א.
וועגן דעם טאג פון ח״י אלול — דער יום ההולדת פון דעם בעש״ט
(ח״י אלול שנת נח״ת)
און יום ההולדת פון אלטן רבי׳ן
(ח״י אלול שנת קה״ת)
— האט כ״ק מו״ח אדמו״ר געזאגט אין א שיחה 1 ,
וז״ל:
"ביי חסידים איז פאראן אן אלטער חסידישער װארט אין צוויי אויסשפראכן: א)
ח״י אלול איז דער מאג וואס האט געבראכט און ברענגט א לעבן אין אלול.
ב)
ח״י אלול גיט א חיות אין דער עבודה פון אני 2
לדודי ודודי לי".
פון דעם וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט איבערגעזאגט ביידע נוסחאות איז מובן,
אז זיי זיינען ביידע אויסגעהאלטן,
און אז אין יעדן נוסח איז דא אן אויפטו לגבי דעם צווייטן 3 .
ועוד: דערפון וואס כ״ק מו״ח אדמו״ר האט זיי געזאגט מיט דעם סדר דוקא,
ובפרט אז ער האט זיי מסמן געווען מיט ״אל״ף״ און ״בי״ת״ 4
— איז מובן,
אז פריער קומט דער ענין אין ח״י אלול וואס ער "איז דער טאג וואס האט געבראכט און ברענגט א לעבן אין אלול",
און ערשט דערנאד קומט דער ״בי״ת״ — דער צװײ־ טער
(נוסח —)
ענין איו ח״י אלול,
וואס ער "גיט א חיות איו דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי".
ב.
די שינויים צווישן די צוויי נוסחאות הנ״ל זיינעז:
א)
אין ערשטן נוסח איז דער לשון "
(ח״י אלול)
איז דער טאג וואס כו׳",
משא״ב אין צווייטן נוסח שטייט "ח״י אלול״ סתם,
אן דער הדגשה — "דער טאג".
ב)
אין ערשטן נוסח — "האט גע־ בראכט און ברענגט א לענן",
משא״ב אין צווייטן נוסח — "גיט א חיות",
וואס אין דעם זיינען פאראן צוויי שינויים3:
(א)
אין ערשטן נוסח .
ברענגט",
אין צווייטן "גיט".
(ב)
אין ערשטן נוסח איז עם בלשון עבר און בלשון הוה: "האט געבראכט און ברענגט",
און אין צווייטן נוסח איז עם נאר בל׳ הוה — "גיט".
ג)
אין ערשטן נוסח — "
(א לעבן)
אין אלול״: אבער אין צווייטן נוסח — "
(א חיות)
אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי".
ג.
וי״ל אז די שינויים הנ״ל,
זיינען ניט נאר שינויים
(קלים)
בלשון,
נאר שינויים עיקריים אין תוכן:
א)
דער ביטוי "ח״י אלול איז דער טאג וואס בו׳״ איז מדגיש דעם ענין הזמן — ס׳איז א "טאג",
אײנער פון די ימות השנה,
אבער א יום מיוחד,
"דער טאג וואט האט געבראכט און ברענגט א לעבן אין אלול"; ווען מען זאגט אבער "ה״י אלול" סתם,
איז דערביי ניט
(אזוי)
מודגש דער ענין הזמן שבו,
נאר בעיקר דער אינהאלט פון דעם טאג 6 .
אין אנדערע ווערטער: אין זמן זיינען פאראן צוויי ענינים: א)
עצם הזמן,
ב)
תוכן הזמן.
לדוגמא — יום השבת,
וואס אין זמן איז ער
(א)
איינער פון די שבעת ימי השבוע,
נאר זייענדיק דער יום השביעי — דבל השביעין חביבין 7
— איז עם א יום מיוחד.
(ב)
דער יום השביעי פארמאגט אין זיר קדושת שבת,
וואס די קדושה
(מצ״ע)
איז "למעלה מגדר המקום והזמן" 8 ,
נאר די קדושה איז מאיר 8
אין דעם זמן פון יום השביעי.
און דאס איז דער ערשטער חילוק צווישן די צוויי נוסחאות: לויטן ערשטן נוסח קומט דער ״לעבן״ פון דעם זמן
(״דער טאג״)
פון ח״י אלול,
ס׳איז אן אויסגעטיילטער טאג וואס ברענגט א "לעבן אין אלול"; משא״ב לויטן צווייטן נוסח,
קומט דער חיות פון דעם תוכן היום,
פון "ח״י אלול" עצמו.
ב)
דער חילוק הנ״ל איז נאך מער בולט אין דעם דריטן שינוי הנ״ל
(ס״ב)
צווישן די צוויי נוסחאות — אין ערשטן נוסח איז דער לשון "
(א לעבן)
אין אלול",
און אין צווייטן נוסח — "
(א חיות)
אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי":
אין ערשטן נוסח רעדט זיר וועגן דעם ״לעבן״ װאם װערט ארײנגעבראכט אין דעם זמן פון
(חודש)
אלול;
משא״ב אין צווייטן נוסח רעדט זיר מלכתחילה וועגן דעם חובן העניו
(עבודה)
— דער "חיות" פון
(תוכן פון)
ח״י אלול,
וואס גיט חיות אינעם תוכן פון חודש אלול,
"אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי"
(וואס איז ר״ת אלול , ,
אבער דער ווארט "אלול" עצמו ווערט דא ניט דערמאנט).
ג)
אויך דער צווייטער שינוי הנ״ל — ־״ברענגט״-אדער ״גיט״ — איז א חילוק עיקרי: ״ברענגט א לעבן״ ווייזט,
אז דער ״לעבן״ גופא געפינט זיר במקום אחר,
און דער טאג פון ח״י אלול איז דער "ממוצע",
וואס ברענגט דעם לעבן
(ממקום אחר)
אין אלול; משא״ב "גיט א חיות" מיינט,
אז ער
(ח״י אלול)
גיט חיות מדי לי׳.
ד.
ויש לומר הביאור בזה:
בנוגע צו חודש אלול געפינט מען צוויי ענינים:
די עבודה פון אלול איז בדרר אתערותא דלתתא 10 .
אלול איז ר״ת
(כנ״ל)
״אני לדודי ודודי לי״ — פריער קומט "אני לדודי"
(עבודת האדם),
און דער־ נאד "ודודי לי"
(די אתערותא דלעילא).
ד.
ה.
די אתערותא דלעילא
("ודודי לי")
איז א תוצאה פון עבודת האדם 11
[ניט ווי חודש ניסן וואס ענינו איז אתערותא דלעילא,
בלשון הפסוק 12
: דודי לי ואני לו — פריער "דודי לי",
און דער־ נאד
(דורך דער אתערותא דלעילא)
"ואני לו"].
נאד מער: דער אלטער רבי זאגט אין לקו״ת",
אז דער "ודודי לי" פון "אלול" — די "המשכת אלקותו ית׳ למטה בבחי׳ התגלות״ — איז ניט אין חודש אלול,
נאר דערנאך בראש השנה כר.
ווייל דער ענין פון חודש אלול איז — די אתערותא דלתתא.
לאידך אבער,
זאגט דער אלטער רבי
(דארט גופא 14
),
אז אלול איז א זמן פון עת רצון,
"זמן התגלות י״ג מדות הרחמים",
וואס דער גילוי מלמעלה ווערט אויפגעטאן
(ניט דורך עבודת האדם,
נאר)
בדרך אתערותא דלעילא.
ווי פארשטאנדיק פון דעם משל וואס דער אלטער רבי זאגט דארט אויף דעם — אז דאס איז ווי א מלך וואט "מקבלין פניו בשדה ואז רשאין כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם".
— ווייל אע״פ 15
אז אלול איז ענינו אתערותא דלתתא
(כנ״ל),
מוז אבער יעדע עבודה פון א נברא אנקומען צו א סיוע מלמעלה
(אתעדל״ע)
אויף דער
עבודה
(כמרז״ל עה״פ 16
מי הקדימני ואשלם).
און דאס איז דער ענין פון די הארת י״ג מדות הרחמים בחודש אלול — דאס איז 17
די אתעדל״ע אויף דער עבודה פון אלול,
"אני לדודי ודודי לי".
ה.
אע״פ אז אלול האט אין זיך ביידע ענינים
(הארת י״ג מדות הרחמים מלמעלה און אתעדל״ת)
כנ״ל — דאך,
זיינען די ר״ת פון ווארט אלול
(אני לדודי ודודי לי)
מרמז דוקא אויפן ענין פון אתעדל״ת.
וי״ל דעם ביאור אין דעם:
די אתעדל״ע פון אלול — הארת י״ג מדות הרחמים — איז פארבונדן מיט דעם זמן 18
פון אלול: עם זיינען פאראן כמה זמנים בשנה וועלכע זיינען אן עת רצון — וואס איז ניט פארבונדן מיט עבודת האדם,
נאר דער אויבערשטער האט מלכתחילה איינגעשטעלט אין
(טבע פון)
וועלט,
אז די זמנים זיינען מצד עצמם אן עת רצון.
ועד״ז בנוגע חודש אלול,
אז די הארת י״ג מדות הרחמים בחודש אלול איז מצד דעם וואס חודש אלול איז אן עת רצון למעלה,
וואס דעמאלט גייט דער מלך ארוים אין "שדה".
אבער דער תוכן ומהות החודש 19
(וואס איז אריינגעגעבן געווארן אין דעם זמן)
איז,
אדרבה — דוקא דער ענין פון אתערותא דלתתא 20 ,
עבודת האדם 21 .
ו.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פאר־ שטיין דעם חילוק צווישן די צוויי נוסחאות הנ״ל בנוגע צו ח״י אלול —
ווייל כשם ווי עס זיינען פאראן די צוויי ענינים
(הארת י״ג מדות הרחמים און אתעדל״ת)
אין אלול,
איז עד״ז אזוי בנוגע צו ח״י אלול.
אז דער חיות וואס ח״י אלול ברענגט אריין אין אלול,
איז אין ביידע פרטים שבו,
סיי בנוגע דער אתעדל״ע שבו
(די הארת י״ג מדות הרחמים),
און סיי אין דער אתעדל״ת שבו
(די עבודה פון אלול)
:
דער טאג פון ח״י אלול — יום ההילדת פון דעם בעש״ט און פון אלטן רבי׳ן — איז א יום סגולה און זמן פון עת רצון; און דערפאר האט עם געבראכט א נייעם ״לעבן״ אין דעם עת רצון פון אלול,
אין דער התעוררות פון אלול וואס קומט מלמעלה
(מצד דער הארת י״ג מדות הרחמים).
און דערנאך איז פאראן וואס ח״י אלול מצד תוכנו — פארבונדן מיט עבודת האדם ע״פ תורת החסידות — גיט א חיות אין דעם תוכן פון חודש אלול,
אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי,
אז די עבודה פון חודש אלול איז מיט א גאר אנדער חיות.
ז.
און דער חילוק איז מודגש אין די שינויי הלשונות אין די צוויי נוסחאות הנ״ל
(און בסדרם)
:
דער ערטשער נוסח — נוסח האי — רעדט וועגן דעם ערשטן ענין און אויפטו אין אלול,
די הארת י״ג מדות הרחמים
(וואס קומט אויף צו מעורר זיין די אתעדל״ת).
וואס כשם ווי די הארת י״ג מדות הרחמים איז אן ענין פון אתעדל״ע,
עד״ז אויך דער ״לעבן״ פון ח״י אלול וואס איז דערמיט פארבונדן,
קומט בדרך אתעדל״ע
(מלמעלה למטה 22 ),
מצד דעם טאג כנ״ל.
און דערפאר שטייט דערביי דער לשון "דער טאג וואס האט געבראכט און ברענגט א לעבן 23
אין אלול":
(א)
ס׳איז מודגש דער זמן — "ח״י אלול איז דעה טאג..
א לעבן אין אלול".
(ב)
״ברענגט״ װײזט
(כנ״ל םום״ג)
אז דער ״לעבן״ קומט ממקום אחר — פון דער אתעדל״ע,
דער לעבן קומט
(ניט פון ״טאג״ עצמו,
נאר)
מלמעלה,
ח״י אלול איז
(נאר)
דער טאג וועלכער כרענגט דעם לעבן.
(ג)
מ׳איז מדגיש אויך דעם עבר — ״האט געבראכט״ — ווייל דער ענין פון אתעדל״ע איז
(לגבי עבודת האדם)
אן ענין פון "עבר" 24 ,
וואס קומט לפני
(און אלם נתינת כח צו)
דער עבודה.
משא״ב אין צווייטן נוסח - נוסח הב' - רעדט זיך וועגן דעם חיות וואס ח״י אלול גיט אין דעם תוכן פון חודש אלול — "אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי",
וואס דער חיות קומט
(ניט פון ״זמן״ — ״דער טאג״ — נאר)
פון תוכן היום,
פאר־ בונדן מיט גילוי תורת החסידות 22 .
און דערפאר שטייט דער לשון "גיט א חיות" — ווייל דער תוכן פון ח״י אלול "גיט א חיות
(מדילי׳)
אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי".
[ועד״ז לגבי דעם אדם,
אז דער חיות וואס ח״י אלול ״גיט ..
אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי" ווערט נמשך
(ניט בדרך אתעדל״ע,
נאר)
בדרך מלמטה למעלה 22
: דער אדם דארף עם ארוים־ ברענגען מן הכח אל הפועל דורך זיין עבודה].
ח.
די הוראה דערפון אין עבודת ה׳ — איז אין ביידע קצוות:
פאר די וועלכע האלטן בתחילת העבודה — ביים ״אל״ף״ פון אלול — זאגט מען אז "ח״י אלול איז דער טאג וואס האט געבראכט און ברענגט א לעבן אין אלול":
א איד קען דאר טענה׳ן — ווי איז שייר,
אז ער,
וויסנדיק מעמדו ומצבו,
זאל קענען מקבל
(וקולט)
זיין חיות פון ח״י אלול?
וואט פאר א שייכות האט ער צו אזא יום נעלה!
זאגט מען אים,
אז אע״פ אז דו ביסט נאד בתחילת העבודה
(און דו האסט ניט אנגעהויבן אפילו די עבודה פון אלול,
"אני לדודי ודודי לי",
ובמילא איז דאד לכאורה ניט שייר אז דו זאלסט אויפטאן א חיות אין עבודת ה׳
(״גיט א חיות״))
— אעפ״ב,
האסטו בכח,
דורד דעם יום סגולה פון ח״י אלול,
צו
(עכ״פ)
ברענגען א לעבן אין אלול.
נאכמער: ח״י אלול האט דיר שוין גע־ בראכט א לעבן אין אלול — דו האסט עם בירושה מאבותיר ואבות אבותיר; און דערפאר ברענגט עם דיר חיות אויך אין דעם הוה.
ולאידר,
איז דא די הוראה פאר "ראשיכם שבטיכם",
אז עם איז ניט גענוג פאר אים דאס וואס ח״י אלול ברענגט א לעבן אין אלול,
נאר ער מוז אויפטאן א חיות
("גיט א חיות")
אין זיין עבודה פון אלול.
ולדוגמא — בלימוד התורה: ס׳איז ניט גענוג דער ענין פון ״ליגמר איניש" 25
— "לגרום שמעתא מרבי׳" 26
(בדוגמא צו "ברענגט א לעבן",
וואס דער לעבן אין פריער ניט זיינער,
עם קומט ממקום אחר)
— נאר עס דארף זיין דער "והדר ליסבר" 25
: נוטף וואט ער חזר׳ט איבער תורת רבו,
הארעוועט ער בשכלו הוא,
צו מסביר זיין "טעמי׳ 26
.
ביז אז ער איז
(אויך)
מחדש 27
אין תורה — בדוגמא וואס ח״י אלול גיט א חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי.
ט.
וויבאלד אז כ״ק מו״ח אדמו״ר האט געזאגט ברבים ביידע נוסחאות און געהייסן אפדרוקן זיי און מפיץ זיין זיי,
איז מובן,
אז באמת זיינען ביידע נוסחאות שייר צו כאו״א מישראל.
ווארום אפילו דער וואס האלט ערשט בתחילת העבודה,
מוז ער וויסן אז טו״ם קען ער צוקומען דערצו אז ער זאל געבן
(און אויפטאן)
א חיות בעבודת ה׳ מדילי׳;
ולאידך גיסא,
אפילו די וואס האלטן שוין אין דער דרגא אז זיי טוען אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי,
און נאב־ מער: זיי זיינען בכח צו אויפטאן א חיית אין זייער עבודה — דארפן זיי וויסן,
אז דאס אלץ איז ניט
(אינגאנצן)
זייער אויפטו,
נאר דאס הויבט זיך אן פון דעם ״לעבן״ װאם ח״י אלול ברענגט
(מלמעלה)
אין אלול.
וע״ד — אין דער דוגמא הנ״ל פון לימוד התורה — ווי די גמרא 28
דער־ ציילט בנוגע לר׳ עקיבא,
אז בשעת משה רבינו האט געהערט ווי ר׳ עקיבא לערנט מיט זיינע תלמידים "ולא הי׳ יודע מה הן אומרים" איז "תשש כחו",
ביז "אמרו לו תלמידיו רבי מנין לך אמר להם הלכה למשה מסיני" איז דעמאלט "נתיישבה דעתו".
ד.
ה.
אז אפילו די ענינים וואס ר׳ עקיבא האט מחדש געווען
(וואס דערפאר איז משה "לא הי׳ יודע מה הן אומרים")
איז מקורס פון משה רבינו 29 ,
"הלכה למשה מסיני".
(משיחת ש״פ תבא,
ח״י אלול,
תשמ"ג)