B"H
🏡

Ikar

נצו"י

א.

בנוגע דעם שבת פאר ראש השנה איז ידוע 1

דער ווארט פון אלטן רבי׳ן וואט ער האט געהערט פון מגיד אין נאמען פון דעם בעש״ט,

אז דעם "חודש השביעי" איז "הקב״ה בעצמו מברכו 2

בשבת מברכים שהוא השבת האחרון דחודש אלול,

ובכח 3

זה ישראל מברכים את החדשים י״א פעמים בשנה".

אין וואס באשטייט ברכתו של הקב״ה אין דעם "שבת מברכים" פון חודש תשרי?

איז דער בעש״ט ממשיך:

"כתיב אתם נצבים היום דהיום קאי על ר״ה 4

שהוא יום הדין וכמ״ש 5

ויהי היום גו׳ ותרגם והוה יום דינא רבא 6 .

ואתם נצבים קיימים ועומדים 7

והיינו שזוכים בדין,

ובשבת שלפני ר״ה שהוא השבת האחרון דחדש אלול קורין אז פרשת אתם נצבים 8

דזהו ברכתו של הקב״ה כו,

".

פון דעם דיוק הלשון "קורין אז פרשת אתם נצבים דזהו ברכתו של הקב״ה״ — און ניט "קוריו אז אתם נצבים

(היום)

"

(ווי ער זאגט פריער אין דער תורה,

וואו ער איז מבאר אז דאס מיינט "קיימים ועומדים והיינו שזוכים בדין״)

— איז פארשטאנדיק,

אז "ברכתו של הקב״ה" איז ניט נאר די

(דריי)

ווערטער "אתם נצבים

(היום)

",

נאר כללות "פרשת אתם נצבים",

די גאנצע סדרה.

וע״פ המבואר במקום אחר 9 ,

אז די צוויי סדרות אתם נצבים אוו וילד זיינען בעצם איין סדרה,

נאר לפעמים איז מען מחלק די איין סדרה לשתים

(כדיוק לשון הרס״ג 10

: "ומהן

(פון די נ״ג פרשיות)

פרשה המתחלקת לשתים ונקראת בשתי שבתות אם יש צורך בכך והיא אתם נצבים הנחלקת בוילר משה").

[ניט ווי אנדערע סדרות המצטרפות,

וואס בעצם זיינען זיי באזונדערע סדרות,

נאר "מצטרפות לפעמים שתים שתים" 11 ],

דארף אויסקומען,

אז אויך "וילר משה" גייט אריין אין ברכתו של הקב״ה,

ווארום אויך דאס איז א טייל פון "פרשת אתם נגבים".

אבער לאידך גיסא: דערפון גופא וואס עם זייגען פאראן יארן ווען מ׳צעטיילט די סדרה לשתים 12

,

און "וילך משה" ווערט געלייענט ערשט נאך ראש השנה — און זיכער אז אויד אין יענע יארן פעלט ניט ח״ו בברכתו של הקב״ה אין ״שבת מברכים* פון חודש תשרי — איז מוכרח צו זאגן,

אז דער עיקר ברכתו של הקב״ה איז "פרשת אתם נצבים* עצמה,

ד.

ה.

דער טייל פון דער פרשה ביז "וילד משה",

וואט במנהג ישראל ווערט דוקא דאס אגגערופן פרשת

(אתם)

נצבים,

און ווי געדרוקט אין חומשים: און דאס וואס אויך "וילך משה" איז א טײל פון ברכתו של הקב״ה,

איז אזא ענין של ברכה,

וואס אמאל קען עם ארויסקומען בפועל — בגילוי ערשט לאחרי ראש השנה.

ב.

וי״ל הביאור בזה:

אין דער תורה הנ״ל איז ער מסיים

(כנ״ל)

: "ובכח זה

(פון ברכת הקב״ה)

ישראל מברכים את החדשים י״א פעמים בשנה".

ויש לומר,

אז אין דעם איז מרומז דער ענין הברכה וואס איז פאר־ בונדן מיט פרשת וילך:

דער עצם ענין פון "הקב״ה בעצמו מברכו",

איז פארבונדן

(בעיקר)

מיט פרשת אתם נצבים וועלכע ווערט געלייענט בכל שנה ושנה אין דעם שבת האחרון פון חודש אלול; און דאס וואס ברכת הקב״ה גיט אדיין א כח אז אידן זאלן קענען דערנאך מברך זיין די חדשים י״א פעמים בשנה — דאס איז פארבונדן בעיקר מיט וילך

(משה).

און דערפאר לייעגט מען לפעמים וילך משה נאך ראש השנה 13

— אע״פ אז אויד ױלך משה איז פארבונדן מיט דער ברכה פון "שבת מברכים" חודש תשרי כנ״ל — ודיל דער ענין אין דער ברכה

(אז "בכח זה ישראל מברכים את החדשים י״א פעמים בשנה")

איז ניט אזויפיל נוגע אין דעם שבת שלפני ר״ה,

היות דער ״כח זה״ קומט ארויס בגלוי ערשט אין די ש״מ שלאח״ז,

און דעריבער קען עס געלייענט ווערן אמאל — אויך נאך ראש השנה.

ג.

יעדער ענין דריקט זיך אוים בשמו אשר יקראו לו בלשון הקודש.

עד״ז איז מובן בפשטות בנוגע שם הסדרות ״נצבים״ און "וילך",

אז זייער תוכן גיט זיד ארוים אין זײערע בא־ טרעפנדע נעמען.

די ווערטער ״נצבים״ און ״וילד״ ענטהאלטן צװײ פאר־ שידענע — און נאכמער: היפכ׳דיקע — מושגים.

דער טייטש פון נצבים איז

(ווי דער־ מאנט אין דער תורה הנ״ל)

"קיימים ועומדים".

ניט אן עמידה סתם,

נאר אן עמידה חזקה בתוקף.

ווי עם ווערט נתבאר 14

אז נצביס איז מלשון "נצב מלך״ 15 ,

וואס ווײזט״ 16

אויף אן עמידה בתוקף הכי גדול,

בדוגמא ווי ״נצב״ פון א מלך:

משא״כ ״וילר״ איז תוכנו — הליכה,

היפר פון עמידה בכלל,

ועאכו״כ היפר פון נצבים — עמידה בתוקף.

און אעפ״כ זאגט מען,

אז נצבים און וילר,

איז ניט נאר וואס מ׳איז זיי מחבר יחד

(ווי אנדערע סדרות המצטרפות),

נאר נאכמער: זיי זיינען בעצם איין סדרה.

ד.

ונקודת הביאור בזה: כללות עבודת ה׳ איז מיוסד אויף דעם אז עם מוזן זיין ביידע קוים

(תנועות)

הנ״ל 17

— "נצבים",

אן עמידה בתוקף,

בלתי שינוי; איז ״וילד״ — הליכה מחיל אל חיל,

ביז אין אן אופן פון "אין 18

להם מנוחה" 19 ,

שינוי תמידי 20 .

און דאס איז אין אלע דרײ עמודים 21

(קוים),

פון תורה,

עבודה

(תפלה),

און גמילות חסדים

(מצות) 22

:

ה.

בתורה:

תורה איז בכללות פאנאנדער־ געטיילט אין צוויי 23

— תורה שבכתב און תורה שבעל פה.

וואס אע״פ אז ביידע "ניתנו לו למשה בסיני",

ובלשון הרמב״ם בתחלת הקדמתו לס׳ היד: כל המצות שניתנו לו למשה בסיני בפירושן ניתנו ..

תורה זו תורה שבכתב והמצוה זו פירושה ..

הנקראת תורה שבעל פה״ — איז אבער א חילוק אין זײער אופן הנתינה:

תורה שבכתב איז ניתנה באופן מדוד ומוגבל,

אין אותיות און תיבות,

אין וועלכע עם קען ניט זיין קיין שינוי 24

;

משא״כ תושבע״פ — "פירושה",

איז געקומען ע״י החכמים,

וועלכע האבן איר מפרש געווען דורך די יג

(לב וכו׳)

מדות שהתורה נדרשת בהן

(וכיו״ב) 25 ,

פון א ווארט אדער אפילו אן אות בתורה קומט אן אריכות אין תושבע״פ 26

,

און פון די אריכות פון די תנאים — קומט נאך א גרעסערע אריכות פון די אמוראים א.

ז.

וו.

— ביז דער לאפשה לה פון א תלמיד ותיק,

וואס דאס אלעס ווערט א חלק פון תושבע״פ,

וכמחז״ל 27

כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה בסיני.

און דערמיט איז אויך פארבונדן דער חילוק אין אופן למודן: בתורה שבכתב מאכט מען ברכת התורה בקריאתה,

ווען אפילו לא ידע מאי קאמר 28

; בלימוד תורה שבע״פ אבער איז אויב לא ידע מאי קאמר קען מען קיין ברכת התורה ניט מאכן 29 .

לימודה 30

איז פארבונדן מיט הבנת האדם,

וועלכע איז פארשידן ביי בית שמאי אדער בית הלל,

כאטש ביידע קיבלו פון די זעלבע שמעי׳ ואבטליון,

וועלכע קיבלו דור מדור ביז צו משה רבנו וועלכער קיבל תורה פון דעם אוי־ בערשטן — און מיט דער צייט.

איז דאך צוגעקומען בא יעדערן פון זיי בחכמה בינה ודעת התורה.

ועד״ז זיינען דא די צוויי תנועות אין תורה שבע״פ גופא: עס דארף זיין "לאפשה לה בכל יומא" 31 ,

מחדש זיין אין תורה,

אבער עם מוז זיין פארבונדן און מיוסד נאר אויף די כללים ויסודות פון תורה און אין פולסטער איינשטימונג מיט הלכה — וואס אין זיי

(די יסודות כללים והלכות)

איז ניט שייך קיין שינוי,

התורה זו לא תהי׳ מוחלפת 32 .

און כמרז״ל הנ״ל "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הבל ניתן למשה בסיני".

ד־ לכאורה איז דאס א סתירה מיני׳ ובי׳: לחדש מיינט דאך אז דער תלמיד האט עס מחדש 33

געווען בשכלו,

איז ווי זאגט מען אז דאס איז ניתן למשה בסיני?

נאר דער ביאור בזה

(ווי גערעדט פיל מאל 34 )

: די סברא פרטית איז א חידוש פון דעם תלמיד ותיק

[וואס כל איש מישראל איז מחוייב צו לערנען אלם וואס עס שטייט בתושב״כ און בתושבע״פ און ער דארף אויך ״לחדש ..

הן בהלכות הן באגדות הן בנגלה הן בנסתר" 35 ]

;

געבויט אויף די כללים וועלכע משה האט מקבל געווען בסיני,

און דער ״חידוש״ באשטייט — אין דעם וואס ער איז מגלה די סברא והלכה פרטית מן הכלל 36

— כהלכה

אויב ניט,

ר״ל,

איז עם כפשוט היפך התורה,

און כדבר המשנה 37

"המגלה פנים בתורה שלא כהלכה,

אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים,

אין לו חלק לעולם הבא".

ו.

בתפלה:

כללות התפלה איז א ציווי לכל נפש 38 ,

און בכל יום ויום; לאידך איז תפלה — עבודה שבלב 39 .

וואס לב כאו״א איז בשווה ער הוא להקב״ה 40 ,

נאכדעם קומען פרטי הרגש שבלב וואס אין דעותיהן שוות 41

און דערפאר איז פרטי הכוונה ועבודת הלב זיינען פארשידן 42

אויך פארשידן בעבודתם מיום ליום.

[ועד״ז אין דער תפלה שבכל יום גופא: א איד איז הולך ועולה במשך היום ובפרט אין זיין עבודה בהתפלה מדרגא לדרגא בכוונת הלב ובדביקותו בה׳,

ביז ער קומט צו דער עבודה פון שמו״ע ווען ער שטייט "כעבדא קמי׳ מרי"׳ 43 ].

די צוויי ענינים זיינען אויך דא אין נוסח התפלה גופא: די ג׳ ראשונות וג׳ אחרונות זיינען בשווה 44

בכל התפלות ובכל ימות השנה; משא״ב די ברכות אמצעיות מוז אין זיי זיין שינויים: ימות החול — י״ב אמצעיות דבקשת צרכיו

(ובהם גופא שינוי מזמן לזמן),

שבת,

ר״ח,

יו״ט,

ר״ה,

ױהכ״פ וכו׳.

אבער די שינויי נוסח גופא קומען בהמשך און זיינען אלע פארבונדן מיט די זעלבע ג׳ ראשונות וג׳ אחרונות וואס זיינען גלייך בכל תפלה ותפלה.

ז.

במצות:

מנין המצות וקיומן איז באופן פון לא תוסיף עליו ולא תגרע ממנו 45

— "דבר 46

ברור ומפורש בתורה שהיא מצוה עומדת לעולם ולעולמי עולמים אין לה לא שינוי ולא גרעון ולא תוספת": דער־ נאך קומט די זאך פון הידור מצוה,

וואס דער מענטש דארף מהדר זיין און מעלה זיין בקודש 47

בקיום המצות 48

: ניט נאר כדבעי למעבד 49

נאר מהדרין,

מהדרין מן המהדרין 50

; ע״פ דין — לפנים משורת הדין,

וכיו״ב.

ח.

דער טעם וואס די עבודה פון אידן איז אויסגעשטעלט אין די צוויי קוין: וויבאלד תורה און מצות זיינען גע־ געבן געווארן פון דעם אויבערשטן צו אידן,

זיינען דא אין דעם ביידע ענינים כביכול: דאס איז תורתו.

ומצותיו של הקב״ה; און ס׳איז די עבודה פון אידן,

מקבלי התורה והמצות 51 .

און דאס דריקט זיד אויס אין די צוויי קוין הנ״ל: אין דעם בלתי שינוי פון תורה ומצות איז מודגש דער נותן התורה ומצווה המצות — דער אויבער־ שטער,

וואט איז בלתי משתנה,

אני ה׳ לא שניתי 52

; און מצד דעם וואט דער ענין פון תורה ומצות איז די עבודה פון אידן

(בלימוד התורה וקיום המצות)

— וואט דער גדר פון א נברא איז וואט ער איז א בעל שינויים און דארף זיין א מהלך,

ניט ווי העומדים האלה 53 ,

וואקסן — איז די עבודה פון תומ״צ אויםגע־ שטעלט באופן אז עט איז דא די הליכה מחיל אל חיל בעבודת ה׳,

דער שינוי

(ועלי׳)

תמידי.

און דאס איז אויך דער טעם וואט אתם נצבים איו וילד זיינען ניט נאר צוויי סדרות וואט ווערן לפעמים נצטרף,

נאר זיי זיינען בעצם איין סדרה — ווייל דער כללות הענין פון עבודת ה׳ ״מאנט״ בײדע זאכן: ״נצבים״ — דער בלתי שינוי,

מצד דעם נותן התורה ומצווה המצות

(און דערפאר שטייט ״נצבים״ לשון נפעל 54

— ווייל דער אמת׳ר תוקף ובלי שינוי קומט מלמעלה)

; און ״וילך״ — די הליכת האדם מחיל אל חיל.

און דערפאר איז דאס איין סדרה,

ווייל אין יעדער עבודה פון ״וילך״ — תנועה פון שינוי,

מוז דער יסוד זיין דער חלק פון תומ״צ פון "נצבים",

ווי עס קומט פון

(נצבים —)

"אני ה׳ לא שניתי".

ט.

וי״ל אז דאס איז אויך דער ביאור אין תורת הבעש״ט הנ״ל בנוגע לברכתו של הקב״ה אין דעם שבת האחרון דחודש אלול — אז די ברכה איז וואט ״קורין אז פרשת אתם נצבים״ — און ווי גערעדט פריער

(סעיף ב)

אז אין דעם זיינען פאראן צוויי ענינים: די עצם ברכה איז פארבונדן מיט "אתם נצבים"; און דאס וואס "בכח זה ישראל מברכים את החדשים י״א פעמים בשנה" איז פארבונדן מיט

(דעם צווייטן טייל פון ״פרשת אתם נצבים״ —)

"וילד משה":

די עצם ברכה איז "ברכתו של הקב״ה״ — ס׳איז א ברכה וואס דער אויבערשטער אליין בענטשט דעם חודש.

דערפאר וואס דאס איז א ברכה וואס איז העכער פון גדר הנבראים.

און דערפאר איז די ברכה פארבונדן מיט דעם מצב אז ״אתם

(זיינען)

נצבים״ -דער בלתי שינוי וועלכער איז פאר־ בונדן מיט "לפני ה׳ אלקיכם",

"אני ה׳ לא שניתי" 55 .

און דערנאך ווערט די ברכה נמשך אין אן אופן וואס "בכח זה ישראל מברכים את החדשים״ — וואס דאס איז פארבונדן מיט עבודת ישראל.

און דער־ פאר איז דער ענין שייך צו "וילך",

די עבודה פון אידן,

הליכה מחיל אל חיל; אבער אויך דאס איז א המשך

(א טייל)

פון ברכתו של הקב״ה 56

— וכנ״ל,

אז "וילך" איז ניט א באזונדער סדרה,

נאר א טייל פון "פרשת אתם נצבים",

ווייל דער "וילך" פון אידן,

איז מיוסד און פארבונדן מיטן "אתם נצבים",

מיט דער נתינה מלמעלה.

אבער,

וויבאלד אז בפועל ובגלוי איז דאס וואס "ישראל מברכים את החדשים" ברכת ועבודת האדם,

דערי־ בער 57

איז ניט מוכרח אז דאס זאל אלע־ מאל זיין בגלוי אין דעם שבת פאר ראש השנה,

ובמילא לייענט מען ניט אלע־ מאל פרשת וילך לפני ר״ה,

אמאל ווערט עס געלייענט בשבת שלאחרי

(אבער בסמיכות צו)

ראש השנה.

יוד.

דאס וואס מען לייענט פרשת אתם נצבים אין דעם שבת האחרון פון חודש אלול,

איז ניט נאר אלס הכנה צו שנה הבאה בכלל

(מצד דעם וואס אין דעם שבת ווערט נמשך ברכתו של הקב״ה),

נאר י״ל,

אז דאס איז אויך פאר־ בונדן מיט דער עבודה פון ראש השנה עצמה,

וואס דערפאר איז "פרשה זו

(נצבים)

קורין לעולם קודם ר״ה״ 58 .

ועפ״ז — זיינען די צוויי קוין הנ״ל אין נצבים און וילך,

אויך דא אין דער עבודה פון ראש השנה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים — וויבאלד אז עם זיינען דא די צוויי קוין אין תורה ומצות עצמן,

איז מובן,

אז פריער זיינען זיי דא אין דעם נותן התורה ומצווה המצות,

כביכול.

וואס דאס זיינען די צוויי ענינים — תענוג און רצון:

אין תורה ומצות איז פאראן דאס וואס עס איז רצון העליון ב״ה,

און דאס וואס עס איז דער עונג העליון ב״ה 59 ,

נחת רוח לפני שאמרתי ונעשה רצוני 60 .

און דעם חילוק צווישן זיי 61

וויבאלד אז דברה תורה בלשון בנ״א — וועט מען פארשטיין דערפון ווי דאס איז אין נפש האדם למטה

(ובפרט אז די כחות הנפש ווערן דאך נשתלשל פון למעלה 62 ).

ביידע כוחות — סיי תענוג און סיי רצון — זיינען

(ניט פון די כוחות הפנימיים של הנפש וואס יעדערער פון זיי איז א כח פרטי,

נאר)

פון די כוחות מקיפים,

וואס דאס מיינט: כוחות כלליים,

אין וועלכע די נפש

(אינגאנצן)

גיט זיך ארוים.

דער חילוק צווישן זיי איז — אין אופן "גילוי הנפש" שבהם,

אין וועלכע עס זיינען פאראן צוויי אופנים:

רצון — וואס איז אויך מלשון רץ: די

(גאנצע)

נפש וויל,

ציט זיך,

לויפט צו א זאך וואס איז חוץ ממנה,

תענוג איז פארקערט — ס׳איז אן ענין פון מנוחה,

און אמת׳ר תענוג ובפרט שלימות פון תענוג איז ווען דער אדם איז זיך מתענג בעצמותו 63 .

און דאס זיינען די צוויי ענינים פון ״נצבים״ און "וילך",

בלתי שינוי און שינוי למעלה כביכול: עונג — די מנוחה באמיתתה ובשלימותה,

בעצמותו — אן ענין פון העדר השינױ: און רצון — ריצה והטיי׳ — אן ענין של תנועה ושינוי.

יא.

וויבאלד אז בראש השנה דארף מען אויפטאן דעם "תמליכוני עליכם" 64

אז דער אויבערשטער זאל ווערן אונזער מלך — איז דאס פארבונדן מיט די ביידע תנועות: פריער דארף מען אויפ־ טאן למעלה,

כביכול,

דעם עונג 65

אין ענין המלוכה,

און דערנאר — דעם רצון 66

למלוכה 67 .

און דעריבער פאדערט זיר פון אידן — וואט דארפן אויפטאן דעם "תמליכוני״ — צוויי תנועות,

ובלשון תפלת ראש השנה 68

: אם כבנים אם כעבדים.

וואט דער פירוש הפנימי אין דעם איז 69 ,

אז בר״ה מאנען זיר און זײנען דא בפועל ביידע אופני עבודה — סיי אלם בנים און סיי אלם עבדים

(ווי מען זאגט: אבינו מלכנו).

וואט דער חילוק ביניהם איז 70

: בן איז פארבונדן מיט עצמות אביו,

און דער אב איז זיר משתעשע ומתענג בבנו

(ווי דער מגיד איז מאריך בראש טפריו 71 ),

עבד איז מקיים רצון האדון

(המלך).

און דאס איז די שייכות פון די צוויי ענינים הנ״ל אין דער קריאה פון פרשת אתם נצבים — ״נצבים״ ובלתי שינוי,

און ״וילך״ שינוי — צו דער עבודה פון ראש השנה,

ווייל דורך דער עבודה פון אידן אין די צוויי תנועות פון "אם כבנים אם כעבדים" טוען אויף אידן די

(המשכת ה)

מלוכה פון דעם אויבערשטן

("תמלי־ כוני עליכם״)

— אין ביידע ענינים פון עונג און רצון,

כנ״ל.

יב.

דער שרש פון די ביידע תנועות הנ״ל — איז איין נקודה

(וואט דערפאר זיינען נצבים ױלך בעצם איין סדרה,

כנ״ל)

: דער ביטול עצמי פון א אידן מצד עצם נפשו,

וואט איז העכער סיי פון רצון און טיי פון תענוג; וואט מצד דעם איז א איד בוחר,

כביכול,

אין דעם אויבערשטן,

ווייל זיי זיינען עצם אחד

[נאר בפועל קומט דאס ארויס,

און דריקט זיך אוים אין צוויי תנועות פון בנים ועבדים].

און דאס פועל׳ט די בחירה שלמעלה אין אידן,

"יבחר לנו את נחלתנו" 72 ,

פון עצמות ומהות 73 ,

וואו אידן זיינען איין זאר,

כביכול,

מיטן אויבערשטן 74

,

און דאס קומט אין די צוויי תנועות אין וועלכע עט ווערט נמשך "תמליכוני עליכם",

תענוג און רצון.

און בשעת מען לײענט פרשת אתם נצבים בשבת שלפני ר״ה,

ווערט שוין תיכף,

גלייך דעמאלט אויפגעטאן דער "אתם נצבים קיימים ועומדים והיינו שזוכין בדיו״ 75

— "ברכתו של הקב״ה בשבת מברכים חודש השביעי שהוא המושבע והמשביע 76

ברוב טוב לכל ישראל על כל השנה 77 ,

און עם ווערט נמשך אין א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה לכל אחד ואחת מישראל בטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים,

כפשוטו ממש.

(משיחות ש״פ נצו"י תשמ״ב,

ו' תשרי,

י״ג תשרי תשד״מ)

Reader controls and commentary are loading.