירת־נפש־דור,

אז אויך זייענדיק אין א פרייער מדינה זיינען זיי גרייט צו מקריב זיין אלץ וואס זיי האבן ביז אויך זייער לעבן פאר אמונה תורה ומצוות,

פאר אלץ וואס איז פארבונדן מיט אידישקייט.

יא.

בשעת די הנהגה איז אין דעם אויבנגעזאגטן אופן האט מען דעם צו־ זאג פון דעם אויבערשטן אז דער שכר פאר שטיצן און פארגרעסערן און פאר־ טיפן די ישיבות און תלמוד־תורה׳ס וועט זיין ניט "א דאלאר פאר א דאלאר",

נאר דער אויבערשטער וועט אפצאלן כמה פעמים ככה

(אזוי ווי מיר געפינען ביי אברהם אבינו,

וואם ביי אים האט זיף אנגעהויבן מיט איין קינד,

און פון דעם איז געקומען דער "והרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים וכחול אשר על שפת הים"),

ניט נאר אין געלט - וועגן דעם איז גאר איבעריק צו ריידן - נאר אויך אין אנדערע ענינים: געזונט,

אריכות ימים און נחת פון קינדער.

ואל ירע לבבך בתתך לו - דער אויבערשטער זאל געבן מ׳זאל אויפנע־ מען בשמחה די אפלערנונג פון הנהגת אברהם אבינו ויצחק,

מען זאל געבן אויף די ישיבות מיט אן אפענער און ברייטער האנט און בשמחה,

און דאן וועט דער אויבערשטער צוריקצאלן כמה פעמים ככה,

ניט נאר אין געלט נאר אין אלץ וואם מען דארף 28 .

(משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש,

י״ז מרחשון,

תשי״ט)

Reader controls and commentary are loading.