א.
אויף דעם װאס די תורה דערציילט,
אז אברהם אבינו האט זיך מל געווען ערשט ווען ער איז אלט גערוארן ניין און ניינציק יאר,
פרעגט מען 1
: אברהם אבינו האט דאך מקיים געווען די גאנצע תורה 2
נאך איידער זי איז געגעבן געווארן - פארוואס האט ער מיט דער מצות מילה געווארט ביז דער אויבער־ שטער וועט אים דאס הייסן טאן?
דארף מען פריער פארשטיין דעם אונטערשייד צווישן די מצוות וואס די אבות האבן מקיים געווען פאר מתן תורה און די מצוות וואס די אידן זיינען מקיים נאך מתן תורה* 2
: דער קיום המצוות ביי די אבות איז געווען מיט זייער אייגענעם כוח,
זיי האבן ניט געהאט דעם באזונדערן כוח מלמעלה אויף קיום המצוות 3
וואם דער אויבערשטער האט געגעבן צו אידן דורך זיין ציווי ביי מתן תורה.
דערפאר,
כאטש אויך די אבות האבן געטאן מצוות בפועל ממש אין גשמיות,
האבן זיי אבער ניט געקענט דורכדרינגען מיט דער קדושה פון מצוות די דברים גשמיים,
אז זיי - די דברים גשמיים - זאל ווערן היי־ ליק
(אזוי ווי למשל די עבודה פון יעקב אבינו מיט די "מקלות",
וואס דערמיט האט ער ממשיך געווען די המשכות עליונות וואס מיר זיינען ממשיך דורך דער מצוה פון תפילין 4 ,
פונדעסטוועגן,
איז נאך זיין אפטאן די עבודה מיט די "מקלות" זיינען זיי געבליבן שטעקלעך,
אן קיין קדושה אין זיי)
; דאקעגן די מצוות וואס אידן זיינען מקיים נאך מתן תורה,
האבן זיי דעם כוח,
וואם דער אויבערשטער האט געגעבן דורך זיין ציווי,
צו ממשיך זיין קדושה אויך אין די דברים גשמיים,
אז דער גשם זאל ווערן הייליק.
פון דער צווייטער זייט,
הגם אז אונזערע מצוות זיינען אין א העכערער דרגא ווי די מצוות פון די אבות,
איז אבער דוקא דאס וואס די אבות האבן מקיים געווען מצוות
(פאר מתן תורה)
האט געגעבן א מעגלעכקייט און א כוח צו אונז,
אז מיר זאלן קענען מקיים זיין די מצוות אין גשמיות 5 ,
וואס אויף דערויף שטייט 6
"מעשה אבות סימן לבנים",
די מעשים פון די אבות זיינען א צייכן און א נתינת כוח,
טרעטן דורך די וועג 7
פאר זייערע קינדער.
וויבאלד אז דער כוח אויף קיום המצוות פון די בנים קומט פון "מעשה אבות",
פון די מצוות וואס די אבות האבן מקיים געווען,
דעריבער האט צום ווינציקסטן איין מצוה פון די אבות געדארפט זיין אינגאנצן גלייך צו די מצוות פון נאך מתן תורה; ד.
ה.
אז די מצוה זאל מיט איר קדושה דורכדרינגען דעם דבר הגשמי,
אז ער אליין זאל ווערן קדוש,
און די קדושה זאל אין אים אויך פארבלייבן נאכן מקיים זיין מיט אים די מצרה.
און דורך דער דאזיקער איין מצוה פון די אבות האבן אויך אלע זייערע אנדערע מצוות - הגם זיי האבן ממשיך געווען די המשכות נאר אין רוחניות -א שייכות צו די מצוות פון נאך מתן תורה,
אז זיי גיבן א כוח צו מקיים זיין די מצוות און ממשיך זיין דורך זיי המשכות אויך אין גשמיות.
(א דוגמא צו דעם ענין וואם לפחות איין מצוה פון די אבות האט געדארפט זיין אזא וואם אירע המשכות זאלן אראפקומען אין גשמיות,
געפינען מיר אויך ביי די נביאים: בשעת דער אוי־ בערשטער האט באפוילן א נביא צו זאגן א געוויסע נבואה 8 ,
האט אים פילע מאל דער אויבערשטער דערביי געהייסן טאן פארשידענע פעולות אין גשמיות אין פארבינדונג מיט דער נבואה - לייגן זיך אויף דער לינקער זייט,
אויף דער רעכטער זייט,
אא״וו.
צוליב וואס האט מען געדארפט פאר־ בינדן די נבואה מיט א פעולה גשמית?
שטייט אויף דעם אין ספרים 9 ,
אז עס קען זיין אז א נבואה זאל זיך ענדערן
(פארבלייבן בלויז אין רוחניות),
איז בכדי די נבואה זאל זיכער דערפילט ווערן
(און אין דער גשמיות׳דיקער וועלט)
האט דער אויבערשטער געהייסן דעם נביא פארבינדן לכל הפחות א טייל פון דער נבואה מיט גשמיות).
ב.
די איין מצוה פון די אבות וואס האט ממשיך געווען קדושה אויך אין גשמיות,
איז געווען מצות מילה,
די מצות מילה צייכנט זיך אויס דערמיט וואס זי מאכט־אויף קדושה אין דעם דבר הגשמי,
און די זעלבע קדושה בלייבט אויך אויף שפעטער.
ווי עם שטייט 10
: ״והיתה בריתי בבשרכם״ -דאס זאל זיין מיין פארבונד מיט אייך אין אייער
(גשמיות׳דיקן)
פלייש,
"לברית עולם״ - צו א בונד וואס בלייבט אויף אייביק.
די ערקלערונג אין דעם: תוכן מצות מילה איז צוויי ענינים.
איין ענין איז,
אז די מצוה באשטייט אין דער איין מאלי־ קער פעולה,
אין דעם מל זיין דעם בשר הערלה; א צווייטער ענין - אויסער דער פעולת המילה איז דא א פעולה נמשכת
[אז דער מענטש זאל זיין אן אדם מהול; אויך - ער זאל ניט זיין קיין ערל 11 ]
פון דעם וואס דער רמב״ם פסק׳נט 12 ,
אז "המושך ערלתו" גייט אריין אין דעם כלל פון "המפר בריתו של אברהם אבינו",
איז א ראי׳ אז די מצוה איז ניט בלויז דאס איינמאליקע מל־זיין,
נאר אויך אויפטאן אז דער מענטש זאל זיין א מהול
(- ניט קיין ערל).
און דערפאר ווען ער איז "מושך ערלתו",
ער טוט א פעולה אויף מבטל זיין פעולת המילה,
צעשטערט ער דערמיט דעם בריתו של אברהם אבינו.
מען זעט צוויי ענינים:
(א)
די מצות מילה איז צו אויפטאן אין דעם אבר אליין,
ניט נאר אז דער אבר איז א מיטל וואס דורך אים קען מען מקיים זיין א מצוה
(אט אזוי ווי די מצוה פון לייגן תפילין אויף דער האנט און אויפן קאפ,
וואס די מצוה איז ניט צו אויפטאן אין דער האנט און אין קאפ,
מער ניט וואס דורך די אברים איז מען מקיים א מצוה,
די האנט מיטן קאפ ווערן דורך דער מצוה ניט איבערגע־ אנדערשט),
נאר די מצוה איז צו פועל׳ן אין דעם אבר גשמי אליין,
ער זאל זיין א מהול,
אדער - ניט קיין ערל.
(ב)
די מצות מילה איז ניט בלויז אין דער צייט ווען מ׳טוט די פעולת המילה,
נאר זי ציט זיך במשך דעם גאנצן לעבן פון דעם אדם המהול.
א ראי׳ אויף דעם אז מצות מילה איז א מצוה נמשכת: די גמרא 13
דערציילט,
אז דוד המלך,
ווען ער איז אריין אין מרחץ און האט געזען אז ער איז נאקעט,
האט ער געזאגט: וויי מיר,
וואם איך שטיי נאקעט אן א מצוה,
און באלד ווי ער האט זיך דערמאנט אין דער מצוה פון מילה האט ער זיך בארואיקט,
זעט מען דאך דערפון,
אז די מצות מילה איז א מצוה נמשכת,
אז דער איד האט אויף זיך די מצוה אויך נאך דער פעולת המילה,
און דער־ פאר איז נתיישבה דעתו פון דוד המלך ווען ער האט זיך דערמאנט אויף דער דאזיקער מצוה; מ׳קען ניט זאגן אז דוד׳ס בארואיקונג איז געווען צוליב דעם קיום מצות מילה פון אמאל,
וואס האט דאן ממשיך געווען קדושה אויף אים - ווייל אין דעם איז דאך ניטא קיין אונטערשייד פון מצות מילה ביז די מצוות,
וואס זיינען פארבונדן מיט אנ־ דערע אברים 14 .
הגם אז אויך אין אנדערע מצוות,
ווי למשל ווען א איד לייגט איצט תפילין,
וויבאלד ס׳איז שוין נאך מתן תורה,
פועל׳ן די תפילין אן אויסאיידלונג און א הייליקייט אין קאפ און אין האנט,
וואס לייגן די תפילין,
אויך נאך דער צייט פון הנחת תפילין
(ווי אויבן גע־ זאגט)
- ווארום ס׳איז דאך זיכער,
אז א האנט וואס לייגט תפילין איז ניט גלייך צו א האנט וואם לייגט ניט ח״ו קיין תפילין - איז דאס אבער ניט מער ווי א זיכוך און א קדושה,
און ניט אז די מצות תפילין אליין בלייבט אין דער האנט אויף שטענדיק.
אנדערש איז די מצות מילה,
וואם די מצוה פארבלייבט שטענ־ דיק אין גוף האדם.
דערמיט ווערט פארענטפערט די קשיא וואם תוספות פרעגט 15
: צוליב וואס דארף די גמרא ארויסלערנען פון א פסוק אז נשים זיינען ניט מחויב צו מל זיין זייערע זין,
וויבאלד די מצות מילה איז דאך א מצוה וואס איז פארבונדן מיט א באשטימטער צייט
(ביום ולא בלילה)
און פון מצוות וואס זיינען פאר־ בונדן מיט צייט,
"מצוות עשה שהזמן גרמא",
זיינען נשים פטור?
אבער ווי גערעדט פריער: אמת טא־ קע אז דער דורכפירן די מצוה איז פארבונדן מיט צייט,
איז אבער די מצוה וואם דער איד איז א מהול
(ניט אן ערל)
ניט אפהענגיק פון צייט און איז פאראן שטענדיק,
סיי בייטאג און סיי ביינאכט.
ג.
די אויבנדערמאנטע מעלות פון מצות מילה,
אז זי מאכט הייליק דעם גשמי אליין און די מצוה ציט זיך אויך אויף שפעטער,
איז אויך געווען פאר מתן תורה.
און דעריבער,
בשעת אברהם אבינו האט באשוואוירן זיין קנעכט אליעזר
(ווייל דער וואס שווערט דארף בעת דער שבועה האלטן אין דער האנט א "חפץ של מצוה") 16 ,
האט ער צו אים געזאגט 17 ,
״שים נא ידך תחת ירכי",
ווייל די קדושת המצוה פון מילה איז געבליבן אויף שטענדיק און דעריבער האט אליעזר געקענט שווערן ביי דער מצוה.
דערמיט ווערט אויך פארענטפערט פארוואם אברהם אבינו האט געווארט אויף מקיים זיין די מצות מילה ביז דער אויבערשטער האט עס אים געהייסן צו טאן,
און ער האט זי ניט מקיים געווען פון זיך אליין פונקט ווי ער האט מקיים געווען אלע אנדערע מצוות - ווייל די מצוה איז ענלעך צו די מצוות פון נאך מתן תורה דערמיט וואס זי איז ממשיך קדושה אין דעם גשמי אליין,
און אויף דעם האט ער געמוזט האבן א ציווי,
וואס דאס איז א נתינת כוח מלמעלה.
(מלוקט משיחות כ״ד אייר תשי׳א,
יחד שבט תשי״ב)
ד.
פון דעם וואס דער אויבערשטער האט אויסגעקליכן מצות מילה,
אז דוקא דורך איר זאלן די מעשה אבות זיין א נתינת כוח אויף אלע מצוות פון די בנים,
איז פארשטאנדיק אז אין דער מצוה זיינען מרומז ענינים וואס זיינען כללות׳דיקע פאר אלע מצוות.
וועט מען עם פארשטיין לויט דעם וואס דער רמב״ם שרייבט אין מורה נבוכים 18
(עם זיינען פאראן א סך ענינים אין מורה נבוכים 19
וואם האבן א יסוד אין זוהר און קבלה) 20 ,
אז איינער פון די טעמים אויף מצות מילה,
איז בכדי צו אפ־ שוואכן די תאוה וואס איז פארבונדן מיט דעם אבר.
און דאס איז דאך אן ענין כללי אין אלע מצוות,
"לצרף בהן את הבריות" 21 ,
אויסאיידלען אויך דעם גוף ביז ער וועט ניט האבן קיין תאוה און געשמאק אין גשמיות׳דיקע זאכן און זיין געשמאק זאל זיין נאר אין ענינים פון קדושה.
ה.
אויסער דער אויבנדערמאנטער שייכות פון מצות מילה צו אלע מצוות,
זיינען אויך אין די פרטים פון מצות מילה אנגעדייטעט ענינים כללים פון עבודת האדם.
אין מצות מילה זיינען פאראן,
כנ״ל,
דריי ענינים:
(א)
די פעולה פון מילה; דאס עצם מל־זיין;
(ב)
וואס דער איד ורערט און בלייבט א מהול,
ווי גערעדט פריער;
(ג)
ער איז ניט קיין ערל.
די איינטיילונג פון מצות מילה אין אט־די דריי פרטים איז ניט בלויז סתם א חקירה,
נאר זי איז נוגע אויך להלכה,
ווייל יעדער פרט פון די דריי איז נוגע צום קיום פון מצות מילה: עם זיינען פאראן פאלן ווען בלויז צוויי פון די פרטים זיינען באווארנט,
איז די הלכה אז מען מוז דאן באווארענען אויך דעם דריטן פרט.
ווען איינער ווערט געבארך א גע׳מל׳טער - זיינען ביי אים פאראן די צוויי פרטים: ער איז א מהול און ער איז אויך ניט קיין ערל,
עם פעלט ביי אים אבער די פעולת המילה.
דערפאר איז דער דין 22
אז אזא איינער דארף האבן "הטפת דם ברית".
ווען איינעם האט מען גע׳מל׳ט און שפעטער טוט ער א פעולה היפך פעולת המילה,
״משך ערלתו״ - איז ביי אים געווען פעולת המילה און ער איז אויך ניט קיין ערל
(וואס דערפאר מעג ער עסן תרומה) 23 ,
עם פעלט אים אבער די מצוה פון בלייבן א מהול,
ווי געבראכט פריער פון רמב״ם אז ער איז "מפר בריתו של אברהם אבינו".
ווען איינער איז געבוירן געווארן מיט צוויי ערלות און מ׳האט מלגעווען בלויז איינע פון די צוויי -איז ביי אים געווען די פעולת המילה,
און ער איז אויך א מהול,
ער איז אבער אויר אן ערל 24 .
ו.
אין די ארומגערעדטע דריי פרטים פון מצות מילה זיינען מרומז ענינים כללים אין עבודת האדם.
פונקט ווי אין מצות מילה מוז זיין די פעולה פון מילה,
און פון איר מוזן ארויסקומען צוויי תוצאות,
מהול און אינו ערל,
אזוי איז אויך בכללות עבודת האדם אין תורה און מצוות מוז זיין עבודה,
און אזא פעולה און עבודה,
וואס זאל ארויסברענגען די צוויי תוצאות,
מהול און אינו ערל.
"מהול" מיינט די עבודה אין קו פון ועשה טוב: עם זאל אפגעדעקט און אנטפלעקט ווערן דער טוב וואס איז דא ביי א אידן,
אז זיין טוב זאל זיך אויס־ דריקן סיי בנוגע זיך אליין - אין טראכטן,
ריידן און טאן אין לימוד התורה און קיום המצוות בפועל ממש,
אין טאג־טעגלעכן לעבן; און סיי בנוגע א צווייטן - צו באווירקן אויך א צווייטן אידן,
אויף וויפל ס׳איז נאר מעגלעך.
"אינו ערל" אין עבודה מיינט דער קו פון סור מרע: ניט צו זיין קיין ערל: אונטער שליטת הערל - יצר הרע 25
- ניט צו האבן אין זיך קיין רע און קיין תאוות,
ניט קיין גראבע תאוות
("מילה - כריתת הערלה הגסה")
און אויך ניט קיין איידעלע תאוות
(״פריעה - כריתת הערלה הדקה").
און פונקט ווי אין מצות מילה איז אפילו ווען נולד מהול פעלט ביי אים אין דער מצוה און עס מוז זיין הטפת דם ברית,
אזוי איז עס אויך אין עבודה.
ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא 26 ,
אז דער וואם ער איז פון דער נאטור א מתמיד,
במילא איז ער מקיים דעם ועשה טוב מצד הטבע
("מהול")
; אויך איז ער פון דער נאטור א מצונן,
ער איז קאלט צו תאוות,
און במילא איז ער אפגעהיט אין סור מרע
("אינו ערל"),
פונדעסט־ וועגן ווערט ער אנגערופן "לא עבדו",
עס פעלט אים עבודה,
- ער מוז הארע־ ווען מער ווי מצד זיין נאטור.
און דאס זעלבע איז אויך ביי אזא וואם זיין "סור מרע ועשה טוב" איז צו אים געקומען דורך זיין הארעוואניע אמאל,
אבער איצט,
ווען דאס איז שוין ביי אים גע־ ווארן א געוואוינהייט ווי א צווייטע נאטור,
איז עם פאר אים איצטער ניט גענוג און ער דארף הארעווען מער ווי זיין געוואוינהייט,
ווי ארומגערעדט דארט אין תניא.
און דאס איז אן אנווייזונג פאר יעדן אידן,
אז ער מוז אלע מאל הארעווען אין עבודת ה' זיך ניט באגנוגענען מיט דעם טוב וואס ער פארמאגט שוין.
ווארום יעדער איד,
אפילו אזא וואס איז ניט קיין צדיק און אויך ניט קיין בינוני,
האט ער נאטירלעכע גוטע מדות און אײגנ־ שאפטן צו טאן טוב און פון דער נאטור האט ער אויך ניט קיין שייכות צו געווי־ סע ענינים פון רע - ווי ערקלערט אין תניא 27 ,
אז ביי יעדן אידן איז אינגאנצן אפגעפרעגט דער ענין פון כפירה ח״ו,
ביז אז אויף דעם איז א איד גרייט,
אן קיין שום טעם און טענה,
זיך צו מוסר נפש זיין און איבערטראגן די שווערסטע פייניקונגען.
אויף דעם איז די אויבנדערמאנטע הוראה,
אז אויך אין דעם איינגעבוי־ רענעם טוב פון א אידן פאדערט זיף עבודה; ניט נאר דארף ער הארעווען צו איינשאפן זיך דעם טוב וואס ער האט ניט מצד הטבע,
נאר ער דארף אויך הארעווען אויף די מדות טובות,
וועלכע ער האט מצד הטבע,
זיי צו פארבעסערן,
אויסאיידלען און דערהויבן אין קדושה.
ז.
דערמיט וועט מען אויך פאר־ שטיין וואם דער אלטער רבי שרייבט להלכה אין שלחן ערוך 28
: הגם אז "גמר ועיקר כניסת נפש הקדושה באדם הוא בי״ג שנים ויום א׳״ - די פארענדיקונג און דער עיקר אריינקומען פון קדוש־ ה׳דיקן נפש אין א אידן איז צו בר־מצוה
(וואס דערפאר טייטשן חז״ל אז "מלך זק1 וכסיל" 29
מיינט דער יצר־הרע און ״ילד מסכן וחכם״ מיינט דער יצר־טוב -דער יצר־הרע ווערט אנגערופן "זקן" ווייל ער קומט צום מענטשן פריער מיט דרייצן יאר פארן יצר־טוב,
וואס ווערט צוליב דעם טעם גערופן "ילד"),
איז אבער "תחילת",
דער אנהויב אריינקום פון דעם נפש דקדושה,
דורך און מיט דעם חינוך פון א אידיש קינד צו תורה ומצוות,
און אויך מיט "מצות מילה".
איז דער טעם אויף דעם: די טבע פון דעם גוף ונפש הבהמית מצד עצמם איז צו ציען זיך צו יעדן דבר גשמי וחומרי,
ווי עס שטייט אין פסוק 30
: "רוח הבהמה הירדת היא למטה לארץ",
און בשעת אז דורך מצות מילה ווערט אפגעשוואכט דער קאך און דער געשמאק אין גשמיות - כנ״ל ממורה נבוכים - און דער איד באקומט דורך דעם א קאך און געשמאק אין קדושה,
דאן באקומט דער גרף,
אין זיין פנימיות,
די ג־טלעכע נשמה - "כניסת נפש דקדושה".
ח.
אויף דעם דאזיקן דין ווערט אין דעם אלטן רבי׳נם שלחן ערוך ניט אנ־ געצייכנט קיין מקור.
קען מען זאגן אז דער מקור איז פון ספר מנורת המאור פון ר׳ ישראל אלנקאוה,
וואו ער ברענגט להלכה ווי די דיעה אין גמרא 31
: "קטן מאימתי בא לעולם הבא כו׳ משעה שנימול",
אז פון זינט א אידיש קינד ווערט גע׳מל׳ט וועט ער אויפ־ שטיין צו תחיית המתים 32 .
דאס וואס א גוף פון א אידן קען אויפשטיין צו תחיית המתים איז עס צוליב דער ווירקונג פון דער נשמה אויפן גוף,
אין אן אופן פנימי,
איז פון דעם פסק פון מנורת המאור,
אז "משעה שנימול" וועט דער תינוק אויפשטיין צו תחיית המתים,
א מקור צום פסק פון אלטן רבי׳ן,
אז דער אנפאנג פון דעם אריינקומען פון נפש דקדושה אין א אידן איז דורך מצות מילה.
אויך קודם המילה,
און אפילו איי־ דער ער ווערט געבוירן,
האט שוין די נשמה א פארבונד מיטן גוף,
ווי די גמרא זאגט 33
אויף א תינוק ווען ער איז נאך במעי אמו: "ונר דלוק לו על ראשו וכו" 34
און "משביעין אותו תהי צדיק וכו׳״ - מען באשווערט די נשמה,
אויף איר אויספירונג אין דעם גוף ווען ער וועט געבוירן ווערן,
וואס דערפון זעט מען,
אז די נשמה האט שוין דאן א פארבונד מיטן גוף.
דער דאזיקער פאר־ בונד איז אבער ניט מער ווי א מקיף׳דיקער,
ווי דער לשון "ונר דלוק לו על ראשו",
די נשמה לייכט איבער אים.
אבער דער אריינקומען פון דער נשמה אין גוף אין א פנימיות,
"כניסת נפש דקדושה",
דאס ווערט ערשט בשעת מילה.
ט.
אט די אויבנגעזאגטע צוויי ענינים,
וואס מצות מילה דארף אויפ־ טאן - דער איד זאל זיין א מהול און ער זאל ניט זיין קיין ערל - דריקן זיך אויס אויך אין צוויי סוגים שכר פון דער מצוה 35
:
דער שכר פאר דעם "ועשה טוב"
(מהול)
איז וואס ער איז "בא לעולם הבא"
(ווי געזאגט פריער)
; און דער שכר פאר דעם "סור מרע"
(אינו ערל)
איז וואם די חז״ל זאגן 36 ,
אז אברהם אבינו יושב על פתח גיהנום,
און ער נעמט פון דארט ארויס יעדן אידן וואס איז ניט קיין ערל 37 .
און סוף כל סוף וועט מען אין זכות פון דער מצוה אויך אויסגעלייזט ווערן פון שעבוד מלכיות
(וואס שעבוד מלכיות איז דער זעלבער ענין ווי גיהנום) 38 ,
וכמאמר רז״ל 39
הבט לברית גו׳ אף על פי שאין לישראל מעשים טובים הקב״ה גואלן בזכות המילה,
בביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
(משיחת י״ט כסלו תשכ״ב)