B"H
🏡

Ikar

תבא ב

א.

אין הלכות בית הבחירה 1

זאגט דער רמב״ם: "כל אבן שנפגמה כדי שתחגור בה הציפורן כסכין של שחיטה הרי זו פסולה לכבש ולמזבח שנאמר 2

אבנים שלימות תבנה את מזבח ה׳".

און פירט אויס די הלכה: "וכן אבני ההיכל והעזרות שלמות היו".

דערנאך זאגט דער רמב״ם 3

: אבני היכל ועזרות שנפגמו או שנגממו פסולין ואין להן פדיון כו׳

(און ערשט נאכדעם זאגט ער דעם דין פון פגימה במזבח לאחרי שנבנית,

כדלקמן סעיף ב).

בפשטות לערנט מען אז ב״אבני היכל ועזרות שנפגמו" איז דער שיעור הפגימה אויר "כדי שתחגור בה הציפורן" פונקט ווי אין דער ערשטער הלכה ביי "אבן שנפגמה" וואס איז פסול לבנין הכבש והמזבח.

און דאס וואם דער רמב״ם זאגט ניט דעם שיעור אין דער הלכה,

איז עם ווייל עס קומט בהמשך צו דער פריערדיקער הלכה,

במילא איז ניט נויטיק צו איבער׳חזר׳ן דעם שיעור תיכף נאכאמאל.

ס׳איז אבער דא מפרשים 4

וואס זיינען מדייק ניט אזוי: פון דעם וואס ביי די "אבני ההיכל והעזרות" זאגט דער רמב״ם נאר "שלימות היו" און זאגט ניט

(אין דער הלכה שלאח״ז)

דעם שיעור פון חגירת הציפורן

(ובריש דבריו שרייבט ער מפורש,

אז דער שיעור פגימה באבן

(כדי שתחגור כו׳)

םסל׳ט

(נאר)

לכבש ולמזבח)

איז מוכח,

אז ביי

זיי איז דער שיעור ניט פארבונדן מיט חגירת הצפורן 5 .

(און מ׳ברענגט א ראי׳ לזה: ביי די אבני ביהמ״ק שטייט מפורש 6 ,

אז זיי זיינען אויסגעהאקט געווארן דורך א שמיר — און אין תוס 7

איז מבואר אז דורך א שמיר קענען די אבנים ניט ארויסקומען אינגאנצן גלאט אז אין זיי זאל אפילו ניט זיין קיין פגימה "כדי שתחגור בה הציפורן") 8 .

ב.

נאך די צוויי הלכות הנ״ל

(ולאחרי וואס ער זאגט דעם דין פון ״אבן שנגע בה הברזל ..

והבונה כו"׳)

זאגט דער רמב״ם בהלכה בפ״ע 9

: אבן שנפגמה או שנגע בה ברזל אחר שנבנית במזבח או בכבש אותה האבן פסולה והשאר כשירות.

דערפון וואס דער רמב״ם זאגט אויך דא ניט קיין שיעור,

ובפרט אז ער איז מפסיק מיט "אבני היכל ועזרות שנפגמו כו׳" וואס

(לפי המפרשים הנ״ל)

בא זיי איז דער שיעור פגימה אנדערש ווי פריער,

איז משמע,

אז אויר בא אבן מזבח לאחרי שנבנית במזבח,

איז דער שיעור פגימה ניט דער זעלבער.

ואע״פ אז בפשטות וואלט מעז גע־ דארפט אננעמען אז ס׳איז דער זעלבער שיעור ווי אין דער ערשטער

(געבראבטער)

הלכה,

וואו דער רמב״ם זאגט דעם שיעור "כל אבן שנפגמה כדי שתחגור בו׳ פסולה לכבש ולמזבח״ — יש לומר אז עס איז דא א חילוק צווישן די אבנים ווי זיי שטייען לבנין המזבח או — לאחרי שנבנו:

וויבאלד אז דער פסול פון פגימה ווערט אפגעלערנט

(ווי דער רמב״ם ברענגט)

פון פסוק "אבנים שלימות תבנה את מזבח ה׳" וואס רעדט וועגן בניו המזבח 10 ,

איז יש מקום לומר אז אחר שנבנה המזבח איז דער שיעור הפגימה ניט דער זעלבער 11 .

אמת טאקע אז אין גמרא 12

שטייט דער שיעור "כדי שתחגור בה הצפורן" לגבי ״פגימת המזבח״ — וואס בפשטות רעדט זיר וועגן די אבני המזבח לאחרי שנבנו בהמזבח 13

אבער פון דעם גופא וואס דער רמב״ם איז דא משנה פון לשון הגמרא

(כאטש בדרך כלל איז ער מעתיק דיני הגמרא "כצורתם וכלשונם" 14 )

און זאגט דעם שיעור פון פסול פגימה "כדי שתחגור בה הציפורן" דוקא בשייכות לבנין הכבש והמזבח,

ע״פ הפסוק ״אבנים שלימות תבנה את מזבח ה׳״ — און האט ניט אויסגעשטעלט די דינים באופן אז דער שיעור פון חגירת הצפורן זאל כולל זיין בפירוש 15

אויר די אבנים לאחרי שנבנו בהמזבח ווי אין גמרא — איז משמע,

אז ביי די אבנים איז דער שיעור

(לדעת הרמב״ם)

ניט "כדי שתחגור בה הצפורן".

ג.

עס איז אבער שווער צו אננעמען חילוק הנ״ל בדעת הרמב״ם

(אז אבנים שלימות תבנה גייט נאר אויף די אבנים לבנין המזבח),

ווארום דער רמב״ם ברענגט דאד ניט קיין אנדער לימוד אויף דעם פסול פון אן אבן שנפגמה אחר שנבנית במזבח.

— דער רמב״ן 16

ברענגט אז אויף די אבני מזבח לאחר שנבנו במזבח האט מען טאקע אן אנדער לימוד "וזבחת עליו את עולותיר ואת שלמיר וגו׳ 17

וכי עליו אתה זובח אלא בזמן שהוא שלם ולא בזמן שהוא חסר" 18 ,

ובלשונו "דאי מאבנים שלימות ה״א ה״מ בשעת בנין לכר נאמר עליו".

און וויבאלד דער רמב״ם

(דא - בהל׳ ביהב״ח)

לערנט עם ניט אפ פון יענעם פסוק 19

דארף מען בפשטות זאגן,

כנ״ל,

אז אויר בנוגע די אבנים לאחר שנבנו במזבח איז דער מקור פון פסול פגימה פונעם פסוק 20

"אבנים שלימות תבנה את מזבח ה׳",

וואם ער ברענגט אין דער פריערדיקער הלכה 21 .

והדרא קושיא לדוכתא — פארוואם זאגט ניט דער רמב״ם דא דעם שיעור הנ״ל "אבן שנפגמה כשיעור זה"

(וכיו״ב) 22 ,

וואם דערפון איז משמע אז דא איז ניט דער זעלבער שיעור?

ד.

ויש לומר,

דהנה ידוע,

אז

(אויך)

אין ד עם שיעור "כדי שתחגור בה הציפורן"

(בנוגע סכין של שחיטה)

איז דא א שקו״ט ודיעות 23

אין דעם גודל השיעור,

ביז אז יש אומרים,

אז דער שיעור פון חגירת הצפורן מיינט אפילו א פגימה כל שהיא,

אבער אפילו לויט די דיעות 24

וואם זיינען מפרש

(אין רמב״ם)

אז דאם איז דער שיעור הכי קטן,

א "כל שהוא" 25 ,

אעפ״כ דערפון װאם דער רמב״ם זאגט דא ניט דעם לשון "כל שהוא" 26

וכיו״ב נאר "כדי שתחגור בה הציפורן כסכין של שחיטה" איז מובן אז דאם מיינט דער רמב״ם מדייק זיין אז דאם האט א שיעור מסוים 27 .

וי״ל די הסברה בזה: דעם שיעור כל שהוא געפינט מען אין רמב״ם כמה פעמים,

ולדוגמא: "יין שנתנסך לעכו״ם אסור בהניי׳ והשותה ממנו כל שהוא לוקה ..

וכן האוכל כל שהוא מתקרובת עכו״ם מבשר או מפירות אפילו מים ומלח האוכל מהן כל שהוא לוקה" 28 .

ועד״ז זאגט דער רמב״ם אין הל׳ עבודה זרה לגבי ע״ז 29

ולגבי שלל פון עיר הנדחת 30 .

דער ראגאטשאווער 31

איז מוסיף לציין צום רמב״ם הל׳ שבת 32

וואס דארטן ברענגט דער רמב״ם כמה דברים וואם דער איסור הוצאה שלהם איז "בכל שהוא" 33 .

אמנם

(לכאורה)

איז דא א חילוק ביניהם,

ובהקדם,

אז דעם גדר איסור כל שהוא קען מען לערנען אויף צוויי אופנים:

א)

אז דאס איז א שיעור אין דעם בא־ שטימטן איסור — ס׳זיינען דא איסורים וואס שיעורם בגרוגרות,

בכזית כו׳ און אויך אזעלכע וואס זייער שיעור האיסור איז ב״כל שהוא".

ב)

ס׳איז אן איסור שאין לו שיעור,

און דערפאר איז דער איסור "בכל שהוא",

ניט בגדי שיעיר 34 .

ה.

און דאס איז דער חילוק פון גדר כל שהוא בא איסור הוצאה בשבת און כל שהוא אין איסור ע״ז:

בנוגע להוצאה בשבת וואס איסור הוצאה האט בדרך כלל א שיעור איז מובן,

אז אט די דברים וואס איסורם איז בכל שהוא איז עם דערפאר וואס ביי זיי איז ״כל שהוא״ א שיעור — צי ווייל אויר "כל שהוא" פון די דברים איז חשוב מצ״ע,

וע״ד "פלפל כל שהוא,

עיטרן כל שהוא ריח טוב כל שהוא וכו׳" 35 ,

אדער דערפאר וואס "מצניעין אותם לגניזה" 35

— בני אדם זיינען מחשיב

(מצניע)

די דברים אויר א כל שהוא.

משא״כ בנוגע לעיר הנדחת ועד״ז בע״ז בכלל,

וואם אויף דעם שטייט 36

"ולא ידבק בידך מאומה מן החרם" 37 ,

איז דער איסור פון "כל שהוא" ניט דערפאר וואם "כל שהוא" איז א גדר פון שיעור,

נאר ווייל ביים איסור ע״ז איז ניטא קיין שיעור — "מאומה".

ובלשון הרמב״ם 38

: כיון שאיסור זה משום עכו״ם הוא אין לו שיעור ונאמר בעבודת כו״ם ולא ידבק בידך מאומה מן החרם.

ו.

עפ״ז יש לבאר אויר דברי הרמב״ם אין הל׳ ביהב״ח,

ובהקדם:

ס׳איז ידוע 39

אז ס׳איז ניט דרכו של הרמב״ם צו זאגן בפירוש דינים מחו־ דשים

(מלבד די מקומות וואי עי זאגט "ויראה לי",

וואם מ׳געפינט זיי אין רמב״ם במספר מצומצם,

כיוצאים מן הכלל 40 ),

אבער בכ״מ איז ער משנה לשונו ומסדר דבריו באופן כזה,

אז מ׳קען פון דעם ארויסלערנען א חידוש בדין פרטי.

ועד״ז יש לומר בנדו״ד: מיט דעם וואס דער רמב״ם איז מדייק צו זאגן דעם שיעור פון פגימת האבן "בדי שתחגור בה הציפורן" דוקא בנוגע לבנין אבן במזבח ובכבש — אנדערש ווי אין ש״ס,

כנ״ל,

און ביי "אחר שנבנית במזבח" איז ער ניט מוסיף "אבן שנפגמה כשיעור זה" וכיו״ב

(און אויך דערמיט וואס ער שטעלט אריין צווישן ביידע הלכות בנוגע אבני המזבח דעם דין פון "אבני היכל ועזרות שנפגמו או שנגממו פסולין כו״׳)

איז ער מרמז

(ומדגיש)

אז בא "אבן שנפגמה בו׳ אחר שנבנית במזבח" קומט צו נאר א פסול וואט איז ניט פארבונדן מיטן שיעור "כדי שתחגור בה הציפורן כסכין של שחיטה",

נאר דער פסול איז ב״כל שהוא",

בגדרי "כל שהוא" כנ״ל.

והטעם לחילוק זה: דער רמב״ם זאגט אין הל׳ ביהב״ח אין דער הלכה שלאח״ז 41

"הנותץ אבן אחת מן המזבח או מכל ההיכל או מבין האולם ולמזבח דרך השחתה לוקה שנאמר 42

ונתצתם את מזבחותם וגו׳ לא תעשון כן לה״א".

און וויבאלד אז דער איסור איז פאר־ בונדן און קומט בקשר לע״ז

— און ווי דער רמב״ם איז מדגיש אין הלכות יסודי התורה 43

: "הסותר אפילו אבן אחת דרך השחתה מן המזבח או מן ההיכל או משאר העזרה לוקה שנאמר בעבודת כוכבים כי את מזבחותם תתוצון 44

וכתוב לא תעשון כן לה״א״ —

קומט אויס אז דער איסור איז חל אויך ווען מען איז "נותץ" אפילו כל שהוא מאבן אחת מן המזבח וכיו״ב — און נותץ כל שהוא איז היינו פוגם

(אפילו כל שהוא),

און ווי עם שטייט אין אוה״ח 45

"שלא אמר בדיוק אבן אחת אלא שעושה בנתיצתו רושם בבנין" 46 .

ז.

ועפ״ז איז מובן דער חילוק צווישן אבן שנפגמה פארן איינגעבויט ווערן אין מזבח און כבש,

און אבן שנפגמה כו׳ אחר שנבנית במזבח או בכבש:

דער פסול פון אבן שנפגמה קודם הבנין איז מצד דעם ציווי וחיוב "אבנים שלימות תבנה את מזבח ה"/ אז די אבנים דארפן זיין "שלימות" ביי דער בני׳ — און דערפאר איז דא א שיעור אין דער פגימה,

אז דאס זאל זיין גענוג צו פאררעכנט ווערן ווי א חסרון וקלקול אין "שלימות" האבן 47 ,

און דער שיעור איז "כדי שתחגור בה הציפורן כסכין של שחיטה".

משא״כ אבן שנפגמה אחר שנבנית במזבח,

וויבאלד דאם רירט אן דעם ענין פון "לה״א",

ס׳איז "מזבח ה"׳,

איז דאם פארבונדן ניט נאר מיט׳ן חיוב פון "אבנים שלימות תבנה את מזבח ה׳" 48

נאר אויר מיטן גדר פון נתיצת המזבח,

וואם איז פארבונדן מיט "לא תעשון כן

(ווי צו מזבח דע״ז)

לה״א";

ובמילא איז כשם ווי ביי ע״ז איז דער איסור בכל שהוא,

ניט א גדר שיעור כנ״ל,

עד״ז איז די פגימה אין אבן שנבנית במזבח ניט בגדר שיעור,

אפילו ניט א שיעור הכי קטן "כדי שתחגור בה הציפורן"

(אפילו לויט די דיעות אז עם איז א כל שהוא),

נאר אבן שנפגמה סתם,

אן קיין שיעור* 48 ,

איז "אותה האבן פסולה" 49 .

[ועפ״ז יש לומר אז אויך בנוגע דאס וואס דער רמב״ם זאגט ניט א שיעור ביי "אבני היכל ועזרות שנפגמו או שנגממו",

איז עס ניט דערפאר וואס שיעור פגימתן איז גרעסער ווי "כדי שתחגור בה הציפורן"

(כנ״ל ס״א),

נאר אדרבא,

וויבאלד אז די אבנים זיינען גע־ ווארן א חלק פון היכל ועזרות 50

— איז דער איסור פגימה ניט בגדר שיעור,

נאר בכל שהוא* 50 ].

ואע״פ אז דער לאו ומלקות פון נתיצת אבן איז געזאגט געווארן דוקא ביי פעולת האדם: הנותץ אבן אחת מן המזבח ..

שנאמר ..

לא תעשו! כן לה״א,

און נאכמער — דוקא "דרך השחתה״ — איז אבער מובן אז אויך די נתיצה

(פגימה)

הנפעלת אין דער חפצא,

כשלעצמה,

אפילו ניט דורך פעולת הגברא ובדרך השחתה,

האט א שייכות און איו ע״ד ווי בגדר ביטול ע״ז:

כשם ווי די מצוה פון "ונתצתם את מזבחותם גו׳" באשטייט ניט נאר אין מעשה הניתוץ פון דעם גברא,

נאר אויך אין ביטול מציאותו פון "מזבחותם",

עד״ז איז דאס אויך בהאיסור פון "לא תעשון בן לה״א",

אז דער לאו ימלקות איז טאקע אויף עשיית האדם,

אבער דער תוכן וגדר האיסור איז כולל און שולל יעדן אופן פון נתיצת האבן,

אז יעד ע זאך פון "מזבח לה׳ אלקיד" זאל ניט ווערן נתוץ ובטל.

[ויש להוסיף בזה ע״פ דברי הצפע״נ 51

אין דעם גדר פון "לא תעשון כן לה״א",

אז דער חיוב דערביי איז ניט נאר וואם ער איז מפקיע די קדושה 52

פון דעם אבן,

נאר אויך וואם עי״ז ווערט נפסל דער מזבח

(אדער עס ווערט א חסרון אין דער עזרה כו׳) 53

איז עד״ז ביי ״אבן שנפגמה ..

אחר שנבנית במזבח",

זיינען דא די ביידע פרטים: סיי די הפקעת הקדושה פון דעם אבן — "אותה האבן פסולה": און סיי דער ביטול פון קדושת מזבח בנוגע להקרבה 54 ,

ווי דער רמב״ם זאגט אין הל׳ פסולי המוקדשין 55

"שהרי אין שם מזבח לזרוק עליו ונאמר וזבחת עליו ..

בתקונו לא פגום" 56 .

(ומעין זה ועד״ז ביי "אבני היכל ועזרות שנפגמו או שנגממו" שבהלכה טו)]

ח.

ד ער ענין פון שיעור פגימת האבן לאחר שנבנית במזבח איז פארבונדן אויר מיטן נאמען פון די הלכות — "בית הבחירה" 57

:

בית הבחירה איז דאך ע״ש "המקום אשר יבחר ה׳" 58 ,

און דער רמב״ם איז דערמיט מדגיש

(ווי גערעדט שוין פיל מאל) 59

אז דער עיקר מעלת המקדש איז דאס וראם ער איז א "בית הבחירה",

בחירת הקב״ה:

ס׳איז ידוע 60

אז אמת׳ע בחירה איז דוקא ווען דער אויסקלייב פון א זאך קומט דורכאוים מצד בחירתו החפשית פונעם בוחר — ניט צוליב וועלכער ס׳איז מעלה וחשיבות וואם איז דא אין דעם דבר הנבחר,

און בכלל ניט צוליב וועלכע ס׳איז סיבות וטעמים ונטיות,

וועלכע זיינען מכריח דעם בוחר.

וואם מצד דעם קומען ארוים צוויי ענינים:

א)

ווען א מענטש קלייבט אוים א זאך צוליב איר מעלה וחשיבות,

איז מובן אז די מדה ותוקף פון איר בחירה דורכ׳ן בוחר איז לויט דער מאס פון איר מעלה און חשיבות:

ווען די בחירה איז אבער ניט מצד מעלת הדבר,

נאר ווייל דער בוחר האט אויסגעקליבן די זאך בבחירתו החפשית,

איז דאם באופן אז ס׳איז ניט פאר־ בונדן מיט קיין מדה ושיעור

(און במילא אויר אן ענין תמידי).

ב)

דערפון איז אויר פארשטאנדיק אז בשעת עם ווערט א חסרון אין דעם דבר הנבחר — איז אויב דער רצון ובחירה פון דער זאך איז צוליב איר מעלה,

ווענדט זיך דאן אין דעם "שיעור",

אויף וויפל דער חסרון איז פוגם אין דער מעלה הנבחר; אבער אויב די בחירה צו דער זאך קומט מצד דעם בוחר,

איז דעמאלט ניטא קיין חילוק אין דעם שיעור החסרון — ס׳איז ניט די זאך וועלכע ער האט בוחר געווען.

ט.

ועפ״ז יובן אויר בנוגע לביהמ״ק: וויבאלד אז עיקר מעלתו של הבית איז דאם וואם ער איז "בית הבחירה״,

ד ער־ פאר איז א חסרון און פגם אינעם בית ניט פארבונדן מיט א שיעור,

נאר אפילו א משהו חסרון רירט אן אין עיקר ענינו פון בית הבחירה.

ועפ״ז יומתק אייר וואם דער ענין הנ״ל,

אז די פגימה איז בכל שהוא,

איז מודגש בעיקר בנוגע למזבח

(וכנ״ל וואם דער רמב״ם איז משנה און זאגט דעם שיעור "כדי שתחגור בה הציפורן" ניט

(ווי אין גמרא)

בנוגע "אבן אחר שנבנית במזבח",

נאר בנוגע אבן לבנין המזבח),

ווייל בנוגע למזבח 59

איז געווען א בחירה מיוחדת סיי בנוגע למקומו ווי דער רמב״ם 61

איז מדגיש במזבח "המזבח מקומו מכוון ביותר ואין משנין אותו ממקומו לעולם",

סיי בנוגע דעם מזבח גופא“ כמודגש אין פסוק 63

"וזה מזבח לעולה לישראל",

און ווי דער רמב״ם ברענגט אין אנ־ פאנג הלכות בית הבחירה 64

ביידע פרטים פון פסוק "זה הוא בית ה׳ האלקים וזה מזבח לעולה לישראל",

א באזונדער דיוק ובחירה

(״זה״)

בנוגע דעם מזבח.

(משיחת ש״פ דברים תשד"מ)

Reader controls and commentary are loading.