B"H
🏡

Ikar

נצבים

א.

אויפן פסוק 1

"ומל ה׳ אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך" שטייט אין תרגום 2

"ויעדי ה״א ית טפשות לבך".

בפשטות באווארנט דערמיט דער תרגום: ווי פאסט דער לשון "ומל גו׳ את לבבך ואח לבב זרעך"?

דער ענין פון "ומל" איז שייך דוקא ביי ערלת הלב,

ניט בנוגע הלב עצמו.

און ווי עם שטייט טאקע אין א פריערדיקער סדרה 3

״ומלתם את ערלת לבבכם״ — האט אויך דא געדארפט לכאורה שטיין "ומל ה״א את ערלת לבבך ואת ערלת לבב זרעך".

דערפאר איז דער תרגום מוסיף — כתרגומו בסדרה הנ״ל — דעם ווארט "טפשות

(לבך)

",

ד.

ה.

אז עס איז ווי א "מקרא קצר" און ס׳איז כאילו ווי דער פסוק וואלט געזאגט בפירוש "ערלת לבבך".

מען דארף אבער פארשטיין: פאר־ וואס באווארנט ניט רש״י די שאלה — ע״ד ווי דער תרגום

(וכמדובר כמה פעמים 4 ,

אז רש״י פארענטפערט יעדע שאלה וואס ווערט נתעורר בלימוד פשוטו של מקרא)?

מוז מען זאגן,

אז לויט שיטת רש״י דארף מען די שאלה ניט באווארענען

(צי ווייל קושיא מעיקרא ליתא 5 ,

אדער ווייל רש״י האט שוין באווארנט די

שאלה אין א פריערדיקן פירוש 6 ,

כמדובר כמה פעמים 4 ).

ב.

בנוגע דעם טעם פארוואם דער פסוק זאגט ניט ,

ערלת לבבך׳ — יש לומר,

אז דאס -איז פארשטאנדיק פון המשך הכתובים גופא:

פריער שטייט 7

"והי׳ כי יבואו עליך גו׳ ושבת עד ה״א ושמעת בקולו גו׳ אתה ובניך ככל לבבך ובכל נפשך",

און דעונאך איז די תורה ממשיך "

(ושב ה״א את שבותך גו׳ והביאך ה״א אל הארץ גו׳)

ומל ה״א את לבבך גו"׳,

ד.

ה.

אז דער "ומל ה״א את לבבך" וועט זיין לאחרי ווי אידן זיינען שוין אין א מצב פון "ושבת גו׳ בכל לבבך ובכל נפשך";

האט קיין ארט ניט צו זאגן אז "ומל גו'״ — ערלת הלב,

ווייל אידן זיינען אין א מצב פון "ושבת גו׳ בכל לבבך ובכל נפשך",

איז שוין ניטא ביי זיי "ערלת הלב" 8

(טפשות

(כפי׳ התרגום),

אדער ווי רש״י איז מפרש ״ערלת לבבכם״ — "אוטם לבבכם וכיסויו" 9 ,

אז דער לב איז אטום "מהבין" 10 )

!

מוז מען זאגן,

אז "ומל גו׳ לבבך" מיינט א העכערן ענין אין עבודת השם 11

— בנוסף אויף דער פריערדיקער שלילה

(העדר הטפשות,

אראפנעמען דעם "אוטם" הלב),

זאל זיין אן ענין חיובי ועשי׳,

כהמשך הכתוב — "

(ומל גו׳)

לאהבה את ה״א גו".

בנוסח אחר קצת: פריער שטייט אז אידן וועלן תשובה טאן און פאלגן דעם אויבערשטן "בכל לבבך ובכל נפשך",

וואם דאס קען זיין אפילו ווען זיי דינען דעם אויבערשטן מיראה 12

; אבער "ומל ה״א גו״׳ וועט ביי זיי אויפטאן — "לאהבה 13

את ה״א בכל לבבך ובכל נפשך" 14 .

— עם בלייבט אבער צו פארשטיין: וואס פאר א שייכות האט ״ומל״ — א פעולה פון כריחה

(הסרה 15

)

— מיט דער פעולה אויפן לב "לאהבה גו'" 16 ?

!

אויר איז ניט מובן: פון לשון הכתוב "ומל ה״א גו"׳ קומט אוים,

אז דאם איז או ענין וועלכער יוערט אויפגעטאן ניט דורך דעם אדם עצמו,

נאר על ידי פעולת הקב״ה 17

; אבער אויב דער אויפ־ טו פון "ומל גו"׳ באשטייט בלויז אין ״לאהבה גו״׳ — איז דאך אהבת השם א

ציווי אויף כאו״א מישראל,

"ואהבת 18

את ה״א גוי בכל לבבך ובכל נפשך" 19

ופעמיים בכל יום!

ג.

ויש לומר,

אז אויר די שאלה ווערט באווארנט אין המשך הכתובים:

די פסוקים "והי׳ כי יביאו עליך גו׳ ושבת גו׳ ושב גו׳ ומל גו"׳ קומען בהמשך צו דער אריכות פריער,

וועגן דעם מצב בלתי טוב אין גלות,

וואם קומט מצד דעם וואם "עזבו את ברית ה'" 20

: און די תורה איז מתאר די סיבה פון אזא הנהגה — "כי 21

אתם ידעתם גו׳ בארץ מצרים גו׳ ותראו את שקוציהם גו׳ פן יש גו׳ אשר לבבו פונה גו׳ לעבוד את אלקי הגוים ההם גו"׳.

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז דער "ומל ה״א את לבבך גו"׳

(וואס וועט זיין לאחרי ווי "והביאך ה״א אל הארץ גו"׳)

איז אויף צו אראפנעמען די סיבה פון דער ירידה רוחנית — די אפשריות פון "ותראו את שקוציהם גו׳ לבבו פונה גו"׳.

און די הסברה אין דעם:

אין דעם וואם דער לב פון א אידן קערט זיך אפ מאחרי השם,

זיינען דא צוויי סיבות כלליות

(וועלכע דריקן זיר אוים אין די צוויי לשונות: ערלת הלב און "לבבו פונה")

:

א)

א חסרון אין דער מציאות הלב עצמו — עם איז דא ערלת הלב

(טפשות אדער אן אוטם),

און מצד דעם איז דער לב נמשר צו דברים רעים ואסורים.

ב)

א סיבה שחוץ הימנו — מהלב,

ובלשון רש״י 22

— "העין רואה והלב חומד",

וואם דאם איז אופן הירידה של האדם: נאד איידער עם ווערט א שינוי

(לגריעותא)

אין מציאות הלב גופא — ער האט נאד ניט קיין טפשות אדער אוטם,

אזוי אז מצד עצמו וואלט ער ניט געהאט קיין חמדה צו ניט גוטע זאכן — קומט ראיית העין און איז מוליד א חמדה בלבו.

און דאס איז דער דיוק לשון הכתוב בפרשתנו,

אז די סיבה ראשונה צו דער ירידה רוחנית פון בנ״י איז "איש גו׳ אשר לבבו פונה״ — ד ער לשון

("לבבו פונה")

ווייזט אויף א חסרון

(ניט אין דעם לב עצמו — ווי ״לבבם הערל" 23

— נאר)

בלויז אין נטיית הלב

(וואם קען קומען מצד א סיבה שמבחוץ)

; וכמפורש בקרא די השתלשלות המצב — "כי אתם ידעתם את אשר ישבנו בארץ מצרים גו׳ ותראו את שקוציהם גו׳ לבבו פונה גו׳ לעבוד את אלקי הגוים ההם"

(דער אופן פון "העין רואה והלב חומד").

ד.

ע״ם הנ״ל איז פארשטאנדיק:

א)

ווי פאסט דערויף דער לשון "ומל"

(כריתה)

— ווייל דער אויפטו פון "ומל" איז צו אראפנעמען די אפשריות פון "לבבו פונה",

וואם דערצו דארף מען אפשניידן דעם קשר צווישן דער ראי׳ — מיטן לב

(אזוי אז דער לב זאל ניט חומד זיין דעם "ותראו

(מיט דעם עין)

את שקוציהם").

ב)

״ומל ה״א גו״׳ דוקא — מען דארף אנקומען צו פעולת הקב״ה בזה: אן אדם איז בכחו צו מסיר זיין די ערלת הלב —

זיין אוטם און טפשות; אבער דער קשר צווישן ראית עיניו ולבו איז אן עניו וואם דער אויבערשטער האט אין אים מטביע געווען,

און ס׳איז נאר בכחו יתברך דאס צו מבטל זיין 24 .

און דאם איז אויך וואם דער פסוק איז ממשיך "

(ומל ה״א את לבבך ואת לבב זרעך)

לאהבה את ה״א בכל לבבך גו׳ למען חייך״: וויבאלד אז עם וועט אינ־ גאנצן צוגענומען ווערן די אפשריות אויף "לבבו פונה" 25 ,

וועט ממילא זיין 26

"לאהבה את ה״א בכל לבבך ובכל נפשך למען חייך": ניט סתם אהבת ה׳ 27 ,

נאר אין אן אופן אז דאס וועט ווערן דער גאנצער לעבן פון א אידן 28

ה.

פון דעם ענין הנ״ל קומט ארוים א נפק״מ אין דעם תוכן העבודה פון דעם זמן ווען מען לייענט פרשת נצבים — חותם חודש אלול:

אויפן פסוק "ומל גו׳ את לבבך ואת לבב זרעך" שטייט אין בעל הטורים 29 ,

אז "את לבבך ואת לבב ר״ת אלול,

לכך נהגו להשכים להתפלל סליחות מר״ח אלול ואילך".

פון דעם וואם דער בעה״ט פארבינדט די ר״ת פון דעם פסוק מיט אמירת סליחות איז מובן,

אז ער איז מפרש דעם תוכן הפסוק פון "ומל גו"׳ אלס עבודת התשובה 30 .

ויש לומר,

אז דאם איז בהתאם מיטן פירוש התרגום אז "ומל גו׳ את לבבך" מיינט אז מען נעמט אראפ די טפשות הלב.

משא״כ לויטן אויבנדערמאנטן ביאור

(לויט שיטת רש״י,

בפשוטו של מקרא),

אז דער אויפטו פון "ומל גו'" דריקט זין אויס אין דעם המשך הכתוב — "לאהבה גו׳ למען חייך"

(ווארום די הסרת טפשות ואוטם הלב האט זיך שוין אפגעטאן נאך פאר׳ן ״ומל ה״א״)

— קומט אויס,

אז די עבודה פון אלול

(המרומז אין פסוק "ומל גו׳ את לבבך ואת לבב זרעך")

איז ניט עבודת התשובה והסליחה,

נאר עבודת האהבה 31 .

ווארום ד ער אויפטו פון אלול איז אויך אין קו האהבה,

כמובן פון די ר״ת 32

"אני 33

לדודי ודודי לי",

וואס "דודי" איז דאך אן ענין פון אהבה.

און ווי פאר־ שטאנדיק אויר פונעם משל הידוע וואם דער אלטער רבי 34

זאגט אויף הארת י״ג

מדות הרחמים בחודש אלול,

אז דאס איז בדוגמא צו א מלך וואם "מקבלין פניו בשדה ..

והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם" — וואם כמובן,

איז דאם מעורר ביי כולם אן אהבה צום מלך,

כמים הפנים לפנים גו׳ 35 .

ו.

ויש לומר,

אז דאס וואם לויטן בעה״ט איז אין עבודת אלול

(המרומזת אין פסוק "ומל גו׳")

ניט נכלל דער המשך הכתוב "לאהבה גו"׳,

איז ווייל לויטן לימוד ע״ד הרמז

(פירוש הבעה״ט),

איז דער "לאהבה גו"׳ א העכערע ' מדריגה ווי די אהבת השם שבחודש אלול.

ובהקדמה: דער אלטער רבי איז מבאר 36

דעם חילוק צווישן עבודת חודש אלול און עבודת ימים נוראים שלאח״ז,

אז אלול איז בעיקר ד ער זמן פון "אני לדודי״,

אתעדל״ת 37

; משא״כ די ימים נוראים איז דער עיקר זמן פון "ודודי לי״ — "זמן התגלות מלכותו ית"׳

(בדוגמא ווי איינער וואם איז "מקבל 38

פני המלך בהיכל מלכותו״ — וואם צו דעם זיינען זוכה נאר די "מובחרים שבעם ויחידי סגולה" 39 ),

וואם דוקא דעמאלט ווערט אהבתו 40

ית׳ "נטוע בלב האדם".

דאם הייסט,

אז די מדריגת האהבה פון חודש אלול איז ניט אזוי הויך ווי די אהבה וואם ווערט דערגרייכט אין די ימים נוראים,

דעם

(עיקר ה)

זמן פון "ודודי לי".

ועפ״ז יש לבאר דעם חילוק צווישן די צוויי אופנים הנ״ל

(צי דער "לאהבה גו"׳ איז א טייל פון חודש אלול)

:

דער לימוד ע״ד הפשט — לימוד השווה לכל נפש — איז בהתאם צו די ניט אזוי הויכע מדריגות אין עבודת השם,

מדריגות צו וועלכע אלע אידן זיי־ נען שייך.

ובעניננו — דער "לאהבה את ה״א גו"׳ אין "עולם הפשט" איז א מדריגה אין אהבה צו וועלכער אלע אידן זיינען שייך — און דערפאר איז דאס א טייל פון עבודת אלול,

ווייל דאס איז אן אהבה צו וועלכע מען קען דער־ גרייכן אפילו ווען מ׳געפינט זיך "בשדה" 41

;

משא״כ אין לימוד ע״ד הרמז — העכערע 42

מדריגות אין

(לימוד התורה,

ובמילא אין)

עבודת השם — איז דער "לאהבה את ה״א גו"׳ א העכערע

מדריגה אין אהבה,

וואט קומט ערשט

(לאחרי די עבודה פון אלול—)

אין דעם

(עיקר ה)

זמן פון "דודי לי" 43

(בימים נוראים)

;

און דערפאר איז התחלת הכתוב — "ומל גו׳ את לבבך ואת לבב זרעך די עבודה פון סליחות

(— מר״ח ואילך,

פון כל ימים)

דחודש אלול,

און דער־ נאד,

אין די ימים נוראים

(שלאחרי חודש אלול)

דערגרייכט מען צו "לאהבה את ה״א בכל לבבך ובכל נפשך למען חייך".

(משיחות ש׳׳פ נצבים תשל״ד,

ש״פ נצו״י תשמ״ג)

Reader controls and commentary are loading.