א.
אויפן פסוק 1
"בן מאה ועשרים שנה אנכי היום לא אוכל עוד לצאת ולבא" זאגן חז״ל 2 ,
אז דאס מיינט
(ניט "לצאת ולבא ממש" ווייל ,
תשש כחו" 3 ,
נאר)
— "לצאת ולבא בדברי חורה.
מלמד שנסתתמו ממנו שערי חכמה".
דער מאמר ווערט געבראכט אין פירוש רש״י על התורה 4 ,
נאר — בשינוי לשון: אנשטאט "שערי חכמה",
איז דער לשון אין רש״י — "מסורות ומעינות החכמה".
איו "עין יעקב" 2
(ועד״ז בכמה ראשונים 5 )
ווערט געבראכט די גירסא
(אין גמרא)
״מעינות״ אנשטאט "שערי"; און אין תנחומא
(פ׳ ואתחנן 6 )
איז די גירסא "מסורת חכמה".
אבער,
נוסף לזה וואט מען דארף האבן א ביאור פארוואם ברענגט ניט רש״י די גירסא רווחת
(שערי חכמה) 7
— איז עוד ועיקר: מען געפינט ניט אין
ערגעץ
(במדרשי חז״ל שלפנינו)
אז עס זאלד זיר ברענגעז ביידע לשונות
("מסורות ומעינות",
אויך ניט "מסורות ושערי״)
— און רש״י איז מצרף ביידע גירסאות צוזאמען 8
!
אויך איז ניט מובן: ווי גערעדט כמה פעמים 9
איז ניט ענינו פון פרש״י על התורה צו מעתיק זיין דרשות חז״ל בדיוק לשונם — ולפ״ז בעניננו: פאר־ וואס ברענגט רש״י דעם לשון "מסורות ומעינות החכמה״ — און זאגט ניט א לשון הרגיל
(און וואם רש״י עצמו הויבט דערמיט אן פירושו — "לצאת ולבא
בדברי תורה״)
— "שנסתמו 10
ממנו דברי תורה" 11 ?
ב.
ויש לומר,
אז רש״י באווארנט דערמיט א שאלה פשוטה
(בלשון העולם: א "קלאץ קשיא"),
שלא מצאתי לע״ע אז מען זאל זיך שטעלן אויף דעם:
ווי זאגט מען ,
לא אוכל עוד לצאת ולבא בדברי תורה״ — בשעת אז באלד דערנאך האט משה רבינו איבערגעגעבן אידן א ריבוי עניני תורה — די דריי סדרות וילך האזינו און וזאת הברכה?
!
[און נאר בנוגע די לעצטע אכט פסוקים פון תורה״ — וואם הויבן זיך אן מיט ״וימת שם משה״ — געפינט מען צוויי דיעות 13
(ווי אראפגעבראכט אויר אין פרש״י 14 )
צי יהושע האט זיי גע־ שריבן,
אד ער "משה כותב 15
בדמע";
אבער בנוגע פ׳ וילך,
האזינו און וזאת הברכה
(ביז די לעצטע אכט פסוקים)
איז לית מאן דפליג אז משה האט זיי
(גע־ זאגט און)
געשריבן].
און מען קען ניט ענטפערן אז מיט "דברי תורה" ווערט געמיינט בלויז עניני הלכה 16
— ווייל
(נוסף לזה אז עס איז א דוחק הכי גדול צו זאגן אז דברים פון תורה שבכתב גייען ניט אריין אין
כלל פון ״דברי תורה״ — איז עוד ועיקר:)
אין אט די פרשיות זיינען פאראן אויך הלכות
(מצות הקהל 17 ,
כתיבת ס״ת 18
ועוד 19 ).
נאך מער: יעדער ווארט פון תורה שבכתב איז געגעבן געווארן צו משה׳ן מיט זיין פירוש 20
אין תורה שבע״פ 21
(ווארום דוקא דורך דעם קען מען וויסן קלאר די כוונה פון תורה שבכתב 22 ,
כמובן בפשטות)
: און וויבאלד אז אויר די דריי סדרות
(וילך,
האזינו וברכה)
זיינען איבערגעגעבן געווארן צו די אידן דורך משה רבינו,
האט ער דאך זיי גע־ ווים איבערגעגעבן אלץ וואם איז מוכרח להבנת פרשיית אלו — ד.
ה.
אויר דעם פירוש פון די פרשיות שבתורה שבעל פה.
— איז ווי זאגט מען "לא אוכל עוד לצאת ולבא בדברי תורה"?
!
דעריבער איז רש״י מוסיף "שנסתמו ממנו מסורות ומעינות החכמה״ — בנוגע די צוויי ענינים
("מסורות" און "מעינות החכמה")
איז שייר צו זאגן אז זיי זיינען ניט נכלל געווארן אין די "דברי תורה" וואם משה רבינו האט גע־ לערנט מיט די אידן אין די דריי סדרות.
כדלקמן.
ג.
דער טייטש פון ווארט "מסורות" איז — די ענינים וועלכע זיינען נמסר
געווארן צו משה׳ן מסיני בעל פה 23 ,
וי״ל שבמיוחד די וועלכע האבן ניט אפילו א רמז אין תורה שבכתב 24
[און ווי די גמרא זאגט 25
"תורה רוב בכתב ומיעוט על פה",
און ווי רש״י איז דאס מפרש: רוב בכתב,
רוב התורה תלוי׳ במדרש כו׳ מדות שהתורה נדרשת בהן.
ומיעוטה על פה,
שאין רמז ללמוד לה בתורה אלא למשה נאמר על פה]
;
"מעיזות החכמה" מיינט
(ניט די גופי הלכות פון תורה שבע״פ,
נאר)
— פלפולה של תורה
(וראם איז בדוגמא צו א "מעין",
בלשון המשנה 26
"מעין המתגבר״)
— וואם צו פלפולא דאורייתא אין ניטא קיין גבול
(בלשון הכתוב 27
"ארוכה מארץ מדה ורחבה מני ים"),
וכנראה בחוש:
און דערפון איז פארשטאנדיק
(ובפשטות),
אז אין די "דברי תורה" וואס משה רבינו האט געלערנט מיט אידן
(אפילו אין פירושה פון תורה שבע״פ)
זיינען נכלל געווארן בלויז די גופי הלכות ופירושים כו׳ פון תורה שבע״פ,
אבער ניט פלפולא דאורייתא
(וואס האט ניט קיין גבול).
ןועאכו״כ לויטן מאמר הגמרא 28 ,
אז פלפולא דאורייתא ״לא ניתנה ..
אלא למשה ולזרעו" נאר "משה נהג בה טובת עין ונתנה לישראל״ — איז מובן,
אז אויר בלי פלפולא דאורייתא זיינען די "דברי תורה" שקיבלו בנ״י פון משה׳ן א "דבר שלם״ 29 ].
ועפ״ז איז פארשטאנדיק ווי אזוי ס׳איז קיין סתירה ניט,
אז אע״פ וואס ״נםתמו ממנו מסורות ומעינות החכמה״,
פונ־ דעסטוועגן האט משה רבינו איבער־ געגעבן צו אידן די דריי סדרות בש־ לימותן — סיי די פרשיות עצמן
(דתושב״ב)
און סיי פירושה
(דתושבע״ם)
פירושה ממש — ווייל די "מסורות" זיינען מלכתחילה ניט פארבונדן מיט די פרשיות
(כתב)
עצמן* 29
; און בנוגע די "מעינות" 30
(פלפולא דאורייתא)
איז
ניטא קיין הכרח אז משה זאל מוזן לערנען די ענינים מיט די בני ישראל,
כנ״ל.
און דערפאר שרייבט ניט רש״י בפשוטו של מקרא דעם לשון "שערי חכמה",
וואט האט ניט קיין שייכות צו חילוקים ותוכן הנ״ל].
ועפ״ז יש לבאר פארוואס רש״י איז מדייק צו ברענגען אויך דעם ווארט "
(מעינות)
החכמה״ — און זאגט ניט "
(מעינות)
התורה״ — להדגיש,
אז די ״מעינות״ זײנען ניט מוכרח פארן ענין פון תורה והוראה
(ווארום דעמאלט וואלט עס משה געמוזט לערנען מיט די אידן) 29 ,
נאר ס׳איז אן ?
לנין פון
(תוספת)
חכמה שבתורה 31 .
ד.
לכאורה איז אבער נאך ניט גלאטיק:
דער עניו פון "נסתמו ממנו מסורות ומעינות החכמה" קומט דאך אלם טעם אויף "לא אוכל עוד לצאת ולבא בדברי תורה",
וואם מיינט
(ניט דעם לימוד לעצמו,
נאר)
דער לימוד עם בני ישראל.
איז ניט מובן: בשלמא בנוגע צו "מסורות" איז מובן,
אז אויב נסתמו ביי משה׳ן די "מסורות" פון תורה קען ער ניט לצאת ולבוא,
זיין דער וועלכער גיט איבער תורה צו אידן
(ווייל אידן מוזן וויסן אויר די "מסורות")
;
אבער בנוגע צו "מעינות החכמה",
וויבאלד אז זייער לימוד איז ניט מוכרח פאר די בנ״י
(כנ״ל)
— ווי פאסט צו זאגן אז מצד דעם וואם ״נסתמו ממנו ..
מעינות החכמה" איז "לא אוכל עוד לצאת ולבא — צו אידן — בדברי תורה"?
[און מען קען ניט זאגן אז דער "לא אוכל עוד לצאת ולבא" איז נאר מצד דעם וואם ״נסתמו ממנו מסורות״ — ווייל לפ״ז,
פארוואם האט דער אויבערשטער געמאכט אז עס זאלן נסתם ווערן פון משה׳ן אויר די "מעינות החכמה"?
וגם: צוליב וואס דארף עם רש״י ברענ־ גען?] 32 .
ויש לומר דעם ביאור אין דעם: פון דעם גופא וואם עס איז געווארן נסתמו בחלק מתורתו — אע״פ אז עם קען זיין אז עס וואלט ניט משנה געווען זיין השפעה צו אידן — איז א סימן,
אז עס האט זיר געענדיקט זיין לצאת ולבוא צו בנ״י,
זיין נשיאות,
און ס׳איז געקומען די צייט פאר יהושע צו ווערן דער מנהיג ישראל 33 .
ובעומק יותר:
עם איז ידוע וואם חז״ל זאגן 34
— אראפגעבראכט אין פירש״י עה״ת 35
— אז "פני משה כחמה 36
פני יהושע כלבנה".
איינער פון די חילוקים צווישן אור החמה און אור הלבנה איז,
אז דער
אור הלבנה שטייט שטענדיק אין א מצב פון שינויים,
עליות וירידות; משא״ב אין אור החמה איז ניטא קיין שינוי.
און דאס איז איינער פון די טעמים פארוואם משה ווערט צוגעגליכן צו חמה דוקא — ווייל מדתו של משה איז מדת האמת 37 ,
וואט ענינה איז — בלתי שינוי 38 ,
אזוי,
אז אין "אורו" של משה איז ניט שייר קיין ענין של שינוי 39 .
דעריבער,
בשעת משה רבינו האט דערפילט אז ״נסתמו ממנו ..
מעינות החכמה״ — ס׳איז געווארן א "סתימה"
(ושינוי)
אין זיין ״אור״ — איז דאס גופא א באווייז אז עס איז אנגערירט געווארן עצס ענינו של אורו — לצאת ולבוא של משה;
און דעריבער איז קיין נפק״מ ניט אין וועלכן ענין ס׳איז געווארן דער שינוי
(״נסתמו ממנו״)
— אפילו אויב ס׳איז אין אן ענין וואם רירט ניט אן לכאורה זיין השפעה צו בנ״י — איז דער עצם ענין השינוי שוין א הוכחה אז ס׳איז גע־ קומען די צייט פון שינוים,
די צייט פאר "פני יהושע כלבנה"
(אן אור פון שינויים).
ה.
פון דעם ענין
(ווי ס׳איז ביי משה׳ן)
ווערט אויך א הוראה אין דער עבודה פון יעדער אידן
[ווארום אע״פ אז ״מי הוא זה ואיזהו אשר ערב לבו לגשת להשיג אפילו חלק אחד מני אלף ממדרגת..
רעיא מהימנא
(משה רבינו)
״ 40
— איז אבער מצד דעם וואם "כל נפש ונפש מבית ישראל יש בה מבחי׳ משה רבינו ע״ה" 41 ,
קען יעדער איד דערגרייכן "אפם קצהו ושמץ מנהו" 40 ].
ויש לומר,
אז דאס איז דער תוכן מאמר חז״ל 42
"כל השוכח דבר אחד ממשנתו מעלה עליו הכתוב כאילו מתחייב בנפשו".
דלכאורה,
פארוואם זאל קומען אזא עונש חמור בלויז צוליב דעם וואם שכח "דבר אחד ממשנתו"
(און יתכן אז ער געדענקט כל התורה כולה חוץ פון דעם "דבר אחד")?
!
איז איינער פון די ביאורים אין דעם: ביי א אידן דארפן דברי תורה נחקק ווערן אין זיין עצם מציאות,
ביז אין אן אופן אז יעדער ווארט פון תורה רירט אן זיין עצם מציאות.
און דעריבער,
די עצם פאסירונג פון "שוכח דבר אחד ממשנתו״ — איזו כמות וואס ער האט פארגעסן — דארף פועל׳ן א שבירה אין זיין עצם מציאות,
"כאילו 43
מתחייב בנפשו".
ועד״ז איז בנוגע צו זמן — אז יעדער רגע פון זיין לעבן דארף זיין פארבונדן מיט תורה.
און דעריבער,
ווען א איד איז ח"ו מבטל תורה,
אפילו איין רגע ווען
״אפשר
(לו)
לעסוק בתורה
(איז)..
הכרת תכרת" 44
— עם רירט אן זיין עצם מציאות.
ווייל דא איז ניט פועל די כמות הזמן וואם ער האט פארפעלט צו לער־ נען,
נאר די עצם זאך אז עם איז אדורך א רגע ווען ער איז ניט געווען פאר־ בונדן מיט תורה.
ועד״ז איז בנוגע צו אלע ענינים פון אידישקייט: ביי א אידן דארף דער ענין פון עבודת השם זיין נחקק אין זיין מציאות,
אזוי אז דער קלענסטער ענין פון עבודת השם — אפילו א דקדוק קל של ד״ס אד ער אפילו א מנהג ישראל —
דארף אים זיין נוגע כנפש,
ביז אז אויב ער פארפעלט ח״ו אפילו "דבר אחד"
(און א דבר הכי קל)
פועל׳ט עם א שבירה בכל מהותו.
און דאם גופא ברענגט אים צו מוסיף זיין אין עבודת השם,
און אין אן אופן אז ער פילט ווי יעדער ענין טוב וואם ער טוט איז מוסיף אין זיין עצם חיות,
דביקות איו מחי׳ חיים 45 ,
מקור החיים — "ואתם 46
הדבקים בה׳ אלקיכם חיים כולכם היום".
(משיחת ש״פ וילך תשכ״ו)