א.
די פרשה בראשית,
וועלכע מ׳לייענט ביים סוף פון חודש תשרי,
וואס איז דער אנפאנג פון יאר,
האט הוראות על כל השנה.
איינער פון די ענינים וועלכע ווערן דערציילט אין דער סדרה איז בנוגע דער ערשטער מצוה און ציווי פון דעם אויבערשטן: דער אנזאג פון דעם אוי־ בערשטן צו אדם הראשון,
ער זאל ניט עסן פון דעם עץ הדעת.
ווי עם איז פארשטאנדיק פון מדרש 1 ,
איז דער ציווי פון אדם הראשון געווען בלויז אויף דעם ערשטן טאג פון זיין באשאפונג.
און פון די פרטי הענינים וואם זיינען געווען אינעם זעקסטן טאג פון דער בריאה,
דעם טאג פון בריאת האדם,
קומט אוים אז דער ציווי צו אדם הראשון ער זאל ניט עסן פון עץ הדעת איז געווען בלויז אויף דריי שעה: דעם אויבערשטנס אנזאג איז געקומען "בשעה התשיעית" 2 ,
ניין שעה אויפן טאג,
און מיט דריי שעה שפעטער,
ווען דער טאג האט זיך געענדיקט,
און ס׳איז געווארן שבת,
איז דער איסור אראפגע־ נומען געווארן.
פונדעסטוועגן האט אדם הראשון זיך ניט געקענט אפהאלטן און האט עובר געווען אויפן ציווי.
פרעגט זיך די קשיא: אדם הראשון איז דאך געווען "יציר כפיו של הקב״ה" און האט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן אליין - ווי קומט עם וואם ער האט ניט געקענט פועל׳ן ביי זיר אפצוהאלטן,
אוימצופאלגן דעם דאזיקן ציווי ניט צו עסן פונעם עץ הדעת בלויז אין די דריי שעה?
אמת טאקע אז אינעם ענין פון חטא עץ הדעת זיינען דא א סך סודות התורה,
סיאיז דאך אבער "אין מקרא יוצא מידי פשוטו" 3 ,
איז ווי קומט עם אז אדם הראשון איז נכשל געווארן.
ב.
די ערקלערונג דערפון:
די גאנצע כוונה פונעם יצר הרע איז אז דער מענטש זאל טאן דעם היפר פון דעם אויבערשטנס רצון.
מיט זיינע אלע טענות,
אז דער מענטש זאל עובר זיין אן עבירה אדער ניט טאן קיין מצוה ווייל ס׳איז פארבונדן מיט שוועריקייטן און ס׳איז א גרויסער נסיון,
איז ער אויסן בלויז איין זאך - דער מענטש זאל עובר זיין אויף דעם אויבערשטנם רצון.
און דעריבער,
וואס מער א מצוה איז נוגע
(צי מצד דעם מענטשן,
צי מצד דעם ארט,
צי מצד דער צייט 4 ,
אלץ גרעסער זיינען די אנשטרענגונגען וואט דער יצר הרע מאכט אויף ניט צולאזן צו איר.
און כאטש דער אמת איז אז דער מענטש קען גאנץ לייכט מקיים זיין די מצוה,
וויבאלד אבער אז דער קיום המצוה איז זייער נוגע,
קומט דער יצר הרע מיט אלערליי טענות און סברות בכדי ניט צו דערלאזן אז דער מענטש זאל אויספאלגן דעם רצון העליון.
יעדער איינער פילט עס צייטנווייז אויך ביי זיך: עם זיינען פאראן ענינים אין קיום התורה ומצוות,
וועלכע וואלטן,
לויטן שכל,
געדארפט זיין א סך גרינגער צו מקיים זיין ווי אנדערע ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט גרויסע אנשטרענגונגען; דאך פילט ער ביי זיר,
אז דוקא די גרינגערע ענינים קומען אים אן זייער שווער.
דער טעם אויף דעם איז,
ווי גערעדט פריער,
אז אויף די ענינים וואם זיינען דעם מענטשן איצט מער נוגע פארלייגט זיך דער יצר הרע שטארקער און שטעלט קעגן זיי אויה גרעסערע שוועריקייטן.
עם קען אפילו אמאל זיין,
אז די ענינים וואם קומען אן שווערער זיינען א דרבנן אדער בלויז א מנהג און די אנדערע ענינים וואס קומען אים אן לייכטער זיינען א דאורייתא,
אבער בנוגע זיין נשמה זיינען דוקא די מצות דרבנן אדער די מנהגים
(באותה שעה)
נוגע ביותר.
ווי עם ווערט ארומגערעדט אין חסידות 5
דער מאמר 6
"אבוך במאי הוה זהיר טפי",
אז יעדע נשמה האט געוויסע מצוות וואם זיינען באזונדערם פארבונדן מיט איר שליחות למטה אין גוף,
און אט־די מצוות מוז זי אפהיטן בהידור ביותר,
מער ווי אלע אנדערע מצוות אין וועלכע ער איז גלייך מיט אלע אידן,
און דעריבער מאכט אויף דער יצר הרע פארשידענע שוועריקייטן אויף די דאזיקע מצוות ווייל ער ווייסט אז זיי זיינען נוגע אממערסטן.
דאם איז אויך איינער פון די ביאורים פונעם מאמר רז״ל 7
"כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו״ - ווארום וואס גרעסער דער מענטש איז,
אלץ מער זיינען נוגע זיינע מצוות,
און דעריבער פארלייגט זיך אויף דעם מער דער יצר הרע.
(באך א טעם דערויף איז: בכדי עם זאל זיין בחירה חפשית,
מוזן די כחות פון היפך הקדושה זיין אין דער זעלבער מאם און וואג פון די כתות פון קדושה,
און דעריבער איז "כל הגדול מחבירו",
ער האט מער כחות פון קדושה,
איז אויר "יצרו גדול הימנו",
האט אויך זיין יצר הרע גרעסערע כחות).
און דאם איז די ערקלערונג וואם אדם הראשון האט זיך ניט געקענט באהערשן און געגעסן פונעם עץ הדעת: ווייל ער איז דאך געווען "יציר כפיו של הקב״ה",
און "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו",
בפרט אז דער ציווי ניט צו עסן פון עץ הדעת איז געווען נוגע זייער שטארק - ווי מ׳זעט עם פון דער גרויסער נפילה לו ולדורותיו ולדורות דורותיו עד סוף כל הדורות וואם איז געקומען פון אט־דעם חטא -
דעריבער האט דער יצר הרע - וואט איז דאן געווען אנגעטאן אין דעם נחש 8
-זיך פארלייגט אויף דעם אדם ביים דאזיקן חטא מיט אלע כהות און אויפגערייצט אים צו עסן פונעם עץ הדעת.
ג.
זאגן די רז״ל,
אז ווען דער אוי־ בערשטער האט געגעבן די תורה האט ער אנגעזאגט משה רבינו 9
: "כה תאמר לבית יעקב״ - ווי די רז״ל טייטשן אויס 10
"אלו הנשים",
ער זאל ריידן וועגן קבלת התורה פריער צו די פרויען,
בכדי צו באווארענען דעם דור־ כפאל וואס איז געווען ביים חטא עץ הדעת,
וואו דעם ציווי מפי הקב״ה האט געהערט בלויז אדם הראשון און ניט חוה,
און דאם האט געגעבן אן ארט צום קלקול.
ניט קוקענדיק דערויף וואט אויף חוה׳ן שטייט "ויבן את הצלע",
אז דער אויבערשטער אליין האט איר געבויט און אויר אז עם איז געווען פון "אחת מצלעותיו" פון אדם הראשון וואט ער איז געווען "יציר כפיו של הקב״ה״ - האט חוה,
צוליב דעם וואט זי האט ניט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן אליין,
געקאנט צולייגן צום ציווי די ווערטער "ולא תגעו בו",
וואט האט גורם געווען צום חטא עץ הדעת 11 .
ווען דער ציווי וואלט געווען אויך גלייך צו איר,
וואלט זי גע׳פועל׳ט אויך אויף אדם הראשון ער זאל ניט נכשל ווערן אין דעם חטא ניט קוקענדיק אויף אלע שוועריקייטן וואט דער יצר הרע האט אויפגעמאכט,
ווי מ׳זעט עם פון מאמר רז״ל ביי מתן תורה,
כנ״ל 12 .
ד.
ווי געזאגט פריער,
אז די סיפורי התורה
(מלשון הוראה) 13
פון פרשת בראשית זיינען אלגעמיינע הוראות אויפן גאנצן יאר,
איז אויך דאם אויבן געזאגטע א הוראה ווי עם דארף זיך פירן א אידישע הויז.
יעדע אידישע הויז דארף זיין אין אן אופן פון "מקדש מעט",
אז דער אוי־ בערשטער זאל קענען זאגן אויף דעם הויז - "ושכנתי בתוכם",
איך וועל דארט רוען.
און וויבאלד אז די הנהגה פון דער הויז איז אפהענגיק אין דער עקרת הבית,
דעריבער דארף מען פועל׳ן ביי איר טפעציעל - און ניט אין אן אופן פון "גזירה גזרתי" נאר אין דרכי נועם ודרבי שלום 14
- אז זי זאל האבן א קאך און א געשמאק אין אידישקייט,
וואט דורך דעם וועט זי פארהיטן דאם גאנצע הויז,
און אויך איר מאן,
פון מכשולים.
ווי גערעדט פריער,
אז אויב חוה אליין וואלט געהערט דעם ציווי פון דעם אויבערשטן,
וואלט זי ניט נאר ניט ברענגען קיין מכשול,
נאר אדרבה,
זי וואלט אויסהיטן אויך אדס׳ען פון דעם איינריידן פון דעם נחש.
דעריבער דארף די ערשטע זאך זיין דער ״כה תאמר לבית יעקב״ - אפגעבן זיך מיט די בני בית,
און ווי באוואוסט דער ווארט פון רבי׳ן
(מהורש״ב)
נ״ע 15
: אט אזוי ווי הנחת תפלין בכל יום איז א מצוה דאורייתא אויף יעדן אידן,
אן א חילוק צי א גדול בתורה,
צי אן איש פשוט,
אזוי איז א חוב גמור אויף יעדן אידן צו טראכטן יעדן טאג א האלבע שעה וועגן דעם חינוך פון קינדער,
און טאן אלץ,
וואס עם איז בכחו צו טאן און יתר מכפי כחו,
זען פועל זיין ביי די קינדער,
אז זיי זאלן גיין אין דעם דרך וואם מען איז זיי מדריך.
און דאן וועט אויך דער "ותגד לבני ישראל" האבן א קיום,
ווייל דאן וועט די פרוי ניט בלויז ניט זיין קיין "כנגדו",
זי וועט ניט שטערן איר מאן,
נאר אדרבה,
זי וועט אים זיין אן "עזר" 16
,
א הילף,
ביז זי וועט אים ארויסהעלפן מיט איר בא־ זונדערע מעלה פון "בינה יתירה ניתנה באשה יותר מבאיש" 17 ,
און זי וועט פועלין אין דער גאנצער הויז,
אז עם זאל דארטן קענען זיין דער ושכנתי בתוכם.
דאם איז אויך דער לשון אין ברכת נשואין "כשמחך יצירך בגן עדן מקדם"
(דער אויבערשטער זאל פריילעך מאכן די חתן־כלה "ווי דו האסט פריילעך געמאכט דיינע מענטש־באשעפענישן אין גן עדן אמאל").
ולכאורה וואס טוט אויף דער ווארט "מקדם"?
אלע ווייסן דאך אז אדם מיט חוה׳ן בגן עדן זיינען געווען אמאל,
מיט יארן לאנג פריער! נאר דער "מקדם" מיינט אין גן עדן צייט - מקדם,
ווי זיי זיינען געווען גאר אין אנהויבס,
פארן חטא.
און דאס ווינטשט מען דעם יונגן פאר,
אז זייער לעבן זאל זיין אינעם אופן ווי ביי אדם וחוה קודם החטא.
עם זאל ניט זיין קיין "כנגדו" נאר אדרבה אן "עזר",
און די הויז זאל זיך פירן אין אן אופן פון ״ושכנתי בתוכם״ -"כשמחך יצירך בגן עדן מקדם".
(משיחת יום שמח״ת תשכ״ג)