B"H
🏡

Ikar

חה"ס

א.

אין הנהגת כ״ק מו״ח אדמו״ר בנוגע ישיבה בסוכה,

האט מען געזען א דבר והיפוכו:

ביי אכילה ושתי׳ בסוכה איז ער גע־ ווען נזהר עד קצה האחרון,

ער האט מחמיר געווען אז אפילו שתיית מים זאל ניט זיין חוץ לסוכה 1

(און די זהירות איז געווען אפילו בשמיני עצרת 2 )

:

משא"כ בנוגע שינה בסוכה איז,

אדרבה — מען האט געזען אז ער איז ניט געשלאפן אין סוכה

(נאר בבית)

3 .

ולכאורה איז אדרבה: דער חיוב פון שינה בסוכה האט אין זיר מער חומרא ווי דער חיוב פון אכו״ש בסוכה — אכילת עראי

(ועאכו״כ שתיית מים)

איז מותר חוץ לסוכה,

בעת אז שינת עראי איז אסור חוץ לסוכה 4 .

און אע״פ אז מחמת די טירחות און שווערקייטן פון שינה בסוכה מצד תנאי המקום והזמן בו׳,

איז מען ע״פ הלכה פטור פון שינה בסוכה

(ווי דער דין 5

איז,

אז "במקומות הקרים שיש צער לישן בסוכה מחמת הקור ..

אין צריך לישן בסוכה..

שכל המצטער בישיבת הסוכה פטור מישיבתה"

איז אבער נאך אלץ ניט גלאטיק,

ווייל ביי כ״ק מו״ח אדמו״ר האט די גשמית'דיקע טירחא בכזה ניט תופס מקום געוועו,

אפילו ווען עס האט זיך גערעדט בלויז וועגן א הידור מצוה; און ווי מ׳האט געזען בהנהגתו בענין הסוכה גופא בנוגע לאכילה ושתי׳,

אז ער האט זיך ניט גע־ רעכנט מיט קיין שווערקייטן און האט אין דעם מחמיר געווען

(און אפילו בשמיני עצרת),

ביז,

ווי מ׳האט געזען,

אז אפילו אין די צייטן פון ירידת גשמים,

וואס ע״פ דין 6

מעג מען דעמאלט עסן בבית,

האט ער אויסגעמיטן עסן חוץ לסוכה 7 .

איז מובן אז זיין ניט מהדר זיין צו שלאפן אין סוכה איז ניט געווען מצד דער טירחא וצער גשמי.

איז צו הויך צו קענען אראפקומען בהתלבשות אין דעם אדם

(בפנימיותו),

נאר דער אור נעמט אים ארום בבחי׳ מקיף

(אווי ווי א סוכה כפשוטה,

וואס "נעמט ארום״ דעם אדם,

און ניט נאר דןם אדם אליין

(עכ״פ ראשו ורובו 10, ),

נאר אויד שולחנו״ — באופן או אלע זיינע ענינים דארפן געטאן ווערן אין דעם מקיף הסוכה — "תשבו כעין תדורו" 12, ).

און וויבאלד או דארט איז מאיר אוא הויכער אור אלקי — ווי קען מען גאר דארט שלאפן 13

! ע״ד לשון הכתוב 14,

— "אכן

יש ה׳ במקום הזה ואנכי לא ידעתי

(שאם ידעתי לא ישנתי במקום קדוש כזה)

" 15 .

ופשיטא אז דאס איז ע״פ הלכה ובפשטות: ער לייגט זיד שלאפן בסוכה און קען ניט איינשלאפן ווערן בשום אופן,

איז ע״פ שו״ע בפשטות אז ער גײט שלאפן בביתו.

און אויב בא עם איז זיכער בודאות 16,

אז ער וועט ניט קענען איינשלאפן ווערן בסוכה — דארף ער מלכתחילה ניט פרואווען עס.

דאס איז אויך בפשטות דער טעם פארוואם כ״ק מו״ח אדמו״ר איז ניט געשלאפן אין סוכה: זיצנדיק אין סוכה האט ביי אים מאיר געווען בגלוי דער אור.

מקיף פון סוכה און דאס האט אים ניט דערלאזט איינשלאפן 17,

צו ווערן אין סוכה.

ויש להוסיף בזה ולהמתיק ע״פ הלכה בנוגע דעם חילוק פון אכילה ושתי׳ אין סוכה און שלאפן בסוכה:

בנוגע דעם גדר פון "תשבו כעין תדורו" 12 ,

איז דער אלטער רבי מבאר 18

,

אז "כל טירחא יתירה שאין האדם מצטער ומונע א״ע מטרחא זו כדי לישב בביתו בקביעות אין מחויב לטרוח כדי לישב בסוכתו בקביעות"; ועד״ז בנוגע לשינה,

אז אויב דאס איז באופן "שאם הי׳ לו טרחא כזו לישן בביתו לא הי׳ ישן בביתו א״צ לישן בסוכה שכל המצטער בישיבת הסוכה פטור מישיבתה" 19

[און ווי ער איז מבאר 20 ,

אז דער פטור פון מצטער ביי סוכה קומט מצד דעם כלל פון "תשבו כעין תדורו",

וואס "אף בכל השנה אין אדם דר במקום שהוא מצטער"; און דעריבער,

ביי יעדן ענין וואס ווערט ניט נכלל אין "תדורו" בבית,

איז אויף דעם ניט חל דער חיוב פון "תשבו"

(בסוכה)].

ועד״ז בעניננו: במצב וועגן וועלכן עם רעדט כ״ק אדמו״ר האמצעי אדער

(הנהגת)

כ״ק מו״ח אדמו״ר אז דער גודל הגילוי שבסוכה איז א מניעה ועיכוב צו שינה,

איז מען דערפאר גופא פטור פון שינה בסוכה* 20 ,

וויבאלד אז אויך בבית וואלט מען ביי אזא מצב ניט געקענט שלאפן 21 .

ג.

מען דארף אבער האבן א ביאור אין דעם:

ווי גערעדט כמה פעמים איז תורתנו הקדושה א תורה אחת - פנימיות התורה

(ומנהגי׳)

און חלק ההלכה שבתורה זיינען "כולא חד"

(ווי עס שטייט אין זהר 22

אז נגלה דתורה און נסתר דתורה זיינען ווי א גוף ונשמה)

- ד.

ה.

אז אלע חלקי התורה זיינען מתאים איינער מיט די אנדערע און זיינען עולה בקנה אחד; איז דערפון פארשטאנדיק,

אז די מנהגים פון גדולי ישראל

(וההולכים בעקבותיהם)

וואס תוכנם איז לכתחילה מיוסד אויף פנימיות התורה,

מוזן זיין בהתאם צו זייער ענין ע״פ הלכה 23 .

איז ניט מובן בנדו״ד: וויבאלד אז ע״פ ההלכה איז די מצוה פון סוכה מחייב אז מ׳זאל אין איר שלאפן* 23

- ווי קען זיין,

אז דער תוכן פנימי פון סוכה

(דער "אור מקיף" וואס איז מאיר אין סוכה)

זאל זיין בסתירה לזה

(און ניט דערלאזן שינה בסוכה)?

!

או — נוסף לזה: דער ביאור הנ״ל

(סעיף ב)

איז נאר א היתר אויף צו ניט שלאפן אין סוכה

(וויבאלד אז "תשבו כעין תדורו",

כנ״ל)

; אבער סו״ם פעלט לכאורה אין קיום מצות סוכה; און ווי קען מען זאגן,

אז דער תוכן פנימי פון סוכה זאל גורם זיין אז עם זאל פעלן ח״ו אין קיום מצות סוכה

(בפשטות ע״פ הלכה)

כדבעי ובשלימות?

ולכאורה,

אדרבה: צום תוכן פנימי פון א מצוה

(בעניננו — דער גילוי אור מקיף פון

סוכה)

קען מען צוקומען דוקא לאחרי וע״י קיום המצוה בפשטות ובגשמיות!

ד.

לכאורה יש לומר ע״פ המבואר אין צפנת פענח 24

— אז עס איז דא א חילוק עקרי צווישן אכילה ושתי׳ בסוכה און שינה בסוכה: אכילה ושתי׳ זיינען קיום מצות סוכה 25

,

משא״כ שינה בסוכה ,

לא הוה קיום מצוה רק שאסור לישן חוץ לסוכה".

און עפ״ז איז ער מבאר וואס אין גמרא 26

און רמב״ם 27

(ביים תיאור פון מצות ישיבה בסוכה 28 )

ווערט ניט דערמאנט דער פרט פון שינה,

נאר בלויז אכילה ושתי׳ — "אוכל ושותה ומטייל בסוכה" 29

(און ניט שינה).

[דערמיט פארענטפערט ער אויך בפשטות די שאלה 30

— פארוואם מאכט מען ניט קיין ברכה אויף שינה בסוכה?

— ווייל מיט שינה בסוכה טוט זיך ניט אויף דער קיום מצות סוכה,

נאר בלויז אן ענין פון שלילת האיסור,

וואס מען טאר ניט שלאפן חוץ לסוכה].

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אויך ווען איינער שלאפט בהיתר חוץ לסוכה,

וויבאלד אבער ער איז אוכל ושותה בסוכה,

פעלט ביי אים גארניט אין קיום מצות ישיבה בסוכה.

ועפ״ז איז מובן,

אז ס׳איז ניטא קיין

סתירה אין דעם,

וואס לויט תוכנה הפנימי איז סוכה "מבלבל" ענין השינה,

בו בזמן אז ע״פ הלכה מוז מען גאר שלאפן אין א סוכה — ווייל שינה בסוכה איז ניט א חלק פון עצם מצות

(ישיבה ב)

סוכה; דער חיוב פון שינה בסוכה איז נאר א

(תוצאה פונעם)

איסור צו שלאפן חוץ לסוכה,

כנ״ל.

ובנדו״ד,

וויבאלד דאס איז גורם צער כו' איז דער איסור מלכתחילה ניטא.

[ואין להקשות: סו״ס איז נאך אלץ ניט גלאטיק — ווי איז שייך אז ע״פ הלכה זאל מצות סוכה גורם זיין אן איסור צו שלאפן חוץ לסוכה* 23 ,

בעת אז מצד דעם תוכן פנימי פון דער מצוה איז,

אדרבה — די שינה חיץ לסיכה איז א דבר המותר

(און אפילו אן אופן הראוי)?

- ווייל התורה על הרוב תדבר 31

-פרטי המצוות זיינען אויסגעשטעלט לויטן תוכן הענין ווי ס׳איז ביי רוב בני אדם,

און וויבאלד אז רוב בני אדם זיינען ניט מרגיש דעם אור מקיף פון סוכה,

ווערט אדרבה,

א חיוב פון שינה בסוכה

(ווייל עם מוז זיין "תשבו כעין תדורו")

; און דער־ פאר איז קיין סתירה ניט,

וואס ביי א מיעוט - די יחידי סגולה 32

וועלכע זיינען יע מרגיש דעם אור מקיף פון סוכה 33

-איז דער תוכן פנימי פון סוכה גורם אז זיי זאלן ווערן פטור

(ע״פ הלכה,

כנ״ל ס״ב)

פון שינה בסוכה 34 ].

ה.

אבער באמת קען מען אזוי ניט פארענטפערן מנהג רבותינו נשיאינו — ווייל לויטן פסק הלכה פון אלטן רכי־ן בשולחנו,

איז אויך שינה א טייל פון מצות ישיבה בסוכה.

ווי ער זאגט בפירוש 35

"כיצד מצות ישיבה בסוכה שיהי׳ אוכל ושותה וישן ויטייל ודר בסוכה".

[ומקורו — פון רמ״א 38

: אויף דעם לשון המחבר

(וואס איז לשון הרמב״ם)

"כיצד מצות ישיבה בסוכה שיהי׳ אוכל ושותה ודר בסוכה",

איז דער רמ״א מוסיף די ווערטער "

(אוכל ושותה)

וישן ומטייל".

ד.

ה.

דער רמ״א האלט אז מצות ישיבה בסוכה איז כולל אויך שינה

(וטיול)

בסוכה".

ולכאורה איז דאס אויך דעת הטור,

וועלכער איז מוסיף 38

(אויף לשון הש"ס“ הנ״ל)

"אוכל ושותה וישן".

און דאס איז מתאים מיט דעת רש״י 39

(אראפגעבראכט אין צפע״נ שם 40 )

אז ״עיקר ישיבת הסוכה — אכילה שתי׳ ושינה"].

ועד״ז געפינט מען,

אז דער אלטער רבי פסק׳נט 41

אז די ברכה אויף מצות סוכה באציט זיך אויך אויף שינה בסוכה

(נאר סאיז ניטא קיין באזונדער ברכה אויף שינה,

ווייל דאס איז מען יוצא מיט דער ברכה אויף אכילה בסוכה 42 ).

והדרא קושיא לדוכתא: וויבאלד אז לויט שיטת אדמו״ר הזקן איז "מצות ישיבה בסוכה" כולל אויך שינה בסוכה — ווי קען מען זאגן,

אז דער תוכן פנימי פון דער מצוה איז סותר ענין השינה?

ו.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדם וואס חז״ל דערציילן 43

בנוגע לשמחת בית השואבה — "כשהיינו שמחים שמחת בית השואבה ..

לא טעמנו טעם שינה דהוו מנמנמי אכתפא דהדדי".

פון דעם איו מובן,

אז אין די טעג פון שמחת בית השואבה האבן די תנאים ניט געשלאפן בסוכה 44

(ווייל דער פירוש אין

"מנמנמי אכתפא דהדדי״ איז,

אז דער נמנום איז געווען

(ניט אין סוכה 45 ,

נאר)

אין דעם מקום

(עזרה)

וואו מ׳האט אלע צוזאמען געפראוועט שמחת בית השואבה).

איז לכאורה ניט גלאטיק: אע״פ אז דער נמנום חוץ לסוכה איז זיכער גע־ ווען ע״פ היתר התורה 46

— איז אבער

ברור אז די תנאים האבן זיך משתדל געווען צו מקיים זיין מצות ישיבה בסוכה כל שבעה 47

("בסוכות תשבו שבעת ימים" 48 )

מיט דעם גרעסטן הידור,

ובלשון המשנה 49

"כל שבעת הימים אדם עושה סוכתו קבע";

און וויבאלד אז "עיקר ישיבת הסוכה אכילה שתי׳ ושינה״

(כנ״ל)

— ווי קומט עם,

אז מ׳זאל לכתחילה קובע זיין דעם סדר פון חגיגת חג הסוכות באופן

(פון נמנום חוץ לסוכה 50 ,

ובמילא)

אז עס

פעלט אין דער שלימות פון "סוכתו קבע"

(ווארום מ׳האט ניט "עיקר ישיבת הסוכה

(וואס איז כולל)

(אכילה שתי׳ ו)

שינה״)?

ו

איז דערפון גופא געדרונגען,

אז אפילו ווען מ׳איז ישן

(ע״פ היתר התורה)

חוץ לסוכה,

קען זיך אויפטאן לכל הריעות

[אויך לפי פסק אדה״ז הנ״ל אז מצות ישיבה בסוכה איז כולל שינה בסוכה]

דער קיום מצות "בסוכות תשבו" בשליחותה

(מיט דעם הידור ווי תנאים האבן מקיים געווען א מצוה).

ז.

ויש לומר די הסברה אין דעם:

דאס וואס מצות ישיבה בסוכה איז כולל ענין השינה,

איז ניט דער פירוש אין דעם,

אז מצות סוכה לייגט ארויף א באזונדער חיוב פון שינה בסוכה

— וואס דעמאלט וואלט אויסקומען,

אז ווען איינער שלאפט ניט אין סוכה

(מאיזה טעם שיהי',

אפילו צוליב דעם וואס תורה פטר׳ט אים פון שינה בסוכה),

פעלט בפועל 51

ביי אים אין קיום מצות ישיבה בסוכה כדבעי —

נאר עס איז בלויז א פרט פון דעם חיוב כללי "תשבו כעין תדורו": דער חיוב התורה איז — "בסוכות תשבו שבעת ימים",

עם דארף זיין ישיבה

(והעכבה 52 )

אין סוכה — "סוכתו קבע"; נאר אזוי ווי קביעות הישיבה פונעם אדם איז פארבונדן מיטן מקום וואו ער טוט זיינע ענינים עיקריים — אכילה שתי׳ ושינה — דעריבער איז דער חיוב פון

"בסוכות תשבו" כולל

(בעיקר)

אט די דריי ענינים.

און וויבאלד אז עיקר קביעות ישיבתו של אדם ווערט באשטימט

(ניט אין "מקום לינה",

נאר)

אין מקום אכילתו דוקא

(ווי דער צפע״נ 24

ברענגט די ראי׳ פון הלכות עירובין 53 )

— דעריבער,

איז אין די דריי ענינים

(אכילה שתי׳ ושינה)

גופא,

איז דער עיקר ענין פון ישיבה בסוכה פארבונדן מיט אכילה דוקא 54 .

ווי דער אלטער רבי זאגט בפירוש 55 ,

אז "אכילה

(ש)

היא עיקר מצות הישיבה בסוכה"

(כאטש אז די מצוה איז כולל אויך שינה בסוכה,

כנ״ל),

ומהאי טעמא מאכט מען די ברכה על אכילה בסוכה דוקא,

און די ברכה על האכילה פטר׳ט שתי׳ ושינה וטיול,

ווייל זיי זיינען "נמשכים וטפלים לאכילה" 56 .

און דערפאר איז ניט געווען נויטיק אז די תנאים זאלן גיין "מנמנם" זיין אין א סוכה כדי אז ביי זיי זאל זיין "סוכתו קבע״ — ווייל דאס האבן זיי אויפ־ געטאן בשליחות דורך זייער אכילה בסוכה

(ווי די גמרא 57

דערציילט זייער סדר היום "...

משם לאכילה ושתי"׳,

רואם זיכער איז די "אכילה ושתי׳" גע־ ווען בסוכה 58 ),

וויבאלד אז אכילה טוט אויף די

(עיקר)

"ישיבה"

(העכבה)

וקביעות אין סוכה,

אזוי אז ביי זיי האט גאר־ ניט געפעלט אין קיום מצות "בסוכות תשבו".

ועפ״ז מובז אייך בעניננו,

אז כאטש דער תוכן פנימי פון חג הסוכות איז מונע דעם ענין השינה בסוכה — פעלט כלל ניט עי״ז אין קיום מצות ישיבה בסוכה ע״פ הלכה.

[און דאס וואס ע״פ הלכה איז שינה בסוכה א פרט פון מצות ישיבה בסוכה — איז עם דערפאר וואס התורה על הרוב תדבר,

און רוב בני אדם זיינען ניט מרגיש דעם אור מקיף שבסוכה,

כנ״ל סוף סעיף ד].

ח.

אמנם,

די הסברה פארענטפערט נאר דעם פתגם פון כ״ק אדמו״ר האמצעי און די הנהגה פון כ״ק מו״ח אדמו״ר ויחידי סגולה,

וועלכע זיינען מרגיש דעם אור מקיף שבסוכה.

מ׳זעט דאך אבער אין דער הנהגה פון כמה וכמה,

אז אויך אזעלכע,

וואס זיינען נאך ניט אין דער דרגא פון

(קענען)

מרגיש זיין דעם "אור מקיף" שבסוכה,

זיינען זיך ניט נוהג צו מהדר זיין צו שלאפן אין סוכה

(כאטש אז באכו״ש זיינען זיי מהדר אפילו במקום שאין חיוב).

איז די הסברה אין דעם בפשטות:

חסידים,

זייענדיק מקושר צו רבותינו נשיאינו,

לערנען תורתם

(ע״מ לעשות)

און גייען בדרכיהם — איז מנהג רבותיהם בידיהם

(ע״ד ווי די גמרא 59

דערציילט אז "רב אחא ..

מהדר אתרי וחד"

(נעמען א הדם וואס האט נאר "שני עלין בעוקץ אחד ועלה אחד מלמטה ועולה ורוכב על השנים" 60 )

ווי די דיעה פון רב כהנא,

כאטש אז רב כהנא עצמו זאגט נאר "אפילו תרי וחד",

אבער "תלתא בחד קינא כל שכן דכשר" 61

,

נאר "הואיל ונפק מפומי׳ דרב כהנא״ איז דאס ביי תלמידו געווען אן ענין של הידור — צו טאן דוקא כוותי׳)

ונוסף בעניננו: דער ניט פירן זיך בפועל כהנהגת רבותיהם בכל שאפשר — מאכט בא זיי א צער

(וואס המצטער פטור מן הסוכה)

* 61

ויתירה מזו בנדו״ד,

וואס דער מיטע־ לער רבי האט דעם ענין געמאנט פון חסידים

(ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר דער־ ציילט אין דער שיחה 62 )

— קען ער

(השייך לרבותינו נשיאינו)

ניט שלאפן רואיקערהייט אין סוכה.

ווייל כאטש דער "אור" הסוכה איז ניט מבלבל זיין שינה — איז ער דאך אבער מצטער דערפון גופא,

פארוואם האלט ער ניט ביי דער מדריגה אז דער אור הסוכה זאל ביי אים לייכטן כ״כ בגלוי ביז ער זאל ניט קענען שלאפן אין סוכה;

און אפילו איינער וואס אים ארט ניט פארוואם ער איז ניט מרגיש דעם אור שבסוכה — איז ער אבער זיך מצטער פארוואם דער ווארט פון מיטעלער רבי׳ן דערנעמט אים ניט;

און מצד דעם,

איז דער שלאפן אין סוכה* 62

גורם ביי אים א צער - היתכן ער קען שלאפן בלי צער אין סוכה - און המצטער פטור מן הסוכה.

[איו אע״פ אז דער צער קומט ניט פון דער סוכה עצמה,

נאר פון אן ענין צדדי

(פון זיין פחיתות המצב,

וואס אים ארט ניט א ווארט פון מיטעלער רבי׳ן)

— איז אבער דער דין פון מצטער פטור מן הסוכה ניט נאר אין פאל ווען דער צער קומט פון דער סוכה עצמה,

נאר אויך 63

ווען די סיבת הצער

(בישיבה בסוכה)

איז פון א דבר שמבחוץ 64 ,

אזוי ווי קור,

גשמים וכיו״ב.

וכן בעניננו,

אז וויבאלד לפועל איז שינתו בסוכה פארבונדן מיט צער

(מצד "קור",

מצד דעם וואס עם איז ניט בהתאם צו רצונו של אדמו״ר האמצעי)

איו ער פטור מן הסוכה].

* * *

ויהי רצון,

אז מ׳זאל זוכה זיין בקרוב ממש צו סוכת עורו של לויתן 65

,

וב־ כללות צום "ופרוס עלינו סוכת שלומיך" — דער גילוי דלעתיד

(וואס א מעין דערפון איז מאיר אין דעם מקיף הסוכה)

66

— בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

ובמהרה בימינו ממש.

(משיחות יום ב׳ דחה״ס,

יום שמח״ת ושבת בראשית תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.