B"H
🏡

Ikar

ר"ה-ו' תשרי

א.

אין מם׳ ברכות 1

זאגט די גמרא "אמר רב המנונא כמה הלכתא גברוותא 2

איכא למשמע מהני קראי דחנה 3

וחנה היא מדברת על לבה מכאן למתפלל צריך שיכוין לבו,

רק שפתי׳ נעות מכאן למתפלל שיחתוך בשפתיו,

וקולה לא ישמע מכאן שאסור להגבי׳ קולו בתפלתו,

ויחשבה כו׳".

וצריך ביאור: אלע ענינים אין תורה זיינען מדויק בתכלית,

דער ענין פון תפלה שטייט שוין אין

(די חמשה חומשי)

תורה,

וכמה פעמים אנהויבנדיק פון תפלות אברהם 4

יצחק 5

ויעקב 6 ,

תפלת משה 7

א.

א.

וו 8

— ווי קומט עם אז דער מקור אויף "כמה הלכתא כו׳" איז דוקא אין תפלת חנה

(אין חלק הנביאים,

דברי קבלה)

און ניט אין די תפלות וואם שטייען אין תורה?

לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז תפלת חנה איז מיוחדת בזה וואם זי איז א תפלה אויף א דבר עיקרי וכללי — אויף האבן קינדער — "ונתת לאמתך זרע אנשים" 9 ,

וואם דאס איז א זאך וועלכע איז נעלית ביותר,

און דאם איז איינע פון די "מפתחות" וואם איז "בידו של הקב״ה

(שלא נמסרו ביד שליח)

" 10 ,

וואם בכלל איז צו עם איז מען מתפלל,

און דוקא צו עם".

און ס׳איז אויך נוגע ביותר,

ובלשון רחל 12

״ואם אין מתה אנכי 13 .

און ווייל דער תוכן ומבוקש פון תפלת חנה איז אן ענין נעלה ביותר,

דערפאר איז די תפלה א יסוד ומקור פון וואנען מ׳לערנט אפ ״כמה הלכתא גברװתא״ אין תפלה.

מ׳קען אבער אזוי ניט פארענטפערן,

ווארום אויר די תפלה פון יצחק 14

(ורבקה)

איז דאך געווען ממש אויפן זעלבן ענין עיקרי,

אויף קינדער — "ויעתר יצחק לה׳ לנוכח אשתו

(ווי רש״י טייטשט "הרבה והפציר בתפלה")

כי עקרה היא" 15

!

ב.

מ׳קען אויך ניט פארענטפערן,

אז פון די תפלות של האבות וואלט מען ניט געקענט אפלערנען,

היות "אין למידין מקודם מ״ת״ 16

ווייל,

ערשטנס,

רעדט זיר דא ניט וועגן א לימוד

(ממש)

פון פסוק,

נאר וועגן א גילוי מילתא

(כעין אסמכתא 17 )

ווי ס׳דארף זיין 18

דער אופן ההנהגה בתפלה; ובפרט אז דער גאנצער

(ענין ו)

םדר התפלה זאגט דאך די גמרא 19

אז ״תפלות אבות תקנום״ — "אברהם תקן תפלת שחרית שנאמר כו׳ יצחק תקן תפלת מנחה שנאמר כו׳".

זאת ועוד: בנוגע א טייל פון די ״הלכתא גברוותא״,

װאס ״איכא למשמע מהני קראי דחנה",

זאגט דער מהרש״א 20

אז "כמה דברים דחשיב הכא כגון שצריך שיכוין את לבו ואסור להשמיע קולו שמעינן לחו נמי ממקומות־ אחרים כדלעיל אלא דקאמר דמהני קראי דחנה נמי איכא למשמע להו".

ולפ״ז: אט די "דברים" וואם "שמעינן להו נמי ממקומות אחרים" האבן דאך געווים געקענט זיין מרומז אין איינע פון די תפלות האבות,

וואם דעמאלט איז עם אינגאנצן ניט בסתירה צו "אין למדין מקודם מ״ת",

וויבאלד דאם איז ניט דער איינציקער מקור אויף די הלכות.

מוז מען זאגן,

אז דאם וואס חז״ל זיינען מדייק ומדגיש "כמה הלכתא גברוותא איכא למשמע מהני קראי דחנה" איז דאס דערפאר וואס בתפלת חנה געפינט מען א חידוש מיוחד אין דעם גדר התפלה.

ג.

ויש לומר הביאור בזה:

אין תוכן התפלה זיינען דא צוויי כללית׳דיקע סוגים: ס׳איז דא א תפלה וואם "אדם מתחנן ומתפלל בכל יום" 21 ,

והיינו אויף די צרכים הרגילים והתמי־ דיים וואם א מענטש נויטיקט זיך אין זיי יעדן טאג; און עם איז דא די תפלה "בעת מן העתים אשר יצטרך לדבר מן הדברים,

כמו 22

בעת צרה וכיוצא" 23 .

און אפילו די פוסקים וואם זאגן 24 ,

אז "תפלה בכל יום והנוסח התפלה הוא מצוה מדרבנן" 25 ,

האלטן זיי אבער,

אז ס׳איז א מצוה מדאורייתא "שיתפלל האדם ..

בעת צרה" וכיו״ב,

ווען ער דארף א דבר מיוחד.

וההסברה אין דעת הפוסקים אלו איז מובן ע״פ המבואר בכ״מ אין דעם גדר התפלה און — ווי דער גדר איז מחולק פון גדר הברכה 26

:

ברכה איז מלשון ״בריכה״ — א מקום ריכוז פון מים 27

וכיו״ב,

וואם פון דארט איז מען ממשיך די מים לויט די צרכים ופרטים המתאימים.

און ברכה איז אויך פון לשון "המבריך" 28 ,

וואם פירושו איז המשכה,

ברכה איז ענינה צו ממשיך זיין א זאך ממקורו.

דאס הייסט: דער אויפטו פון ברכה איז נאר — ווען דער ענין

(פון דער ברכה)

איז שוין דא

(במקורו),

נאר מאיזו סיבה האלט זיך עם אפ פון נמשך ווערן להמתברך — און די ברכה פועל׳ט אז דאס זאל נמשך ווערן פון מקור און אראפקומען למטה.

ובלשון הפסוק 29

: איש אשר כברכתו ברך אותם — מיט דער ברכה,

וואם איז געווען ראוי און צוגעגרייט פאר יעדן איינעם,

דערמיט האט ער זיי געבענטשט,

ד.

ה.

די ברכה האט ממשיך געווען צו יעדן איינעם למטה דאס וואם עס איז געווען אין מקור למעלה.

]

און ווי עם ברענגט זיך אויף דעם די ראי׳ פון דער ברכה וואם יעקב האט געבענטשט די בני יוסף,

אז יעקב האט ארויפגעלייגט 30

״ימינו ..

על ראש אפרים ..

ואת שמאלו על ראש מנשה",

און יוסף האט אים געזאגט 31

״כי זה הבכור שים ימינך על ראשו וימאן אביו ..

אחיו הקטן יגדל ממנו וזרעו יהי׳ מלא הגוים".

דלכאורה,

וויבאלד אז יעקב איז דער וואם איז זיי מברך,

האט ער דאך געקענט בענטשן מנשה׳ן מיט דער ברכה גופא,

אז ער זאל זיין גרע־ סער פון אפרים?

נאר דער ענין איז כנ״ל: ברכה טוט ניט אויף קיין נייע זאך — עם איז בלויז ממשיך

("מבריך")

דעם ענין הברכה פון מקור.

דערפאר האט יעקב ניט געקענט פועל׳ן מיט זיין ברכה,

אז מנשה זאל זיין גרעסער פון אפרים,

ווייל דאם איז ניט געווען אין מקור].

אבער תפלה איז ענינה,

וואם מ׳בעט דעם אויבערשטן — "יהי רצון"

(וכיו״ב),

אז ס׳זאל ווערן א רצון,

א דבר חדש,

וואם איז ניט געווען פריער.

ועפ״ז איז מובן דער טעם פון די דיעות וואם האלטן אז גדר מצות התפלה איז דוקא בעת מן העתים כמו בעת צרה וכיו״ב,

ווארום תפלה איז

עיקר ענינה "יהי יצון",

צו פועל זיין אדבר חדש — ניט ווי ס׳איז געווען דער סדר ביז דאן — און דער אויפטו פון תפלה איז ניט אויף אזויפיל מתאים ביי א תפלה אויה די צרכים התמידים והרגילים שבבל יום

(וואו עם איז ניט ניכר אז מ׳פועלט "יהי רצון",

א דבר חדש)

נאר דוקא ביי א תפלה אויף א שינוי וחידוש אין ד ער הנהגה — עם זאל זיין א ריווח ישועה והצלה פון דער "עת צרה" וכיו״ב.

עפ״ז איז מובן,

אז דער גודל התפלה איז לפי ערך דעם גודל השינוי והחידוש אין דער זאך אויף וועלכער ער איז מתפלל.

און דערפאר איז אע״פ אז א תפלה צו מבטל י זיין עצירת גשמים אדער לרפאות החולה וכיו״ב איו ענינה יהי רצון,

צו פועל׳ן א הנהגה חדשה וואם זאל זיין ניט כפי הגזירה כו׳ — קומט דאס אבער ניט צו דער תפלה אויף בנים פון אן עקרה,

וואס דא דארף זיך אויפטאן א חידוש וואם איז היפך פון סדר הטבע,

טבע

(עקר ועקרה —)

בריאתו של הקב״ה.

ומובן,

אז אין דעם פאל דריקט זיך אוים דער תוקף ומעלת התפלה ביתר שאת כו'.

ד.

ועפ״ז יובן בעניננו:

אע״פ אז תפלה אויף בנים באופן הנ״ל איז א גרויסע מעלה כנ״ל

(וואם דער ענין איז געווען ביי די אבות כנ״ל ס״א),

איז אבער תפלת חנה מיוחדת בזה גופא.

והביאור: דער תוכן פון תפלת חנה איז כמ״ש 32

"ותדור נדר ותאמר ה׳ צבאות אם ראה תראה בעני אמתך ..

ונתת לאמתך זרע אנשים גו׳",

וואס אויף דעם שטייט אין רש״י

(פון ילקוט)

על אתר,

אז דערמיט האט זי געמיינט "צדיקים" 33 .

ד.

ה.

זי האט געבעטן צו האבן ניט סתם קינדער,

נאר "זרע אנשים — צדיקים";

און איר כוונה דערביי איז געווען ניט נאר אן ענין פון צדיק בכח

(אז ער זאל האבן די נשמה פון א צדיק 34 )

— נאר אויר צדיק בפועל 35 ,

ווי זי האט געזאגט אין איר נדר

(וואס איז געווען א טייל און המשך פון איר תפלה)

"ונתתיו לה׳ כל ימי חייו",

אז ער וועט בפועל זיין נתון לה׳ כל ימי חייו.

און וויבאלד אז ס׳איג דערנאד געווען אזוי ווי זי האט מתפלל געווען — ס׳איז ביי איר געבארן געווארן שמואל,

וועל־ כער איז טאקע בפועל 36

געווען נתון לה׳ — איז מסתבר,

אז דאם איז געקומען דערפאר וואס דער אויבערשטער האט ממלא געווען איר תפלה ובקשה און איר געגעבן אזא זון ווי זי האט געבעטן 37

(וואס וועט בפועל זיין נתון לה׳).

וואם דאם איז אן ענין וועלכער איז היפך ניט בלויז פון דער הנהגת הטבע וואס דער אויבערשטער האט איינגע־ שטעלט אין וועלט,

נאר כביכול אויר העכער פון די הגבלות ווי זיי זיינען ע״פ תורה:

ס׳איז דאך ידוע 38 ,

אז "מלאך הממונה על ההריון כו׳ אומר לפניו

(דהקב״ה)

רבש״ע כו׳ גבור או חלש כו׳ ואילו רשע או צדיק לא קאמר",

ווייל 38

"הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים".

דער ענין הבחירה,

דאם וואט "רשות 39

לכל אדם נתונה אם רצה להטות עצמו לדרד טובה ולהיות צדיק הרשות בידו ואם רצה כו"׳,

איז "עיקר 40

גדול הוא והוא עמוד התורה והמצוה".

קומט דאר אוים אז תפילת חנה איז געווען׳ 4

אויף אן ענין וואט איז ניט נאר היפר הטבע וואט הטביע הקב״ה בעולמו,

נאר אייר ניט לפי די הגבלות והגדרות וואט דער אויבערשטער האט קובע געווען בתורתו און אלם אן עיקר גדול ועמוד.

ה.

דער ענין הנ״ל איז אויר נוגע להלכה:

די משנה זאגט 42

: נזיר הי׳ שמואל כו׳ שנאמר 32

ומורה לא יעלה על ראשו נאמר בשמשון 43

ומורה ונאמר בשמואל ומורה מה מורה האמורה בשמשון נזיר 44

אף מורה האמורה בשמואל נזיר.

און אזוי פסק׳נט דער רמב״ם 45

אז "שמואל הרמתי נזיר עולם הי׳".

איז ידוע די שאלה 46

אין דעם: ווי אזוי האט געקענט זיין די חלות הנזירות אויף שמואל׳ן?

דאם וואם חנה האט געזאגט א נדר "ומורה לא יעלה על ראשו" האט ניט דעם כח

(ע״פ תורה)

אז שמואל זאל דורך דעם ווערן א נזיר: א)

שמואל איז בעת נדרה נאך ניט געווען בעולם.

ב)

אפילו ווען ער וואלט דאן געווען בעולם,

איז "האיש מדיר את בנו בנזיר ואין האשה מדרת את בנה בנזיר" 47 .

מען האט אמאל שוין גערעדט בארוכה 48

אז די חלות הנזירות

(אויף שמואל׳ן)

האט זיך אויפגעטאן דורך דעם וואס שמואל אליין האט דאס גענומען אויף זיך: וויבאלד אז בעת ער איז געווארן א גדול האט ער

(ניט נאר ניט מוחה געווען,

נאר ער האט)

ממשיך געווען די הנהגת הנזירות

(לויט ווי חנה האט זיך מיט אים געפירט פריער),

האט די הנהגה

(הסכמה)

גע׳פועל׳ט די חלות קדושת נזירות למפרע 49 .

דערמיט איז נאך מער מודגש דער אופן נעלה פון תפלת חנה ונדרה: כאטש זי האט געוואוסט אז איר נדר אליין קען ניט אויפטאן אויף איר זון די קדושת הנזירות — אויב ער וועט דערצו ניט מסכים זיין,

אעפ״כ איז זי געווען זיכער אז ״מורה לא יעלה על ראשו״ — זי איז געווען בטוחה בתפלתה אז ער וועט געוויס מסכים זיין לנדרה און וועט זיין א נזיר כל ימי חייו.

ו.

ועפ״ז יש לבאר די שייכות מיוחדת פון די "כמה הלכתא גברוותא" צו תפילת חנה

("איכא למשמע מהני קראי דחנה"),

אז א "מתפלל צריך שיכוין לבו",

"שיחתוך בשפתיו" אבער "אסור להגבי׳ קולו בתפלתו" און "שכור אסור להתפלל" 50

:

אין גדר התפלה זיינען דא צוויי פרטים: די כוונת הלב שבתפלה און דער דבור שבתפלה.

דער עיקר ענין התפלה איז,

כידוע,

די כוונת הלב שבתפלה.

מיט דעם איז תפלה אנדערש פון כמה מצות שבדבור,

וואס ביי תפלה איז כוונת הלב

(ניט בלייז אי ענין פון כוונת המצוה,

ווי ביי אנדערע מצות שבדבור,

נאר)

א חלק פון קיום המצוה עצמה: די כוונת התפלה מאכט אויף די חפצא של מצות תפלה,

אויך דעם דבור של התפלה

(ווי גערעדט אמאל בארוכה 51 ).

וי״ל אז דאס איז דער טעם וואס מען געפינט ניט הדגשת הכרח הכוונה ביי ברכה 52 ,

משא״כ בתפלה איז דער עיקר די כוונה והרגש הלב —

ויומתק זה ע״פ הנ״ל: ברכה איז ענינה

(כנ״ל ס״ג),

צו פועל זיין אז די השפעה זאל נמשך ווערן ממקורה און אראפקומען לידי גילוי למטה,

און דעריבער איז דער עיקר דערביי דער דבור וואס ענינו איז גילוי המחשבה.

משא״ב ביי תפלה,

אעפ״י אז תכליתה איז עם זאל אויפגעטאן ווערן א שינוי בגשמיות,

"שיתרפא החולה וירד הגשם משמים לארץ ויולידה ויצמיחה" 53 ,

איז דאם אבער א תוצאה דערפון וואם מען פועל׳ט א רצון חדש כביכול ביי הקב״ה,

און דאס קומט בעיקר דורך כוונת הלב פון מתפלל 54 ,

"שיפנה את לבו מכל המחשבות ויראה עצמו כאילו הוא עומד לפני השכינה" 55 .

בשעת א איד איז מפנה לבו פון אלע זיינע מחשבות ורצונות און איז זיך מבטל כעבדא קמי׳ מארי׳ 56

צום אוי־ בערשטן איז דאם פועל,

אויך למעלה כביכול

(כמים הפנים לפנים 57 )

אז עם זאל זיין א רצון חדש,

וועלכער איז ניט לויט די הגבלות פון סדר העולם,

ביז אפילו ניט לויט דעם סדר והגבלה פון תורה,

עשיית רצון חדש 58 .

און דער ענין איז אויד געווען א דבר עיקרי בתפלת חנה: די הדגשה אין די פסוקים איז ניט אזוי די אריכות אין דעם דבור התפלה,

נאר דווקא אויף כוונת הלב — "והיא 59

מרת נפש ותתפלל על ה׳ ובכה תבכה" 60 ,

און ווי זי האט גע־ זאגט צו עלי 61

"ואשפוך את נפשי לפני ה׳".

און דעריבער איז תוכן פון כוונת הלב דער ערשטער ענין פון די "הלכתא גברוותא״ װאס מען לערנט אפ פון תפלת חנה.

און דאס איז אויך דער תוכן 63

פון די אנדערע 63

"הלכתא" 64 .

ז.

ע״פ כהנ״ל איז אויר מובן די שייכות בתוכן,

פון דער הפטרה צו ראש השנה 65

(ובפרט לפי הידוע 66

אז תפלת חנה איז געווען בר״ה),

ווארום דע־ מאלט איז דער זמן וואס מען טוט אויף דעם רצון חדש ביי דעם אויבערשטן

(ניט נאר בשייכות צו אן ענין פרטי אין דער בריאה,

נאר)

אויף דער כללות הבריאה.

דער ביאור אין דעם:

דער עיקר עבודה פון ר״ה איז 67

צו פועל זיין דעם "תמליכוני עליכם" 68

; יעדן יאר דארף מען פון דאם־ניי מכתיר זיין דעם אויבערשטן אלם מלך ישראל

(ועי״ז — מלך העולם).

און דאס קומט דורכדעם וואס מ׳איז מעורר ביי דעם אויבערשטן דעם רצון צו וועלן זיין א מלך.

ובדוגמא ווי דאס איז ביי א מלך בשר ודם,

וואס אן אמת׳ער מלך איז דאך "משכמו ומעלה גבוה מכל העם" 69 ,

והיינו אז דער ענין המלוכה,

צו ווערן א מלך און אנפירן מיט׳ן עם,

איז פאר אים א ירידה

(וויבאלד אז ער מצד עצמו איז גבוה,

מרומם ומובדל פונעם עם),

און דערי־ בער דארף מען ביי אים מעורר זיין א רצון למלוכה.

און די התעוררות הרצון למלוכה ווערט אויפגעטאן דורך דעם ביטול וואס דער עם ווייזט ארוים צום מלך,

וואם דאן איז דער ענין ההכתרה 70 .

ועד״ז — און עאכו״כ — איז עם אין נמשל,

אז דער אויבערשטער מצ״ע איז לגמרי העכער פון צו זיין א מלך,

ווארום ער איז אינגאנצן מובדל ומרומם פונעם גאנצן ענין הבריאה.

און דורך דער עבודה פון ר״ה,

וואם אידן זיינען מגלה זייער קבלת עול מלכות שמים און פולשטענדיקן ביטול צום אויבערשטן,

איז מען מעורר ביים אויבערשטן דעם רצון אויף צו זיין א מלך.

און דערפאר איז "מצות היום בשופר" 71 ,

ווייל דוקא תקיעת שופר אנט־ האלט אין זיך דעם תוכן וואם עס טוט אויף דער ענין פון "תמליכוני",

ווי די גמרא זאגט 68

"אמרו לפני בר״ה מלכיות ..

כדי שתמליכוני עליכם זכיונית כו׳ ובמה בשופר":

דער קול שופר איז א קול פשוט,

וואס קומט פון הבל הלב,

וואס בעבודת ה׳ איז עס 72

די צעקה פשוטה פון אן אידן פון פנימיות הלב,

כמ״ש 73

"צעק לבם אל אד׳״ — די צעקה פנימית פון אידן צום אויבערשטן,

און דערפאר איז דאס מעורר למעלה א רצון פנימי למלוכה,

אז דער אויבערשטער זאל אננעמען די הכתרה פון די אידן און זיין מלך ישראל ועי״ז דער מלך העולם,

ביז עס ווערט בגלוי "והי׳ 74

ה׳ למלך על כל הארץ ביום ההוא יהי׳ ה׳ אחד ושמו אחד".

(משיחת ו׳ תשרי תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.