א.
ווי עם פירט זיך אלעמאל ביי אזא געלעגנהייט * ,
הויבט מען אן מיטאן ענין פון תורה וואם מען לייענט דיוואך.
ווארום תורה און אירע אנװײזונגען זיינען דאך אייביקע 1
- בכל דור ודור,
אין יעדער צייט און אין יעדן ארט; און פון דעם אליין וואס יעדע וואך לייענט מען א בעזונדערע פרשה אין דער תורה איז א באווייז אז אין דער פרשת השבוע איז מרומז און עם זיינען אין איר דא די הוראות בנוגע דיפאסירונגען פון דער באטרעפנדערוואך אין וועלכער מען לייענט די סדרה?
ביים סוף פון היינטיקער סדרה
(נח)
ווערט דערציילט,
אז די מענטשן וואס האבן געלעבט נאכן מבול האבן געבויט א שטאט מיט א טורעם,
ווייל זיי האבן מורא געהאט: "פן נפוץ על פני כל הארץ",
זיי זאלן ניט צעשפרייט ווערן איבער דער גאנצער ערד.
דעם אויבערשטן איז עס ניט געווען געפעלן און ער האט צונישט געמאכט זייער עצה פון בויען די שטאט מיטן מגדל.
לכאורה איז ניט פארשטאנדיק: צוליב וואס דערציילט עס אונז די תורה -וואם קענען מיר איצט אפלערנען פון דער פאסירונג?
וויבאלד אז די תורה דערציילט עם,
און דערצו נאך מיט אזא אריכות און מיט אזוי פיל פרטים - בעת א סך דינים שטייען אין דער תורה בלויז אין א רמז - מוז מען דאך זאגן,
אז אין דעם דאזיקן סיפור איז פאראן א טיפעאנווייזונג פאר אלע דורות: פאר אוניזערע עלטערן אין די פארגאנגענע דורות,
פאר אונז אין איצטיקן דור אוןפאר אונזערע קינדער און אייניקלעךאין די קומענדיקע דורות.
די אנווייזונג פון דער דאזיקער געשעעניש פאר אונזער דור:
באטראכטנדיק ווען און אין וועלכןמצב דאם איז געשען - דאם האט פא־סירט נאך דעם ווי ס׳איז געווען דערמבול,
פון וועלכן בלויז א טייל מענטשןהאבן זיך געראטעוועט - זעט מען שויןדערפון אליין די ענלעכקייט צו אונזערדור.
און דאם איז די הוראה פאר אונ־זער צייט:
נאך דעם "מבול" מיט אייניקע יארןצוריק,
וואס האט פארניכטעט מיליאנעןאידן און בלויז א טייל אידן שליט״א האבן זיך געראטעוועט,
דארף איצט דישארית הפליטה זיך אפלערנען און באווארענען ניט צו אויפפירן זיך חם־ושלום ווי די שארית הפליטה פון יענעםמבול,
און דערמיט אויך אויסמיידן דיניט־גוטע תוצאות וואס זיינען דאן געקומען.
ב.
קוקנדיק אויבן־אויף אויף דערגעשעעניש פון דור הפלגה זעט מען ניטאזוי קלאר אין וואם איז באשטאנעןדער חטא פון וועלן בויען א שטאט מיטא מגדל,
וואם אזוי ווייט איז עס געוועןקעגן דעם אויבערשטנס רצון ביז עסאיז געווען ספעציעלע השתדלות ניט צודערלאזן אז דער פלאן זאל קומען צושטאנד.
די תורה דערציילט אז זיי האבןגעוואלט בויען אן עיר ומגדל מיטןצוועק פון "ונעשה לנו שם".
זיי האבןמורא געהאט אז זיי וועלן זיך צע־שפרייטן איבער דער וועלט,
האבן זיידעריבער געוואלט בויען א שטאט איןוועלכער זיי וועלן אלע לעבן צוזאמען,
און אויך בויען א הויכן טורעם,
וואסדער צוועק פון א מגדל איז ווי ער־קלערט אין מפרשים: א)
בכדי אז אויךפון דערווייטן זאל מען קענען באמערקןאון זען אז אויף דעם ארט געפינט זיךא שטאט; ב)
בכדי אויפן מגדל זאלן זיךגעפינען שומרים וואס זאלן אכטונגגעבן אז אין שטאט זאל ניט אריינקומעןקיין שונא.
ווי געזאגט,
זעט זיך לכאורה איןדעם ניט קיין חטא.
נאר וואם־זשעדען?
- בשעת מענטשן קלייבן זיךצוזאמען בכדי צו בויען א שטאטמיטן איינציקן צוועק צו פאראייביקן זייער נאמען,
"ונעשה לנר שם" 3 ,
ניט האבנדיק דערין קיין העכערן ציל נארבלויז צו פאראייביקן זייער אייגענעםנאמען - איז חוץ דעם עצם חסרון דער־פון וואם מען טראכט נאר וועגן זיךאליין אן קיין שום העכערן אינהאלט אין לעבף; אויסער דעם,
ווען דאס איז דעראיינציקער צוועק,
קלייבט מען דאן ניטאיבער די מיטלען דורך וועלכע מען זאלפארווירקלעכן און צוקומען צום דאזיקןצוועק,
און מ׳קען זיך באנוצן אויך מיטמיטלען וועלכע זיינען דאס פארקערטעפון צדק און יושר.
בפרט אז דאס איז געווען נאך אמבול,
וואס פאר דעם מבול האט נחאויפגעקלערט 5
די סיבה צוליב וואס דערמבול וועט קומען: צוליב דער ניט־גוטעראויפפירונג פון די מענטשן אין יענעםדור; האבן דאך די געראטעוועטע פוןמבול צום אלעם ערשט געדארפט זען צופארריכטן דעם גייסטיקן מצב דורךאריינברענגען א העכערן אינהאלט איןזייער לעבן,
איז וועגן דעם האבן זייאינגאנצן ניט געטראכט,
און אנשטאטדעם האבן זיי,
די געראטעוועטע פוןמבול,
בלויז געזוכט א מיטל ווי צו פאר־אייביקן זייער נאמען אין דער היסטא־ריע.
אין דעם איז באשטאנען זייער חטא און דערפאר איז עס דעם אויבערשטןניט געפעלן געווארן.
ג.
די אנווייזונג דערפון איז אקלארע:
בשעת מען ראטעוועט זיך פון א מבולדארף מען צום אלעם ערשטן זיך באווא־רענען און פארהיטן אז עם זאל זיך ניטאיבער׳חזר׳ן ח״ו דער געוועזענער מצבוואס האט געבראכט דעם מבול,
אז "לאתקום פעמיים צרה",
עם זאל ניט אויפקו־מען צוויי מאל די זעלבע צרה ח״ו.
אוןדאם באווארנט מען ניט דורך בויען סתםא שטאט און סתם א מגדל,
ניט האבנדיקדערביי קיין שום אנדערן אינהאלט וויבלויז אז די שטאט און דער טורעם זאלןזיין אלץ גרעסער און העכער.
ניט דורךאזא צוגאנג פארבעסערט מען דעם מצב,
ווארום בכדי אז די שטאט און טורעםזאלן האבן א קיום מוז מען אין דעםאריינברענגען א העכערן אינהאלט,
וואסדאן בויט זיך די שטאט בהצלחה אוןאויך די זאכן וואם שטערן צו דער שטאטווערן נתהפך ביז אז זיי העלפן נאך צו.
ד.
עס זיינען דא עיר און מגדל פוןקדושה 6
: די ״שטאט״ װעלכע װערט אנ־גערופן "עיר אלקינו",
דאם איז א שטאטוואס האט אין זיך א קדושה׳דיקן אוןג־טלעכן אינהאלט; און אין דער שטאטדארף זיין א טורעם: א בית הכנסת און אבית המדרש,
וואס דאס איז דער מגדלפון שטאט,
ווי דער דין איז,
אז דיגעביידע פון דער שול דארף זיין העכערפון אלע בנינים פון שטאט 7 .
אין קלארערע װערטער הײסט עס:מען דארף בויען אין שטאט די ערטעראין װעלכע מען דאװנט און מעןלערנט,
װאם דאם זײנען די בתי כנסיות,
בתי מדרשים און ישיבות; אין זײ דארףמען אריינלייגן דעם עיקר קראפט אוןדי הויפט ענערגיע אז זיי זאלן זיין וואסגרעסער און וואם העכער,
ווארום זייזיינען דער מגדל פון שטאט,
דער מגדלאויף וועלכן עס שטייט» "מגדל עוז שםהוי׳ בו ירוץ צדיק ונשגב",
וואס דערמגדל פארהיט פון אלע שונאים,
ניטבלויז פון אן אפענעם שונא נאר אויךפון א באהאלטענעם 9 .
און בשעת מען פירט זיך אזוי,
האטמען ביידע זאכן: ערשטנס האט מעןדעם עיקר־שכר,
אז מען פירט דורךדעם אויבערשטנס רצון און מען האטגרוים הצלחה אין דעם בנין פון עירומגדל דקדושה,
און דערצו באקומטמען אויך דעם צוגאב־שכר פון "ונעשהלנו שם",
אז דער נאמען פון די וואסטוען אין דעם ווערט פאראייביקט איןדעם דברי הימים פון אידישקייט און פוןתורה,
אין דער היסטאריע פון צדק אוןיושר; עם ווערט פאראייביקט אז דעראון דער האט געהאלפן אויפצובויעןדעם נצחיות׳דיקן עיר ומגדל.
ה.
מ׳דארף זען בויען די ישיבות אין וועלכע מען דערציט קינדער צו לערנען תורה און צו פארשפרייטן תורה איןדער גאנצער וועלט.
די ישיבות זיינעןדאך דער מגדל פון דער שטאט,
דארף מען זען צו פארגרעסערן און פארברייטערן די ישיבות אז זיי זאלן קענעןעפענען נאך אפטיילונגען און ארייננע־מען נאך תלמידים.
און,
ווי געזאגטפריער,
איז דורך דעם בויען דעם מגדלדקדושה האט מען סיי דעם שכר העיקרי,
מען פירט דערמיט אויס דעם רצון העליון,
און מען האט אויך דעם שכר הטפל,
דאס העלפט אויך אין די פערזענלעכע ענינים אז זיי זאלן זיין בהצלחה,
און אויך אז מען ווערט פאראייביקטאין דער געשיכטע פון אידישקייט,
וואס זי איז די אייביקע געשיכטע.
דער אויבערשטער זאל געבן אוןמצליח זיין אין בנין הישיבות כמה פע-מים ככה,
און אז צום נעקסטן מאל וועןמ׳וועט זיך צונויפקומען ביי אזא געלע־גנהייט,
זאל מען טראכטן ניט וועגןדעקן דעם דעפיציט,
נאר וועגן פאר־גרעסערן דעם מגדל אלץ מער אוןמער.
און דער אויבערשטער זאל געבןאז עס זאל זיין הצלחה אין דעם עניןאון אויך אין אייערע פרטיות׳דיק ענינים.
(משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש,
ה׳ פ׳ נח תש״ס
ו.
וועגן די דורות פון נח׳ן ביז אב־רהם׳ען
(װעלכע װערן אויסגערעכנטאין פרשת נח)
שטייט אין דער משנה 10
:"עשרה דורות מנח ועד אברהם,
להודיעכמה ארך אפים לפניו,
שכל הדורות היומכעיסין ובאין,
עד שבא אברהם אבינווקבל שכר כלם"
(צען דורות זיינעןגעווען פון נח ביז אברהם - צו וויסן געבן וויפל דער אויבערשטער האלט אויף זיין צארן,
אז אלע די דורות האבןאים נאכאנאנד דערצארנט,
ביז ס׳איזגעקומען אברהם אבינו און האט באקומען דעם שכר פון זיי אלעמען).
איז דא ניט פארשטאנדיק: וואסמיינט אז אברהם האט באקומען דעםשכר פון די אלע צען דורות?
זיי זיינעןדאך געווען "מכעיסין ובאין",
איז וואספאר א שכר האט זיי געקומט,
וואם דעםדאזיקן שכר האט אברהם גענומען?
פריער,
אין דער זעלבער משנה,
ווערט געזאגט: "עשרה דורות מאדםועד נח,
להודיע וכו׳ עד שהביא עליהםאת מי המבול"
(ביז ער האט אויף זייגעבראכט די וואסערן פון מבול).
ביי דיצען דורות פירט ניט אויס די משנה,
אזנח האט באקומען דעם שכר פון זייאלעמען; און אין פשטות איז עס פאר־שטאנדיק: וויבאלד די אלע צען דורותפון אדם ביז נח "היו מכעיסין ובאין",
האבן זיי במילא קיין שכר ניט פארדינט.
ווערט נאך מער ניט פארשטאנדיק:פארוואם ביי די צען דורות פון נח ביזאברהם,
וואס אויך זיי האבן דערצארנטדעם אויבערשטן,
פירט אוים די משנה,
אז אברהם אבינו האט באקומען דעםשכר פון די דאזיקע דורות?
וועט מען עם פארשטיין דורך מקדיםזיין דעם חילוק צווישן דעם דור המבול- וואס האט אפגעשלאסן און אין זיךכולל געווען די צען דורות פון אדם ביזנח
(וואס דערפאר האט דער מבולאראפגעווישט אויך די חטאים פון דיפריערדיקע ניין דורות)
- און צווישן דעם דור הפלגה,
וואס האט אפגעשלאסן און אין זיך כולל געװעו אלעצען דורות פון נח ביז אברהם.
וועגן די עונשים פון דור המבול אוןדור הפלגה געפינען מיר צוויי קעגנ־זאצן: בנוגע דעם עונש אין עולם הזהאיז די שטראף פון דור המבול געוועןגרעסער ווי פון דור הפלגה 11
- דערדור המבול איז אינגאנצן פארטיליקטגעווארן פון דער וועלט,
"וימה את כלהיקום",
און דער דור הפלגה איז בלויזצעשפרייט געווארן איבער דער וועלט,
"ויפץ ה׳ אתם וגו'"; דאקעגן בנוגע דיעונשים אין עולם הבא,
איז א דבר פשוטאז דער דור הפלגה האבן ניט קיין חלקלעולם הבא 12 ,
און וועגן דור המבולזיינען דא פארשידענע דיעות: איןמשנה שטייט 13 ,
און אזוי איז דא אויך אדיעה אין זוהר 14 ,
אז "אין להם חלקלעולם הבא".
ס׳איז דא אבער נאך אדיעה אין זוהר אז זיי האבן יא א חלקלעולם הבא.
איז ניט פארשטאנדיק דעראונטערשייד און ביז צו א היפך אין זייערע עונשים אין עולם הזה און אין עולם הבא.
ז.
לפי חילוק הפגם - חילוק העונש 15 .
דער אונטערשייד צווישן דעם חטא ופגם פון דור המבול אוןדעם חטא ופגם פון דור הפלגה איזמבואר אין דברי חז״ל,
וואס דער־מיט ווערט אויך ערקלערט דערחילוק צווישן זייערע עונשים: דער דור הפלגה האט געזינדיקט דערמיט וואס "פשטו יד בעיקר להלחם בו" 16 ,
זייהאבן געוואלט מלחמה האלטן כביכולקעגן דעם אויבערשטן,
און פונדעסטוועגן זיינען זיי ניט פארלארן געגאנגען פון דער וועלט,
נאר בלויז צעשפ־רייט געווארן,
ווייל זיי האבן זיך גע־פירט אין וועלט־זאכן,
צווישן זיך,
מיטאהבה און פריינטשאפט,
ווי עם שטייטביי זיי "שפה אחת ודברים אחדים"; דאקעגן דער דור המבול,
הגם אז "לאפשטו יד בעיקר",
וויבאלד אבער זייזיינען געווען גזלנים 17
און ס׳האט גע־הערשט קריגעריי צווישן זיי,
זיינען זיידערפאר פארפלייצט און פארניכטעטגעווארן פון דער וועלט.
לויט דעם וועט מען אויך פאר־שטיין דאס וואס אין עולם הזה איזדער עונש פון דור המבול געוועןגרעסער ווי פון דור הפלגה,
וויבאלדדער דור המבול האבן בעיקר געזינדיקט אין חטאים פון "בין אדם לחבירו": גניבה,
גזילה,
וכר,
וואס צע־שטערן דעם סדר אין דער הנהגה וואסדער אויבערשטער האט איינגעשטעלטאין עולם הזה,
דעריבער איז אויךזייער שטראף געווען גרעסער איןעולם הזה; אבער די זינד פון דורהפלגה זיינען בעיקר געווען "בין אדםלמקום",
דערפאר איז אויך זייער עונשאין רוחניות געווען גרעסער ווי פוןדור המבול,
וואם דור הפלגה האבןניט קיין חלק לעולם הבא לויט אלעדיעות און וועגן דור המבול איז דא א דיעה אז זיי האבן יא א חלק לעולםהבא.
הגם אז באמת איז א חטא שבין אדםלמקום נוגע אויך אין עולם הזה,
וויילדי וועלט־באשאפונג איז דאך געוועןצוליב תורה,
״בראשית - בשביל התורהשנקראת ראשית" 18
און "אם בחוקתיתלכו",
ווען מען פירט זיך ווי דעראויבערשטער וויל,
באקומט מען דאךאויך גשמיות אויף דער וועלט,
"ונתתיגשמיכם בעתם וגו׳"; און אזוי אויך דיחטאים שבין אדם לחבירו זיינען נוגעאויך אין עולם הבא,
אין רוחניות,
-אויך זיי זיינען דאך מצוות התורה -פונדעסטוועגן זיינען די ענינים שביןאדם לחבירו בגילוי מער נוגע צו עולםהזה און ענינים שבין אדם למקום זיינעןמער שייך צו עולם הבא 19 .
ח.
נאך א טעם אויף דעם וואס דערעיקר עונש פון דור המבול איז געוועןאין עולם הזה:
אויף חטאים שבין אדם לחבירוהעלפט ניט קיין תשובה און אפילו יוםכפור העלפט ניט אויף דעם,
"עדשירצה את חבירו" 20 ,
ביז ער וועט אי־בערבעטן זיין חבר.
און אויב יענערהאט אים ניט מוחל געווען,
ווערט זייןתשובה ניט נתקבל.
הגם ער האט גע־טאן וואס ער האט געקענט - און אויףוויפל דאם רירט אן עניני שמים איז זייןתשובה געווען ווי ס׳דארף צו זיין -וויבאלד אבער אז דאס רירט אן עניני עולם הזה
(בין אדם לחבירו)
העלפט ניטדי תשובה ביז ער וועט מקיים זיין דעם"והשיב את הגזילה",
ער וועט צוריק־געבן די גזילה צום חבר,
עד ש״יוליכנואחריו אפילו למדי" 21 ,
אפילו ווען יע־נער געפינט זיך אין עק וועלט.
דער כלל איז אבער מער ניט וויבנוגע עניני עולם הזה.
בנוגע ענינישמים - וויבאלד ער האט געטאן אלץוואט ער האט געקענט אויף מרצה צוזיין דעם חבר זיינעם,
און ער איז ניטשולדיק אין דעם וואט זיין חבר האטאים ניט געוואלט מוחל זיין אדער איןדעם וואט ער האט אים ניט געקענטגעפינען - ווערט זיין תשובה נתקבל.
נאר בנוגע עניני עולם הזה - וואט דאםאיז דאך דער עיקר אין די חטאים שביןאדם לחבירו - האט ער דאך פארט ניטפארריכט דאם וואט ער האט צעשטערטאין דעם סדר פון עולם הזה,
העלפטניט אויף דעם זיין תשובה 22 .
אוןדעריבער איז כאטש ט׳איז דא א דיעהאז דור המבול האבן א חלק לעולםהבא,
ווארום לויט דער דיעה האבן זייתשובה געטאן,
האבן זיי אבער אן עונשאין עולם הזה יא געהאט,
ווייל עם האטביי זיי געפעלט דער "והשיב את הג־זילה".
ט.
דערמיט ווערט פארענטפערטוואט אברהם האט באקומען דעם שכרפון די צען דורות "שהיו מכעיסין ובאין"- ווייל שכר האט זיי באמת געקומטצוליב זייער נוהג זיין צווישן זיך מיטאהבה און ריעות.
זיי אליין האבן אבער דעם שכר ניט געקענט באקומען,
אפילואין עולם הזה,
ווייל צוליב דעם גרויסןחטא וואט "פשטו יד בעיקר להלחם בו"זיינען די המשכות,
וועלכע זיי האבןממשיך געווען דורך זייער אהבהוריעות,
אראפגעקומען אין קליפה.
עלדרך ווי דער אלטער רבי פסק׳נט” אזווען א רשע לערנט תורה און איז מקייםמצוות איידער ער טוט תשובה,
איז ערמוסיף חיות אין קליפה.
ווארום דיענינים וועלכע ווערן נמשך דורך לימודהתורה און קיום המצוות ווערן אויךדאן נמשך,
נאר אנשטאט אין קדושה,
קומען זיי אראפ אין קליפה.
"עד שבא אברהם וקיבל שכר כלם"- ביז אברהם איז געקומען און דורךזיין עבודה אין דעם קו החסד: ער האטזיך באמיט צו מקרב זיין יעדן מענטשןצו ג־טלעכקייט און ער האט אפילומעורר רחמים געווען אויף די אנשיסדום - דורך דער דאזיקער עבודה פוןטאן מיט דער וועלט האט ער אויךמברר געווען די פריערדיקע דורות אוןדערפאר האט ער אויך באקומען זייערשכר.
על דרך ווי דער אלטער רביפסק׳נט דארט,
אז דורך תשובה,
נעמטמען ארויס די תורה און מצוות וואםמ׳האט ממשיך געווען אין קליפות,
אוןצוזאמען מיטן בעל־תשובה קערן זיי זיךאום צו קדושה.
אנדערש איז אבער,
ביי די "עשרהדורות מאדם ועד נח",
וואס ביי זייווערט ניט אויסגעפירט אז נח האטבאקומען שכר כולם,
ווייל
(א)
עם האט זיי ניט געקומט קיין שכת
(ב)
וויבאלד אז נח האט ניט געטאן מיטדער וועלט און האט ניט תפלה געטאןאויף די מענטשן פון זיין דור
(אוןדעריבער ווערט דער מבול אנגערופןאויח זיין נאמען: ״מי נח״) 24
- האט ערדאך די פריערדיקע דורות ניט מבררגעווען,
האט ער ניט געקענט מקבל זייןזייער שכר,
אויב אפילו זיי וואלטן גע־האט פארדינט א וועלכן ס׳איז שכר.
די הוראה פון דעם אלעמען צו אונז:
מיר געפינען זיך איצט אין דעם דורפון עיקבתא דמשיחא,
דער לעצטער דורפאר משיח׳ן.
די דורות ביז איצט זיינען אצוגרייטונג צו ביאת המשיח,
וואם דעמאלט וועט זיך אויספירן דער תכלית פון דער גאנצער בריאה 25 ,
און אין דער עבודהפון איצטיקן דור זיינען אפהענגיק דיענינים פון די פריערדיקע דורות.
און דורך דער איצטיקער הנהגה בקוהחסד,
די מדה פון אברהם אבינו,
מקרב צוזיין אלע אידן מיט אהבת ישראל און דער־וועקן זיי צו אידישקייט,
איז מען מגלה דיהייליקע ניצוצות וואם יעדער איד האטאין זיך בהעלם - פון זיינע עלטערן אוןאור־עלטערן ביז די ערשטע דורות,
אוןדער וואם איז מקרב די אידן און איז מגלהזייערע ניצוצות,
איז מקבל שכר כולם,
דורך דעם וואס ער ברענגט די ניצוצות צוזייער תכלית - גאולה האמיתית והשלימהבביאת משיח צדקנו בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ בחוקותי תשכ״ב)