א.
שויו גערעדט פיל מאל,
אז ענינו של רש״י בפירושו על התורה איז
(ווי רש״י אלייז גיט ארוים דעם כלל 1 )
"אני לא באתי אלא לפשוטו של מקרא",
און אפילו איו די ערטער וואו בהשקפה ראשונה זעט אוים אז רש״י ברענגט סתם אראפ א דרש
(של חז״ל),
אבער כד דייקת זעט מען אז דער געבראכטער דרש
(אויב ער זאגט ניט אויף דעם "רבותינו דרשו" וכיו״ב)
איז מוכרח בפשוטו של מקרא 2 .
און דאם איז ניכר באופן בולט אין פירוש רש״י בפרשתנו: רש״י זאגט א פירוש וואס וועו מ׳איז מעיין אין די מקורות פונעם פירוש זעט מען אז דאם זיינען דריי באזונדערע דרשות חז״ל — איינע אין גמרא,
די צווייטע אין ספרי בפ׳ וילך און לבסוף א דרש וואט שטייט אין ספרי על אתר — און במקורם האבן די דרשות קיין שייכות ניט צווישן זין,
אבער רש״י בפירושו על התורה איז זיי אלע דריי מצרף און כולל אין איין פירוש!
ובע״כ צ״ל אז זיי זיינען נוגע צו פשט הכתוב,
וואס דאס בינדט זיי צוזאמען; ובמילא איז אויך דער סדר הבאתם בפירושו אן ענין וואם איז אין פשש״מ — וכמשי״ת להלן.
ב.
אויפן פסוק 3
"ויבא משה וידבר גו׳ הוא והושע בן נון" איז רש״י מעתיק
פון פסוק די ווערטער "הוא והושע בן נון" און איז מפרש: "שבת של דיוזגי היתה נטלה רשות מזה ונתנה לזה העמיד לו משה מתורגמן ליהושע שיהא דורש בחייו כדי שלא יאמרו ישראל בחיי רבך לא הי׳ לך להרים ראש ולמה קוראו כאן הושע לומר שלא זחה דעתו עליו שאע״פ שנתנה לו גדולה השפיל עצמו כאשר מתחלתו".
התחלת פירש״י — "שבת של דיוזגי היתה נטלה רשות מזה ונתנה לזה" שטייט אין גמרא סוטה 4
; דער המשך פרש״י "העמיד לו משה מתורגמן ליהושע כו"׳ שטייט אין ספרי פ׳ וילך 5 ,
און דער תוכן פון סיום פרש״י "ולמה קוראו כאן הושע" שטייט אין ספרי פרשתנו עה״פ.
פארוואס איז דא רש״י מצרף די דריי באזונדערע מאמרים אין איין פירוש?
און נאכמער: בשלמא די ערשטע צוויי ענינים אין פרש״י —
(א)
"שבת של דיוזגי כו"׳,
(ב)
"העמיד לו משה מתורגמן ליהושע כו״׳ — האבן א שייכות צווישן זיך בתוכנם — אויך אין צווייטן ענין איז מודגש ווי דער ענין ה״רשות" איז אריבער צו יהושע׳ן; אבער דער המשך הפירוש "ולמה קוראו כאן הושע כו"׳ איז לכאורה אינגאנצן א באזונדער באווארעניש,
וואס האט קיין שייכות ניט צו דעם פריערדיקן ענין — און אעפ״כ איז לא די וואס רש״י שטעלט עם אריין
אין דעם זעלבן ד״ה,
נאר ער פארבינדט עם נאך מיט א וא״ו המחבר־מוסיף — ״ולמה קוראו כאן כו׳״ 6
— כאילו ווי די שאלה שטעלט זיך דוקא לאחרי ובהמשך צום פריערדיקן פירוש "שבת של דיוזגי כו׳ העמיד לו משה מתורגמן כו׳"!
די תמי׳ הנ״ל — וואם רש״י איז מצרף דריי באזונדערע ענינים צוזאמען — איז נאך גרעסער: ניט נאר קומען זיי אין באזונדערע ערטער און אפילו באזונדערע ספרים ומדרשי חז״ל — נאר רש״י אליי! ברענגט די
(ערשטע צוויי)
מאמרים במקום אחר אבער יעדערן פאר זיר! אין פ׳ פינחס אויפן פסוק 7
"וסמכת את ידך עליו״ זאגט רש״י 8
״תן לו מתורגמן שידרוש בחייך שלא יאמרו עליו לא הי׳ לו להרים ראש בימי משה"; און אין אנהויב פ׳ וילך,
אויפן פסוק 9
"לא אוכל עוד לצאת ולבא",
זאגט רש״י "איני רשאי שנטלה ממני הרשות וניתנה ליהושע״ — ד.
ה.
אז אויך לויט רש״י זיינען די צוויי ענינים
(נטלה הרשות כו׳ און העמיד לו משה מתורגמן כו׳)
ניט תלוי איינער אין דעם אנדערן — וואם איז מכריח רש״י צו פארבינדן זיי צוזאמען אין אונזער פסוק?
ג.
אויך דארף מען פארשטיין: דער מאמר "שבת של דיוזגי היתה נטלה רשות מזה ונתנה לזה" שטייט אין גמרא בנוגע אן אנדערן
(פריערדיקן)
פסוק,
איו פ׳ וילך — "וילך משה ויהושע ויתיצבו באהל מועד" 10 .
ולכאורה האט
רש״י געדארפט זאגן דעם גאנצן פירוש אויף רעם פסוק אין פ׳ וילך,
וואו עס שטייט בלשון זו
(משה ויהושע)
צום ערשטן מאל 11 .
מען קען ניט פארענטפערן,
אז היות ווי רש״י האט שוין געבראכט דעם תוכן פון דעם פירוש אין אנהויב פ׳ וילך
(כנ״ל),
דארף שוין רש״י ניט איבערחזר׳ן דעם ענין נאכאמאל אין המשך הפרשה אויפן פסוק "וילך משה ויהושע" — ווייל אויב אזוי,
פארוואם דארף עם רש״י נאכאמאל איבערחזר׳ן בפרשתנו?
און נאך מער: דוקא בפרשתנו איז ער מוסיף דעם ענין פון "שבת של דיוזגי היתה״
ועד״ז איז ניט פארשטאנדיק בנוגע דעם ענין פון "העמיד לו משה מתורגמן כו"׳: וויבאלד רש״י האט שוין געבראכט דעם ענין אין פ׳ פינחס
(אז דער אויבערשטער האט געהייסן משה׳ן "תן לו מתורגמן כו״׳ — וואם זיכער האט עם משה מקיים געווען)
— פארוואס דארף עם רש״י נאכאמאל איבערחזר׳ן בפרשתנו?
אפילו את״ל אז דאם איז ע״ד ווי מ׳געפינט בכ״מ בפרש״י,
אז אן ענין וואם ער האט מפרש געווען אין א פריערדיקן ספר חזר׳ט ער אים איבער נאכאמאל אין א ספר שלאח״ז; וכש״כ בנדו״ד וואו עם רעדט זיך ניט וועגן דעם זעלבן ענין בדיוק — אין פ׳ פינחס רעדט זיר וועגן דעם ציווי הקב״ה "תן לו מתורגמן״ און בפרשתנו — וועגן דער עשי׳ בפועל "העמיד לו משה מתורגמן"
— איז אבער ניט מובן,
פארוואס דארף ער איבערחזר׳ן אלע פרטים,
אויך דעם טעם ,
כדי שלא יאמרו ישראל כו׳",
וויבאלד ער האט דאס שוין מפרש גע-ווען בפ׳ פינחס
[ווארום כמדובר כמ״פ,
בשעת רש״י חזר׳ט איבער א פירוש וואס ער האט שוין געזאגט פריער,
זאגט ער דאס נאר בקיצור 12 ,
און אין די ערטער וואו ער זאגט עם איבער מיט אלע פרטים,
איז עם דערפאר וואם דאם איז מוכרח מצד די כתובים על אתר].
אויך דארף מען פארשטיין: דעם לשון ״שבת של דיוזגי״ טייטשט אפ רש״י
(אין גמרא) 13
: "שני זוגות שני חברים היו בה תחלת היום למשה וסופו ליהושע",
וואם בפשטות באווארנט דא רש״י,
אז ״דויזגי״ קען דא ניט געטייטשט ווערן כפשוטו,
מלשון זוג — ווארום די נשיאות פון משה איז געווען בתחלת היום און פון יהושע׳ן בסופו
(ס׳איז ניט געווען אן ענין פון א "זוג",
ביידע צוזאמען)
— נאר עס מיינט "שני חברים היו".
איז ניט מובן: וויבאלד אז רש״י אין גמרא דארף דאם באווארענען
(צו א בן חמש עשרה לגמרא),
איז פשיטא אז ער דארף עם טאן אין לימוד ע״פ פשט
(צו א בן חמש למקרא)?
ד.
וועט מען כ״ז פארשטיין בהקדים לבאר ד עם שינויי הלשונות אין פרש״י,
לגבי דעם לשון במקורו אין ספרי:
א)
אין ספרי שטייט "תן לו מתורגמן ליהושע והוא שואל ודורש ומורה בהוריות בחייך וכשתפטר לא יהו ישראל אומרים לו בחיי משה רבך לא היית
מדבר ועכשיו אתה מדבר" 14 .
משא״ב בפרש״י "שיהא דורש בחייו כו׳ בחיי רבך לא הי׳ לך להרים ראש".
וואם איז דער דיוק הלשון "להרים ראש"?
ב)
בנוגע דעם טעם וואס ער ווערט דא אנגערופן "הושע" שטייט אין ספרי "ללמדך צדקתו של יהושע שומע אני שצפה 15
דעתו עליו משנתנה 15
ברשות ת״ל הוא והושע בן נון הושע בצדקתו אע״פ שנתמנה פרנס על הצבור הוא הושע בצדקו״ 16 .
רש״י זאגט אבער אינגאנצן אנדערש — "שלא זחה דעתו עליו שאע״פ שניתנה לו גדולה השפיל עצמו כאשר מתחלתו".
ה.
וי״ל דעם ביאור בכל זה:
דער טעם וואס רש״י זאגט ניט דעם ענין פון "שבת של דיוזגי היתה" גלייך אין אנהויב פ׳ וילך,
איז — ווייל דארטן איז ניטא קיין הכרח צו זאגן אז דעמאלט האט זיך שוין אנגעהויבן בפועל נשיאותו של יהושע.
ווארום אע״פ אז רש״י זאגט "איני רשאי שניטלה ממני הרשות וניתנה ליהושע",
איז דאך רש״י גלייך ממשיך
(בהמשך פירושו)
"וה׳ אמר אלי זהו פירוש לא אובל עוד לצאת ולבא לפי שה׳ אמר אלי
(לא תעבור את הירדן הזה 17 )
".
ד.
ה.
אז נתינת הרשות צו יהושע איז נוגע
(ניט בו ביום,
נאר)
צוליב דעם ענין ובמילא — דעם זמן פון "תעבור את הירדן הזה".
ובמילא איז ניטא קיין הכרח אז בעת אמירת משה "לא אוכל עוד לצאת ולבא" האט זיך שוין אנגעהויבן בפועל נשיאותו של יהושע.
עד״ז אין פסוק "וילך משה ויהושע ויתיצבו באהל מועד"
(ווייטער אין פ׳ וילך)
— איז אין דעם
(אז יהושע איז אריין צוזאמען מיט משה׳ן אין אהל מועד)
ניטא קיין תוכן אז יהושע איז שוין געווען א נשיא על ישראל בפועל — דאס איז נאך געווען א קיום האמירה פון דעם אויבערשטן "קרא את יהושע והתיצבו באהל מועד ואצונו" 18
בשעת אבער מ׳קומט צו פרשתנו,
וואו דער פסוק זאגט "וידבר גו׳ הוא והושע בן נון" ווערט דא די תמי׳: וואם איז כוונת הכתוב אין מצרף זיין יהושע מיט משה׳ן — ווי קומט דא אריין יהושע
(הושע)?
! אין הכי נמי אז יהושע "לא ימיש מתוך האהל" 19 ,
ער איז שטענדיק געווען מיט משה׳ן — אבער מאי טעמא וואם די תורה זאגט עס בפירוש דוקא דאי
מוז מען זאגן,
אז די ווערטער "הוא והושע בן נון" באציען זיך צו דעם "וידבר" שבתחילת הכתוב,
ד.
ה.
נאך דעם ווי די תורה דערציילט אז משה האט געזאגט די שירה,
איז דער פסוק מוסיף 20
״הוא והושע בן נון״ — די שירה האט געזאגט ניט בלויז משה אליין נאר אויך יהושע בן נון האט עם געזאגט
"באזני העם".
נאך מער: פון דעם וואם די תורה זאגט ״הוא והושע בן נון״ — דלכאורה איז דער ווארט ״הוא״ איבעריק — איז מובן,
אז די תורה איז דערמיט מדגיש אז משה ויהושע זיינען דא געווען ביידע גלייך
(אין דעם ענין ואופן דיבור זה - בסגנון פון א נשיא - לבנ״י).
און דעריבער זאגט רש״י דווקא דא אז "שבת של דיוזגי היתה",
און רש״י דארף ניט אויסטייטשן וואם דאם מיינט — כוונתו בזה איז פשוטו כמשמעו,
אז זיי זיינען געווען ביידע צוזאמען א זוג פון נשיאים 21 .
[און דערמיט מאכט רש״י קלאר,
אז דאס וואס ער איז ממשיך לאח״ז "נטלה רשות מזה ונתנה לזה" מיינט ניט אז דאן האט זיך שוין געענדיקט נשיאותו של משה,
נאר אז ס׳איז געווען אין אן אופן פון "זוג",
ביידע צוזאמען; נאר וויבאלד אז משה איז שוין ניט געווען דער איינציקער נשיא
(אין אן אופן פון "דבר אחד לדור" 22 )
זאגט מען אויף דעם "נטלה רשות מזה ונתנה לזה" 23 ].
ו.
דערמיט ווערט אויך פארענטפערט בפשטות פארוואס רש״י איז דא מוסיף "העמיד לו משה מתורגמן ליהושע כו׳״ — און איז זיך ניט מסתפק מיט "ניטלה רשות מזה ונתנה לזה"
(כפירושו פריער אין פ׳ וילך)
_ ווייל אין דעם באשטייט דער חידוש פון דעם פסוק "הוא והושע בן נון",
אז יהושע האט בפועל גערעדט מיט אידן אין דעם זעלבן אופן ווי משה,
נשיאות בפועל; יהושע האט געדרש׳נט "באזני העם" ווי א נשיא דרש׳נט — מיט א מתורגמן 24 .
עפ״ז איז אויך פארשטאנדיק דער חידוש פון דעם פירוש רש״י לגבי פירושו בפ׳ פינחס
(וואו ער זאגט "תן לו מתורגמן שידרוש בחייך")
:
"מתורגמן" פאר דרשת יהושע פון פ׳ פינחס איז ניט געווען אן ענין פון נשיאות 25 ,
נאר — כדי לאפוקי אז אידן זאלן
ניט זאגן "לא הי׳ לו להרים ראש בימי משה״,
און דערפאר איז געווען דער אנזאג "תן לו מתורגמן שידרוש בחייך"; משא״כ בפרשתנו זאגט עם רש״י בהמשך לפירושו לפנ״ז "שבת של דיוזגי היתה נטלה רשות מזה ונתנה לזה״ — והיינו,
אז דא איז עם ביי יהושע געווען בתור נשיאות,
ביז אין אן אופן פון ״דויזגי״ — יהושע איז א בן זוג פון משה רבינו.
ז.
אבער,
רש״י קען זיך ניט מסתפק זיין מיט זאגן "שבת של דיוזגי כו׳ העמיד לו משה מתורגמן כו״׳ — ווייל לפ״ז ווערט נתעורר א תמי׳ גדולה: פארוואס האט זיך געפאדערט אזא סדר אז נשיאותו של יהושע זאל זיך אנהויבן נאך בחיי משה
(היפך הכלל "דבר אחד לדור")?
!
אין הכי נמי,
משה האט געדארפט ממנה זיין יהושע׳ן אלם זיין ממלא מקום,
אבער וואס איז דער הכרח אז יהושע
(תלמידו של משה)
זאל פירן נשיאות בחיי
(רבו)
משה
(און אין אן אופן פון ״דויזגי״ — ביידע צוזאמען)
— און ניט ווי מען געפינט ביי אנדערע ממלאי־מקום פון די נשיאים שלפניהם,
אז די נשיאות פון ממלא־מקום
(אפילו ווען ער איז דערצו באשטימט געווארן אין פאראויס)
האט זיך אנגעהויבן לאחרי פטירת הנשיא שלפניו 26 ?
אויף ד עם איז רש״י ממשיך "שלא יאמרו ישראל בחיי רבך לא הי׳ לך
להרים ראש": דוקא ביי יהושע׳ן האט זיר געפאדערט א ,
הרמה" מיוחדת,
מצד דעם וואס בחיי משה איז זיין גאנצע הנהגה געווען אין א כיוון הפכי — פארקערט בתכלית פון רוממות,
ביטול ושפלות: כל מהותו איז באשטאנען אין דעם וואם ער איז "משרת משה",
"ומשרתו יהושע גו׳ וער לא ימיש גו׳" 27 ,
ער איז כסדר געשטאנען אין א תנועה פון תכלית הביטול — "נער" 28
ו״משרת"
!ניט ווי מ׳געפינט לדוגמא ביי אהרן,
דאע״פ וואס משה איז געווען דער נשיא,
האט אויך אהרן אליין געלערנט תורה מיט אלע אידן
(ווי רש״י ברענגט 29
אין דעם "סדר משנה").
אבער ביי יהושע׳ן געפינט מען ניט ביז דאמאלס קיין ענין של רוממות על כל ישראל 30 ].
און דערפאר האט מען דא במיוחד געדארפט באווארענען אז אידן זאלן ניט זאגן "בחיי רבך לא הי׳ לך להרים ראש" — היות אז ביי אים האט געפעלט לגמרי
הרמת ראש
(בחיי רבו) 31 ,
איז ער דערפאר ניט מסוגל צו זיין א נשיא ישראל.
און ז־עריבער "העמיד לו משה מתורגמן ליהושע שיהא דורש בחייו".
ח.
ע״פ כ״ז וועט מען אויך פארשטיין דעם המשך אין פרשיי "ולמה קוראו כאן הושע לומר שלא זחה דעתו עליו כו׳"
(און רש״י איז מדייק צו זאגן "השפיל עצמו כאשר בתחילתו",
ניט ווי אין ספרי "הוא הושע בצדקו כו׳")
:
די שאלה איז ניט סתם "למה קוראו הושע" לאחרי ווי מ׳האט אים א נאמען געגעבן ״יהושע״ — נאר "ולמה קוראו כאן הושע",
אין רעם פסוק.
דלכאורה,
אדרבה —דוקא אין דעם פסוק איז מתאים מ׳זאל אים רופן "יהושע":
וויבאלד דער פסוק קומט מדגיש זיין דעם ענין והכרח פון הרמת ראש
(נשיאות)
של יהושע שוין בחיי משה — ווי קומט עס אז דער פסוק קלייבט דא אויס דווקא דעם נאמען "הושע",
וואם ער האט געהאט איידער משה האט אים א נאמען געגעבן "יהושע" 32
(וואס דערמאנט אז יהושע האט געדארפט אנקומען צו דער תפילה
(מיוחדת)
און פון משה׳ן אז בעתיד "י״ה יושיעך מעצת מרגלים" 33 )?
אויף דעם איז רש״י מבאר,
אז אדרבה ״לומר״ — דאם קומט לערנען מעלתו של יהושע ״שלא זחה דעתו עליו שאע״פ שנתנה לו גדולה השפיל עצמו כאשר מתחלתו": טבע האדם איז,
אז בשעת ער
איז עולה לגדולה ענדערן זיד זיינע מדות והנהגות בהתאם צו דעם שינוי וגדולה שלו.
ועאכו״כ בעניו נשיאות,
אז ווען איינער ווערט נתמנה אלם נשיא,
רופט עם ביי אים ארויס א תנועה פון גדולה והתנשאות.
ניט ח״ו א תנועה פון גאוה 34
וישות ח״ו — נאר אין קדושה גופא,
א תנועה 35
פון גדולה ורוממות וואס פאדערט זיד ע־פ תורה — כדי דער נשיא זאל קענען פירן נשיאותו כדבעי.
און ווי רש״י בריינגט בנדו״ד אז דער אויבערשטער זאגט אן יהושע "טול מקל והך" 36 .
און דאם דערציילט די תורה,
אז ניט קוקנדיק אויף דעם וואס מ׳האט געגעבן יהושע׳ן גדולה — און ער האט זיכער באקומעו בסמיכת משה בעין יפה די נויטיקע גדולה והתנשאות וואס א נשיא דארף האבן 37
— איז אבער ביחד עם זה ביי אים געווען די תנועה והנהגה פון "השפיל עצמו כאשר מחחלחו":
פונקט ווי איידער מ׳האט אים געגעבן גדולה,
איז זיין עניו געווען — "משרת משה",
א הנהגה פון שפלות,
אזוי אויך דערנאך,
ווען ניתנה לו גדולה,
איז ביי אים געבליבן די זעלבע הנהגה ותנועה פון שפלות עצמו,
"השפיל עצמו כאשר מתחלתו".
וי״ל
שזהו שייר גם לזה שרש״י האט אראפגעבראכט פריער 38
"פני משה כחמה פני יהושע כלבנה",
אז ביי אים האט זיר שטענדיק אנגעהערט אז ער איז א מקבל
(ווי לבנה פון דעם שמש),
ובמילא בקטנות ושפלות ,3
בהתאם לזה.
ט.
פון דעם האט מען אויך א הוראה אין עבודת כאו״א:
כשם ווי ס׳איז געווען ביי יהושע׳ו,
אז לאחרי ווי ער האט זוכה געווען צו גדולה,
און ניט צו גדולה סתם,
נאר צו א גדולה נעלית כזו אז ער האט געהאט נשיאות שוין בחיי משה און נאכמער אין אן אופן פון "דיוזגי",
איז ער פונדעסטוועגן געווען ביי זיר שפל בתכלית "כאשר מתחילתו",
עד״ז איז ביי יעדן אידן
(ובפרט אז משה״ 4
מסרה — ליהושע)
: בשעת ער איז זוכה צו אן ענין של גדלות,
גדלות אין אן ענין של שררה,
אדער א גדלות בשאר ענינים,
וואס ער איז זוכה צו ברכות נעלות פון אויבערשטן — קען ער דאר מאכן א חשבון,
אז דערפון גופא וואס ער האט זוכה געווען צו די גדלות,
איז א סימן אז דוקא ער איז ראוי לזה,
ובמילא רופט עם ארויס ביי אים א תנועה פון הרחבת הדעת — טאקע ניט קיין גאוה ח״ו,
אבער עכ״פ א תנועה של הרחבה ורוממות,
לערנט מען פון יהושע׳ן אז אדרבה: דוקא ווען מ׳איז זוכה צו אן ענין של
גדולה,
דארך זיין דער "השפיל עצמו כאשר מתחלתו" 41 ,
און דאם איז אויך די כלי אז די גדלות וואס מען גיט — זאל האבן א קיום.
י.
דער ענין הנ״ל איז שייך צו דעם זמן אין יאר ווען מען לייענט די פרשה אין תורה — נאך
(ובסמיכות צו 42 )
ראש השנה:
די עבודה פון ראש השנה איז — "אמרו כו׳ שתמליכוני עליכם" 43 ,
אידן זיינען ממליך דעם אויבערשטן אלם מלך,
מלך ישראל און — מלך על כל העולם כולו.
און וויבאלד אז דער ענין פון מלוכה ווערט אויפגעטאן דורך עבודת ישראל,
ווייזט עס דאך אויף דער חשיבות פון א אידן,
אז בכחם איז צו ממליך זיין דעם
מלך מלכי המלכים הקב״ה! ובמילא,
קען דערפון ארויסקומען א סברא,
אז ער זאל נתעורר ווערן מיט א תנועה פון היפך השפלות לגמרי
— איז אויף דעם די הוראה,
אז אדרבה: דוקא לאחרי ווי אידן טוען אויה אזא גרויסן ענין — פון ממליך זיין דעם אויבערשטן אלם מלך,
דארף דאס ארויסרופן ביי א אידן א תנועה פון ביטול בתכלית,
השפיל עצמו 44 ,
און דורך דעם 45
איז מען מוסיף נאכמער אין ברכות ה׳ בכל המצטרך,
אין א חתימה און גמר חתימה טובה,
לשנה טובה ומתוקה,
בטוב הנראה והנגלה,
למטה מעשרה טפחים.
בבני חיי ומזוני רוויחי,
ובכולם רוויחי.
(משיחות ש״פ האזינו תשל״א,
תשמ״ג)